מרדכי יושקאָווסקי
אינגיכן האָט מיכאל דערבליקט בייַם אַרייַנגאַנג אינעם זאַל אלונהן. אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז אירע אויגן האָבן געבלאָנדזשעט איבערן זאַל און אויך געזוכט עמעצן, פּונקט אַזוי ווי זײַנע. זי איז געווען אָנגעטאָן אין אַ שטרענגן בעז-קאָליריקן קאָסטיום, וואָס האָט אונטערגעשטראָכן איר שלאַַנקע און איידעלע פֿיגור. איצט האָט זי אויסגעזען נאָך שטרענגער, ווי פֿריִער. מיכאל האָט אַ שמייכל געטאָן צו זיך אַַליין, טראַכטנדיק דערבייַ, אַז ווען זי וואָלט אויסגעזען אַזוי דאַן, אינעם עראָפּלאַן, ווען ער האָט זי דערזען צום ערשטן מאָל, וואָלט ער מסתּמא ניט געהאַט בכלל קיין העזה זיך צו ווענדן צו איר. איצט האָט איר גאַַַנצע געשטאַלט דערמאָנט אַן אמתע „אייַזערנע ליידי‟, און דערמיט האָט זי אים נאָך מער גערייצט און צוגעצויגן. ער איז צוגעגאַנגען צו איר, שמייכלענדיק ברייט, און געפֿרעגט מיט אַ קול, וואָס האָט פֿאַר אים אַליין געקלונגען אַ ביסל מאָדנע:
— נו, וווּ וועלן מיר זיצן?
— וווּ איר ווילט, — האָט אלונה געענטפֿערט גאַנץ רויִק, אָן דער טיפּישער פֿאַר איר שטעכיקייט.
— איך מוז אייַך מאַכן אַן אויפֿריכטיקן קאָמפּלימענט. איר זעט אויס פּשוט וווּנדערלעך, — איז מיכאל געוואָרן נאָך דרייסטער.
— אַ האַרציקן דאַַנק, איך בין אויפֿריכטיק צופֿרידן.
מיכאל האָט זיך געוווּנדערט, אַז אין די עטלעכע שעה, וואָס זיי האָבן זיך ניט געזען, איז בייַ זייַן נייַער באַקאַנטער פֿאָרגעקומען אַ בפֿירושער קער, און איצט איז זי געווען ממש אַן אַנדער מענטש, אַן אייַנגעהאַלטענער, אַ שמייכלענדיקער און אַ גאַנץ פֿרייַנדלעכער.
ביידע האָבן זיך אַוועקגעזעצט אין דער צווייטער ריי, אַנטקעגן דעם פּרעזידיום. זיי האָבן אויסגעהערט די פייַַערלעכע באַגריסונג-רעדעס פֿון פֿאַרשיידענע קיִִעווער קהילה-מנהיגים, פֿון די פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע וועלט-אָרגאַניזאַציעס און אַפֿילו פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג. פֿון צייַַט צו צייַט האָט מען זיך איבערגעשעפּטשעט און געוואָרפֿן איינער אויפֿן אַנדערן זייַטיקע נייַגעריקע בליקן. אין משך פֿון די פּּאָר שעה האָט מיכאל דערפֿילט, אַז צווישן זיי איז אַדורכגעפֿלויגן אַ מין בליץ, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ גאַנצן ווירבל פֿון מחשבֿות אין קאָפּ, געוואַרעמט דעם גוף און געצופּט די נשמה. דאָס איז געווען אַ נייַער פֿאַר אים געפֿיל, וועלכן ער האָט נאָך קיינמאָל ניט געשפּירט ביז איצט, אַזאַ, וואָס האָט אָנגעפֿילט זייַן גאַנץ געמיט ביז די ראַנדן.
נאָָכן סוף פֿון דער דערעפֿענונג-סעסיע האָט מיכאל פֿאָרגעלייגט אלונהן ניט צו גיין אויפֿן אָוונטברויט אינעם רעסטאָראַן פֿון דעם האָטעל, און ניט צום קאָנצערט, וואָס איז געווען אָרגאַניזירט אין די ראַמען פֿון דער קאָנפֿערענץ, נאָר אַרויסגיין אויף אַ שפּאַציר אין צענטער שטאָט. דער וועטער איז געווען אַ מילדער, טיפּיש פֿאַר דער מיט פֿונעם חודש מײַ. עס איז נאָך ניט געווען זומערדיק הייס, אָבער די שטאָט האָט זיך געבאָדן אין דער פֿרילינגדיקער פֿרישקייט, און דער עיקר, גאַנץ קיִעוו האָט ממש געזונקען אין דער קאַשטאַנען-בליִונג. צווייַגן פֿון די ביימער האָבן זיך געבויגן אונטער די שפּראָצנדיקע קאַשטאַנען-בלומען, דער ריח האָט געשיכּורט און געהויבן די שטימונג.
ביידע האָבן זיי אַרומשפּאַצירט אין די בילדערישע גאַַסן, דערבייַ האָט מיכאל זייער עמאָציאָנעל דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער שטאָט, וועגן די ייִדישע מקומות, סתּם אינטערעסאַנטע פֿאַקטן. אלונהן האָט געוווּנדערט זייַן התלהבֿות, אַ ים מיט וויסן, מיט וועלכן ער איז געווען באַלאָדן. זי האָט אים איצט געזען אינגאַנצן אין אַן אַנדער ליכט. ער איז ניט געווען ענלעך צו די מאַנסבילן, וועלכע זי האָט געקענט ביז איצט. זייַן פֿליסיק און אויסגעצייכנט העברעיִש מיט אַ לייַכטן אַקצענט האָט אים צוגעגעבן אַ באַזונדערן חן. ער האָט פֿאַרמאָגט אין זיך דעם זעלטענעם צוזאַמענבונד פֿון סאָלידקייט, אינטעליגענטקייט און יונגערישער שטיפֿערישקייט. צווישן די ערנסטע היסטאָרישע פֿאַקטן האָט ער ארייַנגעזיפּט וויצן און הומאָריסטישע ווערטלעך, געשפּאַסט און מיטרייַַסנדיק געלאַכט. זי האָט באַמערקט, אַז זייַן דורכדרינגלעך קול האָט ממש געגלעט סייַ איר געהער, סייַ די נשמה. שוין אַ לענגערע צייַט האָט זי זיך ניט געפֿילט אַזוי גוט און געמיטלעך מיט עמעצן. פֿון מאָל צו מאָל האָט זי זיך געכאַפּט בייַם געדאַַנק, אַז אָט-די באַקאַנטשאַַפֿט זעט אויס צו גוט צו זייַן אמת, און זי טאָר ניט בשום אופֿן אַרויסווייַזן איר סימפּאַטיע, די גאַנצע זאַך זאָל ניט אַויסגיין קרום…
דוכרגעגאַנגען די גאַנצע וולאַדימיר-גאַס, זייַנען זיי אַרויס אויף דעם אַנדרייעווער אַראָפּשטייַג. מיטאַמאָל האָט מיכאל גענומען אלונהס האַנט און זי אַ שלעפּ געטאָן צום פּאַנאָראַם-פּלעצל, פֿון וועלכן ס’האָט זיך געעפֿנט אַ וווּנדער-שיין בילד פֿונעם ברייטן דניעפּער-טייַך מיט די גרינע אינדזלען אינמיטן און פֿונעם לינקן ברעג.

כאָטש עס האָט שוין געטונקלט, איז אַלץ געווען באַלויכטן און האָט געהאַט זייַן אָוונטיקן חן. מיכאל האָט אַ סך דערציילט, אָנגעוויזן אויף בולטע מערקווירדיקייט. דערבייַ האָט ער אוממיטלבאַר אַרויפֿגעלייגט זייַן רעכטע האַנט אויף אלונהס פּלייצע. פֿון דעם דאָזיקן צוריר האָט זיך איר אויסגעדאַכט, אַז אַ מין זיגזאַגישער שטראָם האָט דורכגעדרונגען איר גאַנצן קערפּער, אָבער גלייַך נאָך דעם האָט זי דערפֿילט אַן אײַגענעמע וואַרעמקייט, וואָס האָט זי אינגאַנצן צעמישט…
— ס’איז אַ גליק, וואָס מיר רעדן העברעיִִש, און ניט רוסיש, — האָט מיכאל געזאָגט מיט אַ שטילערן קול, קוקנדיק אויפֿמערקזאַַם אַרייַן אין אלונהס אויגן, — דעריבער קאָָנען מיר אויסמייַדן דעם מאָמענט, וואָס ברענגט אַרייַן אַלע רוסיש-רעדנדיקע אין אַ פֿאַרלוירנקייט. איך מיין דעם מאָמענט, ווען איינער פֿרעגט דעם אַנדערן, צי מע מעג אַריבערגיין אויף „דו‟…
— ביסט גערעכט, — האָט שמייכלענדיק געענטפֿערט אלונה, — איך בין שוין פֿון לאַנג מיט דיר אויף „דו‟. עס גלייבט זיך ניט אַפֿילו, אַז ביז הייַנט אין דער פֿרי האָבן מיר זיך ניט געקענט.
— נו, אויב דעם דאָזיקן באַריער האָבן מיר שוין אַריבערגעשפּרונגען, וויל איך דיך אייַנלאַדן אין אַן אינטערעסאַנט פּלאַץ, ממש צוויי טריט פֿון דאַנען. דערצו זייַנען מיר ביידע שוין זיכער הונגעריק.
— וואָס פֿאַר אַ פּלאַץ? — האָט אלונה געפֿרעגט מיט נייַגעריקייט.
— אָ, דאָס איז אַ סורפּריז…
אין אַ פּאָר מינוט אַרום זייַנען זיי געזעסן אין אַ סטיליזירט־אוקראַיִנישן רעסטאָראַן „זאַ דוואָמאַ זאַיציאַמי‟ („נאָך צוויי האָזן”), וווּ עס איז געווען ווידעראויפֿגעשטעלט די אַטמאָספֿער פֿון קליינבירגערלעכן קיִעוו סוף 19טן יאָרהונדערט. ביז מע האָט געוואַרט אויף דער באַשטעלונג, האָט מיכאל אויספֿירלעך דערקלערט אלונהן, אַז דער רעסטאָראַן איז אָנגערופֿן לויט דער קלאַסישער אוקראַיִנישער פּיעסע, אָנגעשריבן פֿונעם דראַמאַטורג מיכאַיִל סטאַריצקי אין 1883. די פּיעסע איז געווען פּאָפּולער אין גאַנץ אוקראַיִנע, אַ סך טעאַטערס האָבן זי געשפּילט, אָבער אין 1961 האָט מען געשטעלט אַ פֿילם אויף רוסיש, דעמאָלט האָט שוין גאַנץ סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זיך באַקענט מיט אָט דעם ווערק, און עס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער.
וויבאַלד די געשעענישן פֿון דער פּיעסע וויקלען זיך פֿונאַנדער אין דער דאָזיקער געגנט, האָט מען אויך דעם רעסטאָראַן אַזוי אָנגערופֿן און סטיליזירט אַנטשפּרעכיק דער קאָמעדיע. דערבייַ האָט מען אויפֿן גרויסן וואַנט-עקראַן אָן אַַַן אויפֿהער געדרייט עפּיזאָדן פֿון דעם פֿילם, און מיכאל האָט אלונהן געדולדיק דערקלערט, ווער עס זײַנען סוויריד גאָלאָכוואַסטאָוו, פּּראָניאַ פּראָקאָפּאָוונאַ, גאַַַלאָטשקאַ אא”וו.
אלונה האָט עס אַלץ אויסגעהערט אין איין אָטעם, זײַענדיק סייַ נייַגעריק, סייַ באַוווּנדערט, ברייט צעעפֿנט אירע גרויסע סאַברישע אויגן. אין איינעם אַ מאָָמעמט האָט מיכאל געכאַפּט איר האַנט און אויסגעזונגען דאָס ליד, וואָס האָט געקלונגען אינעם פֿילם: „דע טי בוּוו סעלעזען, דע בולאַ וווּטאָָטשקאַ…‟ (וווּ ביסטו געווען, קאַטשער, וווּ ביסטו געווען, קאַטשקעלע…‟, — און ער האָט מיט א פֿונק אין די אויגן גענומען דערציילן:
— שטעל זיך פֿאָר, מיט אַ פּאָר יאָָר צוריק בין איך געווען מיט אַ סעריע לעקציעס אין בוענאָס-אייַרעס. דאָרט האָט מען מיר אַ מתּנה געגעבן אַ זאַמלבוך פֿון יום-טובֿדיקע קינדער-לידער פֿאַר די אַרגענטינער ייִדישע שולן, אַרויסגעלאָזט אין די 1950ער יאָרן. קומענדיק צוריק אַהיים, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט צו דער פּיאַנע און סתּם גענומען אויסשפּילן עטלעכע לידער פֿון דער דאָזיקער זאַמלונג. ווי גרויס איז געווען מייַן פֿאַרוווּנדערונג און התלהבֿות, ווען איך האָב געפֿונען דאָרט אויף דער זעלבער מעלאָדיע פֿון אָט-דעם פֿילם אַ פּסחדיק ליד אין ייִדיש:
אליהו הנבֿיא, קום צו גיין צו אונדז פֿאַרשטעלט,
אליהו, מיט דייַן גוטסקייט איז דאָך פֿול די גאַנצע וועלט…
אינעם בוך שטייט בפֿירוש געשריבן: פֿאָלקס-מוזיק, אָבער איך האָב גלייַך דערקענט די מעלאָדיע. גיי ווייס, וויִאַזוי אָט-די אוקראַיִנישע מעלאָדיע האָט אַריבערגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע און איז געוואָרן אַ פּסחדיק ליד אין ייִדיש‟.
ווען מיכאל האָט שטיל אָנגעזונגען דאָס לידל אויף ייִדיש, איז אלונה אינגאַנצן דערשיטערט געוואָרן, און עס האָט בייַ איר אַ בלישטש געטאָן אַ טרער אין די אויגן. נאָך אַ מינוט שווייַגן האָט זי געזאָגט:
— איך בין פּשוט איבערראַשט פֿון דייַן דערקלערונג און פֿונעם דאָזיקן פּלאַץ. עס דאַכט זיך מיר, אַז קיין בעסערע מתּנה האָב איך ניט געקראָגן שוין אַ לאַנגע צייַט. און דער עיקר ייִדיש, וואָס רופֿט בייַ מיר שטענדיק אַרויס אַ גרויסן סענטימענט. איך רעד ניט פֿליסיק אויף ייִדיש, אָבער פֿאַרקויפֿן קאָן מען מיך ניט, ווייַל ביידע מייַנע עלטערן זייַנען עכטע ווילנער, ביידע שטאַמען פֿון ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות, און ביז הייַנט-צו-טאָג רעדן די טאַטע-מאַמע צווישן זיך ניט זעלטן אויף ייִדיש.
— אויף דעם בין איך דיר ממש מקנא. — האָט מיכאל געענטפֿערט, — איך האָב ניט געהערט ייִדיש אין דער היים, איך האָב ייִדיש געלערנט. איך לייען אויף ייִדיש אַ סך, ווייַל מייַן פֿאָרשונג פֿאָדערט עס, אָבער רעדן פֿרייַ קאָן איך אויך ניט. פֿון דעסטוועגן קען איך ניט ווייניק ייִדישע לידער… אָ, אָט איז אָנגעקומען אונדזער באַשטעלונג. קיין ליטוויש-ייִדישע מאכלים זאָג איך דיר ניט צו, אָבער אונדזערע אוקראַיִנישע זייַנען אויך ניט ווייניקער געשמאַק. איז מיט א גוטן אַפּעטיט!..
אויף מאָרגן אין דער פֿרי איז מיכאל אַרייַנגעקומען אינעם קאָנפֿערענץ-זאַל, אויסגעפּוצט אין אַן אָפֿיציעלן סטיל — אין אַ טונקל-בלויען אָנצוג, שניי-ווייַסער בלוזע מיט אַ באָרדאָוון קראַוואַט. ווען אלונה האָט אים דערזען, האָט זי אים פֿרייַנדלעך באַגריסט און באַמערקט מיט אַ געלעכטערל:
— דו זעסט אויס אויסערגעוויינלעך סאָליד. אין אַזעלכע פֿאַלן זאָגט מייַן תּמיד מאַמע: זיך אויסגעפּוצט, ווי יענטעלע צום גט.
— אָ, וווּנדערלעך, וואָס דו געדענקסט אַזעלכע פּערל. איך קען דאָס ווערטל אויך… וואָס זאָל מען טאָן? מע מוז דאָך אויסזען לייַטיש. מייַן לעקציע איז די צווייטע אין דער פֿרימאָרגנדיקער סעסיע.
— און מייַנע איז די ערשטע אין דער צווייטער סעסיע, אויב דו געדענקסט, — האָט אלונה אַ וווּנק געטאָן.
— זיכער געדענק איך…
פֿאַר מיכאלס לעקציע איז אלונה געווען מער אָנגעשטרענגט פֿון אים. עס האָט זי ממש אויפֿגערודערט דער געדאַַנק, אַז באַלד וועט זי זען איר נייַַעם פֿרייַַנד אין זייַן פֿאָרמעלן אַמפּלואַ. איר פֿרוייִשע אינסטינקטיווע נייַגעריקייט האָט זי ממש געדראָדלט מיט דער פֿראַגע: ווי זעט ער אויס אויף דער בינע? צי איז ער דאָרט אַנדערש פֿון יענעם בחור, מיט וועלכן זי האָט נעכטן פֿאַרבראַכט אַן אומפֿאַרגעסלעכן טאָג?
די טעמע פֿון זייַן לעקציע איז געווען „די ייִדישע פֿאָלקס-קולטור און איר אָפּשפּיגלונג אין דער מאָדערנער ייִדישער דערציִונג‟. כאָטש דאָס קעפּל האָט געקלונגען גאַנץ אַקאַדעמיש, האָט אָבער מיכאל גלייַך פֿון די ערשטע מינוטן צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם עולם. רעדנדיק עמאָציאָנעל און צוטריטלעך, האָט ער געשאַפֿן אַן אייַנדרוק, אַז ער ווענדט זיך צו יעדן איינעם פֿון די אָנוועזנדע באַזונדער און פֿירט מיט אים אַן אָפֿענעם דיאַלאָג. ער האָט גערעדט וועגן זאַכן, וואָס זייַנען געווען אַ פּראָדוקט פֿון זייַן פֿאָרשונג-אַרבעט, פֿאַרגליכן די ייִדישע בילדונג-סיסטעמען פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות, אין פֿאַרשיידענע לענדער, אָבער איבערגעגעבן די פּרטים האָט ער אַזוי באַגייַַסטערט, אַז יעדער איינער האָט זיי געקאָנט דערפֿילן, פֿאַרשטיין און זיך אידענטיפֿיצירן מיט זייַַנע אידעען.
פֿון איין זייַַט, איז עס געווען אַן אַקאַדעמישער פֿאָרטראָג מיט ציפֿערן, פֿאַקטן, ציטאַטן, פֿון דער אַנדערער זייַט האָט מען אין יעדן וואָרט געקאָנט שפּירן דעם אָפֿנהאַרציקן רוף צו אַלע קאָנפֿערנץ-אָנטיילנעמער צו געדענקען אונדזערע קולטור-וואָרצלען, אָפּהיטן און שטודירן די רייַַכע ייִדישע פֿאָלקס-ירושה, וועלכע ווערט געבויט אויף אייביק אַקטועלע מאָראַלישע ווערטן, און איבערגעבן דאָס אַלץ די קומענדיקע דורות. נאָך דער לעקציע, וואָס האָט געדויערט אַ האַלבע שעה, האָט זיך דער זאַל ממש אויפֿגעריסן מיט אַפּלאָדיסמענטן, וועלכע האָבן זיך געצויגן אַ סך לענגער, ווי עס איז אָנגענומען בדרך-כּלל. מיכאל איז געשטאַנען בייַ דעם פּאָדיום, שעמעוודיק געשמייכלט, געדאַנקט דעם עולם מיט לייַכטע באַוועגונגען פֿונעם קאָפּ און אויסגעזען אַ ביסל יונגעריש פֿאַרלוירן.
אין דעם איבעררייַס, ווען ער איז אַראָפּגעגאַנגען פֿון דער בינע, האָבן אַ סך מענטשן זיך גלייַך אַ וואַרף געטאָן צו אים, גערעדט מיט אים, געשטעלט פֿראַגעס, געבעטן זייַנע וויזיט-קאַרטלעך, עפּעס דערציילט אים. אלונה איז געשטאַנען פֿון דער זייַט און געקוקט אויף דעם דאָזיקן בילד, זייַענדיק אינגאַנצן דערשטוינט. זי האָט זיך איצטער דערפֿילט אין אַ מאָדנעם צושטאַנד, ניט געוווּסט, וויִאַזוי זיך אויפֿצופֿירן ווייַטער. זי האָט זיך אַליין געוווּנדערט, אַז פֿון דער „אייַזערנער ליידי‟ איז דאָך בייַ איר גאָרנישט ניט געבליבן. זי, וועלכע איז געוווינט געווען תּמיד צו האַלטן אירע טאַטן און געפֿילן אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל, ניט אַרויסצוּווייַזן קיין שום אינעווייניקסטע שטרויכלונג, האָט זיך געפֿילט אַצינד אינגאַנצן צעמישט. צוליב אָט דעם בחור, וועלכן זי האָט אויפֿגענומען לכתחילה אין אַ טיפּישער פֿאַר איר מאַניר, אַרויסשטעלנדיק אירע שטעכלקעס, האָט זי אָנגעוווירן דאָס עמאָציאָנעלע גלייַכגעוויכט. זי האָט זיך צוגעהערט צו זייַן לעקציע, געשלונגען יעדעס וואָרט, און עס האָט זיך איר געדאַכט, פּונקט ווי איר מאַמע זאָגט אויף ייִדיש, אַז פּערל שיטן זיך בייַ אים פֿון מויל. זי האָט זיך דאָך שוין אָנגעהערט מיט אַ שלל לעקציעס און בייַגעווען בייַ אָן אַ שיעור קאָנפֿערענצן, אָבער זי האָט ניט געדענקט, אַז עמעצער זאָל רעדן אויף אַ טרוקענער פּראָפֿעסיאָנעלער טעמע, און דערבייַ מצליח געווען אָנצופֿילן דעם זאַל מיט אַזויפֿיל וואַרעמקייט, נשמהדיקייט, צו דערוועקן אַזאַ נאָסטאַלגיע צו דער דורותדיקער ייִדישקייט.
עס איז ניט סתּם געווען אַ נייַעס פֿאַר איר. עס האָט אויסגעזען אין אירע אויגן ווי אַן אמתער פֿענאָמען, און איצט האָט זי געזען פֿון דער זייַט, וויפֿל באַאייַנדרוקטע מענטשן האָבן אים אַרומגערינגלט, געזוכט אַ פֿאַרבינדונג מיט אים, געוואָלט כאַפּן מיט אים אַ וואָרט, און סתּם געקוקט אויף אים מיט גרויס התפּעלות. זי האָט דערפֿילט דאָס ערשטע מאָל אין אַ לענגערער צייַט, אַז עס ציט זי צו דעם דאָזיקן מאַנצביל, ווי זי וויל, אַז אָט-דער המון זאָל זיך גיכער פֿונאַנדערגיין, און זי זאָל קאָנען אים אַרויסזאָגן איר התלהבֿות; אָבער מיכאל האָט נאָך לאַנג ניט מסוגל געווען זיך צו באַפֿרייַען פֿון דעם קרייַז, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום אים…
ערשט שפּעטער, בייַ דער קאַווע-הפֿסקה, האָט אלונה געזאָגט:
— איך מוז מודה זייַן. איך האָב געוואַרט אויף דײַן פֿאַרטראָג, און כ’בין געווען זיכער, אַז ער וועט זייַן אינטערעסאַנט, אָבער אויף אַזאַ זאַך האָב איך זיך ניט געריכט. עס איז געווען אַ סך מער, ווי אַ לעקציע. קאָנסט מיר גלייבן, אַז איך האָב זיך שוין אין לעבן אָנגעהערט מיט לעקציעס, נאָר אַזוינס האָב איך נאָך ניט געהערט. דער עיקר, האָסט מצליח געווען אַ טרוקענע אַַקאַדעמישע טעמע באַהאַרצן, באַלעבן, איר צוגעבן ממש אַן עמאָציאָנעלן בייַ-טעם. וואָס קאָן איך דיר נאָך זאָגן? כּל־הכּבֿוד!
מיכאל האָּט זיך פּלוצעם קינדערש פֿאַררויטלט, זי אָנגענומען בייַ דער האַנט, און געענטפֿערט מיט אַ שטילערן קול:
— עס איז מיר זייער טייַער דייַן יעדעס וואָרט, און קענענדיק דיך שוין אַ ביסל, פֿאַרשטיי איך, אַז ביסט ניט אַזאַ איינע, וואָס צעוואַַרפֿט זיך מיט קאָמפּלימענטן. דו האָסט ממש געכאַפּט דעם תּוך, פֿאַרשטאַַנען מייַן עיקרדיקן ציל. און זייַ וויסן — איך האָב געהאַט זייער אַ גוטן סטימול. איך האָב דאָך געוווּסט, אַז אינעם זאַל זיצט אַ פֿרוי, וועלכער איך וויל אַרויסזאָגן אַ סך פֿאַרבאָרגענע ווערטער און מחשבֿות…‟ — און ביידע האָבן זיך גוטהאַרציק צעלאַכט…
נאָך דער צווייטער סעסיע האָבן זיי ביידע זיך געלאייַלט, וואָס גיכער זיך אַרויסצושמוגלען פֿונעם האָטעל, ווייַל ס’איז גראַדע געווען די צייַט, אויף וועלכער ס’איז באַשטימט געוואָרן די עקסקורסיע פֿאַר די געסט פֿון אַנדערע שטעט. זיי זייַנען אַרייַַן אין אַ רעסטאָראַן אויף קרעשטשאַטיק אָפּצועסן מיטאָג, און בעת מע האָט געוואַרט אויף דער באַשטעלונג, האָט מיכאל געזאָגט:
— איך בין זייער באַאייַנדרוקט פֿון דייַן אויפֿטריט. האָסט פּרעכטיק באַשריבן דייַן טעטיקייט, און די אידעען דייַנע זייַנען וווּנדערלעך, אָבער מײַן טענה איז ניט צו דיר, נאָר צו דייַן אָרגאַניזאַַציע. איך פֿאַרשטיי נאָך, ווען מע אינוועסטירט מיטלען און כּוחות צו העלפֿן די עלטערע מענטשן. די „חסד‟־נעץ טוט אַ נוצלעכע אַרבעט. צו העלפֿן עלטערע ייִדן איז אַ הייליקער פֿליכט, אָבער, פֿאַרשטייסט, ווען איר אינוועסטירט געלט, אַדמיניסטראַטיווע מיטלען און אַזוי ווייַטער אין דער יוגנט, וואָס איז דאָ פֿאַרבליבן, זייַ מיר מוחל, דאָס פֿאַרשטיי איך ניט…
— אָבער אויך די יונגע ייִדן לעבן דאָ, פֿאַר וואָס קומט זיי ניט קיין הילף אינעם אָנגיין מיטן ייִדישן לעבן? — האָט זיך פֿאַרוווּנדערט אלונה, — אַזאַ טענה האָב איך ניט דערוואַרט, און דווקא פֿון דיר.
— איך קאָן מיט דעם גאָרנישט ניט טאָן. איך בין אַן אויסגעשפּראָכענער ציוניסט, — האָט זיך מיכאל באַרעכטיקט. — איך בין געווען און געבליבן בייַ דער מיינונג, אַז ווי אַ פֿאָלק האָבן מיר אַ קיום נאָר אין ישׂראל. און אייַערע אינוועסטיציעס אין דער יוגנט פֿאַרלענגערן דעם גלות. אפֿשר, ווען ניט די דאָזיקע פּראָגראַמען פֿון די פֿילצאָליקע אָרגאַניזאַציעס סייַ רעליגיעזע, סייַ וועלטלעכע, וואָס האַלטן אונטער פֿאַרשיידענע טעטיקייטן צווישן די ייִדן דאָ, וואָלטן די מערסטע ייִדישע יוגנטלעכע עולה געווען, און זייער ייִדישע צוקונפֿט וואָלט געווען פֿאַרזיכערט.
— אָבער וואָס זאָלן טאָן יענע, וואָס בלייַבן דאָ? — איז אלונה געוואָרן מער קעמפֿעריש? — ווער האָט דיר געגעבן דאָס רעכט זיי צו פֿאַרבאָטן פֿירן אַ ייִדיש לעבן? ניט אַלע וועלן דאָך עולה זייַן. מענטשן האָבן פֿאַַרשיידענע אומשטענדן. האָסט מיך פּשוט שאָקירט מיט דייַנע טענות.
— זייַ אַזוי גוט, צעהיץ זיך ניט. — האָט געבעטן מיכאל. — ס’איז ניט קיין לייַכטער שמועס פֿאַר מיר. איך לעב מיט טאָג אויס־טאָג אייַן דעם דאָזיקן ווידערשפּרוך. פֿאַרשטייסט, פֿון איין זייַט, בין איך טיף אַרייַנגעטאָן אין די ייִדישע דערציִונג-ענינים דווקא דאָ, אין מיזרח-אייראָפּע, איך פּריידיק אַרייַנצוברענגען אין דער דאָזיקער דערציִונג, אויף וויפֿל מע קאָן, אַ חוץ די עלעמענטן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, אויך ידיעות וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור, טעאַטער, הומאָר, בקיצור פֿון אונדזער גייַסטיקער ירושה. האָסט עס זיכער פֿאַרשטאַנען פֿון מייַן לעקציע. פֿון דער אַנדערער זייַט, האַלט איך, אַז די ייִנגערע דורות ייִדן אין גלות זייַנען פּשוט פֿאַראורטיילט זיך צו אַַסימילירן, אויב ניט אין דעם ערשטן דור, איז אינעם צווייטן… די געשיכטע שיקט אונדז איין מאָל נאָכן אַנדערן שווערע קלעפּ, כּדי אונדז אַנצולערנען פּשוטע אמתן, און מיר מאַכן זיך נאָך אַלץ ניט וויסנדיק. פֿאַרשטייסט, די מענטשהייט אין גאַנג פֿון איר לאַנגער געשיכטע האָט געטרוימט וועגן אַן אידעאַלער געזעלשאַפֿט, דעריבער זייַנען געשריבן געוואָרן צענדליקער אוטאָפּישע ראָמאַנען, ניט נאָר פֿון טאָמאַס מאָר און טאָמאַזאָ קאַמפּאַנעלאַ, הערבערט וועלס, דזשעק לאָנדאָן, נאָר אויך פֿון אַ צענדליק אַנדערע מחברים. און די איינציקע אוטאָפּיע אין דער וועלט-געשיכטע, וואָס איז, זאָל זייַן ניט אויף הונדערט פּראָצענט, נאָר אויף פֿינף און נײַנציק פּראָצענט, מקוים געוואָרן, איז הערצלס „אַלטנוילאַנד‟. באַטראַכט נאָר גוט דעם דאָזיקן פֿאַקט. מיר פֿאַרגעסן אים אָפּצושאַצן ווי געהעריק; די איינציקע אוטאָפּיע אין דער מענטשלעכער געשיכטע, וועלכע האָט זיך פֿאַרווירקלעכט! — זייַן פּנים האָט זיך צעפֿלאַמט. — ישׂראל איז הייַנט די איינציקע ייִדישע קהילה אין דער וועלט, וואָס וואַקסט, און דערצו נאָך מיט אַ שנעלן טעמפּאָ, ניט געקוקט אויף די אַלע פּראָבלעמען אונדזערע. אַלע איבעריקע ווערן אויסגעשעפּט, די אַסימילאַציע פֿרעסט זיי אויף. אין דער צוקונפֿט וועט אפֿשר זיכער בלייַבן דאָ אַ שיל, דאָרט אַ קהילהלע, דאָ אַ קאָנפֿערענץ, דאָרט אַ סימפּאָזיום, אָבער דער איינציקער פֿולווערטיקער ייִִדישער קיום איז מעגלעך נאָר אין ישׂראל, וויל עמעצער עס יאָ אָנערקענען, אָדער ניט…
— אָבער… — האָט אלונה געוואָלט עפּעס ענטפֿערן, נאָר מיכאל האָט זי ניט געלאָזט.
ער האָט געטאָן אַ האַסטיקן קער מיטן קערפּער און אינגאַנצן אומדערוואַרט איר געגעבן אַזאַ הייסן, לייַדנשאַפֿטלעכן קוש, אַז אלונהן האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז פֿונקען שפּראָצן פֿון זייַנע אויגן. נאָך דעם איז געקומען אַ רגע פֿון פֿאַרלוירענעם שווייַגן, וועלכן זי האָט איבערגעריסן:
— איך האָב זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז דו קאָנסט זייַן אַזוי דרייסט… דאָ, אין רעסטאָראַן, אין מיטן העלן טאָג… עס איז אַזוי אומגעריכט…
— דאָס מאָל וועל איך ניט בעטן בייַ דיר קיין אַַנטשולדיקונג. עס איז עפּעס, וואָס איך האָב פֿאַרלוירן די שליטה איבער דעם. זינט איך האָב דיך דערזען, האָט זיך אין מיר אָנגעצונדן אַ שייַַטער, וואָס צעברענט זיך אַלץ מער און אַלץ שטאַרקער. איך קאָן זיך שווערן, אַז אַזאַ געפֿיל האָב איך נאָך קיינמאָל ניט געשפּירט. איך האָב מיר קיינמאָל ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ איינער ווי איך, אַן אייַנגעהאַלטענער און אַ שעמעוודיקער, זאָל אויף אַזוי פֿאַרלירן דעם קאָפּ. אויב נעכטן האָסטו אָנגעפֿילט מייַנע געדאַנקען ביז די ראַנדן, און איך האָב וועגן גאָרנישט ניט געקאָנט טראַכטן, האָסטו הייַנט אָנגעפֿילט מייַן האַרץ אָן אַ רעשט. איך קוק אויף דיר און ווער דערציטערט. — מיכאל האָט גערעדט רירנדיק, אומרויִק און אָפֿנהאַרציק.
— מיקי, איך בין זייער אויפֿגערעגט מיט דייַן ליבע-אָנערקענונג, — האָט אלונה גערעדט פּאַמעלעך, זוכנדיק די ריכטיקע ווערטער. ביסט מיר אויך געפֿעלן, און אין די דאָזיקע פּאָר טעג ביסטו מיר אויך געוואָרן טייַער. דו ביסט ניט ענלעך אויף קיין אַנדערע מענער, וואָס איך האָב געקענט. אָבער מוזסט מיך פֿאַרשטיין, איך דאַרף צייַט. איך קאָן ניט באַשליסן פֿון איצט אויף איצט און דיר געבן אַן ענטפֿער אָט דאָ, אויפֿן אָרט…
— איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס לעבן האָט דיך געמאַכט פֿאָרזיכטיק. איך אייַל דיך ניט צו, איך וועל וואַרטן, וויפֿל וועסט הייסן. איך וויל נאָר, דו זאָלסט געדענקען, אַז איך בין שוין אויך ניט קיין ייִנגעלע, וואָס עס ציט אים אַ שפּיל צו טאָן, אָדער אויף אַ נייַער פֿאַרבייַלויפֿיקער אַוואַנטורע. איך בין מער ווי ערנסט. — האָט מיכאל באַרויִקט אלונהן, האַלטנדיק איר האַנט אין זייַנער.
אַ האַלבן טאָג האָבן ביידע אַרומשפּאַצירט איבער קיִעוו. מיכאל האָט געפֿירט אלונהן אין לוקיאַנאָווקע, איר דערציילט אויספֿירלעך די געשעענישן אַרום דעם בייליס-פּראָצעס, האָט פֿאַר איר ממש געעפֿנט די געשיכטע פֿון דער „קולטור-ליגע‟, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אין קיִעוו אין 1918, האָט איר דערציילט וועגן דעם ליטעראַרישן סאַלאָן פֿון דער משפּחה מייַזיל אין צענטער שטאָט, וווּ עס פֿלעגן זיך צונויפֿקומען אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט די באַטייַטנדיקע שרייַבער, ליטעראַטור-קריטיקער, קינסטלער, צווישן זיי: דוד בערגעלסאָן, נחמן מייַזיל, דער נסתּר, מאַרק וואַרשאַווסקי. ער האָט איר אויך איבערדערציילט די ליטעראַטור-ווערק, אָנגעשריבן וועגן דער דאָזיקער שטאָט, געבראַכט זי צו דעם שרייַבערישן בנין אויף דער כמעלניצקי-גאַס 68, דערציילט וועגן דעם טרויעריקן און דראַמאַטישן גורל פֿון די ייִדישע שעפֿער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: דוד האָפֿשטיין, איציק קיפּניס, מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי, נתן זאַבאַרע, הערשל פּאָליאַנקער און נאָך.
— ביסט געווען גערעכט, — האָט אלונה געזאָגט בעת דעם אָוונטיקן אָפּרו אין אַ קאַפֿע, זייַנענדיק שוין מיד פֿון אַרומשפּאַצירן אַ האַלבן טאָג איבער דער שטאָט. – דאָס, וואָס איך האָב געהערט פֿון דיר, וואָלט איך טאַקע אויף קיין שום אַַנדער עקסקורסיע ניט געהערט. האָָסט פֿאַר מיר געעפֿנט אַ וועלט, וואָס איז ביז איצט געווען פֿאַרבאָרגן פֿאַר מיר. עס איז אַ סך מער פֿון סתּם זען אַ שטאָט. האָסט פֿאַר מיר אַנטפּלעקט אַ שטיק ייִדישע געשיכטע, דעריבער זע איך איצט אַלץ שוין מיט אַנדערע אויגן. ביז איצט האָב איך געזען אין קיִעוו נאָר דעם קרעשטשאַטיק און באַבי יאַר, און דאָס אַלץ. איך דאַנק דיר זייער פֿאַרן דאָזיקן שפּאַציר. עס איז די טייַערסטע מתּנה פֿאַר מיר.
— נישטאָ פֿאַר וואָס צו דאַנקען. — האָט מיכאל דערווידערט, — עס איז מייַן פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען מיט דיר די צייַט. קאָנסט גלייבן, אָדער ניט, נאָר איך פֿיל ניט קיין שום מידקייט איצט. כ’וואָלט געקאָנט נאָך אַדורכגיין ווי ביז אַהער און נאָך אַ ביסעלע. און דו ווייסט אַליין פֿאַר וואָס…
* * *
אין דער פֿרי האָבן זיך ביידע אויפֿגעוועקט אין אלונהס צימער, זייַענדיק אַרומגענומען און באַדעקנדיק איינער דעם אַנדערן מיט אַ שלל הייסע קושן. ביידע האָבן זיך ממש געבאָדן אין אַ ים פֿון לייַדנשאַפֿט און ליבע. די געפֿילן האָבן פֿאַרפֿלייצט זיי ביידע, און די געדאַַנקען האָבן אַרומגעיאָגט. איין זאַַך איז געווען קלאָר – דאָ איז געבוירן געוואָרן אַ בונד פֿון צוויי הערצער און צוויי נשמות, און ביידע האָבן מורא געהאַט, אַז די דאָזיקע רגעס פֿון גליק זאָלן ניט זייַן קיין חלום, זאָלן זיך ניט ענדיקן שנעל, און די אויסגעטרוימטע זיסקייט זאָל זיך ציִען אָן אַ שיעור.
— איך גלייב ניט, אַז עס איז געשען מיט מיר, — האָט אלונה כּמעט געשעפּטשעט, — איך זאָל זיך פֿאַרליבן ווי אַ מיידעלע און פֿאַרלירן דעם קאָפּ?! כ’בין געווען זיכער, אַז מיט מיר קאָן מער אַזוינס קיינמאָל ניט געשען. עס דאַכט זיך, אַז איך געפֿין זיך אין אַ האַלבן נעפּל, און אין אַ האַלבן חלום…
— טייַערע מייַנע, — האָט איר מיכאל געענטפֿערט שמייכלענדיק, — האָסטו גוט באַנומען, וואָס דאָ איז געשען?! ווען מיר ביידע האָבן שוין כּמעט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג אויף פּערזענלעכן גליק, איז אונדז פֿון הימל געשיקט געוואָרן אַ מתּנה. אפֿשר האָבן מיר טאַקע געלעבט ביז איצט ווי צוויי עלנטע, קוים טליִענדיקע, בלאָנדזשענדיקע שטערן, וואָס האָבן זיך סוף-כּל־סוף באַגעגנט, און אָנגעצונדן איינער אינעם אַנדערן א לויטערן פֿלאַם?
— אָ, מיקי, דו מיט דייַנע ליטעראַרישע בילדער און געשטאַלטן, וועסט מיך אינגאַנצן אַרויספֿירן פֿון גלייַכגעוויכט, — האָט זיך אלונה צעלאַכט.
— כ’וויל דיר מודה זייַן אין איין זאַך. ווען מיר האָבן אָנגעהויבן רעדן אינעם עראָפּלאַן, ביסטו געווען אַזוי שטעכיק און אַנטיפּאַטיש, אַז האָסט מיך ממש דענערווירט, און איצטער, ווען איך האָב פֿאַרזוכט פֿון דייַן זעלטענער צאַרטקייט, ווען יעדער צוריר דייַנער רופֿט אין מייַן גאַנצן גוף אַרויס אַן עלעקטרישן שטראָם, איז מיר שווער צו גלייבן, אַז איך האָב צו טאָן מיט דער זעלבער פֿרוי.
— יאָ, איך האָב אַ סך פּנימער, קענסט נאָך ווייַט ניט אַלע, — איז אלונה זיך ווידער פֿאַרגאַנגען אין אַ געלעכטער…
ווען אין צוויי טעג אַרום, נאָך דער לאַנדונג, זייַנען ביידע אַרויסגעגאַנגען פֿונעם בן-גוריון-פֿליפֿעלד, האָט אלונה געוואָלט נעמען אַ טאַקסי אַהיים, קיין ירושלים, אָבער מיכאל, וועמענס אויטאָמאָביל איז געווען פּאַרקירט דאָ, אינעם עראָפּאָרט-פּאַרקינג, איז באַשטאַנען אויף דעם, אַז ער וועט זי אָפּפֿירן אַהיים. דעם גאַנצן וועג האָבן זיי געשמועסט, געשפּאַסט און געלאַכט. עס האָט זיך ביידן געדאַכט, אַז זיי קענען זיך שוין אַ שאָק מיט יאָרן. ס’איז געווען אוממעגלעך צו גלייבן, אַז ביז פֿיר טעג צוריק זייַנען זיי געווען אינגאַנצן פֿרעמדע מענטשן. פֿון ביידנס אויגן האָט געשטראָמט אַ געפֿיל פֿון נאָענטקייט און איבערגעגעבנקייט, און קיינער פֿון זיי האָט ניט געוואַגט אַרויסצוזאָגן די פֿראַגע, וואָס האָט ממש געבויערט ביידנס געדאַַנקען: און וואָס ווייַטער? עס האָט זיך געדאַכט, אַז זיי ווילן פֿולקאָם זיך אָנזעטיקן איינער מיטן אַנדערן, און אינעם אונטערבאַוווּסטזייַן — מורא געהאַט, אַז קיין איבעריק וואָרט, אָָדער אַן איבעריקע מחשבֿה זאָלן ניט קאַליע מאַכן אָט דעם יום-טובֿ פֿון געפֿילן, די דאָזיקע עמאָציאָנעלע גאַנצקייט, וואָס האָט איצט ביידן אָנגעפֿילט.
צוגעפֿירט אלונהן ביז דעם אַרייַנגאַנג אין איר הויז, האָט מיכאל אַרויסגענומען פֿונעם טאַש אַ מתּנהדיק אייַנגעוויקלטע פּושקע און האָט געזאָגט:
— דאָס איז מייַן מתּנה פֿאַר ליאורה. גיב איר עס ביטע איבער, — און ביידע האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן אין אַ דויערנדיקן, ברענענדיקן קוש, קוים זייַענדיק מסוגל זיך אָפּצורייַסן איינער פֿונעם אַנדערן.
ווען אין א שעה אַרום איז מיכאל אַרייַנגעקומען אין זייַן תּל-אָבֿיבֿער דירה, האָט אים אַרומגענומען אַזאַ אומעט, אַז טרערן האָבן אים זיך געשטעלט אין די אויגן. ער האָט פֿיזיש דערפֿילט, אַז אַ טייל פֿון אים האָט מען אַפּגענומען, און אַז ער קאָן ניט ממש לעבן, ווי ביז איצט. די בראָטנדיקע בענקשאַפֿט האָט אים ניט געלאָזט רוען. ער האָט ניט לאַנג געטראַכט, זיך געכאַפּט צום טעלעפֿאָן, אָנגענומען דעם נומער און גלייַך אויסגעשאָסן:
— אלונה, זייַ מיר מוחל, איך פֿיל זיך אויס מענטש. עס איז אוממעגלעך אַזוי. מיר האָבן זיך שוין צו לאַנג ניט געזען…