
אלי שאַרפֿשטיין
זינט איך געדענק זיך, הער איך און מיש אויס צוזאַמען טויזנט שפּראַכן. דאָס הייסט, ניט טויזנט, נאָר איר קענט מיר גלייבן — אַ סך.
כ׳בין געבוירן געוואָרן אין ווילנע, וווּ מע האָט גערעדט רוסיש, ליטוויש, פּויליש און ייִדיש. אַ שטאָט פֿון פֿיר לשונות. מײַן באָבע פֿון דער מאַמעס צד, אַ געבוירענע אין אוקריִנע, האָט גערעדט אַ מאָדנעם ייִדיש, מיט אַרײַנגעמישטע און פֿאַרייִדישטע רוסישע ווערטלעך. זי האָט געלויבט די אוקראַיִנישע שפּראַך און געזונגען אוקראַיִנישע לידער. מײַן מאַמע, אַ געבוירענע אין מאָסקווע, האָט גערעדט אַ פּרעכטיקן רוסיש, האָט זיך אויסגעלערנט און גערעדט אונדזער ליטווישן ייִדיש, און געשמועסט מיט די פּאָליאַקן אויף אַ ווילנער-פּוילישן דיאַלעקט. די ווילנער פּאָליאַקן, „Polska dritka‟, ווי מע האָט זיי בײַ אונדז גערופֿן, האָבן געזאָגט, אַז זיי רעדן „פּאָ-פּראַסטאָמו‟, דאָס הייסט, אַ פּשוטע שפּראַך. ליטוויש האָט מײַן מאַמע קיין מאָל נישט מצליח געווען זיך אויסצולערנען. אַלץ אַ שילערין אין מאָסקווער שול, האָט זי נאָך א ביסל געלערנט פֿראַנצייזיש, נאָר פֿון דעם איז געבליבן בײַ איר אין זכּרון בלויז עטלעכע ווערטער, ווי Bonjour, Au revoir און Quelque chose de magnifique.
מײַן טאַטע, ווי אַן אמתער ליטוואַק, האָט געקענט ייִדיש און ליטוויש. רוסיש האָט ער געלערנט שוין נאָך דער מלחמה, ווען ער האָט שטודירט אין שלמה מיכאָעלסעס טעאַטער־סטודיע אין מאָסקווע. אָבער זײַן רוסיש איז געבליבן אַ ביסל קאַליע. מיר האָבן שטענדיק געלאַכט ווען ער האָט גערעדט, און ווי אַזוי ער פֿלעגט איבערדרייען אַלע רוסישע קלאַנגען פּונקט קאַפּויער. איך געדענק, אַז אין טעאַטער האָט ער אַמאָל געדאַרפֿט שפּילן אַ רוסישן בחור, א מאַטראָס, אין דעם פֿאָרשטעלונג „עס לעבט אויף דער וועלט אַ פֿרוי‟. די גאַנצע פּיעסע האָט מען געשפּילט אַוודאי אויף ייִדיש — פֿאָרט אַ ייִדישער טעאַטער! נאָר וואָס, אין איין סצענע האָט ער געשפּילט אויף אַ גיטאַרע און געזונגען אַ רוסיש ליד. ווי מע זאָגט בײַ אונדז, זאָל דאָס ווערן פֿון אונדזערע שׂונאים, וואָס ער האָט געמאַכט פֿון דעם רוסישן ליד און פֿון די רוסישע ווערטער!
רעדן פּויליש — מיר, ליטוואַקעס, זאָגן „פּייליש‟ — האָב איך קיינמאָל נישט געקענט. פֿאַרשטיין האָב איך טאַקע פֿאַרשטאַנען נישקשהדיק, איבערהויפּט דעם היגן ווילנער־פּוילישן זשאַרגאָן. אַז איך בין געבוירן געוואָרן, האָבן מיר געהאַט שכנים פֿון די קאַראַיִמער. זיי האָבן געטראָגן אַ פּוילישע פֿאַמיליע — שפּאַקאָווסקי. אָפֿט בין איך געבליבן מיט זיי, בעת מײַנע עלטערן זײַנען געווען שטאַרק פֿאַרנומען. אין ליטע איז די טעגלעך רעדנדיקע שפּראַך פֿון די קאַראַיִמער געווען פּויליש. מע קען זאָגן, אַז פֿון קינדווײַז אָן האָב איך געהערט די קלאַנגען „יעשטשע-פּשעשטשע‟ פֿון דער פּוילישער ריידערײַ. די מוטער פֿון דער משפּחה, יעווגעניאַ סעמיאָנאָוונאַ, האָט גערעדט מיט מיר רוסיש, געשפּילט אויף אַ פּיאַנאָ און געזונגען פּוילישע און רוסישע לידער, און אַריעס פֿון דער אָפּערע „קאַרמען‟. איר מאַן, אַדאָלף עמאַנויִלאָוויטש, אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ פּאָטשט־וואַגאָן, איז תּמיד געווען אין וועג מיט זײַן אײַזנבאַן „ווילנע-וואַרשע‟. איך מיין, אַז מײַן מאַמע האָט זיך אויסגעלערנט פּויליש פֿון זיי, פֿון אָט דער קאַראַיִמישע משפּחה.
ווען איך בין געווען אַ יאָר דרײַ צי פֿיר, זײַנען מיר אַריבערגעפֿאָרן אין אַ נײַער דירה, ווײַט פֿון אונדזערע קאַראַיִמער. דאַן האָט מײַן מאַמע פֿאַרשטאַרקט איר פּויליש, רעדנדיק מיט אונדזערע הויז־פֿרויען, וועלכע האָבן געהאָלפֿן איר מיט טאָג־זאַכן, און געדינט אויך אַלץ ניאַניעס, ווען מיר זײַנען געווען נאָך קליינע קינדער. זיי זײַנען געווען זייער סימפּאַטישע פּוילישע שיקסעס. אַלע יאָר איז געווען אַ נײַ מיידל, און איך געדענק אַפֿילו זייערע נעמען: פֿעניאַ, גאַליאַ, העניאַ און לאָדזשאַ.
מיט דער פּוילישער שפּראַך בין איך אויך געווען פֿאַרבונדן דורך מײַן ליבע צו ספּאָרט און צו עלעקטראָניק. ווי אַזוי? וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די פּוילישע שפּראַך צו מײַנע האָביס? אָ! וועל איך אײַך באַלד דערציילן.
זינד איך געדענק זיך, האָב איך ליב געהאַט ספּאָרט, איבערהויפּט פֿוטבאָל און האָקיי. כ’האָב געקויפֿט צײַטונגען, זשורנאַלן און געלייענט אַלץ, וואָס געהערט צו ספּאָרט. אַזוי ווי ליטע איז נאָענט צו פּוילן, האָט מען פֿאַרקויפֿט פּוילישע צײַטונגען אין יעדן קיאָסק. צווישן דער פּוילישער פּרעסע איז געווען א וואָך־צײַטונג Sportowiec, געדרוקט אויף אַ זייער שיין גלאַנץ־פּאַפּיר, מיט אַ סך בילדער פֿון די בעסטע פֿוטבאָליסטן אין דער וועלט. יעדע וואָך האָב איך געקויפֿט דעם זשורנאַל, געלייענט די אַרטיקלען אין פּויליש, און מיט אַ שער האָב איך אויסגעשניטן די בעסטע בילדער פֿון מײַנע קומירן: פּעלע, גאַרינטשאַ, בעקענבאַוער און באָבי טשאַרלטאָן. כ’האָב פֿאַרקלעפּט מיט זיי די ווענט פֿון אונדזדער קליינער איינצימערדיקער דירה.
ווי כ׳האָב שוין דערציילט, האָב איך ליב געהאַט געהאַט עלעקטראָניק. איך האָב אָנגעהויבן באַזוכן אַ קינדער־קרײַז פֿון ראַדיאָ־ליבהאָבערס, וואָס האָט געהערט צו דעם ווילנער פּיאָנערן־קלוב. דאָרט האָב איך פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון עלעקטראָניק. מיר האָבן געבויט קליינע ראַדיאָ־אַפּאַראַטן, און זיי האָבן אַפֿילו געאַרבעט! ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אין פּוילן גייט אַרויס אַ טעכנישער זשורנאַל פֿאַר קינדער Horyzonty Technologii, מיט פֿאַרשיידענע אידעען פֿון בויען עלעקטרישע און עלעקטראָנישע צאַצקעס, האָב איך גלײַך געמאַכט אַן אַבאָנעמענט, און יעדן מאָנאַט פֿלעגט מען מיר צושיקן אַ נײַעם זשורנאַל. פֿון די צוויי זשורנאַלן האָב איך זיך אויסגעלערנט לייענען און פֿאַרשטיין פּויליש.
מײַן ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן זייער פֿרי. ווי אַ קליין קינד, האָב איך גערעדט רוסיש און ייִדיש: רוסיש פֿון הויף און ייִדיש פֿון שטוב. צו זיבן יאָר בין איך אַוועק אין שול, אַ רוסישע שול, און מע האָט מיך געלערנט שרײַבן רוסיש. אין דער היים האָב איך זיך אויסגעלערנט שרײַבן און לייענען ייִדיש. קיין ייִדישע שולן זײַנען אַוודאי נישט געווען אין אונדזער סאָוועטישער ווילנע. אַזוי אַרום, איז מײַן לערנען זיך פֿאָרגעקומען אין דער היים, מיט דער הילף פֿון מײַן טאַטן. דאָס לייענען האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אַ ביסל שווערלעך, אָבער שרײַבן האָב איך געשריבן נישט שלעכט. די איינציקע ייִדישע צײַטונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, ווי אויך די סאָוויעטישע ייִדישע ביכער, זײַנען געווען געדרוקט אין „סאָוויעטישן ייִדיש‟.
וואָס איז דאָס פֿאַר אַ „חיה‟, פֿרעגט איר מיך? מײַן מיינונג, אַז די קאָמוניסטישע מאַכט האָט געוואָלט אָפּפֿרעמדן און אָפּטיילן דעם ייִדיש פֿון אונדזער ייִדישער געשיכטע, פֿון ישׂראל און העברעיִש. איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ שפּראַך־רעפֿאָרם, אַז מע נוצט ניט מער די ענד־בוכשטאַבן, און אַז די העברעיִשע ווערטער שרײַבט מען פֿאָנעטיש, ווי מע רעדט זיי אַרויס. צום בײַשפּיל, דעם נאָמען פֿון שלום־עליכם, האָט מען געשריבן „שאָלעמ אַלייכעמ‟. נאָר אויף צו להכעיס זיי, האָב איך זיך אויסגעלערנט שרײַבן ווי באַדאַרפֿט צו זײַן. מײַן טאַטע, ווי אַ קינד, איז געגאַנגען אין חדר. שפּעטער האָט ער זיך געלערנט אַ גאַנץ יאָר אין אַ ישיבֿה־קטנה, „צו האָבן אַן אַנונג אין די קליינע פּינטעלעך‟, ווי ס׳האָט געזאָגט מײַן זיידע אַבֿרהם, עליו־השלום. דער טאַטע האָט מיך אויסגעלערנט שרײַבן ריכטיק מיט אַלע פֿינף שלאָס־אותיות: „ן‟, „ם‟, „ך‟, „ף‟, „ץ‟. כ’האָב געלערנט מיט אים די ייִדישע באַפּינטלונג און די העברעיִעשע אותיות „ח‟ און „תּ/ת‟ — איך זאָל קענען שרײַבן ריכטיק די העברעיִשע ווערטער.
ווי אַ סך ייִדישע משפּחות, האָבן מיר געהאַט קרובֿים אין ישׂראל און אין אַמעריקע. אַזוי ווי ענגליש און העברעיִש האָבן מײַנע עלטערן נישט געקענט, איז פֿאַרשטענדלעך, אַז אַלע בריוו צווישן אונדז און די קרובֿים פֿון יענער זײַט „אײַזענעם פֿאָרהאַנג‟ זײַנען געווען אין ייִדיש. אין יאָר 1957-1956, האָט מײַן לײַבלעכע ישׂראָל־קוזינע בתיה, די איינציקע טאָכטער פֿון אָנקל חנן און דער מומע רחל, האָט געבעטן אירע עלטערן זיי זאָלן אויסלערנען זי רעדן און שרײַבן ייִדיש, זי זאָל קענען זיך איבערשרײַבן מיט דער משפּחה אין ליטע, מיט אונדז, הייסט דאָס. מיר רעדן איצט וועגן די סאַמע אַנטי-ייִדישע צײַטן אין ישׂראָל, ווען רעדן ייִדיש איז געווען כּמעט אַן עבֿירה! אָבער, זי האָט געבעטן און אזוי האָבן זיי געטאָן. איך, אַ זיבן-יאָריקער תּלמיד פֿון ערשטן קלאַס אין אַ רוסיש-רעדנדיקער שול, און בתיה, מײַן עלטערע שוועסטערקינד, אַ געבוירענע אין ישׂראָל, אַ סאַברע, האָבן מיר זיך באַקענט דורך אונדזערע בריוו אין ייִדיש. ייִדיש איז געוואָרן אונדזער בשותּפֿותדיקע שפּראַך!
דאָס ייִדישע לשון, אַפֿילו בײַ אונדז אין ווילנע, האָט געהאַט אַ סך פּנימער. אין שטאָט האָט מען געקאָנט הערן אַלערליי ייִדישע אַקצענטן: שאַוולער אַקצענט, פּאָנעוועזשער, קאָוונער, פּוילישער, רומענישער און אונדזער אמתן ווילנער ייִדיש. ווי אַ קינד, איז מיר געווען שווער צו פֿאַרשטיין אונדזערע ייִדישע שכנים („די בעסאַראַבער‟, האָט מען זיי גערופֿן), ווען זיי האָבן גערעדט זייער אַ מאָדנעם און אַ „צעדרייטן‟ ייִדיש. און אַזוי ווי זיי האָבן גערעדט צווישן זיך זייער גיך־גיך, האָט עס מיר געקלונגען פּונקט ווי כינעזיש. זייערע „וווּס און דוס‟, „שולעם עליכם‟, „זאָל אַך זאַן גיט מיט פּאַרנוסע אין געזינט‟ — האָט מיר געקלונגען פֿרעמד און קאָמיש. אָבער, כ’האָב זיך צוגעוווינט צו זייער ייִדיש אויכעט. הײַנט האָב איך נישט קיין פּראָבלעם צו פֿאַרשטיין די דיאַלעקטן פֿון רומעניע, פּוילן, גאַליציע און אַנדערע ייִדישע תּפֿוצות.
אין פֿערטן קלאַס האָבן מיר אָנגעהויבן לערנען ליטוויש. זאָגן, אַז די שפּראַך איז מיר געפֿעלן געוואָרן, קען איך ניט, נאָר כ’האָב זי געלערנט ווי אַלע. לערנענדיק ליטוויש, האָב איך צום ערשטן מאָל באַקענט זיך מיט די לאַטײַנישע בוכשטאַבן. אין אַ יאָר אַרום האָט די לערערין רימאַ סאַמוילאָוונאָ, אַ נידעריקע ייִדישע פֿרוי מיט גרויסע אויגן, אָנגעהויבן מיט אונדז קנעלן די ענגלישע שפּראַך. ענגליש איז מיר גלײַך געפֿעלן געוואָרן, און אז מיר געפֿעלט עפּעס, נעם איך זיך צו דער מלאָכה זייער ערנסט. צו ביסלעך בין איך געוואָרן איינער פֿון די בעסטע תּלמידים פֿון ענגליש אין אונדזער שול.
אָט זײַנען מיר שוין געקומען צו די 1960ער יאָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איך בין שוין צוועלף יאָר אַלט, און אין לאַנד צעברענט זיך די ליבע צו קובע. מע רופֿט דאָס לאַנד נישט אַנדערש ווי אַן „אינדזל פֿון פֿרײַהײט‟. מע זינגט לידער וועגן פֿידעל קאַסטראָ און וועגן „די יאַטן־קובאַנער‟; עס גייט אַ רויך פֿון אונדזערע האַוואַנער ציגאַרן, וועלכע מיר רייכערן ווי די גרעסטע מיליאָנערן. איך באַשליס זיך צו לערנען שפּאַניש. אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס באַסאַנאַוויטשוס קויף איך אַ לערן-בוך, און נעם זיך צו שטודירן די שפּאַנישע שפּראַך. אַ גאַנץ יאָר, און אפֿשר נאָך מער, האָב איך זיך געלערנט לייענען, שרײַבן און פֿאַרשטיין אַ ביסל שפּאַנישע ווערטער. רעדן איז נישט געווען מיט וועמען. די טעקסטן אין בוך זײַנען געווען וועגן די אַרבעטער און דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. צו פֿיל נוץ איז נישט אַרויס פֿון דעם. כ’געדענק אַ פּאָר ווערטער און צוויי-דרײַ זאַצן, ווי למשל: Yo trabajé hoy‟. נאָר כ’האָב זיך אויסגעלערנט ציילן: אונאָ, דאָס, טרעס, קואַטראָ… און ווײַטער.
ס’איז אוועק פֿופֿצן יאָר נאָך מײַן „שפּאַנישן פֿרילינג‟, און אָט בין איך געקומען קיין מעקסיקע. ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איך קען זיך דינגען אין מאַרק און אין די קליינע קראָמען אויף שפּאַניש, און גאַנץ גוט. אויב איר זײַט קיין מאָל נישט געווען אין מעקסיקע, ווייסט איר ניט, אַז דאָס „דינגען זיך‟ איז בײַ די מעקסיקאַנער אַן ענין פֿון קולטור, פֿון טראַדיציע. אָבער דאָס האָט נישט קיין שײַכות צו אונדזער „בבֿל־געשיכטע‟.
דײַטש. דײַטש איז אויך אַ שפּראַך, בפֿרט, אַז עס רעדט זיך וועגן אַ ייִד, וואָס קען ייִדיש. אין אונדזער רוסישע שול זײַנען געווען צעטיילטע קלאַסן, דאָס הייסט: אַ האַלבער קלאַס האָט געלערנט ענגליש, און די צוויטע העלפֿט האָט זיך געמוטשעט מיט דײַטש. איך בין טאַקע געווען פֿון די „ענגלענדער‟, נאָר אויך פֿאַראינטערעסירט אינעם קענען אַ ביסעלע דײַטש. כ’האָב געלייענט זייערע ביכער און העפֿטן, געשמועסט מיט דער דײַטשישער לערערין, און צו ביסלעך געוואָרן פֿאַר די תּלמידים פֿון דײַטש אַ קאָנסולטאַנט. כ’האָב זיי אַפֿילו געהאָלפֿן צוגרייטן די היים־אויפֿגעבונגען. מיר האָט עס זייער געהאָלפֿן מיט צען-צוואַנציק יאָר שפּעטער, בעת מיר האָבן שפּאַצירט מיט אַ געדונגענעם אויטאָ אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און שווײץ.
ווי איר געדענקט, איז ליטוויש נישט געווען צווישן מײַנע באַליבסטע שפּראַכן. כ’האָב געקענט אַ ביסל ריידן, אַ ביסל פֿאַרשטיין, און געשריבן מיט גרײַזן. מה־גם, די ליטטווישע גראַמאַטיק איז אַ סך שווערער ווי די רוסישע, וועלכע איז אויך נישט קיין גרויסע מתּנה. נאָר וואָס, ווען איך האָב באַשלאָסן צו לערנען זיך אין אוניווערסיטעט, און אויסלערנען זיך אויף אַ לערער פֿון כעמיע, האָט מען באַדאַרפֿט קענען גוט ליטוויש. אַלע לערנקורסן, ביכער און די גאַנצע לערן־פּראָגראַם זײַנען געווען בלויז אין ליטוויש. צו אָנקומען אין אַזאַ אוניווערסיטעט, מע האָט באַדאַרפֿט אָפּהאַלטן א פּאָר עקזאַמענס אין ליטוויש, און קריגן גוטע צײכנס אויכעט.
מײַן פֿאָטער האָט געפֿונען פֿאַר מיר א פּריוואַטן לערער צו פֿאַרשטאַרקן מײַן ליטווישן וויסן. דער ליטטווישער לערער איז געווען פֿון דער „אַלטער גוואַרדיע‟, אַ באַיאָרטער איידעלער ליטווינער פֿון די פֿאַר־סאָוועטישע צײַטן. צוויי חדשים האָט געדויערט, ביז וואַנען ער האַט געפּסקנט, אַז איך בין שוין גרייט. קיין טעות האָט ער נישט געהאַט. מײַנע צײכנס זײַנען געווען פֿון די בעסטע, און מע האָט מיך אָנגענומען אינעם אוניווערסיטעט. נאָר קיין לערער איז פֿון מיר נישט אַרויס.
מײַן וויסן די ליטווישע שפּראַך האָט מיר געהאָלפֿן אין מיליטער. דינענדיק אין דער רויטער אַרמיי, האָב איך איבערגעלייענט אַ היפּשע צאָל ביכער, איבערגעזעצט אין ליטוויש — פֿון אַגאַטאַ קריסטי ביז קאָנאַן דויל. פֿאַר וואָס דווקא אין ליטוויש? ווײַל די רוסישע ביכער האָט מען בײַ אונדז געגנבֿעט איינער בײַם אַנדערן, און ליטוויש, אַ חוץ מיר, האָבן געקענט נאָר צוויי ליטווינער אין אונדזער באַטאַליאָן.
אָפּגעדינט צוויי יאָר, האָב איך זיך אומגעקערט אַהיים. גלײַך אין מײַן ערשטן ציווילן טאָג האָט אונדזער שטוב באַזוכט אונדזער גוטער חבֿר מאַריק ברודני. ער האָט מיר געבראַכט צוויי ביכער: „עברית קלה‟, זיי אַ שלײַדער געטאָן אויפֿן טיש און געזאָגט מיר בקול־רם: „יעצט, הייב אָן לערנען עבֿריתּ! ס’איז שוין צײַט צו פֿאָרן אויפֿן ווײַטן מיזרח‟. — „פֿאַר וואָס עפּעס אויף דעם ווײַטן?‟ — האָב איך זיך פֿאַראינטרעסירט. „בכלל איז דאָס דער נאָנטער מיזרח, אָבער פֿאַר אונדז איז ער נאָך גאָר אַ ווײַטער‟, — איז געווען זײַן ענטפֿער.
מײַן פֿאָטער האָט מיר געוויזן אַ העברעיִש-רוסישן ווערטערבוך פֿון פֿ. שפּירא, וואָס ער האָט געקויפֿט בעת איך בין געווען אין דער אַרמיי, און ס’האָט זיך אָנגעהויבן מײַן „העברעיִשע תּקופֿה‟. כּמעט אַ יאָר ביז אונדזער אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל, האָב איך זיך אַליין געלערנט העברעיִש. אַז מיר זײַנען געקומען אין ווין, אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל, האָב איך שוין געקענט אַ ביסל פֿאַרשטיין די דיבורים פֿון בחורים און מיידלעך, די אַרבעטער פֿון סוכנותּ. אין ישׂראל בין איך שוין אַ בעלן געווען עטוואָס רעדן מיט מײַנע ישׂראלדיקע קרובֿים. אין אולפּן בין איך גלײַך אַרײַנגעגאַנגען אין דער הייכסטער גרופּע.
אַזוי איז געגאַנגען דאָס לעבן. ביז דער יום־כּיפּור־מלחמה האָב איך כּמעט נישט געלייגט קיין אַנונג אויף דער אַראַבישער שפּראַך. זייערע אותיות האָבן פֿאַר מיר אויסגעזען ווי אַן אָרנאַמענט. אין דער מלחמה גופֿא האָב איך אויך נישט געהאַט קיין באַציִונגען מיט די אַראַבער. נאָך דער מלחמה, ווען כ’האָב אָנגעהויבן מאַכן מײַנע מילואים אין סיני, האָב איך זיך באַקענט מיט די היגע אײַנוווינער פֿונעם מידבר, די בעדויִנער. צו קאָמוניקירן מיט זיי, האָט די אַרמיי אונדז באַזאָרגט מיט ווערטער און פֿראַזעס פֿונעם מיליטערישן לעקסיקאָן: „דזשיבעל האַוויע‟ (גיב מיר דײַן שײַן), „אינזל מין אַס’סאַיאַראַ‟ (אַרויס פֿון אויטאָ), „איפֿטאַך איל־באַב‟ (עפֿן אויף די טיר), און נאָך, און נאָך…
ס’אַוועק אַ יאָר-צוויי, און איך באַשליס, אז איך וויל וויסן מערער. ווי פֿריִער, קויף אין אַ לערנבוך פֿאַר לערנען זיך אַליין די אַראַבישע שפּראַך. כ’האָב זיך אויסגעלערנט שרײַבן, לייענען און כ’האָב א ביסל באַרײַכערט מײַן ווערטער־אוצר. אַזוי האָב איך געמיינט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז כ’האָב געהאַט א טעות. די ערשטע באַגעגעניש מיט אמתע אַראַבער האָט מיר געוויזן, אַז איך האָב געלערנט אינגאַנצן אַן אַנדער שפּראַך. דער ארץ־ישׂראלדיקער זשאַרגאָן, אויף וועלכן זיי האָבן גערעדט, איז ענלעך אויף דעם ליטעראַרישן לשון, וואָס איך האָב געלערנט, ווי רוסיש און פּויליש אָדער טערקיש און קורדיש. בקיצור, מיר האָבן נישט פֿאַרשטאַנען איינער דעם צווייטן. אָבער כ’האָב אַ ביסל געלייענט אַראַביש, און געקאָנט פֿאַרשטיין די גראַפֿיטי אויף די ווענט פֿון די געבײַדעס אויף די שטחים, אַזעלכע וויי “فلسطين” (פּאַלעסטינע), “الانتفاضة” (אויפֿשטאַנד), און אנדערע „געפֿערלעכע‟ ווערטער.
לייענען און נישט פֿאַרשטיין. בײַ מיר איז דאָס נישט קיין צופֿאַל. דאָס האָט שוין פּאַסירט אַמאָל מיט גרוזיניש. בעת מײַן מיליטער־דינסט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווען איך בין געלעגן אין אַ מיליטערישן שפּיטאָל מיט אַ לונגען־אַנצינדונג, האָב איך זיך געחבֿרט מיט אַ יאַט פֿון גרוזיע. הײַנט רופֿן זיי זיך „געאָרגיע‟. ער איז געווען זייער אַ וווילער בחור. ווען ער האָט דערהערט, אז איך בין „משוגע‟ אויף גרוזיע, אָבער קיין גרוזיניש קען איך ניט, האָט ער מיך אויסגעלערנט דעם גרוזינישן אַלף-בית, און אַ פּאָר ווערטער אויכעט, אַממערסטן קללות. מיר איז עס צו ניץ געקומען מיט זעכציק יאָר שפּעטער, ווען איך מיט מײַן פֿרוי זײַנען געווען אין טביליסי, די הויפּט־שטאָט פֿון גרוזיע. לייענען די נעמען פֿון גאַסן, פּלאַצן, סקווערן און הונדערטער סטאַטועס אין שטאָט, איז אונדז גראַדע צו ניץ געקומען.
אין די 1970סטע יאָרן, לערנענדיק זיך אין בר-אילן אוניווערסיטעט, האָב איך צום ערשטן מאָל דערזען בלעטער מיט אַ סך אַראַמישע ווערטער און משפּטים. דאָס זײַנען געווען אונדזער אַרבעט־בלעטער בעת מיר האָבן געלערנט אַ ביסל גמרא. נאָך פֿינעף יאָר לעבן אין ישׂראל, איז אַפֿילו מײַן העברעיִש געווען נאָך צו שוואַך פֿאַר דער אַקאַדעמיע, און יעצט אַראַמיש? וווּ בין איך און וווּ איז אַראַמיש? נאָר ס’האָט נישט געהאָלפֿן, און איך האָב זיך אויסגעלערנט אַראַמישע ווערטלעך אויכעט. דאַן האָב איך זיך דערוווּסט, אז אין ייִדיש נוצן מיר אויך אַראַמישע ווערטער: אַדרבא, נפֿקא־מינה, איפּכא־מסתּברא.
כ’האָב שוין דערציילט וועגן מײַן מאַמען און פֿראַנצייזיש. מײַן טאַטע האָט אויך אַ מאָל געלערנט א ביסל פֿראַנצייזיש, אָבער ער האָט געקענט נאָך ווינציקער פֿון דער מאַמען. פֿראַנצייזיש איז געווען אַמאָל כּמעט די הויפּטשפּראַך אין דעם צאַרישן רוסלאַנד. אָבער וואָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט די אַמאָליקע און פֿאַרגעסענע צײַטן? אין די 1990ער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָב איך אָנגעהויבן אַלע יאָר פֿליִען קיין פֿראַנקרײַך אויף סקי־וואַקאַנציעס. אַלע ווייסן, אַז די פֿראַנצויזן זײַנען נישט זייער פֿרײַנדלעך צו די ענגליש־רעדנדיקע טוריסטן. דאַרף מען אויסלערנען כאָטש אַ צענדליק ווערטלעך פֿון זייער שפּראַך. גערעט און געטאָן! מײַן פֿראַנצייזיש קלעקט מיר פֿאַר אַ האָטעל און אַ רעסטאָראַן.
די לעצטע זיבן יאָר זײַנען מיר פֿאַרבונדן מיט בולגאַריע. מע קען זאָגן, אַז דאָס איז אונדזער צווייטע היים. מיר פֿאָרן פֿיר-פֿינעף מאָל אַ יאָר זיך אָפּרוען, אויסרייניקן דעם קאָפּ פֿון אונדזער ישׂראלדיקן נערוועזן לעבן, אָטעמען פֿרישע לופֿט פֿון די באַשנייטע בערג און טונקען זיך אײַן אין די מינעראַלע וואַרעמבעדער פֿון די באַלקאַנען. מוז איך אַוודאי פֿאַרשטיין און אַ ביסל רעדן בולגאַריש? און שרײַבן שרײַבט זיך גאָר לײַכט, ווי רוסיש. דעם קירילישן אַלף־בית האָבן באַשאַפֿן צוויי באַלקאַנער: קיריל און מעפֿאָדי. איז מיר טאַקע לײַכט!
כ’האָב מורא, אַז דער לייענער קען קריגן אַ טעותדיקן רושם, אַז איך קען צו פֿיל שפּראַכן. ערשטנס, איז עס אַ טעות. צווייטנס, קענען אַ סך שפּראַכן איז נישט קען עבֿירה. אַזוי ווי איך האָב נישט קיין כּוונה אָפּנאַרן מײַנע חשובֿע לייענער, איז אַלץ, וואָס איך באַשרײַב דאָ, אמת־ויציבֿ. מײַן ציל איז דערציילן אײַך וועגן מײַן ציִונג צו לשונות. פּרעכטיק קען איך נאָר דרײַ שפּראַכן: רוסיש, ייִדיש און העברעיִש. ענגליש קען איך אויך גאַנץ נישקשה. מיט די אַנדערע לשונות — ליטוויש, דײַטש, בולגאַריש און אַפֿילו די שפּראַכן פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע, קען איך זיך באַגיין נישט שלעכט. צו פֿאַרשטיין אונדזער מגדל־בבֿל, אונדזער גרויסן שפּראַך־פּלאָנטער, און ווי אַזוי אַרבעט די קאָמוניקאַציע אין אונדזער נישט קיין געוויינטלעכער ווירקלעכקײט, וויל איך אײַך געבן א בײַשפּיל פֿון צוויי עפּיזאָדן פֿון אונדזער טעגלעכן לעבן.
ס’איז געשען אַמאָל, אַז מאַרע, מײַן שנור, האָט מיר געבעטן פֿאָרן מיט איר און איר קליינער טאָכטער, מײַן אייניקל נעמי, צו אַ קינדער־דאָקטער. ווען מיר זײַנען געזעסן און געוואַרט אויף אונדזער ריי, האָבן די אַנדערע מענטשן אין דער ריי, געקוקט אויף אונדז מיט א גרויסער פּליאה: מאַרע, אַ געבוירענע אין בראַזיל, האָט גערעדט מיט נעמי פּאָרטוגעזיש, צו מיר האָט זי זיך געווענדט אין העברעיִש, איך האָב גערעדט מיט מײן אייניקל רוסיש, און נעמי האָט אונדז געענטפֿערט אין עבֿריתּ.
דעם צווייטן עפּיזאָד נעם איך פֿון אַ שבתדיקער סעודה אין אונדזער היים אין קיבוץ. אַרום דעם שבתדיקן טיש זיצן, אומגעפֿער, אַ צוואַנציק מענטשן, אפֿשר אַ ביסל מער. אַ חוץ אונדזער גרויסער משפּחה, זיצן: מײַן שנורס טאַטע, וועלכער איז געקומען פֿון בראַזיל, מײַן פֿאָטער, אונדזערע קינדער מיט זייערע פֿאַמיליעס, מײַן שנורס אַ שוועסטער מיט איר פֿאַמיליע, וועלכע זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך פֿון שווײץ און אונדזער קאָלומביאַנער אַדאַפּטירטע טאָכטער סינדי.
די געסט פֿון שווײץ רעדן צווישן זיך פֿראַנצייזיש, און מיט אונדז — ענגליש. מײַן פֿאָטער רעדט מיט מיר ייִדיש, און ער מיינט, אַז ער רעדט דײַטש מיט אונדזער מחותּן פֿון בראַזיל, וואָס קען דײַטש. קריסטאָף, מאַרעס טאַטע, ענטפֿערט אים טאַקע אויף דײַטש. איך מיט מײַן פֿרוי פּאָלינע רעדן צווישן זיך און מיט די אייניקלעך רוסיש, מיט די קינדער העברעיִש, און מיט די געסט ענגליש. מײַן טאָכטערס מאַן, אַ געוועזענער אַמעריקאַנער, רעדט מיט זײַנע קינדער ענגליש, און צו אונדז ווענדט ער זיך אין העברעיִש. די אייניקלעך אַממערסטן רעדן עבֿריתּ, און אַמאָל ענגליש, אָפּהענגענדיק מיט וועמען זיי שמועסן. סינדי רעדט העברעיִש און ענגליש, נאָר מיט מײַן שנור און איר טאַטן רעדט זי שפּאַניש.
און מאַרע, מײַן שנור, רעדט מיט יעדן איינעם אויף זײַן שפּראַך, ווײַל זי קען רעדן זיבן שפּראַכן. ווען אַלע רעדן מיט אַמאָל, ווערט אַ גאַנצער „מגדל־בבֿל‟.
עפּילאָג
ס’שטייט געשריבן אין אונדזער הייליקער תּורה, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן די שפּראַכן, ווען מע האָט געבויט דעם מגדל־בבֿל. דאָס האָט צעשיידט די מענטשן, די בונטאַרן, די מורדים, וואָס האָבן אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ צו הויך און אויסגעבויט אַזאַ הויכן טורעם. איך זע אין דער געשיכטע עפּעס אַנדערש. אויף דער וועלט לעבן פֿאַרשיידענע פֿעלקער מיט פֿאַרשיידענע מענטשן. יעדער איינער האָט זײַן שפּראַך, זײַן קולטור, זײַן דת און זײַנע טראַדיציעס. אַ ביסל פֿאַרשטיין, אָנערקענען, פּלאַפּלען דאָ אַ וואָרט, דאָ אַ זאַץ, האָט נאָך קיינעם נישט געשאַדט. פֿאַרקערט: וואָס מער מיר ווייסן און קענען, אַלץ וווילער און אינטערעסאַנטער איז אונדזער לעבן.
„פֿערשטיין?‟ — ווי ס׳פֿלעגט זאָגן מײַן מאַמע…
פֿעברואַר, 2022