נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 54

מלחמה — אַן אַלט־נײַע טראַגעדיע!

דעם 24סטן פֿעברואַר גאַנץ קאַיאָר איז רוסלאַנד אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט פּוטין אָנגעפֿאַלן אויף דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע — זיך אַרײַנגעבראָכן מיט אַ ריזיקער אַרמיי, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מחנה גזלנים אויפֿן גרויסן שליאַך. אויף אַזאַ אופֿן איז דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939 היטלערס דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן. דער תּירוץ איז געווען צו באַפֿרײַען גדאַנסק, וווּ ס׳רובֿ אײַנוווינער זײַנען געווען דײַטשן. „דאַנצינג‟, ווי די דײַטשן האָבן די שטאָט גערופֿן, איז נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, געוואָרן „אַ פֿרײַע שטאָט‟ אונטערן דאַך פֿון פּוילן.

ווי אַ תּירוץ פֿון דער רוסישער אינוואַזיע אין אוקראַיִנע זײַנען געוואָרן די צוויי סעפּאַראַטיסטישע געגנטן, אַ טייל פֿון אוקראַיִנע, מיט גרעסערע שטעט דאָנעצק און לוגאַנסק. טאַקע זייער קריוודע האָט זיך אָנגענומען פּוטין און אויסגעלאָזט זײַן גיפֿט צו גאַנץ אוקראַיִנע. גוטע זיבן יאָר נאָכן אָפּכאַפּן בײַ אוקראַיִנע דעם האַלב־אינדזל קרים האָט די רוסלענדישע פֿעדעראַלע פּראָפּאַגאַנדע־מאַשינעריע געשיט שׂינאה־פֿײַער אויף אוקראַיִנע און איר פֿאָלק….

און אָט איז עס געשען. אויף די אויגן פֿון דער גאָרער וועלט, נאָך איבער 70 יאָר זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דווקא רוסלאַנד, אַ טייל פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט אַזוי שרעקלעך געליטן פֿון דער נאָצישער אינוואַזיע, האָט בײַ זיי איבערגענומען די טאַקטיק און סטראַטעגיע און צעבינדן אַ בלוטיקע שחיטה אין אייראָפּע.

ווײַטער גיב איך איבער דאָס וואָרט אונדזער שטענדיקן מחבר און איינעם פֿון די גרעסטע מוזיקער פֿונעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט יעווגעני קיסין:

אַ מלחמה — איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ גרויסער אומגליק, וואָס האָט געבראַכט מיט זיך טרערן, בלוט און טויזנטער, מעגלעך, מיליאָנען מענטשלעכע קרבנות. אַן אַגרעסיווע מלחמה, ווען די אַרמיי פֿון איין לאַנד, ברעכנדיק אַלע הסכּמס, רײַסט זיך אַרײַן אויפֿן שטח פֿון אַ צווייט לאַנד, וואָס האָט אים מיט קיין מלחמה נישט געדראָט און איז אויף אים נישט אָנגעפֿאַלן, — ווערט שוין דעפֿינירט ווי אַ פֿאַרברעכערישע מלחמה, וואָס קאָן נישט זײַן באַרעכטיקט.

ווי באַוווּסט, האָבן די הויפּט־נאַציסטישע מיליטערישע פֿאַרברעכערס נאָכן אורטייל פֿונעם נירנבערגער פּראָצעס פֿאַרענדיקט זייער לעבנסוועג ווער אויף אַ תּליה, און ווער אין דער תּפֿיסה. די שולדיקע אין די פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט בעת דער מלחמה אין יוגאָסלאַוויע אין די 1990ער יאָרן זײַנען פֿריִער אָדער שפּעטער פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט אין גאַאַג; זיי האָבן אויך נישט אויסגעמיטן צו באַקומען זייער פֿאַרדינטע שטראָף.

צום גרויסן באַדויערן, נישט אַלע, וואָס צעבינדן פֿאַרכאַפּערישע מלחמות, באַקומען זייער שטראָף בײַם לעבן, אָבער קיינעם האָט זיך נאָך נישט אײַנגעגעבן אויסצומײַדן דעם מישפּט פֿון דער געשיכטע. אינעם זכּרון פֿון די קומענדיקע דורות וועלן זיי אויף שטענדיק פֿאַרבלײַבן ווי רוצחים און בלוטדורשטיקע פֿאַרברעכערס.

פֿעברואַר 24, 2022, דירפֿילד ביטש — פּראָג

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s