דער שיינער פֿרימאָרגן

משה לעמסטער

דער שיינער פֿרימאָרגן

סאַראַ שיינער איז הײַנט פֿרימאָרגן
נאָך חלומות בײַנאַכטיקע גרינגע
אויפֿגעשטאַנען אָן דאגות, אָן זאָרגן
מיט אַ פֿריילעכער ליד זיך צעזינגען.

עס האָבן געזונגען די ביימער,
די גראָזן אין לאָנקעס און שעפֿלעך
גלײַך ווי דער מאָרגן דער שיינער
איז אַ ליד פֿון אונדזער באַשעפֿער…

דעצעמבער 2021 – יאַנואַר 2022

די פֿילפֿאַרביקע אַרומען

מיט דער מאַמען גלײַך ווי אַנומלט
בין איך געזעסן אין סאָד אונטער טרויבן
עס האָבן געשטראַלט די אַרומען,
ווי הונדערטער רעגן־בויגנס.

מיט דער ליבער גלײַך ווי דעם זומער
בין איך געליגן אין פֿעלד צווישן סטויגן
פֿילפֿאַרביק געשטראַלט די אַרומען,
ווי הונדערטער רעגן־בויגנס…

גאָט האָט מײַן מאַמען גענומען,
מײַן ליבע צו אים איז געפֿלויגן…
זיך געלאָשן אין די אַרומען
די הונדערטער רעגן־בויגנס…

ס’איז דאָס אייניקל צו מיר געקומען —
מײַן מאַמעס ליפּן, מײַן ליבעס אויגן
ווידער שטראַלן פֿאַר מיר די אַרומען,
ווי הונדערטער רעגן־בויגנס…

דעצעמבער 2021 – יאַנואַר 2022

ניט ווי די מאַמע


מײַן מאַמע די שנײַדערקע אָסנה,
האָט מיר פֿון זײַד און ווינט
אויפֿגענייט פֿליגל ווי פֿאַר אַן אָדלער
און געזאָגט מיר: פֿלי מײַן קינד.

פֿלי צו די שטעט די בלויע,
וווּ טרוימען עס ווערן וואָר,
מענטשן געלערנטע, גרויסע
לעבן און לערנען דאָרט.

פֿלי צו די הימלישע הייכן,
פֿלי אַוועק פֿונעם שטעטל גיך
זאָלסט זיך ניט דאַרפֿן בייגן,
בײַ דעם ניימאַשין ווי איך…

יאַנואַר 7, 2022

קרובֿישאַפֿט

אויפֿן וואַסער פֿון טײַך איך קוק
קוק און קוק און אויפֿהערן קאָן ניט
עס פֿילט דאָס וואַסער פֿון מײַן גוף
קרובֿישאַפֿט מיט לויפֿיקע שטראָמען.

אויף אַ פֿלאַמיקן שײַטער איך קוק
לייג אונטער האָלץ און קוק זיך ווײַטער
עס פֿילט דאָס פֿײַער אין מײַן בלוט
קרובֿישאַפֿט מיט פֿֿלאַמען פֿון שײַטער.

אויף דער זון פֿאַרטאָג איך קוק
פֿונעם אויפֿגאַנג ניטאָ קיין שענערס?
עס פֿילט די ליכט אין מײַן האַרצן גוט,
קרובֿישאַפֿט מיטן באַשעפֿער…

ווינטער־ליבע

סע צעשמעלצן זיך שנייעלעך אויף אירע ליפּן.
כ’האָב די ליפּן געקושט און די טראָפּנס אויף זיי.
געקושט און געשעפּטשעט: ליבע, ליבע…
און אַרום אונדז האָט געטאַנצט דער זאַוויי…

אַ ווינטער־ליבע קאָן דויערן וויפֿל?
וועגן דעם עס ווייסט ניט דער שניי.
געקושט האָב איך הייס אירע קילע ליפּן
און אַרום אונדז האָט געטאַנצט דער זאַוויי…

21 יאַנואַר, 2022, 30 .4 אַזייגער אין דער פֿרי

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s