
יעווגעני קיסין
9 מײַ
טאַטיאַנאַ האָט ניט געקאָנט זײַן בײַ אונדז צװישן 6.50 און 9 אין אָװנט, לכן בין איך געזעסן לעבן אַנע פּאַװלאָװנען במשך פֿון יענע שעהען. געגעבן איר אַ סך טרינקען און געשפּילט איר אַ רעקאָרדירונג פֿון איר געװעזענעם שילער אַלעקסײ סעמיאָנאָװ, װאָס איז געװאָרן אַן אָרגאַניסט און אַ קלאַװעסיניסט. בשעתּו האָט זי מיר דערציילט, אַז ער האָט געשטאַמט פֿון אַ פּראָסטער משפּחה און ניט אַלץ פֿלעגט אים געלינגען, נאָר ער איז געװען זײער אַ קלוגער און אַן עקשנותדיקער. אַ מאָל זײַנען מיר געגאַנגען צוזאַמען אױף אַ קאָנצערט פֿון זײַן אַנסאַמבל „מאַדריגאַל‟, און דערנאָך האָבן מיר אים באַגריסט. ער איז בפֿירוש געװען צופֿרידן און האָט געשמײכלט…

פֿון אירע געװעזענע דערצױגלינגען פֿלעגט אַנע פּאַװלאָװנע מיר אָפֿט ברענגען פֿאַר אַ בײַשפּיל קאָליאַ דעמידענקאָ, װאָס איז שױן דעמאָלט געװען אַ גלענצנדיקער און דערפֿאָלגרײַכער פּיאַניסט, אַ לאַורעאַט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן, בתוכם דעם מאָנטרעאָלער קאָנקורס. מיר פֿלעגן גײן אָפֿט אױף זײַנע קאָנצערטן, און זײַן שפּילן איז מיר געװען נאָענט צום האַרצן: ער איז געװען בטבֿע אַ ראָמאַנטיקער. כ׳געדענק, למשל, װי פֿײַן ער האָט געשפּילט שומאַנס קאָנצערט… אַ מאָל האָט אַנע פּאַװלאָװנע אים אַפֿילו געבעטן אַקאָמפּאַנירן מיר טשײַקאָװסקיס 1טן קאָנצערט אױפֿן צװײטן פֿאָרטעפּיאַן און אַרױסזאָגן זײַן מײנונג; ער האָט מיך שאַרף קריטיקירט — און הן אַנע פּאַװלאָװנע, הן די מאַמע, װאָס איז בײַגעװען אױף יענעם לימוד, זײַנען געװען זײער צופֿרידן.
אַנע פּאַװלאָװנע פֿלעגט מיר אױך דערצײלן אַ סך אַמוזאַנטע געשיכטעס װעגן קאָליאַן. איין מאָל, למשל, בעת ער איז נאָך געווען אַ קינד, האָט זי אים בשעתן לימוד עפּעס באַריכות דערקלערט. ער האָט זי אויסגעהערט און פּלוצעם געפֿרעגט: „אַנע פּאַװלאָװנע, צי זײַט איר אַ דאַמע מיט גראָװלעכע האָר?‟. און בערך אין דער זעלבער צײַט האָט ער געזאָגט צו אַן אַנדער לערערין זײַנער: „מיר איז נימאס געװאָרן דײַן קלאַנג!‟.
אפֿשר איז די סאַמע בעסטע פֿון יענע מעשׂיות געװען די פֿאָלגנדיקע. היות קאָליאַס טאַטע (לױט אַנע פּאַװלאָװנעס װערטער, איז ער געװען זײער אַ קלוגער מענטש — „מיט אַ חכמה און אַ קלוג פּינטעלע‟) האָט גאָר פֿרי געבראַכט זײַן זון צום געדאַנק, אַז אױב יענער װײסט עפּעס ניט, זאָל ער זיך ניט באַרויִקן, ביז װאַנען ער װעט זיך ניט דערװיסן װעגן דעם, פֿלעגט קאָליאַ קליינערהייט לײענען אַ סך כּל–המינים ביכער, בתוכם ענציקלאָפּעדיעס וכּדומה. און אָט איין מאָל, װען זײַנע עלטערנס פֿרײַנד זײַנען געקומען צו זײ צו גאַסט און מ׳האָט גענומען באַהאַנדלען זײערע אַ באַקאַנטע, װאָס האָט געהאַט עפּעס צרות, האָט דער קלײנער קאָליאַ פּלוצעם געלאָזט זיך הערן: „איך װײס: זי האָט אַ קלימאַקס!‟. זײַן מאַמע, אַ געפּלעפֿטע, האָט געזאָגט: „דו נאַריש ייִנגעלע, װאָס פּלאַפּלסטו פֿון זאַכן, װאָס ד׳האָסט קײן שום אַנונג ניט װעגן זײ?!‟ — און קאָליאַ האָט געענטפֿערט: „פֿאַר װאָס האָב איך קײן שום אַנונג ניט? כ׳האָב יאָ אַן אַנונג: קלימאַקס איז די צײַט, װען בײַ פֿרױען ענדיקט זיך דאָס סעקסועלע לעבן!‟.

װאָס שײך װאָלאָדיע באַגראָװן, האָב איך אים צום ערשטן מאָל געטראָפֿן נאָך פֿאַר אונדזער געמײנזאַמען אָפּרו אין האַאַפּסאַלו. כ׳געדענק, װי, בשעת מײַנעם אַ לימוד מיט אַנע פּאַװלאָװנען, איז אינעם קלאַסצימער פּלוצעם אַרײַן אַ מיטלװוּקסיקער, שװאַרצהאָריקער יונגער־מאַן. „פֿון װאַנען האָסטו זיך אַזאַ גענומען, דו װיסטער דעזערטיר?‟ — האָט אַנע פּאַװלאָװנע זיך פֿאַרחידושט. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס איז איר געװעזענער תּלמיד װאָלאָדיע באַגראָװ, װאָס האָט דעמאָלט געדינט אין דער אַרמײ. מ׳האָט אים געשיקט אינעם גענעראַל–שטאַב, װאָס האָט זיך געפֿונען דװקא לעבן אונדזער שול, — און ער איז אַרײַנגעגאַנגען צו זײַן לערערין. נאָך האַאַפּסאַלו האָב איך אים, דוכט זיך, קײן מאָל מער ניט באַגעגנט, הגם באַגעגנט זײַנע עלטערן און אַפֿילו זײַן (דעמאָלט שױן געװעזענע) פֿרױ…
אײניקע פֿון אַנע פּאַװלאָװנעס שילערס האָב איך נאָך באַװיזן צו טרעפֿן, בעת זײ האָבן זיך געלערנט אין דער שול. מילאַ בערלינסקאַיאַ, למשל, האָט פֿאַרענדיקט די שול, װען איך האָב פֿאַרענדיקט דעם ערשטן קלאַס, און איך געדענק, װי מיר האָבן זיך געטראָפֿן אױף אַ רעפּעטיציע צו אונדזער שול־קאָנצערט אינעם גרױסן זאַל פֿונעם גנעסין–אינסטיטוט; זי האָט דעמאָלט געשפּילט ראַװעלס „אונדינע‟, און איך — אַפּנים, מײַנע אײגענע 4 פּיעסעס (דװקא זײ האָב איך געשפּילט אין יענעם זאַל, װען כ׳בין געװען אינעם ערשטן קלאַס). כ׳געדענק, װי נאָך דער רעפּעטיציע, שױן אין דרױסן, האָט זי געהאַלטן אין דער האַנט אַ מאַראַנץ… בערך אין דער זעלבער צײַט האָט מען געװיזן אױף דער טעלעװיזיע דעם קינדער–פֿילם, אין װעלכן מילאַ האָט געשפּילט די ראָלע פֿון דער הױפּט–העלדין און װאָס, דעם אמת געזאָגט, האָט קײן שום רושם אױף מיר ניט געמאַכט. איך געדענק אַפֿילו ניט דעם אינהאַלט פֿונעם פֿילם (ער האָט, דוכט זיך, געהאַט אַ שײַכות מיטן קאָסמאָס), הגם אין מײַן זכּרון איז פֿאַרבליבן די מעלאָדיע פֿונעם ליד, װאָס מ׳האָט געשפּילט פֿון מאָל צו מאָל במשך פֿונעם פֿילם.
אָליע באָסאָװסקאַיאַ איז געװען מילאַס קלאַס–חבֿרטע, נאָר מיט איר האָב איך זיך באַקענט שפּעטער, װען זי האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אין אונדזער שול. נאָך מײַנע קאָנצערטן פֿלעגט זי מיר שרײַבן זײער רירנדיקע לידער; בפֿרט נאָך מײַן דעביוט מיט שאָפּענס צװײ קאָנצערטן האָט זי מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה אַ פּױלישן אַלבאָם „פֿרעדעריק שאָפּענס פּאָרטרעטן‟ מיט אַזאַ אױפֿשריפֿט (אױף רוסיש גראַמט זיך):
„מיר װילט זיך אָט דעם סוּװעניר
דערלאַנגען זשעניען מיט התפּעלות.
שאָפּען איז דאָך זײַן אידעאַל.
און איצט האָב איך אַזאַ השערה:
װען פּלוצעם פֿרעדעריק שאָפּען
זאָל ווידער װערן לעבעדיק,
װאָלט דאַן זײַן אידעאַל געװאָרן זשעניע.‟.
ס׳האָט זיך אױף תּמיד פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון, װי אַ מאָל, בעת איך בין געװען אַ דערװאַקסלינג, איז אָליע אַרײַן צו אַנע פּאַװלאָװנען בשעת אונדזער לימוד און האָט דערציילט װעגן איר שמועס מיטן לערער פֿון מאַרקסיזם–לעניניזם אין דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע, װוּ זי האָט זיך געלערנט. „איז אײַער אַנקעטע רײן?‟ — האָט יענער געפֿרעגט. „װאָס שײך?‟. „דער פּונקט.‟. „ניין…‟ — האָט אָליע געענטפֿערט און, לױט אירע אײגענע װערטער, אָנגעהױבן װײנען: „די טרערן — קאַפּ–קאַפּ–קאַפּ…‟. איר מיטשפּרעכערס רעאַקציע איז געװען אַזאַ: „נו… נו, איך האָב געמײנט, אַז איר זײַט קליגער! נו… נו, װוּ לעבן מיר?!‟. — „און ס׳איז אַ לערער פֿון מאַרקסיזם–לעניניזם!‟ — האָט אָליע אױסגעשריגן.

אַװדאי, געדענק איך גוט אַנטאָן באַטאַגאָװן. אַ טאַלאַנטירטער בחור געװען, הגם זײַנע מוזיקאַלישע גוסטן זײַנען געװען לגמרי אַנדערע, אײדער בײַ אַנע פּאַװלאָװנען: ער איז תּמיד געװען פֿאַרכאַפּט פֿון מאָדערנער מוזיק, װאָס איז אַנע פּאַװלאָװנען אין תּוך געװען פֿרעמד. װען ער האָט פֿאַרענדיקט די שול, האָט ער אױף זײַן סאָלאָ–קאָנצערט, אַ חוץ דעם אַלעם, געשפּילט באַרבערס סאָנאַטע און אױף „ביס‟ — צװײ פּיעסעס פֿון ניקאָלײַ קאַרעטניקאָװן, װאָס ער האָט זײ געהאַט זיך אױסגעלערנט זעלבשטענדיק און װאָס, דוכט זיך, קײנער פֿונעם עולם, בתוכם אַנע פּאַװלאָװנען און מיר, האָט זײ ניט פֿאַרשטאַנען. ער איז געװען אַ בעלן צו שפּילן מעסיאַנס „צװאַנציק קוקן אױפֿן יעזוס דעם קינד‟, נאָר אַנע פּאַװלאָװנע האָט זיך אָפּגעזאָגט זײ פֿונאַנדערלערנען מיט אים. שפּעטער, בעת ער איז שוין געװען, דאַכט זיך, אױפֿן ערשטן קורס אין דער קאָנסערװאַטאָריע, האָט אַנטאָן זיך אַליין אױסגעלערנט אָט דעם ציקל, געשפּילט אים אין אַ קאַנצערט און פֿאַרבעטן הן זײַן קאָנסערװאַטאָריע–לערערין טאַטיאַנאַ ניקאָלאַיעװאַ (װאָס האָט פֿאַקטיש מיט אים ניט געלערנט, היות, װי ס׳רובֿ אַנדערע קאָנסערװאַטאָריע–פּראָפֿעסאָרן, — און אַפֿילו נאָך מער, װי זײ, — איז זי כּסדר געװען אױף גאַסטראָלן), הן אַנע פּאַװלאָװנע.
הגם סוף–כּל–סוף, מיט אַ סך יאָרן שפּעטער, איז ער געקומען צו בודיזם, פֿלעגט אַנטאָן בשעתּו במשך פֿון אַ געװיסן פּעריִאָד זיך אינטערעסירן מיט ייִדישע ענינים (זײַן טאַטע איז געװען אַ ייִד), און דװקא ער האָט דעמאָלט געגעבן אַנע פּאַװלאָװנען פֿאַר אַ מתּנה די רעקאָרדירונג פֿון „אַ שװאַרץ צײַמל פֿאַר אַ װײַס פֿערדל‟, װאָס, זײַענדיק בײַ אַנע פּאַװלאָװנען אין שטוב, האָב איך פֿאַרגליכן די רוסישע און די ייִדישע אותיות און אַפֿילו קלײנע שטיקער טעקסטן אױף דער הילע און אין די בראָשורן פֿון יענעם פּלאַטעס–אַלבאָם און זיך געלערנט לײענען ייִדיש אױף אַזאַ אופֿן.
אין אײנער פֿון אַנע פּאַװלאָװנעס תּלמידות בין איך געווען פֿאַרליבט במשך פֿון עטלעכע יאָר — אין יוליע גאָטליב. זי איז געװען אַ חנעװדיקע בלאָנדינקע און האָט זיך געלערנט אױף צװײ קלאַסן נידעריקער, װי איך. אַ מאָל האָב איך בשתּיקה אַרײַנגעלײגט אין איר שיך–זעקל אינעם גאַרדעראָב אַ צעטעלע: „יוליע, איך האָב דיך ליב. געשאַ.‟ (כ׳האָב דעמאָלט אַ טראַכט געטאָן: יעװגעני — יעװגעשאַ — געשאַ). שפּעטער בין איך חושד געווען, אַז זי האָט זיך אָנגעשטױסן, װער ס׳איז געװען דער אױטאָר פֿונעם צעטעלע, מחמת באַלד נאָך דעם, פֿאַרבײַגײענדיק מיך, האָט זי געזאָגט מיט עפּעס אַ באַזונדערן טאָן: „סאַלוט, יעװגעני!‟ (ניט פֿריִער, ניט שפּעטער האָט זי מיט מיר אַזױ קײן מאָל ניט גערעדט). אפֿשר האָט זי געקענט מײַן כּתבֿ און אים דערקענט? ס׳האָט זיך אָבער באַקומען אַזױ, אַז זי האָט פֿאַרפֿירט אַ ליבע מיט מײַנעם אַ קלאַס–חבֿר און אַ גוטן–פֿרײַנד. בײַ אונדז האָט זיך דעמאָלט אױסגעפֿורעמט אַ קאָמפּאַניע פֿון דרײַ מײדלעך און דרײַ בחורים. מיר פֿלעגן פֿאַרברענגען אַ סך צײַט צוזאַמען, און אַלע דרײַ — יוליע, איר חבֿר און איך — זײַנען מיר געװען אין יענער קאָמפּאַניע, לכן האָב איך געליטן, נאָר זי ווײַטער ליב געהאַט אױף אַ דיסטאַנץ. אָפּשלאָגן זי האָב איך אי ניט געקענט, אי ניט געקאָנט: איר חבֿר איז פֿאָרט געװען ניט קײן פֿרעמדער מענטש, נאָר מײַנער אַ גוטער–פֿרײַנד.

אַ מאָל, בשעת אַ „פֿאַרברענג‟, האָבן מיר אַלע זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ דיװאַן (צו מאַכן, אַפּנים, אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אָדער אַ װידעאָ–רעקאָרדירונג), און איך האָב זיך געפֿונען לעם יוליען. כ׳געדענק שױן ניט: אפֿשר האָט זי מיך אַרומגענומען, אפֿשר זײַנען מיר פּשוט געװען זײער נאָענט אײנער צום אַנדערן און איך האָב דערפֿילט איר גוף — כ׳האָב אָבער געהאַט אַזאַ געפֿיל, אַז כ׳האָב זיך ניט אױסגעהאַלטן און אױסגעשריגן: „גאָט מײַנער, אַ מין מחיה!‟. ביז איצט ברענט מיר דאָס פּנים, בעת כ׳דערמאָן זיך אין דעם, — און איך בין דאַנקבאַר מײַנע פֿרײַנד, בתוכם יוליען אַלײן, װאָס זײ האָבן זיך דעמאָלט געמאַכט ניט כּלא־ידע…
די אַנדערע גרױסע יוגנט–ליבע מײַנע איז געשען בשעת דער נסיעה אין לאָנדאָן, װען איך בין געװען אַלט זעכצן יאָר. דאָס איז געװען דאָס צװײטע (און לעצטע) מאָל, װאָס איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרױ, עלטער פֿון מיר. געהײסן האָט זי ליענע בײליס, זי איז געװען מײַן איבערזעצערין, אַ רוסישע ייִדישקע — און אַן אמתע ייִדישע יפֿת–תּואר: אַ הױכע, שטאַלטנע ברונעטקע מיט גרױסע גרױע אױגן, אַ נידעריק קול און אַ שמייכל, װאָס האָט ממש פֿאַרכּישופֿט. סוף יענער נסיעה האָב איך געהאַט צװײ פֿרײַע טעג, בעת װעלכע מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צוזאַמען, און ערבֿ מײַן אָפּפֿאָר זײַנען מיר געגאַנגען אין טעאַטער אױף אַ נײַער סאָװעטישער פּיעסע װעגן פּראָסטיטוטקעס. דעם אמת געזאָגט, האָט דער ספּעקטאַקל גופֿא אױף אונדז קײן רושם ניט געמאַכט, הגם בײַ ליענען האָט ער אַרױסגערופֿן טרױעריקע מחשבֿות װעגן אירער אַ חבֿרטע, װאָס איז געװאָרן אַ זונה. סײַ יענער טעאַטער און סײַ ליענעס שטוב האָבן זיך געפֿונען װײַט פֿון מײַן האָטעל, און היות אויפֿן אַנדערi טאָג אין דער פֿרי האָבן מיר געמוזט פֿאָרן אינעם פֿליפֿעלד, האָט ליענע איבערגענעכטיקט אין מײַן האָטעל–צימער, װוּ עס זײַנען געשטאַנען צװײ בעטן. במשך פֿון אַ סך יאָר נאָך דעם (ביז קאַרינאָטשקע איז ניט אַרײַן אין מײַן לעבן) האָב איך באַדױערט, װאָס צװישן אונדז איז גאָרנישט ניט געווען אין יענער נאַכט… הגם איך בין געװען ממש מסוכּן פֿאַרליבט און האָב לחלוטין ניט געמאַכט קײן סוד דערפֿון, בין איך דעמאָלט געװען צו שעמעװדיק, כּדי אַרױסצוּװײַזן אַזאַ מין איניציאַטיװע. מכּוח ליענען, איז זי געבליבן געטרײַ איר מאַן און ניט געגאַנגען „פֿאַרפֿירן אַן אומפֿוליעריקן‟…

בקיצור, מיר איז דעמאָלט ניט געלונגען געווען צו װערן נאָענט מיט די פֿרױען, װאָס כ׳האָב זיי ליב געהאַט, לכן אין דער ערשטער פֿרױ, װאָס איך „ידע‟, בין איך ניט געװען פֿאַרליבט — און זי אין מיר בפֿירוש אױך ניט. זי איז געװען, אפֿשר, אױף אַ פּאָר יאָר עלטער פֿון מיר און האָט מיך באַגלײט בשעת מײַנע גאַסטראָלן. איך האָב איר כּסדר געמאַכט קאָמפּלימענטן, און נאָך אײנעם אַ קאָנצערט האָב איך געבעטן אַ דערלױבעניש זי אַ קוש צו טאָן. זי האָט דערלױבט, זאָגנדיק: „דו האָסט אים פֿאַרדינט, דעם קוש, װײַל דו ביסט געװען צו מיר זײער ליבלעך.‟ נאָך דער װעטשערע מיט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם קאָנצערט זײַנען מיר זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען אין אונדזערע האָטעל–צימערן, איך האָב זיך אױסגעטאָן, און פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ טעלעפֿאָן–קלונג: „װילסט קומען אין מײַן צימער?‟ — „יאָ, אױב דו װילסט,‟ — האָב איך געענטפֿערט מיט װירדע.
באַגעגנט האָט זי מיך מיט שײַנענדיקע אױגן: „שווער זיך מיט אַלץ, װאָס איז הייליק פֿאַר דיר, אַז דו װעסט קײנעם ניט דערצײלן, װײַל אױב מײַן שעף װעט זיך דערוויסן, װעל איך פֿאַרלירן די אַרבעט!‟. דערנאָך האָט זי מיט אַן אַרטיסטישער באַוועגונג אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם כאַלאַט…
קײן אמתן פֿיזישן תּענוג האָב איך דעמאָלט ניט באַקומען, נאָר אינערלעך בין איך געװאָרן זײער אױפֿגערעגט און, אומקערנדיק זיך אין מײַן צימער, האָב איך במשך פֿון צװײ שעה ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן.
בעת איך דערצײל קאַרינאָטשקען וועגן מײַנע אַמאָליקע סעקסועלע אַװאַנטורן, הערט זי ניט אױף זיך צו חידושן: „װי זשע איז עס דיר תּמיד געװען קלאָר, װען דו ביסט געװען פֿאַרליבט און װען ד׳האָסט פּשוט געװאָלט האָבן סעקס מיט אַ פֿרױ?‟. יאָ, מיר איז עס שטענדיק געװען לגמרי קלאָר, און איך האָב זיך אַלע מאָל געסטאַרעט עס מאַכן קלאָר פֿאַר יעדער פֿרױ, מיט װעלכער כ׳בין געװען נאָענט, — נאָר כּלל ניט אַלע האָבן זײ געװאָלט עס פֿאַרשטײן, און, אַװדאי, האָט עס געבראַכט צו אַנטױשונגען, צו מאָל אַפֿילו װײטיקלעכע פֿאַר זײ אַלײן, הגם איך בין תּמיד געװען ערלעך מיט זײ.
אַ מאָל בין איך געװען פֿאַרכאַפּט פֿון אַ פֿרױ, װאָס האָט בפֿירוש אָפּגעגעבן די בכורה די מאַנצבילן פֿון לגמרי אַן אַנדערן טיפּ, נאָר דעמאָלט בין איך, אַפּנים, פּשוט ניט געװען ביכולת עס צו פֿאַרשטײן. זי האָט מסכּים געװען צו פֿאַרברענגען אַ נאַכט מיט מיר, נאָר בעת איך האָב איר געזאָגט ליבע–װערטער, האָט עס זי דענערװירט; „רעד ניבֿול–פּה!‟ — האָט זי געזאָגט. װען איך האָב געװאָלט זי אַ קוש טאָן, האָט זי געמאָלדן: „כ׳װיל זיך ניט קושן!‟. — „װאָס זשע װילסטו?‟. — ״כ׳װיל יענצן!‟. דערנאָך האָב איך אַפֿילו אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר, האָט מיך גאָט באַשטראָפֿט דערפֿאַר, װאָס איך האָב זיך בשעתּו געהאַט אױפֿגעפֿירט אױף אַן ענלעכן אופֿן מיט אַנדערע פֿרױען, װאָס האָבן מיך ליב געהאַט, אָבער איך האָב געװאָלט נאָר גוף–תּענוגים?
באמת, „מענטשן גלייבן אין דעם, אין װאָס עס װילט זיך גלײבן, אין װאָס איז אָנגענעם צו גלייבן,‟ — און דאָס האָט אַ שײַכות צו אַלעמען, בתוכם ליבע און סעקס.
10 מײַ
נ. שרײַבט, אַז זי פֿילט דעם ריח פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟, און הגם זי און איר משפּחה האָבן זיך באַװאָרנט מיט ישׂראל־פּאַספּאָרטן, איז זי ניט זיכער, אַז זײ װעלן העלפֿן אין דער גורלדיקער סיטואַציע…
דװקא מחמת דער זעלבער סיבה זײַנען מיר בשעתּם אַװעקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד: נאָכן אױגוסט–פּוטש אין 1991 זײַנען מײַנע עלטערן און אַנע פּאַװלאָװנע דערשראָקן געװאָרן (פֿאַר דעם האָט מען במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געהאַט גערעדט מכּוח דער מעגלעכקײט פֿון אַ פּוטשט), אַז דאָס מאָל איז ער דורכגעפֿאַלן, נאָר אַ צװײט מאָל קאָן ער געלינגען. אַװדאי, האָבן מיר שױן פֿון לאַנג געװאָלט אַװעקפֿאָרן און געפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט מענטשן אין פֿאַרשײדענע מקומות; מ׳האָט אײַנגעלאַדן אַנע פּאַװלאָװנע אַרבעטן הן אין באָסטאָן, הן אין דער קלײנער דײַטשישער שטאָט טראָסינגען. קײן נאַציאָנאַלגעשטימט זײַנען מיר לחלוטין ניט געװען, האָבן מיר אַפֿילו ניט באַטראַכט ישׂראל; מיר האָבן פּשוט געװאָלט אַװעקפֿאָרן פֿונעם שװאַרץ–מאהדיקן רוסלאַנד אױפֿן פֿרײַען, ציװיליזירטן מערבֿ. פֿון דעסטװעגן, דװקא דער פּוטש האָט אונדז סוף–כּל–סוף „אונטערגעשטױסן‟. געװען זײַנען אָבער נאָך צװײ סיבות, װאָס האָבן אונדז דערמעגלעכט אַװעקצופֿאָרן דעמאָלט: מחמת דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט דער טאַטע, װאָס האָט געאַרבעט אױף אַ ראַקעטן–אונטערנעמונג, געקאָנט פֿאַר אַ כאַבאַר באַקומען אַ פּאַפּיר, אַז ער איז כּלומרשט ניט געװען פֿאַרבונדן מיט געהײמע אַרבעטן (הגם אױף אַן אמתן האָט ער געהאַט אַ צוטריט צו זיי); צו יענער צײַט איז יעלענע סאַמױלאָװנע שױן געװען אױפֿן עולם–האמת…
ס׳איז געװען אַ געװײנטלעכע מעשׂה (אפֿשר, ניט בלױז בײַ רוסישע/סאָװעטישע ייִדן): יעלענע סאַמױלאָװנע איז דעמאָלט געװען שױן איבער די שמונים און, הגם בשעתּו האָט זי מיר געעצהט, איך זאָל ניט חתונה האָבן מיט אַ רוסין, „װײַל אַ רוסישער מענטש, װי פֿרײַנדלעך ער זאָל זיך צו דיר ניט באַציִען, איז תּמיד אַן אַנטיסעמיט‟, — האָט זי פֿאָרט ניט געװאָלט אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד, אין װעלכן זי האָט אָפּגעלעבט איר גאַנץ לעבן. װאָס איז דאָ אַ סך צו רײדן — אַװדאי, איז אַזאַ מין זאַך מסוכּן שװער פֿאַר אַן אַלטן מענטשן. אום האַרבסט 1990 האָט אירע (און אַנע פּאַװלאָװנעס) אַ געװעזענע קאָלעגע, מאַרינע איליניטשנע מאַרשאַק, װאָס האָט צו יענער צײַט שױן אַ סך יאָרן געהאַט געוווינט אין אַמעריקע, אַפֿילו געשיקט יעלענע סאַמױלאָװנען אַ בריװ, װוּ זי האָט געשריבן: „מאַכט ניט קײן מניעה‟. און סוף אַפּריל 1991 איז יעלענע סאַמױלאָװנע געשטאָרבן…
װי שװער צו מאָל זאָל דער זקנישער עגאָיִזם ניט זײַן, טאָר מען אים בשום–אופֿן ניט פֿאַראורטײלן, אַזױ, װי ס׳איז אוממעגלעך צו פֿאַראורטײלן, למשל, דעם עגאָיִזם פֿון קלײנע קינדער.
די אַראַבער האַלטן אין אײן בונטעװען זיך אױפֿן הר־הבית. און כאַמאַס האָט װידער אָנגעהױבן באַשיסן ישׂראל מיט ראַקעטעס…
אָפּגעפֿירט דער מאַמען פֿאַרשײדענע זאַכן. געשפּאַנט 10 קילאָמעטער. נאָך מער קראַנצן זײַנען פֿאַראַן בײַם דענקמאָל אין אָנדענק די סאָװעטישע שלאַכט־לײַט: פֿון די װײַסרוסלענדישע, קאַזאַכישע און אַזערבײַדזשאַנישע אַמבאַסאַדעס. בײַ די דענקמעלער פֿאַר די רוסישע אָפֿיצירן, אומגעקומענע אין אױגוסט 1813 אױסער דרעזדען און קולם, און פֿאַר די טשעכישע העלדן פֿון דער צװײטער װעלט–מלחמה ליגן קראַנצן פֿון די רוסלענדישע און אַרמענישע אַמבאַסאַדעס. דאָס זײַנען, אַװדאי, בולטע פּאָליטישע סימנים פֿון יענע מלוכות…
ליגאַטשאָװ [1] איז געשטאָרבן. ס׳איז ממש אַ חידוש: אָפּגעלעבט האָט דער מענטש אַ גאַנצע מאה יאָר, געטאָן אַ סך במשך פֿון זײַן לעבן — און אַלץ, װאָס ער האָט געטאָן, איז געװען לגמרי נוצלאָז, און פֿאַרבליבן איז ער אין מענטשנס זכּרון, אױב ניט װי אַ רשע, איז על–כּל–פּנים װי אַ נאַר און אַ רעאַקציאָנער…
הײַנט איז קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס געבױרנטאָג. סאַראַ גאָונישע פּאָעטעסע געװען! איר „װײַסע נאַכט‟ איז אײנס פֿון מײַנע סאַמע באַליבסטע װערק אין דער גאַנצער װעלט–ליטעראַטור. „און מײַן האַרץ פֿאַרשלײַדערט ערגעץ–װוּ‟ — מסתּמא, נאָר אַ פֿרױ האָט געקאָנט אַזױ אָנשרײַבן…
11 מײַ

הײַנט האָבן קאַרינאָטשקע און איך סוף–כּל–סוף געפֿונען צײַט אײנער פֿאַרן אַנדערן…
די געשיכטע אונדזערע מיט קאַרינאָטשקען האָט בולט געוויזן ניט בלױז, אַז „דאָס לעבן איז װוּנדערלעך מחמת די אומדערװאַרטקײטן, װאָס עס ברענגט‟, נאָר אױך, אַז פֿונעם גורל, פֿון זיך אַלײן קאָן מען ניט אַנטלױפֿן… אַ חוץ דער מאַמען, אַלאָטשקען און אײניקע פֿון דער מאַמעס אַלטע פֿרײַנד, קען קאַרינאָטשקע מיך לענגער פֿון אַלעמען: מיר האָבן זיך באַקענט אױף איר צװײטן געבױרן–טאָג, װען איך בין געװען אַלט צװײ יאָר און צװײ חדשים. װען אין יענעם װינטערדיקן שבת האָט די מאַמע מיך געבראַכט אַהין און די מומע מאַרינאַ האָט געעפֿנט די טיר, האָב איך זיך דערשראָקן פֿון דעם טומל און די אומבאַקאַנטע פּנימער און ניט געװאָלט אַרײַנגײן. דאַן האָט די מאַמע מיר אַ שעפּטשע געטאָן: „זשעניעטשקע, דאָרטן איז דאָ אַ פּיאַנע!‟ — און װעדליק זי דערצײלט, האָב איך, װי אַ לונאַטיקער, זיך געלאָזט איבערן קאָרידאָר צו יעװגעני יאַקאָװלעװיטשס אַרבעטס–צימער, זיך געזעצט צום פֿאָרטעפּיאַן און שוין געבליבן אַזוי זיצן עטלעכע שעה.

זינט דעמאָלט, היות אונדזערע מאַמעס האָבן געאַרבעט אין דער זעלבער שול און זיך געחבֿרט, פֿלעגן קאַרינאָטשקע און איך זיך צוזאַמענטרעפֿן גאָר אָפֿט במשך פֿון בערך צען יאָר. װען איך בין געװען אַלט פֿינף מיט אַ האַלב יאָר, האָט יעװגעני יאַקאָװלעװיטש, קאַרינעס טאַטע, געפּרוּװט מיך לערנען שפּילן אױפֿן קלאַװיר, און אינעם סוף פֿון אײנעם אַ לימוד אונדזערן איז פֿאָרגעקומען אַ טשיקאַװער עפּיזאָד. זעט אויס, כּדי צו סטימולירן מיך, האָט יעװגעני יאַקאָװלעװיטש געזאָגט: „הײַנט שטעל איך דיר אַ ׳פֿיר׳, װײַל דו האָסט געשפּילט ניט זײער גוט,‟ — אױף װאָס איך האָב געמאָלדן מיט אמתדיקן גרימצאָרן: „שױן זשע קאָן מען שטעלן אַ ׳פֿיר׳ דעם פֿאָטער פֿון זײַנע קינפֿטיקע אײניקלעך?!‟. כ׳געדענק, װי מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט מומע מאַרינאַ, זיצנדיק בײַ אונדז אין קיך, דערציילט, אַז יעװגעני יאַקאָװלעװיטש אַן אַנטוישטער האָט דעמאָלט ביטער אַ זאָג געטאָן: „אַך, עס װעט זײַן דער סאַמע טראַגישער מאָמענט פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, ער װעט עס מיר קײן מאָל ניט מוחל זײַן!‟. שפּעטער האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז איך דאַרף האָבן אַ לערער, װאָס האָט אַ דערפֿאַרונג פֿון לערנען אומגעװײנטלעכע קינדער און װאָלט מיר געקאָנט װידמענען זײער אַ סך צײַט. יעװגעני יאַקאָװלעװיטש האָט מורא געהאַט, אַז ער װעט ניט זײַן מסוגל עס צו טאָן, לכן האָט ער דערצײלט װעגן מיר אַנע פּאַװלאָװנען, מחמת ער האָט זי געהאַלטן פֿאַר דעם בעסטן פּיאַנע–פּעדאַגאָג פֿאַר קינדער צװישן אַלע, װעמען ער האָט געקענט.
נאָך דעם, װי מומע מאַרינאַ איז איבערגעגאַנגען אַרבעטן אין אַן אַנדערער שול, האָבן זײ מיט דער מאַמען זיך כּמעט ניט באַגעגנט, און װי אַ פּועל–יוצא, האָבן מיר מיט קאַרינאָטשקען אױך אױפֿגעהערט זיך צוזאַמענטרעפֿן. אין די מיט 1990ער האָבן מיר זיך באַגעגנט צװײ מאָל — אין זאַלצבורג (צופֿעליק, מחמת קאַרינאָטשקע האָט זיך געלערנט דאָרטן, װען איך האָב געהאַט אַ קאָנצערט אױפֿן זאַלצבורגער פֿעסטיװאַל; זי האָט דערזען אַן אַפֿישע און מיך געפֿונען) און אין מאָסקװע; צו יענער צײַט איז זי שױן געװען אַ חתונה–געהאַטע, און איך האָב דעמאָלט, אַפּנים, נאָך ניט פֿאַרשטאַנען זיך אַלײן. עס זײַנען פֿאַרבײַנאָך 7–8 יאָר…
אין די מיט 2000טער האָב איך אוכאַזשעװעט נאָך אײנער אַ פֿרױ, און פּלוצעם האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אירער אַ געװעזענער קלאַס–חבֿר איז געװען קאַרינאָטשקעס מאַן. זײַענדיק בטבֿע זײער אַן אַקטיװע, האָט מײַן חבֿרטע באָשלאָסן אָרגאַניזירן אַ צוזאַמענטרעפֿונג פֿון אונדז אַלעמען. קאַרינאָטשקע מיט איר משפּחה האָט אין יענער צײַט שױן געװױנט אין פּראָג — און אָט אין אײנעם אַ װינטערדיקן ערבֿ–שבת זײַנען קאַרינאָטשקע, איר דעמאָלטיקער מאַן און מאַריאַשע געקומען צו פֿאָרן לױט דער אײַנלאַדונג פֿון מײַן חבֿרטע אױף מײַן קאָנצערט אין װין. די װױלע בינע–אַרבעטערס אינעם װינער „מוזיקפֿערײַן‟ האָבן אונדז דערלױבט בלײַבן אינעם זאַל נאָכן קאָנצערט, און מיר האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט אַ האַלבע נאַכט — געזונגען, געשפּילט, געטאַנצט, דערנאָך זײַנען מיר געגאַנגען צוזאַמען אין אונדזער האָטעל–צימער און געזעסן דאָרט נאָך אַ פּאָר שעה… ניין, אַפֿילו ניט דערינערונגען, נאָר עפּעס געפֿילן פֿון מײַן קינדשאַפֿט האָבן אױפֿגערודערט אין מײַן אונטערבאַװוּסטזײַן… במשך פֿון מײַן לעבן בין איך ניט אײן מאָל געװען פֿאַרליבט אין פֿאַרשײדענע פֿרױען, נאָר אין יענער נאַכט אין װין האָב איך צום ערשטן מאָל דערפֿילט: ז י איז מײַן צװײטער טײל. אָדער, װי עס שטייט אין שומאַנס „װידמונג‟:
mein bess‘res ich.
דעמאָלט האָב איך, אַװדאי, אױף גאָרנישט ניט אַרויסגעקוקט: קאַרינאָטשקע האָט געהאַט אַ מאַן און דרײַ קלײנע קינדער, און איך בין געװען זיכער, אַז זי איז גליקלעך אין איר זיװג. פֿון דעסטװעגן, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אױב איך רעאַגיר אַזױ אױף אַן אַנדער פֿרױ אין דער אָנװעזנהײט פֿון מײַן חבֿרטע, קאָנען מיר קײן צוקונפֿט ניט האָבן — און איך האָב זי פֿאַרלאָזט.
במשך פֿון די פֿאָלגנדיקע עטלעכע יאָר האָבן מיר מיט קאַרינאָטשקען זיך איבערגעשריבן און זיך צוזאַמענגעטראָפֿן עטלעכע מאָל. קײן מאָנאַך בין איך לחלוטין ניט געװאָרן; איך האָב געהאַלטן אין אײן פֿאַרפֿירן „ליבעס‟ מיט אַ סך פֿרױען, אין אײניקע פֿון זײ פֿלעג איך אַפֿילו זיך פֿאַרליבן — אָבער בלױז קאַרינאָטשקע האָב איך ליב געהאַט, און דװקא איר נאָמען פֿלעג איך זינגען פֿאַר זיך, בעת כ׳האָב געשפּילט לירישע מוזיק…

מיט אַ דרײַ יאָר נאָך יענער גורלדיקער װינער נאַכט האָבן מיר אַנטפּלעקט אײנער דעם אַנדערן אונדזערע געפֿילן. װען איך האָב דעמאָלט געפֿרעגט בײַ קאַרינאָטשקען, צי זי איז גליקלעך אין איר זיװג, האָט זי געענטפֿערט, אַז יאָ, נאָר ס׳איז אַ שאָד, װאָס מיר האָבן ניט געהאַט קאָנטאַקטירט אַזױ לאַנג.
נאָך עטלעכע יאָרן זײַנען פֿאַרבײַ — און מאַריאַשע האָט מיך אײַנגעלאַדן אױף קאַרינאָטשקעס 40סטן יובֿל: זי און קאַרינאָטשקעס מאַן האָבן באַשלאָסן מאַכן איר אַ סורפּריז און אײַנלאַדן אַ סך קרובֿים און פֿרײַנד אירע פֿון דער גאָרער װעלט. און אָט בין איך געקומען צו פֿליִען קײן פּראָג יענעם ערבֿ–שבת, געטראָפֿן דאָרטן ניט בלױז קאַרינאָטשקע און מאַריאַשע, נאָר אױך (נאָך אַ סך יאָרן) מומע מאַרינאַ און זאַראָטשקאַ, צום ערשטן מאָל אין לעבן געטראָפֿן פּאַװליקן [2] (פֿאַר דעם האָב איך אים געהאַט געזען בלויז אױף דער טעלעװיזיע), װעמענס קול און אופֿן פֿון רעדן זײַנען ענלעך צו יעװגעני יאַקאָװלעװיטשס… דעם פֿאָלגנדיקן אין דער פֿרי האָב איך אױך פֿאַרבראַכט מיט קאַרינאָטשקען און אירע קרובֿים, װאָס (אַ חוץ פּאַװליקן) איך האָב זײ געקענט נאָך פֿון קינדשאַפֿט. כ׳געדענק, אַז דעמאָלט, נאָך אַלץ אָן שום האָפֿענונג אױף גאָרנישט, האָב איך געקוקט אױף קאַרינאָטשקען און געטראַכט: װען איך װאָלט געקאָנט זי זען אַפֿילו פֿינף מינוט יעדן טאָג, װאָלט איך געװען גליקלעך! נאָך דעם האָב איך זיך אומגעקערט קײן פּאַריז, און אױפֿן װעג אינעם פֿליפֿעלד האָב איך אָנגעשריבן קאַרינאָטשקען: „אױב עפּעס װעט געשען מיט מיר, װיל איך זאָלסט וויסן און אַזױ זאָל עס פֿאַרבלײַבן: װער זאָל װאָס ניט זאָגן, ביסטו די אײנציקע פֿרױ, װאָס איך האָב ליב געהאַט אין מײַן לעבן.‟
אינעם זעלבן אָװנט בין איך געגאַנגען אױף אַ קאָנצערט און געהאַט עפּעס אַ מאָדנע געפֿיל… איך האָב פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז דאָרטן, אין פּראָג, מיט קאַרינאָטשקען און איר משפּחה, האָב איך זיך װי אומגעקערט צו זיך אַלײן, און איצט — איז עס, אַװדאי, מײַן לעבן, נאָר פֿאָרט עפּעס ניט מײַנס. במשך פֿון די אַלע פֿריִערדיקע יאָרן האָב איך געהאַט געלעבט מיט אַ לעבן, װאָס איז אױף אַן אמתן געװען ניט מײַנס. שפּעטער האָב איך זיך דערמאָנט אין און פֿאַרשטאַנען אין דער פֿולער מאָס זאַבאָלאָצקיס [3] באַרימטע שורות:
„װי האָסטו געװאַגט אָפּלאָזן אָט די שײנהײט,
די װערטפֿולע נשמה דײַנע,
כּדי זי זאָל װאַנדערן איבער דער װעלט,
כּדי זי זאָל אומקומען אין אַ װײַטן קאַנט?
זאָלן די הױז–װענט זײַן ניט–פֿעסט,
זאָל דער װעג אַװעקפֿירן אין פֿינצטערניש, —
ס׳איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן טרױעריקער פֿאַרראַטן,
װי דאָס פֿאַרראַטן זיך אַלײן.‟
יאָ, איך האָב טיף דערפֿילט, אַז אין משך פֿון אַלע פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָב איך געהאַט געטאָן דאָס אַלץ דווקא מיט מײַן נשמה — פֿאַרראַטן זיך אַלײן…
נאָך יענעם יובֿל קאַרינאָטשקעס האָבן מיר אָנגעהױבן זיך איבערשרײַבן יעדן טאָג. מיט נאָך אַ יאָר און עטלעכע חדשים שפּעטער, אין אײנעם אַ שײנעם פֿרילינג־שבת איז סוף–כּל–סוף געשען דאָס, װאָס איז געװען באַשערט ס׳זאָל זיך טרעפֿן…

אין יענער סיטואַציע האָט מיר זײער געהאָלפֿן אַנאַבעלאַ [4]. אַװדאי, האָב איך תּמיד געהאַלטן, אַז צעשטערן אַ פֿרעמדע משפּחה איז שלעכט. װען איך האָב זיך געטײלט מיט איר בנוגע מײַנע ספֿקות, האָט זי מיר געזאָגט: „זשעניע, װען אונדזער ליבע מיט אַרטורן [5] האָט זיך אָנגעהױבן, דאָס לעצטע, װאָס איך האָב געװאָלט, איז צעשטערן אַ פֿרעמדע משפּחה. עס זײַנען אָבער אין לעבן דאָ אַזעלכע סיטואַציעס, װען עס טראָגט דיך אַ כװאַליע, און דו קאָנסט (און זאָלסט) גאָרנישט ניט טאָן.‟
שפּעטער בין איך געװױר געװאָרן װעגן עפּעס… אַװדאי, קאָן מען ניט צעשטערן אַ משפּחה, אױב אין דער משפּחה איז אַלץ כּשורה.
מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָב איך איבערגעלײענט װױנאָװיטשס [6] „אױטאָפּאָרטרעט‟, אין װעלכן ער דערצײלט, צװישן אַנדערש, װעגן זײַן ליבע–געשיכטע מיט זײַן צװײטער פֿרױ. זײער סיטואַציע איז געװען אַן ענלעכע, און ער באַשרײַבט מאָמענטן, װאָס האָבן דערמאָנט אויך אונדזערע באַציִונגען מיט קאַרינאָטשקען: „איך האָב לחלוטין ניט געהאַלטן מײַן אױפֿפֿירונג פֿאַר מאָראַליש, נאָר כ׳האָב זיך פֿאַרענטפֿערט מיט דעם, װאָס אונדז מיט אירינען האָט פֿאַרבונדן ניט קײן אינטריזשקע, נאָר אַ גרױסע ליבע.‟ און נאָך עטלעכע זאַכן האָט ער אָנגעשריבן, װאָס איך װאָלט זיי געקאָנט אָנשרײַבן: „איך װעל עס ניט באַשרײַבן, װײַל דאָס איז אוממעגלעך צו באַשרײַבן‟, „איך פֿלעג קוקן אױף איר און טראַכטן: אַך, װי איך האָב זי ליב!‟… פֿאַרן לײענען װױנאָװיטשס בוך בין איך געװען זיכער, אַז אַזױנס, װי בײַ אונדז מיט קאַרינאָטשקען, איז קײן מאָל בײַ קײנעם ניט געװען און קאָן ניט זײַן. צוריק גערעדט, האַלט איך, אַז אונדזער געשיכטע איז באמת טאַקע אַן אוניקאַלע: „שױן זשע קאָן מען שטעלן אַ ׳פֿיר׳ דעם טאַטן פֿון זײַנע קינפֿטיקע אײניקלעך?!‟ — גלײַך װי אין אײנעם אַ ליד פֿון אונדזער קינדשאַפֿט (איך האָב עס אַ מאָל איבערגעזעצט אױף ייִדיש):
נאָר אַ נס װעט געשען — מ׳דאַרף גלײבן.
זאָל אַריבערגײן יאָר נאָך יאָר,
און אַ מאָל סע קומט פֿאָר:
גלײַך פֿון דער קינדשאַפֿט און דורך דעם לעבן
אַ נס װערט װאָר!..
פֿאַר גליק דאַרף מען צאָלן, און פֿאַר אונדז בײדן איז דער װעג צום גליק געװען גאָר ניט קײן גרינגער — נאָר קאַרינאָטשקע איז דאָס סאַמע בעסטע, װאָס דאָס לעבן האָט מיר געשאָנקען…
אָפּגעפֿירט דער מאַמען אַ האַלבמאַנטל און צוגענומען אַהיים פֿאַרשײדענע זאַכן אירע.
שפּאַצירט איין שעה און 10 מינוט. שײנע קוסטעס בעז בליִען אומעטום. אין אָװנט געשפּילט אַ ביסעלע בעטהאָװענס 4טע פֿידל–סאָנאַטע.
אין ישׂראל װערט דער מצבֿ אַלץ ערגער און ערגער…