אלי שאַרפֿשטיין
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? קיין גרויסער „סטיליאַגע‟ [1] בין איך ניט. אַמאָליקע צײַטן אפֿשר בין איך טאַקע אַ ביסל געווען, נאָר אויך נישט „ווייס איך וואָס‟. זינט כ’בין עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל, באַגיי איך זיך אָן אַ קאָסטיום און אָן אַ רעקל. ס’איז מיר הייס און כ’האָב ליב העמדלעך און קורצע הויזן.
דעם אמת גערעדט, האָב איך דאָ אין ישׂראל פֿאָרט אַ פּאָר מאָל אָנגעטאָן אַ רעקל, און אַפֿילו אַ שניפּס! דער „יוצא־מן־הכּלל‟ האָט פּאַסירט נאָר עטלעכע מאָל, און אַלע מאָל איז געווען אַ גוטע סיבה צו דעם — אַ חתונה. אַמאָל — אַ חתונה פֿון פֿרײַנט, אַמאָל פֿון קרובֿים, און איין מאָל אויף מײַן אייגענע חתונה. דאָ האָב איך שוין באמת נישט געהאַט קיין ברירה. סטײַטש, די כּלה גייט אַן אויסגעפּוצטע, אין אַ שיינער ווײַסער קלייד, ווײַסע קנאַפֿלדיקע שיך און סאַמעטענע הענטשקעס. פֿרעג איך אײַך, צי קען עס דער חתן קומען אָן אַ נײַעם קאָסטיום, אויפֿגענייט ספּעציעל צו דער שׂימחה? אויף עטלעכע „פֿרעמדע‟ חתונות בין איך געגאַנגען אָנגעטאָן אין אַ העמד מיט קורצע אַרבל און מיט אַ שניפּס, איבערהויפּט זומער־צײַט. נאָר טאָג־טעגלעך, לעבנדיק אין אונדזער זוניק-הייס לאַנד, בין איך מוותּר געווען אויף די „גלותדיקע‟ בגדים.
און וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו מײַן מעשׂה? אַ ביסל האָט עס. האָט געדולט און איר וועט באַלד פֿאַרשטיין.
אין האַרבסט 1997 האָב איך באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מײַן געשיכטע געהערט צו מײַן צוריקפֿאָרן, נאָך אַ גאַנצער וואָך אין סאַמע צענטער פֿון דעם „משוגעים־הויז‟ — לאַס־וועגאַס, אָדער פּשוט „וועגאַס‟, ווי די אַמעריקאַנער רופֿן די שטאָט פֿון קאַזינאָס, באַלײַכטענע האָטעלן, האַלב־נאַקעטע נקבֿות, וואָס דרייען זיך אויף אַ סלופּ, און דייוויד קאָפּערפֿילד, דער גרעסטער קונצנמאַכער אין דער וועלט. בקיצור, אויף מײַן וועג קיין ישׂראל, האָב איך געהאַט אַן אָפּשטעלונג אין דעם אַמסטערדאַמער פֿליפֿעלד „סכיפֿאָל‟. כ’האָב געהאַט כּמעט דרײַ שעה צו „אַוועקהרגענען‟ ביז מײַן אַרויספֿלי, און ס’איז נישט געווען קיין טעם צו מאַכן אַ שנעלן שפּרונג אין דער שטאָט אויפֿן אַמסטעל־טײַך. בין איך געבליבן שטעקן אויף אַן אָרט, געמאַכט אַ פּראָמענאַדע אין דער ברייט און דער לענג פֿון סכיפֿאָל, און כ’בין אַרײַן אין אַ סימפּאַטישער קאַפֿעטעריע. כ’האָב געקויפֿט בײַ דעם טאָמבאַנק אַ גרויסע טשאַשקע מיט קאַפּוטשינאָ, אַ פֿרישן קרואַסאָן, און זיך אַוועקגעזעצט לעבן אַ רונדן און נישט קיין גרויסן טיש פֿאַר צוויי פּערזאָנען.

אַזוי בין איך געזעסן פֿאַרנומען מיט מײַנע מחשבֿות און האָב געטרונקען מײַן הייסן קאַפּוטשינאָ. דער קרואַסאָן איז געווען פֿריש און געשמאַק, און כ’האָב געהאַט הנאה פֿון יעדן ביס. אַרום מיר זײַנען געזעסן אַנדערע פּאַסאַזשירן, וואָס האָבן אויך געוואַרט אַוועקצופֿליִען ערגעצוווּ, און לעת־עתּה פֿאַרברענגט בײַ זייערע טישלעך מיט אַ גלאַָז הייסן אָדער קאַלטן געטראַנק. מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז איך בין דער איינציקער ישׂראלדיקער טוריסט דאָ אין דער קאַפֿעטעריע, און מע קען עס זען פֿון דער ווײַטנס: אָן אַ רעקל, אין אַ פּאָר אויסגעריבענע דזשינסן, אַ געשטרײַפֿט העמד מיט לאַנגע אַרבל, אַ ברוינער סוועדער מיט אַ האַלב־אָפֿענעם „ריטש־ראַטש‟, און ווײַסע ספּאָרט־שיך. ווי מע זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל, ספּאָרטיוו עלעגאַנט. אַרום מיר זײַנען געזעסן אַנדערע לײַט: מענער, „דערשטיקט‟ אין קאָסטיומען און שניפּסן, פֿרויען אין לאַנגע אָדער גאָר קורצע קליידער, און אַמאָל מיט אַ מאַנטל אויך. די אַנדערע פֿרויען זײַנען געווען אָנגעטאָן אין הויזן און אַפֿילו אין זייער עלעגאַנטע קאָסטיומען. און קינדער זײַנען געווען אָנגעטאָן ווי קינדער.
זיץ איך אזוי, איינער אַליין, טרינק מײַן קאַפּוטשינאָ, פֿאַרבײַס מיט אַ פֿרישן קרואַסאָן, און פּלוצעם האָב איך אים דערזען. אַ שוואַרצער, אַ הויכער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קליידער און אַ ווײַסן בערעט מיט אַ שוואַרצן „סוווּש‟, דער צייכן פֿון „נײַקי‟. אין זײַנע הענט מיט לאַנגע דאַרע פֿינגער, האָט ער געהאַלטן אַ קליין ווײַס טעסעלע מיט שוואַרצער קאַווע און אַ פּאָר ביסקוויטן. זײַנע ברענענדיקע אויגן האָבן באַקוקט דעם רוים, זוכנדיק אַ פֿרײַ אָרט, זיך אַוועקצוזעצן. מיט אָט אַזאַ הויכן און אַזאַ לאַנגן האַלדז איז אים געווען נישט שווער „אַ וויש טאָן‟ פֿון ברעג צו ברעג דעם גרויסן זאַל, און באַמערקן, אַז איך זיץ איינער אַליין און אַנטקעגן מיר שטייט אַ פֿאַריתומטער שטול. מיט לאַנגע געמאָסטענע טריט איז ער צוגעגאַנגען צו מיר און האָט מיך געפֿרעגט אויף ענגליש מיט אַ לײַכטן און אומבאַקאַנטן אַקצענט:
— צי קען איך האָבן דעם כּבֿוד און נעמען אַ פּלאַץ לעבן אײַער טיש?
— אַוודאי, האָב איך אים געענטפֿערט, — און ער האָט זיך געלאָזט זיצן.
איך האָב געזופּט מײַן קאַפּוטשינאָ און אים גוט אַרומגעקוקט. גלייבט מיר, ס’איז געווען וואָס צו זען. ער איז געווען אָנגעטאָן מיט אַן אויסלענדישן גלאַנץ. אַ שוואַרץ גאָלף־העמד, שוואַרצע גוט אויסגעפּרעסטע הויזן, שוואַרצע לאַקירטע שיך, און פֿון אויבן אַ לאַנגער שוואַרצער מאַנטל מיט אַ קליינעם פֿוטערנעם קראַגן. די פֿינגער זײַנען געווען באַפּוצט מיט רינגען — אויף יעדן פֿינגער אַן אַנדער רינג. די רינגען זײַנען געווען גאָלדענע און זילבערנע, מיט שטיינער און אָן שטיינער. די שטיינער האָבן געפֿינקלט מיט כּלערלײ פֿאַרבן: שטעכיק־גרינע, טונקל־רויטע, הימל־בלויע און געל־ברוינע ווי אַ בורשטין. מע האָט ניט באַדאַרפֿט זײַן קיין גרויסער מבֿין, צו באַמערקן, אַז זײַנע בגדים זײַנען נישט געווען פֿון אַ פּשוטער ביליגער קראָם. אַזוינע מלבושים קויפֿט מען בײַ „פּיער קאַרדען‟, „קעלווין קלײַן‟ און אַנדערע גרויסע אויספֿורעמערס. אויף זײַן ברייטער ברוסט האָט געבלישטשעט אַ גרויסער זילבערנער צלם, וועלכער האָט זיך געהאַלטן אויף אַ לאַנגער זילבערנער קייט. און אפֿשר איז דאָס קייטל מיטן צלם אין איינעם געווען גאָר פֿון ווײַסן גאָלד געמאַכט. גענוי ווייס איך ניט און קיין מומחה בין איך ניט. אַלנפֿאַלס, אַלץ בײַ אים האָט געפּאַסט איינס צום צווייטן און האָט געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם. די איינציקע זאַך, וואָס האָט מיר אַ ביסל געשטערט, איז דער צייכן אויפֿן בערעט, וועלכער האָט עפּעס „אַרויסגעטאַנצט‟ פֿונעם בגדים־אַנסאַמבל. מיר איז געווען אינטערעסאַנט, וויאַזוי האָב איך אויסגעזען אין זײַנע אויגן, בפֿרט אין מײַנע בגדים פֿון אַן ארץ־ישׂראלדיקן קיבוצניק.
אזוי זײַנען מיר געזעסן, ניט אַרויסגערעדט קיין וואָרט נישט. יעדער איינער פֿאַרנומען מיט זײַנע געדאַנקען. די שאלה, מיט וועלכער ער האָט זיך געווענדט צו מיר, האָט מיר נאָך געקלונגען אין די אויערן, און נישט געגעבן קיין רו צו מײַן פֿאַרשטאַנד. ווי האָט ער געזאָגט? „צי קען איך האָבן דעם כּבֿוד…?‟ איר האָט שוין אַמאָל געהערט אַזאַ מין זאָג? דאָס אָרט, פֿון וואַנען כ׳שטאַם און פֿון וואַנען כ׳בין געקומען, האָט מיך נישט צוגעגרייט צו אַזעלכע שאלות, צו אַזאַ נימוס… כ’בין זיכער, אַז איר פֿאַרשטייט וואָס איך מיין, סײַדן איר האָט נאָך קיין מאָל נישט באַזוכט דאָס הייליקע לאַנד מיט די הייליקע מענטשן. ניין, ניין, מישפּט מיך ניט צו שטרענג! כ’האָב ליב אונדזער ייִדישע מדינה, איך בין אַ ציוניסט און אַ פּאַטריאָט פֿון אונדזער היימלאַנד. נאָר, צווישן אונדז גערעדט, ס’פֿעלט אונדז העפֿלעכקײט און דרך־ארץ איינער צום אַנדערן. אזוי מיין איך…
ס’אַוועק נאָך אַ פּאָר מינוט, מײַן הויכער שוואַרצער שכן איז פּלוצלינג אויפֿגעשטאַנען, געגעבן אַ שאָקל מיטן קאָפּ, ווי זאָגנדיק: „זײַט מיר געזונט און שטאַרק‟, — און איז פֿאַרשוווּנדן. בין איך ווידער געבליבן אַליין. כ’האָב אַרויסגענומען פֿון מײַן רוקזאַק אַ העפֿט מיט אַ „פּאַרקער‟־פּען, כּדי צו פֿאַרשרײַבן מײַנע אײַנדרוקן און מחשבֿות, און נישט אויסמײַדן קיין איין פּרט, אַפֿילו דעם מינדסטן. אפֿשר וועט עס אַמאָל צונוצקומען, און אפֿשר וועט פֿון דעם אַפֿילו אַרויס אַ דערציילונג?
צוויי טישלעך פֿון מיר זײַנען געזעסן צוויי באַלײַבטע שוואַרצע „מומעס‟, נישט קיין מיאוסע, אָבער אויך נישט קיין גרויסע קראַסאַוויצעס. צוזאַמען מיט זיי איז געזעסן אַ קליין זיס מיידעלע פֿון אַ יאָר פֿיר-פֿינף. אין זייערע שוואַרצע געדיכטע האָר, זײַנען געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן קליינע געל-רויטע-ווײַסע בלימעלעך. די בלומען זײַנען געווען קינסטלעכע, נאָר אויסגעזען, ווי מע האָט זיי אָקערשט געבראַכט פֿון אַ בלומען־געשעפֿט. כ’האָב זיי גוט באַקוקט, די „מומעס‟, ביז די שוואַרצע גלאַנציקע שיך מיט קליינע קנאַפֿל, אָנגעטאָן אויף ווײַסע זאָקן. ס’איז מיר געווען טשיקאַווע, ווי אַזוי זיי האָבן אויסגעזען יונגערהייט, ווען זיי זײַנען געווען אין דער עלטער פֿון דעם קליינעם זיס מיידעלע. און געפּרוּווט זיך פֿאָרשטעלן, ווי ס׳וועט אויסזען דאָס מיידעלע, ווען זי וועט אויסוואַקסן אַ גרויסע?
אַזוי האָבן זיך געדרייט מײַנע געדאַנקען, בעת דער דרײַלינג האָט זיך גענומען צו דער „מלאָכה‟: זיי האָבן מיט זיך געבראַכט אַ פּאָר קעסטלעך מיט היימיש געקעכץ, אויפֿגעעפֿנט עס, און גענומען זיך צום עסן. „אַזוי טוט מען ניט‟, האָב איך געטראַכט, „ס’איז נישט אָנגענומען צו ברענגען אין אַ רעסטאָראַן אייגענע מאכלים‟.
מײַנע מחשבֿות האָבן פּלוצלינג געקראָגן אַ באַשטעטיקונג: אַ הויכע ווײַסע מויד מיט בלאָנדע קורצע צעפּ, מסתּמא אַ קעלנערין, איז צוגעגאַנגען צו זיי, און מיט זייער אַן איידעלן לשון געבעטן זיי איבערגיין אין אַן אַנדער אָרט. זי האָט נישט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן דאָס דערקלערן זיי „פֿאַר וואָס און פֿאַרווען‟, ווי די „מומעס‟ האָבן שוין אַרויסגעצויגן פֿון דער בוזעם־קעשענע דעם „ראַסן־קאָמפּלעקס‟ און באַשולדיקט די האָלענדישע קעלנערין, אַז זי האָט פֿײַנט זייערע „שוואַרצע שפּײַזן‟ — דאָס איז אייגנטלעך די סיבה, הלמאַי זי טרײַבט זיי אַרויס פֿון דאַנען. מיר איז דאָס געווען גוט באַקאַנט, ווײַל מיר ייִדן האָבן אונדזערע אייגענע קאָמפּלעקסן, נישט ערגער ווי בײַ די אַפֿראָ-אַמעריקאַנער. אין אַזאַ פֿאַל זוכן מיר באַלד די אַנטיסעמיטן אין יעדן ווינקל. די קעלנערין אָבער האָט זיך נישט אַרײַנגעצוין אין קיין איבעריקע ראַסן־דיסקוסיעס. זי האָט איבערגעחזרט איר פֿאָדערונג און איז אַוועק צו באַדינען די אַנדערע קליענטן.
און איך? כ’האָב פּלוצעם דערפֿילט, אַז מײַן צײַט איז אויך געקומען. כ’האָב שוין לאַנג געענדיקט מײַן קאַפּוטשינאָ, שוין פֿאַרגעסן די פֿרישקײט פֿונעם קרואַסאָן… שוין צײַט צו גיין. איך שטיי אויף, גיי אַרויס פֿון דער קאַפֿעטעריע און לאָז מיך שפּאַצירן איבערן דיוטי־פֿרי. כ’האָב נאָך געהאַט אַ גאַנצע שעה צו פֿאַרברענגען אין סכיפֿאָל.
[1] סטיליאַגע — מאָדע־פֿאַנאַטיקער
מערץ, 2022