נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 56

אוקראַיִניזמען אין מאַמע־לשון

מעגלעך, אַז צווישן דעם אַזוי גערופֿענעם סלאַווישן עלעמענט אָדער סלאַוויש־אָפּשטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש, פֿאַרנעמט די אַוקראַיִנישע שפּראַך דעם אויבנאָן. און ס׳איז נישט אויף צו חידושן זיך: די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אויף יענע שטחים, וואָס זײַנען שפּעטער אַרײַן אין די גרענעצן פֿון אוקראַיִנע, אַ סך יאָרהונדערטער פֿאַר דעם ווי אַ ייִדיש וואָרט איז בכלל אַרויסגעבראַכט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־אַשכּנזישן מויל.

מע קאָן זיכער זאָגן, אַז דאָס וויגעלע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט זיך געהוידעט אונטער דער קרוין פֿון אַן אוקראַיִנישער ווערבע. סײַ מענדעלע מוכר־ספֿרים און נאָך מער שלום־עליכם האָבן געשעפּט גאַנצע זשמעניעס פֿונעם אוקראַינישן פֿאָלקלאָר — ווערטלעך, וויצן, אויסדרוקן, צוגעבנדיק זיי אַ ייִדישן טעם און חן; שוין אָפּגערעדט פֿון דעם אוקראַיִנישן פּייסאַזש, שטייגער, מעשׂהדיקייט. ייִדיש האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך די קלינגעוודיקייט פֿון די אוקראַיִנישן וואָקאַלן און די ווייכע צעצויגנקייט פֿון די פֿלעקסיעס.

מענדעלעס טונעיאַדעווקע און שלום־עליכמס יעהופּעץ וועט מען נישט געפֿינען אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע, אָבער די ביידע אויסגעטראַכטע געאָגראַפֿיש־אַדמיניסטראַטיווע נעמען זײַנען פֿאָרט פֿאַרבליבן אין זכּרון פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; פּונקט ווי קתרילעווקע, קאָזאָדאָיעווקע, מאַזעפּאָווקע, פּישי־יאַבעדע, פּעטשי־כוואָסט און אַ סך אַנדערע.

ס׳רובֿ ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס זײַנען אַרויס פֿון די אוקראַיִנישע שטעטלעך און שטעט; און ווען דער יונגער דוד האָפֿשטיין האָט געאומערט אויף די פֿאַרשנייטע „רוסישע פֿעלדער‟, האָט ער געמיינט טאַקע די אוקראַיִנישע פֿעטע ערד, וואָס זײַן טאַטע האָט געצויגן פֿון איר די חיונה פֿאַר דער משפּחה.

דער ניסטערס שטאָט, וווּ ס׳האָבן געוווינט די העלדן פֿון זײַן „משפּחה מאַשבער‟, און פּינחס קאַהאַנאָוויטש גופֿא — בערדיטשעוו; דוד בערגעלסאָנס פּענעק, וואָס האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן „בײַם דניעפּר‟; פּרץ מאַרקישס שטעטל פּאָלאָנע, וואָס ער האָט אַזוי אָפֿט דערמאָנט אין זײַנע לידער, פּאָעמעס, ביאָגראַפֿיעס; און צענדליקער אַנדערע ייִדישע פּאָעטן, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורגן — זיי, געבוירענע אין אוקראַיִנע, האָבן פֿאַרגאָסן פֿאַר דער ערד גענוג שווייס און בלוט, און נישט זייער שולד איז געווען, אַז דער „רויטער משיח‟, אין וועלכן זיי האָבן געגלייבט מיט לײַב און נפֿש, האָט זיך נאָך אַלעמען אַרויסגעוויזן אַ פֿאַלשער בלוטדאָרשטיקער מאָנסטער.

די ייִדישע שפּראַך, מעגלעך, ווי קיין שום אַנדער שפּראַך נישט, האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך און צעטראָגן איבער דער וועלט, וווּ נאָר אַ ייִד האָט געהאַט געוווינט, — דעם קלאַנג, די בילדערישקייט און חכמה פֿון די אַלע פֿעלקער און זייערע שפּראַכן, וווּ ייִדיש זאָל נישט געווען טאָגן און נעכטיקן במשך פֿון זײַן טויזנט־יאָריקער געשיכטע.

הערט זיך נאָר אײַן אין די ייִדישע ווערטער, וועט איר אין זיי דערהערן דעם סקריפּ פֿון דער אַלטער קרעטשמע בײַם פֿאַרשטויבטן שליאַך, די ווײַבערישע זאַבאָבאָנעס און זליגאָטניעס, וואָס באַריידן אַהולנע די שיינע קאָכאַנקעס און קאָכאַניקעס; איר וועט דערזען פֿאַר די אויגן די האָרבאַטע כאַטקעס מיט פֿאַרסמאַליעטע קוימענס, און וווּ אויף די פּריזבעס ליגן דרעמלענדיקע און צעמאָרעטע קעץ; וווּ אָנגעבידעוועטע פּויערים אויף די פֿעלדער פּראַצעווען אונטער דער הייסער אוקראַיִנישער זון, וואָס שיט אויף זיי גאַנצע זשמעניעס שטראַלן…

אַבי עס זאָל שוין קומען אויף דעם לאַנד שלום!

אַפּריל 29, 2022, ברוקלין, ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s