פֿון אונדזער עזבֿון: משה בראָדערזאָן (1890־1956)

דער דיכטער און דראַמאַטורג משה בראָדערזאָן איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע און אַ סך יאָר פֿון זײַן לעבן און שאַפֿונג זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער שטאָט. נאָכן גירוש מאָסקווע אין 1890, איז זײַן פֿאָטער אַריבערגעפֿאָרן קיין לאָדזש, אָבער די קינדער זײַנען דערצויגן געוואָרן בײַ באָבע־זיידע אין נעסוויזש, ווײַסרוסאַנד. שפּעטער איז משה אויך אַריבערגעפֿאָרן קיין לאָדזש, וווּ עס האָט זיך אַ צײַט געלערנט אין דער אָרטיקער האַנדלס־שול. די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע האָט ער דורכגעמאַכט אין מאָסקווע.

זײַן שרײַבערישער און פּערזענלעכער גורל איז פֿון אָנהייב אָן געווען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך דעם ווי אין דער פּוילישער שטאָט פּעטריקאָוו איז דערשינען זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג, האָט ער די ווײַטערדיקע ווערק אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע. דאָרטן האָט ער אָפּגעדרוקט עטלעכע ציקלען לידער אין דרײַ נומערן פֿונעם ערשטן נאָך דער רעוואָלוציע ייִדישן זשורנאַל „קולטור און בילדונג‟. אינעם זעלבן יאָר האָט ער זיך אומגעקערט אין לאָדזש. זינט דעמאָלט הייבט זיך אין זײַן שאַפֿונג אָן אַ נײַער פּעריאָד, וואָס דויערט העכער צוואַנציק יאָר.

אַ ווירטואָז אין גראַם און ריטעם, אַ מײַסטער פֿון פֿערזיקער קלינגעוודיקייט, פֿון קונציקע שפּראַך־קאָמבינאַציעס, שאַפֿט ער אין אָט דעם פּעריאָד גלענצנדיקע קינדער־לידער, גרינדעט דעם ערשטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט אַ ליאַלקע־טעאַטער „אַררט‟; שרײַבט פֿאַרן טעאַטער פּיעסן און פֿירט זיי אַליין אויף.

אין די יאָרן 1936־1937 פֿאַרעפֿנטלעכט ער די קורצע סאַרקאַסטישע דראַמאַטישע ווערק שיילאָק לאַכט‟, „אויטאָ דאַ פֿע‟, „הײַנריך און לאָרעליי‟, אין וועלכע ער באַווײַזט די ווילדקייט פֿון די נאַציס. אין 1939 שאַפֿט בראָדערזאָן די פּאָעמע „יוד‟. אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה וואַנדערט דער שרײַבער איבער פֿאַרשיידענע עוואַקואַציע־וועגן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ביז ער קומט אָן קיין מאָסקווע. נישט געקוקט אויף די גרויסע מאַטערנישן, איז ער שאַפֿעריש און טעטיק. ער באַטייליקט זיך אין די אַלמאַנאַכן „היימלאַנד‟ און „צום זיג‟ (מאָסקווע). אין 1944 שרײַבט ער אָן, זײַענדיק אין ווײַטן טורקול (קאַראַקאַלפּאַקיע) זײַן דראַמאַטישע פּאָעמע „גערעכטיקייט‟, געבויט אויף די מאַטעריאַלן פֿונעם געריכט־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מינכן נאָך אין יאָר 1529, אָבער רופֿט זיך איבער מיט די געשעענישן, וועלכע זײַנען געשען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אין אַפּריל 1951 ווערט בראָדערזאָן אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ סיבירער לאַגער. נאָך פֿיר יאָר שקלאַפֿן־אַרבעט ווערט ער באַפֿרײַט און קערט זיך אום קיין פּוילן, וווּ ער שטאַרבט אין גיכן נאָך אַ האַרץ־אַטאַק.

פֿון רעכטס: אַלטער קאַציזנע, פּרץ מאַרקיש, משה בראָדערזאָן

פֿון צײַט צו צײַט

די זון האָט זיך אויף לאַנגע יאָרן מיט די שלייערן פֿאַרהאָנגען:
באַמערקט זי ניט דעם ווייטיקדיקן צער פֿון דער ערד,
דערהערט זי ניט די טרויעריק־לוויהדיקע ראָב־געזאַנגען,
און ס׳איז די ערד אין בלוטן־טויען נאָך פֿאַרטרערט.

עס ווערט אַ טאָג אין שויס פֿון נאַכט געבאָרן,
דאַן קומט ער אויף דער וועלט — אַ בלינדעס מפּיל־קינד,
דאַן קומט ער אויף דער וועלט — געהאָדעוועט אין צער און צאָרן,
און גייט אַוועק אין יאָמערלעכן וויינען פֿונעם ווינט.

פֿאַרצווייפֿלט זאָגט מען אָפּ אַ קורצן קדיש בחיפּזון,
ס׳באַגלייטן אים די הערצער פֿון צדקניות שטיל
און ס׳איז די מאַמע־ערד אַ וויסטעניש פֿאַרלאָזן,
און זײַנען אירע זאַפֿטן — די געבליטן קיל…
זי קאָרטשעט זיך אין חבֿלי־לידה פֿון טאָג אַ נײַעם
און גיסט זיך אָפּ מיט נײַע שטרוימען בלוט:
און ווײַט איז נאָך דאָס הייליק לאַנד, דער טרוים־ירושלים,
און ווייניק איז געבליבן אין די אוצרות פֿון די הערצער מוט!

און ס׳חלושט־אָפּ די ערד, פֿון אַלעמען פֿון אונדז — די טרײַע מאַמע,
און ליגט אין קימפּעט, אין פֿאַרשאָטנקייט און פּלאָג;
און ס׳ציט זיך יאָרן לאַנג, אַ גאָט, די ליקוי־חמה,
און ס׳ווערט געבוירן ווײַטע צו דער וועלט אַ שוואַרצער טאָג!

שפּיל!

די שׂינאה קאָן אַ וועלט צו אַש פֿאַרברענען!
און אויף דער שׂריפֿה גרויס, וואָס אַלץ האָט אומגענומען —
אָ, ווער וועט קומען?
אָ, ווער דעם העליש בראַנד פֿאַרלעשן וועט מיר קענען?
און ווער ט׳פֿאַרענטפֿערן מײַן טיפֿן צער?
אַ נבֿיא צי פֿון קעגנוואַרט אַ גוט־געשטימטער נאַר?
דאָס טיף פֿאַרגעסן זיך? צי ס׳ניכטער זײַן און וואַך?
דאָס ווימלען זיך פֿון צוגעקאַמטן שׂטן פֿלאַך?
צי ס׳טרייסטן פֿון די „פֿיל אַזעלכענע‟, אַ סך,
וואָס בייגל זיך אין זייער איידל־וועלטלעכקייט אין דרײַען
און ווילן אין דעם שווייס פֿון זיי פּנים אַלץ באַנײַען,
אַלץ באַפֿרײַען?
— עס ברענט! עס ברענט!
און אַל־נשמה־הייליקייטן זײַנען איצט געשענדט,
און וויפֿל איז דער שיעור?
אָ, ווײַז מיר וווּ, צו וועמען זאָל איך שטרעקן מײַנע הענט?
— צו גאָט!…
נו, גוט — זאָל זײַן צו גאָט, צו רעטעניש, צום סוד!
צו גאָט אין דעם נישט־גלויבן
מײַן צער וועל איך דערהויבן!
און מײַן נשמה וווּנדן
צו די פֿאַרלוירענע לעגענדן!
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־
די שׂינאה קאָן אַ וועלט צו אַש פֿאַרברענען
דערווײַלע שפּיל מיר, קינד, אַ שטיקל פֿון שאָפּענען!

חורבן

עס זײַנען טויערן פֿון בית־המקדש מיט דעם חזיר־בלוט פֿאַרשוועכט:
עס זײַנען טויערן פֿון בית־המקדש אויפֿגעפּראַלט
און אויסגעשאָכטן אַלע כּהנים, לווייִם, יונג און אַלט,
און ס׳איז דאָס פֿאָלק פֿאַרפֿירט, אַוועקגעפֿירט, פֿאַרקנעכט…
און ס׳זײַנען אימהדיק, ווי שטיל די שוואַרצע, לאַנגע חורבן־נעכט,
וואָס דויערן אין יאָמער־טרויערן, ווי אייביקייטן לאַנג…
און ערגעץ הערט זיך פֿון שגעון אַ געזאַנג,
און ערגעץ גיט אַן אַש־פֿאַרשאָטענער אַ פֿלעמל, נאָך אַ צאַנק;
און ווי די אויסגעשרייען פֿון אַ יונגער מוטער וואָס איז קראַנק,
איז ס׳ווילדע פֿײַפֿן פֿון דעם שׂונאדיקן ווינט;
ווי איינע וואָס געבוירט אין ווייטיק דאָס ערשטע קינד —
אַזוי איז דער געשריי איז פֿון בת־ציון!
און שווער־געקנוילטע די נאָך־שׂריפֿהדיקע וואָלקנס ציִען —
זי קרעכצט און שפּרייט און שטרעקט צו זיי די אויסגעבלייכטע הענט…

און וויי, ס׳איז ניט געוועזן איבער איר קיין שומר:
זי האָט געטריבן זנות, באַהאַלטן אונטער גרינע ביימער,
און אָפֿן — אין דער שטאָט אין מאַרק,
אין יעדן טאָל, און יעדן הויכן באַרג,
און מיט איר זנות, און מיט איר שלעכטיקייט בײַנאַנד
איר כּלהשאַפֿט געמאַכט צו שפּאָט און שאַנד:
געשענדעט איז דאָס הייליק לאַנד!
ווײַל זוכן, ווען מע זאָל אין אַלע לענדער,
און נישטערן אין יעדן דאָרף און שטאָט —
געפֿינען וועט מען ניט — אַ כּלה אירע בענדער
פֿאַרגעסן זאָל… און זאָל אַ יונגפֿרוי צירונג, גאָלד,
איר חתן, וואָס זי האָט אין הייליק׳ בענקען האַלט,
פֿאַרגעסן, ווי מײַן פֿאָלק פֿאַרגעסן האָט אין גאָט!
און גרויסזאַם איז די לעסטערונג און שאַנד,
און ס׳האָט די שׂינאה זיך צו אונדז צעקוואָלט:
און חרובֿ, וויסט צו מאַכן דאָס געבענטשטע לאַנד —
אַרויסגעגאַנגען אין אַ לייב פֿון דיקן וואַלד,
אַרויסגעצויגן איז פֿון פֿעלקער אַ פֿאַרדאָרבער,
אַ מוראדיקער, שוואַרצער, פֿליגלדיקער שפּאַרבער —
אַרויסגעצויגן פֿון זײַן אָרט…
און ווי פֿאַרצווייפֿלט הילכט דעם נבֿיאס וואָרט:
— אוי, וויי צו מיר! און וויי צו מײַנע טעג!
אוי, פֿון די מערדער איז שוין מײַן נשמה מיד,
פֿון שלעג נאָך שלעג!…

און אויף דעם גרויסן חורבן לויערן די אַלע שלעק,
און די היענעס און שאַקאַלן וואָיען־אום אויף יעדן וועג…

און ס׳בלאָנדזשעט אין די וועלטן שטום דער נבֿיא אום,
ווען ס׳זײַנען אַלע הייליקייטן פֿון דעם חזיר־בלוט פֿאַרשוועכט,
און ס׳ציִען זיך אָן סוף די שוואַרצע חורבן־נעכט,
און ווען־נישט־ווען אַ טרייסט — אַ טויב אין פֿליִען גיט פֿאַרבײַ אַ ברום!

מײַן פֿאָלק

מײַן פֿאָלק דאָס — בין איך!
אויפֿן האַלדז ליגט מיר שטענדיק פֿון שׂונא דער מעסער,
פֿאַר חרפּה פֿון פֿעלקער כ׳באַהאַלט מײַן געזיכט,
אי דערפֿאַר וואָס מײַן פּײַן איז פֿון אַלעמענס גרעסער,
אי דערפֿאַר וואָס פֿון זיי בין איך בעסער!

די שרעק

מיט טויט איך פֿיר אַן אייביקן, אַ שווערן קריג,
ער גייט אויף מיר פֿון אַלע זײַטן, אַלע עקן.
אין קאַמף מיט אים איך ווייס נישט פֿון קיין טריט צוריק —
כ׳האָב מורא נאָר — דאָס לעבן זאָל מיך נישט דערשרעקן:
כ׳האָב מורא זיך דערשרעקן פֿאַר דעם גרויזאַם און דעם גורל,
וואָס ס׳לעבן שיקט אין מיר פֿאַרסמטע קויל נאָך קויל —
כ׳האָב מורא ס׳לעבן זאָל מיך נישט אַנטוואָפֿן…

ווער ווייסט

ס׳איז גרויס די חרפּה גוואַלדיק,
ס׳איז דער פֿאַרברעכן שווער,
ווען מענטש איז חיהש, וואַלדיק
ווער ווייסט — ווער שולדיק מער?

די פֿראַגע דאַרף מען שטעלן,
ווער מער אין זינד איז גרויס:
צי דער, וואָס גיט באַפֿעלן,
צי דער, וואָס פֿירט זיי אויס?

איין זאָך — דער שׂונא ביטער
האָט אָפֿן זיך דערקענט:
בעת פּײַניקונג געציטערט,
געשוידערט האָבן ווענט!

עס האָבן אָט די בריאות
נאָך מענטשנבלוט געלעכצט,
געסקריפּעט האָבן תּליות,
זיי האָבן שווער געקרעכצט…

עס האָט זיך בלוט געצינדן
און פֿראָסט און שניי געגליט —
אויף לעבעדיקע וווּנדן,
אַז זאַלץ מע האָט געשיט!

ס׳איז גרויס די חרפּה גוואַלדיק,
ס׳איז דער פֿאַרברעכן שווער,
ווען מענשט איז חיהש, וואַלדיק
ווער ווייסט — ווער שולדיק מער?!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s