
נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס פֿון צענדליקער יאָרן האָט דער אַרגענטינער ייִוואָ-אינסטיטוט אין בוענאָס-אײַרעס אַרויסגעגעבן אַ ליטעראַריש בוך, אָנגעשריבן אין אָריגינאַל אויף ייִדיש, — אַ זאַמלונג דערציילונגען פֿונעם ישׂראלדיקן מחבר בערל קאָטלערמאַן „סאַמאָיעד‟ מיט אַ פֿאָרוואָרט פֿונעם דירעקטאָר פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ אַבֿרהם ליכטענבוים. אויף דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך אין בוענאָס-אײַרעס אין חודש יוני און אין אַן אינטערוויו מיט דער שפּאַניש-שפּראַכיקער ייִדישער צײַטונג האָט דער מחבר דערקלערט, אַז ער האָט געהאַט אין זינען „צו דערציילן דעם לייענער פֿראַגמענטן פֿון אונדזער משפּחה-סאַגע. און ניט סתּם אַזוי דערציילן, נאָר פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון ייִדיש; אַזוי אָדער אַנדערש, זאָל עס זײַן די ספּעציפֿישע אויסדרוקן פֿון מײַן עלטער-באָבע צי מײַן אייגענע אַרבעט אין אַ ייִדישער צײַטונג. דורך דעם, אייגנטלעך, דערצייל איך דווקא דעם מאָדערנעם לייענער וועגן דעם עצם עקזיסטענץ פֿון דער-אָ „פּערספּעקטיוו פֿון ייִדיש‟ אין אונדזערע טעג. דאָס איז בכלל ניט זעלבסט-פֿאַרשטענדלעך.‟
די „ייִדיש-בראַנזשע‟ האָט פּובליקירט אַ טייל דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרײַן אין דער זאַמלונג. דאָ ווערט געבראַכט אַ פֿראַגמענט פֿון אַן אויטאָביאָגראַפֿישער דערציילונג וועגן דעם מחברס אַרבעט אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ אין די אָנהייב 1990ער יאָרן. די גאַנצע דערציילונג איז אַרויס אַמאָל אינעם תּל-אָבֿיבֿער ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ייִדיש „טאָפּלפּונקט‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון ישׂראל רודניצקי.
בערל קאָטלערמאַן
די לעצטע זומערטעג
(פֿראַגמענט)
דער הויפּט־רעדאַקטאָר האָט שוין עטלעכע וואָכן געקוקט אויף מיר קרום. אין דער לעצטער צײַט האָב איך טאָג־טעגלעך צוגעגרייט דעם גאַנצן שער־בלאַט פֿון אונדזער „שטערן‟ — ווי איך האָב אָפּגערעדט מיט אים, פֿאַר אַ געטאָפּלטן געהאַלט. ווען דער באָס האָט געמאַכט מיט מיר אַזאַ הסכּם, האָט ער גאָרניט ניט פֿאָרגעזען עטלעכע אומדערוואַרטענע קאָנסעקווענצן. ניין, דער שער־בלאַט איז בײַ מיר אַרויס זייער אַ לעבעדיקער (וואָס מע האָט ניט געזען אין דער צײַטונג שוין אַ יאָר פֿופֿציק). אָבער ערשטנס — די אַרבעט פֿלעג איך ענדיקן צום סוף אַרבעטסטאָג, און קיין צײַט דורכקאָנטראָלירן מײַן שרײַבערײַ איז שוין ניט געבליבן, אַזוי אַז דער הויפּט־רעדאַקטאָר איז געווען געצוווּנגען זיך פֿאַרלאָזן אויף זײַן גוטן מזל און אויף מײַן ייִנגלשן אַחריות.
צווייטנס, בײַם אונטערשטן ראַנד פֿונעם שער־בלאַט איז געווען מיט שטאָלץ אָנגעשריבן מײַן נאָמען, און, צו זײַן פֿאַרדראָס, האָבן עטלעכע לייענערס שוין געשיקט בריוו אָדער טעלעפֿאָנירט דווקא מיר, מיינענדיק, אַז איך בין דער הויפּט־רעדאַקטאָר. און דריטנס, די אַרבעט פֿלעג איך בײַקומען, אין זײַנע אויגן, פֿאַרדעכטיק גרינג, און ס’איז אים געווען אַן עבֿירה צו פּטרן געלט. די צײַטונג האָט מען כּמעט ניט געלייענט, נאָר דעם שער־בלאַט האָט מען דווקא יאָ געקענט זען דאָ און דאָרט, איבערהויפּט אין די שטאָטישע קראָמען.
דעם הויפּט־רעדאַקטאָרס כּעס איז געוואַקסן פֿון טאָג צו טאָג: באַלד נאָך מײַנע „ייִדן פֿונעם גאַנצן לאַנד‟ האָט מען אָנגעקלונגען פֿון דער געגנטלעכער אַדמיניסטראַציע און געפֿרעגט מיט אַ שפּילקע, ווער איז דער חכם, וואָס טראַכט אויס אַזעלכע „נאַציאָנאַליסטישע‟ קעפּלעך. דער הויפּט־רעדאַקטאָר האָט עס דערמאָנט דרך־אַגבֿדיק אויף אונדזער מאָרגנדיקער פּלאַנירונג, ניט קוקנדיק בכלל אין מײַן זײַט. דערבײַ האָט ער נערוועז געטאַפּט אונטערן טיש מיט די פֿיס אין שקאַרפּעטקעס, זוכנדיק זײַנע שיך, וועלכע ער האָט פֿריִער אַראָפּגעצויגן. די שיך אָבער זײַנען ניט געווען אויף זייער אָרט, ווײַל דער יונגער פֿאָטאָגראַף וויקטאָר האָט זיי אָפּגערוקט. מע האָט עס געקאָנט זען לויט יענעמס צופֿרידענער פֿיזיאָנאָמיע. פּאַראַלעל מיט זײַנע אונטערטישלעכע זוכענישן האָט דער הויפּט־רעדאַקטאָר געמאָלט אונדז זײַן קאָנצעפּט פֿונעם קומענדיקן נומער, וואָס איז אויסגעפֿאַלן אויף שבת. דעם שבתדיקן נומער האָט ער פֿון גאָר ניט לאַנג, מעשׂה רעפֿאָרמאַטאָר, באַפּוצט מיט אַ שיין מנורה־בילדל און אַן אונטערשריפֿט: „דער טאָג דער זעקסטער‟. צום „זעקסטן טאָג‟ האָט ער פֿאַרפּלאַנירט פֿאַרשיידנאַרטיקע מאַטעריאַלן: וועגן דער צוגרייטונג פֿון דער שטאָט צו ראש־השנה (דער מוניציפּאַליטעט האָט אַסיגנירט אַ געוויסע סומע אויף קאָנצערטן, אומזיסטע עפּל־האָניק־קאָמפּלעקטן פֿאַר די תּושבֿים, יום־טובֿדיקע פּלאַקאַטן „שאָנע טויווע או־מעטוקע‟, אד”ג); וועגן דער פֿאָרגעקומענער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער אָרטיקער אינטעליגענץ מיטן אויפֿטריט פֿונעם דעפּוטאַט פֿונעם אויבערראַט לעאָניד שקאָלניק, וואָס האָט צוגעזאָגט אינגיכן צו אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור צוזאַמען מיט די הויכע טעכנאָלאָגיעס; וועגן דעם פֿרײַנטלעכן זשעסט פֿון דער ניי־פֿאַבריק, וואָס האָט געשאָנקען 300 נײַע מונדירן און נאַהײַקעס דעם אָרטיקן אָפּטייל פֿון די אַמורער קאָזאַקן (אין דער נײַער אוניפֿאָרם וועלן די קאָזאַקן אַרויסהעלפֿן צו היטן די געזעלשאַפֿטלעכע אָרדענונג אין דער געגנט).
שוין אין מײַן קאַבינעט האָב איך געעפֿנט דאָס לעדערנע ספּאָרטזעקל, פֿון וועלכן ס׳האָט זיך באַוויזן דאָס דרײַעקיקע צורהלע פֿונעם קעצעלע. דאָס קעצעלע האָט אַ כאַפּ געטאָן מײַן פֿינגער מיט די פֿאָדערשטע לאַפּקעלעך, פּאַמעלעך אויסגעוואַלגערט זײַן דין קערפּערל אין דרויסן און זיך געלאָזט אויסצופֿאָרשן די ווינקלען. קוקנדיק אויף אים, האָב איך איבערגעקליבן פֿרישע געדאַנקען און נעכטיקע פּאַפּירן אויפֿן טיש, זוכנדיק עפּעס אָריגינעלס פֿאַרן שער־בלאַט. אין דער אמתן, דעם הויפּט־רעדאַקטאָרס אומצוטרוי צו מיר איז געווען ניט אינגאַנצן גרונטלאָז. אין דער לעצטער צײַט האָב איך זיך געפֿירט ווי אַ מין אַנאַרכיסט. וווּ איך זאָל ניט זײַן און וואָס איך זאָל ניט געווען טאָן, האָט עס אויסגעזען, אַז איך רײַס אַלץ מער און מער אונטער די פֿון לאַנג אײַנגעפֿירטע אָרדענונג.
אויפֿן טיש איז געלעגן די שטאָטמאַפּע. כּמעט מאַשינעל האָב איך זי צוגערוקט צו זיך און אָן איבעריקע מחשבֿות אָנגעהויבן בײַטן די נעמען פֿון די גאַסן. דעם טעאַטראַלן געסל האָב איך צוגעטיילט דעם נאָמען פֿון דער פּאָעטעסע ליובע וואַסערמאַן, דער לענין־גאַס האָב איך געגעבן דעם נאָמען פֿונעם ערשטן פֿאָרזיצער פֿון דעם געגנטלעכן אויספֿיר־קאָמיטעט יוסף ליבערבערג, דעם פּראָספּעקט „60 יאָר סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟ האָב איך פֿאַרוואַנדלט אין פּראָספּעקט פֿון די ערשטע איבערוואַנדערער, און דאָס אָקטאָבער־געסל האָב איך אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿונעם ייִדישן קולטור־טוער הענעך קאַזאַקעוויטש. דערצו האָב איך צוגעשריבן אַ האַלב־זײַטל קאָמענטאַרן און אָפּגעטראָגט די מאַפּע צו דעם מאַקעטירער, כּדי צוזאַמען מיט אים אַ קוק טאָן, ווי צופּאַסן זי בעסער צום גערעם פֿון דער צײַטונג. דער מאַקעטירער, דער אַלטער שרײַבער שוחט, האָט עפּעס געדראַקעט מיט קליינטשיקע אותיות אויף געלע טיפּאָגראַפֿישע בלעטער — מסתּמא געאַרבעט איבער זײַן ראָמאַן „כּוזרים‟, וועלכן מ׳האָט געדרוקט מיט המשכים אין די לעצטע חדשים. אויף מײַן „גוט־מאָרגן‟ האָט ער נאָר צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. לעבן דעם פֿענצטער איז געשטאַנען די געוועזענע קאָרעספּאָנדענטקע פֿאַר די פּאַרטיי־ענינים, אַ קליינע לאַנגנאָזיקע ייִדענע מיטן סלאַווישן משפּחה־נאָמען דמיטריִענקאָ, וואָס האָט זיך אָפּגערופֿן, אויף איר געוויינלעכן שטייגער, עפּעס מרה־שחורהדיק: „גוט־מאָרגן… אויב אין דעם לאַנד קאָן אַ מאָרגן זײַן גוט…‟
„יונגער־מאַן‟, — האָט אַ כריפּע געטאָן אין טעלעפֿאָן אַרײַן אויף מאָרגן דער 80־יאָריקער שווערלײַביקער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שלום־עליכם־ביבליאָטעק בערגער, — „איר זענט נאָך אויף דער וועלט ניט געווען, ווען מיר האָבן געפֿלאַנצט ביימער אויף דער לענין־גאַס‟. בערגער האָט געסטראַשעט זיך ווענדן צו דעם הויפּט־רעדאַקטאָר און עפֿנטלעך דענאָנצירן מײַן חוצפּה. ס’האָט מיך ממש ניט געאַרט. איך האָב זיך שוין געאײַלט אין מוניציפּאַליטעט, וווּ איינער פֿון מײַנע ביר־שותּפֿים האָט אָנגעפֿירט מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָפּטיילונג — אַ גוטער קוואַל פֿאַר פֿרישע נײַעס.
אין דער אינטערנאַציאָנאַלער אָפּטיילונג איז קיינער ניט געווען. אויפֿן טיש האָב איך דערזען אַ צעטעלע מיט נעמען — אַ רשימה פֿון די „ייִדישע דעלעגאַטן‟, וועלכע דער מייאָר האָט באַשלאָסן צו שיקן אויפֿן „חבֿרישן וויזיט‟ צו דער אַמעריקאַנער שוועסטער־שטאָט ביווערטאָן. צווישן די ערשטע נעמען אין דער רשימה זײַנען געווען דעם מייאָרס זון און פּלימעניק. איך האָב דערפֿילט אַ צופֿלוס פֿון אַדרענאַלין: אין דער שטאָט האָט מען שוין לאַנג זיך געשושקעט אַרום דער־אָ טשיקאַווער רשימה. איך האָב אַרויסגענומען אַ פּען, איבערגעשריבן אויף אַ שטיקל פּאַפּיר אַלע נעמען און זיך געלאָזט צוריק אין דער רעדאַקציע, כּדי אַרײַנצושטעלן די דאָזיקע סענסאַציע אינעם מאָרגנדיקן נומער. איך האָב זיך גאָר קלאָר פֿאָרגעשטעלט, אַז דער מייאָר וועט זיכער נקמה נעמען אי אין מיר, אי אין דעם הויפּט־רעדאַקטאָר, אי אין די מוניציפּאַליטעט־מיטאַרבעטער. זאָל די אַלטע וועלט אָבער זיך צעפֿאַלן אויף שטיקלעך.
אינעם רעסטאָראַן „פֿרייד‟, וווּ מע האָט תּמיד געקענט באַשטעלן געהאַקטע גענדזנלעבערס און דעם פּאַפּאָראָטניק־סאַלאַט מיט סמעטענע, זײַנען שוין געזעסן אויף זייערע שטענדיקע ערטער, ווי זייער שטייגער אין דער מיטיק־צײַט, מײַנע קאָלעגעס פֿונעם געגנטלעכן ראַדיאָ: דער אייביק פֿריילעכער פּאַסמאַניק, דער מאָגערער ספּעקטאָר אין די קוואַדראַט־ברילן און דער דיקער קאָפּיטמאַן. ווען איך בין אַרײַן, האָט פּאַסמאַניק הויך געהאַלטן זײַן גאָפּל מיט עפּעס גרינס דערויף און זיך געשטיקט פֿון געלעכטער:
— נו, איך האָב אַרײַנגעקלאַפּט אויף דער מאַשינקע „די שטאָטישע קאָמבײַנען־פֿאַבריק הייבט אָן פּראָדוצירן קאָמפּאַקטע פּריוואַטע אויטאָס לויטן הסכּם מיט דער יאַפּאַנישער פֿירמע ׳סוזוקי׳. די ערשטע מאַשינען וועט מען אַרויסשטעלן צום פֿאַרקויף שוין אין עטלעכע חדשים אַרום…‟ — און ווײַטער אין דעם זעלבן סטיל. כ’האָב געלאָזט דאָס פּאַפּירל אויפֿן טיש און בין אַוועק מיטיקן. איצט, דער אידיאָט ניקאָלײַ פֿונעם קאַנטישן ראַדיאָ האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין מײַן קאַבינעט און, געוויס, זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער חכמה. אויף מאָרגן האָט מען עס שוין טראַנסלירט איבער האַלב־מדינה. וואָס האָט זיך אָנגעהויבן — מע קלינגט פֿון דער קאַנט־ און געגנט־אַדמיניסטאַציעס, מע קלינגט מיט געשרייען פֿון דער פֿאַבריק, פֿון די געברויך־אָרגאַניזאַציעס, פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. דער שעף האָט אַרויסגערופֿן דעם אידיאָט צו זיך; יענער מרוקעט עפּעס, אַז דאָס איז פּאַסמאַניקס אינפֿאָרמאַציע. מע שיקט נאָך מיך, כ’זאָג, אַז כ’ווייס גאָרנישט, כ’גרייט איצטער צו אַ סאַטירישע פּראָגראַם.
פֿונעם הילכיקן גאָגאָטשען ציטערן קאָפּיטמאַנס פֿעטע באַקן ווי גליווער. די אָפֿיציאַנטקע סאָניע ברענגט אַ פֿראָסטיקן קאַראַפֿין מיט וואָדקע און פּאַסמאַניק צעגיסט אַלעמען אין קאַלישעקס, און מיר בתוכם. סאָניע ברענגט אַ טעלערל טונקל־גרינעם ים־קרויט און דעם קאַלעמאַרן־סאַלאַט, אַ ניט קיין זעלטענער דעליקאַטעס, וואָס איז מסתּמא פֿאַרבליבן נאָך דער נעכטיקער אָפּפֿאָר־פֿײַערונג. פּאַסמאַניק האָט אײַנגעשוויגן אויף אַ ווײַלע, נאָר באַלד זיך אויפֿגעכאַפּט:
— פֿאָר איך לעצטנס אין אויטאָבוס, קומט אַרויף טימורקאַ דער קאָנטראָלער און גלײַך צו מיר: „אַ בילעט, זאָגט ער, האָט איר?‟ און איך: „ניין, כ’וואַרט נאָך אויף דער אײַנלאַדונג פֿון ישׂראל‟. קאָפּיטמאַן ווערט ממש דערשטיקט פֿונעם לימאָנאַד, מיט וועלכן ער פֿאַרטרינקט די וואָדקע. ספּעקטאָר לאַכט ניט, טרינקט ניט און בכלל איז ער גאָר נערוועז — אין אַ האַלב־שעה אַרום האָט ער אַ „לעבעדיקע‟ אוידיציע אויפֿן ראַדיאָ. מיר שטייען אויף און גייען צוזאַמען אין דער ריכטונג פֿונעם ראַדיאָ־צענטער.
אויפֿן צווייטן שטאָק פֿונעם ראַדיאָ־צענטער, וווּהין עס פֿירן שמאָלע סקריפּנדיקע הילצערנע טרעפּ, זיצט אין פֿאָטעל דער מידער רעקלאַמשטשיק מאַקס. דערזעענדיק אונדזער קאָמפּאַניע, שרײַט ער אויפֿגעבראַכט: “זי האָט אויסגעמעקט פֿונעם טעקסט דאָס וואָרט ‘גאַטקעס’, פֿאַרשטייט איר?! און איך האָב איר געגעבן אַן עצה: אויב איר זענט אַזאַ פּרינציפּיעלע, לאָמיר אויסמעקן דעם ‘פּאַרטיי־גליד’ אויך!” אונדזער כּמעט היסטערישער געלעכטער האָט אויפֿגעוועקט דאָס קעצעלע, וואָס האָט אַרויסגעשטעקט זײַן פֿאַרוווּנדערט קעפּעלע פֿון מײַן ספּאָרטזעקל.
יענער אויגוסט איז געווען אומנאַטירלעך הייס. פֿון דער היץ האָט זיך צעשמעלצט דער גרוי־שוואַרצער אַספֿאַלט אונטער די פֿיס, די אויטאָבוסן זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דושנע קאָנסערוון־פּושקעס, דער טײַך איז כּמעט אויסגעטריקנט געוואָרן, אַנטבלויזנדיק נאַקעטע פֿאַריתומטע זשוויר־אינדזלעך אַרום די זײַלן פֿון דער גרויסער שטיינערנער בריק. אַרום און אַרום האָט אַלץ ווי געציטערט, געפֿליסט אין דער לופֿטן, אויסגעזען עפּעס ניט־דאָיִק: אי דער שטאָלצער טעלעוויזיע־טורעם אויף אַ בערגל איבערן טײַך, אי זײַן ניט־לאַנג אויסגעבויטער „קאָנקורענט‟ אויפֿן קעגנזײַטיקן ברעג — די שטאָלענע מנורה אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿידל־שליסל לעבן דעם מאָנומענטאַלן פֿילהאַרמאָנישן בנין. די שטאָט האָט זיך געביטן און ווי געוואָלט פֿאַרשווינדן. די אויגן האָבן ניט דערקענט די פֿון קינדהייט אָן באַקאַנטע סילועטן. גאַסן, הײַזער, פּאַרקן האָבן זיך ווי פֿאַרקלענערט און, ווי אַ מידבר־מיראַזש, זיך צעגאַנגען אינעם הייסן דאַמפּנעפּל — עס האָט זיך געדאַכט, אַז מע קען זיי אַײַנפּאַקן גאַנצערהייט אין איין ניט איבעריק גרויסן ברעזענטענעם באַול. זעלטענע פֿאַרבײַגייערס האָבן זיך געסטאַרעט ווי גיכער זיך אײַנטונקען אין שאָטן. זעלטענע אויטאָס האָבן שטילערהייט געשאָרכט איבער טרוקענע שאָסייען און נאָך מער פֿאַרשטאַרקט דאָס געפֿיל פֿון ניט־דאָיִקייט.
בלויז דער מאַרק איז געבליבן פֿול מיט פֿאַנטאַסמאַגאָרישן לעבן. די קאָרעיאַנער האָבן לעבעדיק געהאַנדלט מיט זייערע מאַרינאַדן, דאָס רובֿ געמאַכט פֿון מערן און אײַנגעפּאַקט אין נײַלאָן. די כינעזער האָבן פֿאַרקויפֿט פֿון טראַקן ריזיקע קאַווענעס, וועלכע זיי האָבן על־פּי־נס קולטיווירט אין די גוססדיקע קאָלכאָזן. אונטער די אַלטע הילצערנע מאַרקדעכער זײַנען געהאָנגען קאָלירפֿולע גירליאַנדעס טערקישע העמדער און אויף די טישלעך געשטאַנען אויסלענדישע קאַרטאָנענע פּושקעס מיט „מאַנישעוויץ‟־מצות. בײַם אַרײַנגאַנג אינעם מאַרק האָט געשטעקט דער ראַדיאָ־רעפּאָרטער ניקאָלײַ און פֿאַרקויפֿט שוואַרצע קערלעך פֿונעם ריזיקן זאַק. מיט דער הילף פֿון אַ קליינטשיק גלעזעלע האָט ער געהאָפֿט צונויפֿשלאָגן אַ געוויסע סומע געלט אויסצאָלן די אַלימענטן, זיך אָפּפּטרן פֿון זײַנע ווײַב־און־קינדער און אַוועקפֿאָרן מיט אַ נײַ ווײַב קיין ישׂראל, ווי אַלע לײַט.
אין אָוונט אָבער פֿלעג די שטאָט ווערן אַ סך לעבעדיקער. אין אָוונט האָט די שטאָט „געהוליעט‟ דעם אָפּפֿאָר קיין ישׂראל. מע איז געפֿאָרן איינזאַם, פּאָרלעכווײַז, מיט גרויסע משפּחות, מיט זקנים אויף אינוואַלידן־וועגעלעך, מיט פֿריילעכע קאָמפּאַניעס. דער היגער בלאָז־אָרקעסטער האָט פֿלינק געשפּילט די באַליבטע „ייִדישע אויגן‟ און „איציק האָט שוין חתונה געהאַט‟. מיטן אָרקעסטער האָט אָפֿט געשפּילט דער באַיאַניסט פּאָנאָמאַריאָוו. אַמאָל איז ער געווען אַ קאָזאַקישער אַקטיוויסט, אָבער מע האָט אים אַרויסגעטריבן פֿאַר שיכּרות. דער שטאַרק באַליידיקטער פּאָנאָמאַריאָוו האָט אויפֿגעהערט צו שיכּורן, און זײַן ווײַב אַ ייִדישע טוערין האָט אים „אײַנגעאָרדנט‟ נענטער צו זיך, צו אַקאָמפּאַנירן דעם ייִדישן פֿאָלקסכאָר.
אין „פֿרייד‟ האָט מען געהוליעט כּמעט יעדן טאָג, ווי אויך אין „צענטראַלן‟, „טעאַטראַלן‟ און אינעם גאָר נײַעם „רעסטאָראַן פֿון דער צעטיילטער נערונג‟ מיטן העברעיִשן נאָמען „מעש‟, וואָס האָט געמיינט „ביזנעס‟. די צעטיילטע נערונג, האָט מיט הנאה דערקלערט דער שטאָלצער בעל־הבית יופֿה, איז ווען מע עסט ניט צוזאַמען פֿליישיקס און מילכיקס. עס באַקומט זיך אַ ביסל טײַערער, אָבער געזונטער. אין דער לעצטער צײַט אָבער, שטרײַכט יופֿה אונטער אין אונדזער אינטערוויו, מאַכט די קליענטן ניט אויס, וואָס זיי עסן און וויפֿל עס קאָסט, ווײַל מע פֿאָרט אַוועק אויף שטענדיק, און ממילא טאָר מען ניט נעמען מיט זיך מער ווי 90 דאָלאַר פּער מענטש.
אויף מאָרגן אין דער פֿרי, נאָך די הוליאַנקעס, טרעפֿן זיך די חבֿרה מיט רויטע פֿאַרשלאָפֿענע אויגן אויפֿן אײַזנבאַן־פּעראָן, אונטער דער ברייטבאַוווּסטער שילד מיט ייִדישע אותיות. די לאַנגע גרויע פּלאַטפֿאָרמע איז פֿאַרשטעלט מיט ריזיקע באַולן ספּעציעל אויפֿגענייט פֿאַר דער שרעקלעך ווײַטער רײַזע פֿונעם ברודיק־גרינעם ברעזענט. ס’איז אוממעגלעך זיך אַדורכצורײַסן, די גאַנצע שטאָט איז דאָ: דער יונגער קורער מיט גרויסע אויערן, דער הויפּט־רעדאַקטאָר, דער קלאַרנעטיסט פֿונעם בלאָז־אָרקעסטער, די רעפּאָרטערן ספּעקטאָר און קאָפּיטמאַן, דער דעפּוטאַט שקאָלניק, דער „קערלעך־סוחר‟ ניקאָלײַ מיט זײַן נײַ ווײַב און אַפֿילו זײַן אַלטע ווײַב, וואָס פֿאָרט קיין קאַנאַדע מיט זייערע דרײַ קינדער. מע וואַרט אויף דער אָרטיקער באַן, מע וויינט, מע שמועסט שטילערהייט, מע קושט זיך און מע האַלדזט זיך.
אויך איך פֿאָר אַוועק. אויף שטענדיק.
פּונקט זיבן־פֿערציק באַווײַזט זיך די באַן. באַלד וועט זי לאָזן זיך אין וועג אַרײַן און אַוועקפֿירן מיט זיך די ריזיקע ברעזענטענע באַולן צוזאַמען מיט זייערע אייגנטימער. אָט קלאַפּן שוין די רעדער, גיכער און גיכער, און מיט יעדן קלאַפּ דערווײַטערן זיך די באַגלייטער — דער זשורנאַליסט פּאַסמאַניק, דער רעסטאָראַטאָר יופֿה, דער באַיאַניסט פּאָנאָמאַריאָוו, די אָפֿיציאַנטקע סאָניע, דער ביבליאָטעקאַר בערגער, דער שרײַבער שוחט. גאָר אינגיכן פֿאַרשווינדן זיי אין דער ווײַטנס און צוזאַמען מיט זיי פֿאַרשווינדט די גאַנצע שטאָט.