יעווגעני קיסין
מײַ 12
די מאַמע פֿילט זיך אַ סך בעסער אינעם רעהאַביליטאַציע–צענטער, אײדער אינעם שפּיטאָל. ברוך–השם! געפֿאָרן מיט קאַרינאָטשקען אין אַ קראָם און אײַנגעקױפֿט דער מאַמען בגדים און שיך פֿאַר מאַכן איבונגען.
װי װוּנדערלעך איז דער מענטשלעכער גורל… תּחילת האָט די מאַמע געאַרבעט אין אַ גוטער שול אינעם צענטער פֿון מאָסקװע. די באָבע אָבער האָט בײַ איר געפּועלט, זי זאָל איבערגײן אַרבעטן אין דער 38סטער שול, װײַל יענע האָט זיך געפֿונען אַ סך נענטער פֿון אונדזער הױז, הגם זי איז געװען פֿון אַ גאָר נידעריקן ניװאָ. נאָר װען די מאַמע װאָלט ניט נאָכגעפֿאָלגט דער באָבעס עצה, װאָלט זי זיך ניט באַקענט מיט מומע מאַרינאַן — און איך װאָלט ניט געפֿונען מײַן גליק. שױן אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דװקא אַ דאַנק יעװגעני יאַקאָװלעװיטשן, האָב איך אָנגעהױבן זיך לערנען מוזיק: ער האָט דערצײלט אַנע פּאַװלאָװנען װעגן מיר, זיך צונױפֿגערעדט מיט איר, זי זאָל מיך אויסהערן, און דערצײלט דער מאַמען װעגן דעם post factum, דערקלערנדיק, אַז זי קאָן אים ניט אונטערפֿירן. הגם איך פֿלעג שפּילן אױפֿן קלאַװיר נאָכן געהער נאָך גאַנצענע טעג, זינט איך בין אַלט געװען צװײ יאָר און צװײ חדשים, פֿלעגט די מאַמע זיך עקשנותדיק אָפּזאָגן מיך לערנען מוזיק, װײַל זי האָט ניט געװאָלט, איך זאָל זיך לערנען אין דער אומגעזונטער אַטמאָספֿער פֿון קאָנקורענץ, װאָס האָט געהערשט אין דער צענטראַלער מוזיקשול, װוּ אַלאָטשקע האָט זיך דעמאָלט געלערנט, — און מכּוח דעם, װאָס טוט זיך אין דער גנעסין–שול (דאָרטן איז די אַטמאָספֿער געװען אַ סך בעסער), האָט די מאַמע ניט געװוּסט. װען ניט יעװגעני יאַקאָװלעװיטש, צי װאָלט מײַן ליבע צו שפּילן נאָכן געהער נאָך זיך פֿאַרװאַנדלט אין אַ באַװוּסטזיניקן חשק זיך צו לערנען מוזיק? און אױב אַפֿילו אַזױ, צי װאָלט מיר, אַ קלײנעם ייִנגעלע, געלונגען צוצורעדן די מאַמע, זי זאָל מיך אָפּגעבן אין אַ מוזיקשול? אַזױ אַרום באַקומט זיך, אַז װען די באָבע רחל װאָלט ניט געפּועלט בײַ איר טאָכטער, זי זאָל איבערגײן אין דער 38סטער שול, װער װײסט, װאָס װאָלט בכלל געשען מיט מיר…
טראַכטנדיק װעגן דעם אַלעם אַצינד, אַװדאי, פֿאַראורטײל איך ניט מײַן מאַמע, נאָר כ׳מאַך דעם אױספֿיר, אַז מע דאַרף זיך למען–השם תּמיד צוהערן צום קינד, צום קינדס נאַטירלעכע באַדערפֿענישן. מע זאָל בשום–אופֿן ניט טאָן דאָס, װאָס מע האַלט פֿאַר בעסערס פֿאַרן אייגענעם קינד (װי באַװוּסט, האָבן אַ סך עלטערן אַ נטיה צו מאַכן אָט דעם גורלדיקן טעות), נאָר דאָס, װאָס אַנטשפּרעכט דעם קינדס טבֿע. און נאָך: הגם אין פּרינציפּ זאָל מען זיך ניט אַרײַנמישן אינעם לעבן פֿון אַ פֿרעמדער משפּחה, אין געװיסע סיטואַציעס דאַרף מען עס דװקא טאָן — לשם דער משפּחה אַלײן (דאָס, װאָס איך בין געװאָרן אַ מוזיקאַנט, האָט דאָך געבראַכט נוצן אונדזער גאַנצער פֿאַמיליע).
אין ישׂראל קומט פֿאָר דער קאָשמאַר…
עס האָט גערעגנט במשך פֿון כּמעט דעם גאַנצן טאָג, דעריבער בין אין ניט געגאַנגען שפּאַצירן. װידער געשפּילט בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס.
הײַנט איז באָריס טאָמאַשעװסקיס געבױרן–טאָג. סאַראַ שאָד, װאָס עס זײַנען כּמעט ניט פֿאַרבליבן פֿון אים קײן רעקאָרדירונגען. צוריק גערעדט, איז עס שײך צו אַ סך טעאַטער–אַקטיאָרן פֿון יענעם דור, אי ייִדישע, אי אַלע אַנדערע…
מײַ 13
די מאַמע, נעבעך, האָט ניט געקאָנט שלאָפֿן במשך פֿון דער גאַנצער נאַכט, װײַל איר שכנה האָט געכראָפּעט, װי אַ פֿערד… אין דער פֿרי האָט קאַרינאָטשקע איר אָפּגעפֿירט אַ סך זאַכן, בתוכם אונדזערע נעכטיקע קניות.
הײַנט האָט װידער גערעגנט כּמעט דעם גאַנצן טאָג…
באָריע האָט צוגעשיקט די קאָרעקטור פֿון מײַן צװײט בוך, איך האָב דורכקאָנטראָלירט און אונטערגעשריבן די פֿאָטאָגראַפֿיעס.
אַנע פּאַװלאָװנע איז נאָך אַלץ זײער שװאַך, און דער בלוטדרוק בײַ איר איז הױך: אפֿשר, צוליב דעם װעטער… געזעסן מיט איר, געגעבן איר טרינקען פֿון אַ לעפֿל.
געשפּילט בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס.
גאָלדע [1] האָט מיר אָנגעשריבן: „כּל–זמן די אַראַבער און ייִדן לינטשן אײנער דעם אַנדערן דאָרטן, האָבן יהודיתס אַראַבישע שכנים זי אײַנגעלאַדן אױף ראַמאַדאַן. זײ האָבן געשמאַק אָפּגעגעסן צוזאַמען, און נאָך מיטגעגעבן אַהיים אַ סך זיסקײטן, כּדי זי זאָל זײ איבערגעבן זיאַמיקן.‟ — און װײַטער: „יהודית און זײ זיצן צוזאַמען אין אַ באָמבען–שוצפּונקט, בעת די ראַקעטעס פֿליִען פֿון עזה.‟
יאָ, אי גאָלדע, אי זיאַמיק זײַנען געבױרן געװאָרן און האָבן אָפּגעלעבט ביז די דערװאַקסלינג–יאָרן אין דער נאָכמלחמדיקער ליטע, ניט אין רוסלאַנד, נאָר אונטער די קאָמוניסטן. פֿון דעסטוועגן, זײַנען די ליטװישע ייִדן פֿון יענער צײַט (װי די ליטװינער און אַנדערע באַלטישע פֿעלקער) געװען פֿאָרט אַנדערע, ניט אַזעלכע, װי די רוסישע (און די רוסן); דהײַנו: מער ציװיליזירטע, אייראָפּעיִשע (אַװדאי, סײַ דאָרטן, סײַ דאָרטן זײַנען געװען אױסנאַמען, װי אומעטום). דעריבער טאַקע איז זײער טאַטע, שױן לעבנדיק אין ישׂראל, װי ס׳רובֿ מערבֿדיקע ייִדן, תּמיד געװען אַן אָנהענגער פֿון „עבֿודה‟ און האָט ניט פֿאַרליטן ניט װילנערן, ניט בגינען. די דערװאַקסלינג–יאָרן זײערע האָבן זײ אָפּגעלעבט אין דער ייִדישער מלוכה, װוּ זיאַמיק איז געבליבן אױף זײַן גאַנץ לעבן, און יהודית איז שױן געבױרן געװאָרן אין ישׂראל, דעריבער חבֿרן זײ זיך מיט זײערע אַראַבישע שכנים, און גאָלדע שרײַבט דװקא אַזױ. װאָס שײך די „רוסן‟ אָבער…
פֿאַר אַ יאָרן האָב איך זיך צוליב עפּעס געפֿונען אין דער רשימה פֿון די „עלעקטראָנישע אַדרעסאַטן‟ בײַ אײנעם אַ ישׂראלי פֿונעם סאָװעטישן אָפּשטאַם, װעמען איך האָב קײן מאָל אין לעבן ניט געהאַט געטראָפֿן. ער לעבט שױן לאַנג אין ישׂראל, און זײַן טעטיקײט אונטער דער מאַכט פֿונעם „רױטן פּרעה‟ קאָן אַרױסרופֿן בלױז אַ סך דרך–ארץ: ער פֿלעגט זיך דעמאָלט פֿאַרנעמען מיטן לערנען זיך און אַנדערע ייִדן עבֿרית און די ייִדישע געשיכטע און איז אָפּגעזעסן דערפֿאַר עטלעכע יאָרן אין תּפֿיסה און לאַגער. ער איז בפֿירוש ניט פֿרום: אָפֿט שרײַבט ער שבת. און אָט איין מאָל באַקום איך פֿון אים אַן עפֿנטלעכן בריװ צו זײַנעם אַ פֿרײַנד, װאָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אינטערנעץ. אינעם בריװ באַקלאָגט ער זיך אױף דעם, װאָס נתּניהו האָט ניט אַנעקסירט טײלן פֿונעם מערבֿדיקן ברעג (װאָס דער מחבר רופֿט אים עקשנותדיק אָן „יהודה און שומרון‟), כאָטש טראַמפּ האָט אים געגעבן אַזאַ מעגלעכקײט, און שרײַבט װעגן ביבי אַזױ: „ער איז ניט מסוגל אָנצונעמען קאַרדינאַלע באַשלוסן, װאָס זײַנען גורם ערנסטע דערװידערונגען אין דער געזעלשאַפֿט. דאָרט, װוּ ס׳איז דאָ אַ קאָנסענסוס, איז ער ענערגעטיש, צודרינגלעך און רעזולטאַטיװ.‟ און מיר האָט זיך תּמיד געדוכט, אַז װען אין די לעצטע יאָרן איז דאָ אַזאַ שפּאַלטונג אין דער געזעלשאַפֿט, װי אין ישׂראל (און אַמעריקע), דאַרף דער הױפּט פֿון דער רעגירונג טאָן דװקא דאָס, װאָס קאָן ברענגען צו אַ קאָנסענסוס, און בשום–אופֿן ניט דאָס, װאָס איז גורם ערנסטע דערװידערונגען אין דער געזעלשאַפֿט; מע דאַרף פֿאַראײניקן די געזעלשאַפֿט, ניט צעשפּאַלטן זי — באַזונדערס אין ישׂראל, אַ קלײנעם לאַנד, װאָס האָט אַזױ פֿיל שׂונאים… בײַ נתּניהוס אַלע חסרונות און טעותים, איז דאָס, אױף װאָס דער מחבר פֿונעם בריװ באַקלאָגט זיך (אױב, אַװדאי, ס׳איז אמת), דווקא אַ מעלה, אַ סימן פֿון פּאָליטישער חכמה! [2] נאָך מער: די באַציִונג צו יענעם ענין אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט איז אַפֿילו ניט געװען fifty–fifty: װי באַװוּסט, לױט די פֿאַרשײדענע אױספֿרעגן, דורכגעפֿירטע אין יענער צײַט, האָבן בלױז אַ מינדערהײט, % 35–15 ישׂראלים אונטערגעהאַלטן „טראַמפּס פּלאַן‟! פֿון װאַנען זשע נעמט זיך בײַ אַ ייִד, װאָס איז אַ מאָל אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה און לאַגער פֿאַר זײַן חשק צו לעבן אין ישׂראל, אַזאַ אומדרך–ארץ צו דער מײנונג פֿון ס׳רובֿ זײַנע לאַנדסלײַט אין דער ייִדישער מלוכה?! און װי קאָן מען פֿאַראורטײלן אַ פּרעמיער–מיניסטער פֿאַר „ניט מסוגל זײַן‟ צו טאָן דאָס, װאָס די מערהײט פֿון זײַן פֿאָלק האַלט ניט אונטער — באַזונדערס, װען די חילוקי–דעות אין לאַנד זײַנען אַזױ פֿאַרשאַרפֿט?!
דאָס נאָך איז ניט דער ערגסטער בײַשפּיל. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָב איך באַקומען פֿון אָט דעם מענטשן אַן אַרטיקל אונטערצוהאַלטן… יגאל עמירן! כּמעט תּמיד באַװאָרנט ער די אַרטיקלען, װאָס ער צעשיקט, מיט זײַנע אײגענע קאָמענטאַרן, און װען ער איז ניט מסכּים מיט עפּעס אין אַן אַרטיקל, מערקט ער עס אָפּ. דאָס מאָל אָבער האָט ער ניט אױסגעדריקט קײן שום אומאײנשטימיקײט, נאָר אָנגעשריבן, אַז מע זאָל בטל מאַכן „דאָס שענדלעכע ׳יגאל עמיר־געזעץ׳, אַ פּערסאָנעלס און אַן אַנטיקאָנסטיטוציאָנעלס‟ (אינטערעסאַנט: װי קאָן מען אָנרופֿן װאָס–ניט–איז אין ישׂראל „אַנטיקאָנסטיטוציאָנעל‟, װען, װי באַװוּסט, איז דאָרטן קײן שום קאָנסטיטוציע בכלל ניטאָ און קײן מאָל ניט געװען?!) און באַפֿרײַען עמירן אומגעזאַמט װי אַ מענטש, װאָס איז אָפּגעזעסן דעם תּפֿיסה–טערמין, פֿאַרמישפּט פֿאַר מאָרד. װאָס זשע שײך דעם אַרטיקל גופֿא, האָט זײַן מחברטע אָנגעשריבן, צװישן אַנדערס, אָט װאָס:
„מיט װאָס זשע שרעקט יגאל אָן אַזױ די סיסטעם? דװקא מיט זײַן רויִקײט שרעקט ער זי אָן. ער פֿירט זיך אױף אַזױ, גלײַך װי ער איז גערעכט. ער — אַ טראַכט טאָן נאָר! — דריקט ניט אױס קיין חרטה, מעלדט ניט, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען, זאָגט ניט צו, אַז ער װעט עס מער ניט טאָן. ער זיצט זיך אין אַן אײנצל–קאַמער און שרײַבט קאָמענטאַרן צו תּורה, איר שטעלט זיך פֿאָר? ס׳איז דאָך מוראדיק!‟
עס װאָלט זיך געקאָנט דוכטן, אַז אַלץ איז ריכטיק און לאָגיש, — נאָר נײן! די מעשׂה איז, אַז זי מאַכט אירע אױסרופֿן: „אַ טראַכט טאָן נאָר!‟ און „ס׳איז דאָך מוראדיק!‟ מיט איראָניע, װײַל גלײַך נאָך דעם שרײַבט זי: „אין וואָס ס׳איז דאָ אַ געפֿאַר פֿאַר דער געזעלשאַפֿט איז שװער, פּראַקטיש אוממעגלעך צו פֿאַרשטײן‟ און שפּעטער: „גיב אים פֿרײַהײט — װעט ער לעבן עפֿנטלעך און אין די ראַמען פֿונעם געזעץ‟ און „יגאל עמיר <…> שטעלט מיט זיך ניט פֿאָר קײן שום סכּנה ניט פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, ניט פֿאַר אירע פֿירערס, ניט פֿאַרן פֿאָלק, ניט פֿאַר דעם פֿאָלקס דינערס‟.
איך געדענק אַפֿילו ניט, צי איך האָב װען–ניט–איז געלײענט עפּעס, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַזאַ אומגלייבלעכע, הימלשרײַענדיקע אַלאָגישקײט. די מחברטע שרײַבט אַליין, אַז עמיר „דריקט ניט אױס קיין חרטה‟, „זאָגט ניט צו, אַז ער װעט עס מער ניט טאָן‟, — און דערבײַ מעלדט, אַז ער „שטעלט מיט זיך ניט פֿאָר קײן שום סכּנה‟!
און זי איז אױפֿגעבראַכט קעגן דעם, װאָס „די באַדינגונגען, אין װעלכע ער װערט געהאַלטן, <…> קען מען בשום–אופֿן ניט פֿאַרגלײַכן מיט קײן שום אַנדערע באַדינגונגען פֿון תּפֿיסהניקעס׳ לעבן‟, — גלײַך װי די אַנדערע תּפֿיסהניקעס האָבן אױך דערהרגעט פּרעמיער–מיניסטערס! גלײַך װי דערהרגען אַ פּרעמיער–מיניסטער איז אַ פֿאַרברעכן פֿון אַ גאַנץ יאָר! און דערצו מעלדט זי, אַז „די שטראָף, װאָס ער האָט באַקומען, אַנטשפּרעכט לחלוטין ניט צו זײַן שולד‟! נו יאָ, ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיע, ס׳איז ניט עגיפּטן, װוּ סאַדאַטס מערדערס פֿאַר פּונקט אַזאַ פֿאַרברעכן האָבן באַצאָלט מיט זײער לעבן: צװײ מנוּװלים האָבן באַקומען אַ קױל און די אַנדערע דרײַ — אַ תּליה.
און באַקום איך דאָס אַלץ פֿון… באמת שװער צו גלײבן: שױן זשע איז כּדאַי געװען איבערצוטראָגן אַזױ פֿיל יסורים, אָפּצוזעצן עטלעכע יאָרן אין תּפֿיסה און לאַגער, כּדי נאָכן עולה זײַן קיין ישׂראל זיך אײַנשטעלן פֿאַרן מערדער פֿון דער מדינהס פּרעמיער–מיניסטער, װי מע זאָל זיך ניט באַציִען צו דעם לעצטן (אַװדאי קאָן מען זיך באַציִען צו רבינען פֿאַרשײדן, און בכלל, װי עס אָנערקענען אַלע, סײַ די רעכטע, סײַ די לינקע, איז רבין געװען אַ קאָמפּליצירטער מענטש)?!
אין מײַנע זכרונות האָב איך באַריכות אָנגעשריבן מכּוח מײַן אַסאָציִיִרן בראַמס׳ 1טן קאָנצערט מיט „מגילת–אסתּר‟. דאָס איז אמת — נאָר ניט דער גאַנצער אמת. יאָ, במשך פֿון די לעצטע 10–15 יאָר האָב איך טאַקע אַסאָציִיִרט אָט דאָס װערק מיט דער „מגילה‟, און כ׳האָב דערציילט װעגן דעם אין מײַנע מעמואַרן, װײַל איך האָב זײ אָנגעשריבן אױף רוסיש, האָבנדיק אין זינען קדום–כּל די רוסלענדישע אױדיטאָריע, און אין רוסלאַנד האָבן אַ סך מענטשן ניט געלײענט „מגילות–אסתּר‟, נאָר געלײענט אַ. קוראַיעװס פּאַסקודנע איבערדערצײלונג. אין יענעם אָפּוס זײַנעם האָט דער באַװוּסטער רוסישער גלח פֿאַרשװיגן, אַז אַחשוורוש האָט זיך געהאַט אָפּגעזאָגט בטל מאַכן אָדער ענדערן דעם באַפֿעל צו פֿאַרניכטן אַלע ייִדן, און האָט פֿאָרגעשטעלט די זאַך אַזױ, אַז נאָכן דעמאַסקירן המנס כּװנות, איז קײן שום סכּנה פֿאַר די ייִדן כּלומרשט ניט געבליבן, אַז אונדזערע אָבֿות האָבן פּשוט דערהרגעט אומשולדיקע מענטשן, זײערע ביזנעס–קאָנקורענטן, אַזױ אַז פּורים איז אַ יום–טובֿ אין אָנדענק פֿון אַ געלונגענעם פּאָגראָם. דעריבער טאַקע האָב איך אין מײַן בוך אױסגעניצט די געלעגנהײט צו ברענגען די ציטאַטע פֿון דער „מגילה‟, װאָס אַנטהאַלט דעם אמת און דעם תּוך פֿון דער מעשׂה (און פֿונעם יום–טובֿ פּורים): כ׳האָב אָנגעשריבן, אַז בײַם שפּילן דעם 3טן טײל פֿון בראַמס׳ קאָנצערט, שטעל איך זיך פֿאָר, װי „די ייִדן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און זיך געשטעלט פֿאַר זײער לעבן‟. װי באַװוּסט, איז עס גאָר טיפּיש: מע האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט, װען מיר האָבן ניט געלאָזט זיך דערהרגען. אין זײַן טרױעריק באַרימטן בוך „צװײ הונדערט יאָר צוזאַמען״ האָט סאָלזשעניצין, דערציילנדיק מכּוח די געשעענישן אין האָמעל אין אָקטאָבער 1903, װען די ייִדן האָבן דרײסט צוריקגעשטױסן די פּאָגראָמשטשיקעס, בלױז ציטירט דעם פּאָליצײ–באַריכט, לױט װעלכן די ייִדן זײַנען יאַקאָבי באַגאַנגען אַ רוסישן פּאָגראָם, כּדי נקמה צו נעמען פֿאַרן קעשענעװער פּאָגראָם מיט עטלעכע חדשים פֿריִער. אין משך פֿון בערך די לעצטע 20 יאָר יעדעס מאָל, װען ישׂראל האָט זיך פֿאַרטײדיקט פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן, האָט מען אונדז באַשולדיקט אין ניט קײן גלײַכבאַרעכטיקטע מיטלען, בלוטדורשטיקײט און דער רוח װײסט װאָס נאָך. דאָס איז אַלץ, אַװדאי, אַן אומאָפּנעמבאַרער טײל פֿון שׂינאת–ישׂראל, און קעגן דעם װעלן מיר, אַפּנים, מוזן קעמפֿן נאָך לאַנג. פֿון דעסטװעגן, װען איך האָב אָנגעהױבן שטודירן בראַמס׳ 1טן קאָנצערט אין די 1990ער יאָרן, האָב איך געהאַט לגמרי אַנדערע אַסאָציאַציעס, דהײַנו: רבינס מאָרד און דאָס, װאָס האָט געהאַט שײַכות צו אים.
אינעם סאַמע אָנהײב פֿונעם 1טן טײל פֿלעג איך זיך דעמאָלט פֿאָרשטעלן דעם חייִשן פּרצוף פֿון כּהניזם. נאָך דעם, אין דער מוראדיקער טעמע פֿון די ערשטע פֿידלען (טאַקטן 26–34) פֿלעג איך זינגען אין זיך די װערטער: ״As a warning to all of us, Rabin’s blood is oozing.”. אינעם 2טן טײל פֿלעג איך זיך פֿאָרשטעלן דאָס געשטאַלט ניט פֿון אסתּרן, װי שפּעטער, נאָר פֿון לאה רבינען, און בעתן שפּילן דעם 3טן טײל פֿלעג איך חלומען מכּוח דעם, אַז די אײַזערנע פֿויסט פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע זאָל אָפּװישן פֿון דער ערד דעם גאַנצן כּהניסטישן ערבֿ–רבֿ. אין דער צװײטער טעמע פֿון דער רעפּריזע (טאַקטן 348–368) פֿלעג איך זינגען אין זיך אַזעלכע װערטער:
“To the kahanists have no slightest mercy!
Seas of their filthy blood are not worthy
of a single tear shed by Noa [3]!
For Israel — our fatherland,
for all mankind,
for freedom, for democracy and peace
let’s wipe kahanist scumbags
off the earth once and forever!”.
און סוף–כּל–סוף, אינעם אָנהײב פֿונעם עפּיזאָד אין רע–מאַזשאָר (טאַקטן 410–426) פֿלעג איך זינגען אין זיך אַזאַ טעקסט:
“Eretz Yisrael is free, democratic,
and on Rabin’s blood will grow sacred flowers of peace.”.
אין יענעם מאָמענט (אָנהייב טאַקט 418) איז דאָס װאָרט “peace” בײַ מיר איבערגעגאַנגען אינעם װאָרט “Israel”:
“Israel, Israel, Israel, Israel,
my dear country, I love you so!”.
די װײַטערדיקע געשעענישן האָבן פֿאַרטריבן מײַנע (און אַנדערע מענטשנס) אילוזיעס מכּוח „הייליקע בלומען פֿון שלום אױף רבינס בלוט‟: ס׳איז געװאָרן קלאָר, אַז ניט די ישׂראלדיקע עקסטרעמיסטן, װי מיאוס זיי זאָלן ניט געווען זײַן, נאָר ישׂראלס שׂונאים זײַנען די הױפּט–מניעה פֿאַר שלום, און דװקא זײ שטעלן מיט זיך פֿאָר די גרעסטע סכּנה אױך פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. דעריבער טאַקע האָב איך אָנגעהױבן עפֿנטלעך פֿאַרטײדיקן און שטיצן ישׂראל, און איך װעל עס אַװדאי װײַטער טאָן, כּל–זמן עס װעט זײַן נײטיק. פֿון דעסטװעגן, װען איך באַקום אַרטיקלען אונטערצוהאַלטן עמירן, פֿיל איך, אַז אַפֿילו אױב ס׳איז ניט די סאַמע גרױסע סכּנה, טאָר מען עס ניט אַזױ לאָזן. אַװדאי, װי באַלד איך װױן ניט אין ישׂראל, קאָן איך ניט קעמפֿן קעגן דעם, נאָר די ישׂראלדיקע תּושבֿים, װאָס װאָלטן געקאָנט מעלדן אונדזערע „רוסן‟ גאַנץ אָפֿן, אױפֿן ישׂראלדיקן אופֿן: „אַז אַ יאָר אױף אײַך, איצטער זײַט איר גרױסע קנאַקערס! געקומען אין אונדזער לאַנד, באַקומען די להאָטעס פֿאַר די רעפּאַטריאַנטן — און אַצינד געפֿעלט אײַך ניט אונדזער סיסטעם, אונדזער אױבער–געריכט, אונדזערע העברעיִשע מאַסן–מעדיאַ, איר שאַפֿט דאָ אײַערע אייגענע רוסישע און װיקלט אין זײ פֿונאַנדער עקסטרעמיזם, שטעלט זיך אײַן פֿאַרן מערדער פֿון אונדזער פּרעמיער–מיניסטער?! אַנו, אױסװוּרפֿן אײנע, פֿאַרנעמט זיך פֿון דאַנען קעבע–ני–מאַט צוריק אין אײַער רוסלאַנד!‟
און נאָך עפּעס… װי באַװוּסט, לױט דער הלכה איז מאָרד אײנער פֿון די סאַמע שװערסטע חטאָים, װאָס איז אומדערלאָזלעך אין קײן שום אומשטאַנדן (אַ חוץ, אַװדאי, זעלבשוץ, בפֿרט אױף דער מלחמה). ס׳איז אױך באַװוּסט, אַז אין ישׂראל האָט דאָס הױפּט–רבנות אַ השפּעה אױף אייניקע ענינים פֿון דער מלוכישער פּאָליטיק. איך האַלט ניט, אַז ס׳איז ריכטיק, און דאָך איז עס אַזױ. און װי באַלד ס׳איז אַזױ, הלמאַי זאָל די רעגירונג ניט פּרוּװן זיך צונױפֿרעדן מיטן רבנות, עס זאָל אַרײַנלײגן אין חרם סײַ עמירן, סײַ יעדערן, װאָס האָט די העזה זיך אײַנצושטעלן פֿאַר אים?
כ׳װעל מוזן איבעררײדן מיט מײַנע ישׂראלדיקע פֿרײַנד — די אמתדיקע ישׂראלים…
14 מײַ
קאַרינאָטשקע האָט סוף–כּל–סוף דורכגעמאַכט אַ גאַסטראָסקאָפּיע.
די ישׂראלדיקע אַרמײ האָט געמאָלדן פֿאַר די אינטערנאַציאָנאַלע מאַסן–מעדיאַ, אַז זי איז אַרײַן אין עזה. אין דער אמתן איז עס געווען אַ סטראַטעגישער טריק, כּדי אַרײַנצוטרײַבן „כאַמאַס‟–לײַט אין זײערע טונעלן. דערנאָך האָט מען צעבאָמבירט אָט די טונעלן און זיך אַנטשולדיקט פֿאַר די אינטערנאַציאָנאַלע מאַסן–מעדיאַ פֿאַר דער דעזינפֿאָרמאַציע. אָט דאָס הייסט קלוגע ייִדן!
װידער געשפּילט בעטהאָװענס פֿידל–סאָנאַטעס.
נעכטן איז אַלאָטשקע געפֿאַלן און האָט שטאַרק צעקלאַפּט איר לינקע קני, װאָס איז בײַ איר ממילא אַ קראַנקע. ס׳האָט זיך געשאַפֿן אַ העמאַטאָמע. אָפּגעפֿירט זי מיט מאַריאַשען אין אַ שפּיטאָל. דאָרטן קענט מען שױן אונדז, און מ׳האָט געפֿרעגט, צי מיר האָבן נאָך אַ סך קרובֿים. געװאַרט לאַנג, װי תּמיד. ברוך–השם, האָט דאָס רענטגען–בילד קיין שלעכטס ניט געװיזן.

אַלאָטשקע האָט מיך שטענדיק זײער ליב געהאַט. אין דער זעלבער צײַט איז זי געװען אַ שטרענגע שװעסטער און פֿלעגט קריטיקירן אַ סך אי מײַן אױפֿפֿירונג, אי מײַן שפּילן, צו מאָל אַפֿילו מער, אײדער די טאַטע–מאַמע. זי איז בכלל תּמיד געװען אַ גרײַלעך פּרינציפּיעלער מענטש בטבֿע און פֿלעגט זאָגן דעם אמת (אָדער דאָס, װאָס זי האָט געהאַלטן פֿאַרן אמת) אין די אױגן. למשל, איין מאָל, בעת איך בין געװען נאָך קלײן, האָט דער זײדע מיר געװיזן זײַנע אָרדענס, דערנאָך צוגעטשעפּעט זײ צו זײַן רעקל, און אָנגעטאָן אױף מיר. דערזען עס, האָט אַלאָטשקע תּיכּף געמאָלדן: „ס׳איז ניט שײן צו טראָגן פֿרעמדע אָרדענס!‟ — „נו, אַן אײניקל האָט דאָס רעכט‟, — האָט װײך געזאָגט דער זײדע, װאָס האָט מיך ליב געהאַט דאָס היות. „קײן שום רעכט האָט עס ניט!‟ — האָט עקשנותדיק געטענהט מײַן שװעסטער.
כ׳האָב זיך איצט דערמאָנט… מיט עטלעכע חדשים נאָך דעם, װי מיר האָבן זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער דירה אין מאָסקװע, האָב איך פּלוצעם דערהערט פֿון דרױסן אַלאָטשקעס שרײַען. איך האָב געעפֿנט די טיר, און זי האָט מיר דערצײלט, אַז ס׳איז אָקאָרשט געשען אַ סקאַנדאַל מיט אונדזער שכנה. יענע האָט גענומען זיך קלאָגן אױף דער מוזיק אין אונדזער דירה. אַלאָטשקע האָט אָנגעהױבן דערקלערן, אַז איך לערן זיך מוזיק, און זי אַרבעט װי אַן אַקאָמפּאַניאַטאָר אין אַ מוזיקשול, דעריבער מוזן מיר שפּילן אױפֿן קלאַװיר אַ סך. די שכנה האָט געפֿרעגט: „שױן זשע קאָן מען ניט מאַכן אײַער ראַדיאָ שפּילן שטילער?‟ — אַלאָטשקע האָט געזאָגט: „ס׳איז ניט קײן ראַדיאָ, דאָס שפּילן לעבעדיקע מענטשן, װי פֿאַרשטײט איר עס ניט?‟ — און דערהערט װי אַן ענטפֿער: „יאָ, אײַער גאַנצע נאַציע איז אַזאַ. איר פֿאַרשטײט אַלץ!‟ אַלאָטשקע האָט איר געענטפֿערט װי געהעריק, האָט די שכנה געמאָלדן: „טשעפּע זיך אָפּ, אַניט װעל איך דיך אַ שלאָג טאָן!‟, און אַלאָטשקע האָט געשריגן: „זשעניע, קום, װעסט זײַן אַן עדות!‟.

יאָ, אַנטיסעמיטיזם אין אונדזער לעבן האָט זיך לחלוטין ניט פֿאַרענדיקט מיטן איבערפֿאָרן אין דער נײַער דירה. און שפּעטער, בעת ס׳האָבן אָנגעהױבן אומגײן קלאַנגען מכּוח פּאָגראָמען, האָט עמעצער אָנגעמאָלט אױף אונדזער פּאָסטקעסטל אַ צלמל (מיר זײַנען געװען די אײנציקע ייִדישע משפּחה אין אונדזער הױז)…
אַפֿילו אין „רוזאַ‟ און „איװאַנאָװאָ‟, װוּ צװישן די אָפּרוער זײַנען תּמיד געװען אַ סך ייִדן, האָב איך ניט אײן מאָל זיך אָנגעטראָפֿן אױף שׂינאת–ישׂראל. בשעת אונדזער צװײטן באַזוך אין „איװאַנאָװאָ‟ (דװקא דעמאָלט, װען איך האָב זיך באַקענט מיט ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטשן, ז״ל) האָט די אױפֿראַמערין, אַ פּראָסטע רוסישע פֿרױ, װאָס האָט זיך אַרױסגעװיזן אַ גוטער מענטש, אונדז דערצײלט, אַז דעם קאָמפּאָזיטאָר ג. טשערנאָװס פֿרױ, װאָס זי מיט איר מאַן האָבן דעמאָלט געװױנט אין דער אָקאָרשט אױפֿגעבױטער שטײנערנער דאַטשע (אַלע אַנדערע דאַטשעס אין „איװאַנאָװאָ‟ זײַנען געװען הילצערנע), האָט איר (דער אױפֿראַמערין) געזאָגט: „אין אַזאַ דאַטשע טאָר מען קײן הינט און זשידעס ניט אַרײַנלאָזן!‟ און בעת אונדזער לעצטן אָפּרו אין „רוזאַ‟ (אַ פּאָר חדשים פֿאַר דעם, װי מיר זײַנען אַװעקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד), איז אױף אײנעם פֿון די בעטאָן־בלאָקן, װאָס זײַנען געשטאַנען אױפֿן „צענטראַלן פּלאַץ‟, געװען אָנגעשריבן מיט גרױסע עותיות: „זשידעס! ס׳איז בעסער צו הונגערן שטײענדיק, אײדער צו פֿרעסן אױף די קני!‟ און נאָך אײן פֿאַל אין „רוזאַ‟ האָט זיך אױף תּמיד אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַן אָוונט, װען איך בין אַרױס פֿון די טױערן פֿונעם שאַפֿונג–הױז, האָט אַ פֿאַרבײַגײענדיקע פֿרױ מיך געפֿרעגט, װוּ געפֿינט זיך עפּעס, וואָס זי האָט געזוכט. איך האָב געענטפֿערט, אַז כ׳װײס ניט, און דאָ האָט זי פּלוצעם געזאָגט: „דו ביסט ניט קײן רוס.‟ איך בין געװאָרן אַזױ שאָקירט, אַז מײַן רעאַקציע איז געװען: „פֿאַר װאָס?‟ — „אַזאַ ביסטו געבױרן געװאָרן‟, — האָט זי דערקלערט. דאַן האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר װי באַלד איך האָב ניט געקאָנט ענטפֿערן אױף איר פֿראַגע, האָט זי געמײנט ניט קיין „רוסישער‟, נאָר אַ „רוזישער‟, ניט פֿון רוזאַ? איך האָב זי געפֿרעגט װעגן דעם, נאָר זי האָט באַשטעטיקט: „ניין, דו ביסט ניט קײן רוס לױטן פּאַספּאָרט‟.
זינט איך בין אַװעקגעפֿאָרן אױפֿן מערבֿ, האָב איך עטלעכע מאָל באַזוכט רוסלאַנד. בעת מײַנע גאַסטראָלן דאָרטן האָב איך זיך קײן מאָל ניט אָנגעשטױסן אין ייִדנהאַס, סײַדן בשעת דער אײנציקער נסיעה אין מאָסקװע, װען איך בין געװען דאָרט אָן קאָנצערטן, האָב איך זיך צװײ מאָל אויף דעם אָנגעטראָפֿן! דאָס ערשטע מאָל איז עס געװען, װען מיר האָבן שפּאַצירט אינעם שטאָט–צענטער און דערזען, אַז גלײַך אױף דער גאַס פֿאַרקױפֿט מען ביכער, בתוכם אַנטיסעמיטישע ביכער. דאָס צװײטע מאָל האָבן מיר אױך שפּאַצירט אינעם צענטער — און פּלוצעם דערזען גאָר אַ יונגן פּאַרשױן, װאָס איז אונדז געגאַנגען אַנטקעגן און געשריגן אױף קולי–קולות (געװען איז דאָס אין אױגוסט 2004, עטלעכע טעג נאָך די טעראָריסטישע אַקטן אין די עראָפּלאַנען): „רוסישע מענטשן קומען אום אין עראָפּלאַנען — און מיר באַװאַכן די זשידעס!‟
במשך פֿון כּמעט די 30 יאָר, װאָס כ׳האָב אָפּגעלעבט אױפֿן מערבֿ, האָב א י ך ז י ך ק י י ן א י י ן מ אָ ל ניט צונױפֿגעשטױסן מיט עפּעס אַפֿילו העט–װײַט ענלעכס צו דעם! ליגנס און רכילותן אױף ישׂראל אין אײניקע מאַסן–מעדיאַ — יאָ, נאָר אַנטיסעמיטישע באַלײדיקונגען — קײן מאָל! און, אַװדאי, די בילבולים װעגן ישׂראל דאָ קאָן מען בשום–אופֿן ניט פֿאַרגלײַכן מיט די מיאוסקײטן, װאָס מע פֿלעגט פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר בשעת גאָרבאַטשאָװס „איבערבױונג‟ אין די זשורנאַלן „נאַש סאָװרעמענניק‟ (אונדזער מיטצײַטלער) און „מאָלאָדאַיאַ גװאַרדיִאַ‟ (יונגע גוואַרדיע): איך האָב זײ דעמאָלט בכּיװן געלייענט באַריכות, כּדי צו „קענען דעם שׂונא‟. אַװדאי װײס איך גוט װעגן די כּל–מיני אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין פֿאַרשײדענע מערבֿדיקע לענדער, נאָר הגם איך בין בטבֿע אַ געזעליקער מענטש און קאָמוניקיר כּסדר מיט אַ סך אַנדערע מענטשן, האָב איך דאָ קײן אײן מאָל זיך ניט אָנגעטראָפֿן אױף שׂינאת–ישׂראל מצד װעמען–ניט–איז.
װי באַװוּסט, געװיסע געשעענישן אין אונדזער לעבן מאַכן אונדז זיך פֿאַרטראַכטן מכּוח אײניקע זאַכן און באַװעגן אונדז צו די אָדער אַנדערע מעשׂים: דאָס איז אַװדאי לגמרי נאַטירלעך און אַן אומאָפּנעמבאַרער טײל פֿון לעבן. איך בין לױט דער נאַטור אַן אַנטשײדענער מענטש, װען איך בין זיכער אין עפּעס; נאָר אײדער איך װער זיכער, האָב איך אַ נטיה צו קלערן אַ סך. װען סוף מערץ 2002, אױפֿן הייכפּונקט פֿון דער אַנטי–ישׂראלדיקער היסטעריע כּמעט איבער דער גאָרער װעלט (אַ חוץ די פֿאַראײניקטע שטאַטן), האָט אײנע אַ באַקאַנטע מײַנע מיר געמאָלדן, אַז דער מערבֿ זאָל באַזײַטיקן שרונען פֿון דער מאַכט, אַז אַראַפֿאַט איז אַ נעבעכל און שרון — אַ פֿאַרברעכער, האָט עס מיך געמאַכט זיך צו פֿאַרטראַכטן… אַװדאי, האָב איך קײן מאָל קײן סוד ניט געמאַכט פֿון דעם, אַז איך בין אַ ייִד; נאָך מער: פֿריִער האָב איך שױן געהאַט אַן ערנסטן פּאָליטישן װיכּוח מיט יענער פֿרױ (מכּוח עפּעס אַנדערש), דעריבער האָב איך געװוּסט, אַז אונדזערע אָנשױוּנגען זײַנען פֿאַרשײדן. פֿון דעסטװעגן, נאָך יענעם שמועס האָב איך אָנגעהױבן טראַכטן: עפּעס האָב איך, אַפּנים, געטאָן אומריכטיקס (אָדער ניט געטאָן עפּעס נייטיקס), אױב זי האָט געמיינט, אַז מיט מיר מעג מען רײדן אַזױ? קאָנען אפֿשר אױך אַנדערע מענטשן זיך דערלױבן מיר זאָגן אַזעלכע זאַכן? סוף–כּל–סוף, האָבן מײַנע מחשבֿות מיך געבראַכט צו דעם, אַז איך האָב אָנגעהױבן עפֿנטלעך אונטערהאַלטן ישׂראל און אַפֿילו אָנגענומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט װי אַ סימן פֿון סאָלידאַריטעט מיט דער ייִדישער מלוכה.
מיט צװײ חדשים צוריק, בשעת דער צערעמאָניע, אױף װעלכער מע האָט מיר צוגעטײלט אַן ערנשטופֿע דאָקטאָר פֿון דער מוזיקאַלישער אַקאַדעמיע אין סאָפֿיע, האָט אײנער פֿון אירע לערערס מיר געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: „איר זײַט אַ רוסישער מוזיקאַנט, װאָס לעבט אױפֿן מערבֿ. צי האַלט איר פֿאַר אײַער חובֿ צו פֿאַרטײדיקן אײַער היימלאַנד?‟ נאָך דער צערעמאָניע האָבן דער רעקטאָר און די פּראָרעקטאָרין פֿון דער אַקאַדעמיע זיך אַנטשולדיקט פֿאַר יענעם לערער, דערקלערנדיק, אַז ער איז אַ מאָדנער מענטש און האָט אַ רוסישע פֿרױ. אױף זײַן פֿראַגע האָב איך דאַן געענטפֿערט אַזױ: „דעם אמת געזאָגט, װײס איך ניט, פֿון װעמען מע דאַרף פֿאַרטײדיקן רוסלאַנד. איך מיין, אַז עס דאַרף פֿאַרטײדיקט װערן בלױז פֿון זײַנע אײגענע הערשער, — און איך סטאַרע זיך עס טאָן, װעדליק מײַנע כּוחות.‟ זינט דעמאָלט אָן הער איך ניט אױף צו טראַכטן, אַז אפֿשר האָב איך געזאָלט ענטפֿערן אַנדערש, דהײַנו: אַז איך בין אַ ייִד, און רוסלאַנד איז תּמיד געװען ניט קײן היימלאַנד, נאָר אַ בײזע שטיפֿמוטער פֿאַר מײַן אומה, דעריבער טאַקע בין איך אַװעקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד אױפֿן מערבֿ בײַ דער ערשטער געלעגנהײט; אַז איך האַלט פֿאַר מײַן חובֿ צו פֿאַרטײדיקן מײַן אמתדיק הײמלאַנד — ישׂראל, און צו דערקלערן אַלעמען אױפֿן מערבֿ, װאָס פֿאַר אַ שלעכטס און אַ סכּנה פֿאַר דער גאַנצער װעלט שטעלט רוסלאַנד מיט זיך פֿאָר, און אַז מע דאַרף דורכפֿירן ביז גאָר אַ האַרבע פּאָליטיק בנוגע אָט דער מיאוסער מלוכה. הגם דאָס אַלץ איז אמת, און הגם עס װילט זיך מיר אָפֿט מאַכן עפֿנטלעך אַזאַ מעלדונג, דערװײַל שטעלט מיך עפּעס אָפּ דערפֿון — און איך װײס גענױ, װאָס פּינקטלעך. מכּוח דעם האָב איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אָנגעשריבן אין מײַן „מאַריענבאַדער טאָגבוך‟:
„יאָ, אַ סך טינוף איז פֿאַראַן אין רוסלאַנד, און ביז גאָר אַ שטינקענדיקער טינוף פֿירט הײַנט אָן מיטן לאַנד; נאָר װיסאָצקי מיט זײַן „באַלאַדע וועגן קאַמף‟ איז פֿאָרט אױך רוסלאַנד! און סאַכאַראָװ — אױך… און אַלע װוּנדערלעכע פֿילמען און לידער, אױף װעלכע איך בין אױפֿגעװאַקסן. שױן אָפּגערעדט פֿון שאָסטאַקאָװיטשן, פּראָקאָפֿיעװן, ראַכמאַנינאָװן, סקריאַבינען, טשײַקאָװסקין, רימסקי–קאָרסאַקאָװן, מוסאָרגסקין, באָראָדינען, גלינקאַ — איך קאָן דאָך ניט לעבן אָן זײער מוזיק. און אױך מײַנע אַלטע פֿרײַנד, װאָס זײַנען געבליבן דאָרטן און טראַכטן אַזױ װי איך. יאָ, זײ זײַנען אַ מינדערהײט (ניט װיכטיק ייִדן אָדער רוסן); אַזעלכע מענטשן זײַנען אין רוסלאַנד תּמיד געװען אַ מינדערהײט — און דאָך זײַנען זײ אױך אַ טײל פֿון רוסלאַנד. באַקומט זיך, אַז ניט געקוקט אױף אַלץ, אָפּזאָגן זיך אין גאַנצן פֿון רוסלאַנד װאָלט געמײנט פֿאַר מיר אָפּזאָגן זיך פֿון זיך אַלײן.‟
און נאָך דעם האָב איך געשריבן װײַטער:
„װאָס זשע װעט זײַן מיט יענעם לאַנד ׳אין שײנקײט זײַנער אוראַלטער, פֿאַרװײנטער׳? אין מיט־20סטן יאָרהונדערט האָט זיך געדוכט, אַז אין דײַטשלאַנד און יאַפּאַן איז דעמאָקראַטיע אוממעגלעך, װײַל זי איז פֿרעמד די יאַפּאַנער און די דײַטשן. די געשיכטע האָט דערװיזן, אַז ס׳איז ניט אַזױ, — נאָר פֿאַר דעם האָט מען געדאַרפֿט אַראָפּװאַרפֿן אױף יאַפּאַן אַטאָמישע באָמבעס און אָקופּירן דײַטשלאַנד במשך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט. אפֿשר איז אַזױנס נײטיק אױך אין רוסלאַנד, כּדי אײַנצופֿירן דאָרטן פֿרײַהײט און דעמאָקראַטיע? אױף דעם איז דער מערבֿ בפֿירוש ניט גרײט. צי װעט דאָס רוסלענדישע פֿאָלק אַלײן פֿאַרשטײן אַ מאָל, װוּ דער אמת איז באַגראָבן? ׳און צי װעט אױפֿגײן, סוף–כּל–סוף, איבער דעם פֿאָטערלאַנד פֿון אױפֿגעקלערטער פֿרײַהײט דער װוּנדערשײנער קאַיאָר׳? דערװײַל איז די דאָזיקע קשיא געבליבן הענגען איבערן גרױסן לאַנד װי אַ גרױסער פֿרעגצײכן…‟.
דװקא דאָס נישט האָבן אַן ענטפֿער אויף מײַן קשיא האַלט מיך אָפּ. װען אַ באַקאַנטער מײַנער שרײַבט מיר פֿון ישׂראל, אַז „רוסלאַנד איז תּמיד געװען, איז און װעט זײַן ׳אַ לאַנד פֿון קנעכט, אַ לאַנד פֿון האַרן׳‟, װער איך ממש דערשטױנט: װי קאָן מען זאָגן מיט אַזאַ זיכערקײט, װאָס װעט (אָדער װעט ניט) זײַן אין דער צוקונפֿט, און דערצו באַניצן דערבײַ אַזאַ װאָרט װי „תּמיד‟?! אונדזערע עטלער–זײדעס האָבן געװוּסט, אַז „אַ מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט!‟ און ניט בלױז אונדזערע: די רוסן האָבן אױך כּמעט אַן אידענטיש שפּריכװאָרט, און די ענגלאַנדער זאָגן, אַז „דער בעסטער אופֿן אַרויסרופֿן אַ געלעכטער בײַ גאָט איז פֿאָראױסזאָגן די צוקונפֿט‟. איך האָב קײן שום סיבות ניט צו האַלטן, אַז רוסלאַנד װעט קײן מאָל ניט װערן דעמאָקראַטיש, נאָר די פֿראַגע איז: װען? צי װעט עס געשען באַלד, ניט באַלד אָדער אַפֿילו אין עטלעכע יאָרצענדליקער אַרום? צי װעט עס זײַן בײַ מײַן לעבן, צי ניט? איינע אַ פֿרײַנדינע מײַנע אין רוסלאַנד, אַ. האַלט, אַז „די נאַכט איז באַזונדערס פֿינצטער פֿאַרן קאַיאָר‟, נאָר ק. איז ניט אַזױ אָפּטימיסטיש, מ. — אױך ניט…
אין צװײ חדשים אַרום װעט זײַן דער דרײַסיקסטער יאָרטאָג פֿון דער אױגוסט–רעװאָלוציע אין רוסלאַנד. װען פֿאַר מײַן לעבן װאָלט דאָס רוסלענדישע פֿאָלק װידער געשטעלט זיך אין קאַמף פֿאַר פֿרײַהײט, װאָלט איך געװען גליקלעך אָנטײלצונעמען אין אָט דעם קאַמף, װי ראָסטראָפּאָװיטש, און אַפֿילו צו שטאַרבן פֿאַר פֿרײַהײט, װי קריטשעװסקי. כּל–זמן ס׳קאָן זײַן אַזאַ האָפֿענונג, אַנטשליס איך זיך ניט אָפּצוזאָגן אין גאַנצן פֿון רוסלאַנד — בפֿרט דערפֿאַר װאָס, בעת אַ מלוכה װערט דעמאָקראַטיש, װערט שׂינאת–ישׂראל אין איר פֿאַרקלענערט, צו מאָל אַפֿילו אין אַ גרױסער מאָס (װי, למשל, אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע). די מעשׂה איז אָבער, אַז קײן האָפֿענונג איז ניטאָ — און קײן פֿולע אָפּװעזנהײט פֿון אַ האָפֿענונג איז (אַלנפֿאַלס, דערװײַל) אױך ניטאָ: װער װײסט, װאָס ס׳קאָן געשען? דעריבער בין איך אַצינד אין ספֿקות…
רוסלאַנד האָט אָנגערופֿן אַמעריקע און טשעכיע „פֿײַנטלעכע לענדער‟. אינעם ערשטן הױף פֿונעם פּראָגער הראַד האָט מען אױפֿגעהאָנגען אַ ישׂראלדיקע פֿאָן װי אַ סימן פֿון סאָלידאַריטעט מיט דער ייִדישער מלוכה. ס. קורץ האָט אױך אַרױפֿגעצויגן אַ ישׂראלדיקע פֿאָן אױפֿן בנין פֿון זײַן קאַנצעלאַריע.
[1] טאַץ, גאָלדע — ליטוויש־אַמעריקאַנער פּעדאַגאָג און פּיאַניסטקע.
[2] עטלעכע חדשים נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, האָט גרשון לעװענטאַל, אַ געבױרענער ישׂראלי, אַן איבערצײַגטער ציוניסט און אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פּאָליטאָלאָג, האָט מיר דערקלערט, אַז דער „פּלאַן, פֿאַרטראַכט פֿון דאָנאַלד טראַמפּ און זײַן אַרומרינגלונג, נאָר אָנגעשריבן פֿאַר זײ פֿון נתּניהו <…> איז געװען אַ „טױטער בוכשטאַב‟, װאָרעם קײנער — ניט די פּאַלעסטינער, ניט די ירדנער אָדער די עגיפּטער, די אײראָפּעער, די רוסן, אָדער אַפֿילו דער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישער קאָרפּוס — האָט ניט געװאָלט מסכּים זײַן מיט אים. אַפֿילו נתּניהו אַליין האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דעם פּלאַן איז אוממעגלעך צו פֿאַרװירקלעכן, און האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אים.‟.
[3] רבין־ראָטמאַן, נעה — יצחק רבינס אייניקל. זי האָט ניט געקאָנט אײַהאַלטן די טרערן בײַם סוף פֿון איר רעדע אױף איר זײדעס לװיה.