נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 59

אַז מע לעבט, דערלעבט מען!

דעם 10טן יולי איז דורך zoom דורכגעפֿירט געוואָרן די וועלט־פּרעזענטאַציע פֿון מײַן נײַעם ראָמאַן „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟. מעגלעך, אַז צום ערשטן מאָל אין מײַן גאַנצער ייִדישער שאַפֿערישקייט, בסך־הכּל איבער פֿערציק יאָר, איז אַזוי ברייט און בכּבֿודיק פֿאָרגעשטעלט געוואָרן מײַן שרײַבערישע אַרבעט. זיך באַמיט האָט עס צו טאָן מײַן אַלטער חבֿר קאָליע באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישע לערן־פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟. נאָך לאַנג פֿאַר דער „זוּוּם־תּקופֿה‟ האָט ער אַרײַנגעבראַכט דעם לימוד ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אינעם עלעקטראָנישן קלאַס. ער איז באמת איינער פֿון די פּיאָנירן פֿון אַזאַ לערן־שיטה. בײַ דער געלעגנהייט דריק איך קאָליען אויס אַ האַרציקן יישר־כּוח!

כ׳בין גליקלעך געווען צו זען און הערן די ווידעאָ־באַגריסונגען פֿון מײַנע לאַנג־יאָריקע פֿרײַנד: פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז), דניאל גלאַי און בעלאַ קליין־בריקס (ישׂראל), יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ (ביראָבידזשאַן), סאַטאָקאַ קאַמאָשידאַ (יאַפּאַן).

איך באַדאַנק האַרציק דעם עולם פֿון יענער זײַט עקראַן פֿון אַלע, קאָן מען זאָגן, קאָנטינענטן, וווּ עס קלינג הײַנט אַ ייִדיש וואָרט.

איך ברענג ווײַטער עטלעכע אָפּשאַצונגען פֿון מײַנע פּען־ברידער, אַמאָליקע מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, ווי אויך פֿון מײַן חבֿר, דעם טאַלאַנטירטן שרײַבער פֿונעם ייִנגערן דור עמיל קאַלין.

מיכאל קרוטיקאָוו:

דווקא הײַנט, װען די גאַנצע װעלט שטײט פּנים–אל–פּנים מיט דער רוסישער אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע, באַקומט סאַנדלערס ראָמאַן אַ נײַע אַקטועלקײט. סטאַלינס רעזשים, װאָס האָט אומגעבראַכט מיליאָנען קרבנות; צװישן זײ — די פּני פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור, האָט באַקומען אַ נײַעם גילגול אין פּוטינס רוסלאַנד. װען מע לײענט הײַנט די אַרכיװאַלע פּראָטאָקאָלן פֿונעם סטאַליניסטישן מישפּט איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, זעט מען בפֿירוש, אַז אינעם הײַנטיקן רוסישן געריכט װאָלט מען זײ װידער פֿאַרמישפּט װי „אַגענטן פֿון אױסלענדישע אָרגאַניזאַציעס‟.

מיט אַ שליחות קײן מאָסקװע‟ איז כּמעט ווי אַ דאָקומענט פֿון אַ תּקופֿה, װאָס באָריס סאַנלדער האָט דורכגעלעבט אי װי אַ טוער, אי װי אַן עדות. זײַן זכּרון האָט אָפּגעהיט אַ סך פּינקטלעכע פּרטים, װאָס מאַכן זײַן קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון דער תּקופֿה לעבעדיק און פֿריש.

מרדכי יושקאָווסקי:

דער נײַער ראָמאַן פֿון באָריס סאַנדלער איז אין פֿולער מאָס אַ היסטאָרישער ראָמאַן, און דאָס אַליין איז פֿאַר זיך אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג הײַנט-צו-טאָג. כאָטש דער צײַט-מהלך, וואָס טיילט אונדז אָפּ פֿון די באַשריבענע געשעענישן, איז ניט אַזוי לאַנג, פֿון דעסטוועגן, פֿאַראייביקט דאָס ווערק די וויכטיקסטע פּראָבלעמען, פּערזענלעכקייטן און פּראָצעסן אין דער ייִדיש-מערכה אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין ישׂראל אין די 1980ער יאָרן.

אין דעם זין גייט סאַנדלער אין די פֿוסטריט פֿונעם „טאַטן‟ פֿון דעם ייִדישן היסטאָרישן ראָמאַן שלום אַש, וועלכער האָט געטענהט, אַז זײַן באַרוף איז ניט צו שרײַבן אַ היסטאָרישע כראָניק, נאָר איבערגעבן די פּסיכאָלאָגיע, די האָפֿענונגען, די אַנגסטן, די ראַנגלענישן, די געדאַנקען פֿון מענטשן, וואָס זײַנען טעטיק געווען אין דער אָדער יענער תּקופֿה. און עס איז טאַקע דאָס, וואָס באָריס האָט געטאָן אין זײַן פּרעכטיק ווערק, וואָס וועט דינען ווי אַ וויכטיקער שטאָף פֿאַר אַלע פֿאָרשערס, וועלכע וועלן אַמאָל דערלערנען דאָס לעבן פֿון דער ייִדיש-בראַנזשע אין יענער דראַמאַטישער צײַט.

גענאַדי עסטרײַך:

אין די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר האָט זיך דראַמאַטיש געביטן דער מצבֿ פֿון ייִדיש. איצט איז שוין שווער אויסצוזוכן אַ באמת לעבעדיקן, ניט קיין קוים זשיפּענדיקן סימן פֿון די פּובליקאַציעס, וועלכע פֿלעגן אַרויסגיין אין די 1990ער יאָרן צי אַפֿילו אין די ערשטע יאַרן פֿון דעם איצטיקן יאָרהונדערט. מע קען ניט זאָגן, אַז אין די 1990ער איז דאָס לעבן געווען ווי אַ לעקעך. שוין דעמאָלט איז די צאָל לייענער פֿון ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן געווען אַנטוישנדיק קליין. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט הײַנט איז דאָס געווען, בדרך-כּלל, אַ לייענער, וואָס האָט באַהערשט די שפּראַך פֿון דער משפּחה, ניט פֿון קיין לערנבוך. דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן ס׳רובֿ מחברים.

פֿאַר די אויגן פֿון באָריס סאַנדלערן איז פֿאָרגעקומען וואָס איך רוף, די טראַנספֿאָרמאַציע צו „עספּעראַנטישקייט‟. וועגן „עספּעראַנטישקייט‟ פֿון הײַנטיקע ייִדיש-קרײַזן האָב איך אַ מאָל, נאָך אין יאָר 1991, געשריבן אין דעם באַנד „Yiddish in the Contemporary World‟. איך מיין דערמיט, בפֿרט, אַז צוליב אידעאָלאָגישע, פּערזענלעכע צי אַנדערע סיבות קלײַבן מענטשן אויס אַ שפּראַך — אין דעם פֿאַל ייִדיש — פֿאַר זייער קולטור-לעבן.

באָריס האָט געזען, מער ווי געזען, פֿון דער נאָענט וואָס ס׳איז געשען מיט און אַרום ייִדיש אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די אײַנגעזאַפּטע דערפֿאַרונג זײַנע האָט ער אויף אַ טאַלאַנטירטן אופֿן אַוועקגעלייגט אויף פּאַפּיר און האָט עס דערמיט פֿאַראייביקט. בסך-הכּל, האָבן מיר מער ווי אַ בוך — מיר האָבן אַ ליטעראַרישן מאָנומענט.

עמיל קאַלין:

איך האָב איבערגעלייענט דאָס בוך „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע” מיט גרויס דרך-ארץ.

די טעמאַטיק איז מיר באַזונדערש געווען צום האַרצן. אַליין אַ געבוירענער הינטער דעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, פֿיל איך אַן עמאָציאָנעלע און קולטורעלע נאָענטשאַפֿט צו יענע מוטיקע ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָבן נישט געזשאַלעוועט קיין כּוח און צײַט, כּדי צו באַרײַכערן די ייִדישע ביבליאָטעק פֿאַר אַלע ייִדן און ליבהאָבערס פֿון ייִדיש איבער דער גאַנצער וועלט, קעמפֿנדיק אין קאָמפּליצירטע אומשטענדן פֿאַר אַן אייגן, אייגנאַרטיק קול. דער ראָמאַן „מיט אַ שליחות קיין מאָסקווע‟, האָבנדיק אין זינען זײַן בעלעטריסטישן כאַראַקטער, דינט אויך ווי אַ שליסל צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל אין די אָנהייב 1990ער יאָרן. דער מחבר, נישט אַרײַנפֿאַלנדיק אין סענטימענטאַלקייט, באַשרײַבט דעם דערנער-וועג, וואָס די דאָזיקע פֿאַרפּײַניקטע און נישט־געהעריק אָפּגעשאַצטע ליטעראַטור איז דורכגעגאַנגען אין די לעצטע עטלעכע און פֿערציק יאָר.

דאָס בוך איז אָנגעפּיקעוועט מיט זייער טרעפֿלעכע באַשרײַבונגען פֿון ערטער, שטימונגען און פּערסאָנאַזשן. סאַנדלער נייטיקט זיך נישט אין מער ווי אַ פּאָר זאַצן, כּדי אַרײַנאָטעמען נשמה אין זײַנע העלדן און באַשאַפֿן אַ לעבעדיקן מענטש בלויז מיט געציילטע ווערטער. דאָס איז איינע פֿון די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון דעם דאָזיקן ראָמאַן. דער סיפּור־המעשׂה ווערט געבויט פֿון אַ סך אויסגעשליפֿענע מיניאַטורן. פֿון אָט די מיניאַטורן ווערט אַ גרעסערער יש — אַ קאַפּיטל, וואָס לאָזט זיך לייענען ווי אַ מעשׂה פֿאַר זיך, אָבער צונויפֿגענומען אין איינעם אונטער איין הילע שאַפֿן די אַלע קאַפּיטלען אַן אַרומנעמיקן ראָמאַן.

די פֿאַרבינדונג צו זען די פּרעזענטאַציע:

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s