אַ משוגענער (המשך)

עמיל קאַלין

קאַפּיטל זיבן

דער ברוסטהאַלטער פֿון חנה ראָזנער איז געווען טאַקע ריזיק. מע האָט געקענט, אָן אַ גוזמא, אַרײַנשטעקן אין אים צוויי שיינע אַרבוזן און עס וואָלט נאָך געבליבן אַ ביסל אָרט. לייבל, איר בן-יחיד, אַ בר-מיצווה־ייִנגל מיט אַ שאָטן פֿון וואָנצעס איבער דער אייבערשטער ליפּ, איז געשטאַנען אַ געפּלעפֿטער מיט דער מאַמענס ברוסטהאַלער אין ביידע הענט און געפּרוּווט פֿאַרשטיין ווי מע טוט אָן אַזאַ משונה-ווילדע זאַך. די גרייס איז געווען פּשוט אומבאַגרײַפֿלעך. ער האָט געפּרוּווט אָנטאָן דעם ברוסטהאַלטער אויף זיך, אָבער זיך פֿאַרפּלאָנטערט מיט די פּאַסן. לסוף, איז דער ברוסטהאַלטער געבליבן הענגען קרומערהייט אויף זײַן פֿלאַכער, גלאַטער ברוסט.

אירע תחתּונים האָבן אויסגעזען נאָך גרעסער און דראָענדיקער. זיי האָבן דערמאָנט אַ געצעלט אָדער אַ זעגל פֿון אַ שיף. עס איז נישט געווען קיין שום שאַנס, אַז די לויזע גומע זאָל קענען אַרומכאַפּן זײַנע שמאָלע ייִנגלישע היפֿטן, האָט ער געמוזט זיי האַלטן, די תחתונים, מיט איין האַנט.

די געשטאַלט, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר אים אין שפּיגל, איז קוים געווען ענלעך אויף אים. זי האָט אויסגעזען ווי אַ סטראַשידלע, אָנגעטאָן אין אַלטע שמאַטעס, וואָס מע האָט זי געלאָזט שטעקן אין מיטן פֿעלד, כּדי אַלעמען אָנצושרעקן און אָפּשרעקן. פּונקט אין דעם מאָמענט האָט עמעצער צעפּראַלט הינטער אים די טיר. עס איז געווען צו שפּעט זיך באַהאַלטן אָדער זיך אויסטאָן. ער האָט געפּרוּווט צוטראַכטן און אויסקוועטשן פֿון זיך אַ תּירוץ, געפֿינען אַן אופֿן צו דערקלערן מיט שׂכל, הלמאַי שטייט ער אַזוי אויסגעפּוצט אין מאַמעס אונטערוועש.

די מאַמע און מומע אסתּר — איינע גרעסער פֿון דער אַנדערער, — האָבן זיך אַרײַנגערוקט אין צימער און אים אָנגעקוקט מיט צעעפֿנטע אויגן, ווי זיי וואָלטן ערשט דערזען דעם אייבערשטן נאַקעט. נאָך אַ קורצער שווײַגעניש האָט מומע אסתּר גענומען לאַכן אַזוי שטאַרק, אַז לייבל האָט מורא באַקומען זי זאָל, חלילה, נישט כאַפּן אויפֿן אָרט אַ מיתה-משונה. אַז מומע אסתּר איז אַ קאַפּעלע געקומען צו זיך, האָט זי געטײַטלט אויף לייבלען מיטן וווּרשטיקן ווײַזפֿינגער און זיך אויסגעקרייט צו איר שוועסטער: „חנהלע, סע וואַקסט בײַ דיר אַן אַקטיאָר מיט די ביינער‟.

אַזוי, אין אַזאַ משוגענער סיטואַציע, איז לייבל געוואָרן אַן אַקטיאָר צום ערשטן מאָל אין לעבן.

“שוואַרצער פֿרײַטיק” אין ניו־יאָרק

די דאָזיקע סצענע האָט זיך ווידער אָפּגעשפּילט פֿאַר לייבלס אויגן בשעת ער איז געשטאַנען אויף דער ניו-יאָרקער סײַדוואָק אין אַן אומברחמנותדיקן קאַלטן ווינטער-טאָג. ער איז געווען זיכער אַז, קומענדיק אַהער אַכט אַזייגער אין דער פֿרי, וועט ער זײַן דער ערשטער, אָבער צו יענער שעה זענען שוין געהאַט געשטאַנען פֿאַר די פֿאַרשלאָסענע טירן פֿון „וויקטאָריאַ סיקרעט‟ אַן ערך הונדערט פֿרויען מכּל־המינים. אַלע האָבן זיי געוואַרט מיט הכנעה אין דעם בײַסנדיקן פֿראָסט, אַז דער וועכטער — אַ באַרג וואַרעמע קליידער, פֿון וועלכע ס׳האָט אַרויסגעשטאַרצט אַ קאַרנאָסע רויטע נאָז, — זאָל שוין מודיע זײַן, אַז די קלייט איז אָפֿן. ווען דער וועכטער האָט זיך סוף-כּל-סוף אָפּגערוקט אין אַ זײַט און אַרײַנגעלאָזט דעם ריזיקן, שוין נישט שטילן עולם, האָט זיך הינטערן לייבלס רוקן געצויגן אַ ריי אויף דרײַ בלאָקן.

דער ווינטער־אויספֿאַרקויף פֿון „וויקטאָריאַ סיקרעט‟ איז געווען טאַקע אַ ממשותדיקער. מע האָט געשניטן די פּרײַזן אויף זיבעציק פּראָצענט און צוגעלייגט גרויסע הנחות פֿאַר יענע, וועלכע האָבן פֿאַרמאָגט „אַמעריקאַן עקספּרעס‟־קאַרטלעך אָדער זײַנען געווען מיטגלידער פֿון דער נעץ קראָמען. אַן אַנדערש מאָל וואָלט די רעקלאַמע מיט די צוציִענדיקע פּרײַזן נישט אויפֿגעוועקט בײַ לייבלען קיין שום אינטערעס. עס ליגט נישט אין זײַן טבֿע זיך צו באַנאַרישן אויף „סעילס‟, צעטרעטן אַנדערע מיט די פֿיס אויף „בלעק פֿרײַדעי‟־שוואַרצער פֿרײַטיק אָדער זיך שטופּן אין דעם ברויזנדיקן המון. ער האָט פֿײַנט געהאַט די שטופּעניש און דאָס געפֿיל, אַז ער איז נישט מער ווי אַ בהמה אין אַ סטאַדע, וואָס גיט זיך אַ לאָז צו אַ גרויסן עקראַן פֿון „טושיבאַ‟־טעלעוויזאָר, וועלכער ווערט פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ „משוגענעם‟, ביליקן פּרײַז. ער האָט ווויל געוווּסט, אַז אין זעקס חדשים אַרום וועט זיך קיינער נישט אומקוקן אויף דעם דאָזיקן עקראַן. דאָס וואָס איז הײַנט אַ יקר-מציאה, וועט מאָרגן ליגן אינעם מיסטבאַרג.

לייבלס אויפֿמערק האָט צוגעצויגן צו דער רעקלאַמע אַ פּאָר סעקסי־„סעט‟ פֿון טיף-רויטע תּחתּונים און אַ ברוסטהאַלטער. ער האָט זיך אויסגעמאָלן ווי זיי וועלן אויסזען אויף רעיטשלען; זיי וועלן ליגן אויף איר ווי אַ מײַסטער וואָלט זיי גענייט עקסטראַ נאָר פֿאַר איר. אַזאַ מחיהדיקער פּייסאַזש. דער פּרײַז פֿונעם „סעט‟ איז געווען גאַנץ פֿײַן, אָבער פֿאַר לייבלען איז עס פֿאָרט געווען אַ באַטײַטנדיקע סומע געלט. די מחשבֿות האָבן געפּײַניקט לייבלען אַ פּאָר טעג ביז ער האָט נאָכגעגעבן זײַן פֿאַנטאַזיע און באַשלאָסן — ער מוז עס קויפֿן. דאָס וועט זײַן פֿאַר איר אַ ריזיקער סורפּריז; פֿריִער וועט זי, פֿאַרשטייט זיך, זײַן שאָקירט, נאָכדעם, זיך פֿאַררויטלען און לסוף — אָנטאָן די מתּנה פֿאַר אים. ער האָט נישט געצווייפֿלט אין דעם.

ער וועט זיך בוקן פֿאַר איר, אויסקושן אירע קנעכלען, אַרומנעמען אירע פֿיס מיט לוסט, אימה, פֿרייד און פֿאָרכטקייט. ער וועט ליגן בײַ אירע פֿיס, ווי אַ געטרײַער הונט, ווי אַ זשמעניע שטויב. ער וועט אָננעמען אַלץ באַהבֿה; אַ גלעט, אַ שפּאַס, אַ שפּײַ אין פּנים, אַ בייזער געלעכטער. זי מעג אָפּווישן אין אים די פֿיס, אויב זי וויל. אַלץ וועט זײַן הייליק. יעדע תּנועה אירע, יעדער וווּנק, יעדעס וואָרט.

די ריי פֿאַר לייבלען איז געווען טאַקע לאַנג, אָבער, דאַכט זיך, אַז די אויסגעריבענע פֿאַרקויפֿערינס האָבן באַהאַנדלט די קונהטעס מיט געניטקייט. עס איז נישט אַריבער מער ווי אַ שעה און לייבל האָט זיך געזען אין דער פּרעכטיקער קלייט אונטער דער שטאַרקער געלער ליכט פֿון עטלעכע ריזיקע קאַנדעלאַברען. אַן איידעלע פּאָפּ־מוזיק האָט געמאַכט דעם שטענדיקן זשום פֿון די צעהיצטע קונהטעס אַ ביסל מער דערטרעגלעך. אויף אַ רגע האָט מען געקענט פֿאַרגעסן, אַז דאָ פֿירט מען קרעדיט-קאַרטן צו דער שחיטה.

די קונים זענען באַפֿאַלן די סחורה, ווי היישעריקעס. די פּאָליצעס זענען אויסגעליידיקט געוואָרן אין אַ פּאָר מינוט. מע האָט געכאַפּט אַלץ, וואָס עס איז געקומען אונטער דער האַנט: פּיזשאַמעס, מאַטקעס, תּחתּונים — אַבי כאַפּן אַ מציאה. אויף די באַהטעס זענען געבליבן זיך באָמבלען אַנטבלויזטע פֿאַריתומטע הענגערס — פֿאַרנעפּלטע זכרונות פֿון צעכאַפּטע מלבושים.

די פֿאַרקויפֿערינס, שיינע ווי מאָדעלן, זענען אַרומגעלאָפֿן פֿאַריאָגטע אויף הויכע אָפּצאַסן מיט בערגעלעך סחורה אויף די הענט. יעדע פּאָר טריט איז געשטאַנען אַ פֿאַרקויפֿערין גרייט צו באַדינען יעדן קונה מיט אַ ברייטן שמייכל און קאַלטער העפֿלעכקייט.

לייבל האָט זיך געשעמט צוגיין צו אַ פֿאַרקויפֿערין, אויפֿזעערין מיטן צעקנייטשן אַפֿיש, וואָס ער האָט אַראָפּגעריסן פֿון אַ דערבײַיִקער וואַנט אויף דעם סעקסי־„סעט‟ מיט די טיף-רויטע תּחתּונים. ער איז אַרומגעגאַנגען אין קלייט ווי אויף עולם-התּוהו, געפּרוּווט כאַפּן מיטן בליק די אויסגעגאַרטע מלבושים. אַז עס האָט זיך אים סוף כּל סוף אײַנגעגעבן אָפּצוזוכן דעם טיף-רויטן „סעט‟, האָט ער פּלוצעם דערהערט שושקען זיך הינטער אים און אַ באַסאָווע, באַפֿעלערישע שטים האָט גערעדט צו אים פֿון הינטן: „האַלט, מיסטער, וואָס טוט איר דאָ?‟

לייבל האָט זיך אויסגעדרייט צו דעם באַפֿעלערישן קול און אַנטדעקט הינטער אים אַ פּאָליציאַנט מיט אַ ריזיק פֿירקאַנטיק פּנים, וואָס האָט עפּעס פֿאַרשריבן אין זײַן נאָטיצביכל. דער קאָמוניקאַציע-מכשיר, וואָס האָט זיך געהוידעט אויף זײַן רימען, האָט אַרויסגעשאָסן שטיקער געהאַקטע רייד. עמעצער האָט אַ פּנים אַרויסגערופֿן די פּאָליציי. אַ באַיאָרטער מאַן, וואָס דרייט זיך אָן אַ באַשטימטן ציל אין „וויקטאָריאַ סיקרעט‟, אָנגעטאָן אין אַ געמיש פֿון אַלטע מענערישע און פֿרוייִשע מלבושים, האָט אויסגעזען אַ ביסל פֿאַרדעכטיקט. דאָך איז לייבלען געווען קשה צו פֿאַרשטיין ווי קומט די פּאָליציי צו אים. מע וואָלט געקענט כאָטש צוגיין צו אים, זיך נאָכפֿרעגן וואָס און פֿאַרוואָס. ער האָט געהאַט ווייניק אילוזיעס: אין הײַנטיקער אַמעריקע קוקט מען אויף מענער ווי ער, ווי אויף אַ בערגל מיסט, אַ שטערונג, אַ טראַגישן אַקצידענט, וואָס מע וואַרט שטילערהייט, ער זאָל פּגרן, אָפּטרעטן דאָס אָרט אַן אַנדערן, וואָס האָט מער סוקסעס אין לעבן; זאָל שוין יענער איבערנעמען זײַן אָרט. אַ שאָד טאַקע וואָס ער לעבט — אַ לאַסט אויף דער אויך אַזוי אײַנגעבויגענער פּלייצע פֿון דער געזעלשאַפֿט.

אויב מע וואָלט געקענט מישפּטן צום טויט עמעצער וואָס איז דורכגעפֿאַלן אין לעבן, וואָלט מען אים, אָן אַ ספֿק, צוגעשטעלט דעם ערשטן צו דער וואַנט; אפֿשר וועט דאָס נאָך געשען.

„מיסטער פּאָליסמען‟, — האָט לייבל אַרויסגעשטאַמלט ווי אַ דערשראָקענער האָן און אויפֿגעהויבן דעם טיף רויטן סעקסי־„סעט‟, — „איר פֿאַרשטייט מיך, איך בין אַזאַ מענטש, וואָס איך טראָג זיך אַרום מיט ווײַבעריש אונטערוועש אונטער די קליידער. ס׳אַ רגילות אַזאַ בײַ מיר, וואָס זאָל איך טאָן? אָבער איר מעגט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט, אַז איך טשעפּע נישט קיין פֿליג אויף דער וואַנט‟.

לייבלס ווערטער האָבן געווירקט אויפֿן פּאָליציאַנט מער ווי ער האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן; דער פּאָליציאַנט האָט עפּעס געפּאַטשקעט רויִק אין זײַן נאָטיצביכל, געהייסן לייבלען זיך נישט דרייען צופֿיל, באַצאָלן און זיך פֿון אים אָפּגעקערט.

דאָס פּנים בײַ דער פֿאַרקויפֿערין, וואָס האָט באַהאַנדלט לייבלען, האָט זיך פֿאַרקימט פֿאַר עקל, ווען זי האָט דערזען דעם טיף-רויטן „סעט‟. זי האָט באַהאַנדלט די סחורה ווי מע באַהאנדלט אַ גענוצטן פּרעזערוואַטיוו. ער האָט געקענט באַשײַמפּערלעך הערן דעם פֿאַרבאָרגענעם האַס אין איר שטילן, טרוקענעם קול. יעדעס וואָרט אירס איז געווען ערגער ווי אַ שפּײַ אין פּנים.

די פֿרויען אַרום אים האָבן באַטראַכט דעם „קרענקלעכער מאַן‟ מיט פֿאַראַכטונג, זיך אָפּגעהיט פֿאַר אים ווי פֿאַר אַ קרעציקן הונט. ווען בליקן וואָלטן געקענט הרגענען, וואָלט ער שוין געליגן אַ טויטער. ער איז אַרויס פֿון „וויקטאָריאַ סיקרעט‟ נישט טויט און נישט לעבעדיק, אַבי מיטן זעקל אין דער האַנט.

אין אַ רגע איז שוין אַלץ פֿאַרגעסן געוואָרן, פֿאַרשוווּנדן ווי אַ חלום אויף דער וואָר: די פֿאַרשעמטקייט, דער אָפֿענער האַס, דער עקל, די מורא.

כאָטש אין דרויסן איז געשטאַנען אַ מסוכּנער פֿראָסט, איז לייבלען געווען וואַרעם. טראָפּנס שווייס האָבן געפֿינקלט אויף זײַן געקנייטשטן שטערן, ווי קרעלן טוי. לייבל האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע; אין לעצטן סך-הכּל עקזיסטירן אויף דער וועלט בלויז צוויי ממשותדיקע וועזנס: רעיטשל און ער. ווײַטער — גאָרנישט. דאָס איבעריקע, דער אַרום, די שטאָט איז בלויז שקר, פֿאַרבלענדעניש אַ געדיכטער נעפּל, וואָס פֿאַרשטעלן די אמתדיקע עסענץ פֿון די זאַכן. פֿאַר רעיטשלען איז ער גרייט אויסצושטיין אַלע יסורים, וואָס אַ בשׂר-ודם איז מסוגל אויסצושטיין. אַלע שמיץ און קלעפּ נעמט ער אָן פֿאַר ליב. אַז מע האָט ליב, דאַרף מען אַלץ ליב האָבן. אויכעט די שמיץ און קלעפּ. זייער אייביקע ליבע באַלויכט אויכעט די סאַמע פֿינצטערע ווינקלען, צעברעקלט די שׂינאה, צעטרײַבט דאָס עצבֿות.

די וועלט באַשטייט פֿון ליבע און ליכט. פֿון אים און רעיטשל.

קאַפּיטל אַכט

ער און זי זיצן אויף דער סאָפֿע. זי טוט אָן די ברילן, כּדי קלאָרער צו זען די פּרטים אויף דער קליינער פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס זי האַלט אין די דער רעכטער האַנט.

זי: וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאָטאָגראַפֿיע?

ער: איך האָב זי צופֿעליק געפֿונען צווישן די זאַכן פֿון מײַן געוועזענעם מיטוווינער, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך. למעשׂה, האָב איך געזוכט לחלוטין אַן אַנדער זאַך און אָנגעטראָפֿן אויף איר. אַן אומעטיקע מעשׂה: ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, זיך אַרונטערגעוואָרפֿן אונטער די רעדער אין „סאַבוויי‟ אויף דער סטאַנציע „קאָלאָמבוס סירקל‟. פֿרעג נישט, עס איז געווען אַ גאַנצע חתונה. מ’האָט אָפּגעשטעלט די באַנען אין מערבֿ־מאַנהעטן אויף צוויי שעה. קענסט זיך פֿאָרשטעלן, וואָס ס׳האָט זיך דאָרט אָפּגעטאָן.
איך מיין, אַז מע האָט געשריבן וועגן דעם אין די צײַטונגען אויך.

זי: אוי! דאָס איז פּשוט שוידערלעך! די האָר שטעלן זיך קאַפּויער. פֿאַר וואָס ווײַזסטו מיר די פֿאָטאָגראַפֿיע? פֿריִער האָב איך געמיינט, אַז דו ביסט אַ ביסל צעדרייט, במחילה, אָבער איצט בין איך פֿולשטענדיק זיכער, אַז דו ביסט משוגע אויפֿן גאַנצן קאָפּ.

ער: אפֿשר בין איך טאַקע אַ ביסל משוגע. ווער איז דען נישט משוגע? לכתּחילה האָב איך געמיינט, אַז די פֿאָטאָגראַפֿיע איז שיין, ווײַל עס פֿילט זיך אין איר אַ תּמימותדיקע וואַרעמקייט. דאָס הייסט, זי איז נאָך אַלץ שיין, אָבער שטענדיק, ווען איך קוק אויף איר, האָב איך אַ מאָדנע געפֿיל, אַז דער מלאך-המוות קוקט אויף מיר פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿיע אַרויס. איצט וויל איך דיר געבן די פּאָטאָגראַפֿיע. איך נייטיק זיך נישט אין איר. אַזוי זע איך אײַך אין מײַן דמיון, דיך און פֿראַנקן, מיט צוואַנציק יאָר צוריק; אַ יונג, פֿאַרליבט פּאָרל, וואָס קוקט אויף די טעג, וועלכע רוקן זיך אָן מיט בטחון אין ליבע, גליק און נײַגער. אַ שאָד טאַקע, וואָס מיר אַלע האָבן אָנגעוווירן די נאַיִווקייט, דעם גלאַנץ אין די אויגן, דעם פּשוטן גלויבן. מיר הערן שוין נישט דאָס קול, וואָס זאָגט צו זוניקע טעג.

זי: אַלץ איז ווויל און פֿײַן, אָבער איך בין נישט געווען אַזוי שיין ווי אָט דאָס מיידל. זי איז טאַקע שיין, שיין ווי די וועלט.

ער: נאַרעלע, ביסט נאָך שענער. ווי קען מען פֿאַרגלײַכן? דו ביסט געווען שיין און דו ווערסט שענער מיט יעדן מינוט, יעדער סעקונדע. איך וויל זאָלסט נעמען די פֿאָטאָגראַפֿיע.
זי איז מײַן מתּנה פֿאַר דיר.

זי: אַ דאַנק פֿאַר די קאָמפּלימענטן, אָבער ניין. איך קען נישט נעמען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון צוויי פֿרעמדע מענטשן. דאָס איז אַ ריינער אומזין.

ער: איך וויל, אַז אין די שווערע מאָמענטן, נאָך אַן אָנגעווייטיקטער קריגערײַ מיט פֿראַנקן, זאָלסטו קוקן אויף דער פֿאָטאָראַפֿיע און שעפּן כּוח, זיך דערמאָנען אין אײַערע שיינע מאָמענטן.

זי: ניין, ביטע נעם צוריק די פֿאָטאָגראַפֿיע.

ער: איך האָב געהאַט בדעה צו מאַסטורבירן מיט דער פֿאָטאָראַפֿיע, אָבער דאָס טויג נישט. דער הויכער, שמייכלענדיקער מאַן איז דאָך טויט, און איך קען זיך נישט מהנה זײַן, ווען דער מלאך-המוות קוקט מיר איבערן אַקסל.

ער נעמט בײַ איר די פֿאָטאָראַפֿיע און צערײַסט זי אויף שטיקער.

ער: ווייסטו וואָס? לאָז אָפּ די פֿאָטאָראַפֿיע. ס׳איז נישט געווען קיין גוטער אײַנפֿאַל. ווי דו פֿאַרשטייסט שוין מסתּמא, האָב איך געהאַט אומצאָליקע שלעכטע אײַנפֿאַלן אין לעבן אַנישט וואָלט איך נישט געמוזט אָנקומען צו פֿרעמדע. איך וויל נישט זאָלסט זיך אויפֿרעגן צוליב מײַנע נאַרישקייטן. איך האָב זייער טיפֿע געפֿילן צו דיר.

זי: איך האָב אויך טיפֿע געפֿילן צו דיר. איך ווייס נישט פֿאַר וואָס, אָבער דאָס איז אַ טרויעריקער פֿאַקט.

ער: נאַ, דאָס איז, על-כּל-פּנים, די אמתע מתּנה.

ער גיט איר איבער דאָס פּעקל מיט דעם סעקסי־„סעט‟.

זי (שיסט אויס אַ געלעכטער): אוי! איז דאָס אַ סורפּריז! זעסט? איך האָב דיך אַזוי שטאַרק ליב, אַז איך דערלאַנג דיר נישט קיין פּאַטש, נאָר אַ קוש.

ער: קענסט מיך קושן.

זי קושט אים אין דער באַק און אין די ליפּן.

ער: מײַן פּנים ברענט מיט אַ פֿײַער פֿון גיהנום.

זי (באַטראַכט דאָס רויטע אונטערוועש): טאַקע שיין, איך בין דיר דאַנקבאַר פֿאַר דײַן זשעסט.

ער: איך וואָלט דיר געווען דאַנקבאַר, אויב דו וואָלסט אָנגעטאָן איצט די תּחתּונים מיטן ברוסטהאַלטער.

זי: ווילסט אַרומכאַפּן די וועלט, האַ? פּאַוואָליטשקע! אַלץ דאַרף זײַן צו דער צײַט, וואָס איז די אײַלעניש? דאָס וועט געשען. מיר ביידע ווייסן, אַז דאָס וועט געשען, אָבער איך מוז דיך פֿריער וואָרענען, זאָלסט זיך נישט מאַכט קיין אילוזיעס; איך בין נישט קיין שיינהייט־קעניגין. איך האָב מער צעלאָליטיס אויף די פֿיס ווי בײַ דיר, האָר אין די אויערן.

ער: ס׳מאַכט נישט אויס! איך וועל אויסקושן יעדן צעלאָליט באַזונדער, יעדן קנייטש, יעדעס ווידערשפּעניקע הערעלע.

זי: און וואָס ווײַטער?

ער: ווײַטער? איך האָב פֿאַר אונדז גרויסע פּלענער. אָבער דו מוזט אומבאַדינגט פֿאַרלאָזן פֿראַנקן. אָן פּראָצעדורן, פּאַפּירן, לויערס און ריכטער. מיט לויערס איז אַ מעשׂה אָן אַ סוף. מ׳דאַרף אַלץ איבערהאַקן מיט אַ מאָל. ס׳איז זייער פּשוט: אין אַ שיינעם טאָג פּאַק אײַן אַ רענצל און גיי אַוועק אָן אַ „זײַ-געזונט‟. נאָך דעם, אַז מע וועט זײַן צוזאַמען, וועלן מיר אַלץ אַראַנזשירן.

זי: רעדסט ווי אַ ייִנגעלע, כ׳זאָל אַזוי לעבן. איך זאָג נישט ניין, אָבער אַלץ דאַרף מען טאָן מיט קאָפּ. איך און פֿראַנק האָבן דאָך אָנגעזאַמלט אַ היפּש… גוט, נישט אָנגעזאַמלט אַזוי פֿיל אין לעצטן סך-הכּל און דאָך…

ער (שלאָגט זי איבער): דו האָסט מורא, האַ?! די מורא רעדט איצט פֿון דײַן מויל אַרויס נישט דו. אַז אַ מענטש וויל עפּעס אויספֿירן, האָט ער טויזנט „יאָ‟, און אַז ער וויל נישט — טויזנט „ניין‟. זײַ אויפֿריכטיק און זאָג, אַז דו האָסט מורא. פּראָסט און פּשוט.

זי: איך האָב נישט מורא! דײַן פּלאַן איז צו פֿאַרנעפּלט. זאָג מיר, וווּהין וועלן מיר גיין? פֿון וואָס וועלן מיר לעבן.

ער: מיר וועלן גיין אַהין, וווּ די אויגן וועלן אונדז פֿירן, און די הערצער וועלן זאָגן. לעבן וועלן מיר פֿון אונדזער אייביקער ליבע. מיר וועלן עסן ליבע אויף פֿרישטיק, ליבע אויף מיטאָג און ליבע אויף וועטשערע. זונטיק ליבע, מאָנטיק ליבע, דינסטיק ליבע… איך וועל זיך געפֿינען אַרבעט אין אַ צירק פֿון אַ ציגײַנער אויף אַ פּאָסטן פֿון אַ אַלטן לייב. ס׳וועט נישט זײַן אַזאַ שווערע אַרבעט. מע דאַרף נאָר דורכשפּרינגען דורך אַ פֿײַערדיקער רינג — ס׳איז נישט קיין גרויסע מעשׂה. מע וועט פֿאַרדינען שיין. אויב דער בעל-הבית ווייסט וואָס איז גוט פֿאַר אים, וועט ער זיך נישט קאַרגן אויף אַ דאָלער. אויב ער וועט נישט צאָלן מיט אַ ברייטער האַנט, וועל איך אים אָנכאַפּן מיט די שאַרפֿע ציין פֿאַר זײַן תּחת, אַז ער וועט זען די באָבע שטיין פֿאַר זיך אַ לעבעדיקע. און דו? דו וועסט מיך דרעסירן.

זי: איך וועל דיך שמײַסן…

ער: שמײַס!

זי: איך וועל דיך בײַסן…

ער: בײַס!

זי: אָבער מיר וועלן זײַן גליקלעך.

ער: וואָדען? שוין איין מאָל גליקלעך!

זי: איין מאָל און פֿאַר אַלע מאָל!

ער: אויב עס וועט זיך דיר בענקען, חלילה, נאָך פֿראַנקן, קענסט תּמיד שיקן אים אַ פֿאָסטקאַרטל.

זי: געוויס, איך וועל אויסגיין פֿאַר בענקשאַפֿט — אַזאַ איז מײַן פּלאַן טאַקע.

ער: נאָך וואָס וועסטו בענקען אַמשטאַרקסטן?

זי: איך וועל בענקען, למשל, נאָך דעם ריח פֿון פֿראַנקס שמוציקע זאָקן, די אומענדלעכע פֿוטבאָל־מעטשן, וואָס ער קוקט אין די אָוונטן, נאָך די לאַנגווײַליקע וואַקאַציעס, די שטילע מאָלצײַטן, די טענות פֿון דער מחותּנתטע, די קלאָץ-קושיות און די שלעכטע וויצן. איך וועל בענקען מער פֿון אַלץ נאָך די הילכיקע פֿאַרצן און שטינקענדיקע גרעפּצן…

ער (פּאַטשט מיט די הענט): אָט אַזוי! איז, לאָמיר מאַכן אַ לחיים לכּבֿוד אונדזער געניאַלן פּלאַן!

ער שטעלט אַ פֿלאַש „שליוואָוויטש‟ אויפֿן טישל, וואָס שטייט לעבן דער סאָפֿע, גיסט אָן די משקה אין צוויי גלעזלעך. ער און זי מאַכט אַ לחיים, קערן איבער די גלעזלעך אין די העלדזער און קרימען זיך, ווי זיי וואָלטן אײַנגעשלונגען אַ ביטערע פּיל. תּיכּף נאָכדעם הייבן זיי אָן צו טאַנצן אַן אומגעלומפּערטן טאַנגאָ און ברומען צום טאַקט.

זי: דײַן פֿאַרקאַקטער פּלאַן קלינג נאָך בעסער נאָך אַ גלעזעלע משקה! ווען פּאַקט מען אײַן די בעבעכעס.

ער: עט, עס ליגט נישט אין אונדזערע הענט. די קאָסמישע כּוחות האָבן אונדז אין זינען און זיי וועל אונדז שיקן אַ סיגנאַל צו דער ריכטיקער צײַט, זאָרג זיך נישט!

די קלאַנגען פֿון דעם אַלטמאָדישן טאַנגאָ באַגלייטן זיי, בשעת זיי טאַנצן אַרויס פֿון דער בינע.

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s