געוויינט אָן טרערן

לאה שלאַנגער

דער באַקאַנטער ישׂראל־היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר גדעון גרייף, איז לעצטנס זוכה געווען צו זײַן באַערט מיט אַ פּרײַז, וואָס ער האָט געזאָלט באַקומען פֿונעם דײַטשישן פּרעזידענט פֿראַנק וואַלטער שטיינמײַער, ווי דער וויכטיקסטער היסטאָריקער פֿון דער חורבן־תּקופֿה און דער מחבר פֿון ביכער פֿון דער גרעסטער וויכטיקייט אין פֿאָרשונג־געביט, אָפּשאַצונג און פֿאַרשטענדעניש פֿון אוישוויץ. פֿון דעסטוועגן, שטייט ער לעצטנס אין צענטער פֿון אַ וועלט־שטורעם.

פּראָפֿעסאָר גדעון גרייף איז באַקאַנט געוואָרן אין דער וועלט צוליב זײַנע יסודותדיקע פֿאָרשונגען וועגן דעם גרעסטן קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ-בירקענאַו, באַזונדערס פֿאַר די פּיאָנערישע פֿאָרשונגען וועגן דער „זאָנדערקאָמאַנדאַ‟, די ייִדישע געפֿאַנגענע, וועלכע זײַנען דורך די דײַטשן, ווי קנעכט, געצוווּנגען געווען אָנטייל נעמען אין די מערדערישע אַקציעס. נאָר געציילטע פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, ווײַל נאָך אַלעמען האָבן די דײַטשן פֿאַרניכטעט אַלע עדות, וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיטן פּראָצעס פֿון דער טויט־מאַשינעריע. ס’איז נאָך אַ נס, וואָס עס זײַנען פֿאַרבליבן אַ פּאָר צענדליק פֿון יענע געוועזענע ייִדישע געפֿאַנגענע, וואָס פּראָפֿ׳ גרייף באַצייכנט זיי, ווי די „אומגליקלעכסטע צווישן אומגליקלעכע‟.

זײַן ערשט בוך אויף אָט דער טעמע „בכינו בלי דמעות‟ (געוויינט אָן טרערן), וואָס איז אַרויס אין יאָר 2000, איז ביז הײַנט איבערגעזעצט געוואָרן אויף 14 שפּראַכן, און האָט געדינט ווי אַ יסוד צום פֿילם „שאולס זון‟ פֿון דעם ייִדישן-הונגערישן רעזשיסאָר לאַסלאָ נעמעס. דער פֿילם האָט באַקומען דעם „אָסקאַר‟־פּרײַז אין יאָר 2016. אין בוך ברענגט פּראָפֿ׳ גדעון גרייף עדות פֿון די ייִדן, וואָס זײַנען געצוווּנגען געווען צו דינען אין די גאַז־קאַמערן און קרעמאַטאָריעס אין אוישוויץ-בירקענאַו.

די דאָזיקע עדות זײַנען ווי אַ וועגווײַזער, אַ וויכטיקער בײַטראָג. ביז דאָס בוך איז נישט דערשינען זײַנען געווען עדות בלויז פֿון די געראַטעוועטע פֿון אוישוויץ, אָבער די געציילטע פֿון „זאָנדערקאָמאַנדאַ‟, וואָס האָבן עס דורכגעמאַכט און איבערגעלעבט, האָט מען זייער געשיכטע נישט דערמאָנט; דאָס איז געווען אַ „טאַבו‟. זיי זײַנען פֿאַרשטופּט געוואָרן אויף די שיריים פֿון דער געשיכטע. פּראָפּ׳ גרייף האָט זיי אויסגעלייזט און געבראַכט צום עולם זייערע געשיכטעס. דאָס זײַנען עדות, וואָס פּראָפֿ׳ גרייף דעפֿינירט עס ווי, „אַ גרויסע וויכטיקייט אין דער געשיכטע פֿונעם חורבן, ווי אַן ׳אמתער היסטאָרישער בריליאַנט׳‟.

אין 1993 האָט פּראָפֿ׳ ג. גרייף מיטגענומען מיט זיך קיין אוישוויץ-בירקענאַו 7 לעבן געבליבענע פֿון דער „זאָנדערקאָמאַנדאַ‟ און דאָרט אויפֿגענומען זייערע דערינערונגען פֿון יענער שוידערלעכער צײַט. די עדות־דאָקומענטן האָבן געדינט ווי אַ יסוד צום דאָקומענטאַלן פֿילם „מיר האָבן געוויינט אָן טרערן‟, רעזשיסירט פֿון איתי לבֿ. דער פֿילם איז לעצטנס פֿאַרענדיקט געוואָרן און ווי די וועלט־פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען אויפֿן 11טן קאַנאַל פֿון דער ישׂראל־טעלעוויזיע אין טאָג פֿון שואה, אין אַפּריל 2022.

פּראָפֿ׳ גרייף האָט אויך אַרויסגעבראַכט צום באַוווּסטזײַן פֿון דער וועלט די פּײַנען פֿון די גריכישע ייִדן, וואָס טויזנטער פֿון זיי זײַנען פֿון מערץ 1943 געשיקט געוואָרן אין די גאַז־קאַמערן און קרעמאַטאָריעס פֿון אוישוויץ-בירקענאַו.

לעצטנס, פֿאָרשט ער און דאָקומענטירט דעם אומקום פֿון די יוגאָסלאַווער ייִדן, וועגן וועלכע דער ציבור ווייסט זייער ווייניק. ער האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט וועגן דעם 3 ביכער. דאָס ערשטע בוך פֿון דער טרילאָגיע „איסנאָוואַץ-אוישוויץ פֿון באַלקאַן‟, האָט שוין באַקומען פּרעסטיזשפֿולע אָפּרופֿן; דער צווייטער באַנד „התנצר‟”־„ווער אַ קריסט, אָדער שטאַרב‟ — אַנטפּלעקט די פֿאַרברעכנס פֿון דעם אַרצעבישאָף אַלאָיִזיע סטעפּינאַץ. און דער דריטער באַנד טראָגט דעם נאָמען „די סוף־לייזונג פֿון דער לעצטער לייזונג‟. די אַלע 3 בענד זײַנען ביז הײַנט אַרויס אין סערבאָ-קראָאַטיש און ענגליש. זיי האָבן פֿאַרוואַנדלט גדעון גרייף אין אַ נאַציאָנאַלן העלד פֿון סערביע, אַ לאַנד, וווּ די וויכטיקע היסטאָרישע און בלוטיקע געשעענישן זײַנען נישט באַהאַנדלט געוואָרן במשך פֿון לאַנגע יאָרן, ביז פּראָפֿ׳ גרייף האָט זיי אַנטפּלעקט, געפֿאָרשט און פֿאַרעפֿנטלעכט. אין זכות פֿון די אויסגאַבעס האָט ער באַקומען דעם „פּרעזידענט־מעדאַל‟ פֿונעם סערבישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדר וווּציק; ווי אויך אַנדערע וויכטיקע אויסצייכענונגען פֿון די סערבישע מלוכה־אָרגאַניזאַציעס.

אין די לעצטע יאָרן שטייט פּראָפֿ׳ גרייף אין שפּיץ פֿון דער קאָמיסיע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין סערביע, כּדי צו פֿאָרשן די בלוטיקע געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין סרעברעניצע, בעת דער באָסניע-הערצעגאָווינע מלחמה (1995-1992). די אינטערנאַציאָנאַלע קאָמיסיע איז באַשטאַנען פֿון 10 וויכטיקע געלערנטע, וועלט־מומחים אין זייער תּחום, וואָס האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייער באַריכט אויף 1200 זײַטן. דער אויספֿיר פֿונעם באַריכט איז, אַז ס׳איז נישט געווען קיין גענאָציד, נאָר איינפֿאַך — מלחמה־פֿאַרברעכנס. דאָס איז געווען אַ קאַמף, וווּ עס זײַנען דערהרגעט געוואָרן זעלנער און פֿרידלעכע אײַנוווינער. אַזאַ סך־הכּל האָט אויפֿגעוועקט כּעס בײַ די באָסניער- מוסולמענישע קרײַזן, און זיי האָבן אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן צוטיילן דעם פּרעסטיזשפֿולן פּרײַז צו פּראָפֿ׳ גרייפֿן, וועלכן ער האָט געזאָלט באַקומען פֿון Bundesverdienskreuz דעם 10טן נאָוועמבער 2021 אין תּל־אָבֿיבֿ, — דעם מעדאַל־עקסעלענץ פֿאַר די לעבנס־דערגרייכונגען. אָבער די דאָזיקע פֿײַנטלעכע קרײַזן, האָבן זיך געוואָנדן אין „אַל-דזשאַזיראַ‟, און ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם פֿײַנטלעכן דרוק, האָט די דײַטשישע רעגירונג דערווײַל פֿאַרהאַלטן די צוטיילונג פֿון דער אויסצייכענונג דעם פּראָפֿ׳ גרייף אונטערן תּירוץ, „צו באַטראַכטן עס אויף ס׳ניי‟.

צו זאָגן „אומיושרדיק‟, איז עס איידל געזאָגט; ס׳איז דאָך אַ גרויס אומרעכט, ווי אויך באַליידיקונג און דערנידערונג. מ’קאָן נישט צונעמען בײַ אַ מענטשן, וואָס האָט געווידמעט זײַן גאַנץ לעבן אויפֿצושטעלן דעם אָנדענק און פֿאַרשפּרייטן איבער דער וועלט די שוידערלעכע געשעענישן פֿון די נאַציסטן אינעם חורבן. פּראָפֿ׳ גרייף שטעלט זיך מיט פֿאַרוווּנדערונג קעגן דער שרעקלעכער עוולה, וואָס איז געשען מיטן פֿאַרהאַלטן דעם פּרײַז.

„ווי פּאַראַדאָקסאַל, — זאָגט ער, — עס קלינגט, אַז דער ישׂראל-ייִדישער היסטאָריקער און פֿאָרשער, ווערט גערודפֿט מצד די גײַסטיקע אייניקלעך פֿון באָסניער אָבֿות, וואָס זײַנען מאָביליזירט געוואָרן דורך דעם מופֿטי אין 1943 צו קעמפֿן צוזאַמען מיט היטלערס נאַצישע זעלנער.‟

ג. רייף האָפֿט, און מיר, צוזאַמען מיט אים, אַז די דײַטשישע רעגירונג און דער פּרעזידענט פֿראַנק וואַלטער שטיינמײַער וועלן זיך נישט אונטערגעבן דער אַנטיסעמיטישער מוסולמענישער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס האָט נישט קיין שום באַזע אָדער פֿאַקטן. דער איינציקער שׂכל איז — שׂינאת־ישׂראל! דער יושר וועט נעמען די אויבערהאַנט, און דער פּרײַז וועט צוגעטיילט ווערן דעם ייִדישן פּראָפֿעסאָר.

מ’דאַרף אויך באַצייכענען די טעטיקייט פֿון פּראָפֿ׳ ג. גרייף לטובֿת די הונדערטער טויזנטער יוגנטלעכע, פֿאַר וועלכע ער האַלט לעקציעס וועגן דעם חורבן און אוישוויץ — אין ישׂראל און איבער דער גאַנצער וועלט. צווישן זיי — 160 טויזנט דײַטשישע יונגע לײַט.

צום סוף, וואָלט איך געוואָלט זאָגן אַ פּאָר פּערזענלעכע באַמערקונגען. מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט גידעון גרייף איז געשען אין דער צײַט, ווען ער איז געווען אַ זינגער… יאָ, אָנטייל גענומען אין פֿעסטיוואַלן און איז געווען דערפֿאָלגרײַך. מיר האָבן אַפֿילו געזונגען אין אַ דועט ייִדישע לידער. איך האָב זיך קיינמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז גדעון וועט גיין אין אַן אַנדער ריכטונג, דערצו נאָך אויף אַזאַ שווערן און אַחריתדיקן וועג. איך פּערזענלעך ווי אויך די לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ ווינטשן דעם חשובֿן פּראָפֿעסאָר גדעון רייף געזונט און דערפֿאָלג אין זײַנע פֿאָרשונגען לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק און דער גאַנצער מענטשהייט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s