ייִדישע מאָטיוון אין דער קלאַסישער אוקראַיִנישער פּאָעזיע

מרדכי יושקאָווסקי

היסטאָרישע אָנגאַבן ווייַזן, אַז דער ייִִדישער ייִשובֿ אויף דער טעריטאָריע פֿון דער הייַנטיקער אוקראַיִנע האָט זיך אָָנגעהויבן אויספֿורעמען אינעם 15טן יאָרהונדערט, כאָטש די ייִדישע שפּורן אין די דאָזיקע געגנטן געפֿינט מען אַ סך פֿריִער. לויט דער אָפּשאַצונג פֿונעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער שמואל עטינגער האָבן ערבֿ דער גרויסער שחיטה אונטער דער אָנפֿירונג פֿון באָגדאַן כמעלניצקי געלעבט אַרום 51 טויזנט ייִדן, אָבער אין פֿיר יאָרהונדערטער אַרום האָט זיך די ייִדישע קהילה פֿון אוקראַיִנע פֿאַרוואַנדלט אין איינעם פֿון די גרעסטע און בליִענדיקסטע ייִשובֿים אין דער וועלט. לויט דער פֿאָלקס־ציילונג פֿון 1897 האָבן נאָר אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון דער הייַנטיקער אוקראיִנע געוווינט אַ מיליאָן און 870 טויזנט ייִדן. די דאָזיקע ציפֿער האָט באַטראָפֿן 41,3 פּֿראָצענט פֿֿון אַלע ייִדן פֿֿון דער רוסישער אימפּֿעריע און כּמעט 10 פּראָצענט פֿֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿֿון אוקראַיִנע. אין זייַן היסטאָרישער אַנטוויקלונג האָט דאָס אוקראַיִנישע ייִדנטום איבערגעלעבט סייַ אַ גראַנדיעזן גייַסטיקן אויפֿבלי (אַנטשטייונג פֿֿון חסידות, אינטענסיווע אַנטוויקלונג פֿֿון דער ייִִדישער רעליגיעזער און וועלטלעכער קולטור אין אַלע אירע אַנטפּּלעקונגען), סייַ שרעקלעכע טראַגעדיעס — די גזירות פֿֿון ת”ח און ת”ט, די אומאַנער שחיטה אין 1768, דעם בייליס-פּּראָצעס, איבערפֿאַלן פֿון רוצחישע באַנדעס פֿון קאָזאַקן, די שוידערלעכע פּאָגראָמען פֿון 1918־1920, שוין אָפּגערעדט פֿונעם גרויסן חורבן בעת דער נאַצישער שליטה.

אוקראַיִנישער פּייסאַזש

דאָס רובֿ פֿונעם שטח אין דער הייַנטיקער אוקראַיִנע איז פֿאַר דער רעוואָָלוציע פֿון 1917 געווען אייַנגעשלאָסן אין דעם תּחום־המושבֿ, דער ייִִדישער ייִשובֿ איז געווען גענוג קאָמפּּאַקט, אָבער פֿון דעסטוועגן האָט זייַן עטנאָגראַַפֿישע סטרוקטור געהאַט אַן אייגנטימלעכע ספּעציפֿיק — די ייִדישע אייַנוווינער אין אוקראַיִנע זייַנען געווען ווייניקער אָפּגעזונדערט פֿון דער ניט-ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי, אַשטייגער, אין פּוילן, ליטע און בעסאַראַביע. פֿאַר דער רעוואָלוציע האָבן מער ווי 40 פּראָצענט פֿון אוקראַיִנישע ייִדן געלעבט אין די גרעסערע שטעט, די עקאָנאָמישע פֿאַרבינדונגען מיט דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג זייַנען געווען זייער ענג. פֿאַרשטייט זיך, אַז די דאָזיקע פֿאַקטאָרן האָבן משפּיע געווען אויף דעם קעגנזייַטיקן אייַנפֿלוס פֿון דער ייִדישער און אוקראַיִנישער קולטור. דער דאָרטיקער דיאַלעקט פֿון ייִדיש איז געווען מער אָפֿן פֿאַרן אייַנזאַפּן אין זיך אַ גרעסערן פּראָצענט סלאַווישע, דער עיקר, אוקראַיִנישע, ווערטער. די אָפּשטאַמיקע פֿון אוקראַיִנע ייִדישע שרייַבערס האָבן קיינמאָל ניט אויסגעמיטן, נאָר פֿאַַַרקערט, געדיכט אָנגעזעטיקט זייערע ווערק מיט פֿראַַזעס, אָדער גאַַנצע אויסצוגן אויף אוקראַַיִניש. די צוויי פֿון די דרייַ קלאַסיקער: מענדעלע מוכר-ספֿרים און שלום-עליכם האָבן זיך זייער אויסגעצייכנט דערין.

נאָך דער רעוואָלוציע האָט זיך די דאָזיקע השפּעה נאָך מער פֿאַַרשטאַַרקט. צום בײַשפּיל, אינעם היסטאָרישן ראָמען פֿון דער נסתּר „די משפּחה מאַשבער‟ געפֿינען מיר גאַנצע טעקסטן פֿון פֿאָלקס-לידער, געבראַַכט אין אוקראַיִניש, אויספֿירלעכע שילדערונגען פֿון אוקראַיִנישע טראַדיציאָָנעלע פֿאָלקס-זינגער אא”וו.

נאָך מער געפֿינען מיר די אוקראַיִנישע מאָטיוון אין דער סאָוועטיש-ייִדישער פּאָעזיע. בייַ שוואַרצמאַנען, מאַרקישן, פֿעפֿערן, קוויטקאָן און אַ סך אַנדערע זייַנען פֿאַראַן גאַנצע ציקלען פּאָעזיע, געווידמעט אוקראַיִנע און אַלץ, וואָס זי סימבאָליזירט.

דוד האָפֿשטיין (1889־1952)

אין אײַנקלאַנג מיט די איצטיקע מוראדיקע געשעענישן, וואָס וויקלען זיך פֿונאַנדער פֿאַר אונדזערע אויגן, ווילט זיך באַזונדערס דערמאָנען דוד האָפֿשטיינס (1889־1952) ליד „אוקראַיִנע‟, אָנגעשריבן אין 1942 און אייַנגעשלאָסן אין דער לידער-זאַמלונג „איך גלויב‟ (1945). לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס ליד פֿאַרמאָגט אין זיך אַ נבֿיאיִשן פֿונק, און אוקראַיִנע וועט זיך אָפּטרייסלען פֿונעם שוידער, וואָס זי לעבט איבער, און אַז זי וועט קאָנען פֿאַרהיילן אירע בלוטיקע וווּנדן.

אוקראַיִנע

פֿון רויך און פֿון בראָך, און פֿון אַש, און פֿון שאַנד
איך זע: דו דערהייבסט דײַן צעשעדיקטע האַנט,
אָט דערהייבט זיך דײַן קאָפּ, וואָס מיט בלוט איז באַקלעפּט,
איך דערזע דײַן געזיכט! אָ, ער לעבט… אָ, ער לעבט.
דײַן נאָך קינדערשער בליק מיט שוין מוטערשן צער,
און עס לויכט שוין די פֿרייד, וואָס קומט אָן נאָך געפֿאַר,
דער פֿאַרשטאַנד, וואָס קומט אָן נאָך פֿאַרטומלונג און גרײַז,
ווי וואַסער פֿון פֿרילינג פֿון אונטערן אײַז.
איך דערזע: אָט דערהייבט זיך דײַן גוף, דײַן געשטאַלט,
וואָס די רעשטלעך פֿון קליידער אויף אים קוים זיך האַלט,
און עס פֿאַלן די שמוציקע שמאַטעס פֿון לײַב —
ס׳איז צו זען שוין, ס׳איז אַ קינד, אַ דערוואַקסנס, אַ ווײַב,
ס׳איז אַ ליכטיקער קערפּער מיט שיינקייט, וואָס שײַנט
אי דורך שאַנד, אי דורך שפּאָט, אי דורך גוואַלדטאַט פֿון פֿײַנט.
ס׳איז אַ יונגע, אַ זויבערע, זיכערע קראַפֿט,
וואָס זיך ווערט, וואָס זיך לײַטערט אָן אויפֿהער און לאַכט,
וואָס וועט גיך זיי פֿאַרהיילן די ווייען, די שאַנד —
ס׳איז אוקראַיִנע מײַן היים,
אוקראַיִנע מײַן לאַנד.

די ייִדישע דיכטער האָבן געווידמעט זייערע פּאָעטישע שאַפֿונגען די פּראָמינענטע שרייַבערס פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלק, דער שיינקייט פֿון דער אוקראַיִנישער נאַטור, זייער גייַסטיקער צוגעבונדנקייט צו יענער ערד. אַזוי, צום בייַשפּיל, האָט געשריבן איציק פֿעפֿער (1900־1952) אין אַ ליד, וואָס ער האָט געווידמעט דעם אוקראַיִנישן דיכטער מאַקסים רילסקי:


און מיט דייַן קלוגער רייַכקייט בין איך רייַך,
און זינג מיט דיר די לידער פֿון אוקרייַנע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך די אַנדערע זייַט פֿון דער מטבע — די טראַגישע מאָמענטן אין די ייִדיש-אוקראַיִנישע באַציִונגען — איז אויך ברייט אָפּגעשפּיגלט אין אונדזער ליטעראַַטור, אָבער דאָס איז אַ טעמע פֿאַר זיך.

טאַראַס שעווטשענקאָ (1814־1861)

לאָמיר איצט וואַַרפֿן אַ בליק אין דער אַנדערער ריכטונג — ייִדישע מאָטיוון אין דער אוקראַַיִנישער דיכטונג. ווען מע רירט אָן אָט די טעמע, קומען גיכער פֿון אַלץ אויפֿן געדאַנק יעדן, וואָס קען כאָטש אַ ביסל די אוקראַיִנישע ליטעראַטור, די בולט אַנטיסעמיטישע שורות פֿונעם באַוווּסטן „קאָבזאַר‟, פֿון דעם וויכטיקסטן קלאַסיקער פֿון דער אוקראַיִנישער פּאָעזיע טאַראַס שעווטשענקאָ (1814־1861):

אַזוי, אין דער פֿרי, דער זשיד פֿאַרפֿלוכטער
האָט דעם קאָזאַק געקריוודעט…

אָדער אין אַן אַנדער פּלאַַץ:

עפֿן גיך, פֿאַרפֿלוכטער זשידלאַק,
אַניט וועסטו גלײַך געשלאָגן ווערן…

און נאָך:


דער זשיד טוט זיך זייַנס,
אונטערן בעט ציילט ער דאָס געלט…
(פֿון דער פּאָעמע „הייַַַדאַמאַקן‟)

די געבראַכטע שורות זייַנען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר שעווטשענקאָס דיכטונג; כּמעט תּמיד איז בייַ אים דער „זשיד‟ אַ געזאַמלטע, נעגאַַטיווע געשטאַַלט. שעווטשענקאָ איז באַַליבט און אָנערקענט בייַ די אוקראַיִנער, ווייַל דער הויפּט-מאָטיוו פֿון זייַן שאַפֿונג איז געווען די געקריוודעטע נאַציאָנאַלע שטאָלץ פֿון זייַן פֿאָלק, וואָס איז שטענדיק אין זייַן געשיכטע געווען אונטער עמעצנס מאַכט — אָדער פֿון פּאָליאַקן, אָדער פֿון די רוסן. דעריבער האָט ער געמוזט האַסן יעדן „פֿרעמדן‟, און, פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדן האָבן זיך אויך אַרייַנגעפּאַסט אינעם באַגריף „פֿרעמדער‟. דערבייַ נאָך איז אַ וועזנטלעכער טייל פֿון זיי געווען עקאָנאָמיש מער אָדער ווייניקער אייַנגעפֿונדעוועט, אין קעגנזאַץ צו דער ביטערער דאָליע פֿונעם אוקראַיִנישן פּויער…

איוואַן פֿראַנקאָ (1856־1916)

לאָמיר דערמאָנען די פּרעכטיקע אין אַלע הינזיכטן פּאָעמע „משה‟ פֿון אַן אַנדער באַדײַטנדיקן אוקראַיִנישן קלאַסיקער איוואַן פֿראַנקאָ (1856־1916), וועלכער האָט געצוווּנגען דעם שווערצונגיקן משה רבינו צו זינגען אויף אוקראַיִניש. פֿראַנקאָ האָט אַנטפּלעקט אין דער לעגענדאַרער געשטאַלט פֿון דער ייִדישער געשיכטע די אידעאַלע מידות פֿון אַ פֿאָלקס-מנהיג, און ער האָט אויסגעדריקט אַ טרוים, אַז אַמאָל זאָלן אויך די אוקראַיִנער פֿאַרמאָגן אַ מנהיג פֿון אַזאַ היסטאָרישער גרייס. אין פֿראַנקאָס פּאָעמע ווענדט זיך דער צילגעווענדטער און גייַסטיק-דערהויבענער משה צו זייַן פֿאָלק אַזוי:

אָ, ישׂראל, אויב דו וואָלסט געוווּסט,
וואָס מייַן האַרץ פֿילט אין זיך,
וויפֿל צאַרטקייט צו דיר,
ווי ליב האָב איך דיך.
ביסט מייַן שטאַם, ביסט מייַן קינד,
ביסט מייַן רום און מנוחה,
ביסט מייַן צוקונפֿט, מייַן גייַסט,
מייַן פּראַכט און מלוכה.

די אייביקע גייַַסטיקע גרויסקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָבן אויך באַזונגען די באַדייַטנדיקסטע אוקראַיִנישע דיכטער פֿונעם סאָוועטישן פּעריאָד ווי: מאַקסים רילסקי, וואָלאָדימיר סאָָסיוראַ, פּאַוולאָ טיטשינאַ, דמיטראָ פּאווליטשקאָ, מיקאָלאַ באַזשאַן און אַנדערע.

באַזונדערס האָט די דאָזיקע אידעע דערגרייכט איר הויכפּונקט אין די מלחמה-יאָרן, ווען די הומאַניש-געשטימטע אוקראַיִנישע אינטעליגענץ האָט זיך אָפּגעזונדערט פֿון די מערדערישע מעשׂים פֿון אוקראַיִנישע פּאַליצייַען אין די אָקופּירטע געביטן. דער דיכטער פּאַוולאָ טיטשינאַ (1891־1967) האָט געשריבן אין זייַן פּאָעמע „צום ייִדישן פֿאָלק‟ אין 1943:


אָ, ייִדיש פֿאָלק, אין אָט דער שווערער שעה
וויל איך דיך ניט טרייסטן און ניט מונטערן.
ווען קינדער דייַנע פֿאַלן ווידער
אונטער דער האַק דער בלוטיקער, תּליונישער,
וויל איך נאָר דייַן מוט, דעם כּוח
און דעם גייַסט דייַן אייביקן באַוווּנדערן.

אין דער אוקראַיִנישער דיכטונג אויף דער ייִִדישער טעמאַטיק זייַנען אין יענע יאָָָרן די שליסל-ווערטער געווען: ברודערשאַפֿט, אַחדות, שטאַנדהאַפֿטיקייט, בשותּפֿותדיקער גורל.

לעסיאַ אוקראַיִנקאַ (1871־1913)

באַזונדערס איז כּדאַי זיך אָָפּצושטעלן אויף די ייִדישע „נאָטן‟ אין דער דיכטונג פֿון איינער פֿון די וויכטיקסטע קלאַסיקער פֿון דער אוקראַיִנישער פּאָעזיע לעסיאַ אוקראַיִנקאַ (1871־1913). ניט צופֿעליק האָבן מיר אויסגעניצט דאָס וואָרט „נאָטן‟, ווייַל בייַ לעסיאַ אוקראַיִנקאַ געפֿינען מיר לידער מיט אַזעלכע קעפּלעך ווי: „ייִדישע מעלאָדיע‟, „ייִדישע ניגונים‟. די דאָזיקע לידער זייַנען ליריש און זינגעוודיק, אויסגעהאַלטן אין אַ געוויסן ריטעם פֿון אַ „ייִדישער נשמה‟. די דיכטערין האָט אויך געשריבן אַ היסטאָרישע פּאָעמע „ישׂראל אין מצרים‟. ווייַזט אויס, אַז די אוראַלטע טעמע פֿון שקלאַפֿערייַ און דער קאַמף פֿאַר באַפֿרייַונג האָט פֿאַרכאַפּט די אוקראַיִנישע קלאַסיקערין און זי געשטויסן צו זוכן פּאַראַלעלן אין דער ייִִִדישער און אוקראַַיִִנישער געשיכטע. אינעם יאָר 1904 איז אויך דערשינען איר וווּנדערלעכע פּאָעמע „האָסט אויך אַמאָל געקעמפֿט, מייַן אוקראַיִִנע, פּונקט ווי דאָס פֿאָלק ישׂראל…‟. עס איז פֿאַַַראַַן אין דער דאָזיקער פּאָעמע אַ נעגאַטיווער מאָמענט פֿאַר אַ ייִדיש אויג: דער הויפּט-העלד אין איר איז באָגדאַן כמעלניצקי, וועלכער האָט דאָ פֿאַרנומען דאָס פּלאַץ פֿון משה רבינו. ער איז אין דער פּאָעמע דער פֿאָלקס-מנהיג, וואָס פֿירט זייַן אומה צו דעם „צוגעזאָגטן לאַַנד‟. די דאָָָזיקע מעטאַמאָרפֿאָזע איז קלאָָר, אויב מע נעמט אין אַַכט, אַז דער מערדער פֿון טויזנטער ייִדן באָגדאַן, נאָכן אַרויסברענגען דעם נאָמען, צו וועלכן די ייִדן זייַַנען נוהג צוצוגעבן „ימח שמו‟, איז דער נאַציאָנאַלער העלד פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלק, ווייַל ער האָט אָנגעפֿירט מיט זייער נאַציאָנאַלן אויפֿשטאַנד קעגן דער פּוילישער מאַכט און האָט געבראַכט צו אַ קורצן פּעריאָד פֿון מלוכהשער זעלבשטענדיקייט פֿון אוקראַיִנע (1651־1654). אין דער תּקופֿה פֿונעם אויפֿשטאַַנד זייַַנען אויסגעהרגעט געוואָָרן אַַרום 50 טויזנט ייִדן און חרובֿ געוואָרן צוויי דריטל פֿון ייִדישע קהילות אין יענעם לאַנד.

אין דער דאָזיקער פּאָעמע טרעט אַרויס באָגדאַן ווי דער, וואָס האָט פֿאַראייניקט דאָס פֿאָלק, געקעמפֿט קעגן יענע, וואָס זייען „חושך, שרעק און שׂינאה צווישן ברידער‟. ער טענהט, אַז צוליב אָט דער שׂינאה וועט ווידער אַַנטשטיין די „קנעכטשאַפֿט פֿון מצרים, נאָר נישט אויף פֿרעמדער ערד — אין אונדזער אייגן לאַנד‟. די מצרישע קנעכטשאַפֿט פֿאַרגלײַכט לעסיאַ אוקראַיִנקאַ מיטן גייַַסטיקן גלות פֿון אוקראַַיִִנישן פֿאָלק. דער לעצטער טייל פֿון דער פּאָעמע איז ממש אָנגעפֿילט מיט „ציוניסטישע‟ געדאַנקען פֿון זוכן וועגן צו באַפֿרייַען זיך פֿון אָט דעם גלות:


צי לאַנג נאָך, אָ, גאָט,
וועלן מיר בלאָנדזשען און זוכן די אייגענע ערד,
דאָס אייגענע לאַנד?

און ווידער אַנטשטייט די פֿראַגע פֿון אַ נאַציאָנאַלן מנהיג, וואָס זאָל אָנלערנען זייַן פֿאָלק צו זוכן דעם וועג צום „געלויבטן לאַנד‟, וואָס זאָל קענען באַווייַזן, אַז שׂינאה צווישן ברידער איז די אמתע סיבה פֿונעם „גלות‟:

און דעמאָלט אפֿשר די בענקעניש
נאָך אונדזער ערד
וועט אָנלערנען אונדז,
ווי און וויִאַזוי מיר מוזן זי זוכן.
און דאַן וועט דער טאַטע ווייַזן זייַן זון
אַ ווייַטן זילבער-שטראַל און זאָגן:
דאָרט איז דאָס לאַנד פֿון אונדזער פֿאָלק!
קעמף און שטרעב צום היימלאַנד דייַנעם,
אַניט וועסטו שטאַרבן אין דער פֿרעמד,
פֿאַרגעסן און פֿאַרדאגהט.

ָדי דאָזיקע פּאָעמע האָט אין אָנבליק פֿון קאָנקרעטע היסטאָרישע באַדינגונגען אין דער צייַט, ווען זי איז געשאַפֿן געוואָרן, געהאַט אַ גוואַלדיקן באַדייַט פֿאַרן אוקראַיִנישן נאַציאָנאַלן זעלבסטבאוווּסטזייַן. זי איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן אין די דעמאָקראַַטיש געשטימטע קרייַזן פֿון דער נאַציאָנאַלער אינטעליגענץ, אָבער אינעם סאָוועטישן פּעריאָד איז זי כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. די סיבה דערפֿון איז קלאָר. די צענזור האָט ניט געקענט לייַדן די פּאַראַלעלן מיטן היסטאָרישן גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער די ווינטן פֿון דער באַנייַונג האָבן געטאָן זייערס, און אין 1994 איז די פּאָעמע אין איר פֿולן טעקסט רעציטירט געוואָרן אין דער אוקראַיִנישער טעלעוויזיע פֿון דער באַקאַנטער אַקטריסע אַדאַ ראָגאָווצעוואַ, דערנאָך איז דער טעקסט דערשינען אין דער קיִעווער צייַטונג „אייניקייט‟, וועלכע איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דער דאָרטיקער געזעלשאַַפֿט פֿאַר ייִדישער קולטור און דערציִונג א”נ פֿון שלום-עליכם.

איבערזעצונגען פֿון אוקראַיִניש — מ.י.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s