אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־־ווירוס (20)

יעווגעני קיסין

מײַ 18

אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַ סך שפּײַז און געטראַנקען. שפּאַצירט אַ ביסעלע מיט אַנדרײען. 
אָנגעהױבן שרײַבן אַ דערציילונג, װאָס די אידעע — אױפֿן יסוד פֿון אײניקע מײַנע אַלטע מחשבֿות — איז מיר אײַנגעפֿאַלן מיט עטלעכע טעג צוריק. הײַנט, קלערנדיק װעגן מײַן פֿאַרטראַכט, האָב איך צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט דאָס, וועגן װאָס איך האָב פֿריִער געהאַט געלײענט, אַז דװקא אַזױ שאַפֿן אמתע שרײַבערס: די לאָגיק פֿון מײַן הױפּט–העלדס פּערזענלעכקײט האָט מיך צוגעפֿירט צו אַן אַנדערן סוף, איידער איך האָב זיך געהאַט פֿאָרגעשטעלט תּחילת; איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז צוליב דעם װעט די דערציילונג באַקומען אַן אַנדערן כאַראַקטער. נאָך דעם האָב איך אָנגעהױבן שרײַבן.

און די מחשבֿות מײַנע האָבן זיך געדרייט אַרום דעם, װאָס… װױנאָװיטש [1] אין „איװאַנקיאַדע‟ האָט געשריבן, אַז די סאָװעטישע מלוכה פֿלעגט אָפֿט האַנדלען קעגן אירע אײגענע אינטערעסן און ס׳איז געװען שװער צו פֿאַרשטײן די סיבה; הלמאַי, למשל, האָט מען ניט פֿאַרעפֿנטלעכט „דאָקטער זשיװאַגאָ‟? אַװדאי איז דאָס געװען אַ נאַרישקײט, װאָס האָט געבראַכט נאָר שאָדן דער מלוכה. נאָך מער: די העצע קעגן פּאַסטערנאַקן גופֿא איז געװען ניט בלױז אַ נידערטרעכטיקײט, נאָר אױך אַ נאַרישקײט. און אָט איז מיר שױן לאַנג אײַנגעפֿאַלן, אַז אױב די סאָװעטישע פֿירערס האָבן יאָ באַשלאָסן צו רודפֿן פּאַסטערנאַקן, טאָ װען זײ זאָלן ניט געװען זײַן אַזעלכע אַנטיסעמיטן, װאָלטן זײ געקאָנט דערבײַ אױסניצן די ייִדן, װײַל פּאַסטערנאַקס אָנשױונגען מכּוח די ייִדן, װאָס ער האָט אױסגעדרוקט אין „דאָקטער זשיװאַגאָ‟, װאָלטן אָן שום ספֿק אױפֿגעבראַכט אַ סך סאָװעטישע ייִדן, בפֿרט די ייִדישע קולטור–טוערס, און אײניקע פֿון זײ װאָלטן מיט חשק אַרױסגעװיזן עפֿנטלעך זײער כּעס.

יע. קיסין און יו. פֿעלשטינסקי

בשעתּו האָט יורע [2] מיר אָנגעשריבן, אַז דער סאָװעטישער מלוכה װאָלט געװען אַ סך גינסטיקער אונטערצוהאַלטן דװקא ישׂראל, היות דערמיט װאָלט זי געמאַכט די אַמעריקאַנער פֿאַר שטיצער פֿון אַראַבער; אויף אַזאַ אופֿן וואָלט מאָסקווע געקאָנט צוציִען אױף איר זײַט די אַמעריקאַנישע ייִדישע אינטעליגענץ. יורע האָט דעמאָלט אָנגעשריבן, אַז אַזױנס װאָלט ניט געקאָנט געשען מחמת דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די רוסן און האָט צוגעגעבן אין קלאַמערן: „איך זאָג עס מיט דער רויִקײט פֿון אַ פֿאָרשער, לחלוטין ניט כּדי צו באַליידיקן די רוסן‟. אַװדאי האָבן אַ סך מענטשן אַ נטיה צו האַנדלען קעגן זײערע אײגענע אינטערעסן, װײַל דער שׂכל ווערט פֿאַרכלינעט פֿון עמאָציעס און אינסטינקטן. אין אַזעלכע פֿאַלן האַנדלען די מלוכה–טוערס קעגן די אינטערעסן פֿון זײערע מלוכות…

געשפּילט בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס.

געלײענט בראָדעלס בוך. „איך בין גאָר ניט זיכער, אַז דעם היסטאָריקערס טראַדיציאָנעלע מלאָכה גלײַכט זיך אױס מיט אונדזערע הײַנטיקע אַמביציעס.‟ — דאָס האָט ער אָנגעשריבן אין 1950. כ׳װעל מוזן פֿרעגן בײַ אַלפֿרעדן און אַנדערע, װאָס האָט זיך געענדערט זינט יענער צײַט, — נאָר תּחילת װעל איך דורכלײענען דאָס בוך ביזן סוף. 

יצחק־לייבוש פּרץ

הײַנט איז י.-ל. פּרצעס געבױרן–טאָג. סאַראַ גאָון געװען! און סאַראַ פֿאַרשײדנאַרטיקער: אי הױך–פֿילאָסאָפֿישער, אי פֿאָלקסטימלעכער, אי רעאַליסטישער, אי ראָמאַנטישער! הן אין פּראָזע, הן אין פּאָעזיע, הן אין דראַמאַטורגיע האָט ער געשאַפֿן שעדעװערס! און נאָך עפּעס: װי נייטיק איז ער אונדז הײַנט, כּדי צו קעמפֿן קעגן אונדזערע אייגענע רעאַקציאָנערן! גרויס איז די הנאה צו לײענען ניט בלױז זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אױך זײַן פּובליציסטיק!
 
„מיר װילן די אַלגעמײן–מענטשלעכע פֿאָן נישט אַרױסלאָזן פֿון דער האַנט, און מיר װילן נישט זײען קײן שאָװיניסטיש װילדקרױט, קײן פֿאַנאַטישע דערנער און נישט דעם פּערז פֿון בטלנישער פֿילאָסאָפֿיע; דאָס אומקרױט װילן מיר אַרױסרײַסן מיט די װאָרצלען, אױסהאַקן די דערנער, דעם פּערז פֿאַרברענען און זײען רײנע, מענטשלעכע אידעען, רײן–מענטשלעך געפֿיל און װיסן.‟

און נאָך: „אונדזערע שׂונאים זאָגן, אַז דער כּלל–ייִדן איז בלוט–איגעל (פּיאַװקעס), קאַטאָרזשניקעס, כּל–בוניקעס… אונדזערע שפּעטער זאָגן, אַז דער ייִדישער מוח איז אַ פֿאַרפֿױלטע הושענא, דאָס האַרץ — אַ קיזלשטײן, די הױט — פֿאַרװאָרלעסיקט, און אַלע אבֿרים — קרום און לאָם.

„אונדזערע שאָװיניסטן זאָגן: אַז ישׂראליק איז גאָטס בן–יחידל — זײַן װיג איז אמונה, זײַן קאָפּן–קישעלע — בטחון, זײַנע װינדעלעך — יריעות פֿון מיקדש, זײַן פֿליניאַק — אַ פּרוכת, זײַן װיקלשנור — משה רבינוס גאַרטל, זײַן האַרץ — מלאכים–לעבער, זײַן מוח — דער אָרון מיט די כּרובֿים, זײַנע ציעמיעניעס אױפֿן קאָפּ — הײליק לבֿנון–גראָז.
  
„מיר זאָגן אײנפֿאַך: מיר ייִדן זײַנען מענטשן, װי אַלע מענטשן! מיר האָבן מעלות, מיר האָבן חסרונות. מיר זענען נישט קײן געטער, נישט קײן טײַװלאָנים, נאָר מענטשן. און מענטשן דאַרפֿן זיך בילדן, שטענדיק לערנען, מיט יעדן טאָג װערן קליגער, בעסער און פֿײַנער.‟
  
אָט אַזױ: יענע, װאָס האַלטן, אַז ישׂראליק איז גאָטס בן–יחידל און אַזױ װײַטער, זײַנען ניט פּשוט רעליגיעזע פֿאַנאַטיקערס, נאָר שאָוויניסטן — און דאָס שאָוויניסטישע ווילדקרויט דאַרף מען אַרויסרײַסן מיט די וואָרצלען. אַזױ האָט געמײנט לחלוטין ניט קײן עפּעס אַ באָלשעװיק, נאָר י.–ל. פּרץ. 

אײניקע אונדזערע אָרטאָדאָקסן האָבן זיך דעררעדט ביז צו דעם, אַז די רעפֿאָרמיסטישע ייִדן זײַנען כּלומרשט „קריסטן‟. פּרצעס בײַשפּיל דעמאָנסטרירט העכסט בולט, װאָס פֿאַר אַ שטותערײַ און רכילות דאָס איז. אָט װעגן װאָס זאָגט עדות דער נסתּר אין זײַן עסײ „פּרץ האָט גערעדט, און איך האָב געהערט‟: 

„ער האָט מיך גענומען מוסרן. ס׳האָט זיך געהאַנדלט װעגן אײנער מײַנער אַ יוגנטלעכער געדרוקטער זאַך, װאָס אַלס טעמע האָט מיר געדינט דאָס געבורט פֿון קריסטוס. ער האָט צו ערשט מיך אָפּגעמאָסטן פֿאַרחידושט: װי קום איך גאָר אַרײַנצוקוקן אין אַ װינקל, װאָס לױט מײַן דערציִונג האָט דאָס מיר באַדאַרפֿט זײַן אַזױ פֿרעמד… דערנאָך, כּדי מיך איבערצײַגן אין מײַן גרײַז און מיך פֿאַרהיטן פֿון ראָמאַנטישן פֿאַרערן דאָס, װאָס לױט מײַן יוגנטלעכער אומדערפֿאַרנקײט קאָן זיך מיר דוכטן צו זען אין דעם אידעאַל, — האָט ער גענומען רעדן װעגן דער קלאַסיק פֿון דער ביבל, װעגן אירע עפּישע פֿאָרמען, און להיפּוך צו איר — װעגן דעקאַדאַנס און צעיױרענער מאָראַליטעט פֿון דער עװאַנגעליע.‟

אָט װי פּרץ האָט זיך באַצױגן צום קריסטלעכן גלױבן, בפֿרט װען אַ ייִד פֿלעגט „אַרײַנקוקן‟ אין יענעם „װינקל‟. אין דער זעלבער צײַט קײן אַפּיקורס איז ער בפֿירוש אױך ניט געװען; „געמאָסטן װערט אַלעס, געװױגן װערט אַלעס! <…> אָ, מײן ניט, לית דין ולית דײן!‟. ער פֿלעגט שרײַבן אַ סך דערצײלונגען װעגן דעם חסידישן לעבן, פֿול מיט װאַרעמקײט און ליבע צו די פּערסאָנאַזשן. פֿון דעסטװעגן, װען עס האָט זיך געהאַנדלט װעגן דעם רעאַלן לעבן פֿון זײַן צײַט — אַרױסרײַסן דאָס שאָװיניסטישע אומקרױט מיט די װאָרצלען, פֿאַרברענען דעם פּערז פֿון בטלנישער פֿילאָסאָפֿיע. אַזױ פֿלעגט שרײַבן אײנער פֿון די סאַמע גרעסטע ייִדן אין אונדזער געשיכטע, אײנער פֿון די סאַמע געניאַלסטע קלאַסיקערס פֿון אונדזער ליטעראַטור, װאָס האָט ליב געהאַט זײַן פֿאָלק מיטן גאַנצן האַרצן און האָט אים אָפּגעגעבן זײַן גאַנץ שאַפֿעריש גאונות!

װאָס קאָן מען דאָ זאָגן — אַזױ פֿיל גרױסע שרײַבערס פֿון אַנדערע פֿעלקער זײַנען געװען רעאַקציאָנערן (באַלזאַק, גאָגאָל, דאָסטאָיעװסקי, האַמסון…), אַז לײענענדיק פּרצן, קאָנען מיר, ייִדן, באמת מיט אים שטאָלצירן!

  מײַ 19

קאַרינאָטשקע האָט אָפּגעפֿירט אַלאָטשקען און מיך צו דער מאַמען. געבראַכט אירע נאַכט–העמדער, טײ און אַ ביסל שפּײַז. הײַנט איז דער בלוטדרוק בײַ דער מאַמען אױפֿגעשפּרונגען ביז 198, נאָר אױף דער פֿרישער לופֿט איז איר געװאָרן גרינגער.

געאַרבעט. אָנגעשריבן עטלעכע שורות פֿון מײַן נײַער דערציילונג. 

אַנע פּאַװלאָװנע האָט גערעדט פֿון היץ דעם גאַנצן טאָג…

געלײענט בראָדעלס בוך. צום באַדױערן, האָב איך אין אָט די טעג זייער װײניק צײַט צום לײענען… „דאָס לעבן — איז אונדזער שול. נאָר ניט בלױז געשיכטע האָט געהערט צום לעבנס לימודים און, נאָכן פֿאַרשטײן זײ, געמאַכט אױספֿירן.‟ אַװדאי. דאָס לעבן איז אַ שול פֿאַר אַלץ און אַלעמען. אױך פֿאַר מוזיק. אַ מאָל האָט מען אינעם קאָמיטעט פֿון די קונסט–ענינים געזאָגט מיכאָעלסן, אַז ער און זײַן טעאַטער זאָלן זיך לערנען בײַם „מכאַט‟ [3]. „און בײַ װעמען לערנט זיך דער מכאַט?‟ — האָט מיכאָעלס געפֿרעגט. „בײַם לעבן…‟, — האָט מען אים געענטפֿערט, און זײַן רעאַקציע איז געװען אַזאַ: „װאָס זשע, בין איך דאַן אַ שטיפֿקינד פֿון אָט דעם לעבן?‟
 
„ס׳מאַכט זיך אָפֿט, אַז אַ גאַנצער דור, וואָס געפֿינט זיך אונטער אַ װירקונג פֿון שטאַרקע און רײַכע טראַדיציעס, קאָן דורכגײן דעם פֿרוכטבאַרן פּעריאָד פֿון אַן אינטעלעקטועלער רעװאָלוציע און פֿון אים ניט באַאײַנפֿלוסט װערן,‟ — האָט געשריבן בראָדעל, און דאָס האָט אַ שײַכות אױך ניט בלױז צו היסטאָריקערס. יענער יונגער פֿאַרערער פֿון מאַרקסן, פֿרײדן און ניצשען (מיט זײַן „גאָט איז טױט‟), מיט װעמען איך האָב אַ מאָל געהאַט אַ װיכּוח, הגם ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ גרױסן קענער פֿון פֿילאָסאָפֿיע, האָט בפֿירוש נישט באַמערקט ניט אַראָנען [4] מיט האַיעקן [5] און אײן רענדן [6], ניט יונגן [7] מיט פֿראַנקלען [8], ניט דעם גאַנצן אומגעהײַערן שיכט פֿון דער רעליגיעזער פֿילאָסאָפֿיע (בובערן, שװײצערן, שאַרדענען, בערדיאַעװן, גאַנדי און אַ סך אַנדערע) אין 20סטן יאַרהונדערט; און לױט אײניקע סימנים, איז ער געװען כּלל ניט דער אײנציקער אין זײַן דור (שױן אָפּגערעדט פֿון די פֿריִערדיקע דורות).

פֿון רעכטס: ניקאָלײַ מעטנער און סערגיי ראַכמאַנינאָוו

אַװדאי, איז עס שײך ניט בלױז צו אינטעלעקטועלע, נאָר אױך צו קינסטלערישע רעװאָלוציעס אָדער אַפֿילו פּשוט אַנטװיקלונגען. ס׳איז באַװוּסט, אַז מעטנער [9] איז געווען אַ גרויסער רעאַקציאָנער אין זײַנע אָנשױונגען מכּוח דער אַנטװיקלונג פֿון מוזיק אין זײַן צײַט, — נאָר ער איז געװען װײַט ניט דער אײנציקער, זײַן פֿרײַנד ראַכמאַנינאָװ איז אױך געװען גאַנץ קאָנסערװאַטיװ אין אָט דעם זינען, הגם ניט אין אַזאַ מאָס, װי מעטנער. אַנע פּאַװלאָװנע האָט מיר דערציילט, אַז יעלענע פֿאַביאַנאָװנע גנעסין, די גרינדערין פֿון אונדזער שול, פֿלעגט זאָגן, בעת מע האָט געשפּילט פּראָקאָפֿיעװן: „כ׳קאָן ניט הערן אָט די כוליגאַנישע מוזיק!‟. אײנע אַ תּלמידה פֿון אַנע פּאַװלאָװנעס מאַמע האָט דערצײלט, אַז יענע פֿלעגט זאָגן: „אָדער איך בין ניט קײן מוזיקאַנט, אָדער שאָסטאַקאָװיטש איז ניט קײן מוזיק!‟ און אַפֿילו אין מײַן צײַט, אין די 1980ער, זײַנען אין רוסלאַנד געװען ניט װײניק אַזעלכע מוזיקערס. איך אַלײן האָב אײניקע פֿון זײ געקאָנט. זײַענדיק שױן אין די עלטערע יאָרן, האָבן זײ אַפֿילו פּראָקאָפֿיעװן געהאַלטן פֿאַר „מאָדערנער מוזיק‟, ניט נעמענדיק אין אַכט, אַז עס זײַנען פֿאַרבײַ שױן העכער 30 יאָר נאָך זײַן טױט!

אַך, רוסן, רוסן… אַ סך האָבן זײ אַרײַנגעטראָגן אין װיסנשאַפֿט און קולטור — נאָר אין תּוך גענומען, סאַראַ רעאַקציאָנערן זײַנען זײ פֿאָרט! אין אַלצדינג…

בראָדעל ברענגט אױך אַ ציטאַטע פֿון פֿעװרן: „ס׳וואָלט בפֿירוש גאָרנישט ניט געשאַט, ווען יעדער װיסנשאַפֿטלער, פֿאַרנעמענדיק זיך מיט זײַן אײגענעם געזעצלעכן פֿאַך, קולטיװירנדיק פֿלײַסיק זײַן אײגענעם סאָד, זאָל זיך פֿאָרט אָנשטרענגען און זיך צוקוקן, װי זײַן שכן אַרבעט. נאָר אָפֿט זײַנען די װענט אַזױ הױך, אַז זײ פֿאַרשטעלן דאָס בילד. פֿון דעסטװעגן, סאַראַ רײַכטום פֿון װערטפֿולע עצות װעגן מעטאָדן און אינטערפּרעטאַציעס פֿון פֿאַקטן, סאַראַ קולטורעלע דערגרײכונגען, סאַראַ טראָט פֿאָרױס אין אינטויִציע, וואָלטן פֿאָרגעקומען, װען די אינטעלעקטועלע אױסטױשן צװישן אָט די פֿאַרשײדענע גרופּעס טרעפֿן זיך אָפֿטער.‟ פֿאַר אונדז, מוזיקאַנטן, דוכט זיך, האָט אַזאַ פּראָבלעם קײן מאָל ניט עקזיסטירט. װי באַװוּסט, פֿלעגן אי נײהאַוז [10], אי גאָלדענװײזער [11] ברענגען זײערע סטודענטן בײַשפּילן פֿון מאָלערײַ און אַרכיטעקטור. אַ מאָל, װען איך האָב געלערנט מיט אַנע פּאַװלאָװנען שובערטס סאָנאַטע אין ליאַ–מינאָר, האָט זי דורכגעפֿירט אַ פֿאַרגלײַך צװישן דעם עפּיזאָד אינעם ערשטן טײל, װאָס הײבט זיך אָן פֿונעם 9טן טאַקט, און טײַכנשיף–ציִערס, װאָס מיר װײסן, װי זײ האָבן אױסגעזען, דװקא פֿון רעפּינס [12] באַרימט בילד. נאַסעדקין [13] האָט דערצײלט װעגן זײַן טרעפֿונג מיט נאַדיאַ בולאַנזשע [14]. װען ס׳האָט זיך געהאַנדלט װעגן דעם סאַמע ערשטן טאַקט פֿונעם 3טן טײל בעטהאָװענס „האַמערקלאַװיר‟–סאָנאַטע, האָט זי אים געפֿרעגט, צי ער טראַכט אָפֿט װעגן דעם אַקראָפּאָליס… איך בין זיכער, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע בײַשפּילן; אַפֿילו אױב דאָ גײט ניט די רײד װעגן מעטאָדן, איז עס קלאָר, אַז אין אונדזער קונסט שעפּט מען באַגײַסטערונג פֿון אַנדערע קונסט–פֿאָרמען.

„די ׳אַנאַלן׳ האָט מען אױפֿגענומען, װי יעדע אַנדערע אױסערגעװײנטלעכע זאַך, סײַ מיט הײסן ענטוזיאַזם, סײַ מיט עקשנותדיקער אַנטיפּאַטיע.‟ יאָ, דװקא אַזױ נעמט מען אױף אַלץ, װאָס איז אױסערגעװײנטלעך, — אָדער, פּינקטלעכער, כּמעט אַלץ. 
  
„צו מיטפֿילן דער ראַפֿינירטער קולטור פֿון אַ הומאַניסט‟ — גראָד דאָס איז אַזױ נייטיק! נאָר צום באַדױערן, כּלל ניט אַלע מענטשן זײַנען פֿעיִק צו דעם…
  
„אױסצודריקן לעבעדיק אַלץ, װאָס איז געװען אײגנטימלעך און אוניקאַל אין יעדער באַזונדערער גײַסט–איבערלעבונג‟, — טאַקע דאָס דאַרפֿן טאָן מיר, שפּילערס, אין יעדן װערק, װאָס מיר פֿילן אױס.  

„אפֿשר דװקא די דאָזיקע פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון מעגלעכקײטן גיט צו דער פֿראַנצױזישער שול פֿון געשיכטע איר איצטיקן כּוח. פֿראַנצױזישע שול? אַ פֿראַנצױז דערװעגט זיך קוים אַרױסרעדן אָט די פֿראַזע און, צונױפֿשטױסנדיק זיך מיט אַ געפֿיל פֿון די אַלע אינערלעכע פֿאַרשײדנאַרטיקײטן, האָט ער ניט די העזה זי איבערחזרן. און דאָך, מיט די אויגן פֿון אױסלאַנד, זעט אונדזער סיטואַציע ניט אױס אַזױ קאָמפּליצירט‟. איך האָב געהאַט אַן ענלעכע דערפֿאַרונג. בשעת מײַנע סאַמע ערשטע גאַסטראָלן אין אַמעריקע האָב איך געהאַט אַן אינטערװיו מיט דעם באַרימטן האַראָלד שאָנבערג, װאָס איז דעמאָלט געװען דער מוזיקאַלישער הױפּט–קריטיקער אין „ניו–יאָרק טײַמס‟. ער האָט מיך געפֿרעגט, װאָס מיין איך װעגן דער רוסישער פּיאַניסטישער טראַדיציע, און איך האָב געמאָלדן מיט אַ יוגנטלעכער קאַטעגאָרישקײט (דעמאָלט בין איך געװען אַלט קנאַפּע 19 יאָר), אַז לױט מײַן מיינונג, איז דאָס אַלץ באָבע–מעשׂיות: „נעמט, למשל, סאָפֿראָניצקין, האָראָװיצן און ריכטערן: אַלע שטאַמען זײ אָפּ פֿון רוסלאַנד — און אַלע לגמרי זײַנען זיי פֿאַרשײדן! װאָס איז דאָ געמײנזאַמס צװישן זײ?‟. אױף דעם האָט שאָנבערג געענטפֿערט, אַז ער קאָן זאָגן, װאָס איז דאָ געמיינזאַמס צװישן יענע דרײַ פּיאַניסטן, און האָט מיך געפֿרעגט: „צי פֿאַרשטײט איר, װאָס איר שטעלט מיט זיך פֿאָר?‟ שפּעטער האָט ער אָנגעשריבן אין זײַן אַרטיקל װעגן מיר, אַז „מיסטער קיסין, דוכט זיך, באַציט זיך סקעפּטיש צו דער רוסישער טראַדיציע <…> נאָר ניט געקוקט אױף מיסטער קיסינס אָפּלייקענען, איז דאָך דאָ די רוסישע פּיאַניסטישע טראַדיציע, און מיסטער קיסין איז אַ טײל פֿון איר.‟

„די דעמערונג פֿונעם זעכצנטן יאָרהונדערט!‟ — רופֿט בראָדעל אױס און רעדט נאָך דעם װעגן די אומגליקלעכע מענטשן, װאָס זײַנען אױפֿגעקומען נאָך 1560. צי װעלן היסטאָריקערס אין עטלעכע יאָרהונדערטער אַרום רײדן װעגן דער דעמערונג פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט?…

ס׳איז אינטערעסאַנט, װי בײַם לײענען ביכער װעגן היסטאָריאָגראַפֿיע, פֿאַלן מיר תּיכּף אײַן פֿאַרגלײַכן מיט מײַן פֿאַך. מסתּמא איז עס נאַטירלעך: פֿון אײן זײַט, האָבן מענטשן אַ נטיה צו פֿאַרגלײַכן זאַכן מיט זײער אייגענער טעטיקײט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אַלץ אין דער װעלט קעגנזײַטיק פֿאַרבונדן, בפֿרט װען עס האַנדלט זיך װעגן אינטעלעקטועלע טעטיקײטן (צו װעלכע די קונסט געװיס געהערט אױך).
                    

יע. קיסין מיט באָבי מאַקפֿערין

הײַנט איז קאָולמען האָקינס׳ [15] יאָרצײַט. ס׳איז ממש אומגלײבלעך: אַזױ פֿיל עװלות, צרות, יסורים האָבן די שװאַרצע איבערגעטראָגן במשך פֿון יאָרהונדערטער — און אַזױ ליכטיק, אָפּטימיסטיש און בטבֿע פּאָזיטיװ איז זײער מוזיקאַלישער פֿאָלקלאָר — דזשאַז! װען ס׳כאַפּט מיך אָן אַ מרה–שחורה, שליס איך אײַן די רעקאָרדירונג פֿון אַרט טײטומס אימפּראָװיזאַציע אױף „שװאַרצע אױגן‟ — און זי גיט מיר צו חיות, און די שטימונג בײַ מיר ענדערט זיך תּיכּף–ומיד!

איך האָב תּמיד, פֿון קינדשאַפֿט אָן, ליב געהאַט דזשאַז דאָס חיות. װעגן האָקינסן אָבער האָב איך זיך דערװוּסט נאָר בעת כ׳האָב שױן געלעבט אין אַמעריקע און מע האָט מיר דאָרטן געגעבן פֿאַר אַ מתּנה זײַנס אַ קאָמפּאַקטל. װאָס איז דאָ אַ סך צו רײדן — אַן אמתער זשעני געװען!

און װידער ברענט דאָס האַרץ פֿאַר כּעס: סאַראַ כּל–בוניקעס זײַנען אונדזערע „רוסישע‟ ראַסיסטן! און װי עקלדיק און שענדלעך האָבן זײ זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ יאָרן, נאָך דזשאָרדזש פֿלױדס מאָרד! מע האָט  ג ע ט י י ט,  אָ פּ ג ע נ ו מ ע ן   ד אָ ס   ל ע ב ן  בײַ אַ װאָפֿנלאָזן מענטשן, װעמענס אײנציקע עבֿירה איז אין יענעם מאָמענט באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער האָט זיך צעצאָלט מיט אַ פֿאַלשער קופּיור, — און זײ האָט אױפֿגעבראַכט ניט דער מאָרד אַליין, נאָר דער פֿאַקט, װאָס „דאָס לאַנד האָט געקניט צו אַ פֿאַרברעכער, װאָס האָט געהאַט צוגעשטעלט אַ פּיסטױל צו אַ מעוברתער פֿרױס בױך בשעת אַ באַװאָפֿנטער רױבערײַ‟. פֿלױד, װעלכע פֿאַרברעכנס ער זאָל אין זײַן צײַט ניט געװען באַגאַנגען, האָט קײנעם ניט דערהרגעט, נאָר אים האָט מען יאָ דערהרגעט, װען ער האָט אַפֿילו ניט געהאַט בײַ זיך קײן שום געװער! און ער איז געװען װײַט ניט דער אײנציקער: דװקא מחמת דעם איז נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק אױפֿגעקומען די BLM–באַװעגונג, און דעריבער טאַקע האָבן נאָך פֿלױדס מאָרד זיך אָנגעהױבן די פּראָטעסטן און די בונטן: דאָס איז פּשוט געװאָרן דער לעצטער טראָפּן. פֿון דעסטװעגן, ניט אױף אים, ניט אױף די אַנדערע שװאַרצע קרבנות האָבן „די אונדזעריקע‟ קײן קאַפּעלע רחמנות ניט, און ניט בלױז די באַװעגונג (דאָס קאָן מען אַװדאי פֿאַרשטײן), נאָר אַפֿילו גופֿא דעם לאָזונג “Black lives matter” (װאָס איז אױף אַן אמתן געװען אַ פֿאַרצװײפֿלונג–געשרײ, פֿאַרװאַנדלט זיך אין אַ לאָזונג) האָבן זײ פֿײַנט. דערצו זאָגן זײ זיך קאַטעגאָריש אָפּ צו גלײבן, אַז מע האָט דערהרגעט פֿלױדן: היות זײ האָבן פֿײַנט די שװאַרצע, גיבן זײ אָפּ די בכורה צו גלײבן, אַז פֿלױד איז געשטאָרבן צוליב די נאַרקאָטיקעס. 

און ביז איצט טענהן זײ, אַז „מע האָט געקניט‟ אָדער „מע האָט געצוווּנגען די מענטשן צו קניִען״, כאָטש אין דער אמתן איז שטעלן זיך אױף   א י י ן   ק נ י   און אױסציִען די האַנט פֿאַר זיך איז לחלוטין ניט קײן „קניִען‟, נאָר אַ זשעסט פֿון פּראָטעסט קעגן ראַסיזם. ס׳װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, אַז יענע, װאָס האָבן געלעבט אַ סך יאָר אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און האַסן קאָמוניזם, זאָלן װיסן אױפֿן סמך פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע, װי שלעכט און ממש געװיסנלאָז איז איבערצודרײען די פֿאַקטן, בפֿרט פּאָליטישע פֿאַקטן, — נאָר צום באַדױערן, ניט געקוקט אױף זײער שׂינה צום קאָמוניזם, זײַנען זײ געבליבן בטבֿע סאָװעטישע מענטשן און ניצן אױס טיפּישע סאָװעטישע מעטאָדן. און, גלײַך װי די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, װילן זײ װיסן בלױז אײניקע פֿאַקטן, נאָר אַנדערע — ניט. כּסדר טײלן מיט די אַמעריקאַנישע מאַסן–מעדיאַ מכּוח כּל–המינים פֿאַלן פֿון ראַסיזם בנוגע די שװאַרצע אין זײער לאַנד [16] — נאָר וועגן דעם װילן אונדזערע „רוסן‟ ניט װיסן, זײ װילן װיסן בלױז װעגן די קװאָטעס און שװאַרצע פֿאַרברעכערס. 

פֿון רעכטס: גרײס באַמברי און יע. קיסין

גאָט מײַנער, װי מיאוס איז דאָס אַלץ… בעת איך לײען אַזאַ פּאַסקודסטװע, װילט זיך מיר אײַנשליסן און הערן שעהענװײַז רעקאָרדירונגען פֿון מאַריאַן אַנדערסאָנען, לעאָנטין פּרײַסן, גרײס באַמברין, דזשעסי נאָרמאַנען, עלאַ פֿיצדזשעראַלדן, אַרט טײטומען, לויִ אַרמסטראָנגן, דיוק עלינגטאָנען, קאָולמען האָקינסן, אָסקאַר פּיטערסאָנען און אַ סך אַנדערע, װאָס אונדזערע „רוסישע‟ ראַסיסטן זײַנען ניט װערט אַפֿילו זײער קלײנעם פֿינגער אױפֿן לינקן פֿוס!

מײַ 20

הײַנט איז אַנע פּאַװלאָװנען געװען אַ ביסל בעסער, זי האָט דערקענט אי מיך, אי די מאַמע (אױפֿן עקראַן פֿונעם אײַפֿאָן) — נאָר װידער גערעדט פֿון היץ כּמעט די גאַנצע צײַט…

געהערט און באַגיטיקט די ראַדיאָ–רעקאָרדירונג פֿון מײַן קאָנצערט אין באַרסעלאָנע. 

געשריבן אַ סך מײַן נײַע דערציילונג; אַפֿילו ניט געאַרבעט הײַנט, װײַל כ׳בין ממש ניט געװען אימשטאַנד אױפֿצוהערן צו שרײַבן. יאָ, שאַפֿערישע באַגײַסטערונג איז באמת טאַקע שאַפֿערישע באַגײַסטערונג — אין אַלצדינג! באָריע האַלט, אַז מײַנע געשריפֿטן זײַנען אָנגעשריבן מיט גרױס טאַלאַנט, נאָר אינטערעסאַנט: װי װעט מען זײ אָפּשאַצן אין הונדערט יאָר אַרום (אױב, אַװדאי, מע װעט זיי בכלל לײענען דעמאָלט)? װי עס זאָל ניט זײַן, הגם ס׳איז בלױז מײַן האָבי, סטאַרע איך זיך מיט יעדן נײַעם װערק שרײַבן בעסער. איבער דער שפּראַך דאַרף איך געװיס נאָך אַ סך אַרבעטן, איבער מעטאַפֿאָרן — אױך. מכּוח די סוזשעטן, גיבן זיי זיך מיר לעצטנס אײַן בעסער, װי פֿריִער…

געלײענט בראָדעלס בוך. ער שרײַבט װעגן די קאָלעקטיװע פֿאָרשונגען אַרום די קולטורן פֿון כינע, אינדיע, רוסלאַנד, לאַטײַן–אַמעריקע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װאָס אַ גרופּע אַמעריקאַנישע סאָציאָלאָגן פֿלעגט דורכפֿירן אין יענער צײַט. ער מעלדעט אַבסאָלוט ריכטיק: „צו פֿאַרשטײן זײ איז אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טױט!‟ — און שרײַבט, אַז דאָס אָרט פֿון געשיכטע אין אָט די פֿאָרשונגען איז געװען ביז גאָר קלײן. ס׳איז ממש אומגלײבלעך: שױן זשע איז עס ניט געװען קלאָר פֿאַר יענע אַמעריקאַנישע ספּעציאַליסטן, אַז אָן אַ טיפֿן שטודירן די געשיכטע פֿון אַ לאַנד אָדער אַ רעגיאָן קאָן מען בשום–אופֿן ניט פֿאַרשטײן זײַן קולטור?! פֿון דער אַנדערער זײַט, קומט אױף אַ פֿראַגע: צי איז זיכער אַזאַ מין עדות פֿון דעם היסטאָרישן װיסנשאַפֿט־שטאַנדפּונקט, צי ניט? 

„ס׳איז דאָ אױך אַ מיקראָגעשיכטע‟ — אַ גוט װאָרט. „פֿאַר מיר איז געשיכטע די געזאַמטקײט פֿון אַלע מעגלעכע געשיכטעס — אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון פּראָפֿעסיעס און שטאַנדפּונקטן, פֿון נעכטן, הײַנט, און מאָרגן,‟ — גוט געזאָגט.


 
[1] וווינאָוויטש, וולאַדימיר (1932־2018) — רוסישער שרײַבער און דראַמאַטור
[2] פֿעלשטינסקי, יורי (1956) — אַמעריקאַנער היסטאָריקער
[3] מכאַט — מאָסקווער קינסטלערישער אַקאַדעמישער טעאַטער
[4] אַראָן, רײַמאָן (1905–1983) — פֿראַנצױזישער פֿילאָסאָף
[5] האַיעק, פֿרידריך (1899־1992) — עסטרײַכישער עקאָנאָמיסט
[6] רענד, איין (אַליסאַ ראָזענבאַום, 1905־1982) — אַמעריקאַנער שרײַבערין און פֿילאָסאָפֿין
[7] יונג, קאַרל (1875־1961) — שווייצאַרישער פּסיכאָאַנאַליטיקער
[8] פֿראַנקל, וויקטאָר (1905־1997) — עסטרײַכישער פּסיכיאַטער, פֿילאָסאָף, שרײַבער
[9] מעטנער, ניקאָלײַ (1879־1951) — רוסישער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר
[10] נייהאַוז, הענריך (1888־1964) — רוסישער, סאָוועטישער פּיאַניסט, פּעדאַגאָג
[11] גאָלדענווייזער, אַלעקסאַנדר (1875־1961) — רוסישער און סאָוועטישער פּיאַניסט, פּעדאַגאָג
[12] רעפּין, איליאַ (1844־1930) — רוסישער מאָלער
[13] נאַסעדקין, אַלעקסיי (1942־2014) — סאָוועטישער פּיאַניסט
[14] בולאַנזשע, נאַדיאַ (1887־1979) — פֿראַנצייזישע פּיאַניסטקע, פּעדאַגאָג
[15] האָקינס, קאָולמען (1904־1969) — אַמעריקאַנער דזשאַז־מוזיקער, סאַקסאָפֿאָניסט
[16] מיר האָט זיך באַזונדערס אײַנגעקריצט אין זכּרון (און אין דער נשמה) די געשיכטע, װאָס איז געשען מיט עטלעכע יאָרן צוריק אױפֿן קאַמפּוס פֿון אַן אוניװערסיטעט: אַ שװאַרצע סטודענטקע האָט זיך צוגעלײגט אױף אַ באַנק, כּדי צו כאַפּן אַ דרימל, — און אַ װײַסע פֿרױ האָט אַרױסגערופֿן די פּאָליציי, װײַל די אָנװעזנהײט פֿון אַ שװאַרץ מײדל דאָרטן האָט איר אויסגעזען ניט כּשר!
[


Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s