פּראָפֿעסאָר גרשון ווייַנער — 100 יאָר

מרדכי יושקאָווסקי

דער ייִדישער דיכטער מענדל ליפֿשיץ האָט געשריבן:

אָט דער געדאַַנק אויף טויזנטער פּאַפּירן
און אָנשריפֿטן עס שפּרייט זיך אויס געדיכט,
דו ביסט אַרייַן — פֿאַרמאַך נאָך זיך די טירן,
דו ביסט אַוועק — לעש אויס נאָך זיך די ליכט.

און איך וויל אַַנדערש דעם געדאַנק פֿאַרשפּרייטן,
דער היפּוך זאָל ער זייַן קעגן זייַן שטאַם —
דו ביסט אַרייַן — די טירן עפֿן ברייטער,
דו ביסט אַוועק — צינד אָן נאָך זיך אַ פֿלאַם.

מסתּמא זייַנען פֿאַראַן אויף דער וועלט ניט קיין סך יחידי-סגולה, וועלכע ס׳איז באַשערט אָנצינדן נאָך זיך אַ פֿלאַם אין די הערצער פֿון זייערע פֿרייַנד און נאָכפֿאָלגער, איבערלאָזן די גייַסטיקע ליכט און דערהויבנקייט אין די נשמות פֿון זייערע תּלמידים, אויפֿברויזן דעם זכּרון און דאָס געמיט אַפֿילו אַ סך יאָרן נאָך זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט. בלי-ספֿק, צווישן אַזעלכע אייַנדרוקספֿולע פּערזענלעכקייטן איז געווען מייַן מורי-ורבי פּראָפֿעסאָר גרשון ווייַנער, וואָס זײַן 100סטער יובֿל פֿאַלט אויס אויפֿן חודש אַפּריל 2022.

ניט איין מאָל האָב איך געטראַכט: איך האָב דאָך געהאַט אין לעבן אַ סך לערערס, גענאַשט פֿון זיי וויסן מיט טעלער און מיט לעפֿל, האַלט זיי אין מייַן זכּרון, אָבער גרשון ווייַנער איז צווישן זיי דער איינציקער, אין וועמען איך דערמאָן זיך טאָג אויס, טאָג אייַן, וועמען איך הער ניט אויף ציטירן אויף יעדן שריט און טריט, וועמענס געשטאַַלט לעבט תּמיד אין מייַן האַרצן, וועמענס קול קלינגט אין מײַנע אויערן, ניט בלויז דאָָס קול, נאָר אַפֿילו די אינטאָנאַציע. דערבייַ שטעלט זיך די פֿראַגע: מיט וואָס האָט ער מיך אַזוי „געכאַפּט‟? דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע איז אַ קאָמפּליצירטער און ניט קיין איינדייַטיקער, ווייַל ווייַַנער אַליין איז באַַשטאַנען פֿון אַ סך ווידעראַנאַנדן, וועלכע האָבן אויף אַ מאָדנעם אויפֿן געהויזט אין אים. ער האָט פֿאַרמאָגט אין דער ייִדישער וועלט אַ סך איבערגעגעבענע פֿרייַנד, און ניט ווייניקער פֿאַרשוווירענע שׂונאים, אַ סך פֿאַרערערס, און ניט ווייניקער קעגנערס, אָבער איין זאַך איז געווען זיכער — בייַם קאָנטאַקטירן מיט אים פֿלעג קיינער ניט בלייַבן גלייַכגילטיק, מע פֿלעגט ווערן אַנטציקט און צוגעצויגן אַפֿילו, ווען מע איז ניט געווען מסכּים מיט אים.

מייַן באַקאַנטשאַפֿט מיט גרשון ווייַנער האָט זיך אָנגעהויבן הינטעראויגיק. איך געדענק גאַנץ גוט די דאַטע — דער 10טער מײַ 1989. דעמאָלט האָב איך געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. די „פּערעסטרויקאַ‟ איז אָנגעגאַנגען אין פֿולן ברען, און אין דעם רעדאַקציע-לאָקאַל, וואָס האָט זיך געפֿונען אין סאַמע צענטער מאָסקווע, פֿלעגן אַרייַנקומען ייִנגערע ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע פּראָווינציעלע שטעט. יעדער איינער האָט דערציילט, אַז אין זייַן שטאָט האָט זיך געשאַפֿן אַ גרופּע יוגנטלעכע, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש, און דווקא דורך ייִדיש זיך דערנענטערן צו זייערע נאַציאָנאַלע גייַסטיקע וואָרצלען. בשעת דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט לערנביכער פֿון עבֿריתּ, אויף יעדן שריט און טריט זייַנען טעטיק געווען אומלעגאַלע און האַלב-לעגאַלע אולפּנים פֿאַר שטודירן העברעיִש, האָבן זיך די ייִדיש-געצילטע ייִדן געפֿילט אינגאַנצן פֿאַריתומט. מען פֿלעגט פּרוּוון אָנצוטאַפּּן אַ וועלכן-ניט-איז קאָנטאַקט מיט די אויסלענדישע ייִדישע קולטור-אָרגאַניזאַַציעס און בעטן בייַ זיי לערן-מאַטעריאַלן, מוזיק-קאַַסעטן, לייענוואַרג אויף ייִדיש.

אין דעם רעדאַקציע-לאָקאַל פֿלעגן אויך אין יענער צייַט אַרייַנקומען אַלץ מער ייִדן פֿון אויסלאַנד, וועלכע האָבן באַזוכט מאָסקווע. דעם 6טן אַפּריל 1989 איז אויפֿגענומען געוואָרן אין דער רעדאַקציע אַ ייִד פֿון בריסל, אַ געטרייַער ייִדישיסט, מיטגליד פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדישער קולטור דבֿ ליבערמאַן. נאָך אַ רוישיקן סקאַנדאַל מיט געשרייען, וועלכער האָט זיך צעפֿלאַקערט צווישן אים און דעם הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ אַהרון ווערגעליס (אַ גאַנץ אָפֿטע דערשייַנונג אין אַזעלכע פֿאַלן), האָב איך זיך צונויפֿגערעדט מיט דבֿ ליבערמאַנען זיך צו טרעפֿן מיט אים דעם זעלבן טאָג אין אָוונט. בעת דער באַגעגעניש האָב איך אים באַשריבן דעם מצבֿ פֿון די ייִנגערע ייִדן אין סאָוועטן-פֿאַַרבאַַנד, וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור, און ער האָט מיר גלייַך געענטפֿערט: „איך מיין, אַז איך ווייס, ווער ס׳וועט קאָנען אייַך אַרויסהעלפֿן. פֿאַרשרייַבט דעם טעלעפֿאָן-נומער. דאָס איז פּראָפֿעסאָר גרשון ווייַנער, דער הויפּט פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע בייַם בר-אילן-אוניווערסיטעט‟.

עס איז אַדורך מער ווי אַ חודש צייַט. דעם 10טן מײַ האָב איך טעלעפֿאָנירט אויף דעם נומער, וועלכן איך געדענק אויף אויסנווייניק ביז הייַנט. יענעם טאָג האָט מען גראַדע אין ישׂראל געפֿייַערט דעם אומאָפּהענגיקייט-טאָג. דערהערנדיק אינעם טעלעפֿאָן אַ מאַנצבילש קול פֿון ירושלים, האָב איך אין איין אָטעם אויסגעשאָסן:

בשעת דעם ערשטן סעמינאַר אין מאָסקווע, אין 1985


— פּראָפֿעסאָר ווייַנער, איך רעד פֿון מאָסקווע, חג שׂמח (גוט יום-טובֿ)!
נאָך אַ ווייַלע פֿון אַ דערשטיקטן אָטעמען האָב איך באַקומען אַ מאָדנעם ענטפֿער:
— איר זייַט זיכער, אַז איר רעדט פֿון מאָסקווע? און איר האָט ניט מורא מיך באַגריסן מיט „חג שׂמח‟?
— יאָ, איך בין זיכער… איך רעד אין נאָמען פֿון צענדליקער, אפֿשר הונדערטער ייִנגערע ייִדן פֿון די רחבֿותן פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מיר זייַנען נעבעך יתומים…, ווייַל אין אונטערשייד פֿון די, וואָס לערנען זיך עבֿריתּ, האָבן מיר ניט קיין מינדסטע אונטערשטיצונג פֿון וועמען-ניט-איז. אויב איר וועט געפֿינען אַ מעגלעכקייט צו קומען אַהער, קיין מאָסקווע, וועלן מיר צונויפֿברענגען עטלעכע צענדליק פּאָטענציעלע ייִדיש-לערער פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און אָפּהאַלטן דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש-לערער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד נאָך אַ האַלבן יאָרהונדערט.
— וויפֿל אַזעלכע לערער וועט איר קאָנען צונויפֿברענגען? — האָט מיך מיט אַ גאַנץ זאַכלעכן טאָן געפֿרעגט ווייַנער
— איך גלייב, אַרום פֿופֿציק, — האָב איך געענטפֿערט, אַרייַנקוקנדיק אין דער העפֿט מיט
אַדרעסן און טעלעפֿאָנען פֿון די ייִדישיסטן פֿון איבער דעם לאַנד.

מיט יאָרן שפּעטער, שילדערנדיק דעם דאָזיקן טעלעפֿאָן-געשפּרעך אינעם בוך פֿון זייַנע זכרונות, האָט פּראָפֿעסאָר ווייַנער געשריבן: „אין יענעם מאָמענט האָב איך זיך דערמאָנט אין מייַן טאַטנס אַ ווערטל: פֿופֿציק זאָגט מען, דרייַסיק מיינט מען, און אַז ס’וועט זייַן צען, וואָס איז שלעכט?‟

וויִאַזוי די דאָזיקע היסטאָרישע געשעעניש איז אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט געוואָרן, איז אַ טשיקאַווע טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל, אָבער נאָך יענעם טעלעפֿאָן-שמועס, האָט זיך פּראָפעסאָר ווייַנער אַוועקגעזעצט צום טעלעפֿאָן, זיך פֿאַרבינדן מיט זיבן מנדבֿים פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט, זיי אָנגעשטעקט מיט זייַן באַגייַסטערונג און ענטוזיאַזם, און אין אַ שעה צייַט געזאַמלט אַ בכּבֿודיקע סומע פֿאַרן דורכפֿירן די דאָזיקע אימפּרעזע.

דעם 10טן יולי 1989 איז ער און נאָך דרייַ אונטערריכטער פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע אין בר-אילן אָנגעקומען אינעם מאָסקווער שערעמעטיעוואָ-פֿליפֿעלד. אין עטלעכע שעה אַרום זייַנען זיי אַרייַן אינעם קלאַס פֿון אַן אומלעגאַל געדונגענער מאָסקווער מיטלשול, וווּ עס האָבן אויף זיי געוואַרט זעקס און פֿופֿציק פּאָטענציעלע ייִדיש-לערער פֿון אַכצן שטעט: פֿון ווילנע און בעלץ ביז טשעליאַבינסק און נאָוואָסיבירסק. פּראָפֿעסאָר ווייַנער האָט זיך אויסגעגלײַכט אין זייַן פֿולן וווּקס און מיט אַ ציטערדיקן קול געזאָגט: „ברידער און שוועסטער פֿון רוסלאַנד, לאָמיר בענטשן שהחײנו…‟

דאָס איז געווען איינער פֿון די סאַמע רירנדיקסטע מאָמענטן אין מייַן לעבן. קיין טרוקן אויג איז דעמאָלט ניט געבליבן אין קלאַס. זען אַ ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר אין צענטער מאָסקווע, וועלכער האָט גערעדט אין ייִדיש צו די הערצער פֿון די, וואָס האָבן, ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און דערנער, געלעכצט נאָך אַ ייִדיש וואָרט, געשפּירט אַ מין לייַדנשאַפֿטלעכן ווילן צו נאַשן אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור, האָט אַלעמען באַאייַנדרוקט אויף אַזוי ווייַט, אַז אַפֿילו אין אַ סך יאָרן אַרום פֿלעגן די אָנטיילנעמער פֿון יענער געשעעניש גוט געדענקען דאָס דאָזיקע וווּנדערלעכע בילד. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער ערשטער ייִדישער סעמינאַר אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד נאָך כּמעט פֿופֿציק יאָר פֿון מידבר אויפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער דערציִונג. דער סעמינאַר האָט געדויערט אַ חודש צייַט.

אויפֿן צווייטן טאָג האָט פּראָפֿעסאָר ווייַנער פֿאָרגעלייגט צו אָרגאַניזירן פֿאַר אים די ערשטע ענפֿטלעכע לעקציע אין ייִדיש פֿאַר אַ ברייטערן עולם, נאָך צענדליקער יאָרן פֿון ייִדישן שטילשווייַגן. דורך פֿאַרשיידענע אויסטערלישע וועגן האָבן די חבֿרים פֿונעם „איגוד המורים לעבֿריתּ (פֿאַרבאַנד פֿון העברעיִִש-לערער), בייַ וועלכן איז אויך טעטיק געווען אַ ייִדישע סעקציע, מצליח געווען צו באַקומען אויף אַ פּאָר שעה דעם זאַל פֿונעם קינאָ „בורעוועסטניק‟ אין צענטער פֿון מאָסקווע. עס געדענקט זיך מיר, אַז דער קינאָזאַל געהאַט בסך־הכּל אַרום פֿיר הונדערט פּלעצער. ביז הייַנט איז מיר ניט קלאָר, וויִאַזוי די ידיעה האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ מאָסקווע, און אינעם זאַל האָט זיך אַרייַנגעקוועטשט אַ טאָפּלטע צאָל מענטשן. ניט נאָר ס’איז ניט געווען וווּ צו זיצן, נאָר אויך שטיין איז געווען ענג. פּראָפֿעסאָר ווייַנער איז אַרויף אויף דער בינע און פֿייַערלעך געזאָגט אויף ייִדיש: „ברידער און שוועסטער פֿון מאָסקווע, איך ברענג אייַך אַ גרוס פֿון ירושלים…‟

נאָך די דאָזיקע ווערטער האָט דער זאַל אויפֿגעריסן מיט אַ שטורעם פֿון אַפּלאָדיסמענטן, וואָס האָבן געדויערט אָן אַן אויפֿהער אַ לענגערע צייַט. אין זייַנע זכרונות האָט ווייַנער אין אַ געוויינלעכער פֿאַר אים הומאָריסטישער מאַניר פֿאַרצייכנט: „איך האָב קיינמאָל אין מייַן לעבן ניט געקראָגן אַזעלכע אַפּלאָדיסמענטן נאָך דער לעקציע, ווי דעמאָלט אין מאָסקווע, פֿאַר מײַן לעקציע‟. און די טעמע פֿון זייַן דעמאָלטיקער עפֿנטלעכער לעקציע איז געווען: „די בענקעניש נאָך ציון אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟.

צום סוף פֿונעם סעמינאַר האָט גרשון ווייַנער צונויפֿגעקליבן אַרום צען יונגע ייִדישיסטן און האָט זיי פֿאָרגעלייגט: „אויב איר וועט עולה זייַן קיין ישׂראל און וועט וועלן זיך לערנען העכערע לימודים בייַ אונדז, אין דער ייִדיש-קאַטעדרע, פֿאַרפֿליכט איך זיך צו שאַפֿן פֿאַר אייַך סטיפּענדיעס, וועלכע וועלן אייַך דערמעגלעכן זיך ניט פֿאַרנעמען מיט קיין שום אַנדערע זאַכן, און זיך פֿולקאָם אָפּגעבן מיטן לערנען‟.

אין צוואַנציק טעג נאָך יענעם שמועס, דעם 31סטן אויגוסט 1989, בין איך אָנגעקומען קיין ישׂראל, און דעם 3טן סעפּטעמבער געקומען קיין בר-אילן, וווּ עס האָט אויף מיר געוואַרט דער ערשטער טשעק מיט דער צוגעזאָגטער סטיפּענדיע. עס איז צו באַטאָנען, אַז פֿון אַלע זיסע צוזאָגן, וועלכע איך האָב געקראָגן ערבֿ מייַן עולה זייַן אין לאַנד, איז עס געווען דער איינציקער, וועלכער איז מקוים געוואָרן. און אַדאַנק דער דאָזיקער סטיפּענדיע, האָב איך באַקומען די מעגלעכקייט זיך צו לערנען אין דער ייִדיש-קאַטעדרע ביזן קריגן דעם דאָקטאָר-טיטל.

אין דער בערדיטשעווער שיל בעת דעם ערשטן פֿאָלקלאָריסטישן טור אויף ייִדיש מיט סטודענטן אין אוקראַיִנע, 1995

אין חודש פֿעברואַר 1990 האָט פּראָפֿעסאָר ווייַנער מיך מיטגענומען אין זייַן רייַזע קיין מיאַמי, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער צונויפֿקום פֿון די שטיצער פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע אין בר-אילן. דאָרט בין איך אויפֿגעטראָטן און דערציילט אויספֿירלעך וועגן דעם סעמינאַר, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע מיט אַ האַלב יאָר פֿריִער, און וועגן דער ייִדישער באַוועגונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל. נאָך דעם אויפֿטריט האָט דאָס פּאָרפֿאָלק שמואל-אַבא און זיסל קלורמאַן פֿאַרבעטן אונדז, ווייַנערן און מיך, אויף אַן אָוונטברויט. הער קלורמאַן איז געבוירן געוואָרן אין וואָלין, געווען אַ הייסער רעוויזיאָניסט, אַ פֿירנדיקער טוער אין ביתּ”ר, אַ קעמפֿער און פּאַרטיזאַן בעתן צווייטן וועלט-קריג, האָט געקראָגן אַ העברעיִשע און ציוניסטישע דערציִונג. בעת יענער באַגעגעניש האָט ער מיך געפֿרעגט אויף זייַן זאַפֿטיקן וואָלינער ייִדיש:

— איך האָב מיט אינטערעס אויסגעהערט אייַער אויפֿטריט, אָבער איין זאַך איז מיר ניט קלאָר. איצט, ווען עס עפֿענען זיך סוף כּל סוף די טויערן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד, און טויזנטער ייִדן וועלן קאָנען עולה זייַן, אויסלערנען און זיך אויסלעבן אין העברעיִש, צו וואָס דאַרפֿט איר זיי סטימולירן זיך לערנען ייִדיש???
— די זאַך איז ניט אַזוי איינדייַטיק, ווי זי זעט אויס אויף דער אויבערפֿלאַך, — האָב איך דערווידערט, — יענע, וואָס ווילן עולה זייַן און ווילן זיך לערנען העברעיִש פֿאַר פּראַקטישע צוועקן, האָבן ניט הייַנט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד קיין שום פּראָבלעם. דער „נתּיבֿ‟ און די „סוכנותּ‟ האָבן פֿאַרפֿלייצט דאָס לאַנד מיט לערנביכער, עס זייַנען טעטיק הונדערטער אולפּנים, ס’זייַנען פֿאַראַן גענוג עבֿריתּ-לערער. אָבער איר מוזט געדענקען, אַז דאָרטן זייַנען אויפֿגעוואַקסן שוין דרייַ דורות ייִדן, וועלכע זייַנען געבליבן אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון אַלץ, וואָס איז ייִדיש-נאַציאָנאַל. דאָָס רובֿ ווייסן ניט אַבסאָלוט גאָרנישט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, האָבן ניט קיין מינדסטע אַנונג, וויִאַזוי צו עפֿענען די טיר אין אַ שיל. קולטורעל און שפּראַכלעך זייַנען זיי פֿולקאָם אַסימילירט, און דאָס איינציקע דינינקע שטריקעלע, וואָס פֿאַרבינדט זיי מיט ייִדנטום, דאָס זייַנען די פּאָר ווערטער, וואָס זיי האָבן געהערט אויף ייִדיש, דאָס ייִדישע לידעלע, וואָס די באָבע האָט געזונגען, אָדער דאָס ייִדישע ווערטל, וואָס די מאַמע פֿלעגט זאָגן, די ייִדישע נעמען פֿון עטלעכע טראַדיציאָנעלע מאכלים, און דאָס איז אַלץ… און אויב מע וויל געפֿינען אַ וועג צו די הערצער פֿון סאָוועטישע ייִדן, צו זייער געפֿיל, איז עס מעגלעך, דער עיקר, דורך ייִדיש.

אַבא קלורמאַן האָט מיך אויפֿמערקזאַם אויסגעהערט, אָבער ער איז געבליבן בייַ זייַנע ספֿקות… אין אייניקע חדשים אַרום האָט ער מיט דער פֿרוי באַזוכט ישׂראל און אונדז ווידער אייַנגעלאַדן אויף אַן אָוונטברויט. דאַן האָט קלורמאַן דערציילט: „איר געדענקט אונדזער שמועס אין מיאמי? איך האָב דעמאָלט ניט פֿאַרדייַט, וואָס איר האָט דערציילט, און איך בין געפֿאָרן אויף אַ רייַזע קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, באַזוכט עטלעכע גרויסע שטעט, זיך באַגעגנט מיט אַ סך ייִדן, און איך האָב זיך איבערצייַגט, אַז איר זייַט געווען גערעכט. דעריבער וויל איך איצט אייַנשטעלן דעם קלורמאַן-אינסטיטוט פֿאַר ייִדיש און ייִדישקייט אין מיזרח-אייראָפּע, וואָס זאָל יעדעס יאָר אַדורכפֿירן אַזעלכע סעמינאַרן, ווי איר האָט געהאַט אין מאָסקווע‟.

זינט דאַן האָט פּראָפֿעסאָר ווייַנער אָנגעפֿירט מיט זיבעצן אַזעלכע סעמינאַרן, אין וועלכע עס האָבן זיך געלערנט אַרום 1.300 יוגנטלעכע פֿון אַלע עקן מיזרח-אייראָפּע. עטלעכע צענדליק פֿון זיי זייַנען ממשיך געווען זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש פּראָפֿעסיאָנעל און געוואָרן לערער פֿון ייִדיש, פֿאָרשער, זשורנאַליסטן, זינגער, קינסטלער. שפּעטער זייַנען די סעמינאַרן שוין פֿאָרגעקומען ניט בלויז אין מאָסקווע, נאָר אויך אין קיִעוו, אָדעס, קעשענעוו, וויניצע, וואַרשע.

                                                    * * *

פּראָפעסאָר גרשון ווייַנער ווי אַ לערער — איז אַ פּרשה פֿאַר זיך. זייַן שיטה איז געווען אַנדערש פֿונעם געוויינטלעכן אַקאַדעמישן לימוד. עס איז פֿאַר אים געווען וויכטיק ניט צו לערנען וועגן ליטעראַטור, נאָר לערנען די עצם ליטעראַטור, זיך האַלטן האַרט בייַ דעם טעקסט, צעקייַען און גוט פֿאַרדייַען יעדע איינצלהייט אינעם טעקסט. עס געדענקט זיך מיר, אַז אַמאָל האָט איינער אַ פּראָפעסאָר אים פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז דאָס איז די שיטה פֿון חדר, און ניט פֿונעם אוניווערסיטעט. אויף דעם האָט ווײַנער געענטפֿערט מיט שטאָלץ: „איר מיינט מסתּמא, אַז איך וועל זיך באַליידיקן אויף אייַערע ווערטער? פֿאַרקערט, דאָס איז פֿאַר מיר דער גרעסטער קאָמפּלימענט. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער אויסגעאַרבעט אַן אויסערגעוויינטלעכע מעטאָדע פֿון לערנען, וואָס איז גילטיק אין משך פֿון דורות. פֿרעגט יעדן איינעם, וואָס האָט זיך געלערנט אַמאָל אין חדר, אין מיטן דער נאַכט, אַ פּסוק, וועט ער אייַך אומבאַדינגט אים איבערחזרן, און פֿרעגט אַ ציטאַטע פֿון אַ וויכטיק ווערק דעם, וואָס האָט געלערנט ליטעראַטור אין אוניווערסיטעט — אַ גרויסער ספֿק, צי איר וועט באַקומען אַ געהעריקן ענטפֿער‟.

גרשון ווייַנער איז געבוירן געוואָרן אין 1922 אינעם שטעטל ווידז (הייַנט ווייַסרוסלאַנד), ווי אַ קינד איז ער אַריבערגעפֿאָרן מיט זייַן משפּחה קיין טאָראָנטאָ, שפּעטער — קיין ניו-יאָרק. ער האָט געקראָגן אַ סמיכה ווי אַ קאָנסערוואַטיווער רבֿ, דערנאָך אויך אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישער דערציִונג. ניט צופֿעליק האָט מען אים גערופֿן „מיסטער ייִדיש‟. אין ניו-יאָרק האָט ער אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן לערער-סעמינאַר, געווען ניט בלויז אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור-באַוועגונג, נאָר אויך פּראַקטיש אַ סך אויפֿגעטאָן לטובֿת ייִדיש. אַזוי, צום בייַשפּיל, איז ער געווען איינער פֿון די איניציאַטאָרן אַרויסצוגעבן דעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, און ער האָט פּערזענלעך געשאַפן אַ גרויסן טייל פֿינאַנציעלע מיטלען פֿאַר דעם דאָזיקן פּראָיעקט.

זייַענדיק אַן איבערצייַגטער ציוניסט, איז ער נאָך דעם זעקס־טאָגיקן קריג מיט זייַן משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל. אין 1982 האָט ער געגרינדעט די ייִדיש-קאַטעדרע אינעם בר-אילן-אוניווערסיטעט, אין די 90ער יאָרן אָנגעפֿירט מיט קורסן פֿאַר פֿאַרפֿולקומען ייִדיש-לערער בייַם בילדונגס-מיניסטעריום אין תּל-אָבֿיבֿ, אָנגעפֿירט מיטן סעמינאַר פֿאַר איבערקוואַליפֿיצירן אַ גרופּע נייַע עולים פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ווי אַ ייִדיש-לערער אינעם לעווינסקי-קאָלעדזש אין תּל-אָבֿיבֿ. אין 1995 איז ווײַנער דערוויילט געוואָרן פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. אויף דעם אַמט האָט ער אויסגעפֿירט צאָלרייַכע וויכטיקע פּראָיעקטן אין געביט פֿון ייִדישער קולטור און דערציִונג.

גרשון ווייַנער האָט פֿאַרמאָגט סייַ אַ ברייטע רעליגיעזע בילדונג, סייַ אַן אַרומנעמיקע קענטענישן אין דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, און דער דאָזיקער צוזאַמענבונד צווישן די ביידע תּחומים האָט אים געבראַכט צו אַ טיפֿער איבערצייַגונג, אַז ייִדיש איז ניט אָפּצוטיילן פֿון ייִדישקייט. דאָס איז געווען דער וויכטיקסטער פּרינציפּ אין זייַן פּעדאַגאָגישער און אַקאַדעמישער טעטיקייט — צו באַווייַזן, אַז אָן גרינטלעכער בקיאות אין דער ייִדישער טראַדיציע קאָן מען פּשוט ניט פֿאַרשטיין אַ סך זאַכן סייַ אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, סייַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַז די ייִדישע וועלטלעכקייט איז געקניפּט און געבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע און דעם ייִדישן רעליגיעזן וועלט-באַנעם. דעריבער איז זייַן יעדע לעקציע וועגן ליטעראַטור געווען געדיכט אָנגעזאַפּט מיט באַגריפֿן פֿונעם ייִדישן לעבנס-שטייגער און ייִדישן געדאַנק.

נאָך איין וויכטיקער מאָמענט פֿון גרשון ווייַנערס צוגאַנג צום ייִדיש-לימוד: ער האָט ניט געליטן פֿון אַקאַדעמיזירן ייִדיש איבער דער מאָס, אַרויסגייענדיק דערבייַ פֿונעם שטאַנדפּונקט, אַז די ייִדישע קולטור איז כּולו געפֿיל. דער אינטעלעקטועלער אַנאַליז איז קיינמאָל ניט געקומען בייַ אים אין סתּירה מיטן עמאָציאָנעלן דורכפֿילן דאָס אָדער יענץ ווערק. אין זייַן מעטאָדע פֿלעגן דער געדאַנק און דאָס געפֿיל גיין האַנט-בייַ-האַנט און דערגאַנצן איינס דאָס אַנדערע. דערבייַ איז אַלץ בייַ אים געווען געדיכט צוגעזאַלצן און צוגעפֿעפֿערט מיטן זאַפֿטיקן ייִדישן הומאָר. די דאָזיקע מעטאָדע פֿלעג גורם זייַן די סטודענטן אַרויסגיין פֿון יעדער לעקציע מיט אַ פֿונק אין די אויגן, מיט אַ באַגייַסטערונג און דערהויבנקייט אינעם האַרצן. ווייַנער פֿלעגט אָפֿט מאָל ציטירן י. ל. פּרצעס אַ זאָג אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין יאָר 1908: „עס איז ניט גענוג אויף ייִדיש צו רעדן, מע דאַרף האָבן אויף ייִדיש וואָס צו זאָגן‟. אינעם דאָזיקן זאַץ איז געווען באַהאַלטן דער עיקר, מיט אַנדערע ווערטער: דאָס לערנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור האָט אַ טעם, אויב עס ווערט באַזירט אויף אידעאָלאָגישע פּרינציפּן ווי: די אייניקייט פֿון וועלטלעכער און רעליגיעזער ייִדישקייט, דאָס באַנעמען די ראָליע פֿון ייִדיש אין דער זעלבסטבאַשטימונג פֿון אַ מאָדערנעם ייִד, דאָס אונטערשטרייַכן די אייביקע נאַציאָנאַלע ווערטן, ווי, צום בייַשפּיל, דער אומצערייַסלעכער בונד צווישן דעם פֿאָלק ישׂראל און דעם לאַנד ישׂראל.

פּראָפֿ׳ ווײַנער פֿירט אָן מיט אַ זיצונג פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור

איינעם פֿון אַזעלכע פּרינציפּן האָט פּראָפֿעסאָר ווייַנער אויסגעפֿורעמט אַדאַנק אַ צופֿעליקער באַגעגעניש אין גאַס. ער האָט געוווינט אין ירושלים און האָט זייער ליב געהאַט צו שפּאַצירן צופֿוס איבער דער שטאָט. בעת איינעם פֿון אַזעלכע שפּאַצירן האָט אים אָפּגעשטעלט אַ באַיאָרטער ייִד און געפֿרעגט:

— זייַט איר פּראָפֿעסאָר ווייַנער פֿון בר-אילן?
— יאָ, ווער זייַט איר?
— זייַט איר דער זעלבער גרשון ווייַנער, וואָס איז געווען דער דעקאַן פֿונעם ייִדישן לערער-סעמינאַר אין ניו-יאָרק, און שפּעטער דאָ, אין ישׂראל, אַמטירט ווי אַ מזכּיר האקדמיה ללשון העבֿריתּ (סעקרעטאַר פֿון דער אַקאַדעמיע פֿאַר העברעיִשער שפּראַך)?
— יאָ, — האָט זיך געוווּנדערט ווייַנער, — פֿון וואַנען קענט איר מיך אַזוי גוט?
— איך בין, פּונקט ווי איר, אַן אַמעריקאַנער, — האָט געזאָגט דער ייִד. — און איך בין געפֿאָרן אויף אונדזער בית-עולם „ארץ החיים‟ (דער בית-עולם פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסערוואַטיווער קהילה, וואָס געפֿינט זיך לעבן בית-שמש), צו קויפֿן פֿאַר זיך אַ קרקע. איך בין געווען נייַגעריק צו וויסן: נאָך הונדערט און צוואַנציק, ווער וועט זייַן מייַן שכן? כ’האָב זיך נאָכגעפֿרעגט אינעם אָפֿיס פֿונעם בית-עולם, האָט מען מיר געזאָגט, אַז ס’איז פֿאַראַן אַזאַ גרשון ווייַנער, אַ רבֿ און אַ פּראָפֿעסאָר, האָב איך אַ ביסל געפֿאָרשט וועגן אייַך.
— אַזוי גאָר? — האָט זיך ווייַנער צעלאַכט. — וואָס איז געווען אייַער ציל?
— זאָגט מיר, פּראָפֿעסאָר, — איז דער ייִד ממשיך געווען, — אַז מיר וועלן דאָרטן ליגן בשכנות נאָך הונדערט און צוואַנציק, און מיר וועלן האָבן אַ סך פֿרייַע צייַט, אויף וועלכער שפּראַך וועלן מיר שמועסן — ענגליש צי העברעיִש?
— פֿאַר וואָס ניט אויף ייִדיש? — האָט ווייַנער געפֿרעגט אויף אַ גאַנץ נאַטירלעכן אופֿן.

דאַן האָבן זיך די אויגן בײַם ייִדן אָנגעפֿילט מיט טרערן, און ער האָט ממש אָנגעהויבן שרייַען:

— ייִדיש ניט… גאָט האָט פֿייַנט ייִדיש.
— וואָס פֿאַר אַ נאַרישקייטן רעדט איר? פֿאַר וואָס? — האָט זיך ווייַנער געוווּנדערט.
— זיכער האָט ער פֿייַנט ייִדיש. זעט, וואָס ער האָט געטאָן מיט די מיליאָנען, וואָס האָבן געלעבט אויף ייִדיש, — האָט יענער אויסגעשאָסן און איז אַוועק.

פּראָפֿעסאָר ווייַנער איז צוריקגעקומען אַהיים אינגאַנצן אַן אויפֿגעטרייסלטער, דערציילט זייַן פֿרוי וועגן דעם צופֿעליקן געשפּרעך אין גאַס און צוגעגעבן: „איך וויל אָנשרייַבן אַן עפּיטאַף, וואָס זאָל זייַן אויסגעקריצט אויף מייַן מצבֿה. אָט דער עפּיטאַף זאָל זייַן מייַן ענטפֿער דעם דאָזיקן ייִדן…‟

מרדכי יושקאָווסקי בײַ דער מצבֿה פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער אין די בערג פֿון ירושלים (בית־שמש)

ער האָט זיך פֿאַרשלאָסן אין זייַן אַרבעטס-צימער און אין אַ צייַט אַרום אַרויס פֿון דאָרט מיט אַ בלעטל פּאַפּיר, אויף וועלכן ער האָט אָנגעשריבן:

למד, לימד וקיים באהבה
מורשת אבות
בלשון הקודש
ובלשון הקדושים

(שטודירט, אונטעריכטעט און מקיים געווען מיט ליבשאַפֿט די ירושה פֿון די אָבֿות אין לשון-קודש און אינעם לשון פֿון די הייליקע (מאַרטירער).

זינט יענער באַגעגעניש האָט גרשון ווייַנער אויסגעפֿורעמט נאָך אַ וויכטיקן פּרינציפּ פֿון זייַן טעטיקייט, וואָס האָט אויך געדינט ווי אַן ענטפֿער פֿאַר אַלע סקעפּטיקער, וועלכע האָבן געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס פֿאַרנעמט איר זיך מיט ייִדיש? צוליב וואָס דאַרף מען הייַנט-צו-טאָג ייִדיש?‟

דער ענטפֿער איז געווען: „צוליב זיי, לזכר די מיליאָנען ייִדן, וואָס זייַנען מיט ייִדיש אויף די ליפּן אַוועק אין זייער לעצטן וועג, אויף ייִדיש אַרויסגעבראַכט דעם לעצטן געשריי, בעת זיי זייַנען געטראָפֿן געוואָרן פֿון אַ נאַצישער קויל אָדער פֿאַרגאַזט געוואָרן אין אַ גאַז-קאַמער. ייִדיש איז דאָך די איינציקע לעבעדיקע זאַך, וואָס איז פֿון זיי פֿאַרבליבן. מע קאָן ניט פֿאַראייביקן די דערמאָרדעטע קדושים און בעת-מעשׂה אַרייַנשטעקן אין אַ פֿאַרגעסעניש זייער שפּראַך און די אוצרות, וואָס זיי האָבן אויף איר געשאַפֿן‟.

ווי ס’איז געזאָגט געוואָרן פֿריִער, איך האַלט אין איין ציטירן מייַן לערער גרשון ווייַנער כּמעט טאָג־טעגלעך. איך באַניץ זיך שטענדיק מיט דער כרעסטאָמאַטיע פֿון ייִדישער ליטעראַטור און לערן-מאַטעריאַלן, וואָס ער האָט צוגעגרייט, איך באַמי זיך מעטאָדיש אין מייַן אַרבעט נאָכגיין אין זייַנע שפּורן, און טאָג אויס, טאָג אייַן דאַנק איך דעם גורל פֿאַר דעם, וואָס ער האָט מיך צונויפֿגעבראַכט נאָענט מיט אַזאַ פּערזענלעכקייט, אַ ריז, אַ דענקער, אַ גאָט-געבענטשטער לערער, אַ בויער, און, דער עיקר, אַ מענטש…

1 Comment

  1. ישר כוח, מרדכי, פאר דעם שיינעם, אויספירלעכן, און וויכטיקן ארטיל.
    כבוד דעם אנדענק פון גרשון וויינער, ע”ה.

    Like

Leave a Reply to לייבל באטוויניק Cancel reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s