אַ געשטרויכלטע שבֿועה

מרדכי יושקאָווסקי

אין די אָנהייב 1990ער יאָרן האָב איך אויף איינער אַ קולטור-אימפּרעזע אין תּל־אָבֿיבֿ זיך באַקענט מיט אַן עלטערן ייִדישן אַקטיאָר, אַן אָפּשטאַמיקן פֿון רומעניע. לאָמיר אים רופֿן דאָ גדליה גרין. ער איז געווען אַ הויכער, פֿולבלעכער ייִד, מיט אַ פּליכעוואַטן קאָפּ, אַ רויטלעך פּנים, געטראָגן דיקע ברילן און תּמיד געווען זייער אַקוראַט און מיט געשמאַק אָנגעטאָן. אינעם תּל־אָבֿיבֿער שטאָטישן לאַנדשאַפֿט האָט ער אויסגעזען אויסטערליש אייראָפּעיִש. מיר זײַנען באַפֿרייַנדעט געוואָרן. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגן מיר זיך טרעפֿן אין אַ קאַפֿע אויף דער בן-יהודה-גאַס, און עטלעכע מאָל האָב איך אים באַזוכט אין זייַן דירה, ניט ווייַט פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער פּאָרט. איך האָב זייער ליב געהאַַט צו שמועסן מיט גדליהן אויף ייִדיש, ריכטיקער גערעדט, אויסהערן זייַנע זכרונות פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וועלכע ער פֿלעגט איבערגעבן זייער עמאָציאָנעל און אינטערעסאַנט, געדיכט באַשפּרענקלט מיט הומאָר.

מיר פֿלעגן אויך באַהאַנדלען די „נייַעס‟ פֿון דער ייִדיש-בראַנזשע אין ישׂראל, און גרין האָט אַלע מאָל זיך באַמיט אָפּצוקילן מייַן יונגערישן אימפּעט און מייַן צוואַנגהאַפֿטן ווילן צו פֿאַרבעסערן די מערכה פֿון ייִדיש. ער האָט מיט אַלע כּוחות געפּרוּווט מיך אַראָפּצופֿירן פֿונעם מאַקסימאַליסטישן, קאָמפּראָמיסלאָזן צוגאַנג, גוט פֿאַרשטאַנען און באַרעכטיקט מייַנע שטרעבונגען און אידעען, אָבער געוואָלט מיך איבערצייַגן, אַז מע מוז אַדורכקומען מיט פֿאַרשיידענע מענטשן מיט גוטן, אַמאָל פֿאַרמאַכן די אויגן אויף יענעמס חסרונות און נאַרישקייטן, ווייניקער צו קעמפֿן, מער זוכן אַ וועג פֿאַר צוזאַמענאַרבעט, און אַזוי ווייַטער…

אויף מייַנע דערווידערונגען פֿלעגט ער ענטפֿערן: „איך בין עלטער פֿון דיר מיט מער ווי פֿערציק יאָר, כ’האָב דורכגעלעבט אַ לעבן, דורכגעמאַכט קאַלטס און וואַרעמס, און איך גיב דיר קלוגע עצות אָן אַ גראָשן געלט. אין יאָרן אַרום וועסטו זיך דערמאָנען אין מיר און זאָגן צו זיך אַליין: „גדליה גרין איז טאַקע געווען גערעכט…‟

און ס’איז טאַקע אמת. ווען איך דערמאָן זיך אין יענע צײַטן, פֿאַרשטיי איך, אַז כ’בין געווען ביז גאָר נאַיִוו, אידעאַליסטיש און צו קעמפֿעריש געשטימט. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע ווערט עלטער, זעט מען די זאַכן ניט נאָר אין שוואַרץ-ווייַסע קאָלירן, מע הייבט אָן צו באַמערקן די צאָלרייַכע שאַטירונגען, ניואַנסן און אָפּגלאַנצן; און הייַנט זאָג איך אָפֿט מאָל צו זיך אַליין גאַנץ אויפֿריכטיק: „גדליה גרין איז טאַקע געווען גערעכט‟.

סוף 1990ער יאָרן האָט אויסגעבראָכן אַ שאַרפֿער קאָנפֿליקט צווישן צוויי צענטראַלע ייִדישע קולטור-אָרגאַניזאַציעס אין תּל־אָבֿיבֿ. דער ענין איז ברייט באַהאַנדלט געוואָרן אין דער ייִדישער פּרעסע, באַגלייט געוואָרן מיט אומצאָליקע אַמפּערנישן, געשרייען, סקאַנדאַלן און קעגנזײַטיקע באַשולדיקונגס-בריוו. מע האָט געצאַפּט איינער בייַם אַנדערן דאָס בלוט, במקום זיך צו פֿאַראייניקן לטובֿת דעם בידנעם ביסעלע ייִדיש, וואָס האָט נאָך דעמאָלט קוים געצאַפּלט אין ישׂראל. וויבאַלד איך האָב געאַרבעט אין איינער פֿון די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס, האָב איך דעם גאַנצן וויכּוח אויפֿגענומען זייער נאָענט צום האַרצן און ממש עס איבערגעלעבט ווי אַ פּערזענלעכן ענין. אין איינעם אַ טאָג בין איך געקומען צו גדליה גרין אַהיים און אויסגעוויינט פֿאַר אים דאָס האַרץ. דערבייַ האָב איך געשוווירן, אַז קיינמאָל אין מייַן לעבן וועל איך ניט מוחל זייַן דעם צד שכּנגד, און מייַן פֿוס וועט קיינמאָל ניט טרעטן אויף יענער טעריטאָריע.

גדליה האָט מיך אויפֿמערקזאַַם אויסגעהערט, געשמייכלט רויִק, און געזאָגט:

— איך בעט דיך, האַלט זיך אָפּ פֿון דײַנע שבֿועות און חרמות, ס’איז גאַנץ איבעריק. פֿון וואַנען קאָנסטו וויסן, וועלכע סורפּריזן וועט דאָס לעבן ברענגען? זײַ נישט אַזוי אַנטשלאָסן בייַ זיך. ווייסט דאָך, ווי זאָגט מען, אַז מיט א צרה מוז מען איבערשלאָפֿן אַ נאַכט, זיך גוט באַטראַכטן. ביסט איצט צעהיצט, דעריבער האָסטו גלייַך יענעם אַרייַנגעלייגט אין חרם. וואַרט צו אַ ביסל… קיל זיך אָפּ…

איך האָב געשוווירן גאַנץ באַוווּסטזיניק. איך ווייס ניט וואָס ס׳דאַרף נאָך געשען, איך זאָל בייַטן מייַן מיינונג און אָפּלאָזן די דאָזיקע שבֿועה. איך בין באַשטאַנען אויף מייַנס און ניט געווען מסכּים אַפֿילו צו הערן וועגן אַ וועלכער-ניט-איז פּשרה.

— אויב אַזוי, — האָט געזאָגט גרין, — לאָמיר דיר דערציילן מייַן אייגענע געשיכטע. אפֿשר וועט זי דיך ווייכער מאַכן און אָנלערנען מוותּר צו זייַן אויף די אומנויטיקע שבֿועות און נדרים.

גדליה האָט זיך אַרײַנגערוקט טיפֿער אינעם פֿאָטעל, אַראָפּגענומען די ברילן, זיך פֿאַרטראַכט אויף אַ ווײַלע, און מיט אַן ערנסט פּנים גענומען דערציילן:

— איך ווייס אַפֿילו נישט פֿון וואַַַנען כ׳זאָל אָנהייבן… איך האָב דיר שוין דערציילט, אַז כ׳שטאַם פֿון טשערנאָוויץ. כ’בין געוואַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. מײַן טאַטע איז געווען אַ ציין-דאָקטער, די מאַמע — אַ לערערין פֿון פּיאַנע. מיר האָבן געהאַַט אַ שיינע וווינונג אין סאַמע צענטער שטאָט, ממש אַַנטקעגן דעם „טעמפּל‟. קענסט דאָך טשערנאָָוויץ… מייַן טאַטע האָט געוואָלט, איך זאָל גיין אין זייַנע וועגן און איז זיכער געווען, אַז איך וועל אויך לערנען סטאָמאַטאָלאָגיע. אָבער איך האָב געחלומט וועגן עפּעס אַַנדערש. איך האָב זיך נאָך פֿון קינדווייַז אָן פֿאַרליבט אינעם ייִדישן טעאַטער. איך פֿלעג גיין צו אַלע פֿאָרשטעלונגען צו עטלעכע מאָל. ס׳רובֿ טעקסטן האָב איך געקענט אויף אויסנווייניק. מייַן גאַנצער טרוים איז געווען, אַז איך וועל אויך אַמאָל שפּילן אויף דער בינע, דערבייַ האָב איך נאָך געהאַט אַ שיינע שטימע און געקענט זינגען. דער טאַטע האָט ניט געהאַלטן פֿון מייַן צוגעבונדנקייט צום טעאַטער, אָבער איך בין מצליח געווען אים אייַנצורעדן, און ער האָט מיר דערלויבט זיך לערנען אין דער טעאַטער-סטודיע. פֿון פֿופֿצן יאָר אָן פֿלעג איך כּמעט יעדן טאָג נאָך דער געוויינטלעכער שול לויפֿן אינעם „טוינבי-האַלע‟. דאָרט איז טעטיק געווען די סטודיע. מיר האָבן ניט סתּם געשפּילט פּיעסן. מיר האָבן געהאַט זייער אַן ערנסטע לערן-פּראָגראַם און וווּנדערבאַרע פּעדאַגאָגן, וואָס פֿלעגן אַרײַנלייגן אין אונדז די גאַנצע נשמה. אַמאָל טראַַכט איך, אַז די אויסשולונג, וואָָס איך האָב געקראָגן אין יענער סטודיע, שטייט ניט אָפּ פֿון דעם הייַַנטיקן אוניווערסיטעט.

ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט מען אונדז אַַַלעמען פֿאַַַרשיקט אין געטאָ אין טראַנסניסטריע. וואָָס האָבן מיר דאָרט איבערגעלעבט, דאַַרף איך דיר ניט דערציילן, ווייסט עס גענוג אַַליין… די עלטערן מייַנע זייַנען ביידע געבליבן דאָרטן, אין בערשאַַַד, אויף אייביק, איך מיט דער שוועסטער זייַַנען געבליבן לעבן. כ’בין געווען אַ געזונטער יונג און געאַַרבעט שווער אויסער דער געטאָ, דעריבער האָבן מיר דאָָס שטיקל ברויט מער אָדער ווייניקער געהאַט.

נאָך דער באַַפֿרייַַונג זייַַנען מיר מיט דער שוועסטער צוריקגעפֿאָרן קיין טשערנאָָוויץ, אָבער איך האָב גיך פֿאַרשטאַנען, אַז לעבן אונטער דער סאָוועטישער מאַכט וועט פֿאַר מיר זייַן זייער שווער. מיר האָבן ניט געוואָלט בלייַבןן אינעם סאָוועטישן „גן-עדן‟, און זומער 1946 דורך פֿאַַַרשיידענע וועגן און וועגלעך זייַַנען מיר אַַדורכגעגאַנגען די גרענעץ און אַַנטלאָפֿן קיין בוקאַַרעשט. רומעניש איז בייַ מיר דאָך געווען אַ צווייטע מוטער-שפּראַך, דעריבער איז מיר געווען לייַכט זיך אייַַנצואָָרדענען אויף אַ צייַַטווייַַליקער אַַרבעט, כּדי צו פֿאַַרזאָרגן דאָָס סאַַמע נייטיקע. מיר האָבן געדונגען אַ צימערל. די שוועסטער מייַַנע איז געגאַַנגען זיך לערנען אויף אַ קראַַנקן-שוועסטער. פֿון דעסטוועגן, בין איך געווען פֿול מיט האָפֿענונגען, אַז כ’וועל אָָנהייבן אַ נייַ לעבן, און דער עיקר, אַז כ’וועל שפּּילן אין טעאַטער.

ווי נאָר איך האָב דערהערט אין אויגוסט 1948, אַז עס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער, בין איך גלייַך געלאָפֿן אַהין אויף אַ פּראָבע. צו מייַן גליק, האָט מען מיך אָנגענומען אין דער טרופּע. און ווי נאָר איך האָב דערציילט, אַז איך האָב זיך געלערנט פֿאַר דער מלחמה אין דער טשערנאָוויצער טעאַטער-סטודיע און אָנגערופֿן די נעמען פֿון מייַנע פּעדאַגאָגן, איז בכלל קיין פֿראַגע ניט געשטאַנען. וואָס זאָל איך דיר זאָגן? — קיין גליקלעכער פֿון מיר איז דעמאָלט אין דער וועלט ניט געווען. פֿאַרשטייסט, אַ מענטש, וואָס חלומט וועגן אַ דערהויבענער זאַך, און פּלוצעם ווערט דער חלום וואָר! וואָס קאָן זייַן שענער און בעסער?!‟ — גדליה האָט זיך אַ ביסל צעהיצט, און זייַן שטימונג האָט זיך איבערגעגעבן צו מיר. זײַן פּנים איז געוואָרן נאָך מער רויט, און ער האָט האַסטיק זשעסטיקולירט.

— מע האָט אייַך אָנגענומען אינעם טעאַטער אויף אַ שטענדיקער אַרבעט, אָדער אויף אַ געוויסער ראָלע? — האָב איך זיך אינטערעסירט.
— זיכער, אויף אַ פֿולער שטעלע. איך בין דאַן אַרויס פֿון זיך פֿון גרויס פֿרייד, — איז ער ממשיך געווען, — אָבער עס דאַכט זיך נאָר אַזוי, אַז טעאַטער איז אַ באַלויכטענע בינע, בלומען און אַפּלאָדיסמענטן. עס איז זייער אַ שווערע אַַרבעט טאָג אויס־טאָג אייַן. אַַמאָל שפּייַט מען אויס די לונגען, ביז די ראָלע באַַקומט זיך אַַזוי, ווי עס דאַרף צו זייַן. אָבער איך האָב געדאַַנקט דעם גורל יעדן טאָג פֿאַר דעם, וואָס מייַן חלום איז מקוים געוואָרן.

דעם טעאַטער האָב איך צו באַדאַנקען ניט בלויז פֿאַר מייַן פּראָפֿעסיאָנעלער קאַריערע, נאָר אויך פֿאַר מייַן וווּנדערבאַרער משפּחה. אַ יונגע אַקטריסע, אַ שיינהייט ניט פֿון דער וועלט, איז אָנגענומען געוואָרן אַהין צו שפּילן אַ יאָר נאָך מיר. ווען איך האָב זי דערזען, בין איך גלייַך פֿאַרליבט געוואָרן ביז איבער די אויערן, ממש צוגעזאָטן געוואָרן צו איר, און איך האָב געזאָגט פֿעסט צו זיך: זי וועט זייַן מייַן פֿרוי! מיינסט, כ’האָב ניט געהאַַלטן דאָָס וואָרט? אָט האָסטו זי, — גדליה האָט זיך הויך צעלאַַכט און אָנגעוויזן מיט אַ באַוועגונג פֿונעם קאָפּ אויף זייַן פֿרוי פּערל, וועלכע האָט זיך גראַדע געפּאָרעט אין דער קיך.
— און זי האָט זיך גלייַך אונטערגעגעבן אייַערע גענג? — האָב איך אָנגעהאַלטן די שפּאַסיקע שטימונג.
— הער זיך צו, אַז איך האָב בייַ זיך איינדייַטיק באַשלאָסן, האָט זי שוין קיין ברירה ניט געהאַט. דעמאָלט איז אַלץ געווען פֿאַרקערט, הייַַנט איז זי אויף מיר אַ בעל-הביתטע, און איך האָב ניט קיין דעה, — האָט ער זיך נאָָך מער צעלאַכט. — בקיצור, מיר האָבן חתונה געהאַט, געלעבט שיין און ווויל. אין אַ יאָר אַרום איז געבוירן געוואָרן אונדזער זון. ער הייסט בנימין נאָך מייַן טאַַטן.

אַלץ איז געווען גוט. מיר האָבן ביידע געאַרבעט אינעם טעאַטער, אָבער וואָס טוט זיך אין יעדן טעאַטער הינטער די קוליסן, איז ווייניקער סימפּאַטיש. וואָס האָב איך לאַנג צו ברײַען — אין יעדן טעאַטער זייַנען פֿאַראַן טאָנעס פֿון עגאָ, אַ סך אינעווייניקסטע קאַמפֿן, קינאה, וואָס ברענגט צו שׂינאה, אינטריגעס, רכילות, אָנרעדענישן, און וואָס ניט… אין פֿאַרגלייַך מיט דעם, וואָס איך האָב זיך אָנגעהערט און אָנגעזען אין טעאַטער, זייַנען די איצטיקע פּראָבלעמען, פֿון וועלכע האָסט מיר דערציילט, סתּם אַ קינדער-שפּיל. אָבער טראָץ די אַלע שלעכטע זאַכן, זייַנען אויך געווען אַ סך גוטע. ס’איז געווען פֿרייַנדשאַפֿט, מע פֿלעגט זיך צונויפֿזאַמלען און פֿאַרברענגען. בעת מע איז געפֿאָרן אויף די גאַסטראָלן, פֿלעגט מען זיך דערנענטערן נאָך מער.

איך האָב אין טעאַטער געהאַט אויך גוטע חבֿרים. מייַן בעסטער חבֿר איז געווען… נו, מילא, ער האָט געהייסן הערשל… — גדליה האָט זיך אַ ווייַלע געקווענקלט און באַשלאָסן ניט אָנצורופֿן דעם פֿאַמיליע-נאָמען. — מיר זייַנען מיט אים געווען מער ווי חבֿרים, ממש ברידער, קיין שום סודות ניט געהאַַט איינער פֿונעם אַנדערן. ער האָט געשטאָמט פֿונעם שטעטל סטאָראָזשינעץ, ס’איז זייער נאָענט פֿון טשערנאָוויץ. בעת דער מלחמה איז ער אויך געווען אין טראַַנסניסטריע, אין געטאָ שאַרגאָראָד, אָבער באַקענט האָבן מיר זיך שוין אין בוקאַרעשט, אינעם טעאַַטער. ער האָט אין געטאָ אויך פֿאַַרלוירן אַַַַלע זייַנע אייגענע און האָט געלעבט אין אַ שטענדיקער דעפּרעסיע. איך האָב כאָטש געהאַט אַַ שוועסטער, און ער איז געבליבן אינגאַנצן אַליין אויף דער וועלט, אַליין ווי אַ שטיין… איך האָב אים ממש ליב געהאַט ווי אַן אייגענעם ברודער. ער איז מיר טיף אייַנגעבאַקן געוואָרן אין האַרצן, און איך האָב זיך מיט אַלע כּוחות באַמיט אים אומצוקערן צו אַ נאָרמאַל לעבן. מיט מיידלעך האָט אים אויך ניט געפֿידלט… ער פֿלעגט זיך באַקענען מיט אַ מיידל, אָבער מער ווי אַ פּאָר מאָל האָט זי זיך מיט אים ניט געוואָלט טרעפֿן. ווער וויל אַרייַנקריכן מיט אַ געזונטן קאָפּ אין אַ קראַנקן בעט? ממש אַ לא-יוצלח אַזאַ… דערבייַ איז ער געווען זייער טאַלאַנטירט, אַ פּרעכטיקער אַקטיאָר, געהאַט אַ ריזן-שטימע. אויף דער בינע האָט ער געלעבט און געבליט, באַקומען אַ נשמה-יתירה, אָבער נאָך דער פֿאָרשטעלונג זיך אומגעקערט צו זייַן שטענדיקער מרה-שחורה. מייַן פּערל האָט באַמערקט פֿריִִער פֿון מיר, אַז ער האָט אָנגעהויבן זיך נעמען צו אַ גלעזל, און דאָס האָט מיך ממש געשראָקן, ווייַל אין זייַן גייַסטיקן צושטאַנד איז געווען זייער לייַכט צו ווערן אַ שיכּור און אינגאַנצן דעגראַדירן. איך פֿלעג פֿאַרברענגען מיט אים אַ סך שעהן אין שמועסן, ער פֿלעגט פֿאַר מיר אויסגיסן זייַן פֿאַרביטערט האַרץ, און איך פֿלעג אין אים אַרייַנלייגן אַ ים מיט רייד, כּדי אים אַַרויסצושלעפּן פֿונעם טונקעלן ווינקל, אין וועלכן ער האָט זיך אַליין פֿאַרשטעקט. מיר זייַנען געווען אין איין עלטער. טראָץ אַלדאָס איבערגעלעבטע, בין איך געווען פֿול מיט לעבנהאַַפֿטיקייט, אָבער ער האָט צו זעקס און צוואַנציק יאָר געהאַט אַן אַלטע, פֿאַרפּײַניקטע און אויסגעמאַטערטע נשמה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין ניט קיין פּסיכאָָלאָג, אָבער איך האָב עס געהאַלטן פֿאַר מייַן פֿליכט — צוריקצוברענגען דעם בחור צום אינעווייניקסטן גלייַכגעוויכט, היילן זייַן פֿאַרוווּנדעט האַרץ און טרייסטן אים, אויף וויפֿל ס’איז נאָר געווען מעגלעך.

בקיצור, אין די סוף פֿופֿציקער יאָרן, איז די לאַגע אין רומעניע געוואָרן ערגער. עקאָנאָמיש איז דאָס לאַַנד געווען סייַ-ווי-סייַ אָפּגעשטאַנען, און דערצו איז מען שוין געוווינט געוואָרן, אָבער פּאָליטיש איז געוואָרן זייער שווער. די קאָמוניסטן האָבן געווילדעוועט מיט זייערע מעגאַלאָמאַנישע פּלענער, און די סעקוריטאַטע האָט פֿאַראַרבעט מעשׂים. די אַרעסטן האָבן זיך געמערט, און, פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס ביסל ייִדן זייַנען געוואָרן די ערשטע פֿאַרדעכטיקטע. אין די אָָנהייב זעכציקער איז כּמעט ניט אַדורך קיין פּאָר חדשים, מען זאָל עמעצן פֿונעם טעאַטער ניט געווען אויסגעפֿאָרשט אָדער אַרעסטירט. פּערל האָט זיך בייַ מיר געבעטן, איך זאָל פֿאַרלאָזן דעם טעאַטער און אויסזוכן אַן אַַנדער אַַרבעט. זי האָט מורא געהאַט, אַז טאָמער אַרעסטירט מען מיך, וואָס וועט זי טאָן אַליין מיט אַ קינד אויף די הענט. אָבער איך האָב זיך ניט פֿאָרגעשטעלט מייַן לעבן אָן דעם טעאַטער און ניט געוואָלט פֿון גאָרנישט ניט הערן. איך בין ווייַַט געווען פֿון פּאָליטיק און געהאַַלטן, אַז איך האָב ניט פֿאַר וואָס מורא צו האָבן.

דער אמתער קלאַפּ פֿאַר מיר איז געווען, ווען איך קום איינעם אַ טאָג אינעם טעאַטער, דאָס איז געווען אין דעצעמבער 1960, און דער וועכטער דערציילט מיר גלייַך בייַם אַרייַנגאַנג, אַז בייַ נאַכט האָט מען צוגענומען הערשלען. איך בין געבליבן שטיין, ווי מע האָט מיך אָפּגעמאָסטן מיט אַ דראָנג איבערן קאָפּ. איך האָב געוווּסט וועגן אים אַלץ, ביז די סאַמע אינטימסטע פּרטים, און איך האָב געוווּסט, אַז ער האָט געהאַט צו טאָן מיט פּאָליטיק, פּונקט ווי איך האָב צו טאָן מיט כינעזישן באַלעט… וואָס איז דאָס פֿאַר אַ נאַרישקייט? — האָב איך גערעדט צו זיך אַליין? מילא, אויף אַנדערע קאָן איך ניט ערבֿ זייַן, ווער ווייסט, וואָס בייַ יענעם קאָן זיך אָפּטאָן הינטער דער טיר, אָבער הערשל?.. ס’איז אוממעגלעך. פֿאַר אים קאָן איך מייַן האַנט געבן אָפּהאַקן. איך בין אַרומגעגאַנגען ווי אַ דולער, ניט געוווּסט וואָס צו טאָן. איך האָב געמוזט נעמען אורלויב אינעם טעאַטער, ווייַל כ’בין געווען ניט מסוגל אַרויפֿצוגיין אויף דער בינע. אָבער דאָס איז געווען נאָר דער ערשטער קלאַפּ…

דעם צווייטן פֿעברואַר 1961 איז געקומען מייַן ריי. בייַ נאַכט זייַנען געקומען אין אונדזער וווינונג צוויי סעקוריטאַטע-לייַט, מיך ממש אַרויסגעשלעפּט פֿונעם געלעגער, מיט פֿאַרבונדענע אויגן אַרייַנגעזעצט אין אַן אויטאָמאָביל און געפֿירט ערגעץ ווייַַט. מע האָט מיך אַרייַנגעפֿירט אין אַ שוידערלעך צימערל, באַַלויכטן מיט אַ שוואַך לעמפּעלע, וווּ ס’איז נאָר געשטאַנען אַ טיש און אַ שטול. דער אויספֿאָרשער, אַ דאַרער אָפּגעברענטער רומענער מיט דיקע וואָנסן, האָט גענומען מיר פֿאָרוואַרפֿן, אַז איך האָב אינעם טעאַטער געפֿירט נאַציאָנאַליסטישע, אַנטי-קאָמוניסטישע אַגיטאַציע, פֿאַרשפּרייט פֿאַרבאָטענע מאַטעריאַלן, וואָס האָבן געשטויסן ייִדן אָנגעבן בקשות צו עמיגרירן קיין ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב געלייקנט שטיין און ביין, געטענהט, אַז די גאַנצע מעשׂה איז ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן. און אויף מייַן יעדן ענטפֿער האָט ער געזאָגט, אַז זיי האָבן עדות, וואָס האָבן שוין שריפֿטלעך באַשטעטיקט די דאָזיקע טענות.

פֿון אָנהייב האָט דער דאָזיקער אויספֿאָרשער גערעדט גאַנץ רויִק, אַפֿילו געשאַפֿן אַן אייַנדרוק, אַז ער איז אויף מייַן זייַט און וויל מיר אַרויסהעלפֿן. אין איין אויגנבליק איז ער אויפֿגעשטאַנען, מיך געכאַפּט פֿאַר דער טשופּרינע… יאָ, לאַך נישט, איך האָב אַמאָל געהאַט אַ שיינע טשופּרינע, — האָט גדילה סאַרקאַסטיש אַ שמייכל געטאָן, — און ער האָט זיך צעשריִען, און מיט אַ ווילדן בליק אין די אויגן מיר געגעבן אַ שמיץ אין פּנים. עס האָט אָנגעהויבן רינען בלוט פֿון דער נאָז, און איך האָב איבערגעחזרט, אַז איך ווייס ניט וועגן וואָס ער רעדט און האָב ניט אין וואָס זיך מודה זייַן. דאַן האָט ער ווידער אָנגעטאָן אויף זיך דאָס רויִקע זאָרגזאַמע פּנימל און מיך געפֿרעגט:

— קענסט גוט דייַן קאָלעגע הערש ד.?
— יאָ, איך קען אים גוט, מיר זייַנען זייער נאָענטע חבֿרים. איך ווייס, אַז מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק איז ער אויך אַרעסטירט געוואָרן, און איך קאָן זיך שווערן, אַז ער איז אין גאָרנישט ניט שולדיק.
— אַאַַאאַזוי? — האָט דער אויספֿאָרשער צעצויגן זייַן רעדן. — קענסט זייַן האַנטשריפֿט?
— יאָ, איך קען זײַן האַנטשריפֿט, — האָב איך געענטפֿערט, נאָך אַלץ ניט פֿילנדיק קיין שום שפּיצל אין זייַנע ווערטער.
— דו גלייבסט אים? — האָט ער ווייַטער געפֿרעגט.
— ווי זיך אַליין, — האָב איך געטענהט.
— אויב אַזוי, טאָ לייען דעם דאָזיקן דאָקומענט. — ער האָט אַרויסגענומען פֿון שופֿלאָד אַ בלעטל און האָט עס דערלאַנגט מיר.

איך זע גאַנץ גוט, אַז ס’איז הערשלס האַנטשריפֿט. איך הייב אָן לייענען, און ס’ווערט מיר חושך אין די אויגן… ביז צום חלשן. ער שרייַבט זאַכן, וואָס אַפֿילו אַ שׂטן וואָלט ניט געקאָנט אויסטראַכטן; אַז איך האָב אים אַגיטירט צו טאָן טאַטן קעגן דער מאַכט, גענייט אים פֿאַרשפּרייטן צווישן ייִדן די פֿאַרבאָטענע ליטעראַטור, אים אַרייַנגעשלעפּט אין דער אומלעגאַלער טעטיקייט, געצוווּנגען אים זיך טרעפֿן מיט פֿאַרשיידענע שפּיאָנען, און אַזוי ווייַטער… וואָס זאָל איך דיר זאָגן? דאָס איז געווען די שרעקלעכסטע רגע אין מייַן לעבן. איך האָב זיך דערפֿילט ערגער, איידער אין דער געטאָ. דאָרטן איז דאָך געווען קלאָר, ווער איז דער שׂונא, און ווער איז דער קרבן, און דאָ… דער מענטש, וועלכן דו האָסט געהאַלטן פֿאַרן נאָענטסטן חבֿר, פֿאַר אַן אייגענעם ברודער, פֿאַר וועלכן דו האָסט אַנטפּלעקט דייַן האַרץ, און וועמען דו האָָסט באמת ליב געהאַט, זאָל אַזוי באַרעדן, באַשמוצן און שטעלן אין געפֿאַר ניט נאָר מייַן לעבן, נאָך אויך דאָס לעבן פֿון מייַן משפּחה… איך האָב דעמאָלט פֿאַרלוירן די שליטה איבער זיך, און עס האָט פֿון מיר אַ שפּראָץ געטאָן אַ היסטעריש געוויין. די אוממאַכט און די עוולה האָבן מיך געשטיקט, און די טרערן האָבן פֿאַרבלענדט די אויגן. זיך קוים באַרויִקט, גיב איך אַ קוק אויף דעם מנוול פֿון דער סעקוריטאַטע… ער זיצט, האָט הנאה און שמייכלט מיט אַ סאַדיסטישן שמייכל…

— גדילה, איר זייַט געזעסן ווי אַ פּאָליטישער אַרעסטאַנט? איך האָב עס ניט געוווּסט, — האָב איך אַרויסגעשטאַמלט, זייַענדיק דערשיטערט פֿון דער געשיכטע.
— יאָ, מייַן פֿרייַנד, ס’איז געווען אַ געריכט, מע האָט מיך פֿאַרמישפּט צו פֿיר יאָר, אָבער באַפֿרייַט נאָך אַ יאָר מיט נייַן חדשים. מע האָט מיך אַוועקגעשיקט אין אַ תּפֿיסה פֿאַר פּאָליטישע אַרעסטירטע, אין דער געגנט פֿון יאַס. די באַדינונגען זייַנען געווען שוידערלעכע, אין דער קאַמער זייַנען געווען אומגעפֿער פֿופֿצן מענטשן, און די שטראָף איז געווען אַ מאַקאַברישע — מע האָט ניט געטאָרט טאָן אַבסאָלוט גאָרנישט, ניט רעדן, ניט שעפּטשען זיך, ניט שפּילן קאָרטן, ניט לייענען, ניט זינגען, קיין זאַך…

— אָבער פֿון דעסטוועגן, האָבן מענטשן זיך געפֿונען דאָָרט פֿיר און צוואַנציק שעה. וואָס האָט מען געטאָן? — האָב איך זיך געוווּנדערט.
— איך זאָג דיר דאָך: גאָרנישט!!! — גדליה האָט זיך אַ ביסל דענערווירט. — אַלע פּאָר מינוט פֿלעגט דער וועכטער אַרייַנקוקן אינעם פֿענצטערל אין דער טיר, און אויב ער האָט באַַמערקט עפּעס, פֿלעגט ער אָנהייבן ווילד שרייַַען, אַרייַנגיין און שלאָגן מיט אַ נאַהייַקע. גאָרנישט מיינט גאָרנישט.
— גדליה, — האָב איך ניט געקאָנט זיך באַרויִקן, — אָבער אַזוי קאָן מען דאָך משוגע ווערן…
— נו, און ווער האָט געזאָגט, אַז מע פֿלעגט ניט ווערן משוגע? ניט ווייניק האָבן פֿאַרלוירן דעם שׂכל, און מע האָט זיי אַריבערגעפֿירט אין אַן אַנדער אָפּטייל. דעריבער די איינציקע זאַַך, וואָס איז פֿאַרבליבן, איז צו רעדן מיט זיך אויף א שטום לשון. כּדי צו בלייַַַבן בייַ די געדאַנקען, פֿלעג איך שעהען-לאַנג זיצן און איבערחזרן אויף אויסנווייניק אַלע מייַנע ראָלן. וועק מיך אויף בייַ נאַכט, געדענק איך אַלע טעקסטן ביז הייַנט… וויבאַלד צייַט האָב איך געהאַט איבער-גענוג, זייַנען אַ סך מחשבֿות געקראָכן אין קאָפּ אַרײַן, אָבער איין געדאַנק האָט מיך ניט געלאָזט צורו — נקמה נעמען אין הערשל. איך האָב געזען סייַ אויף דער וואָר, סייַ אין די חלומות, ווי איך טרעף אים ערגעץ נאָך דער באַפֿרייַונג און צעשמעטער אים דעם פּרצוף, צערייַס אים אויף שטיקער, לאָז ניט איבער אויף זייַן גוף קיין טרוקן אָרט. איך האָב ממש טאָג אויס־טאָג אייַן מיטגעלעבט אָט די סצענע… נקמה נעמען איז געוואָרן מייַן דראַנג צום לעבן. אַזוי ווי דו הערסט, האָב איך געוואָלט דערלעבן ביז דער באַפֿרייַונג, כּדי זיך אָפּרעכענען מיט אים. איך האָב מיר געגעבן אַ שבֿועה, אַז ווי נאָר איך גיי אַַרויס פֿון דאַנען, גיי איך אים גלייַך אָפּזוכן. אויב ער וועט נאָך זיצן ביז דאַן, וועל איך זיך דערשלאָגן אַ טרעפֿונג מיט אים, קומען און אים אָנשפּייַען אין פּנים אַרײַן, און אויב ער וועט שוין ניט לעבן ביז דאַן, וועל איך אויסזוכן זייַן קבֿר, קומען אַהין און אָנשפּייַען אויף זייַן בערגל ערד. דער פֿייַער פֿון נקמה האָט געברענט אין מיר, און עס איז געווען אוממעגלעך אים אײַנצושטילן… דערווײַל האָט פּערל זיך דערשלאָגן צו אַ גוטן אַדוואָקאַט. זי האָט געקערט וועלטן, מע האָט רעווידירט דעם גאַנצן ענין, און נאָך אַ יאָר מיט נייַן חדשים האָט מען מיך באַפֿרייַט.

געקומען אַהיים, האָב איך גלייַך אָנגעהויבן פֿרעגן וואָס איז מיט הערשל, און איך האָב זיך דערוווּסט, אַז ער איז באַפֿרייַט געוואָרן מיט אַ האַלב יאָר צוריק און מצליח געווען אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. זינט דאַן האָב איך באַשלאָסן, אַז מיר וועלן עולה זייַן קיין ישׂראל. עס קלינגט דיר מסתּמא אומגלויבלעך: ניט ציוניזם האָט מיך געשטופּט עולה צו זייַן, נאָר דער דראַנג נקמה צו נעמען. איך בין קיינמאָל ניט געווען קיין גרויסער ציוניסט, דער עיקר, צוליב דער באַציִונג צו ייִדיש מצד די ציוניסטישע רעדלפֿירער. אַזוי איז עס געבליבן ביז הייַנט-צו-טאָג. איך לעב שוין דאָ דרייַ און דרייַסיק יאָר, איך האָב ליב דאָס לאַנד, איך לעב איבער נאָענט אַלץ, וואָס ס׳קומט דאָ פֿאָר, אָבער דאָס, וואָס מע האָט דאָ אָפּגעטאָן מיט ייִדיש, קאָן איך ניט מוחל זייַן. עס איז איבער מייַן פֿאַרשטאַנד. מע גרויסט זיך דאָ דערמיט, אַז מע האָט אויסגעגראָבן אַ טויטע שפּראַך און זי אומגעקערט צום לעבן, און דערבייַ שטאָלצירט מען זיך נאָך מער מיט דעם, אַז מע האָט גענומען די לעבעדיקע, שפּרודלדיקע און האַרציקע שפּראַך פֿון די אייגענע זיידעס און טאַטעס און זי אַרייַנגערוקט טיף אין קבֿר אַרייַַן. אָבער ס’איז אַן אַנדער טעמע…

מיין ניט, אַז ס’איז געווען לייַכט פֿאַרלאָזן רומעניע. עס איז אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. פֿאַרשטייט זיך, אַז אינעם בוקאַרעשטער ייִִדישן טעאַַטער נאָָך דער באַַפֿרייַונג האָב איך זיך שוין ניט אומגעקערט, געלעבט פֿון זייַטיקע פֿאַרדינסטן — פֿון מאָל צו מאָל געזונגען אין אַ רעסטאָראַן, מיטגעהאָלפֿן אין אַ דרוקערייַ. בקיצור, מיט גאָטס הילף, סוף 1964 זייַנען מיר אָנגעקומען קיין ישׂראל. מע האָט אונדז באַזעצט אין גבֿעת־שמואל, ניט ווייַט פֿון פּתח-תּיקווה. וואָס, מיינסטו, האָב איך דאָ געטאָן איינע פֿון די ערשטע זאַכן? אַנו, טרעף! — האָט גדילה אַ וווּנק געטאָן צו מיר.

— פֿאַרשטייט זיך, געגאַנגען זוכן הערשלען, — האָב איך געענטפֿערט מיט זיכערקייט.
— כּמעט געטראָפֿן. — האָט גרין סודותפֿול געשמייכלט, ווי איינער זאָגט: אָ, ניט אַלץ איז אַזוי פּשוט… — איך האָב גלייַך אָנגעשריבן אין דער סוכנות און געבעטן צו געפֿינען זייַן אַדרעס. אין אַ צייַַט אַַרום האָב איך געקראָגן אַן ענטפֿער מיט הערשלס אַדרעס. געוווינט האָט ער אין באר-שבֿע. דערווייַַל אין תּל־אָבֿיבֿ האָב איך געטראָפֿן אַן אַַקטיאָָר, וואָס האָט געשפּילט מיט מיר אַמאָל אין בוקאַרעשט, און יענער האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט צופֿעליק געזען הערשלען שוין דאָ, אין ישׂראל, און אַז ער איז געבליבן ממש אַ שבר-כּלי, אַן אומגליקלעכער גייענדיקער מת… די דאָזיקע ידיעה האָט ניט אָפּגעקילט מייַן כּעס און מייַן ווילן נקמה צו נעמען, אָבער זי האָט מיך געצוווּנגען זיך צו פֿאַרטראַכטן: איך האָב אין מייַן דימיון אין משך פֿון פֿיר יאָר געמאָלט אָט די סצענע, וויִאַזוי איך קום צו אים און צעהאַק אים די ביינער; אָבער איצט, ווען איך האָב געהאַט זייַן אַדרעס, געוווּסט גענוי, וווּ אים צו געפֿינען, פֿאַַר וואָס אייַל איך זיך ניט דאָס צו טאָן? פֿון דער טבֿע בין איך קיינמאָל קיין שלעגער ניט געווען, פֿון קינדהייט אָן געווען אַ רודף-שלום. ווי זשע קום איך איצט שלאָגן אַ מענטשן, וועלכן דאָס לעבן האָט שוין דערשלאָגן אַזוי אויך? אָבער מייַן דראַנג צו נקמה איז געבליבן נאָך אַלץ שטאַרק.

איך בין שוין אויפֿגעטראָטן אין אַ פּאָר קאָנצערטן, אָבער קיין שטענדיקע אַרבעט נאָך דאַן ניט געהאַט. פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך פֿאַרגינען צו קויפֿן באָקס-הענטשקעס. איך בין געגאַנגען זיך טרענירן און אין משך פֿון עטלעכע חדשים געלערנט באָקס. איך האָב געהאַט ביז דעמאָלט אַנונג אין באָקס, ווי דו פֿאַרשטייסט אין פֿליִען קיין קאָסמאָס. אָבער עס איז געווען גאַנץ ניצלעך. איך האָב טאַקע דאָרט פֿאַרשטאַרקט דעם גוף, אויסגעלערנט געוויסע גענג אין באָקס, און אין אייניקע חדשים אַרום האָב איך זיך דערפֿילט גרייט צו נעמען נקמה. פּערל האָט פֿאַר מיר געוויינט און געבעטן, איך זאָל עס ניט טאָָן, אָבער איך האָב געטענהט: איך מוז אים אַ קוק טאָן אין די אויגן, און ס’איז נישטאָ דער כּוח אויף דער וועלט, וואָס זאָל מיך אָפּשטעלן דערפֿון!

איך האָב אויסגעקליבן דעם טאָג, פֿיזיש און גייַַסטיק זיך צוגעגרייט צו דער נסיעה. איך האָב די באָקס-הענטשקעס אַרייַנגעלייגט אין אַ טאַש און געפֿאָרן אויף דער תּחנה מרכּזית (צענטראַלע אויטאָבוסן-סטאַציע). יענע יאָָרן איז צו פֿאָרן קיין באר-שבֿע געווען ניט דאָס זעלבע וואָס הייַנט. עס האָט גענומען, דאַכט זיך, כּמעט דרייַ שעה, און באר-שבֿע אַַַליין האָט אויסגעזען ווי אַ פֿאַרוואָרפֿן נעבעכדיק שטעטל אין מיטן מידבר. הקיצור, איך קום אָן אַהין, אָפּגעפֿונען דעם אַַדרעס. עס איז געווען אַ שיכּון עולים — אַזאַ לאַנגער בנין מיט קלייניטשקע דירהלעך, וואָס מע פֿלעגט בויען דעמאָלט, אַרום און אַרום זאַמדן און שטיינער, קיין ביימעלע און קיין גרעזעלע…

איך האָב געפֿונען דעם ריכטיקן אַרייַנגאַַנג, אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, און… אָט אויף דער שוועל שטייט הערשל… אָט איז דער מאָמענט, אויף וועלכן איך האָב געוואַרט פֿיר יאָר. איצט דאַרף איך אים געבן אַ באָקס גלייַך אין פּרצוף אַרייַן און אים צעהאַַקן די ביינער, לויט מייַן שבֿועה און מייַן פּלאַן. מיר זייַַנען ביידע דעמאָלט געווען צו דרייַ און פֿערציק יאָר אַלט, נאָך יונגע לייַט, אָבער איך זע פֿאַר זיך ממש אַ זקן, אַן אייַנגעבויגענעם, מיט אַ טיפֿן אייַַנקנייטש אינעם שטערן, אינגאַנצן אַ גרויען, מיט אויסגעלאָשענע אויגן… מיר זייַַנען אַזוי געשטאַנען עטלעכע רגעס איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן שווייַגנדיק, דערנאָך געפֿאַלן איינער אויפֿן אַנדערן, זיך אַרומגענומען און געבליבן שטיין אַזוי אַ לענגערע צייַט, זיך באַגיסנדיק מיט טרערן… איך ווייס ניט גענוי וויפֿל צייַט האָבן מיר אַזוי אָפּגעוויינט איינער אויף דער פּלייצע פֿונעם אַנדערן. מיר האָט זיך דעמאָלט אויסגעדאַכט, אַז עס האָט געדויערט אַן אייביקייט…

שפּעטער שוין, ווען מיר זייַנען געזעסן אין זייַן צימערל בייַ אַ גלעזל בראָנפֿן, האָב איך אים געזאָגט:

הערשל, איך בין דאָך געקומען דיך צעממיתן. איך האָב פֿיר יאָר געוואַרט אויף דעם מאָמענט, איך זאָל קומען זיך נוקם זײַן אין דיר. איך בין ספּעציעל געגאַנגען זיך לערנען באָקס, געקויפֿט באָקס-הענטשקעס. פֿאַר וואָס… אַלץ אַזוי…, האַ?
— גדאַלקע, — האָט ער געענטפֿערט, — קאָנסט מיך צעממיתן, און וועסט זייַן הונדערט פּראָָצענט גערעכט. אפֿשר איז עס אַפֿילו כּדאַי. מייַן לעבן איז סייַ ווי סייַ ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי. איך האַלט זיך ניט פֿאַרן לעבן…
— אָבער איין זאַַַך דערקלער מיר: וויִאַזוי האָסטו געקאָנט מיך אַזוי באַרעדן און נאָך אָנשרייַַבן אויף מיר אַזעלכע בילבולים? נאָר דאָס וויל איך וויסן, — האָב איך ניט געקאָנט זיך באַרויִקן.
— אוי, גדלקע, ווען דו ווייסט, ווי מע האָט מיך געשלאָגן, — האָט ער ווידער אַ שפּּראָץ געטאָן מיט טרערן, — וויי, וויי, איך האָב מער ניט געקאָנט איבערטראָגן זייערע קלעפּ… וואָס זאָל איך געווען טאָָן? עס זייַנען דאָ גיבורים אויף דער וועלט, איך בין ניט קיין גיבור… איך האָב דעמאָלט געוואָלט בעסער שטאַרבן, אָבער ניט לייַדן פֿון זייערע קלעפּ. ווען מע וואָלט מיר געהייסן אָנשרייַבן, אַז איך האָב אָ פּאָר הערנער און אַ וויידל, וואָלט איך עס גלייַך געטאָן… איך האָב ניט געקאָנט מער לייַַדן, — האָט ער געכליפּעט…

— אָט האַָסטו די גאַנצע געשיכטע מיט מייַן שבֿועה. פֿאַרשטייסטו שוין, פֿאַר וואָס האָב איך דיר דערציילט די גאַנצע מעשׂה? — האָט גדילה זיך אָנגערופֿן צו מיר.
— וואָס איז געוואָרן מיט הערשלען? איר האָט אָנגעהאַלטן באַציִונגען נאָך יענער באַגעגעניש? — האָב איך געפֿרעגט.
— יאָ, מיר זייַנען געבליבן נאָענטע חבֿרים. נאָך אַלדעם איבערגעלעבטן בין איך אים מוחל געווען. ער איז אין ישׂראל געוואָרן פֿרום, געדינט ווי אַ חזן אין אַ שיל אין באר-שבֿע. איך בין ממשיך געווען דאָ שפּילן טעאַַטער, און ער האָט מער ניט געשפּילט. שפּעטער איז ער זיך צונויגעגאַַנגען מיט אַ פֿרוי, וועלכע איז געקומען פֿון פּוילן. קיין קינדער האָט ער ניט געהאַַט. צו מייַן זון און מייַנע אייניקלעך האָט ער זיך באַצויגן ווי צו זייַַנע אייגענע קינדער. ער איז אַַוועק פֿון דער וועלט מיט פֿיר יאָר צוריק.

גדילה גרין איז אויפֿגעשטאַַנען פֿונעם פֿאָטעל, געמאַכט עטלעכע טריט איבערן סאַלאָן, צוגעגאַנגען צום גרויסן פֿענצטער, וואָס האָט אַרויסגעקוקט צום ים, און האָט מיט אַ פֿעסטן טאָן, וואָס איז באַרופֿן געווען עפּעס-וואָס אָנצולערנען, זיך אָנגערופֿן צו מיר:

— אָט דאָס איז געוואָרן פֿון מייַן שבֿועה! הערסט? מאַך פֿאַר זיך אַן אויספֿיר… ס’איז ניט כּדאַי זיך צו שווערן. קאָָנסט געבן נדרים און שבֿועות, בויען פּלענער, אָבער אַ מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט. קאָנסט קיינמאָל ניט וויסן, וויִאַזוי דאָס דריידל וועט זיך אויסדרייען, און ווען דעם לעבן וועט זיך פֿאַרגלוסטן צו קאָרעגירן דייַַנע פּלענער…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s