באָריס סאַנדלער
אַ מיוחסדיק פּאָרפֿאָלק
כ׳פֿלעג זיי שטענדיק זען אין איינעם. זי איז געגאַנגען מיט אַ טראָט, צוויי פֿאַר אים, פּינקטלעכער — זיך גרינג געטראָגן אויף שיך מיט הויכע אָפּצאַסן, דעם קאָפּ אַ ביסל אַרויסגערוקט פֿאָרויס, פֿון די בלאָנד־אָפּגעפֿאַרבטע און אויפֿגעשלאָגענע האָר האָט זיך אַרויסגעקײַקלט אַ לאָקן־צוויי אויפֿן הויכן שטערן, די ליפּן אַקוראַט, נאָר פֿעט אָנגעפֿאַרבט, אָבער נישט זיי און אַפֿילו נישט די ייִדיש־ירושידיקע נאָז האָבן איר פּנים געמאַכט ווײַבעריש צוציִעוודיק, נאָר די אויגן, פֿון וועלכע עס האָט זיך געריסן אין דרויסן אַרויס איר שפּרודלדיקער חיות. זי האָט נישט אויסבאַהאַלטן איר עלטער, פֿאַרקערט, קלוג געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז זי איז נענטער צו נײַנציק איידער אין די אָנהייב פֿון אירע אַכציקער.
ער איז אָפּגעשטאַנען פֿון איר, נאָר געהאַלטן די דיסטאַנץ, ווי אַן אַקטיאָר אויף דער אַוואַנסצענע, בעת די אַפּלאָדיסמענטן, וואָס קומען דער „פּרימ
אַ‟. ער האָט איר פֿאַרגונען צו שפּילן די הויפּט־ראָלע, אָבער נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, ווער איז
ער. זי אַליין האָט זיך געוויצלט, אַז איר מאַן איז וואָס אין דער קאָרט: „ער האָט פֿינעף פּראָפֿעסיעס — געווען אַ פּראָפֿעסאָר־מאַרקסיסט, געפֿירט אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם וועגן כינע, אַ קינסטלער, אַ פֿאָטאָגראַף, און פּרעזידענט פֿון שלום־עליכמס־פֿאָנד‟.
דאָ זײַנען מיר שוין צוגעקומען צום עיקר: איר נאָמען איז בעל קאַופֿמאַן, שלום־עליכמס אייניקל און סידני גלאַק, איר צווייטער מאַן אַ טיכטיקער און אַסימילירטער אַמעריקאַנער ייִד. נישט בעל און אַוודאי נישט סידני האָבן קיין ייִדיש נישט גערעדט. זי האָט פֿרײַ און מיט פֿאַרגעניגן גערעדט רוסיש און ליב געהאַט זיך צו טרעפֿן מיט די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. שלום־עליכם איז דאָך געווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, צו זײַן אָנערקענט מצד דער סאָוועטישער מאַכט און ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם פֿילפֿאַרביקן פֿעלקער־קראַנץ פֿון נאַציאָנאַלע ליטעראַטור־קלאַסיקער. מ׳האָט זי אָבער געקענט אויך ווי אַ שרײַבערין דורך איר ראָמאַן „אַרויף אויף די טרעפּ, וואָס פֿירן אַראָפּ‟, איבערגעזעצט אויף רוסיש אין די סוף 1960ער יאָרן. נאָר דער נאָמען אַליין, אויסער דעם ווערק, איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט און געניצט כּמעט ווי אַן אידיאָמאַטישער אויסדרוק. דווקא דער ייִדישער טייל פֿון אָט דעם דור, וואָס איז אין דער יוגנט פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט בעל קאַופֿמאַנס ראָמאַן, האָט אין די סוף 1980ער, אָנהייב 1990ער איבערגעוואַנדערט אויף „ברײַטאָן ביטש‟. צו דער צײַט, אין אַמעריקע גופֿא, האָט דער זשום און רעש פֿונעם בוך־בעסטסעלער און דעם האָליוווּד־פֿילם, געמאַכט אויפֿן יסוד פֿון דער נאָוועלע, אויסגעוועפּט געוואָרן. פֿאַר די אײַנוווינער פֿון „ברײַטאָן־ביטש‟ און איר עליט באַזונדערס איז בעל קאַופֿמאַן געוואָרן אַ סימבאָל פֿון זייער אונטערגעגאַנגענער וועלט.
אין אַ טאָג האָבן בעל און סידני באַזוכט די „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע. אָפּגעגעבן אַ קורצן שלום־עליכם די מיטאַרבעטער פֿון דער ייִדישער רעדאַקציע, האָט דאָס באַוווּסטע אייניקל זיך גיך געלאָזט צו דער טיר פֿון דער ענגלישער צײַטונג. סידני איז דווקא געבליבן אויף אונדזער ייִדישן טייל, פֿאָטאָגראַפֿירט די מיטאַרבעטער, ביז ער איז צוגעקומען צו דער שוועל פֿון מײַן אָפֿיס. די טיר איז געווען אָפֿן, האָט ער אַרײַנגעקוקט און געפֿרעגט צי ער מעג אַרײַנגיין.
פֿונעם האַלדז אויף אַ רימענדל האָט אַראָפּגעהאָנגען זײַן פֿאָטאָאַפּאַראַט. ער האָט גלײַך געפֿרעגט, צי וועל איך נישט זײַן קעגן, אויב ער וועט מאַכן עטלעכע מײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס. פֿאַר וואָס זאָל איך געווען זײַן קעגן? אַדרבה — ס׳איז פֿאַר מיר אַ כּבֿוד. נאָך דער פֿאָטאָ־סעסיע על־רגל־אַחת, האָט מײַן גאַסט זיך צוגעזעצט צום טיש אַנטקעגן מיר און אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן טאַש אַ ברייטן געלן קאָנווערט. מסתּמא, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, האָט ער געבראַכט אַ פּעקל פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָפּצודרוקן זיי אין דער צײַטונג… עס זײַנען באמת געווען עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס, נאָר זייער ציל איז געווען גאָר אַן אַנדערער.
ער האָט זיי צעלייגט אויף מײַן ברייטן רעדאַקטאָרישן טיש, ווי ס׳וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ סטראַטעגישער מאַפּע, צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון עטלעכע טיילן. זיך אײַנגעקוקט, האָב איך דערזען אַ פֿראַגמענט פֿון אַ בית־עולם. אויפֿן אייבערשטן פּלאַן האָב איך באַלד דערקענט שלום־עליכמס מצבֿה מיט זײַן באַרימטן עפּיטאַף, אויסגעקריצט אויפֿן שוואַרצן מאַרמאָר. פֿון איר, איבער צענדליקער אַנדערע מצבֿות האָט זיך געצויגן אַ דינע ליניע, דורכגעפֿירט מיט אַ פּען, ווי ס׳וואָלט געווען אַ טעלעגראַפֿן־דראָט. מיטן אַנדערן עק האָט די ליניע זיך אָנגעשפּאַרט אין אַ קליינעם ווײַסן פֿירעק. גראָד אין דעם פּונקט האָט אַ טײַט געטאָן דער אָנווײַזפֿינגער פֿון מײַן חשובֿן גאַסט.
— אָט דאָס איז מײַן פֿאָטערס מצבֿה… גאָר נישט ווײַט פֿון שלום־עליכמס קבֿר…
ער האָט אויפֿגעהויבן צו מיר די אויגן און ווירדיק דערקלערט:
— מײַן פֿאָטער איז געווען אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט אין דער אַמעריקאַנער אַרבעטער־באַוועגונג. — און שוין שטילער צוגעגעבן: — ווי איר זעט, בין איך אויך פֿון אַ ייִחוס!
דאָס לעצטע וואָרט האָט ער אַרויסגעבראַכט אויף ייִדיש.
מעשׂים־טובֿים…
נישט ווייניק שרײַבערס פֿון די נאָבעל־פּרײַז־געווינערס האָבן ערלעך פֿאַרדינט דעם העכסטן פּרײַז פֿאַר זייערע ווערק, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס שווערע און ביטערע לעבן פֿון די „דערנידעריקטע און באַליידיקטע‟ אין דער געזעלשאַפֿט. איך האָב אָבער נישט געהערט, אַז עמעצער פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן זאָל געווען, כאָטש אַ טייל פֿון דעם מיליאָניקן פּריז, אויסגעבן אַרויסצוהעלפֿן אויף אַ ממשותדיקן אופֿן די לעבעדיקע אָפּגעשטויסענע מענטשן, אַזוי טיף און קינסטלעריש באַשריבן מיט דער שרײַבערישער פּען.
ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור געהערן אויך, קאָן מען זאָגן, צו דער חבֿרה „דערנידעריקטע און באַליידיקטע‟. דעריבער איז די ייִדישע וועלט אין יאָר 1978 אַזוי אויפֿגעמונטערט געוואָרן נאָך דעם באַשלוס פֿונעם נאָבעל־פּרײַז־קאָמיטעט צוטיילן די העכסטע און חשובֿסטע באַלוינונג פֿאַר ליטעראַטור דעם ייִדישן שרײַבער יצחק באַשעוויס־זינדגער.
אפֿשר האָב איך אַ טעות, כ׳האָב אָבער קיין מאָל נישט געהערט, אַז אונדזער גרויסער שרײַבער זאָל געווען שאַפֿן אַ פֿאָנד, אַ סטיפּענדיע, כאָטש עפּעס אַ סובסידיע לטובֿת ייִדיש — קיין סענט נישט.
אַדרבה: איך דערמאָן זיך, אַז ווען דער „פֿאָרווערטס‟, וווּ דער ייִדישער נאָבעל־לאַורעאַט האָט אָפּגעאַרבעט זײַן גאַנץ שאַפֿעריש לעבן, האָט אין 2004 אַרויסגעלאָזט אַ געטאָפּלט קאָמפּאַקט־דיסקל „אין מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟, גלענצנדיק געלייענט פֿון דוד ראָגאָוון, האָט גאָר אין גיכן זיך מיט דער רעדאַקציע פֿאַרבונדן דער אַדוואָקאַט, וואָס שטייט אויף דער וואַך פֿון באַשעוויס׳ דרוקרעכט, און געפֿאָדערט מע זאָל באַצאָלן אַ געוויסן סכום. און מ׳האָט געמוזט באַצאָלט, נישט געקוקט דערויף, וואָס די אַלע דערציילונגען האָט באַשעוויס שוין געהאַט אַמאָל אָפּגעדרוקט אינעם „פֿאָרווערטס‟ און באַקומען געלט!
אַ טובֿה נאָכן טויט
מעגלעך, די גרעסטע פּראָבלעם, בשעתן שרײַבן דעם היסטאָריש־קרימינעלן ראָמאַן מײַנעם, פֿאַרבונדן מיט די בלוטיקע געשעענישן אַרום דעם קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟, — איז געווען דאָס אויסגעפֿונען און זיך באַקענען מיט די דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן פֿון סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. וווּ כ׳זאָל זיך נישט געווען אַ וואַרף טאָן, פֿלעג איך זיך אָנטרעפֿן אויף אַן אָפּזאָג. כ׳האָב אין טאָלק נישט גענומען: פֿון וועמען האָט מען די אָפּשרעקעוודיקע שטעמפּלעך „פֿולקום געהיים‟ — אויף די דאָקומענטן, בראָשורן, שוואַרץ־מאהקער פּרעסע פֿון יענע ווײַטע צײַטן מער אויסגעבאַהאַלטן — פֿון די ייִדן, זיי זאָלן זיך, חלילה, נישט קאָנען פֿאַררופֿן אויף זיי, צי פֿון דער אויפֿגעקומענער גוואַרדיע רוסישע פֿאַשיסטן, זיי זאָלן נישט קאָנען איבערנעמען די דערפֿאַרונג פֿון זייערע פֿאָרגייער.
מײַן קלאָגן זיך האָט איין מאָל דערהערט יחיאל שרײַבמאַן.
— שרײַב אָן אין לענינגראַד צו ווילסקערן, — האָט ער, אַרויסשלעפּנדיק פֿון דער קעשענע אַ צעקנייטש נאָז־טיכל, געקראָגן פֿון דאָרט אויך זײַן עצה, — ער איז אַ גרויסער קענער און האָט אַ צוטריט צו דעם, וואָס דו דאַרפֿסט… כ׳וועל דיר געבן זײַן אַדרעס.
און געדאַרפֿט האָב איך אַ קאָפּיע פֿון די אַזוי גערופֿענע „פּראָטאָקאָלן פֿון זיקני־ציון‟, ריכטיקער, אייניקע אויסצוגן פֿון דער אַנטיסעמיטישער מאַכאַרײַקע. די דאָזיקע „פּראָגראַם‟, וויִאַזוי די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די גאַנצע וועלט, איז צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער סאַנקט־פּעטערבורגער צײַטונג „זנאַמיאַ‟ (די פֿאָן), וואָס ס׳האָט אַרויסגעלאָזט דער פֿאַרברענטער שׂונא־ישׂראל פּאַוואָלאַקי קרושעוואַן.
לייב ווילסקערן האָב איך געזען אין דער רעדאַקציע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ פֿאַרבײַגייענדיק, בשעת מײַן לערנען זיך אויף די העכסטע ליטעראַטור־קורסן. כ׳האָב געלייענט אינעם זשורנאַל זײַנע אוניקאַלע פֿאָרש־אַרטיקלען, בפֿרט וועגן יהודה הלוי. אַזעלכע מאַטעריאַלן זײַנען דעמאָלט בכלל געווען אַ זעלטנהייט נישט נאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן באַלד איבערגעדרוקט ווערן אין אויסלאַנד. ווילסקער האָט אויסגעזען אַנדערש פֿון די אָפֿטע אַרײַנגייער אין רעדאַקציע. ער האָט שטיל, מיט ברייטע ווייכע טריט, געוואָלט וואָס גיכער גובֿר זײַן דעם אָפֿענעם געראַמען אייבערשטן צימער און זיך פֿאַרלירן אין דעם לאַנגן פֿינצטערן קאָרידאָר, וואָס האָט געפֿירט צו די עטלעכע ביוראָען פֿון די מיטאַרבעטערס; בלויז אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ דער סעקרעטאַרשע בײַם טיש לעבן הויפּט־רעדאַקטאָרס טיר.
איך האָב נישט געוואַגט אים אָפּצושטעלן. וווּ קום איך, מיט מײַנע ערשטע נעבעכדיקע דערציילונגען, אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל, צו אָט דעם העברעיִסט, דעם גרויסן מומחה פֿון די באַהאַלטענע אַרכיוואַלע אוצרות?!
פֿון דעסטוועגן, האָב איך ווילסקערן אָנגעשריבן אין לענינגראַד און דערקלערט אים מײַן בקשה. ס׳האָט גענומען אַ היפּש ביסל צײַט. כ׳האָב שוין אָנגעהויבן חרטה צו האָבן: אַזאַ פֿאַרנומענער מענטש, פֿאַרטיפֿט אין וויכטיקע אויספֿאָרשונגען, וועט ער זיך נעמען גריבלען אין דעם פֿאַרמיסטיקטן געשיכטע־שיכט, כּדי צו קאָפּירן די עטלעכע זײַטלעך, וואָס איך דאַרף…
און פּלוצעם קומט פֿונעם זשורנאַל אָן די ביטערע בשׂורה: דעם 19טן פֿעברואַר איז געשטאָרבן לייב ווילסקער. אַ האַרץ־אַטאַק. ממש מיט צוויי טעג שפּעטער, געפֿין איך אין מײַן פּאָסט־קעסטל אַ בריוו פֿון לענינגראַד:
חבֿר סאַנדלער, אַנטשולדיקט, וואָס כ׳האָב פֿאַרשלעפּט דעם ענטפֿער אויף אײַער בקשה. איך שיק אײַך איבער עטלעכע נעגאַטיוון פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס איר האָט געבעטן. ליידער, זײַנען זיי ניט פֿון דער בעסטער קוואַליטעט, אָבער מע קאָן זיי איבערלייענען.
איך ווינטש אײַך דערפֿאָלג אין אײַער אַרבעט. אויב איר וועט דאַרפֿן פֿון מיר נאָך עפּעס אַ טובֿה, שעמט זיך נישט.
אײַער לייב ווילסקער
15/2/88
כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אינעם אויפֿגעריסענעם קאָנווערט, וווּ עס זײַנען געלעגן עטלעכע שוואַרצע פֿירעקיק אָנגעשניטענע פֿילם־שטיקלעך…
„הינטערמאָסקווער פֿאַרנאַכטן‟
מיט מיכל באַראַן (מיטן טראָפּ אויפֿן ערשטן אַלף) האָט אונדז צונויפֿגעפֿירט די ראַדיאָ־פּראַגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟ — אַ ייִדישער ראַדיאָ־זשורנאַל אויף WEVD. זײַן דראַמאַטישן באַס־באַריטאָן האָב איך געהערט נאָך פֿריִער, בעת דעם אַזוי גערופֿענעם „קולטור־סדר‟ אויף פּסח בײַם „אַרבעטער־רינג‟. מיכל באַראַן האָט דעם סדר געפֿירט, אַרײַנלייגנדיק אין דעם זײַן גאַנץ האַרץ און דאָס ביסל ייִדישקייט, אַרויסגעטראָגן פֿון דער פֿאַרברענטער אַלטער היים. קיין בעסערע קאַנדידאַטור צו אינפֿאָרמירן די לייענער וועגן די אַלגעמיינע נײַעס איבער דער וועלט, האָב איך פֿאַר מײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם נישט געזוכט און וואָלט סײַ ווי נישט געפֿינען.
בײַ זײַן גאַנצער ברייטהאַרציקייט און ליבשאַפֿט צו מענטשן, בײַ זײַן צוציִנדיקן כאַראַקטער און דאָס קענען אונטערצוטראָגן אַ מעשׂה, האָט אין אים פֿאָרט געטליִעט אַ פֿײַערל, וואָס האָט זיך נישט געלאָזט אויסלעשן און ער גופֿא האָט אָט דעם פֿײַערל נישט געגעבן זיך צעברענען.
ער האָט גוט גערעדט רוסיש, הגם זײַן ייִדיש־ענגלישער אַקצענט האָט צוגעהאַמעוועט דעם פֿליסיקן דערציילערישן גאַנג. רוסיש איז אין זײַן זכּרון געווען פֿאַרבונדן מיטן דינען אין דער רויטער אַרמיי, אין וועלכער ער האָט פֿיר יאָר געפֿירט זײַן אייגענע מלחמה, זיך נוקם געווען פֿאַר זײַן טאַטע־מאַמע, ברידער און שוועסטער, אַלע זײַנע בני־עיר פֿונעם שטעטל אָשמיאַנע, ניט ווײַט פֿון ווילנע. ווי גרויס איז געווען זײַן שׂינאה צום שׂונא און זײַן גבֿורה זאָגט עדות דער פֿאַקט, אַז אין זײַנע ערשטע שלאַכטן איז מיכל אַוועק ווי אַ פּשוטער סאָלדאַט און די מלחמה פֿאַרענדיקט ווי אַן אָפֿיצער, אַ קאַפּיטאַן.
דווקא וועגן אָט דעם העלדישן טייל פֿון זײַן לעבן איז ער געווען דערציילעריש קאַרג אויף אַ וואָרט, ווי עפּעס וואָלט נישט געלאָזט אים עפֿענען ברייטער דאָס פֿענצטער פֿון זײַנע דערמאָנונגען. כ׳האָב אים קיין פֿראַגעס נישט געשטעלט, הגם איין מאָל פֿאָרגעלייגט צו מאַכן מיט אים אַ שמועס אויף אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם, געווידמעט דעם נצחון־טאָג. מיכל האָט זיך אָפּגעזאָגט, ריכטיקער, געפֿונען אַ תּירוץ זיך אַרויסצודרייען. נאָר איין מאָל האָב איך בײַ אים פֿאָרט געפֿרעגט, ווי אַזוי זשע איז אים אין יענער צײַט, זײַענדיק אַן אָפֿיצער אין דער רויטער אַרמיי, אײַנגעפֿאַלן אַזאַ ווילדער געדאַנק צו אַנטלויפֿן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד?
מיכל האָט אַ קוק געטאָן אויף מיר מיט זײַן גוטמוטיקן שמייכל. כ׳האָב געמיינט, אַז דערמיט וועט זיך עס אויסלאָזן. ווײַטער האָט ער גערעדט אויף רוסיש:
— כ׳בין דעמאָלט שוין געווען אַ חתונה־געהאַטער. געדינט אין בערלין. ווי איר ווייסט, איז בערלין דעמאָלט געווען צעטיילט אויף פֿיר זאָנעס: סאָוועטישער, אַמעריקאַנער, בריטישער און פֿראַנצייזישער. מײַן קאָמאַנדיר, קאָלאָנעל זעלדין, האָט מיך אין אַ נאַכט אַרויסגערופֿן צו זיך אין שטאַב. קיין לאַנגער שמועס איז נישט געווען: באַקומען אַ פּריקאַז — פֿיר אויס! שוין בײַם פֿאַרלאָזן אים, איז זעלדין אַרויסגעגאַנגען מיט מיר אין דרויסן. פֿאַררייכערט אַ פּאַפּיראָס, האָט ער זיך פּלוצעם צו מיר אָנגערופֿן אויף מאַמע־לשון, וואָס ביז אַהער האָב איך פֿון אים קיין מאָל קיין ייִדיש וואָרט נישט געהערט: „כ׳ווייס, ביסט געקומען פֿונעם אורלויב אין ווילניוס מיט דײַן יונג ווײַבל.‟ — „טאַק טאָטשנאָ!‟ — האָב איך אים געענטפֿערט אויף רוסיש. ער האָט זיך צו מיר אָנגעבויגן, ממש שיִער נישט אָנגערירט מיט זײַן נאָז מײַן אויער און געזאָגט ווײַטער: „נעם דײַן יונג ווײַבל און שטעל פֿיס אַהין, צו זיי… האָסט מיך פֿאַרשטאַנען?!‟ ווי איר זעט איצט, באָריס, האָב איך אים פֿאַרשטאַנען, מײַן קאָמאַנדיר…
ער האָט נישט געהערט דאָ צו די אַמעריקאַנער וועטעראַנען־אָרגאַניזאַציעס; געווען „צוגעשריבן‟ צו דער קאַטעגאָריע חורבן־געראַטעוועטע. ס׳האָט אים אָבער פֿאַרט געצויגן צו זײַנע „רוסישע‟ פֿראָנטאָוויקעס, באַזונדערס אין די ערשטע מײַ־טעג, ווען אויף ברײַטאָן ביטש פֿלעגן יעדעס יאָר פֿאָרקומען פּאַראַדן לכּבֿוד דעם גרויסן זיג. ער אַליין, ווי כ׳האָב געוווּסט, האָט זיך אין זיי נישט באַטייליקט, געשטאַנען בײַ דער זײַט און אָנגעקוועלט פֿון די בראַווע אַלטע לײַט מיט די גלאַנצנדיקע מעדאַלן אויפֿן רעקל. געוויס, אַז אויך מיכל האָט געהאַט מיט וואָס זיך צו באַרימען — נישט יעדער סאָלדאַט ווערט אַ קאַפּיטאַן, בפֿרט אַ ייִד, נאָר מיכל האָט קיין מאָל זײַנע אויסצייכענונגען נישט אָנגעטאָן. און פּלוצעם נאָך אַזאַ מײַ־טאָג אויף ברײַטאָן־ביטש, שטעלט זיך מיכל אַרײַן אין מײַן אָפֿיס און שוין פֿון דער שוועל הייבט ער אָן צו דערציילן:
— איר פֿאַרשטייט, באָריס, איך שטיי זיך אין אַ זײַט צווישן מענטשן, שוין נאָך דעם שיינעם פּאַראַד און פּלוצעם הער איך ווי עמעצער שרײַט צו מיר: „מישקאַ… מישקאַ, זשיוואָי!‟ [1] — און איך זע, ווי צו מיר שטופּט זיך דורך אַ מאַנספּאַרשוין אין מײַן עלטער, אָנגעטאָן אין אַן אָפּגעריבענער גימנאַסטיאָרקע, די מעדאַלן קלינגען און אין די אויגן שטייען בײַ אים טרערן. ער כאַפּט מיך אַרום און כ׳הער ווידער: „מישקאַ, זשיוואָי… קאָמאַנדיר!‟ — איר פֿאַרשטייט, באָריס, ער האָט מיך דערקענט…
מיכל האָט אָפּגעקערעוועט זײַן גרויען קאָפּ און כ׳האָב פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. כ׳האָב דעם „קער‟ פֿאַרגעדענקט פֿון מײַן טאַטנס קורצע דערציילונגען וועגן זײַנע מלחמה־איבערלעבענישן. ער איז דאָך געווען מיט מיכלען פֿון איין דור. און כ׳האָב קיין מאָל קיין איין זײַנע דערמאָנונג נישט דערהערט ביזן סוף, זיי זײַנען אים געבליבן שטעקן אין גאָרגל…
כ׳האָב דערפֿילט, אַז ס׳איז געקומען די פּאַסיקע מינוט און כ׳האָב ווידער געמאַכט אַ פּרוּוו: „מיכל, טײַערער, לאָמיר מאַכן אַ שמועס מיט אײַך אויף דעם ראַדיאָ… איר זײַט דאָך אַ העלד!‟
מיכל האָט אויסגעהאַלטן אַ ווײַלע זיך צו באַרויִקן און, אַ פּנים, אײַנשטילן מײַן ספּריטניקייט.
— הערט, באָריס, אויס מיט קאָפּ, — האָט ער שטיל אָנגעהויבן: — איך האָב שטענדיק ליב געהאַט רוסישע לידער. כ׳האָב אין דער היים אַ גאַנצן פּאַק פּלאַטעס מיט רוסישע און סאָוועטישע לידער. אין די 60ער יאָרן, אין סאַמע ברען פֿון דער אַזוי גערופֿענער קאַלטער מלחמה, איז די רוסישע קראָם אין מאַנהעטן געווען די איינציקע אין גאַנץ ניו־יאָרק, וווּ מ׳האָט געקאָנט קויפֿן אַ רוסישע פּלאַטע, אַ רוסיש בוך און פֿאַרשיידענע רוסישע סוּווענירן מיט שוואַרצן רויג בתוכם. קיין שוואַרצן רויג האָב איך נישט געדאַרפֿט, אָבער נאָך אַ נײַער פּלאַטע פֿלעג איך אַהין אַרײַנגיין פֿון צײַט צו צײַט. דעמאָלט איז זייער פּאָפּולער געווען דאָס ליד „הינטערמאָסקווער פֿאַרנאַכטן‟, האָב איך עס געוואָלט האָבן. אין אַ טאָג, שוין אַרויסגייענדיק פֿון דער רוסישער קראָם מיט דער נײַער קניה, האָב איך פּלוצעם באַמערקט, ווי עס גייט מיר נאָך אַ הויכער ברייטפּלייציקער פּאַרשוין. לאַנג האָט ער מיך נישט געלאָזט פּנים־אל־פּנים מיט מײַנע ספֿקות און חשדים. ווי נאָר כ׳האָב פֿאַרלאָזט די רעשיקע „אַוועניו‟ און פֿאַרקערעוועט אויף אַ שטילערער „סטריט‟, האָט ער מיך אָנגעיאָגט און געוויזן זײַן שײַן. ער האָט מיך געבעטן ווײַזן די פּלאַטע, זי אַרויסגענומען פֿונעם קאָנווערט און באַטראַכט פֿון ביידע זײַטן. דערנאָך, אָנרופֿנדיק מיך בײַם נאָמען, כאָטש כ׳האָב זיך פֿאַר אים נישט פֿאָרגעשטעלט, איבערצײַגעוודיק געבעטן, כ׳זאָל מער אין דער קראָם נישט גיין. ער האָט צו מיר קרום אַ שמייכל געטאָן און בײַם געזעגענען זיך געגעבן מיר אַן עצה, כ׳זאָל מער הערן אַמעריקאַנער לידער, זיי זײַנען נישט ערגער פֿון די רוסישע…
כ׳ווייס נישט פֿאַר וואָס, נאָר דאָס איינציקע, וואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן בײַ מיכלען איז געווען: צי זײַנען אים כאָטש די לידער אויף דער סאָוועטישער פּלאַטע געפֿעלן געוואָרן?
מיכל האָט זיך צעלאַכט:
— כ׳האָב די דאָזיקע פּלאַטע מער קיין מאָל נישט געזען. דער מאַנספּאַרשוין האָט זי בײַ מיר אָפּגענומען. זעט אויס, אים איז אויך געפֿעלן געווען דאָס ליד „הינטערמאָסקווער פֿאַרנאַכטן‟.
[1] זשיוואָי (רוס.) — אַ לעבעדיקער
דאָס אמתע אייניקל, דעם זיידנס
בײַם אַלטן פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש, האָב איך זיך געלערנט אין דעם אינסטיטוט פֿון קונסט בלויז איין סעמעסטער. ער האָט אונדז געלייענט אַ קורס לעקציעס וועגן דעם מוזיקאַלישן אָפּערע־סטיל „וועריזם‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז כ׳פֿלעג אים אויך פֿריִער נישט איין מאָל זען אין די קאָרידאָרן פֿון אונדזער אינסטיטוט — אַ קליינטשיקער, דער קײַלעכדיקער אָפּגעגאָלטער קאָפּ אַרײַנגעצויגן אין די שמאָלע אַקסלען, האָט ער זיך גיך באַוועגט אויף די קורצע פֿיס, צודריקנדיק צום בײַכל אַ דיקן באַנד פֿון אַן אָפּערע־קלאַוויר. מעגלעך, צוליב זײַן קליינוווּקסיקייט האָבן זיך אים די אויגן שטענדיק געריסן פֿונעם פּנים אַנטלויפֿן אַרויף, אָבער די ברעמען, פֿעט אָנגעצייכנט מיט שוואַרצער פֿאַרב, ווי בײַ אַן אַקטיאָר אין טעאַטער, אַז אויך אויף פֿון דער גאַליאָרקע זאָל מען זיי קאָנען זען, האָבן די אויגן אָפּגעהאַלטן אויפֿן אָרט.
בײַ די סטודענטן האָט ער געהאַט אַ שם פֿון אַ שטרענגן און אַפֿילו אַ בייזלעכן לערער, וואָס קיין פּשרות און הנחות אויף די עקזאַמענס גייען בײַ אים נישט דורך. צו דער ערשטער לעקציע איז ער געקומען מיטן קלאַסן־זשורנאַל אונטערן אָרעם; אָבער ער האָט אים נישט אויפֿגעבלעטערט, נאָר אַ וואַרף געטאָן אַן אַרומנעמיקן בליק איבער דער קליינער גרופּע סטודענטן, ווי געכאַפּט זיי אַלע אין אַ נעץ, און געבעטן, אַז יעדער זאָל אויפֿשטיין און אָנרופֿן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען. דערהערט דעם פֿאַמיליע־נאָמען פֿונעם סטודענט, האָט ער אים גלײַך איבערגעחזרט, נאָר שוין אויף זײַן אייגענעם אופֿן. ווען ס׳איז געקומען צו מיר, האָט ער מיך פֿאַרוואַנדלט אין עפּעס אַ פֿראַנצויזל מיטן נאָמען SandlEr. צוגעקאַטשעט זיך צום פֿאָרטעפּיאַן, איז ער אַרויף אויפֿן בענקל און גלײַך אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן סחורה —שפּילן אויסנווייניק אויסצוגן פֿון פֿאַרשיידענע אָפּערעס און זינגען די וואָקאַל־פּאַרטיעס אויף דער שפּראַך, אויף וועלכער זיי זײַנען לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן. אין אַ מאָמענט פֿלעגט ער איבעררײַסן זײַן שפּילן, אַ טײַט טאָן מיטן פֿינגער אין אַ סטודענט, וואָס האָט נעבעך באַלד געדאַרפֿט אָנרופֿן דעם קאָמפּאָזיטאָר, דאָס ווערק און וואָס איז דער אויסצוג. בײַם פּראָפֿעסאָר האָט עס געהייסן, דורכפֿירן אַ „געהירן־מאַסאַזש‟…
אין יענע, אָנהייב 1970ער יאָרן, האָב איך געוווּסט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור נישט מער ווי ס׳רובֿ ייִדישע יונגע־לײַט פֿון מײַן דור. כּמעט גאָרנישט! דעם נאָמען שלום־עליכם האָב איך בפֿירוש געהערט, כ׳בין דאָך אויפֿגעוואַקסן אויף דער גאַס אין בעלץ, וואָס איז זינט 1959, אַקוראַט צו זײַן 100־יאָריקן יוביליי, אָנגערופֿן געוואָרן אויף זײַן נאָמען. מײַנע קענטענישן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן אויך אַרײַנגעכאַפּט דעם נאָמען מענדעלע מוכר ספֿרים, כ׳בין אָבער איצט נישט זיכער, צי כ׳האָב דעמאָלט געוווּסט, אַז זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש.
צונויפֿפֿירן דעם ייִחוס פֿון אונדזער פּראָפֿעסאָר אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש מיטן קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מענדעלע מוכר ספֿרים, איז מיר, צוליב מײַן עם־הארצות, נישט אײַנגעפֿאַלן. וועגן דעם האָט מיר שפּעטער דערציילט יחיאל שרײַבמאַן, וואָס האָט אַ געוויסע צײַט געוווינט בשכנות סײַ מיטן אייניקל און סײַ מיטן אוראייניקל, דאָס הייסט, מיט דער איינציקער טאָכטער פֿון מײַן פּראָפֿעסאָר יעלענאַ, אויך אַ מוזיקאָלאָג. כ׳האָב זי גוט געקענט נאָך פֿאַר איר טאַטן, בשעתן לערנען זיך אינעם קעשענעווער מוזיק־טעכניקום, וווּ זי האָט געאַרבעט.
אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1900 אין אָדעס בײַ זײַן זיידע־באָבעס מיזינקע נאַדיאַ. זײַן פֿאָטער האָט געהייסן וולאַדימיר, נאָר געטראָגן האָט אַלכּסנדר דווקא דעם זיידנס פֿאַמיליע־נאָמען. ער איז שוין געווען אַ היפּשער בחור, ווען זײַן באַרימטער זיידע איז געשטאָרבן; אָבער דעם זיידנס עזבֿון האָט אים ווייניק אינטערעסירט. אָדעס האָט שוין אין יענע יאָרן געשמט מיט טאַלאַנטירטע מוזיקער, אַזוי אַז דער וועג אין מוזיק איז בײַם יונגן אַלכּסנדר געווען נישט קיין צופֿעליקער. אָבער נישט נאָר מוזיק, אויך יוריספּרודענץ האָט אים צוגעצויגן. פֿון דעסטוועגן, האָט ער זײַן לעבנס־קאַריערע אויפֿגעשטעלט אין מוזיק.
הגם דעם זיידנס נאָמען האָט די סאָוועטישע מאַכט בכּבֿודיק אָפּגעשאַצט, האָט אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש זיך נישט זייער פֿאַרשפּרייט און זיך נישט אַרומגעטראָגן מיטן משפּחה־ייִחוס. ער אַליין, ווי אַ געטרײַער קאָמוניסט, האָט גוט געוווּסט, אַז די ווינטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קאָנען בלאָזן מיט אַ גיפֿטיקער קעלט, ביז פֿאַרפֿרוירן צו ווערן אויף טויט, בפֿרט ווען עס קומט צו ייִדן.
אַבראַמאָוויטש איז שוין געווען אַ געניטער לערער פֿון מוזיק־געשיכטע, ווען ער, נאָך דער עוואַקואַציע אין דער סיבירער שטאָט אירקוטסק, איז געקומען קיין קעשענעוו אין 1949, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן מיט אַנדערע אויסגעפּרוּווטע קאַדרען די קעשענעווער קאָנסערוואַטאָריע, וואָס האָט זיך דעמאָלט ערשט געשטעלט אויף די פֿיס…
אויפֿן וועג אַהיים, גלײַך בײַ די טרעפּ אין דרויסן פֿלעגט דעם פּראָפֿעסאָר אַבראַמאָוויטש אָפּוואַרטן זײַן פֿרוי, באַזונדערס אין די קאַלטע נאַסע טעג. כ׳האָב איין מאָל געזען, ווי זי איז צו אים צוגעלאָפֿן, טיפֿער אַראָפּגערוקט דאָס ווינטערדיקע היטל אויפֿן קאָפּ, עלעהיי געקאָנט דעם מאַן אינעם היטל אײַנפּאַקעווען און פֿאַרהיטן פֿון קעלט, און צוגעבינדן די צוויי שנירלעך פֿון די קליאַפּעס אונטער זײַן שפּיציקן קין. אונדזער אַלטער שטרענגער פּראָפֿעסאָר איז גלײַך אויף מײַנע אויגן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ העפֿלעך ווויל אייניקל,
ווי אויף דער באַוווּסטער פֿאָטאָגראַפֿיע מיטן באַרימטן זיידן, מענדעלע מוכר ספֿרים.
„טויטע וואַסער‟ און „לעבעדיקע וואַסער‟
נישט לאַנג צוריק בשעתן לייענען אַ פֿאָרש־אַרבעט, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, איז מיר געקומען אויפֿן זינען דאָס מעשׂהלע וועגן דער „טויטער וואַסער‟ און „לעבעדיקער וואַסער‟.
אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר טראָגט אין זיך דאָס „לעבעדיקע וואַסער‟ אַ כּישוף־כּוח אויפֿצולעבן דעם טויטן קערפּער. אָבער איידער מע באַשפּריצט דעם מת מיט „לעבעדיקן וואַסער‟, מוז מען דעם טויטן קערפּער באַשפּריצן מיטן „טויטן וואַסער‟. פֿאַר וואָס? מחמת ערשט נאָך דעם ווערט דער פֿאַרשטאָרבענער פֿאַרוואַנדלט אין אַן עכטן בר־מינן. אויף אַזאַ אופֿן איז זײַן גוף שוין גרייט מקבר צו זײַן.
דער פֿאָרשער פֿון דער אַרבעט, להבֿדיל, האָט שטרענג און פּינקטלעך אויסגעפֿירט די גאַנצע פּראָצעדור פֿון „באַשפּריצן דעם גוף‟ מיט „טויטן וואַסער‟, אָבער אין גאַנצן פֿאַרגעסן אינעם כּישוף־כּוח פֿון דעם „לעבעדיקן וואַסער‟. און נאָך קומט מיר אין קאָפּ אַרײַן: וואָס וואָלט געשען, ווען די אַלע פֿוסנאָטעס אין איינעם מיט די ציטאַטעס, וואָס ער ברענגט אויף שריט און טריט, וואָלטן פּלוצעם נעלם געוואָרן פֿונעם בוך?
כ׳דערמאָן זיך, ווי איינער אַ פֿרײַנד מײַנער האָט מיר געגעבן אַן עצה: „אַז דו ווייסט נישט וואָס צו שרײַבן, שטעל אַרײַן אַ ציטאַט!‟ כ׳האָב זײַן עצה קיין מאָל נישט געפֿאָלגט, כאָטש ער האָט עס געמיינט מיט גוטן; און נישט, ווײַל כ׳בין אַ בקי און ווייס תּמיד וואָס צו זאָגן. כ׳מיין פּשוט, אַז אַ שרײַבער אין אונטערשייד צו אַ פֿאָרשער קאָן זיך פֿאַרגינען נישט דערזאָגן, איידער רעדן מיט פֿרעמדע רייד. אין דעם ניט־דערזאָגן שטעקט אויך דאָס ביסל „לעבעדיק וואַסער‟, מיט וועלכן ער באַשפּריצט זײַן שאַפֿונג.