מרדכי יושקאָווסקי
מיכאל איז אָנגעקומען אין דעם בן-גוריון-פֿליפֿעלד אומיסטן אַ ביסל שפּעטלעך. זייַנע אָפֿטע רייַזעס האָבן אים אויסגעלערנט, אַז אַלץ אַרבעט דאָרטן ווי אַ זייגער, און די אָפֿיציעלע פֿאָדערונג אָנצוקומען אינעם עראָפּאָרט לכל-הפּחות דרייַ שעה פֿאַרן פֿלוג איז פּשוט איבערגעטריבן. אַדורכצוגיין אַלע פּראָצעדורן נעמט דאָרטן אַממערסטן פֿערציק מינוט, און דערנאָך ווייסט מען ניט וווּהין אַַוועקצופּטרן די צייַט. קיין שום „דיוטי פֿרי‟ האָט אים זיכער ניט אינטערעסירט, דעריבער האָט ער דאָס מאָל באַשלאָסן אָנצוקומען וואָס נענטער צום פֿלוג. אַזוי איז טאַקע געווען. אַ פֿערציק מינוט פֿאַרן אָָפּפֿלי פֿונעם עראָפּלאַן איז ער שוין געשטאַנען לעבן דעם אויפֿשטייַג-טויער. דער עראָפּלאַן קיין קיִעוו איז אָפּגעפֿלויגן פּינקטלעך צו דער צייַט, נייַַן אין דער פֿרי.
מיכאל האָט זיך אייַנגעאָרדנט אין זייַן פֿאָטעל בייַם דורכגאַנג, צוגעגרייט דעם קאָמפּיוטער, טראַכטנדיק, אַז עס איז דאָך דאָ דרייַ שעה צו פֿליִען, ס’איז פֿרימאָרגן-צייַט, און ער וועט האָבן אַ פּאָר שעה אויפֿן פֿרישן קאָפּּ, צו אַרבעטן איבער זייַן נייַעם אַרטיקל וועגן דער אוקראַיִנישער השפּעה אויף דעם חסידישן פֿאָלקלאָר. דערווייַל האָט ער אַ וואָרף געטאָן אַ זייַטיקן בליק און האָט באַמערקט, אַז זייַן שכנטע, אַ סימפּאַטישע יונגע פֿרוי מיט בלאָנדע געקרייַזלטע האָר, איז אַ ביסל אומרויִק. נאָך דער מעלדונג פֿון דער סטיואַרדעסע, אַז מע מעג שוין אָפּשפּּיליען די זיכערהייטס-רימענס און אָפּאָטעמען פֿרייַ, האָט די פֿרוי גענומען עפּעס זוכן אין איר טאַש, אַרויסגעשלעפּט פֿון דאָרט זאַכן, צוריק אַרייַנגעלייגט, לאַנג געבלעטערט אַ טעקע מיט פּאַפּירן, און סוף כּל סוף גענומען אויפֿמערקזאַם אַרייַנקוקן אין עפּעס אַ בויגן און אונטערשטרייַכן דאָרט מיט דער פּען געוויסע שורות. מיכאל, אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין, איז פּלוצעם נייַַַגעריק געוואָרן אַרײַנצוקוקן אין דעם בלעטל, וואָָס די פֿרוי האָט אַזוי אויפֿמערקזאַם שטודירט און אונטערגעצייכנט דאָרטן עפּעס-וואָס. צו זייַן גרויסער פֿאַרוווּנדערונג האָט ער דערזען, אַז זי קוקט אַרייַַן אין דער פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער דערציִונג אין געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, צו וועלכער אויך ער איז איצט געפֿלויגן.
איצטער האָט מיכאל געוואָרפֿן אויף דער פֿרוי שוין אַ מער אָפּשאַצערישן בליק, פֿונאַנדערגעקוקט איר איידל, אָפּגעברענט פּנים און האָט כּמעט פֿאַרגעסן, אַז ער דאַרף אַַצינד עפֿענען דעם קאָמפּיוטער און אָָנהייבן צו אַַרבעטן איבער זייַן אַַרטיקל. ער האָט מיטאַמאָל דערפֿילט אַ מין שפּילעוודיקע שטימונג און האָט זיך דעררפֿרייט, אַז ער האָט געהאַַט איצט אַ מעגלעכקייט זיך צו באַַקענען מיט אַ גאָר סימפּּאַטישער מיטרייַזנדער, בפֿרט נאָך, אַז זיי פֿאָרן צו דער זעלבער אונטערנעמונג.
כאָטש מיכאל האָט זיך שוין דערנענטערט צום עלטער פֿון אַַכט און דרײַסיק, איז ער נאָך אַלץ געבליבן שעמעוודיק אין די באַציִִונגען מיט פֿרויען. הגם ער איז עולה געווען קיין ישׂראל אין עלטער פֿון צען יאָר, געוואַקסן, דער עיקר, אין לאַנד, אָפּגעדינט דאָ אין דער אַרמיי, געווידמעט אַ סך יאָרן די אַקאַדעמישע לימודים, געקראָגן אַ דאָקטאָראַט, פֿון דעסטוועגן האָט ער געהאַַלטן, אַז ער האָט נאָך אַלץ ניט דעראָבערט די ישׂראלדיקע מענטאַליטעט, דעריבער איז ער געבליבן שעמעוודיק. דאָס איז די הויפּט-סיבה דערפֿון, — אַזוי האָט ער געטענהט צו זיך אַליין, — וואָס ער האָט ניט געהאַט קיין מזל צו פֿרויען.
ער האָט שוין אַמאָל געהאַלטן בייַם חתונה האָבן, אָבער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות איז אַלץ בטל געוואָרן אין דעם לעצטן מאָמענט. דאָס איז בייַ אים געווען אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע. פֿון איין זייַַט, איז ער געווען אין סאַַמע בלי פֿון זייַן האַסטיקער אַקאַדעמישער קאַריערע, פֿון דער אַנדערער זייַט, פֿלעגט ער יעדן טאָג צוריקקומען פֿונעם אוניווערסיטעט אין זייַן ליידיקער דירה און זיך זויערלעך דערמאַָנען, אַז אַלע זייַנע חבֿרים האָבן שוין צו צוויי-דרייַ קינדער, און אַז ער שפּילט נאָך אַלץ די ראָלע פֿון אַ יונג בחורל, זוכט זייַן גליק…
צוליב אַ סך באַקאַנטשאַפֿטן מיט פֿרויען און פֿון ניט ווייניקער אַנטוישונגען דערפֿון האָט ער שוין אָנגעהויבן זיך אייַנרעדן, אַז, ווייַזט אויס, דאָס איז זייַן גורל. אַלצדינג אין איינעם איז ניטאָ בייַ קיינעם. אַז ער האָט געמאַכט אַ שיינע קאַריערע, דערגרייכט אַ סך אין וויסנשאַפֿט, וועט ער מוזן בלייַבן אַליין… דאָס איז מין־הסתּם דער פּרייַז פֿאַר זייַן פּראָפֿעסיאָנעלער הצלחה. אין די לעצטע חדשים איז ער אויף אַזוי ווייַט משלים געוואָרן מיטן דאָזיקן געדאַנק, אַז ער האָט אויסגעמיטן צו גיין אויף „דייטס‟ — באַגעגענישן מיט פֿרויען. ווען זייַן משפּחה אָדער חבֿרים האָבן געפּרוּווט פֿאַר אים אייַנאָרדענען באַקאַנטשאַפֿטן, האָט ער געזוכט אַ תּירוץ, כּדי זיך אַרויסצודרייען.
אָבער איצטער האָט מיכאל דערפֿילט אַ נייַגעריקן אינטערעס צו דער פֿרוי, וואָס איז געזעסן לעבן אים. ער האָט זיך געקווענקלט עטלעכע מינוט, און געזאָגט צו איר אויף העברעיִש:
— אָ, עס שײַנט, אַז מיר פֿאָרן מיט אייַך צו דער זעלבער קאָנפֿערענץ, איז לאָמיר זיך באַקענען. איך הייס מיכאל יערי.
די פֿרוי האָט אָפּגעריסן די אויגן פֿון דער קאָנפֿערענץ-פּראָגראַם, אַ קוק געטאָן אַ ביסל פֿאַרוווּנדערט אויף איר שכן, און ניט אין אַ פֿרייַנדלעכן טאָן אויסגעשאָסן:
— איך האָב ניט געפֿרעגט אייַער נאָמען. ווי עס זעט אויס, זייַט איר פֿאַרנומען. איר האָט דאָך צוגעגרייט דעם קאָמפּיוטער. פֿאַר וואָס זשע זאָלט איר זיך ניט נעמען צו אייַערע אייגענע ענינים, אָנשטאָט אַרייַנצוקוקן מיט אַ צוגעשטשורעט אויג אין פֿרעמדע?
מיכאל איז דערשיטערט געוואָרן פֿון אַזאַ קעמפֿערישן, אומפֿרייַנדלעכן ענטפֿער, אָבער דאָס האָט אים נאָך מער צערייצט און געשטויסן אָנצוטאַפּן אַ שטיקל קאָנטאַקט מיט איר:
— אַנטשולדיקט, אויב איך האָב אייַך געשטערט, אָבער איך האָב געמיינט, אַז וויבאַלד מיר ביידע פֿאָרן צו דער זעלבער קאָנפֿערענץ, וואָלט פּשוט געווען ניט איבעריק זיך צו באַקענען. אַ חוץ דעם, האָב איך ניט געהאַט קיין מינדסטע זייַטיקע מחשבֿה…
— גוט, אַנטשולדיקט איר אויך. איך הייס אַלונה ווישעצקי, — איז די פֿרוי שוין געוואָרן אַ ביסל ווייכער.
— זייער אייַנגענעם, — האָט מיכאל אַ שמייכל געטאָן מיט אַ פֿאַרלייַכטערונג, — אָט זע איך אייַער לעקציע אין דער פּראָגראַם. — האָט ער אַ טײַטל געטאָן מיטן פֿינגער, — הייסט עס, איר זייַט פֿון „דזשאָינט‟. וווּנדערבאַר.
— איך דאַרף אייַך אויך ניט פֿרעגן, פֿון וואַנען זייַט איר. אָט זע איך אין דער פּראָגראַם: אוניווערסיטעט-צענטער פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע לימודים, — האָט די פֿרוי אויך אַ שמייכל געטאָן, צום ערשטן מאָל לענגויס דעם גאַנצן געשפּרעך.
— יאָ, איך בין מודה און מתוודה. כ’בין פֿון דאָרט. און וואָס איז אייַער אַמט אין „דזשאָינט‟?
— כ’בין פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די יוגנט-פּראָגראַמען, — האָט אלונה געענטפֿערט מיט אַ געוויסער שטאָלץ, — מיר האָבן דאָך אַ גרויסע צאָל בילדונגס-פּראָגראַמען פֿאַר יוגנטלעכע פֿון פֿאַַרשיידענעם עלטער אין אונדזערע קהילה-צענטערס. איר פֿאָרט אָפֿט אין די דאָזיקע מקומות?
מיכאל האָט זיך דערפֿרייט, אַז סוף כּל סוף האָט דער שמועס אָנגעהויבן צו שטראָמען מער געמיטלעך, און ער האָט דערציילט וועגן זיך:
— יאָ, עס קומט מיר אויס צו פֿאָרן גאַנץ אָפֿט, צומאָל מיט לעקציעס, אָבער ,דער עיקר, מיט די פֿאָרשונגס-ענינים. איך האָב אַ סך געאַרבעט אין די אַרכיוון, געזעסן וואָכן-לאַנג אין דער ווערנאַדסקי-ביבליאָטעק. און איר? ווי אָפֿט זייַט איר אין דער לופֿטן?
— איך בין אַ סך אין דער לופֿטן, אויסגעווען שוין — ס’איז לײַכטער צו זאָגן, וווּ ניט. ווען זייַט איר עולה געווען? איך הער אין אייַער פֿליסיקן העברעיִש דעם רוסישן אַקצענט סייַ־ווי.
מיכאל איז אַ ביסל דערשטוינט געוואָרן פֿון אַזאַ דרייסטער באַמערקונג און האָט דערווידערט:
— מסתּמא האָט איר זייער אַ מוזיקאַלישן אויער און באַמערקט פֿאַרבאָרגענע ניואַנסן. איך בין עולה געווען ווי אַ קינד, דווקא פֿון אוקראַיִנע, געוואַקסן, זיך געלערנט און געדינט אין דער אַרמיי אין ישׂראל, און איך געדענק ניט קיין איינציק מאָל, אַז עמעצער זאָל מיר אָנווייַזן אויף מייַן אַַקצענט.
— האַ, וואָס האָט איר זיך פּלוצעם באַליידיקט? — האָט אלונה ווייַטער געשמייכלט, — אפֿשר וועט איר מיך נאָך פּרוּוון איבערצייַגן, אַז איר האָט אין אוקראַיִנע געהאַט דעם פֿאַמיליע-נאָמען יערי, — איצט האָט זי זיך שוין ממש צעלאַכט מיט אַ שטעכיק געלעכטערל.
מיכאל האָט זיך באַמיט צו בלייַבן רויִק, כאָטש פֿון מאָל צו מאָל בעתן קורצן געשפּרעך איז אים די יונגע פֿרוי אַרויף אויף די נערוון. אין אַן אַנדער סיטואַציע וואָלט ער געענטפֿערט איר גאַנץ שאַרף, אָבער די דאָזיקע בלאָנדע שיינהייט האָט אים סייַ אויפֿגעבראַכט מיט איר שטעכיקייט, סייַ גערייצט, און דערמיט נאָך מער צוגעצויגן:
— ניין, פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אוקראַיִנע בין איך ניט געווען יערי. מייַן פֿאַמילע-נאָמען איז וואַלדמאַן, און פֿאַרהעברעיִשט האָב אים אין דער אַרמיי. הייַנט וואָלט איך עס אפֿשר ניט געטאָן, אָבער דעמאָלט האָב איך געוואָלט זייַן אַן עכטער ישׂראלי, און עס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט, אַז אויך מייַן נאָמען זאָל קלינגען ישׂראלדיק. וואָס שייך אייַך, מיין איך, אַז איר זייַט אַן אויסגעשפּראָכענע סאַברע. וועגן אייַער זיסקייט קאָן איך דערווייַל גאָרנישט ניט וויסן, אָבער שטעכיק זייַט איר דאָך, — האָט ער אויך גוטוויליק געשמייכלט.
— געטראָפֿן. איך בין טאַקע אַ סאַַברע. מייַנע עלטערן זייַַנען עולה געווען סוף זיבעציקער יאָרן פֿון ווילנע, און איך בין שוין געבוירן געוואָרן אין ירושלים. וועגן מייַן שטעכיקייט האָט איר נאָך קיין מינדסטע אַנונג ניט. אַמאָל הייב איך אָן מורא צו האָבן פֿאַר זיך אַליין, — דערבייַ האָט אלונה כיטרע אַ וווּנק געטאָן. — הערט זיך צו, לאָמיר בעסער אַ קוק טאָן גוט אויף דער פּראָגראַם. איך שעם זיך צו זאָגן, אַז איך בין אפֿשר פֿינף מאָל געווען אין קיִעוו, אָבער אַלץ איז געווען אויף גיך, תּמיד אָנגעלאָדן מיט אַרבעטס-ענינים. מע קען ניט אַפֿילן זאָגן, אַז איך האָב באַזוכט קיִעוו, גיכער — אָנגעלאָפֿן אויף אַ טאָג-צוויי, און די שטאָט, אַזוי ווי ס’דאַרף צו זייַן, האָב איך קיינמאָל ניט געזען. דעריבער פֿרייט עס מיך זייער, אַז די גאַסטגעבער האָבן אָרגאַניזירט אויפֿן צווייטן טאָג אַן עקסקורסיע איבער דער שטאָט פֿאַר די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ, — איז אלונה אַריבער אויף אַ גאַנץ זאַכלעכן טאָן.
דאָ האָט זיך מיכאל ממש צעבליט אין זייַנע געדאַנקען און אָנגעהויבן רעדן מיט אַ מין אימפּעט, וואָס ער האָט אַליין ניט פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען ער האָט זיך איצט בייַ אים גענומען:
— אָ, דאָס ניט. איך בעט אייַך, פֿאַרלאָזט זיך ניט אויף זייער עקסקורסיע. איך אַליין וועל אייַך ווייַזן די שטאָט, ניט דעם אָפֿיציִעלן קיִעוו פֿאַר טוריסטן. דאָס, וואָס איך וועל אייַך ווייַזן און דערציילן, וועט איר פֿון קיינעם ניט מער הערן. אַגבֿ, זייַט וויסן, אַז אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק האָב איך דורכגעפֿירט איבער אוקראַיִנע היסטאָריש-ליטעראַרישע טורן פֿאַר ישׂראלים, ס’רובֿ סטודענטן און מייַנע קאָלעגן; אָבער אויך פֿאַר אַ ברייטערן עולם. דעריבער האָב איך אַ גאַנץ ערנסטע דערפֿאַרונג אינעם ווייַזן די שטאָט.
אלונה האָט אויף דעם פֿאָרשלאַג ניט גלייַך געענטפֿערט. זי האָט צונויפֿגעקוועטשט די ליפּן, שאַפֿנדיק אַן אייַנדרוק, אַז זי האַלט אין איין קווענקלען זיך. פֿון איין זייַט, האָט עס איר זייער אימפּאָנירט, אַז אַ מאַנצביל, וואָס זי זעט אים דאָס ערשטע מאָל, איז פּלוצעם גרייט סתּם אַזוי, ניט קענענדיק זי אַפֿילו, פֿאַרברענגען מיט איר, ווידמען איר צייַט, ווייַזן, דערציילן. זי האָט דערפֿילט, ווי ער האָט זיך ממש צעהיצט פֿון דער דאָזיקער מעגלעכקייט. פֿון דער אַנדערער זייַט, האָט איר שטעכיקייט זי ניט אָפּגעלאָזט אויף קיין מינוט, און עס האָבן זי באַפֿאַלן מאָדנע מחשבֿות: ער מיינט, אַז איך ווער אויפֿן אָרט נתפּעל און צעגיי זיך פֿון זייַן פֿאָרשלאַג… אויך מיר אַ חכם! מיינט, אַז ער האָט געפֿונען אַ זעלטענעם אָריגינעלן וועג צו פֿלירטעווען מיט אַ פֿרוי. ער וועט מיר געבן גאַנצענע לעקציעס, און איך וועל זיך אויפֿן אָרט אָנפֿילן מיט פֿרייד און נחת. ער ווייסט ניט, אָט דער אינטעלעקטועלער גיבור, אַז נאָך מייַן דערפֿאַַרונג מיט מענער ווער איך שוין לאַַנג פֿון גאָרנישט ניט נתפּעל.
איצט האָט שוין זי געקוקט אויף מיכאלן מיט אַ פֿרוייִשן, אָפּשאַצנדיקן בליק און געזען פֿאַר אירע אויגן אַ גאָר סימפּּאַַטישן, אימפּאָזאַַנטן מאַנצביל. זייַַנע דורכזיכטיקע, קוים באַַרעמטע ברילן האָבן אים צוגעגעבן סאָָלידקייט, אָבער דאָס פּנים איז געווען גאָר יונג. עס איז איר געווען צום האַרצן זייַן אינטעליגענטקייט, און דער עיקר דאָס, וואָס איז פֿרעמד די מערסטע ישׂראלדיקע מענער — אייַנגעהאַלטנקייט. נאָך אַ פּאָר מינוט שטילשווייַגן, האָט אלונה געזאָגט:
איך שטעל זיך פֿאָר וויפֿל פֿאַרליבטע סטודענטקעס קוקן אייַך יעדן טאָג אין מויל אַרייַן און חלומען וועגן אַזאַ מעגלעכקייט, אַרומצוגיין מיט אייַך איבער אַ פֿרעמדער פֿאַר זיי שטאָָט און אויסהערן אייַערע דערקלערונגען. צו וואָס דאַרפֿט איר אויף אייַער קאָפּ נאָך איין דאַנקבאַרע צוהערערין און פֿאַרערערין פֿון אייַערע טאַלאַנטן? און אַ חוץ דעם, וועט איר אויף מאָרגן שוין בענקען נאָך אייַער ווייַב, און ארומגיין מיט מיר איבער דער שטאָט וועט אייך שוין ניט ליגן אין קאָפּ.
— קודם־כּל, — האָט געענטפֿערט מיכאל מיט אַ געוויסן פֿאַרדראָס, — האָב איך ניט קיין ווייַב און קיינמאָל ניט געהאַט. צווייטנס, וואָס עס טראַכטן מייַנע סטודענטקעס בייַ זיך אין קאָפּ, גייט מיר ווייניק אָן. בייַ מיר איז עס אַן אייַזערנער כּלל — איך פֿיר זיך אויף מיט די סטודענטן זייער אָפֿיציעל און דערלויב ניט קיין שום קוצעניו-מוצעניו. און דריטנס, איך גלייב ניט, אַז עמעצער פֿון זיי חלומט וועגן אַרומשפּאַצירן מיט מיר, ווי איר האָט עס אויסגעמאָלט. זיי האַלטן מיך געוויס פֿאַר אַן אויסגעשפּראָכענעם „חנון‟…
און ביידע האָבן זיי איינצייַטיק אויסגעשאָסן אַ געלעכטער.
די אַטמאָספֿער צווישן ביידע האָט זיך צו ביסלעך אָנגעוואַַרעמט, געוואָרן לינדער, און די דרייַַ שעה זייַנען אַדורכגעלאָפֿן אומבאַמערקט, פֿול מיט אינטערעסאַנטע שמועסן, וויצן, שטעכווערטלעך און אויך קאָמפּלימענטן. מיכאל האָט בכלל ניט אויפֿגעעפֿנט זייַן קאָמפּיוטער. וואָס ווייַַטער אַלץ מער האָט אים די נייַַע באַקאַנטע צוגעצויגן. ער האָט ניט דערוואַרט אַפֿילו פֿון זיך אַליין אַזאַ שנעלע „אָנצינדונג‟. בדרך-כּלל פֿלעג בייַ אים נעמען צייַט זיך צו עפֿענען פֿאַר אַ פֿרוי, זיך דערנענטערן צו איר, אָבער איצט איז עס געווען אַבסאָלוט אַנדערש.
אָט-אָ-די בלאָנדע שטעכיקע סאַברע האָט אים צוגעצויגן צו זיך גאָר גיך מיט אַ מין אומפֿאַרשטענדלעכן כּוח, און ער האָט אַליין ניט באַמערקט, ווי אַלע זייַנע פֿאַרלאַנגען און מחשבֿות האָבן זיך שוין געדרייט נאָר אַרום איר. עס איז פֿאַר אים פּלוצעם געוואָרן אוממעגלעך זיך קאָנצענטרירן אויף עפּעס אַנדערש. בעת דעם שמועס אינעם עראָפּלאַן האָט ער געפּרוּווט צו אַנטפּלעקן מער פּערזענלעכע פּרטים וועגן איר לעבן. אלונה האָט עס זיכער באַמערקט, נאָר זי האָט זיך ניט געאייַלט צו דערלאַַנגען אים אינפֿאָרמאַַציע סתּם אַזוי. זי האָט סייַ פֿרוייִש געפֿלירטעוועט, סייַ באַוווּנדערט דעם בחור, וואָס איז ניט געווען ענלעך אויף אַ טיפּישן ישׂראלי, געווען פֿול מיט וויסן, אַרייַן אין אַ מין התלהבֿות, ווען ער האָט עפּעס דערציילט, געווען פֿילבאַר און אינטעליגענט. ערשט צום סוף פֿונעם פֿלוג, אַקוראַט פֿאַרן לאַנדן, האָט זי געזאָגט:
— איך דאַרף אַ טראַכט טאָן וועגן ברענגען עפּעס אַן אינטערעסאַנטע מתּנה פֿאַר מייַן טאָכטער.
— אָ, איר האָט אַ טאָכטער, — האָט זיך מיכאל אָנגעשטרענגט, — ווי אַלט איז זי?
— זי איז נייַן יאָר אַלט.
— איז זי געבליבן, הייסט עס, מיטן טאַטן? — האָט ער אַצינד שוין געמוזט דערגיין דעם תּכלית.
— ניין, — האָט אלונה געענטפֿערט אַנטשלאָסן און עטוואָס ברוגזדיק, — מיט איר טאַטן האָבן מיר זיך געגט מיט דרייַ יאָר צוריק. ער האָט שוין אַ נייַע משפּחה. ווען איך פֿאָר אַוועק ערגעץ, לאָז איך איבער ליאורהן בייַ מייַנע עלטערן. זי איז שוין געוווינט דערצו און האָט הנאה דערפֿון. זיי באַלעווען זי מיט וואָס ס׳איז נאָר מעגלעך…
דער דאָזיקער ענטפֿער האָט מיכאלן נאָך מער באַפֿליגלט. „הייסט עס, — האָט ער געפּסקנט פֿאַר זיך אַליין, — זי איז פרייַ, און די גאַנצע שטעכיקייט מיט דער כּלומרשטער אומצופֿרידנקייט איז, ווייַזט אויס, ניט מער ווי אַ מאַסקע, אפֿשר אַ פֿאַרטיידיקונגס-מאַסקע…‟
די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסן האָטעל אין צענטער שטאָט. די פֿייַַערלעכע דערעפֿענונג איז באַשטימט געוואָרן אויף פֿינף אַזייגער נאָך מיטאָג. דערווייַל האָט מיכאל באַקומען זייַן צימער, געהאַַט עטלעכע שעה אויף אָפּצופֿרישן זיך. נאָכן קורצן אָפּרו האָט ער געוואָלט זיך פֿון דעסטוועגן נעמען צו זייַן אַרטיקל, געעפֿנט דעם קאָמפּיוטער, אָבער די אַרבעט איז ווידער ניט געגאַנגען. ער האָט אָפּגעדרוקט אַ פּאָר שורות און ניט געקאָנט זיך קאָנצענטרירן. ער איז ממש געווען אין כּעס אויף זיך אַליין. ס’איז געווען ניט כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אים, דער קאָפּ זאָל אַזוי ווערן פֿאַרנומען מיט זייַטיקע מחשבֿות, ער זאָל ניט קאָנען ווידמען די פֿרייַע צייַט צו אַ קאָָנקרעטער אַַרבעט, וועלכע ער האָט אויסגעטראָגן שוין אין משך פֿון עטלעכע יאָר, פֿאַר וועלכער ער האָט געזאַמלט אַ סך מאַטעריאַלן און געפֿאָרשט אין אומצאָליקע מקורות. ער האָט געפּרוּווט אַוועקצופֿירן זייַן דימיון ערגעץ אין די חסידישן הויף, געמורמלט עפּעס אַ חסידישן ניגון, אָבער אָנשטאָט די חסידים מיט קאַפּאָטעס, שטרייַמלעך און ווייַסע זאָקן האָט דעם גאַנצן רוים פֿון זייַן דימיון פֿאַרנומען די נייַע באַקאַנטע. איר קול מיטן הילכיקן געלעכטער האָט נאָך אַלץ געקלונגען אין זייַנע אויערן. איר ברוינלעך פּנים, אַרומגערעמט מיט בלאָנדע געקרייַזלטע האָר איז געשטאַנען אים פֿאַר די אויגן.
ער האָט יעדע פּאָר מינוט געקוקט אויפֿן זייגער, באַנעמענדיק, אַז די צייַט שלעפּט זיך צו פּאַמעלעך… ער האָט זיך געכאַפּט בייַם געדאַַנק, אַז ער וואָלט געוואָלט צורוקן די זייגער-ווייַזערס נעענטער צו פֿינף אַזייגער, ניט ווייַל ער וויל שוין וואָס גיכער הערן די אויפֿטריטן בייַ דער פֿאָרשטייענדיקער קאָנפֿערענץ. ער האָט במשך פֿון יאָרן זיך אָנגעהערט מיט אומצאָליקע אויפֿטריטן און אָנטייל גענומען אין צענדליקער קאָנפֿערענצן. ער האָט אָבער געוווּסט, אַז דאָרטן וועט ער ווידער זיך זען מיט איר, מיט אלונה, און עצם דער געדאַנק האָט אַַרומגעוויקלט זייַן גאַנץ געמיט אין אַזאַ סאָרט אומרו, וואָס ער האָט, דאַכט זיך, ביז אַהער נאָך קיינמאָל ניט געשפּירט
אַ פֿערטל פֿאַר פֿינף איז מיכאל אַרייַנגעגאַנגען אינעם גרויסן זאַַל, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען די קאָנפֿערענץ. פֿון פֿאַרשיידענע זייַטן האָט מען אים באַגריסט, געוווּנקען צו אים, געפֿאָכעט מיט די הענט. צו זייַן פֿאַרוווּנדערונג האָט ער דאָ דערזען אַ סך זייַנע באַקאַנטע פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און לענדער. ער האָט אָפּגעענטפֿערט אויף די באַגריסונגען מיט אַ גוטהאַרציקן שמייכל. עמעצער האָט אים אַרומעגענומען, עמעצער האָט געדריקט די האַנט, אָבער עס האָט אים ניט אָפּגעלאָזט דאָס געפֿיל פֿון פֿאַרלוירנקייט, ווייַל ער האָט גערעדט מיט עמעצן, געשמייכלט צו עמעצן, און די אויגן האָבן אָן אַן אויפֿהער געזוכט זייַן נייַע באַקאַנטע, אינעם קאָפּ האָבן זיך נאָר געדרייט מחשבֿות וועגן דעם, וואָס וועט צווישן זיי זייַן ווייַטער, וויִאַזוי וועלן זיי דאָ פֿאַרברענגען צייַט.
סוף קומט