
נישט לאַנג צוריק האָב איך באַקומען פֿון דער איבערזעצערין מירע מאָסטאָוואַיאַ אַן אינטערעסאַנטע טאַבעלע, וווּ זי האָט אויסגעשטעלט אידיאָמעס, אויסדרוקן, שפּריכווערטער און סענטענצן, אויסגעפֿונען אין אליעזר שטיינבאַרגס משלים און פֿאַרטײַטשט זיי אויף רוסיש.
ד״ר מירע מאָסטאָוואַיאַ איז לויט דער פֿאַך אַ מאַטעמאַטיקערין און פּראָגראַמיסט, אָבער איר גאַנץ לעבן געווען פֿאַרליבט אין ייִדיש. אָט וואָס זי שרײַבט אין אַ בריוו צו מיר: „ייִדיש האָט מיך אַרומגערינגלט פֿון קינדווײַז אָן ביז 24 יאָר, ווען כ׳בין אַוועקגעפֿאָרן קיין מאָסקווע. אין אונדזער גרויסער משפּחה האָט מען גערעדט אויף ייִדיש און די ליבע צו דער שפּראַך, צום שטעטל ליטין, וויניצער געגנט, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן, צו די ייִדישע טראַדיציעס איז אַריבער צו אונדז, די קינדער — מיר און די צוויי מײַנע שוועסטערקינדער. אין יאָר 2016 האָב איך אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש בײַם קולטור־צענטער „שערי־צדק‟. נאָכן איבערלייענען שטיינבאַרגס משלים בין איך געווען אַזוי פֿאַרכאַפּט מיט זײַן חכמה, בילדערישקייט, דעם לעבעדיקן מאַמע־לשון, אַז כ׳האָב די וווּנדערלעכע ווערק אָנגעהויבן איבערזעצן אויף רוסיש.‟
מירע האָט איבערגעזעצט איבער 60 שטיינבאַרגס משלים. איך מיין, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַקענען זיך כאָטש מיט אייניקע פֿון די פּערל, וואָס געפֿינען זיך אין שטיינבאַרגס משלים, צוגעשיקט פֿון מירע מאָסטאָוואַיאַ, מיט מײַנע קאָמענטאַרן צו זיי.
שרייַען גוואַלד איבער אַלע גאַסן („דאָס פֿערד און די בײַטש‟)
אין די שטעטלעך איז געווען אַזאַ ענגשאַפֿט — די הײַזלעך זײַנען געשטאַנען צוגעטוליעט איין הײַזל צו אַן אַנדער הײַזל — אַז דאָס גוואַלדעווען אין איין שטוב האָט מען געקאָנט הערן „איבער אַלע גאַסן‟. אַן ערך אַזוי קומט הײַנט פֿאָר אין די מאָדערנע פֿילשטאָקיקע הײַזער.
מע שמועסט וועגן בוידעם („דער קאָטער און דער טאָטער‟)
אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער אויסדרוק מיטן וואָרט „בוידעם‟: „אויפֿן בוידער אַ יריד‟. בוידעם איז אַן אָרט אונטערן דאַך, אָבער וווינען דאָרט קאָן מען נישט; סײַדן אין פּאַריז, וווּ אַ פּשוטער בוידעם, אַ „מאַנסאַרדע‟, ווערט געניצט ווי אַ וווינווינקל.
אין איין שמע ישׂראל („דער קאָטער און דער טאָטער‟)
אין די עטלעכע ווערטער ליגט דער גאַנצער תּנך, תּלמוד, די גאַנצע געטרײַשאַפֿט פֿונעם יחיד צו גאָט, אמונה און פֿאָלק — פֿון איין זײַט; פֿון דער אַנדערער זײַט, מיינט עס, אַז דער ייִד, אין אײַלעניש קאָן אָפּקומען פֿאַר די אַלע זאַכן נאָר מיט איין „שמע ישׂראל‟.
אַ ניטגעשטויגנדל („דער אַמעריקאַנער‟)
געשאַפֿן פֿון דעם אויסדרוק „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟, וואָס מיינט אַ ליגן, אַן אויסטראַכטעניש. אַנדערש געזאָגט, אַ פֿאַנטאַזיאָר, אַ ליגנער, אַ פּלאַפּלער.
אַ מילשטיין אויפֿן האַלדז (די מיל)
דער מילשטיין איז אַ סימבאָל פֿון גאָר אַ שווערן שטיין. די מילשטיינער מאָלן איבער אַלץ, ווי אין וואַרשאַווסקיס ליד „דעם מילנערס טרערן‟: די שטיינער דרייען זיך,/די יאָרן גייען זיך, און אויך מיט זיי/ גייט אויס דער ייִד… אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, אַז מע געפֿינט אַ דערטרונקענעם מיט אַ מילשטיין אויפֿן האַלדז, ווערט עס פֿאַרטײַטשט, אַז אָדער די גזלנים האָבן אים דערהרגעט, אָדער ס׳האָט זיך אַרײַנגעמישט דער ניט־גוטער.
פֿאַרוואַשענע פּנימער („דער האַנטעך‟)
אַ פֿאַרוואַשן העמד, וואָס מע קאָן שוין נישט דערקענען. עס מיינט, אַז מע דערקענט שוין נישט דאָס אמתע העמד. אַ צבֿועק, צבֿועטשקע, צבֿיעות. מע זאָגט נאָך: אַן אָפּגעריבענע מטבע.
שטומע לעלע („ווענט‟)
פֿאַר וואָס „לעלע‟? דאָס וואָרט „לעלע‟ קומט פֿון סלאַוויש, וואָס מיינט, אַ שיינע, נאַרישע ליאַלע, ליאַלקע. אַ ליאַלקע איז שטום.
ער זיצט ווי שבת נאָכן טיש („גוטע־ברידער‟)
דאָס וואָרט „טיש‟, מיינט אין דעם פֿאַל אַוודאי נישט קיין מעבל, נאָר אַ „געדעקטן טיש‟, פֿול מיט כּול־טובֿ (אַל־דאָס גוטע). אַ קבצן אין שטעטל פֿלעגט די גאַנצע וואָך האָרעווען, כּדי „צו האָבן אויף שבת‟. שבת פֿלעגט מען זיך אָנעסן פֿאַר דער גאַנצער וואָך, אַז מ׳האָט זיך שוין נעבעך נישט געקאָנט אַ ריר טאָן.
סוף קומט