לאַפּסוס־קאַקטוס — 55

אין דעם נומער וועלן מיר ממשיך זײַן צו קאָמענטירן די ווערטלעך און סענטענצן, וואָס די איבערזעצערין מירע מאָסטאָוואַיאַ האָט אויסגעפֿונען אין די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג.

אַ וואַנט האָט אויערן („ווענט‟)

אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט „די וואַנט‟ אַ טאָפּלטן זין: טאַקע ווי אַ גוזמא צו דעם, אַז אַפֿילו אַ וואַנט טאָר מען קיין סוד נישט פֿאַרטרויען, „ווײַל אַ וואַנט האָט אויערן‟; דאָס הייסט, אַז מסורים פֿעלן קיין מאָל נישט אויס.

דער צווייטער זין פֿונעם ווערטל, מיינט די איינציק־פֿאַרבליבענע וואַנט, דעם כּותל־מערבֿי אין ירושלים, וואָס דינט ווי אַזאַ מין מאַטעריעלער פֿאַרמיטלער צווישן ייִדן און דעם אייבערשטן; צו דער וואַנט זאָגט מען תּפֿילה, מע פֿאַרטרויט איר און מע בעט בײַ איר, אָבער מיינעם מיינט מען דעם אייבערשטן.

דאָס פֿאָלק האָט זיך באַצויגן צו דעם מיט אַ געוויסער איראָניע: „רעד צו דער וואַנט, זי האָט אויערן‟. צי וועט עס דיר טאַקע העלפֿן?..

אַז מע מאָלט, מאָלט מען דאָך נישט תּמיד ווייץ („מיל‟)

אָט דער אויסדרוק שפּילט אַרום דאָס וואָרט „מאָלן‟. דער אַמאָנים „מאָלן‟ קאָן טאַקע מיינען, מאָלן תּבֿואה מיט די מילשטיינער; עס קאָן אויך מיינען, מאָלן אַ בילד מיט פֿאַרבן; „מאָלן‟ — מיינט, שילדערן, באַשרײַבן, זיך פֿאָרשטעלן.

מאָלן ווערט פֿיגורעל באַנוצט, ווען מע וויל זאָגן, למשל, ער מאָלט שוין מיט דער צונג, דאָס הייסט, רעדט צו פֿיל.

וואָס פֿאַרן גלח כּשר — פֿאַרן קאָטער טריף („דער גלח און דער קאָטער‟)

אָט דער זאָג געהערט צו דעם אַזוי גערופֿענעם „תּרגום־לשון‟, פֿאַרשטעלטע רייד: געזאָגט האָט מען „קאָטער‟, נאָר געמיינט, האָט מען — אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר. ריידן מיט קלאָרע דיבורים וועגן אמנה אין צאַרישן רוסלאַנד, וווּ דער גלח פֿאָרגעשטעלט דאָס „קול פֿון פּראַוואָסלאַוויע‟ פֿאַרן עמך, איז געווען אַ סכּנה.

דאָס אַלטע ווערטל איז געווען גענוג פֿאַרשפּרייט אויך אין די סאָוועטישע צײַטן. איין אונטערשייד: אָנשטאָט דעם „גלח‟ איז געקומען אַ „נאַטשאַלניק‟, „טשינאָווניק‟, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער מלוכה; ער האָט אַפֿילו געקאָנט זײַן אַ ייִד, אָבער אַן ערלעכער מענטש דאַרף לעבן מיט זײַן אייגענעם קאָפּ און אייגענע מעשׂים.

ווי מיר ווילן, לייענען מיר דאָס בריוול („שטיוול‟)

דאָס ווערטל גיט צו פֿאַרשטיין, אַז אינעם בריוו איז צומאָל וויכטיקער נישט אַזוי וואָס מע שרײַבט און מע לייענט, נאָר דער טײַטש פֿון דעם, וואָס עס ווערט אין דעם בריוו נישט דערזאָגט.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אַזאַ מין לייענען דעפֿינירט געוואָרן, ווי „לייענען צווישן די שורות‟. דאָס האָט געזאָלט פֿאַרטײַטשט ווערן, אַז אָנגעשריבן איז געווען איין זאַך, אָבער געמיינט האָט עס גאָר אַן אַנדער זאַך, נישט זעלטן — דעם היפּוך פֿונעם אָנגעשריבענעם.

יעדער היט זײַן בערגל מיסט („דער וועלט‟, „אונטערגאַנג‟)

אַ קינד, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל דערהערט די ווערטער פֿון מײַן באָבען, האָב איך נישט געקאָנט נעמען אין טאָלק אַרײַן: צו וואָס דאָרף מען „היטן מיסט‟? מיסט איז דאָך דאָס, וואָס מע וואַרפֿט אַרויס פֿון שטוב. ווי זאָגט מען אָבער: שׂכל קומט מיט יאָרן. זיך אַ גריבל טאָן אין מיסט, קאָן מען זיך דערוויסן אַ סך זאַכן וועגן די, וואָס האָבן דאָס מיסט אַרויסגעוואָרפֿן. נישט אומזיסט האָבן די דעטעקטיוון ליב זיך גראָבן אין דעם מיסט, וווּ דאָס פֿאַרברעכן איז פֿאָרגעקומען ‟.

נאָך מער: די גרויסע רוסישע דיכטערין אַנאַ אַכמאַטאָוואַ איז זיכער געווען, אַז אויך פֿון מיסט וואַקסן לידער, און האָט געוואָרנט, צו זײַן געהיט פֿון אַזעלכע לידער.

זאָגן פֿאַר די קאַרפּנקעפּ תּורה („דער פֿליפֿיש‟)

אין פֿיגורעלן זין, מיינט דאָס וואָרט „קאַרפּנקאָפּ‟ אַ גרויסן נאַטשאַלניק, אַ באָס. דאָס ווערטל מיינט, אַז ס׳איז אַן אומזיסטיקע טירחה צו לערנען דעם באָס שׂכל. ער ווייסט דאָך אַלץ אַליין, צוליב דעם איז ער טאַקע געשטעלט געוואָרן, כּדי צו לערנען אַנדערע וואָס און וויאַזוי!

נײַן מאָס רייד („רבֿ בערלס הויז‟, „דער זייגער און דער ווינער גאָון‟)

זייער אַ פֿאַרשפּרייטער זאָג. אָבער פֿאַר וואָס זאָגט מען „נײַן‟, נישט „אַכט‟ און נישט „10‟, נאָר דווקא „נײַן מאָס רייד‟? דער ענטפֿער ליגט אין גימטריא, דהײַנו: די צאָל 9 מיינט, „דאי בוא‟. פּראָסט גערעדט: „נו…, נו שוין! גענוג שוין ריידט, זאָג תּכלית”!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s