אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (16)

יעווגעני קיסין

מײַ 7

קומענדיקן מיטװאָך װעט מען איבערפֿירן די מאַמע אין אַ רעהאַביליטאַציע–צענטער, װוּ אַ רוסיש–רײדנדיקע פֿרױ װעט זײַן מיט איר כּסדר און װוּ מיר וועלן קאָנען זי באַזוכן. לעת־עתּה װײנט זי און װיל אַהיים, איר איז מסוכּן אומעטיק אינעם שפּיטאָל. צום באַדױערן, אַצינד קאָן מען זי ניט אױסשרײַבן, מחמת די דאָקטױרים װעלן קומען ערשט מאָנטיק. אָפּגעפֿירט איר צװײ פֿלעשער װאַסער מיט מאַגנעזיע און אַן אָפּזאָט פֿון געטריקנטע פֿלױמען. 

קאַרינאָטשקע איז סוף–כּל–סוף זיך אױסגעשלאָפֿן צום ערשטן מאָל אין די לעצטע נעכט, נאָר איר איז סײַ–װי שװער, היות עס זײַנען דאָ אַ סך דאגות אױף איר קאָפּ, עס קומט איר כּסדר אױס צו דערלײזן כּל–המינים פּראָבלעמען, װאָס האָבן אַ שײַכות צו אונדזער גאַנצער משפּחה, און צום באַדױערן, אין דעם בין איך ניט מסוגל איר צו העלפֿן…

אַנדרײ איז געקומען צו פֿליִען קײן פּראָג. 

אין אָװנט בין איך צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע טעג געגאַנגען שפּאַצירן, געשפּאַנט 10 קילאָמעטער.

הײַנט איז אַהרן װערגעליסעס געבױרן–טאָג (אפֿשר, מחמת דעם האָב איך אים נעכטן געזען אין חלום?!). באמת אַ יחיד–במינו געװען… כ׳האָב איבערגעלײענט אין גאַנצן זײַן „דאָס געזאַנג װעגן יוסף בומאַגין‟. הגם קײן שעדעװער פֿון הױכער פּאָעזיע איז עס ניט און ס׳איז דאָ אַ סך פּראָפּאַגאַנדע (אַפֿילו סטאַליניסטישע פּראָפּאַגאַנדע) — נעמט פֿאָרט צו מאָל דורך אַ ציטער בעתן לײענען. ס׳איז אָן שום ספֿק אַ גאָר בעסערס װערק, אײדער, למשל, מאַלטינסקיס פּאָעמע װעגן בומאַגינען. און, אַװדאי, איז עס אַ װיכטיקער ליטעראַריש–היסטאָרישער דאָקומענט, װאָס זאָגט עדות װעגן יענער תּקופֿה, אַן ענלעכער אױף איציק פֿעפֿערס „איך בין אַ ייִד‟:
  

יוסף בומאַגין


די געגנט קומט צום פֿראָנט. עס קלאַפּט אין בלוטן אירע
  אַ צאָרנדיקער װילן: אָפּצאָלן פֿאַר אַלץ,
  פֿאַרקלעמערן די שטײַפֿע פֿינגער פֿון דער בירע
  מיט כּוח און מיט האַס אױף שפּרײעס טרײפֿן האַלדז.[…]
  — איך בין אַ רוסישער סאָלדאַט, אַ ייִד פֿון יענער זײַט סיביר,
  עס האָבן די כינגאַנער בערג מיך אױפֿגעהױבן איבער צײַטן האַרבע.
  די סיביריאַקעס חידושן זיך, קוקנדיק אױף מיר,
  װי איך בין היימיש מיטן קריג און מיט דער אַרבעט.
  מײַן דור איז אױסגעװאַקסן אױף אַ רוסיש פֿעלד
  מיט שטאַרקע אָדערן, מיט ברײטער ברוסט — אין מי דערװאָרבן,
  און װי אַ ברודער בין איך ענלעך אױף מאַטראָסאָװן דעם העלד,
  און װי אַ זון בין איך געראָטן אין בר כּוכבאן.
  כ׳בין סטאַלינס אַ סאָלדאַט. אױף פּלעצער פֿון אײראָפּע כ׳קום
  װי אַ באַפֿרײַער, װי אַ ייִד און װי אַ ריכטער,
  איך קום מיט די, װאָס היטן אָפּ די שײַן פֿון רוסלאַנדס זון
  און דאָס סאָװעטיש גליק זײ לאָזן ניט פֿאַרניכטן.
  דער פֿײַנט האָט אױסראָטן געװאָלט מײַן שטאַם,
  און איך לאָד אױס אױף אים מײַן האַרץ, װי אַ גראַנאַטע.
  איך בין אַ רוסישער סאָלדאַט. געשיקט האָט מיך ביראָבידזשאַן.
  איך קום מיט די, װאָס גײען װעלטן
ראַטעװען!

יאָ–אָ–אָ… דאָ זאָל אונדזער דור לײענערס זיך באמת אַרײַנרטראַכטן אין יעדן װאָרט, כּדי צו פֿאַרשטײן יענע צײַט און דעם מצבֿ פֿון די ייִדן בימי סטאַלינען, ימח–שמו. אַגבֿ, ס׳איז דאָ אַ װיכטיקער פּרט: אָנגעשריבן איז די פּאָעמע געװאָרן דװקא אין 1948, בעת סטאַלין האָט אָנגעהױבן אויסראָטן די ייִדישע קולטור אין לאַנד. 
  
זע, געגנט ייִדישע, דײַן בכור איז שױן דערגאַנגען
  צו פּלעצער פֿון ברעסלאַו. דאָ װעט ער
  דאָס לעצטע מאָל אַרױסגײן אין געראַנגל
  פֿאַר דעם, װאָס איז אים טײַער אױף דער ערד.
  קוק, געגנט ייִדישע, און זײַ אַן עדות,
  װי שײן עס איז אין דער מינוט דײַן בכור,
  ניין, ניט פֿאַרפֿלעקט דעם רום פֿון זײַנע זײדעס
  און אָפּגעהיט דעם כּבֿוד פֿון זײַן דור. […]
  ביראָבידזשאַן! פֿון װײַטע שטשוק–פּאַקטױ–בערג
  צו גרוזיע דײַן װײ–געשרײ שרײַ אױס:
  דעם ערשטן האָט צעפּיקט דער דאָט דער רױבער
  גאַשװילין, װעמענס לעבן האָט געברױזט
  װי װײַן צעשױמטער אין אַן ענגן לאָגל.
  בומאַגין האָט פֿאַרקריצט פֿון װײ די צײן:
  אַ סאָפּקע װאָלט ער איצט אַהער דערטראָגן, — 
  אין שׂונא זי אַ װאָרף טאָן װי אַ שטײן! […]
  נאָר ס׳שלאָגט די שעה. קוק, ביראָבידזשאַן, מיט חידוש
  און דעם געװאַגטן זון דײַנעם דערקען.
  װער האָט מיט קראַפֿט געבענטשט דאָס האַרץ דאָס ייִדיש?
  װער האָט בײַ שמשונען אױף ס׳נײַ געשטאַרקט די הענט?
  דער רוסישער אוראַל, דאָס סטעפּישע קאַזאַך–לאַנד,
  װײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע און קובאַן, 
  קאַװקאַז — דאָס הױכע לאַנד און דאָס ריאַזאַנער פֿלאַכלאַנד,
 און גרוזיע, און אַזערבײַדזשאַן,
  דו, ייִדישער, באַזונטער, שײנער קאַנט —
  באַװאָרנט אים, געבענטשט אים און געכאָװעט,
  אַז מיט דעם יונגן װאָרט „ביראָבידזשאַן‟
  זאָל ער אין שלאַכט איצט הייליקן דײַן כּבֿוד. […]
  און אין דער לופֿט שװעבט דורך אַ רוסיש פּנים,
  אַ שלאַכטמאַן אין אַ פּעלץ, פֿאַרשנייט, פֿאַרװײט —
  בומאַגין, דוכט זיך, בײַ דער האַנט נעמט אָן אים:
  — מאַטראָסאָװ! — האָט בומאַגין זיך דערפֿרייט, —
  דעם װעג, װאָס דו האָסט אײן מאָל שױן באַטראָטן,
  ער שטײט מיר פֿאָר איצט, אָט דער װעג פֿון מוט.
  כ׳בין סטאַלינס אַ סאָלדאַט, אין דיר געראָטן,
  ס׳פֿאַלט אױף אײן װאָגשאָל אונדזער בײדנס בלוט…
  מאַטראָסאָװ גײט. זײַן לױכטנדיקער שפּור
  פֿירט יוספֿן אַרױס צום דאָט צום שװאַרצן,
  און יוסף װאַרפֿט זיך אױף דער אַמבראַזור
  און דעקט זי צו מיט צאַפּל פֿון זײַן האַרצן. […]
  די רױבער–נעסט — צעקרישלט און צעבראָכן,
  און װי אַ יעגער נאָך אַ שװער געיעג
  בומאַגין ליגט בײַם טױער פֿון נצחון
  די הענט אַװעקגעלײגט אױף דעם באַפֿרײַטן װעג […]
  — נעם, געגנט ייִדישע, בומאַגינס רום און פֿיר אים
  אַרײַן מיט כּבֿוד אין לעגענדעס פֿון דײַן שטאַם,
  ס׳זאָל יוסף זײַן דער יונגער שיר–השירים
  פֿון אַלטן פֿאָלק זײַנעם אין לאַנד ביראָבידזשאַן.
  קער אום זיך צום אַמור. סיביר שפּרײט אױס די װעגן,
  אױף אַקסל פֿון די בערג אוראַל דיך טראָגט אַהין,
  און ס׳חידושט זיך די װעלט: זי איז נאָך יונג, די געגנט,
  נאָר זי האָט שױן געבראַכט דעם לאַנד גיבורים זין…

בשעתּו, נאָך בימי ברעזשניעװן, װען אַ ייִנגעלע פֿון אונדזער הױז האָט מיר געזאָגט מיט אמתער שׂינאה: „היי, דו, ייִדעלע, אַ ייִדישע נשמה!‟ און אַ מיידעלע פֿון אונדזער הױז האָט מיר געמאָלדן: „בײַ דיר איז די מאַמע אַ שלעכטע, אַ ייִדישע!‟; װען עטלעכע שכנישע ייִנגעלעך בראָש מיט גענקאַ קולאַקאָװן, טראָגנדיק אַן אײַזערנעם שטעקן, האָבן געשריגן, אַז זײ װעלן מאַכן פֿון מיר אַ ייִדישן שאַשליק („צװיבל װעלן מיר אַװעקלייגן אױפֿן פּישערל, אױפֿן קאָפּ װעלן מיר אַװעקלײגן אַ װוּרשטל!‟ — און אַזױ װײַטער); װען אונדזער באַיאָרטער שכן האָט אין אָנװעזנהײט פֿון אַנדערע שכנים, בתוכם זײַן פֿרױ, געשריִען אױף מיר, דעמאָלט אַ 6־אָדער, 7–יאָריק קינד: „ייִדישע מאָרדע, גײ אַװעק פֿון דאַנען!‟ — נאָך דעם אַלעם האָב איך, אַ קלײן ייִנגעלע, װאָס האָט נאָך ניט געװוּסט װעגן מדינת–ישׂראל, געזאָגט מײַנע עלטערן: „װען כ׳װעל אױפֿװאַקסן, װעל איך פֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן און שפּילן פֿאַר מײַן פֿאָלק!‟.
  
כ׳געדענק, װי בערך מיט אָנדערטהאַלבן חדשים נאָך דעם, װי ליאַליע האָט מיך געהאַט אױפֿגעקלערט מכּוח דער שׂינאת–ישׂראל פֿון דער סאָװעטישער מלוכה, האָט מען אָפּגעמערקט דעם 50–יאָריקן יובילײ פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט. אױף דעם טאַטנס זאַװאָד האָט מען געװיצלט, אַז אין שײַכות מיט אָט דער דאַטע װעט יעדער ייִד באַקומען אַ מעדאַל. אױף דער טעלעװיזיע האָט מען איבערגעגעבן אַ שעהיקע טראַנסמיסיע װעגן ביראָבידזשאַן, אין װעלכער, צװישן אַנדערס, האָט דער דאָרטיקער פּאַרטײ–באַלעבאָס לעװ שאַפּיראָ באַריכות דערציילט מעשׂיות מכּוח די דערגרײכונגען פֿון זײַן געגנט, בפֿרט אַז מע רופֿט זי אָן די שפּײַזקאַמער פֿונעם כאַבאַראָװסקער קאַנט (אויפֿן סמך פֿון דעם אינטערװיו, װאָס ער האָט געגעבן מיט אַ סך יאָר שפּעטער, איז ער אױף תּמיד געבליבן אַן אידיאָט אַ קאָמוניסט, הגם ער איז אַרױס פֿון זײַן לאָקאַלער פּאַרטײ–אָרגאַניזאַציע, מחמת דאָרטן זײַנען געװען שׂונאי–ישׂראל, — סאַראַ חידוש!), און דער פּאָעט לעאָניד שקאָלניק האָט דעקלאַמירט זײַן ליד, װאָס דער סוף האָט געקלונגען אַזױ: „נאָר דאָ, בײַ דעם קלײנעם כינגאַן, איז מײַן נשמה פֿאַרמאָלדן.‟

כ׳געדענק, װי די מאַמע האָט דעמאָלט באַמערקט װעגן שאַפּיראָ: „ער איז עפּעס אַ טרױעריקער‟. נאָך דעם האָט מען טראַנסלירט אַ שעהיקן קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. אין אָנהייב האָט אַ יונגער ייִד מיט אַ באָרד באַגריסט דעם עולם מיט די װערטער „שלום–עליכם‟ און דערקלערט, װאָס זײ מײנען. אױפֿן אַנדערן טאָג זײַנען מיר אָפּגעפֿאָרן אױף דער דאַטשע, װוּ די טאַטע–מאַמע און די באָבע–זײדע האָבן באַהאַנדלט די נעכטיקע טראַנסמיסיע מיט אונדזערע שכנים די קופּערװאַסערס (אין אונדזער דאַטשע–ייִשובֿ זײַנען געװען דרײַ ייִדישע משפּחות: מיר, די קופּערװאַסערס און די װײַנשטײנס). די מאַמע האָט דעמאָלט געזאָגט: „דאָס װאָרט ׳ייִדישע׳ האָט מען די גאַנצע צײַט דורכגעלאָזט: ׳די געגנט׳, ׳די געגנט׳, די געגנט׳…‟ — און אַלע האָבן בפֿירוש מסכּים געװען.

נאָך דעם האָב איך געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, הלמאַי האָט מען געהאַט דורכגעלאָזט דאָס װאָרט „ייִדישע‟, און זי האָט געענטפֿערט: „כ׳װײס ניט‟. מיט בערך דרײַ חדשים שפּעטער אין האַאַפּסאַלו, בעת איך בין שלאַף געװאָרן און די מאַמע האָט מיר צוגעלײגט זענעפֿט–פּלאַסטערס אױפֿן רוקן, האָב איך, ליגנדיק אױפֿן בױך און ניט קוקנדיק דער מאַמען אין די אױגן, געזאָגט: „איך װײס, פֿאַר װאָס מע האָט דורכגעלאָזט דאָס װאָרט ׳ייִדישע׳. ליאַליע האָט מיר דערצײלט…‟. מיט אַ סך יאָרן שפּעטער האָב איך באַשריבן יענעם עפּיזאָד אין מײַן דערציילונג „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟.

הגם אַצינד װױנען דאָרטן זײער װײניק ייִדן, װאָלט איך געװען אַ בעלן אַ מאָל באַזוכן ביראָבידזשאַן, זיצן דאָרטן אין אַרכיװן, לײענען די דאָרטיקע אַלטע ייִדישע אױסגאַבעס און הערן רעקאָרדירונגען פֿון ראַדיאָ–טראַנסמיסיעס אױף ייִדיש: בשעתּם זײַנען דאָך געװען גאָר אַ סך ייִדן, פֿאַר װעלכע יענע צײַטונגען, זשורנאַלן און ראַדיאָ–טראַנסמיסיעס זײַנען געװען דאָס טאָג–טעגלעכע ברױט, און איצט זײַנען זײ אַ טײל ניט בלױז פֿון דער ייִדישער געשיכטע, נאָר אױך פֿון דער ייִדיש–געשיכטע. בפֿרט װאָלט, אַװדאי, געװען אינטערעסאַנט צו לײענען די „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ פֿאַר די 1950ער, בעת די צײַטונג איז געװען די אײנציקע ייִדישע אױסגאַבע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. װאָס שײך די ראַדיאָ–טראַנסמיסיעס, לעת–עתּה איז מיר געלונגען געווען צו געפֿינען אין דער אינטערנעץ בלױז אײנע: יענע, אין װעלכער בוזי מילער האָט דעקלאַמירט אַ פֿראַגמענט פֿון זײַנעם אַ װערק.

ראַפֿאַיִל כאַזאַק

מכּוח ישׂראל… אום זומער 1986, בעתן אָפּרו אין „איװאַנאָװאָ‟, האָב איך זיך באַקענט מיטן קאָמפּאָזיטאָר ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטש כאָזאַק. דאָרטן האָבן מיר שפּאַצירט אַ סך צוזאַמען, און ער האָט מיך „אױפֿגעקלערט‟… אַװדאי, האָב איך דעמאָלט שױן געװוּסט, אַז מיר לעבן אין טינוף, אין אַ מיאוסער מלוכה, אַז אױפֿן מערבֿ לעבט מען אַ סך בעסער און דאָס, װאָס „אונדזערע‟ מאַס–מעדיאַ טיילן מיט, איז שקר–וקזבֿ, נאָר מע טאָר בשום–אופֿן ניט רײדן װעגן דעם, אַניט הן איך, הן מײַנע קרובֿים װעלן האָבן צרות וכדומה, — אָבער דװקא ר׳ רפֿאל בן מתּתיהו האָט עס מיר דערקלערט מער פּרטימדיק און קאָנקרעט, דהײַנו: אַז אַ חוץ מאַרקסיזם זײַנען דאָ אַ סך אַנדערע לערעס, גרױסע לערעס, און אױפֿן מערבֿ קאָן מען זיך באַקענען מיט זײ אַלע און אױסקלײַבן, אָבער בײַ אונדז: „מאַרקס׳ לערע איז דער אָביעקטיװער אמת‟ — און שױן; אַז אין די מערבֿדיקע מלוכות זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשײדענע פּאָליטישע פּאַרטײען, און מע קאָן אױסקלײַבן יענע פּאַרטיי, װעלכער מ׳גיט אָפּ די בכורה, נאָר בײַ אונדז הײבן אַלע אױף די הענט, װי מאַריאָנעטקעס, און מ׳דערקלערט: „אָנגענומען אײנשטימיק‟. נאָך װיכטיקער אָבער איז געװען דאָס, װאָס ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטש האָט מיך אױפֿגעקלערט אױך אינעם ייִדישן זינען: דערצײלט מיר אַ סך װעגן מדינת–ישׂראל און דער ייִדישער געשיכטע בכלל, טענהנדיק דערבײַ: „איך װיל, דו זאָלסט זיך אַליין דערקענען, זיך דערװיסן, װער דו ביסט.‟. דװקא פֿון אים האָב איך דערהערט צום ערשטן מאָל, אַז אַראַפֿאַט איז לחלוטין ניט קײן „קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהײט און יושר‟, װי ס׳פֿלעגט אים פֿאָרשטעלן די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע, נאָר אַ טעראָריסט און אַ מערדער; אַז אױף אַן אמתן איז ישׂראלס זאַך אַ גערעכטע און אַזױ װײַטער. דאָס אַלץ האָט געפֿונען אַ געבענטשטן באָדן: איך האָב תּמיד געהאַט אַ שטאַרק נאַציאָנאַל געפֿיל, נאָר כּמעט קײן שום אינפֿאָרמאַציע מכּוח ייִדישע ענינים, אַפּשיטא שױן אמתדיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן מדינת–ישׂראל, האָב איך ניט געהאַט און אַפֿילו ניט געװוּסט, װוּ צו קריגן זי. אַװדאי, איז עס געװען העכסט װיכטיק פֿאַר מײַן יונגער ייִדישער נשמה, און אַװדאי, װעל איך תּמיד זײַן זײער דאַנקבאַר פֿאַר דעם ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטשן.

אַ מאָל האָט ער מיר געװיזן נאָך אַ נײַעם אַנטי–ישׂראלדיקן אַרטיקל אין דער אויסגאַבע „ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ‟, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ: „אַ גרופּע פּאַלעסטינער האָט פֿאַרכאַפּט אַ ישׂראלדיקן אױטאָבוס‟. „אָט צום ערשטן מאָל‟ — האָט ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטש געזאָגט, — „האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, פֿון װעלכן מע קאָן פֿאַרשטײן, װוּ איז דער אמת. צו װאָס האָבן זײ געדאַרפֿט פֿאַרכאַפּן אַן אױטאָבוס? כּדי צו נעמען די פּאַסאַזשירן װי ערבֿניקעס!‟. מיט אַ סך יאָרן שפּעטער, בעת כ׳האָב געלעבט אין לאָנדאָן, האָב איך דורכגעלײענט אין „גאַרדיאַן‟ כּמעט דאָס זעלבע, נאָר פֿאַרקערט: דער גאַנצער אַרטיקל, בתוכם זײַן קעפּל, איז געװען װעגן דעם, אַז ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט האָבן דערהרגעט צװײ פּאַלעסטינער, — און בלױז אינעם סאַמע סוף איז אָנגעשריבן געװאָרן, אַז ס׳איז געװען אַן ענטפֿער–אַקציע אױף אַ טעראָריסטישער אַטאַק מצד די פּאַלעסטינער, מחמת װעלכער ס׳זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן אפֿשר אײן און אפֿשר צװײ (כ׳געדענק שױן ניט גענױ) ישׂראלים! ס׳איז, קאָן זײַן, נאָך ערגער, װי אין „ליטעראַטורקע‟: װיפֿל מענטשן לײענען דאָך איבער דעם אַרטיקל ביזן סוף? אַ סך לײענען בכלל בלױז די קעפּלעך — און מישפּטן דװקא לױט זײ! 
  
דאָס אײנציקע, אין װאָס אַצינד, מיט אַ סך יאָרן שפּעטער, קאָן איך, אַװדאי, בשום–אופֿן ניט מסכּים זײַן מיט ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטשן, ז״ל, איז זײַן באַציִונג צו ייִדיש. הגם ער איז נתפּעל געװען פֿון שלום–עליכמען, װאָס שײך דער שפּראַך, אױף װעלכער יענער פֿלעגט שרײַבן, האָט ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטש געזאָגט מיט ביטול: „ס׳איז אַ זשאַרגאָן!‟. דעם פֿאַקט, װאָס ייִדיש, אין אונטערשײד פֿון העברעיִש, איז ניט געװען פֿאַרװערט אין דער סאָװעטישער מלוכה, האָט ער דערקלערט אַזױ: „עבֿריתּ דערװעקט דאָס נאַציאָנאַלע געפֿיל, און מחמת דעם װיל דער ייִד זיך אומקערן אַהײם, אין זײַן הײמלאַנד, נאָר ייִדיש דערװעקט ניט אַזאַ געפֿיל.‟. כאָטש ס׳איז דאָ אַ ברעקל אמת אין דעם, איז עס, אַװדאי, פּראָסט גערעדט. באמת, דערװעקט העברעיִש גיכער, אײדער ייִדיש, דאָס  צ י ו נ י ס ט י ש ע  געפֿיל (אַגבֿ, ניט בײַ אַלעמען: בײַ שמעון יאַקערסאָנען [1], למשל, איז עס קײן מאָל ניט געװען אַזױ), נאָר װאָס שײך דעם נאַציאָנאַלן געפֿיל, דערװעקט עס ייִדיש אױך און זײער שטאַרק: דעריבער טאַקע איז עס געװען פֿאַרװערט אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד סוף 1940ער — אָנהייב 1950ער יאָרן. בכלל איז דאָס אַלץ ניט אַזױ אײנזײַטיק; מ׳קאָן זיך דערמאָנען, אַ שטײגער, אין גלאַטשטײנס שורות: „רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד, און איך װעל צו דיר רעדן עבֿריתּ ממילא.‟. און, אַװדאי, איז הײַנט אַלעמען, װאָס קען גוט ייִדיש און די ייִדיש–קולטור, לגמרי קלאָר, אַז כאָטש בשעתּו — כּמעט מיט טױזנט יאָר צוריק — איז עס אױפֿגעקומען אױפֿן יסוד פֿון דעמאָלטיקע דײַטשישע דיאַלעקטן, איז ייִדיש לחלוטין ניט קײן „זשאַרגאָן‟ (װי, צום בײַשפּיל, אַזערבײַדזשאַניש איז ניט קײן „זשאַרגאָן‟ פֿון טערקיש), נאָר ביז גאָר אַן אײגנאַרטיקע, רײַכע און אױסדריקלעכע שפּראַך, און די אָנצאָליקע עוצרות פֿון דער קולטור, װאָס אונדזער פֿאָלק האָט געשאַפֿן אױף אָט דער שפּראַך במשך פֿון יאָרהונדערטער, איז ממש ניט איבערצושאַצן.

באַלד נאָך „איװאַנאָװאָ‟ האָבן אַנע פּאַװלאָװנע און איך געמוזט פֿאָרן „אין װײַטע מקומות‟, און אין שײַכות מיט דעם, לױט די דעמאָלטיקע סאָװעטישע „מינהגים‟, האָט מען אַנע פּאַװלאָװנען אַרױסגערופֿן אין פּאַרטײ–קאָמיטעט, כּדי דורכצוקאָנטראָלירן איר פּאָליטישע באַהאַװנטקײט. כ׳געדענק, װי ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטש, װאָס פֿלעגט כּסדר הערן מערבֿדיקע ראַדיאָ־טראָנסמיסיעס (בתוכם, אַװדאי, ישׂראלדיקע), האָט איר דערקלערט, װאָס עס טוט זיך אין דער אמתן אױף דער װעלט און װאָס זי זאָל זאָגן אינעם פּאַרטײ–קאָמיטעט. בשעת אונדזער רײַזע אין יאַפּאַן מיט צװײ חדשים שפּעטער האָבן מיר, צװישן אַנדערש, זיך דערװוּסט, אַז די אורלױבן דאָרטן זײַנען גאַנץ קורצע און װערן ניט באַצאָלט; דערצו סטאַרען זיך די יאַפּאַנער בכלל אױסמײַדן אורלױבן, „װײַל דער נאַטשאַלניק קאָן קומען און פֿרעגן: װוּ איז דער און דער? אין אורלױב? און צו װאָס דאַרף איך אים, אױב ער איז אין אורלױב? לאָמיך בעסער נעמען אַן אַנדערן, װאָס װעט ניט אַװעקגײן אין אורלױב!‟. געװױר געװאָרן װעגן דעם, האָבן מיר עס אױפֿגענומען פּאָזיטיװ, מחמת עס סטימולירט בפֿירוש די מענטשן צו אַרבעטן בעסער — אין אונטערשײד פֿון דעם, װאָס ס׳האָט זיך געטאָן בײַ אונדז.

פֿון דעסטװעגן, אומגעקערט זיך אַהײם, האָט אַנע פּאַוולאָוונע, כּדי מע זאָל חלילה ניט חשוד זײַן, אַז דער מערבֿ האָט זי באַצױבערט, דערצײלט פֿאַרשײדענע מענטשן, װי שװער איז דאָס לעבן אין יאַפּאַן: די אורלױבן דאָרטן זײַנען זייער קורצע און װערן ניט באַצאָלט. אָט אַזױ האָבן מיר געלעבט אין דער סאָװעטישער מלוכה…

נו, און בעת מײַן ערשטער נסיעה אין ישׂראל מיט צװײ יאָר שפּעטער איז מיר, אַװדאי, געװאָרן קלאָר, אַז ס׳איז מײַן לאַנד. צום באַדױערן, איז ראַפֿאַיִל מאַטװעיעװיטשן ניט געװען באַשערט „זיך אומקערן אַהײם, אין זײַן הײמלאַנד‟: ער איז אַװעק אױפֿן עולם–האמת אין 1989… זײַן אַלמנה ראַיִסע סאָלאָמאָנאָװנע האָט אים איבערגעלעבט אױף אַ סך יאָרן און וווינט איצט אין ירושלים.

כּבֿוד זײַן אָנדענק! אַ װױלער מענטש געװען און אַן אמתער ייִד.

מײַ 8

קאַרינאָטשקע איז װידער גוט געשלאָפֿן, און די מאַמע איז הײַנט אין אַ גאָר בעסערער שטימונג!

דער אַלטער און לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿון קאַרינאָטשקעס שול יורי זאַװעלסקי איז געשטאָרבן… כ׳דערמאָן זיך אין אונדזער דירעקטאָר, זינאָװי איסאַאַקאָװיטשן, עליו–השלום. שױן העכער 30 יאָר, זינט ער איז אַװעק אױפֿן עולם–האמת… בײַ מיר זײַנען געבליבן גוטע דערינערונגען װעגן אים, היות ער האָט זיך תּמיד גוט באַצױגן צו מיר. אַנע פּאַװלאָװנע און יעלענע סאַמױלאָװנע אָבער האָבן זיך ניט אײן מאָל געקלאָגט אױף זײַן גראָבקײט, דאָס געדענק איך אױך. ער האָט אָנגעפֿירט מיט אונדזער שול כּמעט ביז זײַן טױט — אַ חוץ עטלעכע יאָרן, װען אין סאַמע ברען פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, אין 1952, האָט מען אים אַראָפּגענומען און געמאַכט פֿאַרן שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם דירעקטאָר. איך האָב געהערט אַ סך װעגן אים: ס׳רובֿ פֿון אַנע פּאַװלאָװנען, נאָר אױך פֿון אַנדערע מענטשן. לויט אַנע פּאַװלאָװנעס ווערטער, איז זינאָװי איסאַאַקאָװיטש געװען אַ גרױסער דיפּלאָמאַט — און, אַװדאי, האָט ער געמוזט זײַן אַזאַ אין זײַן מצבֿ. ער האָט איר אַלײן דערציילט, װי אַ מאָל ער איז געגאַנגען אינעם מאָסקװער שטאָטראַט, כּדי צו בעטן עפּעס פֿאַר דער שול, און עס האָט אים דאָרטן אױפֿגענומען דער טשינאָװניק מיט דער פֿאַמיליע מײ. זינאָװי איסאַאַקאָװיטש (אָדער „זיף‟, װי מיר פֿלעגן אים רופֿן) האָט תּחילת געפֿרעגט, צי יענער איז אַ קרובֿ פֿון לעװ מײ, דערנאָך גערעדט מיט אים אַ ביסעלע װעגן פּאָעזיע — און נאָך דעם געמאַכט דעם טשינאָװניק װױלגענײגט צו זיך אַזוי ווײַט, אַז יענער האָט סוף–כּל–סוף געגעבן אַ פּאָזיטיװן ענטפֿער אויף זיפֿס בקשה. בכלל איז אים בפֿירוש אױסגעקומען צו גײן אַ סך אין יענעם אַנשטאַלט; ער האָט דערצײלט, אַז זײַן פּאָפּוגײַ פֿלעגט כּסדר איבערחזרן צװײ פֿראַזעס: „גאָט מײַנער, גאָט מײַנער, װוּ איז לאַדע?‟ (זינאָװי איסאַקאָװיטשס שטיף־אײניקל) און „איך װעל גײן אינעם שטאָטראַט.

זינאָווי איסאַאַקאָוויטש (זיף)

בעת מע פֿלעגט קומען צו זיפֿן מיט בקשות, װאָס ער האָט ניט געװאָלט אױספֿירן, פֿלעגט ער פֿאַררײען דעם מענטשן דעם קאָפּ: אָנהײבן רײדן וועגן עפּעס גאָר אַן אַנדער זאַך. איין מאָל האָט װאַלענטינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ אַריסטאָװאַ, אַ פּיאַנע–לערערין אין אונדזער שול און זײער אַן אידעיִשע קאָמוניסטקע (זי איז דער פּראָטאָטיפּ פֿון נינאַ ניקאָלאַיעװנאַ גאָלענקאָװאַ אין „אין דער לײַבלעכער פֿרעמד‟), האָט זיך באַרימט פֿאַר אירע קאָלעגעס, בתוכם אַנע פּאַװלאָװנען, אַז װען זיף האָט איר געפּרוּװט פֿאַררײדן די צײן, האָט זי אַ זעץ געטאָן מיט דער פֿױסט אין טיש און געזאָגט: „צי װעט איר מיך אויסהערן, צי ניט?! — און ער האָט זי געמוזט אױסהערן.
  
פֿון דעסטװעגן, ניט תּמיד, פֿלעגט ער איר נאָכגעבן. װען איך בין געװען אינעם דריטן קלאַס, איז מײַנע אַ קלאַס–חבֿרטע ראַדע גרין אַװעקגעפֿאָרן מיט איר משפּחה קײן אַמעריקע (כ׳געדענק, װי מײדלעך פֿון אונדזער קלאַס האָבן זיך געשושקעט אינעם גאַרדעראָב: „די גאַנצע שול װײסט שױן!‟), און מיט אַ סך יאָרן שפּעטער האָבן ראַדע און איר טאַטע מיר דערציילט, אַז װען זײ האָבן געהאַט דערלאַנגט די מעלדונג אױף אַרױספֿאָרן, האָט אַריסטאָװאַ זיך אָפּגעזאָגט לערנען ראַדען װײַטער, און זיף האָט איר געזאָגט, אַז זי איז מחויבֿ עס צו טאָן.

איך װײס נאָך אײן מעשׂה, װאָס װײַזט אים אַרױס פֿון זײער אַ גוטער זײַט. בשעתּו האָט סאַשע קניאַזיעװ [2] געגעבן זײַנעם אַ שול–חבֿר עפּעס אַ סאַמאיזדאַט–בוך; זײַן חבֿר האָט עס געגעבן נאָך עמעצן, יענער — נאָך עמעצן, ביז דאָס בוך איז סוף–כּל–סוף אַרײַנגעפֿאַלן אין ליליאַנאַ געאָרגיעװנאַס הענט: אונדזער פֿאַרװאַלטערין פֿונעם לערנטײל, די לערערין פֿון ביאָלאָגיע און כעמיע, און אױך גאָר אַן אידעיִשע דאַמע. ס׳האָט אױסגעבראָכן אַ מסוכּנער סקאַנדאַל, מ׳האָט אַרױסגערופֿן סאַשען צו זיפֿן, ער איז אַרײַן אין זײַן קאַבינעט, ציטערנדיק פֿאַר מורא… און זינאָװי איסאַאַקאָװיטש האָט דערלאַנגט סאַשען דאָס בוך מיט די װערטער: „איז אַזױ: דאָס בוך האָב איך איבערגעלײענט. עס איז זײער אינטערעסאַנט, נאָר דו ברענג עס מער ניט אין שול און גיב עס קײנעם ניט לייענען,‟ — און שױן.
  
אַנע פּאַװלאָװנע האָט דערצײלט, אַז יעדעס מאָל, װען אין אונדזער שול איז אָנגענומען געוואָרן אַ קינד פֿון אַ „נײַער‟ נאַציאָנאַליטעט, האָט זיף אָפּגעמערקט אָט דעם פֿאַקט אױף אַ פֿאַרזאַמלונג, פּרוּװנדיק, אַפּנים, אױף אַזאַ אופֿן „אָנצוהאַלטן דעם באַלאַנס‟, היות אין שול זײַנען געװען אַ סך ייִדן, הן צװישן די לערערס, הן צװישן די שילערס. זי האָט אױך דערצײלט, אַז װען עמעצער פֿון אונדזערע פּעדאַגאָגן פֿלעגט שטאַרבן, האָט זיף תּמיד געזאָגט אַ סך װאַרעמע װערטער אױף דער לװיה. איין מאָל האָט זי אים געזאָגט: „איר האָט גערעדט אַזױ גוט — נאָר מ׳דאַרף זאָגן אַזעלכע װערטער, כּל–זמן דער מענטש איז נאָך אַ לעבעדיקער!‟ — און זיף איז געװאָרן זײער אומצופֿרידן. שפּעטער האָט אַנע פּאַװלאָװנע דערצײלט װעגן דעם אירער אַ געװעזענער לערערין — און יענע האָט געענטפֿערט: „ער איז בײַ אײַך אַ חכם: ער לױבט ניט קײנעם פֿון אײַך, כּדי ניט אַרױסצורופֿן אײפֿערזוכט בײַ די אַנדערע!‟. דאַן האָט אַנע פּאַװלאָװנע פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז דװקא אַזױ.
  
יאָ, זינאָװי איסאַאַקאָװעטשן איז בפֿירוש געװען לחלוטין ניט גרינג, און ער האָט געמוזט כּסדר „באַלאַנסירן‟ — אין פֿאַרשײדענע הינזיכטן. און נאָך אײן טשיקאַװער פּרט: ער האָט אַ מאָל געזאָגט אַנע פּאַװלאָװנען, אַז בײַ זיך אין שטוב שלאָפֿט ער אין דער קיך און עס געפֿעלט אים: ער קאָן זיך מאַכן טײ, װען ער װיל, און אַזױ װײַטער. דער אַלטער דירעקטאָר פֿון אַ שול (אײנער פֿון די סאַמע בעסטע און פּרעסטיזשפֿולע שולן אין לאַנד!) איז געשלאָפֿן אין קיך… ער האָט, אַגבֿ, געהאַט אַ פֿרױ; אַװדאי, װײס איך ניט, װאָס פֿאַר אַ באַציִונגען זײ האָבן געהאַט צווישן זיך. איך האָב זי געזען, בעת מיר זײַנען אַלע געװען אין לװאָװ, און דעם אמת געזאָגט, האָט זי געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון עפּעס אַ גראָבער, װוּלגאַרער פֿרױ. זיף איז געװען אַן אַנדערער: הגם ער האָט זיך צו מאָל דערלױבט רײדן גראָב מיט אַנע פּאַװלאָװנען, יעלענע סאַמױלאָװנען און אַנדערע לערערינס, איז ער בטבֿע געװען אַן אינטעליגענטער מענטש. כ׳געדענק, װי בשעת יענער נסיעה איז ער אַרײַן אינעם קופּע, װוּ מיר, שילערס, האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט, און האָט אונדז דערציילט, אַז בעת דער מלחמה האָט יעדער סאָלדאַט, פֿאָרנדיק אין אַ צוג, געחלומט צו שלאָפֿן אונטער אַ באַנק, מחמת דאָס איז געװען דאָס סאַמע באַקװעמע אָרט.
  
ס׳װאָלט זיך, אַװדאי, געװאָלט האָפֿן, אַז ער האָט געהאַט מאָמענטן פֿון נחת אין זײַן גאָר ניט קײן גרינג לעבן. אַלנפֿאַלס, האָט ער אָן שום ספֿק ליב געהאַט זײַן שול און אונדז, „זײַנע‟ קינדער. בפֿרט פֿאַר מיר האָט ער געטאָן דװקא דאָס, װאָס איך האָב געדאַרפֿט: באַשטימט פֿאַר מיר דעם רעזשים פֿון פֿרײַען באַזוכן די שול און געזאָגט די לערערס פֿון אַלגעמײנע קעגנשטאַנדן, זײ זאָלן ניט פֿאָדערן פֿון מיר צו פֿיל, כּדי איך זאָל קאָנען זיך רויִק פֿאַרנעמען מיט מוזיק.
                            

דער מיליטערישער צווינטער אין פּראָג

  
אַנדרײ איז געקומען צו אונדז, ער איז שטאַרק מאָגער געװאָרן. מיט אַנע פּאַװלאָװנען איז אַלץ דאָס זעלבע…
  
געשפּאַנט 11.5 קילאָמעטער. אױפֿן מיליטערישן צװינטער, אױף די קבֿרים און בײַ די דענקמעלער פֿון סאָװעטישע און בולגאַרישע שלאַכט־לײַט ליגן אַ סך פֿרישע בלומען און בלומענקרענץ (דאָ איז דװקא הײַנט דער טאָג פֿון נצחון). בעתן שפּאַצירן דאָרטן, פֿאַרהאַלט איך יעדעס מאָל מײַן בליק, כאָטש אױף אַ רגע, אױף צוויי דענקמעלער, אויף װעלכע ס׳איז מיט רוסישע אותיות אױסגעקריצט: „גװאַרדיע–מאַיאָר אַשקינעזער איסײַ שמערקאָװיטש‟ און „יעפֿרײטאָר לאַװעטמאַן חיים נאַכימאָװיטש‟. זיי זײַנען ביידע געבראַכט צו קבֿורה אין אַ פֿרעמד לאַנד צװישן פֿיל רוסן, טאָטערן און אַנדערע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן, װאָס זײַנען געפֿאַלן צוזאַמען מיט זײ… און בלױז מיט עטלעכע צענדליקער מעטער פֿון זײערע קבֿרים געפֿינט זיך דער נײַער ייִדישער בעת–עולם.
  
הײַנט איז סאָפֿראָניצקיס [2] 120סטער יוביליי. אינעם ספֿר בראשית װערט דערציילט מכּוח דעם, װי דער בורא, לױט אַבֿרהמס בקשה, האָט מסכּים געװען ניט חרובֿ צו מאַכן סדם לשם די צען אומשולדיקע אײַנוווינערס, אױב זײ װעלן זיך דאָרטן געפֿינען. אַװדאי, איז אין רוסלאַנד פֿאַראַן אַ סך פּאַסקודסטװע, און דאָך זײַנען דאָרט דאָ אויך גוטע מענטשן, בתוכם מײַנע פֿרײַנד, װאָס פֿאַרשטײען גוט, אין װאָס פֿאַר אַ מלוכה זײ וווינען, — נאָר רוסלאַנד האָט אױך געגעבן דער װעלט פֿיל גרױסע מענטשן: פּושקינען, מענדעלעיעװן, סטאַניסלאַװסקין, שאָסטאַקאָװיטשן, סאַכאַראָװן… אײנער פֿון זיי איז אָן שום ספֿק געװען װלאַדימיר װלאַדימיראָװיטש סאָפֿראָניצקי.

  
אַװדאי, האָב איך פֿון קינדשאַפֿט אָן געהערט אַ סך זײַנע רעקאָרדירונגען, הגם פֿאַרשטאַנען און ליב באַקומען האָב איך אים ניט תּיכּף: מײַן קינדערשע נשמה האָט געלעכצט פּשטות, װאָס, װי באַװוּסט, איז ניט געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר סאָפֿראָניצקין. דװקא מחמת אָט דער סיבה זײַנען מיר תּמיד געװען פֿיל נעענטער, למשל, רובינשטײן און ליפּאַטי. היות די מאַמע פֿלעגט מיר דערקלערן, אַז סאָפֿראָניצקי איז געװען אַ גרױסער פּיאַניסט, און איך, נאַטירלעך, האָב איר געגלײבט, האָב איך איר אַ מאָל געזאָגט: „איך פֿאַרשטײ, אַז ער איז זײער אַ גוטער, — נאָר אפֿשר, האָט ער זיך בײַ קײנעם ניט געלערנט?‟ — אױף װאָס די מאַמע, אַ פֿאַרחידושטע, האָט געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך געהאַט געלערנט בײַ ניקאָלאַיעװן. שפּעטער האָב איך איבערגעלײענט אינעם בוך „דערינערונגען װעגן סאָפֿראָניצקין‟, אַז צום סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער אַלײן געשטרעבט צו פּשטות אין זײַן שפּילן און ניט אײן מאָל זיך געקלאָגט אױף דעם, װאָס מ׳האָט אים געהאַט שלעכט געלערנט (הגם בדרך–כּלל, פֿלעגט ער זיך תּמיד אָפּרופֿן מיט גרויס דרך–ארץ און ליבע װעגן ניקאָלאַיעװן).

װי עס זאָל ניט זײַן, אַצינד, בעת איך הער סאָפֿראָניצקיס רעקאָרדירונגען, פֿיל איך, אַז אין תּוך איז זײַן קונסט מיר באמת נאָענט צום האַרצן. 
  
…װי באַװוּסט, איז אין יעדן שקר דאָ אַ ברעקל אמת. מיר דוכט זיך, אַז אינעם מיטאָס װעגן דער באַזונדערער רוסישער גײַסטיקײט, װאָס כּלומרשט פֿעלט אױפֿן מערבֿ אויס, איז דאָ אױך אַ פּיצינק ברעקל אמת, וואָס באַשטײט אין אָט װאָס. גוט האָט אָנגעשריבן מכּוח דעם מיכאַיִל קאַזיניק [4] אין זײַן בוך „די סודות פֿון זשעניִען‟. אין רוסלאַנד איז פֿאַראַן זײער אַן ענגער קרײַז מענטשן, — אפֿשר 3–2 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג — װאָס  ל ע ב ן   מ י ט   ק ו ל ט ו ר   אין פֿולן זינען פֿון װאָרט. ס׳רובֿ פֿון זײ וווינען אין מאָסקװע, און דער רעשט פֿון רוסלאַנדס באַפֿעלקערונג איז לחלוטין ניט צובאַהאָפֿטן צו קולטור. מכּוח דעם מערבֿ, זײער אַ סך מענטשן דאָ, בתוכם אין פּראָװינץ, זײַנען יאָ צובאַהאָפֿטן צו קולטור, זײ שעצן זי און האָבן זי ליב — נאָר זײ באַציִען זיך צו איר, װי צו עפּעס, פֿון װאָס מע באַקומט פֿאַרגעניגן אין אַ פֿרײַער שעה.

און נאָך אײן בײַשפּיל… איך האָב אַ גוטע באַקאַנטע, װאָס איז אַװעקגעפֿאָרן פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װען זי איז געװען אַלט 20 יאָר. דאָרט איז איר אױסגעקומען איבערצוטראָגן אַ סך חזירײַען, לכן אױף לאַנגע יאָרן זײַנען אין איר נשמה געבליבן בלױז העכסט נעגאַטיװע געפֿילן בנוגע איר געבורטלאַנד. שױן לעבנדיק אױפֿן מערבֿ, האָט זי זיך באַקענט און פֿאַרחבֿרט מיט יעװגעני סװעטלאַנאָװן, און װען יענער איז געשטאָרבן, איז זי געפֿלױגן קײן מאָסקװע אױף זײַן לװיה. אומגעקערט זיך פֿון דאָרטן, האָט זי מיר געזאָגט: „יעװגעני פֿיאָדאָראָװיטש האָט געפּועלט, כ׳זאָל מאַכן שלום מיט רוסלאַנד, װײַל בײַ דער גאַנצער דאָרטיקער כאַמישקײט און אַלע אַנדערע מיאוסקײטן, איז דאָרט פֿאַראַן אַזאַ קולט פֿון קולטור, װאָס איז באמת אוניקאַל. אין ערגעץ ניט אױף דער װעלט קאָן איך זיך ניט פֿאָרשטעלן, אַז דער גאַסן–פֿאַרקער זאָל זיך אָפּשטעלן צוליב דעם, װאָס אַ מוזיקאַנט איז געשטאָרבן! און אַלע יענע זקנות אין פּראָסטער קלײדונג, װאָס זײַנען געגאַנגען נאָך דער לװיה מיט בלומען אין די הענט…‟. 
  
אַפּנים, דװקא דערפֿון איז אױפֿגעקומען דער מיטאָס מכּוח דער „רוסישער גײַסטיקײט‟. אין דער אמתן, איז עס שײך בלױז צו אַ קליינעם פּראָצענט פֿון רוסלאַנדס באַפֿעלקערונג — נאָר אָט דער פֿענאָמען, וועגן וועלכן ס׳האָט דערמאָנט מײַן באַקאַנטע, פֿאָרט עקזיסטירט דאָרט. און, אַװדאי, װי נ. אײדעלמאַן [5] האָט בשעתּו לגמרי ריכטיק אָנגעשריבן װ. אַסטאַפֿיעװן [6], „אַ ברעקל אמת, אױסגענוצט פֿאַר אַ פֿאַלשן ציל, אין אַ פֿאַלשן קאָנטעקסט, איז שױן ניט קײן אמת, נאָר אַ ליגן, און אפֿשר, דער ערגסטער ליגן…‟

[1] שמעון (סעמיאָן) יאַקערסאָן (1956) — סאָוועטיש־רוסלענדישער העברעיִסט, מומחה אין מיזרח־ליטעראַטור
[2] אַלעקסאַנדר קניאַזיעוו (1961) — רוסלענדישער וויאָלאָנטשעליסט
[3] סאָפֿראָניצקי, וולאַדימיר (1901־1961) — פּיאַניסט, פּראָפֿעסאָר פֿון לענינגראַדער און מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריעס
[4] קאַזיניק, מיכאַיִל (1971) — סאָוועטישער און שוועדישער מוזיקער
[5] אײדעלמאַן, נתן (1930־1989) — סאָוועטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער, שרײַבער
[6] אַסטאַפֿיעוו, וויקטאָר (1924־2001) — סאָוועטישער שרײַבער

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s