מיר גייען ווײַטער אָן מיטן באַטראַכטן דעם אוקראַיִנישן עלעמענט אין אונדזער מאַמע־לשון. אָנגעזעטיקט מיט אָפֿענע וואָקאַלן, האָבן זיך די אוקראַיִנישע ווערטער אָרגאַנישן אַרײַנגעפּאַסט אין דער זינגעוודיק־קוויטשיקער שפּראַך פֿון ייִדישע פֿרויען. למשל, „האָבן רחמנות‟ — איז טאַקע קלאָר און דײַטלעך, ס׳איז אָבער פֿאָרט מער אַ „טעאַנטער־וואָרט‟ („אוי, איר ייִדן, בני־רחמנים,/ אַ גוט האַרץ איז דאָ בײַ אײַך…), אָדער אַ תּפֿילה־וואָרט (בעטן רחמים).
גאָר אַנדערש קלינגט שאַנעווען — [שאַנוּוואַטי — אוקר.], וואָס ווערט גענוצט ווי אָפּהיטן, האַלטן אַן אויג, ציטערן איבערן נפֿשל; אָדער נישט געבן דער מאַמען ווערן אויסגעמאַטערט און אויסגעריסן בײַ איר טאָג־טעגלעכער אַרבעט.
אַן אַנדער וואָרט — קוואָלע, וואָס קומט אַרויס פֿונעם אוקראַיִנישן וואָרט „קוואָליִי‟ — אַ שוואַכער, אַ קרענקלעכער, אַ נעבעכל.
כאָליעווע — [כאַליאַווע — אוקר.] — דער אייבערשטער טייל פֿון שטיוול. אַמאָל איז צווישן די סאָלדאַטן פֿאַרשפּרייט געווען אַ וויץ, אַז „כאָליעוועס דאַרף מען האָבן, כּדי צו באַהאַלטן דאָרט דעם לעפֿל צו עסן קאַשע‟.
אַן אַנדער וואָרט, טיף אײַנגעוואָרצלט אין ייִדיש איז — קוליאַווע. אויף אוקראַיִניש קלינגט עס ווי „קולגאַויִי‟, און מיינען מיינטס עס אַ קרומער, אַ קאַליקע נעבעך, וואָס שפּאַרט זיך אָן אויף אַ קוליע. אין פּוילישן ייִדישן איז מער פֿאַרשפּרייט געווען דאָס וואָרט „לאָמען‟, וואָס קומט אַרויס פֿונעם סלאַווישן ווערב „לאָמאַט‟— צעברעכן. איר געדענקט אַוודאי יצחק באַשעוויסעס דערציילונג „די לאָמע כּלה‟.
דאָס שטייגערישע וואָרט קופּע — אַ קופּע מיסט [אויף אוקראַיִניש — „קופּאַ‟] האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דער גרויסער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַ וויי־געשריי נאָך פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען. ווייניקער באַקאַנט איז דער סינאָנים פֿון „קופּע‟, דאָס וואָרט בורט, אויך מיט אַן אוקראַיִנישן ייחוס.
פֿון קליינערהייט האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט דאָס וואָרט „בורטשען‟. הערן פֿלעג איך עס, ווען ס׳האָט מיר פּלוצעם אַ דריי געטאָן דאָס בײַכעלע. „וואָס בורטשעט בײַ דיר דאָרט?‟ — פֿלעג איך הערן, און זיך באַלד פֿאָרשטעלן, אַז עפּעס אַ בייז חיהלע האָט זיך בײַ מיר אין בײַכל באַזעצט. בורטשען פֿלעגט אָבער אויך אונדזער שכן, אַ בייזער ייִד מיט אַ רויט פּנים. מע פֿלעגט אים טאַקע אַזוי רופֿן — „יאַנקל בורטשעווניק!‟
דאָס אויסדריקפֿול וואָרט „בורטשען‟ איז אַרײַן אין ייִדיש פֿונעם אוקראַיִנישן „בורטשאַטי‟.
ווי כ׳האָב שוין דערמאָנט, זײַנען אין ייִדיש פֿון אוקראַיִניש אַרײַן אַ סך ווערטער פֿון טאָג־טעגלעכן שטייגער, קליידונג, ווירטשאַפֿט:
אַ קוואָטשקע [קוואָטשקאַ] קוואָקעט [קוואָקאַטי], אַ זשאַבקע [זשאַבע] קוואַקעט, און אַ קאַטשקע [קאַטשקאַ] קראַקעט [קריאַקאַטי].
אַ קינדער־שפּיל אין אַ ייִדיש שטעטל פֿון אוקראַיִנע:
אַ דייזשקע און אַ קאָריטע,
אַ קאָטשערע און לאָפּעטע,
אַ שקאַרפּעטקע און אַ שקאַרמיץ —
אַלץ אין קופּע קומט צו ניץ!
יוסף קערלער, ווי זײַן גוטער חבֿר שיקע דריז, שטאַמט אויך אָפּ פֿון אַן אוקראַיִניש שטעטל (הײַסין); און אויך אויף זײַן שאַפֿונג האָט דער אוקראַיִנישער פֿאָלקלאָר געהאַט אַ געוויסע השפּעה. לאָמיר אַרײַנקוקן אין אייניקע פֿון זײַנע לידער.

די שורות מײַנע
לויפֿן קרום און קאָסע [קאָסאָ — אוקר.],
גלײַך פֿון הונגעריקע הינער,
ווילד געוואָרענע,
אַנטלאָפֿן וואָלט די פּראָסע [פּראָסאָ — אוקר.]…

פֿאַרגאַנגען ביסט אין שיינעם אָסיען,
ס׳איז פֿריש מחיהדיק
אויף יעדער גרעזעלע די קילע ראָסע [ראָסאַ — אוקר.]
*
פּוסטע מחשבֿות
פֿון אַ טיפּש אַ גראָוון
וואָס אויקעט [אָכקאַטי — אוקר.] און קרעכצט [קרעקטאַטי — אוקר.]
אויף זײַן בינטל געביין,
מאַכט אַן אָנשטעל,
וויל פֿאַררעדן די ציין
מיט סקאַוווּטשענדיקן [סקאַוווּליטי— אוקר.] געוויין…
*
כאָטש סע שלעפּט מיך
שוין צום גרונט [גרונט — אוקר.]
פּאַוואָלינקע, פּאַוואָליע [פּאָוואָלי, פּאָוואָלענקי — אוקר.]

*
און סע כּישופֿט מיך דײַן קאָבזע,
פּונקט ווי דודס האַרפֿע —
כ׳קען מײַן ניענקאַ (מאַמע) אוקראַיִנע
זיך מיט דיר ניט וואַרפֿן.