אין אונדזערע פֿריִערדיקע דערקלערונגען פֿון די נעאָלאָגיזמען, געשאַפֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען דאָס ייִדישע לעבן האָט געהאַט איר שפּראַכלעכן אויסדרוק אין אַלע לעבנס־געביטן, האָבן מיר באַטראַכט אייניקע „סאָוועטיזמען‟, וועלכע זײַנע געווען פֿאַרשרפּרייט אין דעם אָפֿיציעלן אַדמיניסטראַטיוון, געריכט־, אינדוסטריע־, קאָלווירט־ און ווירטשאַפֿטלעכן סעקטאָרן. איצט וועלן מיר זיך באַקענען מיט אייניקע נײַע ווערטער און באַגריפֿן פֿון די צוויי וויכטיקע סעקטאָרן פֿון סאָוועטישער עקזיסטענץ — קולטור און ספּאָרט. אויך ווי די אַנדערע סאָוועטיזמען זײַנען זיי געשאַפֿן געוואָרן אָדער ווי אַ דירעקטע קלישע פֿון רוסיש, אָדער בוכשטעבלעך פֿון רוסיש איבערגעזעצט.
קולטור
אַגיטבריגאַדע (אַגיטאַציע־בריגאַדע)
צווישן די ערשטע קולטור־אויפֿטוען, גלײַך אין די ערשטע יאָרן פֿון סאָוועטן־מאַכט, זײַנען געשאַפֿן געוואָרן די אַזוי גערופֿענע „אַגיטבריגאַדעס‟. דאָס זײַנען געווען ניט קיין גרויסע גרופּעס, וועלכע זײַנען באַשטאַנען פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אָדער אַמאַטאָרישע אַרטיסטן, מוזיקער, טענצער, וואָס פֿלעגן אַרומפֿאָרן איבער די פֿראָנטן פֿון דעם בירגערקריג; שפּעטער — איבער די גרויסע סאָציאַליסטישע בויונגען, אונטערנעמונגען, פֿאַבריקן; און אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה (גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה) זײַנען זיי אויפֿגעטראָטן פֿאַר די סאָלדאַטן אויפֿן פֿראָנט, אין די שפּיטעלער, אויף די שיפֿן. אין אַזעלכע אַגיטבריגאַדעס פֿלעגן זיך באַטייליקן די בעסטע מוזיקערס און זינגערס. זייער הויפּט־אויפֿגאַבע איז געווען סײַ פּראָפּאַנגאַנדירן און פֿאַרשפּרייטן קונסט צווישן עמך, סײַ פֿירן צווישן פֿאָלק אַן אַגיטאַציע.
אַגיטצוג
אַרומצופֿאָרן מיט זייערע קאָנצערטן איבערן לאַנד זײַנען צו דעם ציל געווען צוגעפּאַסט גאַנצע צוגן, וווּ די באַטייליקטע אין אַזאַ קולטור־פּראָפּאַגאַנדיסטישער רײַזע פֿלעגן וווינען חדשים לאַנג. דאָרט זײַנען אויך געווען קינאָ־זאַלן און קאָנצערט־פּלאַטפֿאָרמעס פֿאַר אָרקעסטערס. ס׳איז שווער איבערצושאַצן די ראָלע פֿון אַזעלכע אַגיטצוגן און אַגיטבריגאַדעס, בפֿרט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
קולטור־הויז און קינסטלערישע זעלבסטעטיקייט
ס׳איז מסתּמא נישט געווען אַזאַ ייִשובֿ אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ס׳וואָלט נישט געאַרבעט אַ קולטור־הויז. דאָרט האָבן געפֿירט זייער טעטיקייט צענדליקער קרײַזלעך לויט די אינטערעסן פֿון די באַזוכערס: מוזיק, טענץ, טעאַטער וכדומה. אַזאַ טעטיקייט פֿון אַמאַטאָרן האָט זיך גערופֿן „קינסטלערישע זעלבסטעטיקייט‟. אָנגעפֿירט האָבן מיט די קרײַזלעך פּראָפֿעסיאָנעלע מײַסטערס פֿון זײער פֿאַך. איבערן לאַנד פֿלעגן כּסדר דורכגעפֿירט ווערן ריזיקע פֿעסטיוואַלן און קאָנקורסן פֿון די זעלבסטעטיקע קאָלעקטיוון. דער הויפּט־קאָנצערט פֿלעגט פֿאָרקומען אין מאָסקווע.
אין יעדן קולטור־הויז איז געווען אַן אַקטאָווער זאַל (אַקטן־זאַל), וווּ עס פֿלעגן פֿאָרקומען אויפֿטריטן פֿון די אַמאַטאָרישע און פּראָפֿעסיאָנאַלע אַרטיקסטן.

ספּאָרט
די פֿיזישע קולטור און ספּאָרט האָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרנומען זייער אַ וויכטיק אָרט, און פֿלעגט אין גאַנצן פֿינאַנצירט ווערן דורך דער מלוכה.
אייניקע נײַע ווערטער, וואָס נייטיקן זיך אין דערקלערונגען
טורניק — אַ באַנטע. עטימאָלאָגיש איז דאָס וואָרט אַרײַן אין רוסיש פֿון דעם פֿראַנצייזישן וואָרט „טורנע‟ — מיטן רוסישן סופֿיקס „יק‟.
טיר — אַ פֿאַרמאַכט אָרט, וווּ מע טרענירט זיך צו שיסן. אין רוסיש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן פֿון פֿראַנצייזיש און מיינט, „שיסערײַ‟.
מערקאַמף — אַ ספּאָרט־דיסציפּלין, וואָס שליסט אין זיך אײַן פֿאַרמעסטן פֿון פֿאַרשיידענע מינים ספּאָרטן אָדער פֿון דער זעלבער גרופּע.
שווערגעוויכטער — אַ ספּאָרטלער, וואָס הייבט אויף שווערע געוויכטן.
דער ערשטער וועלט־טשעמפּיאָן צווישן די שווערגעוויכטערס אין סאָוועטן פֿאַרבאַנד איז געווען דער ייִדישע בחור פֿון אוקראַיִנע גריגאָרי (הערש) נאָוואַק (1919־1980). ער האָט באַקומען דעם הויכן טיטל אין פּאַריז, אין יאָר 1946.

המשך קומט