יעווגעני קיסין
מײַ 15
קאַרינאָטשקע, נעבעך, האָט ניט געקאָנט שלאָפֿן מחמת דעם װײטיק נאָך דער נעכטיקער פּראָצעדור…
אַנע פּאַװלאָװנע פֿילט זיך הײַנט גרײַלעך בעסער (הגם דער בלוטדרוק איז בײַ איר געװען הױך במשך פֿונעם גאַנצן טאָג); זי איז אַ סך מער באַרײדעװדיק.
אַנע פּאַװלאָװנע איז תּמיד געװען באַרײדעװדיק בטבֿע — אין אונטערשײד פֿון מיר: הגם איך בין אַ געזעליקער מענטש, האָב איך אַ נטיה אױסצודריקן מײַנע געדאַנקען לאַקאָניש. צוליב דעם פֿלעגן מיר צו מאָל ניט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערן. למשל, װען איך פֿלעג איבערגעבן עמעצן אַנע פּאַװלאָװנעס בקשה, האָט זי מיך געבעטן צוגעבן נאָך עפּעס, און מײַן רעאַקציע איז געװען: „צו װאָס? אַלץ איז דאָך קלאָר.‟ דעמאָלט פֿלעגט אַנע פּאַװלאָװנע זאָגן: „צי װעט בײַ דיר די צונג אָפּפֿאַלן, צי װאָס?‟ — איך פֿלעג זיך בײזערן… און בלױז מיט אַ סך יאָר שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען די סיבה.

אַװדאי, איז דאָס געװען כּלל ניט די אײנציקע מיספֿאַרשטײעניש צװישן אונדז. כ׳געדענק, אַ שטײגער, װי אין די 1990ער האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַ זשורנאַל אין דרום–פֿראַנקרײַך אַן אַרטיקל װעגן מיר, אין װעלכן, אַ חוץ אַלעמען, האָט מען אָנגעשריבן, אַז איך בין אַװעקגעפֿאָרן אױפֿן מערבֿ, „װײַל דאָס לעבן דאָ איז בעסער, אײדער אין רוסלאַנד‟, און אַז לעת–עתּה איז די אײנציקע פֿרױ אין מײַן לעבן געװען מײַן מאַמע, װאָס האָט אױך געהייסן זשעניע. װען מ׳האָט איבערגעזעצט יענעם אַרטיקל פֿאַר אַנע פּאַװלאָװנע, האָט זי גענומען מיך מוסרן: „פֿאַר װאָס האָסטו געזאָגט, אַז דו ביסט אַװעקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד, װײַל דאָס לעבן דאָ איז בעסער?! דו האָסט געזאָלט זאָגן, אַז ס׳איז אַזוי, װײַל דו האָסט אַ קאָנטראַקט!‟. דעמאָלט האָב איך איר פּשוט דערקלערט, אַז כ׳האָב עס ניט געזאָגט און בכלל ניט געגעבן קײן שום אינטערװיו יענעם זשורנאַל, נאָר שפּעטער, טראַכטנדיק װעגן דעם — אָך, װי כ׳בין געװען אין כּעס! מילא, האָב איך געטראַכט: זי האָט געלעבט איר גאַנץ לעבן אין אַ מלוכה, אױפֿגעבױט אױף פּחד און שקר, — נאָר הלמאַי װיל זי עס אָנבינדן מיר, אַ יונגן מענטשן, װעמען ס׳האָט אָפּגעגליקט, װאָס ער לעבט אין אַ פֿרײַער װעלט און האָט ניט פֿאַר װאָס צו האָבן מורא?! אַפּשיטא, אַז דעמאָלט איז אַפֿילו אין רוסלאַנד לחלוטין ניט געװען סכּנותדיק צו זאָגן עפֿנטלעך, אַז דאָס לעבן אױפֿן מערבֿ איז בעסער; אַדרבא, אין יענער צײַט פֿלעגט מען דאָרטן כּסדר רײדן מכּוח דעם! בלױז אַ סך שפּעטער איז צו מיר סוף–כּל–סוף דערגאַנגען, אַז מײַן לערערין האָט גאָר ניט געהאַט קײן באַװוּסטזיניקן חשק אָנצובינדן מיר עפּעס אַזױנס; ס׳איז פּשוט געװען איר נאַטירלעכע רעאַקציע — דװקא מחמת דעם, װאָס זי האָט אָפּגעלעבט איר גאַנץ פֿריִערדיק לעבן (כּמעט 70 יאָר!) אין אַ טאָטאַליטאַרער מלוכה, און אין איר עלטער איז זי שױן ניט געװען ביכולת צו ענדערן דאָס, װאָס איז אַזױ טיף אײַנגעװאָרצלט געװאָרן אין איר נשמה. זי איז געװען צו אַלט צו ענדערן זיך — און איך בין דעמאָלט געװען צו יונג צו באַציִען זיך צו דעם מיט חכמה.
אױך די מאַמע האָט אָפּגעלעבט העכער 50 יאָר אונטערן „רױטן פּרעה‟. בשעתּו, זײַענדיק אין מאָסקװע, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אונדזערע דאָרטיקע פֿרײַנד אַ רעקאָרדירונג פֿון מײַן דעקלאַמירן ייִדישע פּאָעזיע, װײַל זי האָט ניט געװאָלט, אַז אַזאַ רעקאָרדירונג זאָל פֿאַרשפּרײט װערן אין רוסלאַנד. אַצינד, בעת איך דעקלאַמיר ייִדישע לידער אױף דעם רוסלענדישן ראַדיאָ אָדער דער טעלעװיזיע, נעמט זי עס אױף לגמרי רויִק — נאָר דאָס האָט בײַ איר גענומען אַ סך צײַט.
יאָ, ניט אומזיסט האָט משה רבנו במשך פֿון פֿערציק יאָר אַרומגעפֿירט זײַן פֿאָלק איבערן מידבר, כּדי יענע, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן אין קנעכטשאַפֿט, זאָלן אױסשטאַרבן…

טאַטיאַנאַ האָט געבראַכט אירע אַ חבֿרטע, װאָס װעט זיך אָפּגעבן מיט אַנע פּאַוולאָוונען סוף–װאָכן — אַ קלײנװוּקסיק, באַשײדן מיידל אין ברילן מיטן נאָמען עװיטאַ. זי לערנט זיך אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט אין פּלזען, געבױרן אין מאָסקװע, לעבט אין טשעכיע זינט זי איז אַלט געװען 2 יאָר, נאָר רוסיש רעדט זײער גוט. אַנע פּאַװלאָװנע איז געװען זײער צופֿרידן צו זען אונדז אַלעמען.
שפּאַצירט מיט אַנדרײען אין ריגעראָװי סאַדי כּמעט אַ שעה, געלערנט אײנער דעם אַנדערן אַ ביסל אוקראַיִניש און ייִדיש.

נאָך אַ מאָל איבערגעלײענט דעם אָנהייב פֿון בראָדעלס בוך. „דער הײַנטיקער היסטאָריקער דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיטן צונױפֿזאַמלען אַלע מענטשלעכע װיסנשאַפֿטן,‟ — אַן אינטערעסאַנטער רעיון, אַרױסגעזאָגט אין 1969. „אינעם 16טן יאָרהונדערט, נאָכן אמתן רענעסאַנס, איז געקומען אַ רענעסאַנס פֿון די אָרעמע, פֿון פּראָסטע מענטשן, װאָס האָבן אַלע געװאָלט שרײַבן, רײדן װעגן זיך און אַנדערע.‟. און אַצינד, אין דער תּקופֿה פֿון דער אינטערנעץ מיט אַלע אירע פֿילצאָליקע פֿאָרומס און סאָציאַלע נעצן, חזרט די געשיכטע זיך איבער אין אַ פֿיל גרעסערן מאַסשטאַב. אינטערעסאַנט: װאָס װעט פֿאַרבלײַבן פֿון דעם אַלעם אין 500 יאָר אַרום פֿאַר די קינפֿטיקע היסטאָריקערס? אַפֿילו אַצינד װערט ניט אַלץ פֿאַרבליבן. בשעתּו, בעת איך האָב נאָר אָנגעהױבן זיך באַניצן מיט דער אינטערנעץ, האָב איך צופֿעליק אָנגעטראָפֿן אױף אַ פֿאָרום פֿון אײנער אַ רוסלענדישער װעבזײַט. כ׳בין געװאָרן אַזױ געפּלעפֿט פֿון דעם, װאָס איך האָב דאָרטן געלײענט, פֿון יענעם גאַנצן חייִשן אַנטי־אַמעריקאַניזם, שׂינאת–ישׂראל וכּדומה, אַז כ׳האָב ניט אױסגעהאַלטן און גענומען פֿירן װיכּוחים מיט יענע גזלנים אונטער אױסגעטראַכטע נעמען. איצט אָבער איז אָט די װעבזײַט מער ניטאָ…
„צי קאָן דאָ זײַן אַ װאָסערער–ניט–איז הומאַניזם אין דער הײַנטיקער צײַט, אין 1946, אָן אַן אַמביציעזער געשיכטע, װאָס פֿאַרשטײט אירע פֿליכטן און אירע גרױסע קרעפֿטן?‟. מיר דוכט זיך, אַז אָט די רעטאָרישע פֿראַגע וואָלט מען געקאָנט שטעלן אין אַ באַליביקן יאָר, ניט בלױז נאָך דער צווייטער װעלט–מלחמה. אױך הײַנט איז זי אַקטועל אין דער פֿולער מאָס — און כ׳מײן, אַז זי װעט תּמיד בלײַבן אַקטועל.
…טראַכט איך מכּוח דעם, װאָס עס טוט זיך אױף דער װעלט, — און אַ משונהדיקע פּאַראַלעל פֿאַלט מיר אײַן… אַלען זשמאַיעװ האָט אין זײַן בוך זכרונות „אַהין און צוריק‟ דערצײלט װעגן זײַנעם אַ גוטן–ברודער, דעם איבערצײַגטן סטאַליניסט דמיטרי מיכנאָװסקי און װעגן אים אָנגעשריבן אַזױ: „זעענדיק אַלע אונדזערע פֿעלערן און טעותן װײַטער און טיפֿער פֿון מיר, פֿאַרזוכט אַ סך אױף זײַן אײגענעם פֿעלכל, פֿלעגט דער פֿילאָסאָף קומען צום אױספֿיר, אַז ס׳איז ניטאָ קײן אַנדערע פּאָזיטיװער קראַפֿט אין דער װעלט, אַ חוץ יענער, װאָס איך און ער זײַנען געװען איר קלײן אָרגאַניזיר–טײלכל.‟ (דאָס הייסט, די קאָמוניסטישע באַװעגונג). מיט חידוש פֿאַרשטײ איך, אַז כ׳פֿיל עפּעס זײער ענלעכס, נאָר פּונקט היפּוכדיקס: זעענדיק אַלע חסרונות און פּראָבלעמען פֿונעם מערבֿ, װיסנדיק, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרקױפֿטע אָפּאָרטוניסטן און פּחדנים זײַנען ס׳רובֿ מערבֿדיקע פּאָליטיקערס, בין איך פֿעסט איבערצײַגט, װי נאָך אין מײַן יוגנט, אַז ס׳איז מער ניטאָ קײן אַנדערע פּאָזיטיװע קראַפֿט אױף אונדזער פּלאַנעטע, אַ חוץ דעם מערבֿ, דער מערבֿדיקער אידעאָלאָגיע, די מערבֿדיקע פּרינציפּן; און אַז יעדער איינער, װאָס האָט די העזה זיך קעגנצושטעלן דעם מערבֿ, איז אַ שטיק טינוף, װאָס, װי יעדער טינוף, פֿאַרדינט בלױז אײנס — אַראָפּגעלאָזט װערן אינעם קלאָזעט–טאָפּ — און װאָס גיכער, אַלץ בעסער איז עס פֿאַר גוטע מענטשן. ווייניקער שטינק וועט בלײַבן!
מײַ 16
הײַנט איז סוף–כּל–סוף געװען אַ זוניקער טאָג. געפֿאָרן צו דער מאַמען אינעם רעהאַביליטאַציע–צענטער, מיר זײַנען געזעסן דאָרטן אױף אַ טעראַסע אַרום אָנדערטהאַלבן שעה.
אַנע פּאַװלאָװנע איז הײַנט געװען ניט אַזױ אַקטיװ װי נעכטן, הגם בעסער װי אין די פֿאָריקע טעג. פֿון דעסטװעגן, האַלט זיך איר בלוטדרוק הױך, און ס׳איז שװער אים אַראָפּצושלאָגן.
ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז עװיטאַ איז קליועװס אַ טאָכטער! ער װױנט אָבער שױן לאַנג ניט מיט איר מוטער…
געהערט קרײסלערס רעקאָרדירונגען פֿון בעטהאָװענס סאָנאַטעס.
געלײענט בראָדעלס בוך. ער שרײַבט, אַז קאַטאַסטראָפֿעס און רעװאָלוציעס האָבן סטימולירט די אַנטװיקלונג פֿונעם היסטאָרישן געדאַנק, און רויִקע פּעריאָדן אין דער געשיכטע (װי, למשל, די תּקופֿה צװישן דער פֿראַנקאָ–פּרוסישער מלחמה און דער ערשטער װעלט–מלחמה) האָבן געבראַכט צו אַ ירידה די היסטאָרישע װיסנשאַפֿט. צום גליק, הגם די פּאָליטישע געשעענישן האָבן צו מאָל אַ השפּעה אױף דער מוזיקאַלישער שעפֿערישקײט, איז די אַנטװיקלונג פֿון אונדזער קונסט פֿאָרט ניט תּלױ אָן זײ.
ס׳קומט אָבער אויף אַ קשיא… רויִקע פּעריאָדן אין דער געשיכטע קאָנען פֿאָרט ניט משפּיע זײַן אױפֿן געבורט פֿון מענטשן, װאָס האָבן דעם טאַלאַנט פֿון היסטאָריקערס. שױן זשע איז דער מאַנגל פֿון קאַטאַסטראָפֿעס און רעװאָלוציעס אַ מניעה פֿאַר זײער געדאַנק? ס׳באַקומט זיך, אַז יאָ: בראָדעל שרײַבט בפֿירוש, אַז װיכטיקע היסטאָרישע געשעענישן קערן איבער די פֿאָריקע פֿאָרשטעלונגען און צװינגען די היסטאָריקערס צו טראַכטן אַנדערש, װי פֿריִער. בקיצור, די היסטאָרישע געשעענישן אין יעדער תּקופֿה האָבן אַ השפּעה אױף דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט אין אָט דער תּקופֿה אָדער גלײַך נאָך איר.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געשפּילט אַ װױלטעטיקײט–קאָנצערט אין יהודית פּיזאַרס ניו–יאָרקער דירה אױף אַ פֿאָרטעפּיאַן, געמאַכטן, דוכט זיך, אין די 1920ער יאָרן. װען איך האָב אָנגעהױבן רעפּעטירן, האָב איך תּיכּף פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס, למשל, ראַכמאַנינאָװ און אַנדערע גרױסע פּיאַניסטן פֿון יענער צײַט פֿלעגן שפּילן אין שנעלע טעמפּן און הלמאַי אַ סך מעטראָנאָמישע אָנװײַזונגען בײַ גרױסע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט זײַנען געװען אַזױ שנעל: די אַמאָליקע קלאַװירן האָבן געהאַט לײַכטערע און פֿלאַכערע קלאַװיאַטורן, לכן בעתן שפּילן אױף אַזאַ ראָיאַל, האָבן מײַנע פֿינגער זיך באַװעגט שנעלער, װי געװײנטלעך, — אַזױ האָט זיך עס געפֿילט נאַטירלעכער! אויף אַזאַ אופֿן איז די אַנטװיקלונג פֿון אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט משפּיע געווען אױף דער אױספֿילונג — נאָר װאָס שײך דער קלאַסישער מוזיק בכלל, האָט זי זינט איר אױפֿקומען זיך כּסדר געהאַלטן אין אײן אַנטװיקלען, אומאָפּהענגיק פֿון די היסטאָרישע אָדער פּאָליטישע געשעענישן.

װידער שפּאַצירט מיט אַנדרײען איבער ריגעראָװי סאַדי. ער האָט מיר דערצײלט אַ סך אינטערעסאַנטע געשיכטעס פֿון זײַן לעבן. אין זײַן יוגנט, בשעתן לערנען זיך אינעם מאָסקװער אוניװערסיטעט, איז אים אױסגעקומען זיך אָנטרעפֿן אױף אַזעלכע זאַכן, װאָס װאָלטן געקאָנט אים מאַכן אַ האָמאָפֿאָב, נאָר דאַנקען גאָט, זײַענדיק אַן אױפֿגעקלערטער און בטבֿע אַ גוטהאַרציקער מענטש, האָט אים אַזאַ גליק אױסגעמיטן. אַװדאי טרעפֿט זיך אַלץ אין לעבן, און צװישן האָמאָסעקסואַליסטן (װי צװישן ייִדן) טרעפֿן זיך אױך מנוּװלים — בפֿרט װען זײ זײַנען קרבנות פֿון רדיפֿות…
איך בין געװױר געװאָרן מכּוח מישכּן–זכר, בעת איך בין געװען אַ דערװאַקסלינג. אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, איז אָט די טעמע געװען אַ פֿאַרווערטע, און מחמת דעם האָבן אַ סך עלטערן פּשוט ניט געװוּסט, װי צו דערציילן זייערע קינדער װעגן דעם, לכן האָט מײַן טאַטע עס געטאָן אױף אַזאַ אופֿן, אַז איך האָב גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען (און ניט געקאָנט פֿאַרשטײן). דאָס איז געשען נאָך מײַן נסיעה אין מערבֿ–דײַטשלאַנד, אױפֿן שלעזװיג–האָלשטײנער פֿעסטיװאַל סוף מײַ־אָנהייב יוני 1987; איך בין געפֿאָרן אַהין מיט כרעניקאָװן, גערגיִעװן, װאַדיק רעפּינען און מאַקסים װענגעראָװן. אײנע פֿון דעם פֿעסטיװאַלס ספּאָנסערינס, אַ הױכע, שטאַלטנע דאַמע, װאָס איז געװען אַלט, אַפּנים, העכער 40 יאָר, האָט זיך אין מיר פֿאַרליבט: װי עס האָט אונדז דערקלערט אונדזער „באַגלײטער‟ פֿון קאַ–גע–בע (אָפֿיציעל איז ער געװען כרעניקאָװס „רעפֿערענט‟), „מיר דוכט זיך צו מאָל, אַז זי װעט אים אױפֿפֿרעסן‟. און אָט אין אײנעם אַ יוני–טאָג, װען דער טאַטע און איך זײַנען אַרױס אין דרױסן (כ׳געדענק שױן ניט, װוּהין מיר זײַנען דעמאָלט געגאַנגען), האָב איך אים דערצײלט װעגן דעם — און דער טאַטע האָט עפּעס געזאָגט דאָס פֿאָלגנדיקע: „װײסטו, זשעניע, װאָס שײך ׳דיך אױפֿפֿרעסן׳… אין די מוזיקאַלישע קרײַזן זײַנען דאָ אַזעלכע זאַכן… טשײַקאָװסקי איז געװען אַ סעקסועל קראַנקער מענטש, שטאַרקמאַן איז געזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר ניאוף… דעריבער, אױב עמעצער װעט פּרוּװן דיר עפּעס… זײַ אַ מאַנצביל!‟. מיט עטלעכע װאָכן שפּעטער, בשעת אַן אַנדער נסיעה אין מערבֿ–דײַטשלאַנד (דאָס איז געװען אַ פּראָפֿפֿאַראײן–רײַזע אין דער שטאָט רעקלינגהאַוזען), האָב איך דערציילט דער מאַמען און אַנע פּאַװלאָװנען װעגן מײַן געשפּרעך מיטן טאַטן — און זײ האָבן מיר אַלץ דערקלערט. כ׳געדענק גוט, װי אַנע פּאַװלאָװנע האָט דעמאָלט געזאָגט, אַ חוץ דעם אַלעם: „עס מײנט ניט, אַז זײ זײַנען שלעכטע מענטשן.‟
מיט אַ דרײַ יאָר שפּעטער, אין גאַנג פֿון דעם, װי עס האָט זיך אַנטװיקלט גאָרבאַטשאָװס „גלאַסנאָסט‟, האָבן אין דער פּראָגרעסיװער סאָװעטישער פּרעסע אָנגעהױבן פֿאַרעפֿנטלעכט װערן אַרטיקלען אױף אָט דער טעמע. אײנער פֿון זײ האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ: „װען מיקעלאַנדזשעלאָ און לעאָנאַרדאָ דאַ װינטשי װאָלטן געלעבט הײַנט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װאָלטן זײ געקאָנט זיך אַרײַנפּאַקן אין אַ תּפֿיסה אָדער אין אַ משוגעים–הױז — װי אױך פּלאַטאָן און סאָקראַט, טשײַקאָװסקי און גערטרודאַ סטײַן, סאַפֿאָ און װירדזשיניאַ װוּלף.‟ פֿונעם זעלבן אַרטיקל האָב איך זיך דערװוּסט מכּוח דעם, אַז די נאַציסטן האָבן די האָמאָסעקסואַליסטן און לעסביאַנקעס פֿאַר מענטשן ניט געהאַלטן און זיי דערהרגעט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
אַן אַנדער אַרטיקל איז פּובליקירט געװאָרן אין „אָגאָניאָק‟ (פֿײַערל), דעם סאַמע פּראָגרעסיװן זשורנאַל פֿון יענער תּקופֿה; דער אַרטיקל האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַן אינטערװיו מיט דרײַ האָמאָסעקסואַליסטן, װאָס זײַנען געװען קראַנק אױף „אײדס‟. אינעם אָנהייב פֿון יענעם אַרטיקל זײַנען ציטירט געװאָרן אַ פּאָר בריװ פֿון לײענערס, װאָס האָבן געהאַט אָנגעשריבן, אַז די „איבערבױונג‟ איז, אַװדאי, גוט און נייטיק, נאָר זײ פֿאַרשטײען ניט, הלמאַי האָט מען גענומען אונטערהאַלטן די האָמאָסעקסואַליסטן. דער סוף פֿונעם אַרטיקל איז געװען אַזאַ (כ׳ציטיר, פֿאַרשטײט זיך, לױטן זכּרון):
„די װיכּוחים מכּוח דעם, װאָס איז אַזױנס האָמאָסעקסואַליזם, גײען אָן במשך פֿון יאָרצענדליקער. אַ חוץ אונדזער פֿאָטערלאַנד, האָט מען איבער דער גאָרער װעלט אָנערקענט: די ציִונג פֿון די האָמאָסעקסואַליסטן צו מענטשן פֿון זײער אײגענעם געשלעכט פֿורעמט זיך אױס ניט פֿון פֿרײַהײט פֿון אױסװאַל, דאָס איז זײער נאַטירלעכע באַדערפֿעניש, זייער טבֿע. מיר אָבער גײען מיט אונדזער ספּעציפֿישן װעג: מיר זעצן די האָמאָסעקסואַליסטן אַרײַן אין תּפֿיסה, װי קרימינעלע פֿאַרברעכערס. ס׳איז דאָס זעלבע, װי אײַנזעצן אין תּפֿיסה געלע מענטשן דערפֿאַר, װאָס זײ זײַנען געל, מענטשן מיט זומער–שפּרענקלעך — ווײַל זײ האָבן זומער–שפּרענקלעך. אין דער צײַט פֿון ׳אײדס׳ איז עס ממש אַ משוגעת: דער קרימינעלער קאָדעקס פֿאַרטרײַבט די מענטשן אין אונטערערד, פֿאַרדעקנדיק פֿון אונדז די װעגן פֿון דער פֿאַרשפּרײטונג פֿונעם טױטברענגיקן װירוס. אַװדאי האָבן מיר דאָס רעכט צו דערלאַנגען זײ אַ רײ פֿאָדערונגען: אַז זײ זאָלן זײַן מער פֿאָרזיכטיק און אַזױ װײַטער. נאָר אײנס איז אוממעגלעך צו פֿאָדערן פֿון זײ: זײ זאָלן זײַן אַזעלכע, װי מיר.‟
שוין אום זומער 1991, אַ פּאָר חדשים פֿאַר מײַן אַװעקפֿאָרן אױפֿן מערבֿ, האָב איך איבערגעלײענט אין דער פּאָפּולערער צײַטונג „אַרגומענטן און פֿאַקטן‟ װעגן די רעזולטאַטן פֿון אַן אױספֿרעג, דורכגעפֿירטן איבערן גאַנצן ראַטן–פֿאַרבאַנד: 30% סאָװעטישע מענטשן זײַנען געװען אָנהענגערס פֿון טױט–שטראָף פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן; די אַנדערע 30% האָבן געהאַלטן, אַז מ׳דאַרף די האָמאָסעקסואַליסטן אײַנזעצן אין תּפֿיסה; נאָך 30% האָבן געמיינט, אַז מ׳דאַרף זײ הײלן בגװאַלד; און בלױז 10% האָבן גערעכנט, אַז די האָמאָסעקסואַליסטן מעגן פֿרײַ עקזיסטירן. אין מיטל–אַזיע האָבן 85% אױסגעפֿרעגטע מענטשן זיך אַרױסגעזאָגט פֿאַר טױט–שטראָף פֿאַר די האָמאָסעקסואַליסטן. אָט אין אַזאַ מלוכה בין איך געבױרן געװאָרן און אױסגעװאַקסן, הגם, אמת, אינעם קרײַז, װאָס האָט געהערט צו די לעצטע 10%.
איבערגעפֿאָרן קײן ניו–יאָרק, האָב איך זיך גיך איבערצײַגט סײַ אין דעם, װי מע באַציט זיך צו אָט דער פֿראַגע אין דער ציװיליזירטער סבֿיבֿה, סײַ אין דעם, װאָס אײניקע (אפֿשר אַפֿילו אַ סך) עקס–סאָװעטישע מענטשן זאָגן זיך עקשנותדיק אָפּ צו פֿאַראײגענען די ציװיליזירטע אָנשױונגען: דאָס לעצטע איז מיר געװאָרן קלאָר בעתן לײענען „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ (נײַ רוסיש וואָרט). דאָרטן פֿלעגט מען, אַװדאי, ניט שרײַבן, אַז מע דאַרף הרגענען די האָמאָסעקסואַליסטן, אײַנזעצן זײ אין תּפֿיסה אָדער הײלן זײ בגװאַלד; דאָס איז געװען אַן אַנדער מין, אַן אַנדער מדרגה פֿון האָמאָפֿאָביע. אײנער פֿון די שטענדיקע מחברים האָט פּובליקירט אין דער צײַטונג אַן אַרטיקל אונטערן קעפּל „ליבעראַלע אױסגעלאַסענע מענטשן, אָדער הלמאַי האָבן די מאַנצבילן פֿאַרביטן זײערע פֿרױען‟, אין װעלכן ער האָט געפּרוּװט דערװײַזן, אַז די דעמאָקראַטישע פּאַרטײ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן סטימולירט כּלומרשט צעלאָזנקײט, און אָנגעשריבן, אַ חוץ דעם אַלעם, אַזעלכע שורות (איך ציטיר לױטן זכּרון, נאָר כ׳האָב אַ גוטן זכּרון, לכן מײן איך, אַז כ׳ציטיר פּינקטלעך):
„איך בין אױך טײלװײַז אַ פּראָגרעסיסט. אין פּרינציפּ דערלאָז איך צעלאָזנקײט אין די גרעסטע מאַסשטאַבן, נאָר אָנערקען זי אין גאַנצן ניט אין דעם הױפּט פֿון מלוכהס ביאָגראַפֿיע. צװײ מײדלעך, װאָס קוקן אײנע אױף דער אַנדערער מיט בהמישע אױגן, זײַנען מיר אַפֿילו סימפּאַטיש, כאָטש איך װאָלט זײ ניט פֿאַרגלײבט צו דערציִען מײַן טאָכטער. דאָס בילד פֿון די צװײ מאַנצבילן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט סעקס אײנער מיטן אַנדערן, רעגט מיך לחלוטין ניט אױף, נאָר איך װאָלט ניט געװאָלט, אַז זײערע אַרבעט–טישן זאָלן זיך געפֿינען אין די קאַבינעטן, אין װעלכע ס׳װערן אַנטשײדט דעם לאַנדס גורלות. די ליבעראַלן רופֿן אַזאַ שטאַנדפּונקט אָן דיסקרימינאַציע פֿון סעקסועלע מינדערהײטן, אָבער דיסקרימינאַציע איז דאָך קודם–כּל דאָס רעכט פֿון אױסװײלן. לױטן פּרינציפּ פֿון דיסקרימינאַציע קלײַבן מיר אױס פֿאַר זיך פֿרײַנד, קלובן, באַשטעטיקונגען.‟
אַן אַנדער שטענדיקער מחבר פֿון דער צײַטונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אינטערװיו מיט מאַשע געסען. די ערשטע פֿראַגע, װאָס ער האָט איר געשטעלט איז געװען: „װען האָט איר באַװוּסטזיניקט אײַערע אומנאַטירלעכע נײגונגען?‟; אין מיטן דעם אינטערװיו האָט ער געמאָלדן: „נו, אַ נאָרמאַלער מענטש װעט דאָך ניט לעבן מיט אַ פּערזאָן פֿון זײַן אײגענעם געשלעכט‟; און זײַן לעצטע שאלה איז געװען: „און פֿאַר װאָס זאָל מען אײַך ניט פֿאַרפֿאָלגן? פֿאַר װאָס זאָל מען אײַך געבן גלײַכע רעכט?‟.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַזאַ מיניאַטור (אונטערן נאָמען „װער װאָלט איך דעמאָלט געװען?‟):
„עמפּאַטיע איז באמת זייער אַ וויכטיקע זאַך; זי העלפֿט צו פֿאַרשטיין ניט בלויז אַנדערע מענטשן, נאָר אַ מאָל אַפֿילו זיך אַליין. לייען איך איבער אוריאל אַקאָסטעס אויטאָביאָגראַפֿיע: אַ מוראדיקער דאָקומענט, אַ שענדלעכע זײַט אין אונדזער געשיכטע. עס ברענט דאָס האַרץ פֿאַר כּעס און ביטול (ווי בײַ אַ סך מענטשן פֿאַר מיר) אויף זײַנע רודפֿים און פּײַניקערס, אויף זייער אַכזריות און אומטאָלעראַנטקייט צו פֿרעמדע מיינונגען… און פּלוצעם כאַפּ איך זיך און ווער איבערגעראַשט פֿון דעם געדאַנק, אַז געטאָן האָבן זיי מיט אַקאָסטען דווקא דאָס זעלבע, וואָס איך אַליין וואָלט געוואָלט טאָן מיט יענע, וועמענס אָנשויונגען זײַנען מיר פֿאַרהאַסט (למשל, האָמאָפֿאָבן, כּהנהיסטן וכדומה) — באַשטראָפֿן, אָנלערנען, רודפֿן, מאַכן מיט בלאָטע גלײַך! זאָלן זיי וויסן, מנוּוולים אייניקע, ווי אַזוי צו זײַן רעאַקציאָנערן! זאָל בײַ זיי אָפּגעשלאָגן ווערן דער חשק! יאָ, איצט פֿאַרשטיי איך די, וואָס זײַנען שוין אויף תּמיד געבליבן אין דער געשיכטע ווי פֿינצטערע פֿאַנאַטיקערס און אַכזרים; נאָר וואָס זשע וואָלט איך געהאַט געטאָן, ווען איך בין אויף זייער אָרט און גלייב אין דעם, אין וואָס זיי האָבן געגלייבט? ווער וואָלט איך דעמאָלט געווען געבליבן אין דער געשיכטע? באמת גרויס איז געווען וואָלטער מיט זײַן אַני-מאמין: ׳איך האַס אײַערע אָנשויונגען, אָבער איך בין גרייט צו שטאַרבן פֿאַר אײַער רעכט זיי אַרויסצוזאָגן׳.‟
דאָס אַלץ איז אמת — נאָר עס שעפּט ניט אױס די פֿראַגע, מחמת עס מײנט ניט, אַז מע זאָל בכלל ניט קעמפֿן קעגן מיאוסע אידעאָלאָגיעס און זײערע טרעגערס. אַװדאי זײַנען די קערפּערלעכע באַשטראָפֿונגען לױט אַן אורטײל (הן פֿון אַ רעליגיעזן, הן פֿון אַ מלוכישן געריכט) אַ באַרבאַרײַ, װאָס איז לגמרי אומדערלאָזלעך אין דער הײַנטיקער ציװיליזירטער געזעלשאַפֿט (אַגבֿ, אַן אַנדער שטענדיקער מחבר פֿון „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟ איז בשעתּו אַרײַנגעפֿאַלן אין התלהבֿות פֿון דעם, װאָס מ׳האָט געהאַט אױסגעשמיסן מײַקל פֿײען לױט אַן אורטײל פֿון אַ סינגאַפּורישן געריכט; ער האָט אַפֿילו אױפֿגערופֿן אײַנצופֿירן קערפּערלעכע באַשטראָפֿונגען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן) — נאָר אין דער ציװיליזירטער װעלט, בפֿרט אין אַמעריקע, איז דאָ, למשל, אַזאַ פֿאָרעם פֿון קאַמף װי פּיקעטן. בעת כ׳האָב געלעבט אין דער גאָלדענער מדינה, האָט זיך איין מאָל אַרױסגעװיזן, אַז אין אַ שכנישן הױז װױנט אַ נעאָ–נאַציסט, און איך געדענק, װי די ייִדישע שוץ–אָרגאַניזאַציע (ניט די ליגע) האָט דורכגעפֿירט אַ פּיקעט בײַ יענעם בנין און מע האָט געהאַלטן אין איין סקאַנדירן: “Nazis, out of New York’s West Side!”. בערך אין דער זעלבער צײַט, װען דעמיאַניוק האָט זיך אומגעקערט קײן אַמעריקע, האָבן די ייִדן אָרגאַניזירט פּיקעטן בײַ זײַן הױז. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אײנער פֿון אונדזערע „רוסן‟ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אינטערנעץ אַן אַרטיקל, אין װעלכן ער האָט אויסגעגאָסן זײַן כּעס אויף אַ סך זאַכן אין אַמעריקע, בפֿרט אױף דעם, װאָס מע קאָן דאָרט ניט אָנרופֿן די האָמאָסעקסואַליסטן — דעפֿעקטיװע. איך האָב איבערגעשיקט יענעם אַרטיקל אײניקע מײַנע פֿרײַנד–האָמאָסעקסואַליסטן, װאָס לעבן אין אַמעריקע, און אױפֿגערופֿן זײ: „פֿאַרבינדט זיך מיט די האָמאָסעקסואַליסטן אין דער שטאָט, װוּ דער מנוּװל וווינט, כּדי זײ זאָלן דורכפֿירן פּיקעטן בײַ זײַן הױז!‟ — און מיר איז אַן אמתער שאָד, װאָס מ׳האָט גאָרנישט ניט געטאָן: מע טאָר עס ניט אַזױ לאָזן! אױב מע אימיגרירט קײן אַמעריקע, מוז מען זיך צופּאַסן צו די אַמעריקאַנישע נאָרמעס; אױב מע װיל עס ניט טאָן, האָט מען דאָרטן ניט װאָס צו וווינען! אָט, למשל, אין האָלאַנד: במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער האָבן אַהין אימיגרירט אַ סך מענטשן פֿון די מוסולמענישע לענדער, װאָס װילן ניט פֿאַראײגענען די מערבֿדיקע נאָרמעס, האָט מען מיט עטלעכע יאָר צוריק אָנגעהױבן װײַזן די נײַ–געקומענע אימיגראַנטן פֿון יענע לענדער פּאָרנאָגראַפֿישע פֿילמען פֿונעם האָמאָסעקסועלן אינהאַלט; אױב איר װילט לעבן אין אונדזער לאַנד, מוזט איר אױפֿנעמען אונדזערע װערטן, בתוכם טאָלעראַנץ בנוגע מישכּן–זכר, און אױב איר װילט עס ניט, האָט איר דאָ ניט װאָס צו טאָן!
בשעתּו, מיט אַ סך יאָרן צוריק, האָט מײַנער אַ חבֿר פֿון טײַװאַן מיר אָנגעשריבן, אַז סע קומט דאָרט פֿאָר עפּעס אַן אינטערנאַציאָנאַלע ליטעראַרישע אונטערנעמונג און אַז פֿון רוסלאַנד איז געקומען צו פֿליִען עדואַרד אוספּענסקי [1]. איך האָב דערקלערט מײַן חבֿר, אַז אוספּענסקי איז אַ האָמאָפֿאָב, און פֿאָרגעלײגט, מע זאָל אָרגאַניזירן אַ פּראָטעסט–דעמאָנסטראַציע. מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער מיר דערציילט, אַז ס׳האָט זיך ניט באַקומען צו אָרגאַניזירן אַן אמתע דעמאָנסטראַציע, נאָר עפּעס האָט מען פֿאָרט געהאַט אױפֿגעטאָן. אוספּענסקי האָט געמאַכט אַ לאַנגן און נודנע פֿאָרטראָג. װען צום סוף זײַנען געבליבן אין דער אױדיטאָריע בלױז אַ צענדליק מענטשן, האָט מײַן חבֿרס אַ פֿרײַנד געשטעלט דעם גזלן אַ פֿראַגע:
— װי אַ קינדער–שרײַבער האַלט איר אַפּנים נייטיק אײַנפֿלאַנצן אין די קינדער דאָס געפֿיל פֿון ליבע?
— געװיס.
— אױב אַזױ, װי זשע קאָנט איר האַסן האָמאָסעקסואַליסטן?
אױף דעם האָט חבֿר אוספּענסקי געמאָלדן, אַז ער גלײבט ניט, אַז ס׳איז דאָ ליבע בײַ האָמאָסעקסואַליסטן און אַז האָמאָסעקסואַליזם איז קעגן דער נאַטור.
און דאָ האָט זיך אָנגעהױבן:
— װאָס?! קעגן דער נאַטור?! און איר, אַ שרײַבער, קאָנט זאָגן אַזעלכע זאַכן?! צי װײסט איר ניט, װיפֿל גרױסע שרײַבערס זײַנען געװען האָמאָסעקסואַליסטן? — און אַזױ װײַטער.
איך בין געװען באמת צופֿרידן, אַז כאָטשבי דאָס האָט מען געטאָן: דער גזלן האָט געזאָלט װיסן, אַז אין דער ציװיליזירטער געזעלשאַפֿט איז ער אַ פּרא–אָדם! אַװדאי, טאָר מען זיך בשום–אופֿן מיט קײנעם ניט באַגײן אַזױ, װי מ׳איז זיך אַ מאָל באַגאַנגען מיט אוריאַל אַקאָסטען, — נאָר דער ה אָ מ אָ פֿ אָ ב י ש ע ר ע ר בֿ – ר בֿ מ ו ז וויסן און פֿילן כּסדר אויף זײַן אייגענעם מיאוסן פֿעלכל, אַז אין דער ציוויליזירטער וועלט זײַנען זיי פּרא–אָדמס, באַרבאַרן, אויסוווּרפֿן! און אױב אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע געפֿעלט ניט די באַציִונג צו די האָמאָסעקסואַליסטן דאָרטן, איז זאָלן זײ זיך פֿאַרנעמען צו אַלדע שװאַרצע רוחות צוריק קײן רוסלאַנד! צום גליק, איז די ייִדישע מלוכה אױך ניט פֿאַר זײ: די סאַמע פּאָפּולערסטע שטאָט אױף דער װעלט בײַ די האָמאָסעקסואַליסטן איז דװקא תּל–אָבֿיבֿ! יאָ, ס׳רובֿ אמתע (ניט עקס–סאָװעטישע) ייִדן זײַנען ציוויליזירטע מענטשן; ניט צופֿעליק האָט זשאַבאָטינסקי לגמרי ריכטיק אָנגעשריבן, אַז אונדזער „אוראַלט פֿאָלק <…> פֿלעגט שאַפֿן געזעצן שוין דעמאָלט, װען די שכנים (דאָס הייסט, די רוסן — י. ק.) האָבן נאָך ניט באַװיזן זיך צו דערטראַכטן אַפֿילו ביז צו די לאַפּטשעס‟.
מײַ 17
הײַנט האָב איך צוליב עפּעס אַ סיבה געהאַט אַ באַזונדערס שלעכטע נאַכט: אײַנגעשלאָפֿן תּיכּף אָן שום רפֿואות (אין די פֿאָריקע עטלעכע נעכט פֿלעג איך אײַננעמען מעלאַטאָנין), געשלאָפֿן מסתּמא אַ פּאָר שעה, אױפֿגעכאַפּט זיך, ניט געקאָנט װידער אײַנשלאָפֿן, אײַנגענומען מעלאַטאָנין, נאָר במילה ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן ביז קאַיאָר. אױב מע װעט ניט דערפֿינדן עפּעס אַ סגולה דערפֿון אין די קומענדיקע יאָרצענדליקער, װעל איך, אַפּנים, מוזן תּמיד לעבן מיט אָט דער צרה. סאַראַ שאָד: אַזױ פֿיל צײַט װערט געפּטרט… און ס׳װילט זיך טאָן אַזױ פֿיל כּל–מיני זאַכן! אי אױסלערנען און אױסשפּילן אַ סך ווערק, װאָס כ׳האָב נאָך ניט געשפּילט; אי אומקערן זיך צו אײניקע װערק פֿון מײַן „אַלטן‟ רעפּערטואַר, װאָס איצט קאָן איך זײ שפּילן בעסער (למשל, שובערטס „Wanderer‟–פֿאַנטאַזיע, שומאַנס „סימפֿאָנישע עטיודן‟ און אַנדערע); און װאָס איך האָב זײ קײן מאָל ניט רעקאָרדירט (בעטהאָװענס 28טע סאָנאַטע, שובערטס סאָנאַטעס אין סי–מאַזשאָר און דאָ–מינאָר, בראַמס׳ 4 פּיעסעס אָפּוס 119); אי נײַע רעיונות סײַ קאָמפּאָזיטאָרישע, סײַ ליטעראַרישע קומען מיר אױפֿן געדאַנק: בפֿרט װיל איך פֿאַרענדיקן דעם ראָמאַן, װאָס פֿאַר אַ יאָרן, בשעת דער ערשטער כװאַליע פֿון דער מגפֿה, האָב איך אָנגעשריבן די ערשטע צװיי קאַפּיטלען, — נאָר דאָס װעט אָן שום ספֿק פֿאַרנעמען אַ לענגערע צײַט… אַפּשיטא שױן איבערלײענען אַ סך ביכער, זען אַ סך פֿילמען, אױסלערנען נאָך עטלעכע שפּראַכן און אַזױ װײַטער.
כ׳װאָלט אױך געװען אַ בעלן פֿאַרברײטערן די געאָגראַפֿיע פֿון מײַנע גאַסטראָלן. הגם איך האָב געלעבט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און בריטאַניע כּמעט 14 יאָר, האָב איך זיך נאָך כּלל ניט אין גאַנצן „פּערזענלעך באַקענט‟ מיט דער רומפֿולער אַנגלאָ–סאַקסאָנישער ציװיליזאַציע: אין אױסטראַליע האָב איך לעת–עתּה געשפּילט בלױז אין סידניי און בריסבײן (דער זאַל אין מעלבורן איז דעמאָלט געװען פֿאַרמאַכט אױף רעמאָנט), אין נײַ זילאַנד בין איך נאָך בכלל ניט געװען; בעת איך לײען מכּוח דעם, װוּ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און קאַנאַדע האָבן געשפּילט, למשל, אַנטאָן רובינשטײן, ראַכמאַנינאָװ, אַרטור רובינשטײן, — פֿאַרשטײ איך, װיפֿל צפֿון–אַמעריקאַנישע שטעט האָב איך נאָך קײן מאָל ניט באַזוכט מיט קאָנצערטן. אױך אין דרום–אַמעריקע איז מיר װײַט ניט אומעטום אױסגעקומען צו שפּילן, אין דרום–אַפֿריקע בין איך נאָך בכלל קײן מאָל ניט אױפֿגעטראָטן. כ׳װאָלט גרײַלעך געװאָלט שפּילן אױך אין אַזעלכע לענדער, װי אינדיע, טײַלאַנד און די פֿיליפּינען. כ׳װײס ניט, צי כינע װעט װערן דעמאָקראַטיש פֿאַר מײַן לעבן, נאָר כ׳האָף זײער, אַז כ׳װעל איבערלעבן פּוטינס ממשלה — און באַװײַזן אַ סך אַרומפֿאָרן איבער רוסלאַנד מיט קאָנצערטן.
װעגן דעם אַלעמען חלום איך, בעתן ליגן אין בעט בײַ נאַכט אָן שלאָף — און ניט בלױז װעגן דעם… קאַרינאָטשקע רופֿט עס אָן ריכטיק: „האַלוצינירן‟. בשעתּו, מיט אַ סך יאָר צוריק האָב איך געפֿרעגט בײַ מײַנער אַ קאָכאַנקע, צי זי קאָן זיך פֿאָרשטעלן צו האָבן סעקס מיט אַן אַנדער פֿרױ, און זי האָט געענטפֿערט, אַז ס׳איז דאָ אַ חילוק צװישן דעם, װאָס מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן אין דײַנע פֿאַנטאַזיעס, און דעם, װאָס מע קאָן טאָן אין רעאַלן לעבן. דעמאָלט האָב איך עס ניט פֿאַרשטאַנען, נאָר איצט פֿאַרשטײ איך עס יאָ, מחמת בשעת מײַנע שלאָפֿלאָזיקע נעכט חלום איך צו מאָל ניט בלױז װעגן מײַנע קאָנצערטן, נײַע װערק, נײַע מקומות וכּדומה, נאָר אױך מכּוח דעם, װאָס אױף אַן אמתן קאָן ניט זײַן, — אין קאָניונקטיװ, אַזױ צו זאָגן.
ניט אײן מאָל האָבן די זשורנאַליסטן מיך געפֿרעגט, װער װאָלט איך געװען, װען כ׳װאָלט ניט געװען אַ מוזיקער. אַצינד „האַלוציניר‟ איך צו מאָל װעגן דעם, אַז אין אַזאַ פֿאַל װאָלט איך געװען אַ ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין פֿאַרשײדענע לענדער. װען איך װאָלט געהאַט אַ פֿרײַען אױסװאַל, װאָלט איך געװאָלט אָנהײבן פֿון איסלאַנד. פֿון אײן זײַט, האָט ישׂראל דאָרט לעת–עתּה קײן אַמבאַסאַדע ניט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען אין יענעם לאַנד, צוליב אומפֿאַרשטענדלעכע סיבות, פֿאַרשפּרײט אַנטי–ישׂראלדיקע שטימונגען; אַזױ אַז איך װאָלט מיט חשק געאַרבעט לטובֿת ישׂראל און פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין יענעם קלײנעם, נאָר זײער אינטערעסאַנטן לאַנד. נאָך דעם — מאָנגאָליע: קײנער, דוכט זיך, לייגט ניט קײן אַכט אױף אָט דער מלוכה, נאָר ס׳איז אַ גרױס לאַנד, װאָס סטאַרעט זיך צו זײַן דעמאָקראַטיש און פֿאַרמאָגט אַ סך נאַטור–רײַכטימער, װאָס אַ היפּשער טײל פֿון זײ איז נאָך אַפֿילו ניט אױסגעפֿאָרשט, לכן מײן איך, אַז ס׳װאָלט געװען װיכטיק פֿאַר ישׂראל צו אַנטװיקלען די באַציִונגען מיט מאָנגאָליע, — און מיר װאָלט געװען זײער אינטערעסאַנט צו באַקענען זיך פּרטימדיק מיט יענעם לאַנד. דערנאָך — מײַן באַליבטע אַרמעניע, װאָס ניט געקוקט אױף דער אױסערגעװײנטלעכער ענלעכקײט פֿון אונדזערע פֿעלקערס׳ גורלות, האָבן מיר זיך אינעם געאָפּאָליטישן זינען געפֿונען „אױף די פֿאַרשײדענע זײַטן פֿון די באַריקאַדן‟, היות אין פּאָליטיק איז מען געצװוּנגען צו האַנדלען לױטן פּרינציפּ „מײַן שׂונאס שׂונא איז מײַן פֿרײַנד‟. ס׳האָט זיך באַקומען אַזױ, אַז ישׂראל האָט אַ געמיינזאַמען שׂונא (איראַן) מיט אַרמעניעס ערגסטן שׂונא (אַזערבײַדזשאַן), און אַרמעניע האָט אַ געמײנזאַמען שׂונא (אַזערבײַדזשאַן) מיט אונדזער ערגסטן שׂונא (איראַן). איך האָב ליב האַלוצינירן מכּוח דעם, װי בײַם בעטן זיך אַרבעטן װי אַן אַמבאַסאַדאָר אין אַרמעניע, װאָלט איך אינעם ישׂראלדיקן אױסערן–מיניסטעריום געשטעלט אַ תּנאַי, אַז כ׳זאָל האָבן דאָס רעכט אױסצודריקן דאָרטן מײַנע פּערזענלעכע מײנונגען, ניט בלױז פֿון דער רעגירונג, — און אַז מע װאָלט געװען מסכּים אױף דעם. נו, און סוף–כּל–סוף — יאַפּאַן, װאָס איך האָב דאָס לאַנד אױך זײער ליב. איך בין דאָרט געװען אַ סך מאָל, מע קען מיך גוט אין די קרײַזן פֿון די מוזיק–ליבהאָבערס, און מחמת עפּעס אַ סיבה זײַנען אין יאַפּאַן נאָך אַלץ פֿאַרשפּרײט, אַזױ צו זאָגן, ספּעציפֿישע פֿאָרשטעלונגען מכּוח ייִדן. אין מײַנע „האַלוצינאַציעס‟ װאָלט איך זײער געװאָלט פֿאַרברענגען און אַרבעטן דאָרטן עטלעכע יאָר װי אַן אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל.
צו מאָל „האַלוציניר‟ איך אױך װעגן װױנען אין פֿאַרשײדענע שטעט פֿון דער װעלט: אײן–צװײ יאָר אין יעדער שטאָט. מיר איז שױן אױסגעקומען צו לעבן אין פֿינף פּרעכטיקע שטעט: מאָסקװע, ניו–יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז און פּראָג. אין מײַנע „האַלוצינאַציעס‟ חלום איך אױך מכּוח האַמבורג, גענף, באָסטאָן… בפֿרט, װאָס שײך גענף, „האַלוציניר‟ איך װעגן װערן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער דאָרטיקער קאָנסערװאַטאָריע, געבן לימודים אינעם זעלבן קלאַס–צימער, װוּ ס׳האָבן בשעתּם געאַרבעט ליסט און ליפּאַטי, און אױספֿורעמען אים אױף אַ באַזונדערן אופֿן: אױפֿהענגען מער פּאָרטרעטן פֿון גרױסע מוזיקאַנטן, אַװעקשטעלן שאַפֿעס מיט נאָטן און רעקאָרדירונגען, בתוכם אַלטע פּלאַטעס, װי אױך אַ פּלאַטנשפּילער און אַזױ װײַטער, כּדי מײַנע תּלמידים, אַרײַנקומענדיק אין קלאַס־צימער, זאָלן תּיכּף דערפֿילן אַן אַנדערע, באַזונדערע אַטמאָספֿער. ס׳װאָלט געװען אינטירעסאַנט אױך אָפּצולעבן אַ יאָר צי צװײ אין אַזיע, נאָר די פֿראָגע איז: װוּ? האָנקאָנג, למשל, איז אַ גלענצנדיקע און אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט, אָבער דאָרטן איז מסוכּן דושנע אַפֿילו אין דעצעמבער. ניט לאַנג צוריק האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר אין יאַצוגאַטאַקע? די אַטמאָספֿער דאָרטן איז זײער ענלעך אױף „רוזאַ‟ און „איװאַנאָװאָ‟. װאָלטן מיר מיט קאַרינאָטשקען געלעבט דאָרטן אין װאַלד, אין שטילקײט, געאָטעמט מיט פֿרישער לופֿט די גאַנצע צײַט, און איך װאָלט געהאַלטן אין אײן שרײַבן מוזיק (און ס׳װילט זיך אָנשרײַבן זײער אַ סך, בתוכם אַפֿילו אָפּערעס אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן!)…
אין אײניקע „האַלוצינאַציעס‟ מײַנע חלום איך מכּוח פֿאָרן כּסדר קײן בודאַפּעשט (ס׳איז ניט אַזױ װײַט פֿון פּראָג) און באַקומען דאָרטן אַ פֿאָרמעלע היסטאָרישע בילדונג אינעם צענטראַלן אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט (לערנענדיק זיך בײַ אַלפֿרעד און װיקטאָר קאַראַדין), װי אױך אַ פֿאָרמעלע ייִדישע בילדונג אינעם ייִדישן אוניװערסיטעט. און בעתן „האַלוצינירן‟ װעגן װױנען אין באָסטאָן חלום איך, אַװדאי, מכּוח לערנען זיך אין האַרװאַרד (אַ שאָד, װאָס פּײַפּס איז שױן אױפֿן עולם–האמת: אָט בײַ װעמען ס׳װאָלט געװען גוט זיך צו לערנען!)…
אַזױ פֿיל כּל–המינים „היסטאָריקערס‟ האָבן זיך געיאַװעט במשך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער: קײן שום היסטאָרישע בילדונג האָבן זײ, אַװדאי, ניט, נאָר זײ רופֿן זיך מיט אַפּלאָמב „היסטאָריקערס‟ — און שרײַבן/רײדן אַזאַ שטותערײַ… כ׳געדענק, װי סוף–1980ער שעכאָװצאָװ האָט זיך אָנגערופֿן „אַ היסטאָריקער‟ בשעת דער געריכט–זיצונג, װאָס איז טראַנסמיטירט געװאָרן אױף דער טעלעװיזיע, — און װי אַן אמתער היסטאָריקער, פּאָליקאַרפּאָװ, האָט אים געװיזן, װוּ זײַן אָרט איז, זאָגנדיק: „אױב איר זײַט אַ היסטאָריקער, מוזט איר װיסן, אַז…‟ — און אַזױ װײַטער (ס׳האָט זיך געהאַנדלט װעגן סטאַלינס פֿאַרברעכנס). אַצינד, דוכט זיך, בלױז אַ פֿױליאַק רעדט ניט עפֿנטלעך אױף היסטאָרישע טעמעס — צװישן די רוסיש–רײדנדיקע, פֿאַרשטײט זיך. דער קלוגער װיקטאָר סוּװאָראָװ אין זײַנע ביכער מאַכט באַװאָרענישן: „איך בין ניט קײן היסטאָריקער, איך בין פּשוט אַ ליבהאָבער פֿון מיליטערישער געשיכטע‟; „אמתדיקע פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקערס װעלן מוזן לײזן אָט דאָס רעטעניש. די דאָזיקע אױפֿגאַבע איז ניט פֿאַר מײַנע כּוחות.‟. נאָר די אַנדערע… אַװדאי, װי מע זאָגט אױף רוסיש, „אױף יעדן ניס װעט ׳צו געזונט׳ ניט סטײַען‟, און דאָך װילט זיך אַ מאָל אָפּענטפֿערן, װי געהעריק, כאָטשבי אײניקע פֿון אָט די טיפּשים און מנוּװלים, אויסניצנדיק דעם אױטאָריטעט פֿון אַ היסטאָרישער בילדונג אין אַ פּרעסטיזשפֿולן אוניװערסיטעט און אַ װיסנשאַפֿטלעכער שטופֿע!
אין דער פֿרי איז דער בלוטדרוק בײַ אַנע פּאַװלאָװנען געװען העכער 200.
געשפּילט בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס.
געלײענט בראָדעלס בוך. איך האָב ניט געװוּסט, אַז אַ מאָל האָט מען געהאַלטן, אַז װיסנשאַפֿט מוז למן–השם זײַן נבֿיאיש, און אַז אַפֿילו אין 1950, בעת בראָדעל האָט געשריבן אָט די שורות, פֿלעגן די סאָציאָלאָגן און אײניקע היסטאָריקערס האָבן אַ ספֿק אין דעם, אַז ס׳איז ניטאָ קײן װיסנשאַפֿט אָן אַ היסטאָרישן דױער. הגם איך בין ניט קײן מומחה אין אָט דעם געביט, איז מיר לגמרי קלאָר, אַז ס׳איז אַן אַבסורד.
אוספּענסקי, עדואַרד (1937־2018) — סאָוועטישער שרײַבער