משה סחר — לויטן באַרוף אַ לערער (1928—2022)

משה סחר בײַם צוטיילן אים דעם פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. בית־הנשׂיא, 2018

לאה שלאַנגער

משה אָדער מוישעלע, ווי מיר פֿלעגן אים רופֿן, איז געווען אַ דיכטער און אַן איבערזעצער
פֿון ייִדיש אויף העברעיִש און פֿאַרקערט, ווי אויך פֿון ענגליש און רוסיש; געשריבן אַרטיקלען און איז געווען אַ לערער פֿון ייִדיש און העברעיִש. ס׳איז צו באַוווּנדערן, אַז ביז זײַן אַרויסגיין אויף פּענסיע, האָט ער געאַרבעט אינעם שפּיטאָל „אַסף הרופֿא‟, וווּ ער האָט געלערנט די קראַנקע קינדער, וואָס האָבן געליטן פֿון מוח־פּאַראַליטש. ער אַליין האָט געשריבן: „ס׳רובֿ פֿון מײַן לעבן האָב איך געזוכט אַ וועג צו העלפֿן צעשעדיקטע קינדער‟.

משה סחר איז געווען אַן אויטאָדידאַקט און מיטן אייגענעם כּוח האָט ער דערגרייכט די הויכע מדרגה פֿון איבערזעצן אויף ייִדיש די שאַפֿונגען פֿון די וויכטיקסטע העברעיִשע שרײַבערס, ווי ש”י עגנון; ער האָט איבערגעזעצט אויף העברעיִש ש. אַשס „גאָט פֿון נקמה‟, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אינעם טעאַטער פֿון באר־שבֿע. משה סחר איז אויך געווען אַ מאָלער און אילוסטראַטאָר פֿון אַ סך ביכער, געצייכנט אַ ריי בילדער וועגן דעם חורבן, איינע פֿון זיי געפֿינט זיך אין „יד־ושם‟.

משה סחר איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן. ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין שטאָט, איז די משפּחה אַנטלאָפֿן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מ׳האָט אַלעמען באַלד פֿאַרשיקט קיין קאָמי, ווײַט אויף צפֿון. איידער מ׳האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן, אין 1946, האָבן זיי געוווינט אַ שטיקל צײַט אין קאַווקאַז. שוין אין פּוילן איז דער פֿאָטער געפֿאָרן זוכן די קרובֿים אין קעלץ און דווקא אין דער צײַט האָט אויסגעבראָכן דער טרויעריק־באַרימטער פּאָגראָם, אין וועלכן עס זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן 42 קעלצער ייִדן. משהס טאַטע איז דעמאָלט שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.

קיין ישׂראל איז די משפּחה אָנגעקומען אין 1948. משה סחר האָט זיך געלערנט ליטעראַטור אין דעם ירושלימער אוניווערסיטעט. אין 1957 האָט ער זיך באַזעצט אין תּל-אָבֿיבֿ, ווו ער האָט געוווינט ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן.

די ערשטע פֿאָרשטעלונג, צו וועלכער משה סחר האָט אָנגעשריבן זײַנע לידער, איז געווען „די פּעדאַגאָגישע פּאָעמע‟, אויפֿגעפֿירט אינעם טעאַטער „אהל‟ לויטן בוך פֿונעם סאָוועטישן פּעדאַגאָג און שרײַבער מאַקאַרענקאָ. די לידער פֿון דער פֿאָרשטעלונג זײַנען אַזוי פּאָפּולער געוואָרן, אַז אַפֿילו די באַקאַנטע זינגערין מאַרלען דיטריך האָט איין ליד אַרײַנגענומען אין איר רעפּערטואַר און געזונגען אינעם „קווינס־טעאַטער‟ אין לאָנדאָן; זי האָט עס אויך אײַנגעשלאָסן אין איר לידער־אַלבאָם און געזונגען אויף איר קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל אין די 1960ער יאָרן. סחר האָט איבערגעזעצט געבירטיקס לידער, גאָלדפֿאַדענס לידער, וואָס כּמעת אַלע באַקאַנטע העברעיִשע זינגער האָבן געזונגען און זינגען זיי ביז הײַנט.

אָבער נישט בלויז לידער, נאָר אויך סקיצן האָט סחר געשאַפֿן, באַזונדערס פֿאַר די קאָמיקערס דזשיגאַן און שומאַכער; איבערגעזעצט גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני לעמל‟, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף עבֿריתּ אין „לי-לה-לו‟־טעאַטער. גיבירטיגס לידער אין זײַן איבערזעצונג זײַנען גענוצט געוואָרן אינעם מוזיקאַלישן פֿילם פֿון אַלפֿרעד שטיינהאַרדט, „אַז מען גיט, נעם‟. ס׳האָבן זיך פֿאַרגעדענקט די לידער פֿונעם באַקאַנטן מיוזיקל „מײַן שיינע ליידי‟, וואָס זײַנען אַרויס אויף ייִדיש אין אַן אַלבאָם. משה סחר, נישט קיין אַנדערער, האָט אָרגאַניזירט די צוויי ערשטע פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישע לידער אין ישׂראל.

פֿאַר זײַן לאַנג־יאָריקער אַרבעט אויפֿן פֿעלד פֿון פּאָפּולאַריזירן די ייִדישע שאַפֿונגען צווישן דעם העברעיִש־רעדנדיקן עולם, האָט משה סחר באַקומען אַ געוויסע אָנערקענונג; צווישן אַנדערע באַלוינונגען דעם פּרײַז פּון אמ”י (דער אַקטיאָרן־פֿאַראיין אין ישׂראל), דעם פּרײַז פֿאַר איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור און דעם פּרײַז פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַר זײַן לעבנס־וויכטיקער מי (2018).

דאָ מוז איך צוגעבן, אַז צום באַקומען דעם פּרײַז האָט צוגעלייגט איר האַנט בעלאַ בריקס-קליין, די געוועזענע פֿאַרוואַלטערין פֿון דעם ייִדישן קולטור־קרײַז אויף קאַלישער־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ משה סחר איז געווען אַ מיטגליד, צוזאַמען מיט אַנדערע וויכטיקע שרײַבערס. „משה סחר, — דערמאָנט זיך בעלאַ, — האָבן אַלע ליב געהאַט. ער איז געווען אַן איידעלער, שאַפֿערישער מענטש, תּמיד פֿלעגט ער צוגעגעבן קלוגע און נוצלעכע עצות…‟

מיר וועלן אים אַלע געדענקען.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s