אין מײַ 1944 האָט מען באַפֿרײַט טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון די לאַגערן און געטאָס אין טראַנסניסטריע. באַפֿרײַט די, וואָס זענען געבליבן לעבן. אַ סך ייִדן האָט מען דאָ אומגעבראַכט, אַ סך זענען געשטאָרבן פֿון קראַנקייטן, פֿון הונגער, געוואָרן דערשאָסן אויף די וועגן קיין טראַנסניסטריע. צווישן די אַסירים פֿון געטאָ זענען אויך געווען מײַנע קומענדיקע מאַמע און טאַטע, מײַן באָבע און מומעס. איך גרייט איצט אַ בוך לידער און פּאָעמעס, געווידמעט די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, מײַן טאַטן און מײַן מאַמען. וויל איך פֿאָרלייגן די לייענער פֿון „ייִדיש-בראַנזשע” אַ פּאָעמע פֿון דעם קומענדיקן בוך.

משה לעמסטער
שמעונס לידער שענסטע,
נאָך הײַנט זייער זינגען הערט זיך.
זיי קלאַפּן אין ייִדישע פֿענצטער,
זיי בעטן זיך אין ייִדישע הערצער…
געווען אַ ייִד אין שטעטל,
געוווינט האָט ער אַליין.
ליב געהאַט שפּאָטווערטלעך
אַ מעשׂה, וואָס איז שיין.
נאָר דאָס ליבסטע סאַמע —
זינגען פֿאַרן פֿאָלק
אַ לידעלע מיט גראַמען
פֿריילעך אויף אַ קול.
ער האָט זײַנע לידער
מיט האַרץ און מיט געפֿיל,
און מיט געטרײַער ליבע
געשאַפֿן אין דער שטיל:
וועגן אַ בריה פֿאַרבער,
אַ בלעכער אויפֿן דאַך
וועגן דעם וואָס אַרבעט,
רוט ניט טאָג און נאַכט.
דעם פּאַסטעך פֿון אַ שעפֿל,
דעם שומר פֿון אַ וואַלד,
און וועגן דעם באַשעפֿער,
וואָס האָט באַשאַפֿן אַלץ.
דאָס לעבן פֿון זײַן זינגען
פֿון זײַן יעדער ליד
איז געוואָרן גרינגער,
און פֿריילעך דער געמיט.
געהייסן האָט ער שמעון,
שימעלע דער זינגער,
עס האָבן אים די הימלען
זײַן קול געשאָנקען זיכער.
פֿאַר זײַנע קלוגע לידער
האָבן געשעצט אים אַלע
ער איז געווען פֿאַר ייִדן
אַן אמתדיקער מאלך…
אין אַ טאָג אַ הייסן
אין דעם אָנהייב זומער
די מלחמה בייזע
איז אין לאַנד געקומען.
און אַ ביסל שפּעטער
אין די אָסיען־קעלטן
די ייִדן פֿונעם שטעטל
טרײַבט מען אין די געטאָס.
ווער גייען פֿלעג ניט קאָנען,
פֿאַלן אין דער בלאָטע,
דעם האָט מען אָן רחמנות
אויפֿן וועג געשאָסן.
צעזינגט זיך דעמאָלט שמעון
פֿאַר די ייִדן בידנע
מיט זײַן שיינער שטימע
מיט זײַנע פּערל־לידער:
וועגן גליק און פֿריידן
וועגן גאָט און שטערן
לידער, וואָס זיי טרייסטן
ווישן אָפּ די טרערן.
מע האָט באַקומען כּוחות,
זיך אויף די פֿיס געהאַלטן
מיט האָפֿענונג אין אויגן,
מיט גלויבן אינעם האַרצן
מע איז פֿעסט געגאַנגען
גלײַך און ניט געפֿאַלן
געהאָלפֿן די געזאַנגען
פֿון דעם זינגער־מאלך…
עס האָבן געהערט אים אַלע
אויף דעם וועג דעם לאַנגן,
די מענטשן יונגע, אַלטע,
די פֿייגעלעך — קינדער קראַנקע.
אַ פֿאַשיסט אַ שעכטער
„שווײַגן‟, האָט געשריגן,
נאָר שימעון האָט נאָך העכער
געזונגען פֿאַר די ייִדן.
לאָזט אַרויס דער קוילער
מיט פֿײַער אין זײַן בליק
דרײַ רעוואָלווער־קוילן
אין שמעונס מויל און ליד.
פּשוטע דרײַ קוילן,
בלײַ צוויי צענדליק גראַמען
און אויס די לידער־אוצרות,
די לידעלעך מיט גראַמען.
עס רינט דאָס בלוט דאָס רויטע
פֿונעם מויל און גאָרגל
און אַ שטילקייט טויטע
איז אויף דער וועלט געוואָרן.
ס’וואַרטן צײַטן וויסטע
אַ מורא האָט באַפֿאַלן —
מע וועט זיך נעמען שיסן,
מע וועט אַוודאי פֿאַלן.
נאָר גאָר אין גיכן ווידער
די ייִדן הערן אַלע —
עס קלינגען שמעונס לידער
מע זאָל אין וועג ניט פֿאַלן.
געזונגען האָט דער פֿאַרבער,
דער בלעכער אָן אַ דאַך,
די וואָס אַמאָל געאַרבעט
האָבן טאָג און נאַכט.
דער פּאַסטעך פֿון אַ שעפֿל,
דער שומר פֿון אַ וואַלד
אַפֿילו דער באַשעפֿער,
וואָס האָט באַשאַפֿן אַלץ..
געשפּאַנט האָבן די ייִדן,
מיטן וועג אין נעפּל
און ס’האָבן שמעונס לידער
גערופֿן: לעבן, לעבן…