אוקראַיִנע

בערל קאָטלערמאַן

אוקראַיִנע, מאַרץ 2022

יציאת מצרים
(גלאַטשטייניש)

אַ גוטע נאַכט דיר, שקלאַפֿן-לאַנד,
דאָס לאַנד פֿון שפּאָט, דאָס לאַנד פֿון שאַנד.
לויף, פֿלי, פֿאַרהאַק געשווינד דײַן טויער,
בוי אויף אַרום זיך וואַנט און מויער,
פֿאַרפֿיל דײַן ערל-האַרץ מיט עקל,
פֿאַרגרין אין דײַן חרטומיש רעקל,
צעשטויב אַיעדן יושר-שפּור
אין דײַן פֿאַרדאָרבענער קולטור,
צעוואַלגער אַלצדינג אין דײַן מיסט — 
און ווער פֿאַרמיאוסט און פֿאַרוויסט.
איך שפּאַן מיט כּעס פֿון דיר צו ליכט,
פֿון דײַן לית-ריכטער, לית-געריכט,
פֿון דײַנע וועגן און נאַראָנים,
פֿון דײַנע מערדערס און גזלנים,
כּדי נאָך זעקסטן טויזנטיאָר
אַ טרעף טאָן ווידער דײַן קאַיאָר.
שלאָף טויט און האַלט דײַן פּיסק פֿאַרמאַכט.
אַ גוטע נאַכט.

אוקראַיִנע

/כל מי ששומר פיו ולשונו שלא לדבר בעת התפילה 
הקב”ה ישמרהו מכל צרה (תיקון מי־שברך דרבינו יום־טוב העלער)/

ווער ס’געבענטשט האָט טאַטעס אונדזערע
וועט ער בענטשן אויך די קינדערלעך
מיט האָניק־פֿאַרפֿלעך און מיט ראָזשינקעס
און אפֿשר אויך מיט לעבנס פֿרידלעכע   
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע.

אין טולטשין, נעמערעוו און שאַריגרוד
אויף געסלעך קרומע, ניט געפֿלאַסטערטע
מיט הײַזער חרובֿע, פֿאַרלוירענע
קיין צרה זאָל ניט זײַן קיין קלייניטשקע  
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע.

כאָטש ס’ליגן שטיינער ברייט צעוואָרפֿענע
מיט בייזע אויגן אָנגעקויטיקטע,
מיט בייזע צונגען אויסגעדריוולטע,
געוויס וועט קומען אויך די ברכה־צײַט  
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע.

נאָר מאַמעס גרייטן זיך, ניט-וויסנדיק,
אַ פֿרעג טאָן, הילפֿלאָז און פֿאַרטרערנהייט:
וווּ שלעפּט מען ווידער בנים אונדזערע, 
פֿאַרוואָס די שׂונאים לויערן אומעטום
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע?

עס שורשען אַלטע געלע פּאַרמעטן
און וואָלקנס ווײַסע שעפּטשען סודותפֿול:
פֿאַרבאָרגן זענען וועגן הימלישע, 
דאָך ז’גרויס דער זכות פֿון שטילע תּפֿילהניקעס 
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע.

דער זכות וואָס האַלט די קינדער לעבעדיק,
צי איז עס ניט דער גרעסטער גאָב־און־נס
אויף דײַנע רחבֿותן, מײַן טײַערע,
באמת ובתּמים
ונאמר אָמן.                              

עס שוועבט מײַן שטאָט
(40 טעג פֿון דער מלחמה)

עס שוועבט מײַן שטאָט מײַן האַרבסטיקע העט הויך 
פֿאַרדעקט פֿון די פֿאַרברענטע בלעטערס רויך,
וואָס טוט פֿאַרציִען מײַנע ווײַטע טרוימען
מיט ווײַסע קנוילן, מיט ווײַסע קרוינען.

עס פֿליט אַוועק און נעלם ווערט מײַן שטאָט,
ניטאָ קיין ברוק, וווּ כ’האָב געשטעלט מײַן טראָט,
ניטאָ קיין קאַנט, וואָס כ’האָב אַמאָל געהאַט,
ס’בלײַבט בלויז דער ביטער רויך, דער ביטער טשאַד.

ווען ס’איז געווען, אין וועלכן טויזנטיאָר?
בײַ וועלכן טײַך האָט דאַן געלעבט מײַן דור?
אין ערגעץ רוישט דאָס לעבן, ברויזט און ברויט
און דאָ איז שטיל און טויב, איז שטיל און טויט.

עס בלײַבט פֿאַר מיר נאָר יענער ביטער רויך,
וואָס איז אַ וועלט צוריק אַרויף אין הימלען הויך.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s