דער ליטעראַטור־היסטאָריקער מאַקס עריק איז געבוירן געוואָרן אין סאָסנאָוועץ, פּוילן, אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה. זיך געלערנט אין חדר און בײַ פּריוואַטע לערער, שפּעטער — אין אַ רוסישער רעאַל־שול. אין די יאָרן 1919־1921 האָט ער געדינט אין דער פּוילישער אַרמיי און פֿאַרענדיקט אַן אָפֿיציר־שול. נאָכן שטודירן אין דעם אוניווערסיטעט אין קראָקע האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון ייִדישער און פּוילישער ליטעראַטור. גאָר יונג אָנגעהויבן דרוקן עסייען און קריטישע אַרטיקלען אין וואַרשעווער „ליטעראַרישע בלעטער‟, „ביכער־וועלט‟, רינגען‟. אַ לענגערע צײַט געאַרבעט אין די אַרכיוון פֿון פּאַריז, דאַנציק, בריטישן מוזיי, אין דער ביבליאָטעק פֿון דער אָקספֿאָרדער ביבליאָטעק.
אין יאָר 1923, אין „ביכער־וועלט‟ ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט עריקס ערשטע גרויסע אַרבעט „צו דער קאָנסטרוקציע פֿון י. ל. פּרצעס ׳די גאָלדענע קייט׳‟. ער שרײַבט אויך אָפּהאַנדלונגען וועגן פּרצעס „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, אַ פֿילאָסאָפֿישער עסיי „באַטראַכטונגען וועגן פּאַטאָס‟. אין 1928 האָט דער וואַרשעווער פֿאַרלאַג „קולטור־ליגע‟ אַרויסגעלאָזט זײַן קרוינווערק „די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון די ערשטע צײַטן ביז דער השׂכּלה־תּקופֿה, 14־18 יאָרהונדערט‟. אַמעריקע און לאָנדאָן לאַדן אים אײַן, נאָר ער פֿאָרט קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין מינסק קומט ער אָן מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל אין 1929. דאָרט ווערט ער באַשטימט ווי פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאַטעדרע פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. אין גיכן פֿאָרט ער אַריבער קיין קיִעוו, וווּ ער שטעלט זיך אין שפּיץ פֿונעם ליטעראַטור־סעקטאָר אינעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור.
ער פּאַסט זיך לײַכט צו צו די פֿאַרשיידענע פֿאָדערונגען פֿון דער נײַער סבֿיבֿה; אָבער אין אַפּריל 1936 ווערט ער אַרעסטירט. ער איז געשטאָרבן דעם 16טן אָקטאָבער 1937 אין דער סיבירער שטאָט קיראָוו, וווּ ער האָט זיך געפֿונען אין אַ פֿאַרשיקונג־לאַגער *.

מאַקס עריק
די מענדעלסאָן־לעגענדע (אויסצוג)
משה מענדעלסאָן (1729־1786) איז געווען אַ מיטלבירגער און אַ מיטלמענטש, אַ פֿיליסטער אין אַלע הינזיכטן — און זײַן פּערזענלעכן לעבן, אין זײַן לעבנשטייגער, אין זײַן פֿילאָסאָפֿיע און זײַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט.
די נישט לאַנג פֿאַרעפֿנטלעכטע בריוו זײַנע צו דער כּלה גיבן אַ גוטן באַגריף וועגן זײַן פּערזענלעכן שטייגער־אידעאַל. בלויז דער מיטלשטאַנד איז פֿאַר אים יענער קלאַס, וואָס איז דער טרעגער פֿון אַלע טוגנטן. אַ כּלה האָט ער זיך אויסגעקליבן, ווי ער שרײַבט צו לעסינגן [1], „ניט קיין שיינע, ניט קיין געלערנטע און אָן פֿאַרמעגן‟. און פֿראָמעט גוגנהיים איז טאַקע געווען נישט שיין, אָבער אויך נישט מיאוס, נישט שטאַרק געבילדעט, דאָך נישט אָן וויסן, אָן פֿאַרמעגן, אָבער פֿון אַ ייִחוסדיקער פֿאַמיליע, — אַ מיטלמעסיקייט אין אַלע הינזיכטן.
אין פֿאַמיליע־לעבן האָט ער געזען דעם הויפּטגליק פֿון מענטשן: „אַם ענדע איזט עס דאָך נור דאָס הויזליכע לעבן, אין וועלכעס דער מענטש קליג און באַרויִקונג פֿינדעט‟. ער איז געווען לכתּחילה אַ לערער בײַ בערנהאַרדן, דעם פֿאַבריקאַנט, שפּעטער בײַ אים בוכהאַלטער, האָט אָבער אונטערגעהאַנדלט, אָבער אויף אַ קליינעם, מעסיקן אופֿן. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון מינץ־ספּעקולאַציע, זוכנדיק אויך אין האַנדל דעם מיטן־וועג. ער האָט זיך דערבײַ פֿאַרנומען אויך מיט שדכנות, און אַזאַ מין „דבֿר הגון‟ („אָנשטענדיקער געשעפֿט‟) האָט אים שפּעטער מעגלעך געמאַכט זיך שטעלן אויף די פֿיס און ווערן אַ שותּף אין דער פֿאַבריק פֿון בערנהאַרדס אַלמנה. נאָך אַ צען יאָר פֿאַר זײַן טויט איז מענדעלסאָן דער גרינדער און איינער פֿון טעטיקסטע טוער פֿון דער בערלינער „הייראַט־געזעלשאַפֿט‟.
ער האָט זיך זײַן גאַנץ לעבן געפֿירט פֿרום, שטרענג אָפּגעהיט אַלע ייִדישע דינים, און גלײַך פֿון אָנהייב האָט מען עס באַטראַכט ווי צבֿיעות. דער מאַרקיז ד׳אַרזשאַן האָט אין יאָר 1763 אונטערגעשטיצט מענדעלסאָנס ביטע וועגן אַ שוץ־פּריווילעגיע בײַ פֿרידריך דעם צווייטן מיט דער פֿאָלגנדיקער צושריפֿט: „אַ פֿילאָסאָף, אַ שלעכטער קאַטאָליקער, בעט אַ פֿילאָסאָף אַ שלעכטן פּראָטעסטאַנט, צו געבן די פּריווילעגיע אַ פֿילאָסאָף, אַ שלעכטן ייִד‟. די ייִדישע אָרטאָדאָקסיע האָט שוין דעמאָלט געקוקט אויף אים מיט חשד, און שטילערהייט געמורמלט וועגן זײַן אַפּיקורסות; דער באַרימטער רבֿ יעקבֿ עמדין וואָרנט אים אין אַ בריוו פֿון 1772, אַז „סײַ־ווי איז גרויס די צאָל פֿון יענע, וואָס באַקלאָגן זיך, אַז ער האָדעוועט אַ שלעכטן הונט אין זײַן שטוב‟; אַז „זײַן באַשעפֿטיקונג מיט פֿילאָסאָפֿיע און דײַטשישע שריפֿטן וועט צו קיין גוט נישט ברענגען.‟ זײַענדיק אַליין פֿרום, האָט מענדעלסאָן טאָלערירט אַרום זיך פֿרײַנד און תּלמידים, וואָס זײַנען שוין לאַנג אָפּגעגאַנגען פֿון ייִדישע רעליגיעזע דינים און מינהגים, אַשטייגער, הערץ האָמבערג אָדער איציק אייכל (וועגן אייכלען האָט דער בערלינער רבֿ מיט ביטערקייט זיך געוויצלט: „אַמאָל האָט אַ חזיר געגעסן אייכלען, הײַנט עסט אייכל חזיר‟).
אַן אַנדער זאַך איז, אַז ער אַליין האָט שוין געפֿילט די נויטווענדיקייט מיט שׂכלדיקע אַרגומענטן באַרעכטיקן סײַ די טעאָרעטישע יסודות פֿון דער ייִדישער רעליגיע, סײַ איר „צערעמאָניאַל־געזעץ‟, איר רעליגיעזע פּראַקטיק. דערין אַנטפּלעקט זיך שוין די אויפֿקלערירישע זײַט פֿון זײַן אידעאָלאָגיע.
ער טוט עס אויף אַזאַ מין אופֿן, אַז ער דערקלערט די ייִדישע רעליגיע ווי די איינציקע „נאַטירלעכע רעליגיע‟, ד. ה., די איינציקע, וואָס שטימט גענוי מיט די פֿאָדערונגען פֿון שׂכל אָדער העכער דעם שׂכל. „געלויבט צו גאָט, וואָס האָט אונדז געגעבן די ׳תּורות־אמת׳‟ — שרײַבט ער אין אַ בריוו צו אלקאַן הערצל: „מיר האָבן קיין שום עיקרים, וואָס זײַנען קעגן דעם שׂכל אָדער העכער דעם שׂכל. צו דער נאַטירלעכער רעליגיע גיבן מיר בלויז צו מיצוות און גערעכטע געזעצן, געלויבט צו גאָט. אָבער די עיקרים און יסודות פֿון אונדזער רעליגיע זײַנען אײַנגעפֿונדעוועט אויף די זײַלן פֿון שׂכל און שטימען מיט דער פֿאָרשונג און אמתער פֿאַרטיפֿונג פֿון אַלע זײַטן, אָן קיין שום סתּירה און מחלוקות. און אין דעם באַשטייט די מעלה פֿון אונדזער רעליגיע, אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע ליגנערישע רעליגיעס (דתּות הכוזבות)‟. די ייִדישע רעליגיע, איז אַלזאָ, לויט מענדעלסאָנען, די איינציקע פֿאַרנונפֿט־רעליגיע, אין קעגנזאַץ צו דער קריסטלעכער געאָפֿנבאַרטער (אַנטפּלעקטער) רעליגיאָן… „דאָס איבער און ווידער (קעגן) די פֿאַרנונפֿטן איזט‟ (דאָרט). פֿון אַ שפּעטערדיקן בריוו דערוויסן מיר זיך, אַז מענדעלסאָן האָט פֿאַרפֿאַסט אַ גאַנצע שריפֿט קעגן דער קריסטלעכער רעליגיע, — ער האָט אָבער באַשלאָסן זי קיין מאָל נישט צו פֿאַרעפֿנטלעכן.
דעם דאָזיקן קוק אויף דער ייִדישער רעליגיע האָט מענדעלסאָן אַנטוויקלט אין אַ ריי שריפֿטן, בפֿרט אין זײַן „יערוזאַלעם, אָדער איבער רעליגיעזע מאַכט אונד יודענטום‟, בערלין 1783. ער שרײַבט טאַקע אין דעם זעלביקן גײַסט אין „יערוזאַלעם‟: „מיט איין וואָרט קען מען זאָגן: איך גלייב, אַז דאָס ייִדנטום ווייסט ניט פֿון קיין שום אַטפּלעקטער רעליגיע אין דעם זין, ווי דאָס ווערט פֿאַרשטאַנען דורך די קריסטן. די ייִדן האָבן געטלעכע געזעצגעבונג, געזעצן, מיצוות, באַפֿעלן, לעבן־כּללים, לימוד פֿון גאָטס ווילן, ווי זיי זאָלן זיך פֿאַרהאַלטן, בכדי צו דערלאַנגען צײַטלעכע און אייביקע גליקזעליקייט; אַזעלכע זאַצן און פֿאָרשריפֿטן זײַנען זיי נתגלה געוואָרן דורך משה רבינו אויף אַ וווּנדערבאַרן און איבערנאַטירלעכן אופֿן; אָבער קיין שום לערמיינונגען, קיין שום גאולה־אמתן, קיין שום אַלגעמיינע פֿאַרנונפֿטזאַצן. די דאָזיקע אַנטפּלעקט אונדז גאָט, ווי אַלע איבעריקע מענטשן, צו יעדער צײַט דורך נאַטור און זאַך, קיין מאָל ניט דורך וואָרט און שריפֿט־צייכן‟.
דורך אַזאַ מין קוק אויף דער ייִדישער רעליגיע איז אָבער מענדעלסאָן געוואָרן דער פֿאָטער פֿון דער בורזשואַז־קלעריקאַלער אַפּאָלאָגעטיק, יענער אַפּאַלאָגעטיק, וואָס איז דער אײַזערנער באַשטאַנד־טייל פֿון דער „חכמה היהדות‟, פֿון דער ייִדישקייט־וויסנשאַפֿט פֿון דער ייִדישער גרויסבורזשואַזיע, און איר אָנהייב דאַרף מען רעכענען נישט פֿון צונצן [2], יאָסטן אָדער גרעצן [3], נאָר פֿון מענדעלסאָנען. די אַפּאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער רעליגיע איז אָבער בײַ אים געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט דער פֿאָדערונג אָפּצוטיילן די קירך פֿון דער מלוכה־מאַכט, — אַ טיפּיש בורזשואַזע אויפֿקלערערישע פֿאָדערונג. אין דער זעלביקער שריפֿט פּריידיקט ער וועגן דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד פֿון די געביטן פֿון דער קירך און פֿון דער מלוכה: דער מלוכה געהערט דער געביט פֿון די מענטשלעכע טאַטן, דער קירך — פֿון די מענטשלעכע געזינונגען. די מלוכה רעגירט, די קירך דערציט, און ביידע טאָרן נישט און דאַרפֿן נישט אַרײַנדרינגען איינע אין דער צווייטערס געביטן.
בערנפֿעלד קען נישט אַנטשיידן די פּראָבלעם פֿון מענדעלסאָנס סוביעקטיווער צבֿיעות. דאָ האַנדלט זיך אָבער נישט וועגן סוביעקטיווע כּוונות, נאָר וועגן יעדער סתּירותדיקער איינהייט פֿון קאָנסערוואַטיווער אויפֿקלערונג, וואָס דרינגט אַדורך מענדעלסאָנס גאַנצע סיסטעם־אָנשויוּנגען. אין אַ בריוו צו הענינגסן פֿון יאָר 1784 זאָגט מענדעלסאָן, אַז „אַן אויפֿקלערער דאַרף אויפֿהייבן דעם פֿאָרהאַנג נאָר אין יענער מאָס, אין וועכלער דאָס ליכט קאָן ברענגען אַ פּעולה זײַן קראַנקן‟. מענדעלסאָן האָט אַליין גוט געוווּסט און געשריבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אין ייִדנטום פֿאַרשיידענע שמות; לאַוואַטערן ענטפֿערט ער עפֿנטלעך, אַז „ליידער, האָט ער געפֿונען אין זײַן רעליגיע פֿאַרשיידענע צוגאָבן, וואָס פֿאַרטונקלען איר ליכט: וווּ איז עס יענער ליבהאָבער פֿון וואָרהייט, וואָס זאָל זיך קענען באַרימען, אַז ער האָט געפֿונען זײַן רעליגיע ריין און פֿרײַ פֿון מיצוות, וואָס זײַנען דאָס ווער פֿון מענטשן?‟ אַ יאָר שפּעטער שרײַבט ער אָבער צו אלקאַן הערץ, אַז „ער איז ווײַט ענטפֿערנט מאמר אחד ממאמרי חז״ל חס־ושלום פֿאַר שאַרטעקע צו ערקלערן‟. די זעלביקע סתּירה וועלן מיר זען אין מענדעלסאָנס הילצערן־אָרטאָדאָקסישער הקדמה צו דער ביבל־איבערזעצונג…
ער איז געווען איינער פֿון לעסינגס נאָענטסטע פֿרײַנד, און זינט 1754 ביז לעסינגס טויט (1781) האָט זיי פֿאַרבונדן אַן אויפֿריכטיקע, האַרציקע פֿרײַנדשאַפֿט. עס איז אָבער געווען די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אַן אָדלער, וואָס רײַסט זיך פֿאָרויס און אַרויף, און אַ קרעבס, וואָס ציט תּמיד אויף צוריק. קײַזערלינג [4] שרײַבט וועגן מענדעלסאָנס באַציִונג צו לעסינגן אָפּאָלאָגעטיש: „מענדעלסאָן האָט תּמיד באַאורטיילט לעסינגן מיט דער מאָס, מיט וועלכער ער דאַרף אַליין געמאָסטן ווערן‟.
עס איז ריכטיק: ער האָט תּמיד מיט זײַן קליינער פֿיליסטערישער מאָס באַאורטיילט לעסינגס לעבן־פֿירונג און זײַנע שטורמישע, טעמפּעראַמענטפֿולע געזעלשאַפֿטלעכע קאַמפֿן. ער האָט געטאַדלט לעסינגס אומגאַנג מיט אַקטיאָרן, ווײַל דאָס זײַנען מענטשן, „וואָס האָבן ערשט אין דער נײַער צײַט באַקומען די פֿרײַהייט צו דערשײַנען אויף דער בינע‟. מערקווירדיק קלינגט דער דאָזיקער אַרגומענט אין מויל פֿון אַ רעכטלאָזן ייִדן. ער האָט געטאַדלט לעסינגס קעמפֿערישקייט, זײַן פּאָליטיש־פּאָלעמישן טעמפּעראַמענט. ער האָט געטאַדלט לעסינגס אומרו: „מע קאָן גאָרניט טאָן מיט אײַך, שווינדליקע, איר האָט קיין מאָל ניט קיין פֿעסטע שטעל, און ווען ס׳טרײַבט אײַך אַרום דאָס קוועקזילבער, ווינטשט איר אײַך נאָך גליק דערצו. רײַזט, אַלזאָ, כּסדר. וואַנדערט דורך די וועלט. שליסט באַקאַנטשאַפֿט מיט טויזנט נאַרן, בכדי אויסגעלאַכט ווערן פֿון נאָך גרעסערע נאַרן; באַקענט זיך מיט טויזנט עלטנטע, בכדי צו באַוועגן צו מיטלײַד נאָך עלנטערע…‟
מיט רעכט זאָגט פֿראַנץ מערינג: „מענדעלסאָן האָט געפּײַניקט לעסינגן מיט זײַן שולמעסיקער זעלבסטצופֿרידנקייט בנוגע זאַכן, וואָס לעסינג איז שוין איבערגעוואַקסן, וואָס זײַנען אָבער פֿאַר מענדעלסאָנען געווען אַ גרויסער פּראָגרעס. מענדעלסאָן האָט שטאָלצירט דערמיט, וואָס ער איז געוואָרן אַ דײַטשישער פֿיליסטער, און נישט אַ ייִדישער אַפֿעריסט. לעסינג איז שוין אָבער לאַנג אַריבערגעוואַקסן דעם פֿיליסטער סײַ אין זײַנע ריזיקע שוואַכקייטן, סײַ אין זײַנע קליינטשיקע טוגנטן… עס איז אים געווען אומאָנגענעם צו הערן מוסר אין דעם פּרט פֿון מענדעלסאָנען, וואָס האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין דעם זין פֿון זײַן לעבנקאַמף‟.
אַ היפּשן וועג איז מענדעלסאָן אַדורך מיט לעסינגן — אַן ערך ביז לעסינגס „לאַאָקאָאָן‟. זינט דאַן האָט לעסינג געשטורעמט פֿאָרויס, און מענדעלסאָן האָט שוין אייגנטלעך נישט פֿאַרשטאַנען, וווּהין גייט זײַן פֿרײַנד, מיט אמתן ווייטיק און אומרויִקייט באַמיט ער זיך אָפּצוהאַלטן לעסינגן פֿון צו פֿאַרעפֿנטלעכן די באַרימטע אַנטירעליגיעזע ריימאַרוס־פֿראַגמענטן [5] , און ער האָט שוין גאָרנישט פֿאַרשטאַנען אין לעסינגס קאַמף סײַ קעגן דער אָפֿיציעלער טעאָלאָגיע, סײַ קעגן דער מאָדערנער האַלב־אויפֿגעקלערטער טעאָלאָגיע, וואָס האָט געפּריידיקט „שׂכלדיקע קריסטנטום‟, — קעגן דער ערשטער, „וואָס איז אים ליבער וואַרעם זי געפֿינט זיך אין אָפֿענער סתּירה צום געזונטן מענטשלעכן פֿאַרשטאַנד, בשעת די צווייטע וויל אים אונטערקויפֿן‟.
מענדעלסאָן האָט עס נישט געקאָנט פֿאַרשטיין אויך צוליב דעם, וואָס ער אַליין האָט דאָך אויך געפּריידיקט אַ מין „שׂכלדיקן ייִדנטום‟, און אויך זײַן גאַנצע טעטיקייט האָבן אומברחמנותדיק געשלאָגן לעסינגס ווערטער פֿונעם באַרימטן בריוו צו זײַן ברודער פֿונעם 2טן פֿעברואַר 1774: „דאָס זאָל איך זײַן אומצופֿרידן דערמיט, וואָס ס׳איז פֿאַראַן אַ שטרעבונג אויפֿצוקלערן די וועלט? האָב איך דען ניט געוואָלט פֿון גאַנצן האַרצן, אַז יעדערער זאָל פֿאַרנינפֿטיק זיך באַציִען צו רעליגיע? איך וואָלט זיך אַליין פֿאַראַכט, ווען כ׳וואָלט מיט מײַן גאַנצן טינטלען ניט געהאַט קיין אַנדער ציל, ווי העלפֿן פֿאַרווירקלעכן די דאָזיקע גרויסע שטרעבונגען. אָבער לאָז מיר איבער מײַן אופֿן פֿון האַנדלען, מיט וועלכן כ׳וויל דערגרייכן דעם זעלביקן ציל… וואָרעם וואָס איז אונדזער נײַמאָדישע טעאָלאָגיע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אָרטאָדאָקסיע, אויב ניט טינוף פֿאַרגליכן מיט שמוציקן וואַסער? מיט דער אָרטאָדאָקסיע האָט מען זיך, געלויבט צו גאָט, געהאַלטן פֿון דערווײַטן, צווישן איר און דער פֿילאָסאָפֿיע איז געווען אויפֿגעשטעלט אַ וואַנט… וואָס זשע קומט איצט פֿאָר? די וואַנט צעשטערט מען און מע מאַכט פֿון אונדז העכטס ניט־שׂכלדיקע פֿילאָסאָפֿן, אונטערן אויסרייד צו פֿאַרוואַנדלען אונדז אין שׂכלדיקע קריסטן… דעם הויז פֿון מײַן שכן דראָט אײַנצופֿאַלן. אויב מײַן שכן וויל אים אַרונטעררײַסן, בין איך גרייט אים פֿולקום אונטערשטיצן. אָבער ער וויל אים ניט אַרונטעררײַסן, נאָר אונטערשפּאַרן און אונטער אים אונטערפֿירן אַ פֿונדאַמענט אויפֿן חשבון פֿון דער פֿולשטענדיקער צעשטערונג פֿון מײַן אייגענעם הויז…‟
און וואָס איז אָביעקטיוו געווען מענדעלסאָנס אַפּאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער רעליגיע, אויב נישט דאָס שטרעבן אונטערצושפּאַרן זי און צעמענטירן מיט אַ שׂכלדיקייט־פֿונדאַמענט און איבערצופֿירן אויף אַזאַ מין אופֿן ניט צעשטערט אין די נײַע באַדינגונגען פֿון דער בורזשואַזער געזעלשאַפֿט? פּאָליטיש האָט עס באַטײַט: פֿאַרוואַנדלען די רעליגיע פֿון אַ וואָפֿן פֿון די פֿעאָדאַלע קלאַסן אין אַ וואָפֿן פֿון דער בורזשואַזיע.
אויך דאָ באַשטעטיקט זיך, אַלזאָ, דער תּוך פֿון מענדעלסאָנס קאָנסערוואַטיווער אויפֿקלערערײַ: זי איז אויפֿקלערעריש בנוגע די אַלטע, פֿעאָדאַלע צושטאַנדן, און זי איז קאָנסערוואַטיוו בנוגע די נײַע אויפֿגעקומענדיקע בורזשואַזע צושטאַנדן. זי איז אויפֿקלערעריש אין אַספּעקט פֿון אַלטן האַנדל־קאַפּיטאַליסטישן ייִדנטום און ייִדישקייט, זי איז שטאַרק געמעסטיקט און פֿאָרזיכטיק אין אַספּעקט פֿון דער נײַער קאַפּיטאַליסטישער ייִדישער בורזשואַזיע.
[1] לעסינג, גאָטהאָלד אפֿרים (1729־1781) — דײַטשישער שרײַבער, פֿילאָסאָף, דראַמאַטורג, קריטיקער
[2] צונץ, לעאָפּאָלד (1794־1886) — ייִדישע טוער, געלערנטער, היסטאָריקער
[3] גרעץ, הענריך (1817־1891) — היסטאָריקער, מחבר פֿון דעם ערשטן מאָנומענטאַלן ווערק וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן
[4] קײַזערלינג, מאיר (1829־1905) — רבֿ און היסטאָריקער פֿון ייִדישן פֿאָלק
[5] ריימאַרוס, גערמאַן סאַמועל (1694־1748) — דײַטשישער היסטאָריקער און פֿילאָלאָג
*אונדזער שטענדיקער לייענער לעאָניד פֿליאַט, האָט צוגעשיקט אַ באַמערקונג:
מאַקס עריק איז נישט געשטאָרבן אין לאַגער, מ׳האָט אים דאָרט דערשאָסן. אין קיראָוו (וויאַטקאַ)איז פֿאַרשיקט געוואָרן זײַן פֿרוי. ווען זי האָט זיך געוואָנדן אין די זיכערהײט־אָרגאַנען מע זאָל איר דערקלערן, וואָס איז מיט איר מאַן, האָט מען זי אָפּגעשיקט אינעם “ביוראָ פֿון בירגערלעכע רעגיסטראַציעס”. דאָרט האָט מען איר אַרויסגעגעבן אַ פֿיקטיוון דאָקומענט, אַז איר מאַן איז געשטאָרבן אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן. אַזעלכע דאָקומענטן פֿלעגט מען אַרויסגעבן טויזנטער די משפּחות פֿון אַרעסטירטע און דערשאָסענע “שונאים פֿון פֿאָלק “.