מלאכים-לידער

בער קאָטלערמאַן

ר’ נחמנס דרשה אויף אַ שרײַבער־קאָנפֿערענץ

מיט ערשטן בליץ פֿון מאָרגן־שטערן
איין מאָל אין יובֿל נעלם ווערן
די וועלט־מחיצות קדם־אַלטע,
וואָס דעם גן־עדן פֿאַרבאַהאַלטן.
וווּ נאָר דאָס אויג כאַפּט אַ מהלך
זיך טורעמט דאָרט אַ ריז אַ מלאך
מיט טויזנט קעפּ וואָס שיטן פֿונקען,
אין יעדן קאָפּ צו טויזנט צונגען,
און יעדע צונג זינגט טויזנט תּחינות
אויף טויזנט צערטלעכסטע נגינות.
זאָל עמעץ אָט דעם מלאך הערן,
פֿאַרהאַלטן וואָלט ער נישט די טרערן,
ווײַל די-אָ געטלעך־טשודנע קלאַנגען
פֿאַרשאַפֿן גרוילעכע געדאַנקען:
שוואַך, שפֿל, נישטיק און פֿאַרעוולט,
וואָס טויג דײַן וואָרט, דײַן ווערט, דײַן כּבֿוד
און דײַנע נעבעכדיקע תּחינות
מיט האַלב־געבראָטענע נגינות?
נאָר בלײַבט פֿאַרהוילט דער ריז דער מלאך —
ביז פּלוצעם, מעשׂה לאַזער־שטראַלעכל,
דרינגט דורך דײַן יש אַ דינינק קול
און וועקט אין דיר אַ קאַלטן גרויל.

מרחשוון תּשפּ”ב

חביבין ישׂראל
(בדחניש)

אין מלאכי השרת אומרים שירה למעלה
עד שיאמרו ישׂראל למטה
(חולין צא ב)

חביבין ישׂראל חביבין ישׂראל —
ווי ווויל איז די הייליקע אומה, ווי ווויל!
חביבין ישׂראל לפֿני הקדוש ברוך הוא —
טאַטע געטרײַער, אויף דיר בלויז מיר קאָנען זיך ריכטן.
חביבין ישׂראל יותר ממלאכי השרת —
פֿאַר יאַנקל עליות און פֿאַר די מלאכים הפֿטורות.
חביבין ישׂראל אומרים שירה בכל שעה —
בעת יעדער נאַש־בראַט שאַלעמויזט אָן אַ סוף מיט הנאה,
די בידנע מלאכים נאָר איין מאָל אַ טאָג זאָגן שירה
צי איין מאָל אַ יאָר, צײַט מע דאַוונט יום־כּיפּור נעילה,
צי איין מאָל אַ יובֿל, צי איין מאָל אַ לעבן אַפֿילו!

אוי, בידנע מלאכים, זיי מעגן בלויז שירהווען אויבן
ווען יאַנקל מיוחס זיי טוט עס פֿון אונטן דערלויבן.

א’ דחנוכּה תּשפּ”ב

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s