פֿון אונדזער עזבֿון: ייִדישע פּאָעטן פֿון אוקראַיִנע

פֿון רעכטס: אירמע דרוקער, חנא ווײַנערמאַן, נאָטע לוריע, אָדעס, 1930ער יאָרן

חנא ווײַנערמאַן (1902־1979)

פּאָעט, געבוירן געוואָרן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל לוהין, זשיטאָמירער געגנט.
נאָכן פֿאַרענדיקן די אָרטיקע שול אָנגעהויבן אַרבעטן, צו ערשט, ווי אַ געהילף בײַ אַ מאָלער, דערנאָך געוואָרן אַ סצענאָגראַף אינעם ראַיאָן־טעאַטער. אין דער צײַט, ווען די מלוכה האָט אָנגעהויבן צו גרינדן ייִדישע ערד־קאָלאָניעס אין די דרום־געגנטן פֿון אוקראַיִנע, איז חנא אויך געוואָרן אַן ערד־אַרבעטער אין אַ קאָמונע פֿון כערסאָנער געגנט.

זײַן ערשט ליד איז געווען אָפּגעדרוקט אין יאָר 1925 אין דער מינסקער צײַטונג „דער יונגער אַרבעטער‟. פֿון דעמאָלט אָן איז די הויפּט־טעמע פֿון זײַנע ווערק פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן דאָרף. די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער קאָמונע האָט אים געשיקט זיך לערנען קיין אָדעס, און אין 1932 פֿאַרענדיקט ער די ייִדישע אָפּטיילונג בײַם אָדעסער אינסטיטוט פֿון פֿאָלקס־בילדונג. ער ווערט אַ מיטאַרבעטער פֿון דער אָדעסער צײַטונג „אָדעסער אַרבעטער‟. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אַרויסגעגעבן זײַנע ערשטע לידער־זאַמלונגען: „אין באַהעפֿטונג‟, „פֿישקע‟, „ערד באַנײַטע‟. ווען די צײַטונג האָט מען פֿאַרמאַכט, איז ווײַנערמאַן געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג „דער שטערן‟ (אָדעסער קאָרעספּאָנדענט).

נאָך דער צווייטער־וועלט־מלחמה איז ער געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג „אייניקייט‟. זײַנע אַרטיקלען האָט מען שפּעטער פֿאַרטײַטשט ווי „עקאָנאָמישער שפּיאָנאַזש‟ לטובֿת אַמעריקע. דעם דיכטער האָט מען אַרעסטירט סוף מאַרץ 1950 און פֿאַרמישפּט צו 15 יאָר תּפֿיסה און לאַגערן. נאָך 6 יאָר האָט ער זיך אומגעקערט קיין אָדעס. פֿון די שווערע איבערלעבענישן האָט ער זיך גערירט פֿון זינען און איז די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן געווען גײַסטיק קראַנק.

לידער פֿון חנא ווײַנערמאַן

ווי שיין איז דער בוים

„ווי שיין איז דער בוים!‟ — פֿלעגט מײַן זיידע אַמאָל
פֿאַרקוקן זיך אָפֿט אויף אַ טאָפּאָל אין טאָל.
נאָר ס׳פֿלעגט גיך דעם אַלטן באַפֿאַלן אַ שרעק:
„ער קערט זיך דאָך אָפּ פֿונעם אייבערשטנס וועג,
עס האָט דאָך זײַן גאָט פֿון אַבֿרהמען אַליין
פֿאַרווערט אים צו קוקן אויף אַלץ, וואָס ס׳איז שיין‟.

„ווי שיין איז דאָס פֿעלד!‟ — פֿלעגט מײַן פֿאָטער אַמאָל
פֿאַרקוקן זיך אָפֿן אויף אַ לאַן אינעם טאָל,
נאָר ס׳פֿלעגט גלײַך מײַן פֿאָטער, געהויקערט אין יאָך,
זיך זעצן צום ווערקשטאַט פֿאַרלאַטען אַ לאָך.
עס האָט דאָך דער קיסר אַליין אים פֿאַרווערט
צו שמעקן אַפֿילו דעם ריח פֿון ערד.

„ווי שיין איז דאָס לעבן!‟ — האָב איך שוין געזאָגט, —
און גאָט און זײַן קיסר פֿאַרלענדט ווי אַ פּלאָג,
און פֿרײַ זיך געלאָזט איבער דערפֿער און שטעט
מיט לענינישן, ערדישן פֿרײַען דעקרעט…
פֿון דאַן און אויף אייביק צו מיר אויך געהערט
דער בוים און דאָס פֿעלד, און די גאַנצענע ערד.

1932

אַ פֿישער
(פֿונעם ציקל „ביראָבידזשאַנער מאָטיוון‟)

פֿאַרוואָרפֿן די נעצן די פֿרישע,
דעם פֿישפֿאַנג געלאָזט אין קאַמיש,
געבראַכט פֿון ביראַ האָט דער פֿישער
אַ בײַסיקן ריח פֿון פֿיש.

דער יונג איז אין גאַנצן אַ נאַסער,
די מוסקולן שטײַף, ווי דער פֿראָסט.
איז כאַפּט ער אַ דרימל בײַם יאַסען
אין טיפֿן צעוואַקסענעם גראָז.

אַ סטײַע מיט שניי־ווײַסע שוואַנען
זיך פּליושקען בײַם ברעג פֿונעם טײַך,
און ס׳דוכט זיך דעם פֿישער: סאַזאַנען
אין נעץ אַרײַן יאָגן זיך גלײַך.

סע פּלאַצט אויפֿן צעדער די קאָרע,
סע ברעכט זיך אַ צווײַגל אין קוסט,
און ס׳דוכט זיך דעם פֿישער: אַ קאָרעס
זיך צאַפּלט בײַ אים אין דער ברוסט.

אַ שאָד איז דעם פֿישער צו וועקן, —
דער מאָרגן זײַן מידקייט פֿאַרטרײַבט,
נאָר קליינינקע זשוקלעך דערשמעקן
זײַן וואַרעמען אָטעם פֿון לײַב.

זיי ניורען זיך אײַן אין די בלומען,
וואָס ער האָט דערוואַרעמט, דערנערט.
און טרינקען דעם זאַפֿט פֿונעם זומער,
די זון און די שײַן פֿון דער ערד.

און ס׳רוישן די צעדערס און יאַסענס,
און ס׳גייט אין קאַמיש אַ געפֿעכט,
און ציִען צוריק זיך צום וואַסער
די זילבערנע שלײַענס און העכט.

און שלאָגן די כוואַליעס אין ברעגן,
ס׳ווערט קילער און פֿײַכטער די לופֿט,
סע דונערט און בליצט אויף אַ רעגן…
נו, פֿישער־יונג, כאַפּ זיך שוין אויף!..

נאָר ס׳אַרט ניט דער רעגן דעם פֿישער,
און ס׳קימערט אים ווייניק דער ווינט,
ער שלאָפֿט, און אַ גרויסן געוויסער
ער זעט אינעם חלום אַצינד.

1938

אַ מאַמע

מע האָט אַ מיידעלע פֿון צוג אַרויסגעטראָגן,
אין דרויסן שיט אַ שניי, אָט באַלד וועט טאָגן.
פֿון ווײַטן הערט מען בוכקען די האַרמאַטן,
עס האָט דאָס קינד שוין ניט קיין מאַמען און קיין טאַטן.
אַ גוטע מומע לאָזט דאָס מיידעלע ניט וויינען,
זי נעמט עס אויף די הענט, זי גייט מיט איר אין איינעם,
זי קוטעט אײַן אין שאַל די אויערלעך, דעם שטערן,
באַהאַלט די הענטלעך אויס און ווישט איר אָפּ די טרערן,
דערציילט אַ מעשׂה מיט אַ האָן מיט זיבן קאַמען…
נאָר ס׳פֿרעגט דאָס קינד די מומען: „וווּ איז מײַן מאַמע?‟.

…ס׳איז דאָס מיידעלע אין קינדערהיים געקומען, —
אַ ים מיט שפּילעכלעך, אַ וועלט מיט בלומען.
און פֿרייד אַ סך, עס זאָל אין אומגליק ניט דערמאָנען,
די קליינע קינדער מאָלן טאַנקען, פּאַרטיזאַנער,
און שפּילן זיך מיט ליאַלקעלעך, מיט וועווריקלעך, מיט בערן, —
אַ העלע קינדערוועלט מיט לויכטנדיקע שטערן.
מע גייט אַרום דעם קינד — אַזוי פֿיל מומעס גוטע,
ס׳איז יעדע מומעשע דעם מיידעלע אַ מוטער,
מע עסט, מע זינגט, מע לאַכט, מע טאַנצט צוזאַמען,
נאָר אָפֿט צעכליפּעט זיך דאָס קינד: „וווּ איז מײַן מאַמע?‟.

…אָט איז אין קינדערהיים אַ פֿרוי געקומען,
צו זיך אַהיים דאָס מיידעלע גענומען.
די פֿרוי האָט יעדעס ביינדעלע פֿון קינד געראָסטעט,
די פֿרוי האָט יעדעס ציינדעלע דעם קינדסט געמאָסטן,
פֿאַרגלעט פֿון קינדער־זאָרג די טיפֿע שראַמען.
„כ׳וועל, מומעשע, פֿון הײַנט דיך רופֿן מאַמע!‟.

נאָר אָפֿט אין שטוב פֿלעגט אויך אַזוינס פּאַסירן:
די מאַמע פֿירט איר טעכטערל שפּאַצירן,
די טאָכטער מיט דער מאַמען טאַנצן אָדער זינגען,
און מיטאַמאָל די שטים פֿון קינד הערט אויף צו קלינגען,
די הענטלעך טרייסלען זיך… די בעקלעך פֿלאַמען:
„אוי, מאַמע, זאָג, אַוווּ איז פֿאָרט מײַן מאַמע?‟.

1944

די פּרײַז פֿון אַ רענדל

ס׳קאָן לעבן אַ הונט מיט אַ לעמפּערט צוזאַמען,
אַ צעדער קאָן וואַקסן אין פֿרײַנדשאַפֿט מיט טאַנען,
אַ טרער מיט אַ שמייכל קאָן לעבן אין פֿרידן,
ס׳קאָן פֿײַער מיט וואַסער אויך פֿײַערלעך זידן,
ס׳קאָן פֿאַלן צוזאַמען אַ שניי מיט אַ רעגן,
און ס׳קאָנען אין פֿעלד זיך צונויפֿגיין צוויי וועגן.
נאָר ס׳וועט שוין קיין פֿרײַנדשאַפֿט צוויי פֿרײַנד ניט באַגלייטן,
ווען איינער פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ רענדל אַ צווייטן.

1958

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s