אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (21)


יעווגעני קיסין

מײַ 21

הײַנט, װי נאָר איך בין אַרײַנגעקומען אין מײַן מאַמעס דירה, האָט אַנע פּאַװלאָװנע גענומען שרײַען. מיר אַלע (אַלאָטשקע, טאַטיאַנאַ און איך) האָבן זיך געלאָזט אין איר צימער אַרײַן און דערזען, אַז זי האַלט זיך מיט ביידע הענט פֿאַרן װענטל פֿונעם בעט, טענהנדיק, אַז „מיר פֿאַלן‟. דערנאָך האָט זי געזאָגט: „זשעניע, גײ ניט אַװעק, דו ביסט דער אײנציקער, װאָס קאָן העלפֿן פֿיזיש!‟. טאַטיאַנאַן איז געלונגען זי באַרויִקן. זי האָט אָנגעהױבן רײדן װעגן מײַן מאַמען, איך האָב אָנגעקלונגען דער מאַמען דורכן „פֿײסטײַם‟ און זיי געװיזן איינע דער אַנדערער, נאָר קײן אמתער שמועס האָט זיך ניט באַקומען. אין אײנעם אַ מאָמענט האָט אַנע פּאַװלאָװנע פּלוצעם אַ קוק געטאָן אױף לינקס און געזאָגט: „אָט גײט מײַן מאַמע‟. אין אָװנט האָבן מיר געמאַכט אַן אַנדערן פּרוּװ, נאָר ס׳האָט זיך שױן גאָרנישט ניט באַקומען… 

אָפּגעפֿירט דער מאַמען שפּײַז, טײ און אַ קאָפֿטל. געאַרבעט. 

באַבאַיאַן [1] האָט מיך געבעטן מאַכן אַ װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון אַ באַגריסונג פֿאַר די אַרױסלאָזניקעס פֿון דער דזשוליאַרד־שול. אָנגעשריבן דעם טעקסט.

געזען אַ װידעאָ–אינטערװיו מיט אַלעקסײ באָטװינאָװן, דעם גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם אָדעסער פֿעסטיװאַל, אױף װעלכן איך װעל, מירטשעם, שפּילן קומעדיקן חודש. כאָטש די נעמען, פֿאָטערנעמען און פֿאַמיליעס פֿון זײַנע עלטערן זײַנען רוסישע, האָט ער, אַ חוץ דעם אַלעם, געזאָגט, אַז נאָך 2014 קאָן ער מער ניט פֿאָרן קײן רוסלאַנד. אָט דאָס איז אַ זאַך! װען מיר װעלן זיך באַגעגענען, װעל איך אים אומבאַדינגט בעטן מיך פֿאַרבינדן מיט קאָנצערט–אָרגאַניזאַטאָרן אין אַנדערע שטעט פֿון אוקראַיִנע.

געלײענט בראָדעלס בוך. „געזעלשאַפֿטלעכע װיסנשאַפֿטן, לױט דער נטיה, לױטן טיף–אײַנגעװאָרצלטן אינסטינקט, מעגלעך, לױט דער דערציִונג, האָבן אַ כּסדרדיקע טענדענץ אױסצומײַדן די היסטאָרישע דערקלערונג.‟. דאָס איז געװען אָנגעשריבן אין 1958; אַפּנים, האָט עס זיך געענדערט באַלד נאָך דעם: אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד שױן אין די 1970ער יאָרן פֿלעגן די זעלבע שול–לערערס לערנען סײַ געשיכטע, סײַ געזעלשאַפֿט–קענטעניש. צי אפֿשר זײַנען דאָרט אָט די צװײ װיסנשאַפֿטן „פֿאַראײניקט‟ געװאָרן פֿריִער, איידער אױפֿן מערבֿ? װי מע זאָל ניט האַסן (לגמרי ריכטיק!) דעם קאָמוניזם, האָט דאָס ערשטע אָרט אין אײניקע ענינים פֿונעם פּראָגרעס פֿאָרט געהערט די קאָמוניסטן (פֿאַרשטײט זיך, באַרעכטיקט עס ניט אין אַ מינדסטער מאָס זײערע אָנצאָליקע פֿאַרברעכנס): דװקא די באָלשעװיקעס האָבן די ערשטע בטל געמאַכט די געזעצן, װאָס האָבן פֿאַרװערט מישכּבֿ–זכר (סטאַלין, אמת, האָט זײ שפּעטער װידער אײַנגעפֿירט); טאַקע דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט דער ערשטער געשיקט אַ מענטש אינעם קאָסמאָס… געװיס איז דאָס לעבן ניט שװאַרץ–װײַס; דער עיקר איז צו פֿאַרשטײן קלאָר און קײן מאָל ניט צו פֿאַרגעסן די פּריאָריטעטן. 

„דער נעכטן און דער הײַנט באַשײַנען אײנער דעם אַנדערן קעגנזײַטיק,‟ — אַװדאי! בפֿרט אין רוסלאַנד…
  
„מע זאָגט, אַז ליוסיען פֿעװר פֿלעגט איבערחזרן במשך פֿון די לעצטע צען יאָר פֿון זײַן לעבן: ׳די געשיכטע, איז אַ װיסנשאַפֿט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, אַ װיסנשאַפֿט פֿון דער קעגנװאַרט.׳ שױן זשע איז די געשיכטע, די דיאַלעקטיק פֿון צײַט–אָפּשניטן, ניט אַ דערקלערונג אױף איר אײגענעם אופֿן פֿון דער געזעלשאַפֿט אין איר גאַנצער װירקלעכקײט? און װי באַלד אַזױ, פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט?‟ — פֿאַרשטײט זיך, אַז יאָ. אינטערעסאַנט: צי װעט די געשיכטע װערן װען–ניט–איז אױך אַ װיסנשאַפֿט פֿון דער צוקונפֿט? װױנאָװיטש אין „דער פּאָרטרעט אױפֿן פֿאָן פֿונעם מיטאָס‟ האָט דערצײלט װעגן זײַן שמועס מיט טװאַרדאָװסקין [2] נאָך דעם, װי יענער האָט אין זײַן אָנװעזנהײט געלײענט אױף אַ קול דעם מאַשינדרוק–טעקסט פֿון סאָלזשעניצינס „אײן טאָג פֿון איװאַן דעניסאָװיטשן‟:

„…ער האָט מיר געזאָגט (און נאָך דעם האָט ער עס געזאָגט אַ סך אַנדערע מענטשן), אַז ס׳װעט זײַן שװער צו פֿאַרעפֿנטלעכן אָט די גרעסערע דערציילונג, נאָר אױב עס װעט זיך אײַנגעבן (און ער האָט געהאָפֿט אױף דעם, האַלטנדיק, אַז עס זײַנען ניטאָ קײן גוטע זאַכן, װאָס מע קאָן זײ ניט פֿאַרעפֿנטלעכן), װעט דערנאָך אַלץ זײַן גוט.

— צי װילט איר אַ פּראָגנאָז? — האָב איך געפֿרעגט. — די גרעסערע דערציילונג װעט איר פֿאַרעפֿנטלעכן, נאָר דערנאָך װעט די אַלגעמיינע סיטואַציע זיך ענדערן צום ווערן ערגער.

איך האָב זיך קײן מאָל ניט אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַ נבֿיא און פֿלעג אָפּװאַרפֿן מײַנע פֿאַרערערס, צו פּרוּװן (פֿילצאָליקע) צוצושרײַבן מיר דעם טאַלאַנט פֿון אַ העלזעער (אין קײן אַנדערע העלזעערס גלײב איך אױך ניט, בתוכם יוחנן גאָטסדינער און נאָסטראַדאַמוסן, שױן אָפּגערעדט פֿון די לעבעדיקע). פֿון דעסטוועגן, האָב איך מסתּמא פֿאָרט געקענט טראַכטן, זען און פֿאַרשטײן די רעאַלע טענדענצן און די מעגלעכע ריכטונג פֿון זײער אַנטװיקלונג. דעריבער פֿלעג איך צו מאָל עפּעס פֿאָראױסטרעפֿן.

„אין דער צײַט, װאָס איך באַשרײַב, האָב איך געזען, אַז די געשעענישן, װי פֿריִער אין דער רוסלענדישער געשיכטע, אַנטװיקלען זיך לױט די געזעצן פֿונעם אומרו. סטאַלינס טעראָר איז געװען אײן זײַט פֿון דער אַמפּליטודע, כרושטשאָװס אָדליגע האָט זיך דערנענטערט צו דער אַנדערער. <…> ס׳האָט זײער אױסגעזען, אַז באַלד װעט עס דערגײן ביז צו דער גרענעץ, און די גרענעץ װעט אפֿשר װערן — אױב מע װעט עס פֿאַרעפֿנטלעכן — דװקא סאָלזשעניצינס אַנטיסטאַליניסטיש װערק. 
טאַקע אַזױ איז געשען.‟.

ס׳באַקומט זיך, אַז ס׳איז באמת מעגלעך צו מאַכן ריכטיקע אױספֿירן װעגן דעם מאָרגן אױפֿן סמך פֿונעם קענען די געשיכטע, און אין אײניקע פֿאַלן דאַרף מען פֿאַר דעם אַפֿילו ניט זײַן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער; מע דאַרף בלױז זײַן מסוגל צו „טראַכטן, זען און פֿאַרשטײן די רעאַלע טענדענצן און די מעגלעכע ריכטונג פֿון זײער אַנטװיקלונג‟. װי באַװוּסט, פֿלעגט פּײַפּס [3], זײַענדיק אַ גלענצנדיקער מומחה אין דער סאָװעטישער געשיכטע, געבן ריכטיקע עצות רײגאַנען מכּוח דער פּאָליטיק פֿון ראַטן–פֿאַרבאַנד. 

אַװדאי װענדט עס זיך ניט בלױז פֿונעם קענען די געשיכטע, נאָר אױך פֿונעם שׂכל–היושר. אין די סאָװעטישע צײַטן האָב איך געקענט אײנעם אַ קאַנדידאַט פֿון היסטאָרישע װיסנשאַפֿטן, װאָס פֿלעגט מאַכן דעם פֿאָלגנדיקן פּראָגנאָז אױף דער צוקונפֿט: אין די קומעדיקע 15 יאָר װעט זײַן שלום, נאָר שפּעטער — איז עס אומבאַװוּסט, מחמת אױב די „איבערבױונג‟ װעט ניט געלינגען, װעלן מיר אין 15 יאָר אַרום מער ניט קאָנען אונטערהאַלטן דעם מיליטערישן באַלאַנס, אַזױ אַז די אַמעריקאַנער װעלן אָנפֿאַלן אױף אונדז, און ס׳װעט געשען אַ נוקלעאַרע מלחמה…

„גלייבט ניט, אַז בלױז די אַקטיאָרן, װאָס טומלען מער פֿון אַלעמען, זײַנען די סאַמע אױטענטישע, — עס זײַנען דאָ אױך אַנדערע, שטילערע…‟ — דאָס לעבט אין מײַן זכּרון אױף זשאַבאָטינסקיס װערטער: „קײן אײן ערנסטער צוזעער האָט ניט קײן ספֿק, אַז הגם עס טומלען אױף די רוסישע קולטורעלע יום–טובֿים די ייִדן, דינען פֿאַרן אמתדיקן, סטיכיש–אומשטערבאַרן אָנשפּאַר און קװאַל פֿון דער רוסישער קולטור גראָד ניט יענע, װאָס טומלען מער, נאָר יענע, װאָס שװײַגן.‟ איך האָב דאָס אַלץ פֿאַראײגנט שױן זײער לאַנג צוריק — און דעריבער טאַקע שרײַב איך אױף ייִדיש. 

ס׳איז געװען שװער צו לײענען װעגן דער סאָציאָלאָגישער מאַטעמאַטיק: בײַ מײַן גאַנצן דרך–ארץ, האָט מאַטעמאַטיק מיך קײן מאָל ניט אינטערעסירט. לינגװיסטיק איז מיר נענטער, אײדער מאַטעמאַטיק, נאָר מכּוח פֿאָנעמיק האָב איך פֿריִער גאָרנישט ניט געװוּסט, און דאָס איז אױך געװען ניט גרינג צו לײענען און אינעם קאָנטעקסט פֿון דער געשיכטע — אומגעריכט. ס׳איז אינטערעסאַנט, װאָס לוי–סטראַוס טײלט אױס די קאָמוניקאַציע פֿון פֿרױען — און װאָס בראָדעל האַלט די קאָמוניקאַציע פֿון סחורות און באַדינונגען פֿאַר אַ שפּראַך.
                        


הײַנט איז אַנדרײ סאַכאַראָװס 100סטער יובילײ. מיר האָבן געװאָלט אָרגאַניזירן אין דעם טאָג אַ גרױסן גאַלאַ–קאָנצערט אין קאַרנעגי־האָל אין שײַכות מיט דעם, נײַערט צוליב דער פּאַנדעמיע האָבן מיר געמוזט אים אָפּלײגן אױף אַ יאָר. הלװאַי אין אַ יאָר אַרום זאָך זיך אַלץ באַקומען.

אַנדריי סאַכאַראָוו בשעתן אויפֿטריט אויפֿן צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד

מיט 20 יאָר צוריק האָט יעװטושענקאָ [4] אָנגעשריבן אַ ליד מיטן נאָמען „ווי פֿעלט אונדז סאַכאַראָװ‟. לעצטנס, דאַכט זיך מיר, אַז אָט די װערטער זײַנען אַקטועל, װי קײן מאָל פֿריִער ניט. אַצינד, בעת אַלץ אין דער װעלט איז אַזױ פֿאַרפּלאָנטערט און קײן מאָראַלישע אױטאָריטעטן זײַנען ניטאָ, — פֿעלט אונדז זייער אַזאַ מענטש, װי סאַכאַראָוו, װאָס װאָלט הײַנט געװאָרן אַלט הונדערט יאָר! נאָך מער: זײַנע אָנשױונגען מכּוח פֿאַרשײדענע ענינים זײַנען הײַנט פּונקט אַזױ אַקטועל, װי בײַ זײַן לעבן!

אָט, למשל, װאָס ער האָט געשריבן װעגן ציוניזם: „אַלע אָנפּניותדיקע מענטשן װײסן, אַז ציוניזם איז אַן אידעאָלאָגיע פֿון דעם נאַציאָנאַלן װידעראױפֿלעב בײַם ייִדישן פֿאָלק נאָך די 2 טױזנט יאָר גלות, און אַז אָט די אידעאָלאָגיע איז ניט געװענדט קעגן אַנדערע פֿעלקער.‟.
  
די דאָזיקע שורות דאַרף מען איבערחזרן װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל, אַרײַנשלאָגן זײ אין קאָפּ אַרײַן אַלע הײַנטיקע שוטים און מנוּװלים איבער דער גאָרער װעלט, װאָס האָבן די העזה צו זידלען ציוניזם!

און אָט — זײער פּרטימדיק שרײַבט ער מכּוח ישׂראל בכלל:

מינכן 1972

„אין סעפּטעמבער 1972 האָט מען זיך דערװוּסט װעגן דעם שרעקלעכן פֿאַרברעכן: דעם מאָרד פֿון די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אױף דער מינכנער אָלימפּיאַדע. אָט די אַקציע, דורכגעפֿירט פֿון די פּאַלעסטינישע טעראָריסטן עובֿר דעם טראַדיציאָנעלן פֿרידן-סטאַטוט פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אָלימפּיאַדעס, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן נאָך אין די אַנטיקישע צײַטן, לױט דער באַהױפּטונג פֿון אירע אָרגאַניזאַטאָרן, האָט די אַטאַקע געמוזט צוציִען דעם אױפֿמערק צום טראַגישן מצבֿ פֿונעם פּאַלעסטינישן פֿאָלק און באַשטראָפֿן די ציוניסטן, וואָס זײַנען שולדיק אין אָט דער טראַגעדיע; פֿון דעסטװעגן, אין אַ באַדײַטנדיקער מאָס איז די אַטאַקע, זעט אױס, געװען אַ טײל און דער אָנהייב פֿון אַ טעראָריסטישער קאַמפּאַניע, רעאַליזירט מצד די געהײמע דינסטן פֿון אײניקע מלוכות לױט אַ פּלאַן, קאָאָרדינירט פֿון פֿריִער, כּדי חרובֿ צו מאַכן די װעלט–קאַפּיטאַליסטישע אָרדענונג (איך האָב ניט קײן דירעקטע ראַיות פֿון אָט דער טענה; דאָס איז אַ השערה, װאָס די צוקונפֿט װעט אַרויסװײַזן איר אמתדיקײט אָדער פֿאַלשקײט). איך פֿאַראורטײל טעראָריזם פּרינציפּיעל װי אַ העכסט ברוטאַלע און רויִנירנדיקע דערשײַנונג, מיט װאָס פֿאַר אַ צילן מע זאָל אים ניט באַרעכטיקן. בפֿרט פֿאַראורטײל איך אַנטשײדן אױך די טעראָריסטישע אַקציע קעגן דער פֿרידלעכער באַפֿעלקערונג פֿונעם אַראַבישן דאָרף דעיִר יאַסין אינעם פּעריאָד פֿון די געשפּאַנטע אַראַביש–ישׂראלדיקע צוזאַמענשטױסן פֿון די יאָרן 1948–1949. 

„באַלד נאָך דער מינכנער טראַגעדיע האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אָנגענומען אַ באַשלוס װעגן ענטפֿער–אַקציעס אױף די טעראָריסטישע אַקטן קעגן די ישׂראלדיקע בירגער, האָפֿנדיק, װײַזט אױס, אױף אַזאַ אופֿן ניט דערלאָזן קיין טעראָר. אין פֿאַרלױף פֿונעם באָמבירן די פּאַלעסטינישע לאַגערן אױף דרום פֿון לבֿנון זײַנען געװען פֿילצאָליקע קרבנות, בתוכם צװישן די פֿרידלעכע אײַנװױנערס (און װעגן דעם קאָן מען נישט ניט באַדױערן). נאָר די טעראָריסטישע אַקטן זײַנען אָנגעגאַנגען װײַטער. במשך פֿון צען יאָר זײַנען אומגעקומען (װי איך האָב געהערט אויפֿן ראַדיאָ) 1300 ישׂראלדיקע בירגער, פֿון די ענטפֿער–באָמבירונגען — אַ פֿיל מאָל גרעסערע צאָל פּאַלעסטינער, געשטעלט מצד דער אָנפֿירונג פֿון דער פּ.ב.אָ. אין דער לאַגע פֿון ערבֿניקעס. אַצינד, בעת איך שרײַבן אָט דאָס קאַפּיטל, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג באַשלאָסן צו פֿאַרניכטן די מיליטערישע „פּאַלעסטינישע באַפֿרײַונג־אָרגאַניזאַציע‟, פֿירנעמענדיק אַ גרױסן אָנגריף. אין פֿאַרלױף פֿון די קריגס–אָפּעראַציעס זײַנען װידער אומגעקומען אַ סך פֿרידלעכע אײַנװױנערס — פּאַלעסטינער און ליבנער, פֿיל סאָלדאַטן פֿון בײדע צדדים. דאָס איז טראַגיש, נאָר טראַגיש איז דאָך דער גאַנצער מצבֿ, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אױפֿן מיטעלן מיזרח. מע מוז נעמען אין אַכט אױך די דעסטאַביליזירנדיקע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנסעקװענצן פֿון די פּ.ב.אָ׳ס האַנדלונגען במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק, דאָס שײַכות פֿון דער גאַנצער סיסטעם פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם מיט דער פּ.ב.אָ. באַזונדערס שװער זײַנען די רעזולטאַטן אין לבֿנון, װוּ צוליב דעם בירגער–קריג זײַנען אומגעקומען העכער 100000 מענטשן. און דאָך בין איך ניט זיכער, אַז אַלע מעגלעכקײטן פֿון אַ פֿרידלעכער לייזונג זײַנען אױסגעשעפּט געװאָרן.

„עטלעכע װערטער מכּוח דעם, װי איך באַצי זיך צו דער פּאַלעסטינישער פּראָבלעם בכלל. געװיס האָט יעדעס פֿאָלק דאָס רעכט אױף אַן אייגענער טעריטאָריע — דאָס איז שײך אי די פּאַלעסטינער, אי די ישׂראלים, אי, אַשטײגער, די קרימער טאָטערן. נאָך דער טראַגעדיע, װאָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין די 1940ער יאָרן, זײַנען די פּאַלעסטינער געװאָרן אַן אָביעקט פֿון מאַניפּולירונג, פּאָליטישער שפּיל און ספּעקולאַציע; זײ האָבן זיך געפֿונען אין די הענט פֿון די אױסערלעכע קראַפֿטן, װאָס זײַנען פֿאַר זײ פֿרעמד. שױן לאַנג װאָלט געװען מעגלעך צו באַזעצן די פּליטים איבער די רײַכסטע אַראַבישע לענדער, צו געבן זײ אין די הענט טעכניק און ערד, געלט און בילדונג אָנשטאָט צו לאָזן מע זאָל אויף זיי וואַרפֿן באָמבעס, ווי אַן ענטפֿער אויף די זינלאָזע טעראָריסטישע אַטאַקעס.

„אין דער צוקונפֿט זײַנען מעגלעך פֿאַרשײדענע װאַריאַנטן פֿון אַ פֿרידלעכן אופֿן אײַנרעגולירן און דערגרייכן אַ פּאַלעסטינישע אױטאָנאָמיע. פֿון דעסטװעגן, קאָן ישׂראל ניט דערלאָזן דערבײַ אַן אױסבילדונג, װאָס איז אָפּהענגיק פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אינעװײניק אין דער מלוכה גופֿא אָדער לעבן איר. בלױז די פֿולשטענדיקע אָנערקענונג פֿון ישׂראל, דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון טעראָריזם, דאָס שאַפֿן די גאַראַנטיעס פֿאַר דער אומאָפּהענגיקײט פֿון די אױסערלעכע װירקונגען קאָנען װערן אַן אמתער יסוד פֿונעם לייזן דעם גורל פֿון די פּאַלעסטינער.

„ישׂראל און די פּאַלעסטינער מוזן אַרױסװײַזן דעם װילן צו אונטערהאַנדלונגען, צום אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך, צו אַ טיפֿן קאָמפּראָמיס, אָנערקענען די פֿאַראַנענקײט בײַם צד–שכּנגד געזעצלעכע רעכט און אינטערעסן, אױפֿהערן זיך איבערװאַרפֿן מיט באַליידיקונגען („טעראָריסטן‟ — „ציוניסטן‟; דאָס לעצטע, אמת, איז אַן און פֿאַר זיך ניט קײן באַלײדיקונג), שױן אָפּגערעדט פֿון באַװאָפֿנטע קלעפּ.

„(דער צוגאָב פֿונעם יאָר 1988. איך האָף, אַז די ענדערונגען אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, װאָס האָבן אַ שײַכות צו זײַן אינערן– און אױסערן–פּאָליטיק, װעלן מיטהעלפֿן דער לייזונג פֿון דער אָנגעװײטיקטער מיטעלן–מיזרח פּראָבלעם. אין דער צוקונפֿט איז מעגלעך און נייטיק צו שאַפֿן גאַראַנטיעס, אַז סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אַנדערע לענדער, װאָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט אים, וועלן זיך ניט אַרײַנמישן. אַזאַ צוגאַנג וועט מוזן באַזײַטיקן ישׂראלס חששים.)‟

הײַנט קאָן מען דערצו צוגעבן, אַז הגם דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד איז מער ניטאָ, איז אַצינד דאָ איראַן, פֿון װעלכן די פּאַלעסטינער זײַנען אױך אָפּהענגיק, און װאָס איז אין אַ געװיסן זין נאָך מער סכּנהדיק, אײדער דער ראַטן–פֿאַרבאַנד: בײַ זייער גאַנצער אַנטי–ישׂראלדיקער פּאָליטיק, האָבן די סאָװעטן פֿאָרט קײן מאָל ניט אָפּגעלײקנט ישׂראלס רעכט אױף עקזיסטענץ; איראַן אָבער לייקנט עס עקשנותדיק אָפּ און טענהט כּסדר, אַז ישׂראל דאַרף פֿאַרניכטעט װערן. דעריבער זײַנען נאָך אַלץ אַקטועל סאַכאַראָװס װערטער, אַז אין אַזאַ סיטואַציע קאָן ישׂראל ניט דערלאָזן אַ פּאַלעסטינישע אױסבילדונג סײַ אין דער מלוכה גופֿא און סײַ לעבן איר. אַגבֿ, ס׳איז דאָ אַ װיכטיקער פּרט: װי עס איז צו זען פֿון דעם אױבנגעבראַכטן אויסצוג, האָט סאַכאַראָװ אַפֿילו ניט באַטראַכט דעם װאַריאַנט פֿון אַ פּאַלעסטינישער מלוכה, ער האָט גערעדט בלױז װעגן אַן „אױטאָנאָמיע‟!

און דאָס דאַרף מען אױך איבערחזרן נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל, אַרײַנשלאָגן אין קאָפּ פֿון די הײַנטיקע לינקיסטן און אַלע אַנדערע, װאָס האָבן עס עד־היום ניט פֿאַרשטאַנען: נ י ט   י שׂ ר א ל   א י ז   ש ו ל ד י ק   א י ן ד ע ם   ט ר אַ ג י ש ן מ צ בֿ פֿ ו ן  ד י   פּ אַ ל ע ס ט י נ ע ר!  נ י ט   י שׂ ר א ל   א י ז   ש ו ל ד י ק   א י ן   ד ע ם,   ו ו אָ ס   פֿ ו ן   ז ײַ נ ע   ע נ ט פֿ ע ר – אַ ק צ י ע ס   ו ו ע ר ן
או מ ג ע ב ר אַ כ ט   מ ע ר   פּ אַ ל ע ס ט י נ י ש ע   פֿ ר י ד ל ע כ ע   א ײַ נ ו ו ו י נ ע ר ס,   ו ו י   י שׂ ר א ל –ב י ר ג ע ר   —   פֿ ו ן    ד י   פּ אַ ל ע ס ט י נ י ש ע   ט ע ר אָ ר י ס ט י ש ע   אַ ט אַ ק ע ס!   ד װ ק א  י שׂ ר א ל   ד אַ ר ף   מ ע ן   א ו נ ט ע ר ה אַ ל ט ן! אַנדרײ סאַכאַראָװ, אײנער פֿון די סאַמע בעסטע מענטשן אין דער מענטשהײטס געשיכטע, האָט דאָס אַלץ פֿאַרשטאַנען נאָך מיט 40 יאָר צוריק — און ס׳איז שױן לאַנג די צײַט צו פֿאַראײגענען סוף–כּל–סוף אָט די אמתן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל!

מכּוח דער טױטשטראָף:

„װען ס׳איז געמאָלדן געװאָרן דער טױטאורטײל פֿאַר צװײ פֿון די באַשולדיקטע, האָבן אינעם זאַל זיך דערהערט אַפּלאָדיסמענטן פֿון די קאַגעבע־לײַט און דעם „אײַנגעלאַדענעם‟ עולם. ליוסיע, אױסער זיך, האָט געשריִען:
  
— פֿאַשיסטן! בלױז פֿאַשיסטן אַפּלאָדירן דעם טױט־אורטײל!‟
  
„איך האַלט די טױטשטראָף פֿאַר אַ ברוטאַלער און אַמאָראַלישער אינסטיטוציע, װאָס רײַסט אונטער די מאָראַלישע און רעכטלעכע יסודות פֿון דער געזעלשאַפֿט. די מלוכה אין נאָמען פֿון אירע פֿונקציאָנערן, װאָס װי אַלע מענטשן, האָבן אַ נטיה צו אױבערפֿלעכלעכע אױספֿירן, װירקונגען, פֿאַרבינדונגען, פֿאָראורטײלונגען און עגאָצענטרישער מאָטיװאַציע פֿון דער אױפֿפֿירונג, — פֿאַראײגנט די רעכט אױפֿן סאַמע גרױליקן און אַבסאָלוט אומצוריקקערלעכן טאַט: דאָס באַרױבן דאָס לעבן. אַזאַ מלוכה קאָן ניט אױסקוקן אױף אַ פֿאַרבעסערונג פֿון דער מאָראַלישער אַטמאָספֿער אינעם לאַנד. איך לײקן אָפּ אין אַ װאָסערער–ניט–איז מאָס די װעזנטלעכע אָנשרעקנדיקע װירקונג פֿון דער טױטשטראָף אױף די פּאָטענציעלע פֿאַרברעכערס. איך בין זיכער אינעם פֿאַרקערטן: ברוטאַלקײט ברענגט מיט זיך נאָר ברוטאַלקײט. 

„איך לײקן אָפּ די פּראַקטישע נױטװענדיקײט און עפֿעקטיװקײט פֿון דער טױטשטראָף װי אַ מיטל צו פֿאַרטײדיקן די געזעלשאַפֿט. די נױטװענדיקע אין אײניקע פֿאַלן צײַטװײַליקע איזאָלאַציע פֿון פֿאַרברעכערס מוז פֿאַרװירקלעכט װערן דורך מער הומאַנישע, מער צוגעפּאַסטע מאָסמיטלען, װאָס דערלאָזן קאָרעקטירונג, אױב ס׳װעט זײַן אַ געריכט–פֿעלער אָדער ענדערונגען אין דער געזעלשאַפֿט צי אין דעם פֿאַרברעכערס פּערזענלעכקײט.
  
„איך בין איבערצײַגט, אַז ניט בלױז יענע, װאָס שטעלן זיך פֿאַרן געריכט, נאָר די געזעלשאַפֿט בכלל און איר יעדעס מיטגליד בפֿרט, טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די באַגאַנגענע פֿאַרברעכנס. די אױפֿגאַבע צו פֿאַרקלענערן און ליקװידירן די פֿאַרברעכלעכקײט האָט ניט קײן פּשוטע לײזונגען, און אַלנפֿאַלס ניט די טױטשטראָף קאָן דערצו זײַן אַ לײזונג. בלױז אַ דױערהאַפֿטע עװאָלוציע פֿון דער געזעלשאַפֿט, אַן אַלגעמיינער הומאַניסטישער אױפֿשטײַג, װאָס פֿלאַנצט אײַן אין מענטשן די טיפֿע פֿאַרערונג פֿון דעם לעבן און דעם מענטשלעכן שׂכל, און אַ גרעסערער אױפֿמערק אויף די שװעריקײטן און פּראָבלעמען פֿון דעם אַנדערן קאָנען ברענגען אין דער צוקונפֿט צו דער פֿאַרקלענערונג פֿון די קרימינעלע מעשׂים און אַפֿילו זײער גאַנצער ליקװידאַציע. אַזאַ הומאַנישע געזעלשאַפֿט איז אַצינד ניט מער װי אַ חלום, און בלױז הומאַנישע אַקטן הײַנט װעלן שאַפֿן די האָפֿענונג אױף דער מעגלעכקײט פֿון איר פֿאַרװירקלעכונג אין דער צוקונפֿט. איך האַלט, אַז די פּרינציפּיעלע װיכטיקײט פֿון אַ פֿולן אָפּשאַף פֿונעם טױטאורטײל גיט די גרונטן ניט צו באַטראַכטן יענע דערװידערונגען מצד די אָנהענגערס פֿאַרן אָפּהיטן די טויטשטראָף ווײַטער, װאָס באַזירן זיך אױף די באַזונדערע אױסנאַם–פֿאַלן.  

„נאָך אין קינדשאַפֿט האָב איך מיט ציטער געלײענט דאָס מערקװירדיקע זאַמלבוך „קעגן דער טױטשטראָף‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין רוסלאַנד אין 1906—1907, אין די יאָרן פֿון די נאָכרעװאָלוציאָנערע אײַנריכטונגען. (סיטינס פֿאַרלאַג, מיטן אָנטײל פֿון מײַן זײדן אי. נ. סאַכאַראָװ.) איך װײס די לײַדנשאַפֿטלעכע אַרױסזאָגונגען פֿון שרײַבערס — ל. טאָלסטױען, דאָסטאָיעװסקין, הוגאָ, קאָראָלענקאָ, ראָזאַנאָװן, אַנדרעיעװן און אַ סך אַנדערע. פֿונעם דערמאָנטן זאַמלבוך װײס איך די אַרגומענטאַציע פֿון אַ רײ װיסנשאַפֿטלערס — באַזשענאָװן (די פּסיכאָלאָגיע פֿון די געטײטע), סאָלאָװיאָװן, גערנעטן, גאָלדאָװסקין, דאַװידאָװן און אַנדערע. איך האַלט זיך בײַ זײער איבערצײַגטקײט אין דעם, אַז טויטשטראָף לויט איר פּסיכאָלאָגישן שוידער, איז ניט צו פֿאַרגלײַכן גרעסער פֿון ס’רובֿ פֿאַרברעכנס און אַז דעריבער איז זי קײן מאָל ניט אַ גערעכטיקע אָפּצאָלונג, באַשטראָפֿונג. און װעגן װאָס פֿאַר אַ באַשטראָפֿונג קאָן גײן די רײד בנוגע אַ מענטש, װאָס הערט אױף צו עקזיסטירן. װי די דערמאָנטע פּערזענלעכקייטן, בין איך איבערצײַגט, אַז די טױטשטראָף האָט ניט קײן מאָראַלישע און פּראַקטישע פֿאַרענטפֿערונגען און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן איבערבלײַבס פֿון די באַרבאַרישע נקמה־מינהגים. אַ נקמה, װאָס װערט דורכגעפֿירט קאַלטבלוטיק און אַרומגעטראַכט, אָן אַ פּערזענלעכן געפֿאַר פֿאַר די הענקערס און אָן אַן אַפֿעקט בײַ די ריכטערס, און װאָס איז דעריבער באַזונדערס שענדלעך און עקלדיק. 

„איך װעל זיך קורץ אָפּשטעלן אױף דער טעראָריזם–פֿראַגע, װאָס װערט איצט אָפֿט באַהאַנדלט. איך האַלט די טױטשטראָף אַבסאָלוט ניט–עפֿעקטיװ פֿאַרן קאַמף קעגן די טעראָריסטן און די אַנדערע פּאָליטישע פֿאַרברעכנס, װאָס װערן באַגאַנגען צוליב פֿאַנאַטישע איבערצײַגונגען, — אין אַזאַ פֿאַל איז די טױטשטראָף בלױז אַ קאַטאַליזאַטאָר פֿון אַ מער מאַסנהאַפֿטיקער פּסיכאָזע פֿון דער געזעצלאָזיקײט, נקמה און ברוטאַלקײט. דאָס געזאָגטע מיינט ניט, אַז איך פֿאַרענטפֿער אין אַ װאָסערער–ניט–איז מאָס דעם הײַנטיקן פּאָליטישן טעראָריזם, װאָס ברענגט אָפֿט מיט זיך דעם אומקום פֿון צופֿעליקע מענטשן, דאָס נעמען ערבֿניקעס, בתוכם קינדער, און אַנדערע גרױליקע פֿאַרברעכנס. נאָר איך בין איבערצײַגט, אַז דאָס געפֿענקעניש, מעגלעך, מיטן אָננעמען אַ געזעץ, װאָס פֿאַרװערט צו באַפֿרײַען פֿאַר דער צײַט אַפֿילו אין די פֿאַלן, װען דער געריכט האָט עס באַשלאָסן, איז גלײַכער פֿאַר דער פֿיזישער און פּסיכאָלאָגישער איזאָלאַציע פֿון די טעראָריסטן, פֿאַר ניט דערלאָזן װײַטערדיקע אַקטן פֿון טעראָר.‟

כאָטש אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן מיט העכער 40 יאָר צוריק, דאַרפֿן זײער פֿיל מענטשן, בפֿרט רוסיש–רײדנדיקע, נאָך אַלץ זיך אַרײַנלײענען און זיך אַרײַנטראַכטן אין יעדן װאָרט, אין יעדער פֿראַזע פֿונעם דאָזיקן טעקסט, כּדי סוף–כּל–סוף צו פֿאַרשטײן און פֿאַראײגענען די אַלף–בית–אמתן, װאָס ער אַנטהאַלט, און צו װעלכע דער מענטשהײטס בעסטע מוחות זײַנען דערגאַנגען שױן לאַנג (בפֿרט זײַנען אונדזערע אָבֿות דערגאַנגען צו זײ מיט 2000 יאָר צוקיר).

אַצינד װעל איך ניט רײדן װעגן יענע געװײנטלעכע מענטשן, װאָס פֿאָרשן ניט אױס אָט די פֿראַגע, האָבן מיינונגען, באַזירטע אױף אינסטינקטן, און זאָגן זײ ניט אַרױס עפֿנטלעך. פֿון דעסטװעגן, קאָן איך ניט פֿאַרגעסן, למשל, ל. ראַדזיכאָװסקין [5], װאָס האָט בשעתּו אָנגערופֿן די קעגנערס פֿון דער טױטשטראָף „צבֿועקעס‟ און אַרױסגעזאָגט אַזאַ אַרגומענט: „װאָס זשע דאַרף מען טאָן מיט אַלע טעראָריסטן?‟ מזל–טובֿ, חבֿר ראַדזיכאָװסקי: לױט אײַער אױפֿגעקלערטער מײנונג, איז אַנדרײ סאַכאַראָװ געװען אַ צבֿועק! — װי אױך װיקטאָר הוגאָ, לעװ טאָלסטױ, װלאַדימיר קאָראָלענקאָ, רבי עקיבֿה און אַ סך אַנדערע בעסטע פֿאָרשטײערס פֿון דער מענטשהײט. געדענק איך אױך אַ. דעמענטיעװן [6], װאָס האָט אין אײנעם אַ ליד אױפֿגערופֿן אומצוקערן צוריק די טױטשטראָף (סאַראַ בזיון פֿאַר אַ רוסישן פּאָעט!); ס. גאָװאָרוכינען [7], װאָס האָט כּסדר געטענהט, אַז מע זאָל אײַנפֿירן די טױטשטראָף אין רוסלאַנד, און זיך אָפּגעזאָגט צו גלייבן דער סטאַטיסטיק, לױט װעלכער די טױטשטראָף לחלוטין פֿאַרקלענערט ניט די קרימינעלע מעשׂים… קאָן איך אױך ניט פֿאַרגעסן אײנעם אַן אױטאָר (ער איז כּלל ניט אַזױ באַקאַנט, װי די אױבנדערמאָנטע מענטשן; ער פֿלעגט שרײַבן אַזױ פֿיל טיפּשות און מיאוסקײטן, אַז מיר װילט זיך ניט אַפֿילו אָנרופֿן זײַן נאָמען), װאָס האָט אַ מאָל אָנגעשריבן אין דער צײַטונג „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟, אַז די ריכטערס, באַשטימטע פֿון רײגאַנען און בושן, זאָרגן פֿאַר די קרבנות פֿון די פֿאַרברעכערס, װײַל זײ זײַנען פֿאַר דער טױטשטראָף, נאָר יענע, נאָמינירטע פֿון די דעמאָקראַטישע פּרעזידענטן, זאָרגן כּלומרשט פֿאַר די פֿאַרברעכערס, װי באַלד זײ זײַנען קעגן טױטשטראָף…

איז אָט: ד י ט ו י ט ש ט ר אָ ף א י ז אַ ן  אַ כ ז ר י ו ת ד י ק ע,  ב אַ ר ב אַ ר י ש ע,  אַ מ אָ ר אַ ל י ש ע  א י נ ס ט י ט ו צ י ע.  ז י  א י ז  ש ע נ ד ל ע ך  א ו ן  ע ק ל ד י ק.  ב ל ו י ז  פֿ אַ ש י ס ט ן  אַ פּ ל אָ ד י ר ן  ד ע ם  ט ו י ט א ו ר ט י י ל. ס׳איז ניט מײַן מיינונג, ס׳איז געװען די מיינונג פֿון אַנדרײ סאַכאַראָװן: אײנעם פֿון די סאַמע בעסטע און אױטאָריטעטע מענטשן אין דער װעלט און אין דער געשיכטע. און אױב אַזױ, דאַרף עס ענדלעך פֿאַראײגנט װערן פֿון יעדערן, װאָס פּרעטענדירט צו זײַן אַ ציװיליזירטער מענטש. מיר אַלע זײַנען גאָרנישטן, דילעטאַנטן אין פּאָליטיק — און מיר, װי אױך אַלע מענטשן פֿון מײַן קרײַז, איז שטענדיק, זינט יונגע יאָרן, געװען קלאָר װי דער טאָג, אַז כּדי צו פֿאַרשטײן דעם אמת אין פּאָליטיק, דאַרף מען זיך אָריענטירן דװקא אױף סאַכאַראָװס אָנשױונגען. און יענע, װאָס האַלטן זיך קליגער און מער קאָמפּעטענט, װי סאַכאַראָװ, זײַנען גאװהדיקע באָלװאַנעס, װאָס פֿאַרדינען בלױז חוזק און טיפֿסטן ביטול!

װעגן רעליגיע:

„איך גלײב ניט אין קײן שום דאָגמאַטן, מיר געפֿעלן ניט די אָפֿיציעלע קירכן (באַזונדערס יענע, װאָס זײַנען געקניפּט און געבונדן מיט דער מלוכה אָדער צייכענען זיך אױס הױפּטזאַכלעך מיט ריטואַליזם אָדער פֿאַנאַטיזם און אומטאָלעראַנטקײט. אין דער זעלבער צײַט קאָן איך זיך ניט פֿאָרשטעלן די אַלװעלט און דאָס מענטשלעכע לעבן אָן עפּעס אַ יסוד, װאָס באַזיניקט זײ, אָן אַ קװאַל פֿון גײַסטיקער „װאַרעמקײט‟, װאָס ליגט אױסער דער מאַטעריע און אירע געזעצן.‟

טאַקע אַזױ האָב איך געפֿילט מײַן גאַנץ באַװוּסטזיניק לעבן — נאָר קײן מאָל װאָלט איך ניט געקאָנט עס אױסדריקן אַזױ גוט…

מכּוח זײַן קאַמף פֿאַר רעליגיעזער פֿרײַהײט און פֿאַר די רעכט פֿון די גלױביקע אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד:

„איך גײ צו צו רעליגיעזער פֿרײַהײט װי צו אַ טײל פֿון דער אַלגעמיינער פֿרײַהײט פֿון אָנשױונגען. װען איך װאָלט געלעבט אין אַ קלעריקאַלער מלוכה, װאָלט איך מסתּמא אַרױסגעטראָטן צו פֿאַרטײדיקן אַטעיִזם און די פֿאַרפֿאָלגטע מענטשן פֿון אַנדערע גלױבנס און הערעטיקערס!‟

יאָ, דװקא אַזױ: די פֿרײַהײט פֿון אָנשױונגען מוז זײַן הײליק פֿאַר יעדן ציװיליזירטן מענטש, ניט װיכטיק, צי ער איז אַ גלױביקער, אַן אַטעיִסט, אַן אַגנאָסטיק און אַזױ װײַטער.
 
… סאַכאַראָװס לאַנד איז תּמיד געװען און געבליבן ניט װערט זײַן גרױסן זון. הײַנט דאַרף אים ניט בלױז רוסלאַנד, נאָר אױך די גאַנצע װעלט…


[1] באַבאַיאַן, סערגיי — אַמעריקאַנער פּיאַניסט און פּעדאַגאָג
[2] טוואַרדאָווסקי, אַלעקסאַנדר (1910־1971) — סאָוועטישער פּאָעט, פּראָזאַיִק, רעדאַקטאָר
[3] פּײַפּס, ריטשאַרד (1923־2018) — אַמעריקאַנער היסטאָריקער, פֿילאָסאָף
[4] יעווטושענקאָ, יעווגעני (1932־2017) — סאָוועטישער, רוסלענדישער פּאָעט
[5] ראַדזיכאָווסקי, לעאָניד (1953) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּובליציסט און זשורנאַליסט
[6] דעמענטיעוו, אַנדריי (1928־2018) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּאָעט
[7] גאָוואָרוכין, סטאַניסלאַוו (1936־2018) — סאָוועטישער און רוסלענדישער קינאָרעזשיסאָר

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s