אונטער אַ קאַרשנביימל

משה לעמסטער

פֿאָלקסמאָטיוון

זאָג מיר

דו ווילסט מיט מיר ניט ריידן,
בלאָזט אויף מיר דײַן ליפּ.
הער אויף איך בעט דיך, מיידל,
זאָג, אַז דו האָסט מיך ליב.

דײַן מאַמע אויף מיר זיך בייזערט —
כ’ליג איר אין זיבעטן ריפּ,
איז פֿאָלג זי ניט, מײַן מיידל,
זאָג, אַז דו האָסט מיך ליב.

וויסט כ’זאָל שטאַרבן, מילא,
גלײַך צו וויסן מיר גיב.
פֿאַר דעם נאָר, כאָטשבי, מיידל,
זאָג, אַז דו האָסט מיך ליב…

2 אַפּריל, 2022

אונטער אַ קאַרשנביימל

אונטער אַ קאַרשנביימעלע
ליגט אַ ייִנגעלע מיט אַ מיידעלע
זיי דאָרטן אין איינעם נאַשן
די זיסע פֿרילינג־קאַרשן.

נאַשן און קושן זיך ביידע
מיט געפֿילן צאַרטע און ריינע.
מיטן קאַרשנזאַפֿט אויף די ליפּן
איז זיסער, געשמאַקער זייער ליבע.

עס קאָן נאָר דאָס ביימל ניט וויסן,
און אויך זײַנע קאַרשן זיסע —
זייער ליבע וועט זײַן אויף אַ לעבן,
צי נאָר ביז די האַרבסטיקע עפּל?..

אַפּריל, 2022

דאָס שטיבל

בײַם גאָרטן שטייט דאָס שטיבל
מיט שײַנענדיקע פֿענצטער
דאָ האָט געוווינט מײַן ליבע
אויף דער וועלט — די שענסטע.

דאָס שטיבל איז געבליבן…
אַוועק אַזוי פֿיל יאָרן
דאָ וווינט שוין ניט מײַן ליבע
זי איז אַוועקגעפֿאָרן.

מיר דאַכט, אַז הײַנט בײַם גאָרטן
די פֿענצטער שײַנען ווידער
עס קוקט אויף מיר פֿון דאָרטן
ווי אַ זונעלע מײַן ליבע…

16 אַפּריל, 2022

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s