לאַפּסוס־קאַקטוס — 58

אוקראַיִנישער עלעמענט אין דער ייִדישער שפּראַך (2)

לאָמיר ווײַטער באַטראַכטן די אַוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקע ווערטער פֿון מאַמע־לשון. ווי מיר האָבן ביז אַהער געזען, זײַנען ס׳רובֿ אוקראַיִניזמען פֿאַרבונדן מיט לאָקאַלע פֿאַכן און „אַרום דעם פֿאַך‟, ווי אויך מיטן לעבנס־שטייגער — קליידער און קליידונג, שפּײַז און שפּײַזונג, ערד־אַרבעט און ווירטשאַפֿט, נאַטור.

די ייִדישע שרײַבערס, געבוירן אין אוקראַיִנע, האָבן אָרגאַניש אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זייערע שאַפֿונגען סײַ די ווערטער און סײַ די באַגריפֿן פֿון שכנישן פֿאָלק. דערמיט האָבן זיי געמאַכט נאָך בולטער און העלער די קאָלירפֿולע פּאַליטרע פֿון זייער אייגענעם שאַפֿערישן סטיל. שיקע דריז געהערט בפֿירוש צו אַן עכט־סאַמעראָדנעם פֿאָלקס־פּאָעט, וואָס די זאַפֿטן פֿון אוקראַיִניש האָבן זיך אַזוי געשמאַק צעגאָסן איבער זײַנע טיף־נאַציאָנאַלע ווערק.

כאָטש, דראַטווע
טשיפּעק(ל) — „טשעפּעץ‟
ציאַצקען זיך, ציאַצקע

כאָטש איך האָב קיין דראַטווע
און קיין פּיצל לעדער,
ניט קיין פּאַפּ און ניט קיין פֿלעקל,
חוץ אַ טינט און פֿעדער, —
[…]
דאָך וואָלט איך גענומען מײַן פֿאַרנאַכט
און פֿון אים אַ טשיפּעקל,
אַ ציאַצקעלע געמאַכט.

(„אײַך, מענטשן‟)

קווייט(ן) — „קוויטקאַ‟

ווען בײַ נאַכט, ווען מע זעט ניט קיין פֿונק אין די שטיבער,
וועגן זיי, וועגן די קווייטן, טראַכט איך איבער…

(„מײַנע קווייטן‟)

פּוך, סקריפּ, פּליוך

און פּלוצעם טוט אַ טיר אַ סקריפּ
און אומריינס טוט אַ פּליוך,
און ס׳לויפֿט אַ חזיר דורך פֿאַרבײַ
און טרעט מײַן שניי — מײַן פּוך

(„דער ערשטער שניי‟)

קלומעק — „קלונאָק‟ [אַ בינטל מיט עפּעס, וואָס מע נעמט אין וועג אַרײַן]

קלומעק

כ׳וועל לאָזן אין דרויסן
מײַן קלומעק מיט זינד,
כ׳וועל בעטן די מאַמע
פֿאַרוויגן איר קינד…

(„שטיל, שטיל, שטיל‟)

פּאָלומעסעק

פּאָלומעסעק — אַזאַ געפֿעס
ציבל, ציבעלע — „ציבוליאַ‟

אַ ווייסעך וואָס,
אַ פּאָלומעסעק מיט גראָז…
אָן אַ צוגעברוינטער ציבל
איז דער ראָסל דען אַ ראָסל?

(„מײַ פֿעטער פֿלעגט זאָגן…‟)

באָנדער — „באָנדאַר‟, קלעפּקע

דאָס לעבן אַליין
האָט דעם באָנדער געבענטשט,
ווײַל אַ מענטש אָן אַ קלעפּקע
איז בכלל ניט קיין מענטש.

(„אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ באָנדער‟)

אָטשערעט (טשערעט)

הײַנט וויל איך זײַן ווי אַ שאַרף אָטשערעטל,
הײַנט וויל איך זײַן ווי אַ ציטעריק בלעטל…

(„הײַנט‟)

פּאָלע, צימעס

מעגט איר פֿאַרקאַטשען די פּאָלעס
און קומען אויף צימעס־פֿאַסאָליעס.

(„כ׳האָב און האָב…‟)

קאָווען — „קוּוואַטי‟

קאָווען, קאָוועט זיך אַ שווערד
יודע־לייב דער שמידער!

(„יודע־לייב‟)

דאָס פֿאָלק, דער אמתער שפּראַך־באַשאַפֿער, האָט זייער איידל זיך באַצויגן צו דער וואָרט־סעלעקציע; און כּדי נישט לאָזן צו פֿאַרמיסטיקן די שפּראַך, בייז אויסגעלאַכט די אַזוי גערופֿענע „מומחים‟ און „שפּראַך־קענער‟. אָט ברענג איך ווײַטער אַ משל פֿון אַזאַ מין „לינגוויסטישן‟ וויץ:

איינער אַ ייִד אין אַן אוקראַיִניש ייִדיש שטעטל, האָט געוואָלט אַרויסווײַזן זײַן גרויס וויסן אין שפּראַכן. האָט מען בײַ אים געפֿרעגט: „ווי אַזוי רופֿט מען אויף אוקראַיִניש אַ קנאָבל?‟ לאַנג נישט געטראַכט האָט אונדזער מומחה געענטפֿערט:

אַז ציבעלע איז ציבוליאַ, איז קנאָבל — קניעבוליאַ!‟

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס!

ברוקלין, יוני 2022

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s