נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 52

סענטשערי־ווילעדזש איסט, דירפֿילד־ביטש

דאָס קאַלענדאַר־יאָר 2021 גייט אונטער. עס האָט זיך שוין געדאַכט, אַז די וויסטע פּאַנדעמיע וועט אונטערגיין צוזאַמען מיטן יאָר. אָבער ניין! זי בײַט די פּנימער און נעמען, און באַגלייט אונדז ווײַטער אויך.

איך געדענק, אַז אין דער קינדשאַפֿט האָב איך די בעסטע טרוימען אָפּגעלייגט צום סוף יאָר, מחמת אין דער נאַכט פֿון 31סטן דעצעמבער און דעם 1טן יאַנואַר ווערן אַלע שענסטע חלומות מקיים. איך קאָן שוין נישט געדענקען, צי אַלע מײַנע חלומות האָבן זיך טאַקע פֿאַרווירקלעכט — צו גרויס איז געווען מײַן פֿאַנטאַזיע, אָבער אין די קינדער־יאָרן נעמט זיך יעדע קלייניקייט אויף מיט פֿרייד און שיִער נישט ווי אַ נס.

מיט יאָרן ווערן די טרוימען דורכגעזיפּט דורך דער געדיכטער קיום־זיפּ. בלויז איינציקע ברעקלעך זיפּן זיך דורך, ווי גאָלד בײַם גאָלדזיכער. אָט ליגן זיי אויפֿן בעט פֿון מײַן האַרץ, די געציילטע און דעריבער נאָך מער טײַערע טרוימען מײַנע. כ׳קאָן זיך מיט זיי נישט טיילן, ווי מע טיילט זיך נישט מיט אַ מיצווה. איצט, וואָס טיפֿער איך שנײַד זיך אַרײַן אין מײַן עלטער, אַלץ ליכטיקער און שענער שטייט אויף פֿאַר מײַנע אויגן דער קאַיאָר; אַלץ אָנגעזעטיקטער מיט מילי־מיליאַסן שטערן בלײַבט הענגען דער הימל איבערן קאָפּ.

די געלערנטע ביאָלאָגן טענהן, אַז וואָס טיפֿער איז די עלטער, אַלץ מער אַנטפּלעקט זיך דער זכּרון מיט נײַע, ביז אַהער נישט אויפֿגעקומענע דערמאָנונגען. צווישן אַזעלכע דערמאָנונגען, טיף פֿאַררוקט אין זכּרון, האָב איך זיך לעצטנס דערמאָנט אין איין דערמאָנונג, וואָס כ׳וויל איצט וועגן איר דערציילן. זעט אויס, די צײַט איז געקומען.

מײַן פֿעטער בערל

בײַ ייִדן זאָגט מען, אַז איטלעכס קינד מוז האָבן אַ נאָמען, וואָס מאַכט אים געקניפּט אוןו געבונדן מיט זײַן ייִחוס. אַז איך וועל הייסן דובֿ־בער איז אין אונדזער משפּחה באַשטימט געוואָרן נאָך לאַנג איידער כ׳בין געבוירן געוואָרן. דעם נאָמען האָט געטראָגן מײַן עלטערזיידע; נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טויט איז מיט דעם נאָמען אָנגערופֿן געוואָרן מײַן פֿעטער, וואָס איז געפֿאַלן אויף דער מלחמה אין אַפּריל 1945. פֿאַרשטייט זיך, אַז כ’האָב אים קיין מאָל נישט געזען. אַפֿילו קיין פּיצל פֿאָטאָגראַפֿיע איז נאָך אים נישט געבליבן. דער מלחמה־פֿײַער האָט פֿאַרברענט אַלץ ביז אַ מידסטן סימן, אָבער נישט דעם אָנדענק וועגן אים. ס׳איז גענוג געווען, אַז די באָבע אָדער די מאַמע זאָלן אַ זאָג טאָן: „געדענקסט, בערל, זאָל זיך מיִען…‟ — מײַן אויער זאָל באַלד אָנגעשטעלט ווערן און אויפֿכאַפּן יעדן קלאַנג. אַזוי איז פֿון די באָבע־מאַמעס האַרציק־בענקענדיקע קלאַנגען געבוירן געוואָרן אין מײַן דמיון אַ ניגון. כ׳פֿלעג נישט תּמיד פֿאַרשטיין זייערע רייד, נאָר כ׳האָב דעם אָנדענק־ניגון אין זיך אײַנגעזאַפּט; ער איז געוואָרן מײַן קינדערשער קדיש נאָכן אומגעקומענעם פֿעטער בערל.

פֿעטער בערל איז געווען דער אָנפֿירער פֿון השומר־הצעיר אין מאַרקולעשט. ממש אין די ערשטע וואָכן, וואָס די סאָוועטן זײַנען אַרײַנגעקומען אין שטעטל, האָט מען אים און נאָך עטלעכע חבֿרה־ציוניסטן אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין סיביר. ערשט אין 1943 האָבן די באָבע־זיידע באַקומען פֿון אים אַ בריוול, אַז ער איז פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט זיך שלאָגן מיטן וויסטן שׂונא. דאָס צווייטע בריוול האָט דער פֿעטער אָנגעשריבן און אָפּגעשיקט אַ טאָג פֿאַר זײַן אומקום בײַם פֿאָרסירן דעם טײַך אָדער…

מײַן ווילן זיך צו טרעפֿן מיטן פֿעטער בערל איז געווען אַזוי גרויס, אַז דער נס איז סוף כּל סוף געשען. כ׳בין דעמאָלט אַלט געווען פֿיר מיט אַ האַלב יאָר. די מאַמע האָט מיך אין יענעם טאָג מיטגענומען אין פּאָליקליניק, וווּ מ׳האָט איר געדאַרפֿט מאַכן אַן אײַנשפּריצונג. מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אַ געראַמען ליכטיקן צימער כּמעט אָן מעבל, בלויז אַ טישל, צוויי בענקלעך, אַ שאַפֿע מיט גלעזערנע פֿענצטערלעך און אַ דיוואַנדל. אַלע זאַכן זײַנען געווען פֿאַרדעקט מיט ווײַסע לײַלעכער. אַפֿילו די שאַפֿע איז געווען אַ ווײַסע, און די קראַנקן־שוועסטער, וואָס האָט אונדז באַגעגנט בײַ דער טיר, איז אויך געווען אָנגעטאָן אין אַ ווײַסן כאַלאַט און אויפֿן קאָפּ — אַ ווײַסע פֿאַטשיילקע.

די מאַמע האָט מיך צוגעפֿירט צום דיוואַנדל און אָנגעזאָגט כ׳זאָל דאָרט בלײַבן שטיין ביז זי וועט זײַן פֿאַרטיק.

— בעסער דו זאָלסט אַהין נישט קוקן. — האָט די מאַמע מיר אָנגעוויזן אויפֿן טישל, וווּ ס׳האָט זיך שוין געפּאָרעט בײַ אַ זילבערדיק־בלישטשענדיק טעפּל די קראַנקן־שוועסטער. דער מאַמעס ווערטער „נישט צו קוקן‟, האָבן אַוודאי נאָך מער אויפֿגערייצט מײַן נײַגער: וווּ דען זאָל איך קוקן, אויף די ווײַסע ווענט און סטעליע?! כ׳האָב שוין פֿון דעם טישל קיין אויג נישט אָפּגעפֿירט. איין קלייניקייט: אַ חוצפּהדיקער זון־שטראַל, וואָס האָט אַרײַנגעשמוגלט אינעם צימער, האָט מיט זײַן שפּיץ געצילט מיר צו טרעפֿן אָט אינעם רעכטן אויג און אָט אינעם לינקן…

בשעת־מעשׂה האָט די קראַנקן־שוועסטער אַרומגעכאַפּט דער מאַמעס האַנט, נענטער צום אַקסל, מיט אַ גומענעם רערל און געפֿרעגט בײַ איר אומצופֿרידן: „וווּהין האָט איר אַהינגעטאָן אײַערע אָדערן?..‟. — זי האָט עטלעכע מאָל אַ פּאַטש געטאָן דער מאַמען אין מיטן דער אויסגעשטרעקטער האַנט…

גראָד אין דער רגע האָט דער שאַרפֿער שפּיץ פֿונעם שטראַל מיר געטראָפֿן אין ביידע אויגן. כ׳בין פֿאַרבלענדט געוואָרן… אַ העלער פֿלעק האָט משונה־גיך זיך צעוואַקסן; אין די אויערן האָט זיך דערהערט אַ דין־דויערדיקער פּיפּס, ווי צוויי בייזע קאָמאַרן וואָלטן זיך אַהין אַרײַנגעריסן און זיך געטראָגן אַנטקעגן איינער דעם אַנדערן. לסוף, זיך אָנגעזעטיקט מיט מײַן בלוט, האָבן זיי זיך צונויפֿגעבוצקעט און געפּלאַצט מיט אַ הילכיקן „בום!‟ — אַ געדיכטע רויטקייט האָט זיך צעשווענקט און כ׳האָב דערזען אַ שמייכלענדיק פּנים. ווען נישט די שמאָלע בערשטעלעך וואָנצעס און דאָס סאָלדאַטסקע פּילאָט־היטעלע אויפֿן קאָפּ מיט אַ רויט שטערנדל אין מיטן, וואָלט איך געמיינט, אַז עס קוקט אויף מיר די מאַמע. נאָר ס׳איז געווען נישט די מאַמע, ס׳האָט צו מיר געשמייכלט מײַן פֿעטער בערל. כ׳האָב אים באַלד דערקענט און געוואָלט זאָגט, אַז איצט טראָג איך זײַן נאָמען, נאָר מײַנע ציין האָבן זיך אַזוי שטאַרק צונויפֿגעשלאָסן, אַז קיין וואָרט האָט זיך דורך זיי נישט געקאָנט דורכרײַסן. כ׳האָב עפּעס טעמפּיק געמרוקעט ביז אַ שאַרף־שטינקענדיקער גערוך האָט מיר דורכגעשטאָכן די נאָזלעכלעך און זיך אײַנגעשפּיזט אין מײַן מוח…

— בערעלע… בערעלע… — האָט מיר די מאַמע געריבן די שלייפֿן מיט אירע ווייכע פֿינגער, — קער זיך אום…
כ׳בין געלעגן אויף דעם ווײַס דיוואַנדל און געקוקט אויף דער מאַמעס פּנים. כ׳האָב נאָך אַלץ נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, וואָס איז מיט מיר אַזוינס געשען. דעם פֿעטער בערלס פּנים איז נעלם געוואָרן, ווי צעגאָסן זיך איבערן לעבעדיקן פּנים פֿון מײַן מאַמען…

מיט יאָרן שפּעטער, די באָבע האָט שוין נישט געלעבט, איז מיר אויסגעקומען בײַ אַ שמועס מיט דער מאַמען צו פֿרעגן בײַ איר, צי דער פֿעטער בערל, זאָל זיך מיִען, האָט געטראָגן וואָנצעס.

— ניין… — האָט שטיל געענטפֿערט די מאַמע. — פֿאַר וואָס פֿרעגסטו עס?
אָנשטאָט צו ענטפֿערן איר — כ׳האָב דאָך קיין ענטפֿער סײַ־ווי נישט געהאַט, — האָב איך ווידער געפֿרעגט:
— און… אַ צייכן אויף דער לינקער ברעם?…
די מאַמע האָט זיך געביטן אויפֿן פּנים. אין די אויגן האָט אויפֿגעציטערט אַ פֿאַרבאָרגענער איבערשרעק.
— יאָ… נאָר אויף דער רעכטער ברעם… אַזאַ קורצער שראַם…
זי האָט זיך שוין נישט געקאָנט אײַנהאַלטן, ווי די באָבע וואָלט איצט אָנגערופֿן דעם פּאַראָל: „געדענקסט…‟
— ס׳איז געווען אין די מיט דרײַסיקער, ווען די אָרטיקע פֿאַשיסטן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויפֿן מרכּז, וווּ בערל מיט זײַנע חבֿרים האָבן גראָד אין יענעם טאָג געהאַט אַן אַסיפֿה. האָט אויסגעבראָכן אַ געשלעג… דעמאָלט האָט מען בערלען צעשפּאָלטן די ברעם… אָבער פֿון וואַנען ווייסטו עס? מיר האָבן עס מיט דער באָבען קיין מאָל נישט דערמאָנט…

איך האָב אַ הייב געטאָן די אַקסלען. געוואָלט באַרויִקן די מאַמען און געזאָגט: „מסתּמא, געזען אין חלום…‟

איך ווינטש אַלע אונדזערע לייענער בשלום איבערטרעטן די שוועל פֿונעם יאָר 2022. זאָלן זיך אײַך אין אַלע נעכט פֿונעם נײַעם יאָר זען נאָר גוטע חלומות, און זאָל כאָטש אַ טייל פֿון זיי, זיך פֿאַרווירקלעכן.

דעצעמבער 27, 2021, דירפֿילד־ביטש, פֿלאָרידע

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s