נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 53

פֿון דירפֿילד ביז קיטעוו

אין פֿלאָרידע, אינעם ייִשובֿ דירפֿילד, וווּ איך פֿאַרברענג דעם ווינטער, זײַנען דאָ צוויי גרויסע שילן — „יונג־ישׂראל‟ און „בית־ישׂראל‟, ווי אויך צוויי שטיבלעך — פֿון „חבד‟ און לעצטנס האָט זיך געעפֿנט אַ בית־מדרש „כּנסת־יחזקאל‟. דאַנקען גאָט, ס׳איז דאָ וווּ צו לויבן דעם אייבערשטן. אָבער מײַן בליק האָבן צו זיך צוגעצויגן די צוויי מנינים אַלטע ייִדן, וואָס האָבן זיך צונויפֿגענומען אונטער דעם ריזיק־צעצווײַגטן בוים, צו דאַוונען שחרית. איך זע זיי יעדן אינדערפֿרי, בשעת מײַן טאָג־טעגלעכן שפּאַציר. ס׳רובֿ פֿון די מתפּללים וווינען אַפּנים אינעם דערבײַיִקן פֿירגאָרנדיקן הויז. און כאָטש ביז די פֿיר תּפֿילה־לאָקאַלן, וואָס געפֿינען זיך אין איין אָרט, איז צו גיין אַ 10־15 מינוט, איז זיי נישט אַזוי לײַכט צו שלעפּן זיך אַהין, שטופּנדיק פֿאַר זיך דעם „אָנשפּאַרגייער‟.

דער ריזיקער בוים, וואָס הייסט לויט די באָטאַנישע תּקנות „שוואַצער אָליווע־בוים‟, פֿאַרדעקט די ייִדן מיט זײַן גרין־שווערן שירעם, ווי מע וואָלט זיך טאַקע געקאָנט אונטער אים זיך באַהאַלטן פֿון די טייטלעכע אָנשיקענישן, וואָס האָבן נישט אויסגעמיטן אויך אונדזער ייִשובֿ… ניין, נישט גאָט, דער מענטש אַליין האָט די חלאַתן צוגעטראַכט, אויסגעאַרבעט און אַרויסגעלאָזט…

די ערשטע זון־שטראַלן שפּיגלען זיך שוין אין דער סאַזשלקע לעבן דעם ווײַסן הויז און די פֿיאָלעט־בלימענדיקע קוסטעס זאַפּן גיריק אײַן די פֿײַכט־וואַרעמע לופֿט… און איך פֿאַרהאַלט דעם אָטעם און גאַנג, און פּלוצעם פֿון זיך אַליין, פֿון מײַן נאָך נישט אויפֿגעוואַכטן ביזן סוף מוח הייבט זיך אָן צעוויקלען אַ ניגון: „פֿון קאָסעוו ביז קיטעוו/ איז אַ בריקעלע פֿאַראַנען,/ אַוווּ דער בעל־שם, אַוווּ דער בעל־שם/ שפּאַצירן איז געגאַנגען…

דאָס בריקעלע פֿון מײַן זכּרון האָט מיך אַריבערגעפֿירט אין די ווײַטע קאַרפּאַטן־בערג. כ׳בין דאָרט געווען מיט דרײַ יאָר צוריק. דער באַריידעוודיקער אוקראַיִנישער יונגער־מאַן, אונדזער וועגווײַזער, האָט פֿאַרכאַפּטערהייט דערציילט די ייִדישע טוריסטן וועגן דעם „צדיק‟, וואָס איז געווען אַ גוטער חבֿר מיטן אַטאַמאַן דאָוובוש, אַ מין אוקראַיִנישער וויליאַם טעל. מיט פֿאַרדרייטע סטעזשקעס האָט דער וועגווײַזער געבראַכט אונדז צו דעם רעשיקן טײַכל וויזשענקאַ. אויף אַן אָרט צווישן די אָפּריסיקע שאַרפֿע פֿעלדזן, גיסן זיך די וואַסערן פֿונעם טײַכל אַרײַן אין אַ ברייטן גרוב, אַ מין שטיינערנע קאָריטע, וווּ לויט דער לעגענדע, איז עס געווען ר׳ ישׂראל בעל־שם־טובֿס מיקווה.

https://photos.app.goo.gl/FDAWTYbHa4GJqR4S7

מע זאָגט, אַז די וואַסערן אין צדיקס מיקווה היילן פֿון פֿאַרשיידענע קרענק. איין קלייניקייט, אַרײַנגיין מוז מען אין דער מיקווה נאָר נאַקעטערהייט. קיין בעלנים אין אונדזער גרופּע האָבן זיך נישט געפֿונען. מײַן נײַער פֿרײַנד יעפֿים און איך זײַנען געשטאַנען אויפֿן הילצערנעם בריקל אַריבערגעוואָרפֿן אַקוראַט איבער דער מיקווה. יעפֿים איז אַ מומחה פֿון ייִדישער געשיכטע. מיר האָבן אַראָפּגעקוקט, ווי געקאָנט דורך די געדיכטע וואַסער־שיכטן זיך דורכשלאָגן אין בעשטס צײַטן. יעפֿים האָט זיך שטיל אָנגערופֿן:

— איין מאָל האָט ר׳ ישׂראל בעל־שם־טובֿ געזאָגט צו זײַנע חסידים, וואָס האָבן זיך געקלאָגט פֿאַר אים אויף זייער נעבעכדיק אָרעמאַנסקיע לעבן: „ווען יעדער פֿון אונדז וואָלט געקאָנט אויפֿהענגען זײַן גורל אויף אַ צוואָק און אים בײַטן אויף אַן אַנדער גורל, וואָלט יעדער גיך אַראָפּגענומען צוריק זײַן פּעקל ליידן, מחמת ער וואָלט דערזען, אַז בײַם צווייטן איז דאָס פּעקל נאָך גרעסער.‟

מיט אָנדערהאַלבן יאָר שפּעטער איז פֿון קיִעוו אָנגעקומען די טרויעריקע בשׂורה, אַז יעפֿים איז געשטאָרבן פֿון קאָוויד…

מײַן זכּרון־בריקל האָט אַ מעלה: אין איין אויגנבליק ברענגט עס מיך ווידער צוריק אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט. די אַלטע מתפּללים פֿון מײַן ייִשובֿ, אײַנגעהילט אין די טליתים, האָבן באַגעגנט דעם טאָג מיט געזאַנג; זיי האָבן מיר דערמאָנט די חסידים פֿון בעל־שם־טובֿס שניט, ווען יעדער בוים און יעדער פֿייגעלע אויף די צווײַגן, יעדער בליִענדיקער קוסט, דאָס רעשיקע טײַכל און דער מענטש בתוכם איז איין גאַנצקייט פֿון דער געטלעכער נאַטור. די אַלטע לײַט האָבן שוין זייערס אָפּגעליטן, בעטן זיי דעם אייבערשטן, וואָס האָט זיי געגעבן נאָך איין נײַעם טאָג צום לעבן, פֿאָר זייערע קינדער און קינדס קינדער, פֿאַרן מאָרגן, וואָס קאָן ווערן פֿאַר זיי אַ בריקל אין דער אייביקייט …

דירפֿילד ביטש, יאַנואַר 28, 2022

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s