קויפֿט בײַ מיר חלומות

משה לעמסטער

ס’איז דאָס לעבן אַ מחיה

מיר איז אַלץ אי ליב, אי טײַער —
אַ מחיה צו לעבן אויף דער וועלט!
זעט נאָר, מענטשן, זעט סאַראַ מחיה
פֿון די אַרומען גיסט זיך און קוועלט!

אויף מײַן שטוב — דער דאַך אַ שוואַכער,
אויף אַ דראָט עס הענגט די טיר
אין די צימערן די זאַכן
זענען עלטער שוין פֿון מיר.

פּוסט אָן גראָשנס איז מײַן בײַטל,
נאָר איין העמדל איך פֿאַרמאָג.
ס’איז אַוועק פֿון מיר דאָס ווײַבל,
נאָר איך זינג זיך פֿון פֿאַרטאָג:

„מיר איז אַלץ אי ליב, אי טײַער —
אַ מחיה צו לעבן אויף דער וועלט!
זעט נאָר, מענטשן, זעט סאַראַ מחיה
פֿון די אַרומען גיסט זיך און קוועלט!‟

עס זאָגט די מאַמע: „אוי, שלימזל!
ווי דײַן טאַטע ביסטו, זון…‟
און אַנומלט האָט אַ גזלן
מיר אַרויסגעקלאַפּט אַ צאָן.

כאָטש עס זײַנען רויט די ליפּן,
מיט דער צונג איז שווער צו ריידן
אין אַ דאָקטערין פֿאַרליבטער
אין שפּיטאָל איך זינג מיט פֿריידן:

„מיר איז אַלץ אי ליב, אי טײַער —
אַ מחיה צו לעבן אויף דער וועלט!
זעט נאָר, מענטשן, זעט סאַראַ מחיה
פֿון די אַרומען גיסט זיך און קוועלט!‟

איצט בין איך געוואָרן עלטער
ס’איז דער קאָפּ שוין זילבער־גרוי
ניט צענויפֿגעזאַמלט געלטער
ניט פֿאַרפֿירט אין שטוב קיין פֿרוי.
פֿרייד און נחת — מײַן פֿאַרמעגן

כ’בענטש דאָס לעבן הייס מיט ליבע…
ס’קומט מײַן אייניקל אַנטקעגן:
„זיידע, כ’קען שוין אויך דײַן לידל:

„מיר איז אַלץ אי ליב, אי טײַער —
אַ מחיה צו לעבן אויף דער וועלט!
זעט נאָר, מענטשן, זעט סאַראַ מחיה
פֿון די אַרומען גיסט זיך און קוועלט!‟

קויפֿט בײַ מיר חלומות

איינער האַנדלט מיט טריקענע פֿלוימען
אַ צווייטער — מיט עפּל און קאַרשן
איך פֿאַרקויף פֿאַר די מענטשן חלומות
פֿון מײַנעם אַ זיידן מײַן פֿאַך געירשנט.

— חלומות, חלומות, חלומות קומט קויפֿן,
שפּאָרט ניט אויף שיינע חלומות קיין געלט,
נאָר בײַ מיר געפֿינט איר אַזוי פֿיל
איך בין דער איינציקער אויף דער וועלט!

קומט זשע צו צו מיר קומט נענטער, ביטע,
זעט די חלומות — פֿילפֿאַרביקע סאַמע,
זיי ווי שאַגאַלס באַרימטע בילדער,
ווי די פּייזאַזשן פֿון לעוויטאַנען…

געלט איר ווילט ניט לײַען
ס’איז פֿאַר אײַך, זאָגט איר, גאָר טײַער.
אָט איר אַ חלום:

מיט נאַקעטע מיידלעך
ניט פּאָרנאָגראַפֿיע, שיינע עראָטיק
ניט חלומות, נאָר אַ גן־עדן!..
איך פֿאַרשטיי, — איר זענט ניט ראָטשילד! —

אַז איר זענט ניט קיין אָדעסער „פֿרײַער‟
ס’איז אויך פֿאַר אײַך זייער טײַער.

אָט איז אַ חלום מיט פֿאַרבן שוואַרץ־ווײַסע,
איר וועט פֿליִען אין אים ווי אַ פֿויגל
איך קאָן אײַך אײַער קינדהייט אַמאָליקע ווײַזן —
כ’זאָל ניט זײַן ברוגז — ווידער עס טויג ניט?!

ווײַל אײַער ווײַב איז פּשוט אַ פֿײַער
אַפֿילו דער חלום איז אַ ביסעלע טײַער.

פֿאַר וויפֿל זשע ווילט איר, מײַן ליבער קונה?
בלויז פֿאַר פֿינעף דאָלאַרן?
כ’קאָן אײַך נאָר פֿאָרלייגן קויפֿן
פֿינעף שוואַרץ־גרויע קאָשמאַרן!

איר דאַרפֿט ניט מציאות אַזעלכע
קאָשמאַרן זעט איר אָן געלטער.

נו גוט, כ’בין ניט קיין קאַרגער מאָלער
כ’וועל אײַך אַ מתּנה שענקען.
איר וועט ווערן ראָטשילד אין חלום,
און קויפֿן דאַרט דעם חלום שענסטן…

חלומות, חלומות, קויפֿט חלומות…

די שטעטלדיקע בעל־מלאָכות

אין אַ רוישנדיקן שטעטל
גלײַך ווי ערשט ניט לאַנג,
האָבן פֿרײַ געלעבט, געעטעמט
ייִדן אין אַ גלות־לאַנד:

אַ שוסטער מיט אַ העמערל,
אַ בעקער מיט די זעמעלעך,
אַ זינגענדיקער שנײַדער,
אַ סטאָליערל אַ שווײַגער.

אַ שײַנענדיקער גלעזער,
אַ שפּילנדיקער קלעזמער,
אַ בלעכער אויף אַ דאַך,
און אַ שיכּור אָן אַ פֿאַך.

אַדורך עס זענען יאָרן —
שווער פֿאַרדינט זיך געלט.
זיי זײַנען זיך צעפֿאָרן
איבער דער גאַנצער וועלט.

איז פֿונעם שיינעם שטעטל,
פֿונעם געבענטשטן אָרט,
וווּ ייִדיש פֿלעג מען רעדן
אין גיכן געוואָרן אַ דאָרף:

אָן דעם שוסטער מיט אַ העמערל,
אָן דעם בעקער מיט די זעמעלעך,
אָן דעם זינגענדיקן שנײַדער,
אָן דעם סטאָליערל אַ שווײַגער.

אָן דעם שײַנענדיקן גלעזער,
אָן דעם שפּילנדיקן קלעזמער,
אָן דעם בלעכער אויף אַ דאַך,
און אָן דעם שיכּור אָן אַ פֿאַך.

אויך די גרויסע וועלט פּאַמעלעך
פֿון טאָג צו טאָג זיך בײַט,
ווערט זי אויף אַ שטעטל ענלעך,
ווײַל עס וווינען הײַנט:

אין תּל־אָבֿיבֿ דער שוסטער מיט אַ העמערל,
אין ניו־יאָרק דער בעקער מיט די זעמעלעך,
אין פּאַריז דער זינגענדיקער שנײַדער,
אין לאָנדאָן דאָס סטאָליערל דער שווײַגער.

אין בוענאָס־אײַרעס דער שײַנענדיקער גלעזער,
אין קאַנבערע דער שפּילנדיקער קלעזמער,
אין טאָראָנטאָ דער בלעכער אויף אַ דאַך,
און אין מאָסקווע דער שיכּור אָן אַ פֿאַך…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s