אױף יענער זײַט שפּיגל

דוד עומר כּהן

דער כּלת־בראשית און דעם נאַכט־מלאך

נאַטאַשאַ האָט געעפֿנט די אױגן און דערזען גדעונען, װאָס איז געלעגן לעבן איר אױפֿן בעט. אײן זײַט פֿון זײַן מוסקוליעזן קערפּער איז געװען באַהאַלטן אונטער אַ טונקל־בלױער קאָלדרע. פֿון זײַן נאַקעטן רוקן האָבן אָפּגעשײַנט די שטראַלן פֿון אַ ספֿקותדיקן קאַיאָר. דורכן פֿענצטער האָט נאַטאַשאַ געקענט זען די הױכע בײמער אױפֿן שטח אַרום דעם הױז, נאַטאַשאַס און גדעונס מקום־מיקלט. פֿון דער װײַטנס האָט זיך געהערט דאָס גערױש פֿונעם טײַך, װאָס האָט געשטראָמט הינטער די בײמער. אַמאָל איז דער טײַך געװען אַ נאַטירלעכער באַריער, װעלכער האָט אָפּגעזונדערט נאַטאַשאַס צעטײלטע שטאָט; הײַנט איז ער געפֿלאָסן פֿראַנק און פֿרײַ.

נאַטאַשאַ האָט געטאָן אַ קוק אױפֿן שלאָפֿנדיקן גדעונען און אױסגעשטרעקט אַ האַנט צו דער אַנדערער זײַט פֿון זײַן װאַרעמען גוף. שפּילעװדיקערהײט האָט זי געגלעט זײַן לײַכט באַװאָקסענעם בױך. סאַראַ גליק, װאָס זײ האָבן דאָ געקענט געפֿינען עפּעס אַ מין פֿאַרשטעק… דװקא איצט, בעת דניאל איז אַװעק קײן אַנטװערפּען…

דניאל איז געװען אירער אַ חבֿר, װאָס האָט געדונגען אַ צימער אין אַן אַלט הױז מיט צװײ מיטװױנערינס. אַז זי איז צום ערשטן מאָל אַרײַן אינעם רױם, האָט זי זיך דערשראָקן פֿונעם אומגלײבלעכן באַלאַגאַן: נישט בלויז אױף די פּאָליצעס, נאָר אױך אױפֿן בעט און אױף דער פּאָדלאָגע לעבן בעט זענען געלעגן אָן אַ שיעור ביכער. „אַװדאי זענט איר ברכים הבאים אױף אַ װאָך צװײ‟, — האָט דניאל איר געטעקסטלט. „די מיטװױנערס זענען מסכּים, און אױב דו געפֿינסט עפּעס אַן אינטערעסאַנט בוך, אַדרבא.‟ נאַטאַשאַס אױגן האָבן פּאַמעלעך באַטראַכט די מאַסן ביכער, למעשׁה זיי טעמאַטיש רעגיסטרירט: פֿילאָסאָפֿיע, ליטעראַטור, און װערטערביכער. פּונקט אַקעגן איבער דעם בעט, אונטער אַ גלאַנצנדיקן שפּיגל, האָט זי דערזען אַ בוך, נײן, אַ ספֿר, װאָס האָט באמת צוגעצויגן איר אויפֿמערק, כאָטש זי האָט נאָך נישט געװוּסט פֿאַר װאָס.

סײַ מיט דניאלן און סײַ מיט דעם הערלעכן אַמעריקאַנער גדעון האָט זי זיך באַקענט אױף אַ זעלטענעם אופֿן. אין יענעם זומער האָט מען געהאַט אָרגאַניזירט אַ שפּראַך־פּראָגראַם. אַ סך יונגע־לײַט מאַרבע־כּנפֿות־האָרץ זענען געקומען אַהין, כּדי זיך צו באַקענען מיט אַן אומבאַקאַנטער קולטור. אַ חוץ דעם, זענען זײ געפֿלױגן אַהין, כּדי זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַ שפּראַך, װאָס איז אַמאָל געװען די אַם־מערסטן פֿאַרשאָלטענע אױף דער גאָרער װעלט. פֿאַרפֿלוכט איז זי געװען אַפֿילו פֿון די, װאָס זענען מיט איר געבױרן געװאָרן און װאָס האָבן געמײנט, אַז פֿונעם נאָפּלשנור איז בכלל מעגלעך זיך אָפּצוזונדערן. נאַטאַשאַ האָט נישט געהאַט קײן שײַכות צו אָט דער קולטור און נישט געקענט די שפּראַך פֿון דער הײם, אַװוּ מ’האָט גערעדט רוסיש. האָט זי זיך אָבער פֿאָרט הײמיש געפֿילט מיט דער שפּראַך, און די שפּראַך מיט איר אױכעט.

בײַ גדעונען איז דאָס געװען אַן אַנדערע מעשׁה: זײַן באָבעניו האָט יאָ גערעדט די שפּראַך, נאָר געמײנט, אַז פֿאַרן קומענדיקן דור װאָלטן אירע קענטענישן נישט געהאַט קײן תּכלית. האָט זי גערעדט מיט גדעונס מאַמען אױף ברוקלינעריש, אַזױ אַז גדעון האָט פֿאָרט אײַנגעזאַפּט אַ ביסעלע דעם טעם פֿון זײַן באָבעס לשון מיט דער מאַמעס מילך. נאָר בײַם רעדן האָט ער געטױגט, װי אַ גױ פֿאַר אַ בעל־קורא. „רעדסט װי אַ בוך‟, — פֿלעג די באָבע אים זאָגן; און אַז ער האָט געשריבן (און זײַנע פּיעסעס זענען געװען די גרױסע סיבה פֿאַר װאָס נאַטאַשאַ האָט זיך אין אים פֿאַרליבט) — זענען דאָס געװען ברוקלינער מעשׁיות אױף ברוקלינעריש.

נאַטאַשאַ האָט זיך אויסגעדרײט אױף אַ זײַט. איר האַנט, װאָס האָט אָקאָרשט אויפֿגעהערט צו גלעטן גדעונס בױך, האָט ביסלעכװײַז זיך געלאָזט אַראָפּ און אַראָפּ, ביז זי האָט דערגרײכט צום אָרט, מיט װעלכן זי האָט זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט אַן ערך אַ חודש פֿריִער.

צי איז עס געװען מאָדנע צו רעדן צווישן זיך אױף זײער אױסגעקליבענער שפּראַך דעמאָלט, ווען זיי האָבן זיך דאָס ערשטע מאָל באַקענט אײנער מיטן צװײטן; „באַקענט‟ בפֿירוש אין יענעם אוראַלטן תּנכישן זינען? נאַטאַשאַ האָט פֿאַרמאַכט די אױגן און געפּרוּװט זיך צו דערמאָנען. דער מאָנאַט איז געװען אײנער פֿון די סאַמע פֿאַרנומענע אין איר 28־יאָריקן לעבן. דירעקט נאָך דער זומער־פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהױבן דער לעצטער סעמעסטער פֿון איר סטודיע. דערנאָך האָט זי זיך באַקענט מיט גדעונען… דאָס טרינקן אין כּלערלײ שענק, דאָס באַזוכן די פּראָבעס פֿון זײַן נײַסטער פּיעסע, דאָס באַהאַלטן איר נײַע באַקאַנטשאַפֿט פֿון לוקאַסן…

באותּו־הרגע, װען זי האָט זיך דערמאָנט אין לוקאַסן, האָט איר האַנט זיך גיך־גיך צוריקגעצױגן פֿון אותו־המקום. גדעון, װאָס זײַנע אױגן זענען נאָך געװען פֿאַרמאַכט, האָט געמורמלט עפּעס אַן אומפֿאַרשטענדלעך װאָרט אױף זײער בשותּפֿותדיק ליבע־לשון און האָט אַריבערגעצױגן די קאָלדרע אויף זײַן גאַנצן גוף, אַזױ אַז נאַטאַשאַס קערפּער איז מער נישט געװען באַדעקט, און אינעם שפּיגל אַקעגנאיבער דעם בעט און יענעם בוך, יענעם ספֿר, האָט זי דערזען זיך אַלײן.

זי האָט זיך אױפֿגעהויבן און בשעת גדעון האָט װײַטער געדרעמלט, איז זי אַראָפּ פֿונעם געלעגער. װען דניאל האָט איר געהאַט געגעבן די מעגלעכקײט צו בלײַבן אין זײַן צימער, האָט ער דערצײלט, אַז יעדן אינדערפֿרי, גאַנץ באַגינען, כאַפּט ער זיך אױף בכדי אַריבערצושװימען דעם טײַך קײן מיזרח. „פֿריִער פֿלעג איך אַריבערפֿאָרן די אַמאָליקע גרענעץ אין צענטער שטאָט אױף אַ ראָװער‟, — האָט ער איר געזאָגט. — „אַצינד גלוסט זיך מיר מער אים אַריבערצושװימען. סוף־כּל־סוף, איז אױך די אײַזערנע גרענעץ געװאָרן אַ פֿליסיקע.‟

נאַטאַשאַ האָט זיך געלאָזט גיין צו דער טיר, און בשעת זי האָט עס געטאָן, האָב איך געלײענט אירע מחשבֿות. אַ רגע האָב איך געמײנט, אַז זי האָט מיך דערזען, אָבער נײן — זי האָט פּשוט געלענקט אירע אָפּװעזנדיקע, האַלב־פֿאַרשלאָפֿענע אױגן אױף דעם ספֿר אונטער דעם שפּיגל, אַװוּ איך האָב זיך באַהאַלטן. כ’האָב געהערט װי אַזױ זי האָט גערעדט צו זיך, צו גאָט און צו דער װעלט:

„שולדיק? נײן, נישט שולדיק… אױב יאָ, איז ער נישט װייניקער… לוקאַס האָט מיך קײנמאָל נישט… נײן, נישט אױף אַן אמתן… שמאָנצעס, ביסט אַ פּראָסטע קורװע… נײן, נישט אױף אַן אמתן, אָדער צומינדסט נישט באמת מיך. נישט געװאָלט אָנערקענען, אַז ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרױ, װאָס איך װאָלט אַזאַ קײנמאָל נישט געקענט זײַן… תּירוצים, תּירוצים! פּשוט אַ זונה… פֿאַר װאָס האָב איך… אַך, ער איז סײַ־װי אױך געװען אַ שרעקלעכער פֿלירט־דרייער, אַ מוראדיקער חמור־אײזל… אַ רוח אין זײַן טאַטנס תּחת אַרײַן… גדעון… לוקאַסל… שמוציקע נפֿקא… גדעון…‟

אַז זי האָט אױסגעשטרעקט די האַנט צום טיר־הענטל, האָב איך זיך צעלאַכט. אפֿשר האָט זי מיך געהערט. דאַן האָט זי זיך אויסגעדרײט און איז צוגעגאַנגען צום שפּיגל. כ’האָב געהאַט אַ פּערפֿעקטן אױסבליק אױף אירע נאַקעטע בריסט. בעת איך האָב זיך מהנה געװען מיט דעם אָנבליק, האָט זי אַרײַנגעקוקט אינעם שפּיגל אַ פֿאַרשטאַרטע. אין איר קאָפּ האָט געקלונגען אַ ניגון, װאָס זי האָט אויסגעלערנט אויף יענער זומער־פּראָגראַם: „שפּיגל אויף דער וואַנט, מיר זענען ווידער צוזאַם… אין אַיעדן שטאַנד, דו ביסט מײַן איינציק פֿרײַנד…‟

דער ניגון איז מיר געװען מאָדנע הײמיש, װי ער װאָלט געשטאַמט סײַ פֿון אַ װײַטער צוקונפֿט און סײַ פֿון אַ טיפֿער פֿאַרגאַנגענהײט. נאָר כ’האָב נישט געלייגט קײן אַכט אױף דעם, און זי האָט לסוף נישט געלײגט קײן שום אַכט אױף מיר, צומינדסט נישט באַװוּסטזיניק; זיך אײַנגעקוקט נאָר אין איר פּנים אינעם שפּיגל. װאָס האָט מען געקענט דערזען אין אירע װײַט־געעפֿנטע בלױע אױגן, האָט זי נישט פֿאַרשטאַנען. זי האָט געקוקט און געקוקט — מערנישט ווי אײן האַרצשלאָג, נאָר ס’האָט זיך איר געדאַכט, אַז ס’איז געװען אײן שעה; זי האָט געקוקט אױף אירע בלאָנדע האָר, אױף דעם שלאָפֿנדיקן מאַן הינטער איר שפּיגל־בילד, עפּעס אַ מענטש, װאָס הײסט גדעון, שטאַמט פֿון ניו־יאָרק און איר געזאָגט אױף זײער ליבע־לשון, אַז ער האָט זי ליב.

דאַן האָט זי אָפּגעװענדט די אױגן, אָפּגעװענדט די שלאַנקע היפֿטן, די מחיהדיקע פֿיס און אײדער װאָס און אײדער װען, איז זי אַרױס פֿונעם צימער, אַרױס פֿונעם הױז. די מיטװױנערס האָב איך געלאָזט שלאָפֿן, זי זאָל רויִק אַרױס אױפֿן שטח. אָן שום מחשבֿות איז זי געגאַנגען צװישן די בײמער, ביז זי האָט זיך צוריקגעפֿונען שטיין אַ נאַקעטע אױפֿן ברעג פֿונעם טײַך, דעם אַמאָליקן באַריער, װאָס הײַנט, אינעם ספֿקותדיקן קאַיאָר, איז ער בשלום געפֿלאָסן.

דעמאָלט האָב איך געמײנט, אַז ס’איז כּדאַי צו כאַפּן אַ שמועס מיט דעם אַמעריקאַנער שרײַבער, װאָס איז געשלאָפֿן אױפֿן בעט. האָב איך געשיקט אַ בליץ דורך זײַן קאָפּ, ער זאָל זיך אױפֿכאַפּן. מיט אַ מוראדיקן קאָפּ־װײטיק האָט ער געטאָן אַ טאַנץ אַראָפּ פֿונעם געלעגער און איז געבליבן שטיין אַן אַנטבלױזטער אױף דער הילצערנער פּאָדלאָגע. ער איז געװען אַ שײנער מאַן: אױף זײַן פּנים האָט מען געקענט זען אַן אַרומראַזירט בערדל, זײַנע אַקסלען האָבן פֿאַרמאָגט אַ זעעװדיקן כּוח, און דער בױך איז געװען היפּש מוסקולירט. נאָך דעם װי זײַן אָטעם האָט זיך באַרויִקט, האָט גדעון געגעבן אַ קוק אױף דער אַנדערער זײַט פֿונעם בעט און באַמערקט, אַז ער איז דאָ אײנער אַלײן. „נאַטאַשעלע, װוּ ביסטו?‟ — האָט ער געפֿרעגט, האַלב צו זיך אַלײן.

„זי איז שױן באַלד אױף יענער זײַט‟, — האָב איך געענטפֿערט.

ער האָט מיך אָנגעקוקט אַן אָנגעשראָקענער. אַך, אַ קלוגער יונגער־מאַן מיט אַ ביסל אַנונג פֿון ליטעראַטור, אַ ברכה אױף זײַן קאָפּ! ער האָט געקוקט אין דער ריכטיקער ריכטונג, אפֿשר שױן פֿאַרשטאַנען, נאָר נישט געלאָזט זיך פֿאַרשטײן, װער איך בין. אַ ביסעלע געדולד, ייִנגעלע, װעסטו באַלד אַלץ פֿאַרשטײן.

„האָסט מיך דערקענט…‟ — האָב איך ממשיך געװען.

גדעון האָט מיך נאָך אַלץ אָנגעקוקט אַ פֿאַרבליפֿטער. אַז איך האָב געשמוכעט, איז ער צוגעקומען אַלץ נענטער און נענטער, ביז ער האָט זיך אָפּגעשטעלט דאָרט, װוּ נאַטאַשאַ איז געהאַט געשטאַנען אַ פּאָר מינוט פֿאַר אים.

„װער ביסטו?‟ — האָט ער געװאָלט פֿרעגן, כּאילו אױף צו זײַן זיכער, נאָר כ’האָב אים אונטערגעכאַפּט:
„דו װײסט שױן װער איך בין. דו האָסט עס שױן געװוּסט זינט דעם ערשטן מאָל, װאָס דו האָסט געזען אָט דאָס בוך אױף דער פּאָליצע. האָסט געזען מײַן אָפּשײַן אין די דרײַ יודן אױפֿן אײַנבונד…‟
„גענוג שױן מיט בלאַ־בלאַ־בלאַ!‟ — האָט דער יונגער־מאַן פּלוצלינג אַ שרײַ געטאָן. — „װער ביסטו און װוּ איז נאַטאַשאַ? זאָג מיר דעם אמת!‟
„דעם אמת ווילסטו?‟ — האָב איך זיך צעשמײכלט, װי אַ קאַץ, װאָס זעט, אַז די מױז איז אָט־אָט גרײט צום אַרײַנבײַסן. — „האָסט געטראָפֿן די לײזונג. דײַן שײנינקע כּלה האָט געזען, װאָס ס׳איז דאָ אין אָט דעם שפּיגל איבער מיר, װאַלגערט זי זיך דערװײַל ‘אױף יענער זײַט ממשות’… אָבער אַז דו וועסט אַ קוק טאָן דורכן פֿענצטער, װעסטו זי אפֿשר נאָך דערזען…‟

און כּהרף־עין האָט דער יונגער־מאַן געטאָן אַ קוק דורכן פֿענצטער אױף יענעם װעלט־באַרימטן טײַך. דאָרטן האָט ער נאָך דערזען די טראָפּנס, װאָס זענען אַרױף, אַרױף הױך אין דער לופֿטן און האָבן געשװעבט אײן מוראדיק קורצן מאָמענט, בשעת נאַטאַשאַ איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אינעם װאַסער, און גדעון האָט דאָס בוך, דעם ספֿר געלאָזט פֿאַלן אױף דער פּאָדלאָגע. די זײַטן האָבן זיך צעלאַכט.

די מיטװױנערס זענען װײַטער געשלאָפֿן. זײ האָבן נישט געהערט דעם גערודער פֿון גדעונען, וואָס איז גיך־גיך אַראָפּ פֿון די טרעפּ, דעם קלאַפּ פֿון דער שװערער טיר, און דאָס מיאַוקען פֿון דער קאַץ; זי איז פּונקט אין דער צײַט, און מחוץ דער צײַט, געלאָפֿן צום הױז, עמעצער זאָל איר געבן עסן. נאָר גדעונען האָט עס נישט געאַרט: ער איז געלאָפֿן צום טײַך… יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער לויפֿט. למעשׁה האָב איך אים געלאָזט גײן װאָס מער פּאַמעלעך, ער זאָל האָבן אַ מעגלעכקײט צו געניסן פֿון דעם הערלעכן שטח, די בײמער, דער זון, װאָס האָט דערװײַל אָנגעהױבן זיך אַנטפּלעקן — פֿאַר װאָס זאָל מען זיך יאָגן? פּאַװאָלינקע, גדעון. װעסט סײַ פֿאַרגעסן אָן אַלצדינג… און פֿאַרגעסנדיק, אַלץ געדענקען…

פֿון יענעם מאָמענט אָן, װען נאַטאַשאַ איז אַרײַן אין װאַסער, האָט זי מער נישט געטראַכט װעגן איר אַמעריקאַנער געליבטן, װעגן איר זיװג מין־הגיהנום, װעגן איר קיום און װעגן װאָס סע זאָל נישט זײַן אַנדערשס. דאָס װאַסער איז געווען קיל, לאַװ־דװקא אײַנגענעם, נאָר פּונקט דאָס, װאָס איר קערפּער האָט באַדאַרפֿט. פֿון איר רעכטער זײַט איז דער טײַך געפֿלאָסן קײן צפֿון… אָט דערגרײכט זי די העלפֿט פֿונעם טײַך… און דאָ דערהערט זי דעם קלאַנג פֿון שיסערײַ. זי דערזעט די סאָלדאַטן, װאָס פֿאַרטײדיקן יענע גרענעץ. שוין זײַענדיק אין דער מיט, דערזעט זי פּלוצעם אַ שיף, װאָס איז געשוווּמען אַ ביסל צו װײַט קײן מיזרח… און די שיסערײַ איז געוואָרן שטאַרקער… ווי נישט פֿון דער װעלט… הינטער זיך האָט זי דערהערט אַ געשרײַ פֿון אַ מוטער און צװײ קינדער, װאָס איז גיך־גיך אַוועק צוריק צום שטח, צו זײַן פֿאַרזיכערט, בשעת די ביקסן האָבן געשפּיגן מיט בלײַ אַרום זײ, און אַרום איר, און שיִער אין זיי נישט געטראָפֿן…

און דער אַמעריקאַנער איז נאָר װאָס אָנגעקומען צום ברעג, און האָט דערזען אויף די כוואַליעס דעם גוף פֿון זײַן רוסישער קראַסאַװיצע, אָפּגעזונדערט פֿון דער װעלט. ער איז געשטאַנען אַ פֿאַרשטומטער און האָט געקוקט. די צײַט האָט נאָך אַ מאָל געװעבט אירע געהײמע נעצן. ער האָט געקענט זען פֿאַרשידענע סימנים, אַז זי לעבט… און סוף־כּל־סוף, איז ער געװען בכּוח אַרײַנצוקוקן אין איר נשמה… נאָך דעם װי זי איז… חס־ושלום… שלום… שלום…

און אַז נאַטאַשאַס גוף איז אַריבער די העלפֿט, איז אַלץ געװאָרן רויִק, שאַ, שטיל, שױן מער נישט קײן גערודער, נישט קײן גװאַלד… און אײדער װאָס און װען האָט זי דערגרײכט יענע זײַט און איז אַרױס פֿונעם װאַסער.

אױף יענער זײַט איז זי געשטאַנען אַ באַלעבטע פֿון דאָס נײַ. די זון האָט געהאַלדזט און געגלעט איר לײַב, װאָס דער טײַך האָט מטהר געװען. גאָר פּאַװאָלינקע האָט זי געעפֿנט די אױגן און אַ קוק געטאָן אױף יענער זײַט טײַך. דאָרטן, װוּ זי איז געהאַט אַרײַנגעשפּרונגען אין וואַסער, האָט זי דערזען דעם פֿעלדז, װאָס די שכנימס קינדער פֿלעגן פֿון אים אַראָפּשפּרינגען זומערצײַט. בײַם פֿעלדז איז געשטאַנען אַ בױם, װאָס די פֿײגלעך פֿלעגן אויף אים זינגען פֿרילינגצײַט, זומערצײַט, ביז אין שפּעטן האַרבסט, װען זײ זענען זיך צעפֿלױגן.

אונטער יענעם בױם לעבן פֿעלדז איז גדעון נאָך אַלץ געשטאַנען אַ פֿאַרבליפֿטער. קײן קראַסאַװיצע האָט ער מער נישט געזען, נאָר צװײ מאָל, דרײַ מאָל אַ געטין, זאָל דער אײבערשטער מיר מוחל זײַן די רײד.

אײן האַרצשלאָג — און די צײַט הייבט אָן לױפֿן צוריק.

און איך — אַך, אַ מזל װאָס די צװײ האָבן אָן מיר פֿאַרגעסן. כ’בין אַרױס פֿונעם ספֿר, װאָס גדעון האָט נאָך דעם װי די צװײ זענען װידער צוריקגעקומען אין זײער גן־עדן, אַרױפֿגעשטעלט אױף דער פּאָליצע. כ’בין אַרױס פֿונעם פֿענצטער און אַװעק צו עפּעס אַן אַנדערער סבֿיבֿה, זינגענדיק זיך צו יענעם אוראַלטן, מאָדנע נײַעם ניגון, װאָס כ’האָב געהערט, װען נאַטאַשאַ האָט אַרײַנגעקוקט אין מײַן מקום־מיקלט אַריבער דעם ספֿר — אין דעם שפּיגל.

סײַ גדעון און סײַ נאַטאַשאַ האָבן זיך נישט געקענט דערמאָנען, װאָס זשע האָט אַזוינס מיט זיי פּאַסירט. נאָר װיסן האָט גדעון געװוּסט, אין עפּעס אַ װינקל פֿון זײַן מוח, װוּ אַפֿילו זײַנע סאַמע װילדע שרײַבערישע פֿאַנטאַזיעס װאָלטן אים נישט דערלױבט אַרײַנקוקן, אַז זײ האָבן דערלעבט צו בלײַבן אױף יענער זײַט ממשות, און אַז כאָטש גאָרנישט האָט למעשׁה נישט פּאַסירט, איז זײער איבערלעבונג געװען אמתדיק ביז גאָר.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s