יעווגעני אַריה: 1947־2022
לאה שלאַנגער
דער אויסערגעוויינטלעכער רעזשיסאָר, טעאַטער־פּעדאַגאָג און גרינדער פֿון דעם „גשר‟־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ, יעווגעני אַריה איז אומגעריכט אַוועק אין דער אייביקייט אין ניו־יאָרק, בײַ 75 יאָר.

אַריה איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, זיך געלערנט פּסיכאָלאָגיע אינעם אוניווערסיטעט דערנאָך אַריבער קיין לענינגראַד, וווּ זיך געלערנט טעאַטער־רעזשיסור בײַם באַוווּסטן רעזשיסאָר געאָרגי טאָווסטאָנאָגאָוו. נאָכן פֿאַרענדיקן די סטודיע האָט אַריה רעזשיסירט אין די וויכטיקסטע טעאַטערס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אויף דער טעלעוויזיע. דאָרט האָט ער צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט די פּיעסע „ראָזענקראַנץ און גילדענשטערן זײַנען טויט‟, מיט וועלכער שפּעטער האָט דער נײַער טעאַטער אין ישׂראל „גשר‟ אָנגעהויבן זײַן טעטיקייט אין תּל־אָבֿיבֿ מיט 30 יאָר צוריק. אַ ממשותדיקע שטיצע, אַז דער רוסישער טעאַטער זאָל זיך שטעלן אויף די פֿיס, האָט געשפּילט דער „ציוניסטישער פֿאָרום‟ אין שפּיץ מיט נתּן שטשאַראַנסקין. זינט דעמאָלט אָן האָט אַריה אויפֿגעפֿירט איבער 40 פֿאָרשטעלונגען צווישן זיי „דער וווילער מענטש פֿון סעזואַן‟, „חלום אין אַ זומער־נאַכט‟, „דער קנעכט‟, „דאָס דערפֿל‟, „דער שׂטן פֿון מאָסקווע‟, און נאָך און נאָך… ווי אויך רעזשיסירט אין ניו-יאָרק, מאָסקווע, אין אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע.
יעווגעני אַריה האָט מיט זײַן עליה קיין ישׂראל אין 1990, מיטגעצויגן מיט זיך אויך עטלעכע יונגע אַקטיאָרן, זײַנע געוועזענע שילערס, וואָס זײַנען אים נאָכגעפֿאָרן, כּדי צו שפּילן אונטער זײַן אויפֿפֿירונג. צווישן זיי — דער גאָר אינטערעסאָנטער און טאַלאַנטירטער אַקטיאָר סאַשאַ דעמידאָוו, וואָס האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלעס אין אַ ריי ספּעקטאַקלען פֿון „גשר‟. אויף אַזאַ אופֿן האָט אַריה אויפֿגעבויט אין ישׂראל אַ וויכטיקע קולטור־אינסטיטוציע פֿון אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ.
דראַמאַטיש זעט אויס זײַן משפּחה־לעבן. נאָכן עולה זײַן קיין ישׂראל, איז זײַן פֿרוי מיטן זון געבליבן אין אַמעריקע, וווּ זיי האָבן פֿריִער געוווינט. ערשט אין 2019 נאָכן פּענסיאָנירן האָט זײַן פֿרוי אַריבערגעפֿאָרן קיין ישׂראל. איר בירגערשאַפֿט איז אָבער פֿאַרהאַלטן געוואָרן, ווײַל כּדי צו באַווײַזן, אַז זיי זײַנען פֿאַרהייראַט, האָבן זיי געמוזט וווינען צוזאַמען פֿיר יאָר. אָבער איידער די פֿיר יאָר זײַנען פֿאַרבײַ, איז אַריה קראַנק געוואָרן און געשטאָרבן.
עס איז זיך שווער פֿאָרצושטעלן דעם שאָדן, וואָס זײַן טויט האָט מיט זיך געבראַכט סײַ דער ישׂראל־קולטור בכלל און סײַ דעם „גשר‟־טעאַטער בפֿרט.
„מיר וועלן אים באַגלייטן מיט זײַנע אויפֿפֿירונגען, מיט אונדזער ליבע דורך דעם, וואָס מיר וועלן פֿאָרזעצן זײַן וועג און אָפּהיטן דעם ניוואָ פֿונעם טעאַטער‟, — האָט געזאָגט די אָנפֿירערין פֿונעם טעאַטער לענע קריינדלין. ס’וועט אָבער, לויט מײַן מיינונג, זײַן שווער עס מקיים זײַן.
דערלויבט מיר זיך פֿאַרהאַלטן אויף דער פֿאָרשטעלונג „דער דיבוק‟, קודם־כּל צוליב דעם, וואָס איך האָב געזען פֿאַרשיידענע אויפֿפֿירונגען און אויך אַליין אין דער באַרימטער פּיעסע געשפּילט. פֿון דעסטוועגן, האָב איך צום ערשטן מאָל געזען, אַז דער רעזשיסאָר, דער שאַפֿער פֿון דער פֿאָרשטעלונג, זאָל זיך אַזוי דײַטלעך און ערנסט באַציִען צום קעפּל, וואָס ש. אַנ-סקי האָט געגעבן זײַן ווערק, כ’מיין, „צווישן צוויי וועלטן. דיבוק‟; און וואָלט אַזוי בולט עס אויסגעדריקט סײַ דורך די אַקטיאָרן און סײַ דורך דער סצענאָגראַפֿיע, — אַזוי אַקטועל באַוויזן די יצירה פֿון 19טן יאָרהונדערט.
די שבֿחים, וואָס די פֿאָרשטעלונג האָט באַקומען אין דער העברעיִשער פּרעסע, איז אוממעגלעך אויסרעכענען. דאָך, וועל איך ברענגען אייניקע פֿון זיי: „אַ מאַגישער טעאַטער‟, „אַ טעאַטער, וואָס איז גרעסער פֿון לעבן‟, „אַזוי זעט אויס אַ הערלעכער טעאַטער‟, „אינטערעסאַנט יעדע רגע‟, „וועקט פֿאַנטאַזיע‟. דאָ קאָנט איר דערפֿילן די שווערע אַבֿדה, וואָס זײַן טויט האָט געבראַכט דעם ישׂראל־טעאַטער.
אַריה איז הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי אַ גײַסטיקער קולטור־אוצר: באַלוינט געוואָרן מיטן טעאַטער־פּריז פֿון דער ישׂראל־אַקאַדעמיע, באַקומען דעם פּרײַז ווי דער בעסטער רעזשיסאָר אין די יאָרן 1996, 1997, 2001; פּרײַז פֿאַרן בעסטן יונגן רעזשיסאָר, דעם ערשטן פּרײַז פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין רוסלאַנד וכדומה.
די פֿאָרשטעלונגען אין „גשר‟־טעאַטער ווערן הײַנט געשפּילט בײַ פֿולגעפּאַקטע זאַלן — אין זיי האָט דער גרויסער טעאַטער־מײַסטער, יעווגעני אַריה, פֿאַרקערפּערט זײַן אומשטערבלעכן גײַסט.