סוף
קאַפּיטל נײַן
דאָס נײַע יאָר האָט געבראַכט מיט זיך שלעכטע נײַעס פֿאַר לייבלען; די ערשטע בשׂורה האָט אים אָנגעטראָגן די צדקת־מרת גרעיס טיילאָר אויף אַ טעלעפֿאָן־שמועס פֿון דער זקנים־קאָלאָניע אין פֿלאָרידע. זי האָט שווער געאָטעמט. איר שטים האָט געקלונגען עטוואָס אוממעכטיק, פֿאַרלאָשן.
„מע האָט אַנטפּלעקט קענסער אין דעם פּאַנקרעאַס בײַ סאָל. דו קענסט אים דאָך גוט, אַ גאָלדענער מענטש! די דאָקטוירים האָבן אַנטפּלעקט די פֿאַרשאָלטענע מחלה צו שפּעט, אַז די טומאָרן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם גאַנצן קערפּער‟. — נאָך אַ פּויזע האָט זי געפֿרעגט: — „וואָס זאָגסטו דערצו?‟ — לייבל האָט געוואָלט אַרײַנדרייען אַ טרייסט־וואָרט, נאָר גרעיס האָט נישט געוואַרט אויף קיין ענטפֿער: — „אַ גורל־זאַך! ער איז געגאַנגען רעגולער צו די בעסטע דאָקטוירים און דאָך…‟.
לייבל איז געגאַנגען אין שפּיטאָל מבֿקר-חולה זײַן דעם טײַערן ייִד, וואָס האָט אים די לעצטע צײַט פֿינאַנצירט, אויפֿגעהאַלטן און פֿאַקטיש אויך געראַטעוועט פֿון הונגער. ער האָט געפּרוּווט זאָגן דעם חולה-מסוכּן חכמהלעך, אָפּלאַכן פֿונעם טויט, אויפֿהייבן דאָס געמיט, אָבער סאָל האָט קוים רעאַגירט. צומאָל פֿלעגט ער מיט אַלע זײַנע כּוחות, אָנציִען אויפֿן פּנים אַ שמייכל, נאָר די אויגן זענען אים כּסדר פֿאַרבליבן פֿאַרלאָשן. לייבל האָט געקענט באַשײַמפּערלעך זען ווי דער מלאך-המוות שטייט בײַ סאָלן צוקאָפּנס. סאָל איז נישט געווען ניט דאָ און ניט דאָרט. ער איז געלעגן אומבאַוועגלעך אין בעט און געוואַרט אויפֿן טויט…
סאָלס לוויה איז דורכגעגאַנגען שטיל. מ׳האָט אויסגעקליבן לייבלען ער זאָל מאַכן אַ מלא.
קיינער האָט נישט געוויינט אָדער געגעבן אַ פֿאַל בײַם אָפֿענעם קבֿר. די שטילקייט און הכנעה, מיט וועלכער ס׳האָבן סאָלס קינדער און אייניקלעך אויפֿגענומען זײַן טויט, האָט געווירקט נאָך שווערער אויף לייבלס געמיט.
אַ וואָך נאָך סאָלס לוויה איז גרעיס טיילאָר, די צדקת, געשטאָרבן אומגעריכט אין איר זקנים-קאָלאָניע אין פֿלאָרידע. דאָס מאָל האָט אים די שווערע בשׂורה געבראַכט די אַמעריקאַנער פּאָסט. לייבל האָט זיך דערוווּסט וועגן איר בײַם סוף פֿון אַ בריוו, וואָס ער האָט געפֿונען אין פּאַסטקאַסטן. געווען איז דאָס אַ בריוו פֿון איר זונס אַדוואָקאַט, וואָס האָט געפֿאָדערט, אַז לייבל זאָל זיך וואָס גיכער אַרויסציִען פֿון דעם אַפּאַרטמענט און אומקערן די שליסלעך.
לייבל האָט באַנומען די שווערע נסיונות ווי אַ סאָרט „חבֿלי-משיח‟, די פּלאָגענישן און פּײַניקונגען, וואָס אַ מענטש איז מחויבֿ אויסצושטיין האַרט פֿאַר דער גאולה־השלמה.איצט איז ער געווען זיכער, אַז די שמועסן מיט רייטשל, וואָס ער האָט געפֿירט מיט איר בלויז אין זײַן קאָפּ, זענען דער ריינער אמת; און זייערע שמועסן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מיס טיילאָרס אַפּאַרטמענט אויף עולם-השקר, זענען נישט מער ווי אַ פֿאַרבלענדעניש. יאָ, די אויסלייזונג איז נאָענט. ער האָט דאָס געקאָנט פֿילן בחוש, אָבער ווען וועט זי קומען? מע דאַרף אָנשפּיצן די אויערן. די סאַמע לעצטע טעג און שעהען פֿאַר דער אויסלייזונג זענען די שווערסטע.

דער וועטער אין ניו-יאָרק איז משוגע געוואָרן; צוליב דעם זענען אַלע טעלעוויזיע־קאַנאַלן אײַנגעשטימט געוואָרן. מע האָט גערעדט וועגן מעכטיקע, אײַז־ווינטן פֿון דעם נאָרדפּאָל, וואָס שנײַדן זיך אַ וועג דורך קאַנאַדע און וועלן אין אַ פּאָר טעג אַרום אָנקומען קיין ניו-יאָרק. אַזאַ שטורעם באַזוכט די שטאָט איין מאָל אין אַן ערך יאָרהונדערט. אויף דער טעלעוויזיע האָט מען אויסגערעכנט די גרויסע שאָדנס, וואָס אַזאַ שטורעם האָט גורם געווען מיט 105 יאָר צוריק. די האָר בײַ לייבלען האָבן זיך געשטעלט קאַפּויער. מע האָט געזאָגט אין דער מעדיאַ, אַז אַזעלכע ווינטן זענען מסוגל צו צעשאָקלען אַ וואָלקנקראַצער. די אויטאָריטעטן האָבן געפּרוּווט באַרויִקן דעם היסטערישן עולם און מודיע געווען, אַז זיי האָבן געמאַכט עקסטרע צוגרייטונגען פֿאַר די „ספּעציעלע אומשטענדן‟.
רייד באַזונדער און מעשׂים באַזונדער. אַז דער שטורעם איז אָנגעקומען, איז די שטאָט ניו-יאָרק פּאַראַליזירט געוואָרן. דער סאַבוויי האָט נישט געאַרבעט, קיינער איז נישט געגאַנגען צו דער אַרבעט. די ווינטן האָבן איבערגעקערט אויטאָס, אַראָפּגעריסן דעכער, אויסגעוואָרצלט ביימער, ווי זיי וואָלטן געווען צאַרטע בלימעלעך. דער עלעקטרישער שטראָם האָט זיך איבערגעריסן בײַ נאַכט און נישט באַנײַט געוואָרן.
לייבל איז געלעגן אין בעט. עס איז געווען שוין נײַן אַזייגער אין דער פֿרי, אָבער אין דרויסן איז געווען פֿינצטער ווי אין מיטן דער נאַכט. עס האָט געשנייט אָן אויפֿהער, ווי די קאָסמישע כּוחות וואָלט זיך מישבֿ געווען צו פֿאַרדעקן די שטאָט מיט אַ געדיכטער, פֿרירנדיקער קאָלדרע. דער ווינט האָט געשלאָגן אין די פֿענצטער מיט אײַזערנע פֿויסטן. לייבל האָט געקוקט אויף דער סטעליע. מבולבלדיקע געדאַנקען האָבן זיך געווירבלט אין זײַן קאָפּ; עס איז וואַרשײַנלעך געקומען עק-וועלט, דער שטורעם וועט מאַכן פֿון ניו-יאָרק אַש־און-פּאָרעך, די וואָלקנקראַצערס וועלן ווערן שטויב.
גאָט וואַרט לאַנג און שטראָפֿט האַרב. דאָס איז דער סימן! דער אויסגעוואַרטער טאָג איז געקומען. רעיטשל! הײַנט וועלן אונדזערע נשמות זיך ענדלעך באַהעפֿטן, זיך פֿאַראייניקן אויף אייביק. הײַנט איז דער טאָג פֿון אונדזער הימלישער חתונה! אָן געסט, אָן מוזיק, אָן חופּה און קידושין. הײַנט וועלן מיר ענדלעך טאָן דאָס, וואָס מיר האָבן זיך געשוווירן אין אונדזערע אומפֿאַרגעסלעכע שמועסן.
לייבל איז אויפֿגעשפּרונגען פֿון בעט און גענומען זיך אָנטאָן מיט פֿיבערדיק ציטערנדיקע הענט.
„הענרי, דער טאָג איז געקומען‟ — האָט ער פֿײַערלעך געמאָלדט דעם בראָנדזענעם פּראָפֿיל בשעתן זיך אָנטאָן, — „הענרי ליבער, זײַ נישט בייז, וואָס איך גיי אַוועק און לאָז דיך איבער פֿאַר… איך ווייס נישט פֿאַר וועמען. יאָ, דו קענסט נישט רעדן, אָבער איך פֿאַרשטיי דיך אָן ווערטער. אויך סטאַטועס האָבן אַ נשמה, כאָטש מיר בשׂר-ודמס קענען דאָס פֿאַרנעמען מיט די חושים. איך בעט דיך, ווינטש מיר הצלחה און באַמי זיך פֿאַר מיר אין די הימלישע ספֿערן‟.
אַ שוואַכינק קול האָט פּלוצעם גערעדט אין אים, געשעפּטשט, אַז די „אומפֿאַרגעסלעכע שמועסן‟ זענען למעשׂה פֿאָרגעקומען נאָר אין זײַן קאָפּ. עס איז געפֿערלעך צו פֿאַרמישן דמיון און ווירקלעכקייט, אָבער לייבלס ליבע צו רעיטשל איז געווען פֿיל שטאַרקער פֿון יעדן קול, ווי קאַלט און לאָגיש עס זאָל נישט זײַן. זײַן קערפּער האָט געציטערט פֿאַר לוסט און באַגײַסטערונג: אָט, באַלד, תּיכּף וועלן זיי אַנטלויפֿן פֿון ניו-יאָרק צוזאַמען. לייבל האָט איבערגעחזרט דעם פּלאַן אין קאָפּ אָן אַ אויפֿהער: נאָר נישט פֿאַרגעסן דאָס פּעקל פֿון „וויקטאָריאַ סיקרעט‟ מיטן רויטן אונטערוועש — עס איז אַ וויכטיקער טייל פֿונעם פּלאַן.
די ערשטע זאַך מוז ער דערקוויקן דאָס האַרץ אין „דאַנקען דאָונאַטס‟. נאָך אַ גרויסער קאַווע און צוויי פּלעין דאָונאַטס וועט ער זײַן גרייט זיך לאָזן אין וועג אַרײַן. נאָך דעם וועט ער נעמען אַ טאַקסי צו רעיטשלען און דערנאָך… דערנאָך וועט ער אַ טראַכט טאָן וועגן די קליינע פּרטים. די קליינע פּרטים זענען נישט וויכטיק כּל-זמן מע זעט נישט די גרויסע „פּיקטשויר‟. ער דאַרף זיך נאָר דערמאָנען, וווּ ער האָט פֿאַרשריבן רעיטשלס אַדרעס. און אפֿשר האָט ער אים אין ערגעץ נישט פֿאַרשריבן? גוט, דאָס איז אַ קלייניקייט. שוין, מ׳וועט זיך , ווי עס נישט איז, געבן אַן עצה. יעדער מינוט איז וויכטיק.
אין דרויסן איז געפֿאַלן אַ געדיכטער שניי. דער הימל איז געווען גרוי, ווי דער אַספֿאַלט פֿון די גאַסן. דער פֿראָסט האָט געשטאָכן לייבלס פּנים מיט צענדליקער קליינע פֿאַרפֿרוירענע נאָדלען. דאָס אָטעמען האָט אים וויי געטאָן, אָבער די מוראדיקע זאַווערוכע האָט נישט אָפּגעשוואַכט זײַן ווילן — פֿאַרקערט. קאָלאָמבוס־עוועניו איז געווען פּוסט ווי נאָך אַ נוקלעאַרן קריג. עס איז נישט געווען קיין לעבעדיקער נפֿש אין דרויסן. בלויז עטלעכע טאַקסיס האָבן זיך עקשנותדיק געשניטן אַ וועג אין דעם געדיכטן נעפּל. אַלע קלייטן זענען געווען פֿאַרמאַכט. די טירן — פֿאַרריגלט. די ביימער האָבן זיך געשאָקלט, ווי פֿרומע ייִדן בשעתן דאַווענען.
ער האָט קוים געקאָנט עפּעס זען דורך דעם ווײַסן פֿאָרהאַנג. די מעכטיקע ווינטן פֿון דעם נאָרדפּאָל האָבן געפּרוּווט אַרויסכאַפּן דאָס פּעקל פֿון „וויקטאָריאַ סיקרעט‟ אָבער לייבל האָט עס געהאַלט, ווי זײַן לעבן הענגט אָפּ פֿון דעם. די ווינטן האָבן זיך ווי געבייזערט אויפֿן בראַוון מאַן, וואָס וואַגט אַרויסשטעקן די נאָז אין דרויסן, געשטופּט אים אַהין און אַהער. אַ פּאָר מאָל האָט ער שיִער נישט פֿאַרלוירן דעם גלײַכגעוויכט, אָבער ער איז נישט געפֿאַלן בײַ זיך; דאָס איז בפֿירוש די סאַמע לעצטע שטרויכלונג, סאַמע לעצטע חבֿלי-משיח, דאָס לעצטע אָפּקומעניש.
לייבלס מוח האָט געאַרבעט שנעל צום ערשטן מאָל זינט יאָרן: „איך מוז טעלעפֿאָנירן רעיטשלען איצט. מע מוז בײַטן דעם פּלאַן; מיר וועלן זיך טרעפֿן אין „דאַנקען דאָונאַטס‟, זיך דערוואַרעמען מיט זייער קאַווע. דאָרטן וועל איך איר געבן די מתּנה און זיך שווערן זי אייביק ליב האָבן. דערנאָך וועלן מיר כאַפּן אַ טעקסי און זײַ געזונט ניו-יאָרק!‟
ער האָט געפֿונען אַ מקום-מיקלט אונטער אַ דעכל פֿון אַ קלייט אויף צוויי-און-זיבעציקסטער גאַס, אַרויסגענומען דעם טעלעפֿאָן פֿון דעם מאַנטל-קעשענע און אָנגעקלונגען צו רעיטשל. אין אַ מאָמענט פֿון קלאָרקייט האָט ער באַנומען, אַז ער טוט אָפּ אַ קרומע זאַך: עס איז אַ גרויסע חוצפּה פֿאָרצושלאָגן אַ חתונה-געהאַטע פֿרוי צו אַנטלויפֿן מיט אים פֿון איר מאַן; אָבער די קלאָרקייט האָט זיך אויסגעוועפּט אין אַ רגע.
ווען עמעצער האָט געענטפֿערט אויף דער צווייטער זײַט ליניע, האָט לייבל נישט געוואַרט און אַרײַנגעשריגן:
„קום! לאָמיר אַנטלויפֿן איצט, אָט די מינוט. אין דאַנקען-דאָונאַטס. איך האָב אַלץ וואָס מע דאַרף. האָב נישט קיין מורא!‟.
„האַלאָ?! ווער איז דאָרט?‟ — האָט רעיטשעלס פֿאַרחידושט קול געפֿרעגט מיט אַ ציטער.
„רעיטשל, עס איז נישטאָ קיין ווייטיק, קיין חוזק, קיין בושה. נישטאָ קיין פּײַן און יסורים. נאָר ליבע. ליכטיקע ליבע איבעראַל. איך פֿיל דאָס בחוש איצט‟…
דער קלאָנג פֿון אַן אָראָפּגעלאָזט טרײַבל האָט אַדורכגעלעכערט לייבלס אויער. אין דעם מאָמענט, אין די לעצטע דעמערונגען פֿון קלאָרקייט האָט ער זיך געפֿילט ווי אַן אַקטיאָר אין אַ שונד־פּיעסע איין סעקונדע פֿאַר דעם, וואָס דער פֿאָרהאַנג גיט זיך אַ לאָז אַראָפּ צום לעצטן מאָל…
קאַפּיטל צען
ער זיצט אויף אַ טאָפּלטן בעט, אָנגעטאָן אין אַן אַלטמאָדישן געקעסטלטן סוועטער, וואָס איז גרויס אויף אים מיט איין מאָס. דער צימער פֿון דעם וועגן-האָטעל איז ריין און באַשיידן מעבלירט. דער טעלעוויזאָר איז אָנגעצונדן אָן קלאַנג. זײַן שווערער מאַנטל — אַ רויטער פֿרוייִשער מאַנטל מיט אַ פֿיטערנעם קאָלנער — וואַלגערט זיך אויפֿן דיל לעבן דער בעט. זײַנע האָר זענען צעשויבערט. זײַנע באַוועגונגען זענען שווער.
ער (מורמלט הייזעריקלעך, ווי צו זיך אַליין): דאָס איז דער גליקלעכסטער מאָמענט אין מײַן לעבן!
זי (שטייט פֿאַר אים אָנגעטאָן אין אַ טיף-רויטע ברוסטהאַלטער און „טאָנג‟־מײַטקעס): נו, וואָס זאָגסטו?
ער (הייבט אויף דעם קאָפּ): פּשוט וווּנדערבאַר!
זי (שפּאַרט זיך אָן מיט ביידע הענט אויף די היפֿטן): זאָג דעם אמת. איך ווייס, אַז איך בין ווײַט נישט קיין יפֿיפֿה‟.
ער: איך בין אויפֿריכטיק. ביסט זייער שיין.
זי (גיט אַ מאַך אַוועק): אַבי עס געפֿעלט דיר.
ער (נעמט איר רעכטע האַנט אין זײַן דלאָניע): געפֿעלט מיר?! אַלע מײַנע טרוימען זענען מקוים געוואָרן. איצט וועלן מיר זיך פֿאַראייניקן אין אַן אייביקער געטלעכער ליבע.
ער פֿאַרטראַכט זיך אַ רגע.
ער: פֿראַנק האָט דיר נישט געשטעלט שטעקנס אין די רעדער? וואָס איז געשען נאָך דעם ווי דו האָסט אַוועקגעלייגט דעם טרײַבל?
זי: ווען דו האָסט מיך געקאָלט, איז פֿראַנק געווען אין באָדצימער. ער האָט נישט אַרויסגעשטעקט די נאָז פֿון דאָרטן אויך ווען איך האָב אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל. ער האָט ליב צו פֿאַרברענגען אין טואַלעט. צומאָל ,דאַכט זיך מיר, אַז די שענסטע און סאַמע באַדײַטפֿולע מאָמענטן אין זײַן לעבן, האָט ער איבערגעלעבט טאַקע דאָרט, זיצנדיק אויף זײַן „טראָן‟, לייענענדיק דעם „ניו-יאָרק טײַמס‟.
ער: ביסט אָנגעקומען גיך. איך האָב נישט געוואַרט אויף דיר לאַנג אין „דאַנקען דאָונאַטס‟.
זי: מײַן רענצל איז געווען כּמעט פֿאַרטיק. איך האָב נאָר געדאַרפֿט געפֿינען מײַן קרעדיט־קאַרט. מיט אַ קרעדיט-קאַרט פֿילסטו זיך אומעטום, ווי בײַ זיך אין דער היים.
ער: און אָט זענען מיר דאָ.
זי: יאָ, מיר זענען דאָ. וווּ וועלן מיר זײַן מאָרגן?
ער: מאָרגן? אַלץ איינס. מיר קענען בלײַבן דאָ, אַריבערגיין די גרענעץ קיין קאַנאַדע, דינגען אַ פֿאַרם אין בריטיש־קאָלאָמביע, נעמען אַ פֿלי קיין קאַליפֿאָרניע, פֿאָרן אויף אַ פּראַכט-שיף קיין אייראָפּע, ווערן קוימען-סקערערס, טענצערס, קבצנים. עס איז לחלוטין נישט וויכטיק, וואָס מיר וועלן טאָן מאָרגן כּל-זמן מיר וועלן זײַן צוזאַמען.
זי: מע דאַרף אַ טראַכט טאָן וועגן דעם מאָרגנדיקן טאָג. געלט ווערט אַמאָל אויסגעשעפּט.
ער: דו קענסט דאָך מײַן טעאָריע, אַז אַלץ וואָס מיר נעמען אויף מיט די חושים, איז אַ פֿאַרבלענדעניש, אַ קליפּה. דער אמתער אמת איז, וואָס עס עקזיסטירן אויף דער וועלט בלויז צוויי וועזנס: איך און דו, דו און איך. אונדזער איצטיקע באַהעפֿטונג האָט אַן אומגעהײַער גרויסן באַטײַט אויכעט פֿאַר די קאָסמישע כּוחות און אָרדענונג.
זי: נו, גענוג גערעדט. לאָמיר זיך שוין קושן.
ער: קום אַהער.
זי זעצט זיך אַנידער אויפֿן בעט. זייערע פּנימער דערנענטערן זיך פּאַוואָליע איינס צו דעם אַנדערן. אָט, אָט וועלן זײַנע ליפּן אָנרירן אירע.
פֿאָרהאַנג