עמיל קאַלין
קאַפּיטל פֿינף
די ידיעה וועגן „אָנקל ליִאָס שווערע צײַטן‟ האָט זיך פֿאַרשפּרייט גאַנץ גיך אין דעם שמאָלן קרײַז פֿון ייִדיש-טעאַטער אָנהענגערס אין ניו-יאָרק. לייבל האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם נאָך אַ פֿאָרלעזונג אין „אַרבעטער-רינג‟־לאָקאַל; נאָך דעם קינסטלערישן טייל איז צו אים צוגעגאַנגען אַ קליינע, אײַנגעקאָרטשטע זקנה מיט העל-בלויע האָר. לויטן אויסזען, האָט זי איבערגעלעבט דעם מלאך-המוות, אַן עלטער, ווען די יאָרן ווערן אָן זייער באַטײַט.
„אַלעס איז אַלרײַט בײַ דיר?‟, — האָט זי געשריגן פֿון אונטן אַרויף?
„שור! וווּנדערבאַר!‟, — האָט לייבל אָנגעצויגן אויף די ליפּן אַן איבערצײַגנדיקן שמייכל.
די זקנה האָט אַ קלאַפּ געטאָן מיט איר שטעקן אין דיל און פּראָטעסטירט ווי אַ קליין מיידעלע: „באַט, איך האָב געהערט, אַז דו האָסט פּרובירט דיר אָנטאָן אַ מעשׂה און מע האָט דיך גענומען אין משוגעים-הויז!‟
לייבלס שמייכל איז געבליבן הענגען:
„און איך האָב געהערט, אַז מײַן באָבע איז אויפֿגעשטאַנען תּחית-המתים און יעצט כאַפּט זי אַ טענצל אויף די ברעטער פֿון בראָדוויי‟.
לייבל האָט נישט געקענט דערגיין, ווער עס האָט אַרײַנגעוואָרפֿן דאָס ערשטע שטיינדל אין וואַסער אַרײַן. ער האָט נאָר געזען, ווי עס צעלויפֿן זיך די קײַלעכדיקע כוואַליעס. ווי ער האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, זענען די פֿריש-געבאַקענע ידיעות וועגן אים נישט געבליבן בלויז אין דער שטאָט גופֿא. זיי זענען אָנגעקומען אַזש קיין פֿלאָרידע, אין דעם פֿאַרוואָרפֿענער זקנים־קאָלאָניע, וווּ גרעיס טיילאָר האָט געמאַכט גרויסע אָנשטרענגונגען אויסצוזען געזונט און ענערגיש.
מיס טיילאָר האָט לייבלען טעלעפֿאָנירט אַ פֿאַרזאָרגטע און פֿאָרגעשלאָגן צו נעמען דעם ערשטן פֿלי קיין ניו-יאָרק.
„דו דאַרפֿסט, עמעצער זאָל אַכטונג געבן נאָך דיר. עס איז נישט קיין געלעכטער!‟, — האָט איר קול געציטערט אויף יענער זײַט ליניע, — „עס איז נישט גוט צו זײַן אַליין אַזוי לאַנג. עס קען ברענגען צו אַלערליי מחשבֿות‟.
לייבל האָט זי באַרויִקט און געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דער גאַנצער עסק איז געווען איין גרויסע מיספֿאַרשטענדעניש. ער איז פֿולשטענדיק געזונט, סײַ פֿיזיש, סײַ פּסיכיש ,און נייטיק זיך נישט אַבסאָלוט אין קיין שום הילף. מיס טיילאָר האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דער בשׂורה-טובֿה און אים געזאָגט, אַז ער קלינגט טאַקע גוט, ווי ער איז שוין צוריק צו די כּוחות. לייבל האָט זי האַרציק געדאַנקט פֿאַרן טעלעפֿאָנירן און געטראַכט צו זיך נאָכן אויפֿהענגען דאָס טרײַבל, אַז זײַן מצבֿ איז גיכער געגליכן צו אַ מענטשן, וואָס טאַנצט בײַם ראַנד פֿון תּהום. איין פֿאַלשער טריט, און ער וועט פֿאַרפֿאַלן ווערן.
די פּילן, וואָס פּראָפֿעסאָר פּאַלי האָט אים צוגעשריבן האָבן געטאָן זייער שטיקל אַרבעט, אָדער כאָטש געווירקט אויף זײַן געמיט. די אַכזריותדיקע קולות אין זיך, וואָס פֿלעגן אים דערמאָנען אָן אַן אויפֿהער וועגן דער פּוסטקייט פֿון זײַנע טעג און דעם אומפֿאַרמײַדלעכן סוף — דער פֿאַרחתמעטער גורל פֿון יעדן לעבעדיקן באַשעפֿעניש, — זענען ווי דורך אַ כּישוף, פֿאַרשטומט געוואָרן. אמת, לייבל איז אויך נישט געווען איבעריק פֿריילעך, אָבער ער האָט אָנגענומען, אַז אין זײַן פּסיכישן צושטאַנד איז נאַיִוו צו פֿאַרלאַנגען מער.
די טעג זענען אַריבער רויִק, אָן איבעריקע דראַמעס. ער איז נישט געווען אין שאול-תּחתית און נישט אינעם זיבעטן הימל. די הויפּט־מעלה פֿון דער נײַער ווירקלעכקייט איז געווען, אַז זי איז געוואָרן דערטרעגלעך. די „דאַנקען דאָונאַטס‟־קאַווע אין דער פֿרי איז געווען טאַקע געשמאַק, אָבער זי איז זיך נישט „צעגאַנגען אין זײַנע ביינער‟.
די לויפֿערס אין „סענטראַל-פּאַרק‟ זענען געווען גלאַט מענטשן, וואָס לויפֿן. ער האָט אָנגעוווירן די פֿעיִקייט אַרויסלייענען זייערע מחשבֿות און דאָס, וואָס זיי טראַכטן, איז אים ווייניק אָנגעגאַנגען. ער האָט גענומען שפּילן זייער אַ פּשוטע ראָלע: אַ מענטש אין די מיטל-יאָרן, וואָס זיצט אויף דער באַנק אין די נישט צו קאַלטע טעג, אָדער גייט אַרום אָן אַ ציל אויף די שטילע אַלעען און זופּט זײַן קאַלט געוואָרענע קאַווע. צומאָל האָבן אַנדערע מענטשן אין פּאַרק אים באַטראַכט מיט רחמנות-בליקן, אָבער ער האָט זיי געהאַט אין דר׳ערד.
די איינציקע דאגה זײַנע איז געווען געלט. מיט געלט האָט עס געהאַלטן שמאָל. אפֿשר שמעלער ווי געוויינטלעך. מיטן אָפּצאָל בײַם „אַרבעטער־רינג‟ האָט ער געקענט קויפֿן אַ לאָך פֿון אַ בייגל. דער איינציקער, בײַ וועמען ס׳האָט זיך נאָך געלאָזט אָפּלעקן אַ ביינדל, איז געווען סאָל סילווערמאַן, אַ ביזנעסמאַן, וואָס האָט געמאַכט אַ מאַיאָנטיק פֿון סטאָקס און „ריעל-עסטעיט‟.
סאָל סילווערמאַן איז געווען אַ זקן-מופֿלג, וואָס איז געוואָרן אויף דער טיפֿער עלטער אַ קולטורעלער מענטש, אַ הייסער אָנהענגער פֿון ייִדישן טעאַטער און דאָס וויכטיקסטע — אַ גוטער צאָלער. יעדעס מאָל, ווען לייבל איז געקומען צו אים פֿאָרלייענען אַ שטיקל שלום-עליכם, האָט אים סאָל באַצאָלט מיט אַ ברייטער האַנט, כאָטש טאָפּלט. סאָל פֿלעגט אַרײַנשטופּן די סומע אין קעש גלײַך אין לייבלס קעשענע. לייבל פֿלעגט, לויטן אומבאַשטימטן, אָבער גאָר באַקאַנטן פּראָטאָקאָל, זיך קעגנשטעלן און פּראָטעסטירן: „סאָל, ניין! דאָס איז צופֿיל. מע דאַרף נישט. מיר האָבן אָפּגערעדט וועגן אַ קלענערער סומע‟. דאַן פֿלעגט סאָל שוויצן פֿאַר נחת און ענטפֿערן מיט אַ הייזעריקלעך רעווע פֿון אַן אַלטן לייב: „נעם, אָנקל ליִאָ, נעם געזונטערהייט! איך האָב איבערגענוג. איך בין אַלט, וויפֿל יאָר וועל איך נאָך ציִען?‟
„האָסט קינדער, אייניקלעך‟, — פֿלעגט לייבל אַקוראַט ציטירן זײַן ראָלע.
„קינדער? אייניקלעך? זיי וועלן נישט פּגרן פֿאַר הונגער. וואָס וועלן זיי טאָן מיטן געלט? עסן מיט ברויט?‟.
לייבל האָט פֿאַרלאָזט סאָלן אַ צופֿרידענער און סאָל פֿלעגט בלײַבן צופֿרידן אויכעט.
„ווין־ווין‟, — ווי סאָל האָט ליב געהאַט צו זאָגן.
אין איינעם אַן אָוונט בײַ סאָל סילווערמאַן, אין זײַן פּרעכטיקן אַפּאַרטמענט אויף בראָדוויי און 66סטער גאַס, נאָכן פֿאָרלייענען, ווי געוויינטלעך, די ערשטע צוויי בריוו פֿון מנחם-מענדל צו שיינע-שיינדל, האָט לייבלען גענאָגט אונטערן „לעפֿעלע‟. אַ מסוכּנע טרוקעניש האָט זיך אים געשטעלט אין האַלדז. געוויינטלעך פֿלעגט ער זיך באַגיין מיט אַ שלונג וואַסער, אָבער יענעם אָוונט — זאָל עס זײַן אַ ריינער צופֿאַל אָדער אַ טייל פֿון אַ געטלעכן פּלאַן — עפּעס האָט אים געצויגן צום בופֿעט.
דער בופֿעט איז געווען באַלייגט מיט מאכלים — אַזוינס און אַזעלעכס, פֿון שענסטן און פֿון בעסטן. עס האָט דאָרטן געשמעקט מיט דופֿטיקן מאַראַנצן-זאַפֿט, הייסער „פֿילטער‟־קאַווע, פֿרישע בייגעלעך, הערינג און „לאַקס‟. לעבן דעם בופֿעט זענען געשטאַנען עטלעכע ווײַס-גרויע קעפּ, סאָלס פֿרײַנד און באַקאַנטע, און גערעדט סתּם אַזוי, כּדי נישט צו שווײַגן. איין מאַן מיט צוויי גרויסע, שטאַרצנדיקע אויערן האָט איבערגערעדט די אַנדערע, דער מאַראַנצן-זאַפֿט האָט געברויזט אין זײַן גלאָז: „מײַן זון נעמט ׳לוסטראַל׳, און איך נעם יעצט הונדערט מיליגראַם ׳ציפֿרעלאַקס׳‟, — האָט דער מענטש האַלב-גערעדט און האַלב־געשריגן. — „ס׳גוט בנאמנות! איך האָב געהאַט אין אָנהייב אַ ביסל בויך-ווייטיק, אָבער יעצט פֿיל איך מיך ווי אַ ייִנגעלע. איך זאָג צו אים: ראָס, גיב עס דײַן טאָכטער אויך‟.
דער פּאַרשוין מיט די שטאַרצנדיקע אויערן האָט געטאָן אַ שאַרפֿע, נישט אין גאַנצן באַוויליקטע באַוועגונג און עטלעכע טראָפּנס פֿון דעם מאַראַנצן-זאַפֿט האָבן באַנעצט זײַן „סוט‟. דאָס האָט נישט איבערגעשלאָגן זײַנע רייד: „ביקאָז שי העז אַ האַרד טײַם אין קאָלעדזש. איז, זאָל זי נעמען אַ פֿופֿציק מיליגראַם, איטץ נאַט אַ ביג דיל! וואָס? בעסער זיצן און וויינען?‟ יו רײַט, אַרנאָלד!‟, האָט אַ קליינע פֿרוי מיט פֿיאָלעטע האָר איבערגעריסן דעם מאַן מיט די בולטע אויערן, — „שי ניד טו סטאַדי. זי דאַרף זיך לערנען. אַמאָל האָט קיינער נישט געפֿרעגט, אויב דו ביסט פֿריילעך אָדער טרויעריק, האָסט געדאַרפֿט טון דײַן דזשאַב. דאַטס אָל!‟
לייבל האָט זיך געפֿילט נאָך בעסער ווי בײַ זיך (בײַ מיס טיילאָר) אין דער היים, ממש ווי אין די אייגענע וואַסערן. ער האָט געניצט זײַנע טעאַטראַלישע שטיקעלעך, כּדי צוציִען דעם עולמס אויפֿמערק. אַרנאָלד, מיטן זון, אייניקל אין קאָלעדזש און דעם פֿופֿציק מיליגראַם „לוסטראַל‟, האָט נישט געהאַט קיין שום שאַנס זיך פֿאַרמעסטן מיט אים. ער האָט זיך געהערט רעדן צום ערשטן מאָל וועגן „זײַנע פּילן‟. ער האָט באַשריבן מיט אַלע פּיטשעווקעס, וואָס נעמט ער אײַן, ווי אָפֿט און וויפֿל. די טעמע איז, ווײַזט אויס, געווען אַלעמען צום האַרצן. דער עולם האָט אים געשטעלט פֿראַגעס בנוגע די פּילן און זייערע פֿאַרשיידענע זײַטיקע עפֿעקטן, וואָס ער האָט געפֿילט נאָכן אײַננעמען אַ געוויסע פּיל צום ערשטן מאָל; וואָס פֿאַרשאַפֿט בײַ אים קאָפּ־ווייטיק און וואָס בויך־ווייטיק.
מע האָט זיך באַראָט מיט אים ווי מיט אַ מבֿין, אַ מענטש, וואָס איז באַהאַוונט אין די זאַכן און עס איז כּדאַי זיך נאָכפֿרעגן בײַ אים פֿאַרן טוישט דעם רעצעפּט. אין אַ געוויסן מאָמענט האָט זיך געמאַכט צו אים אַ וועג, דורך דעם ים פֿון ווײַסע און גרויע קעפּ, וואָס האָבן אים אַרומגערינגלט, אַ שוואַרצער קאָפּ מיט געקרײַזלטע האָר. די שוואַרצע, געקרײַזלטע האָר האָבן געהערט צו אַ גאָר צוציִענדיקער פֿרוי. זי איז נישט געווען קיין פּנים-חדשות צווישן די טעאַטער ליב-האָבערס, נאָר געוויינטלעך געהאַלטן זיך שטיל און צוריקגעהאַלטן.
זי האָט לייבלען געדרוקט די האַנט און זיך פֿאָרגעשטעלט: „זייער אָנגענעם, רעיטשל גרין‟. זי האָט געוואָלט וויסן, אויב זי דאַרף ווײַטער אײַננעמען הונדערט מיליגראַם „לוסטראַל‟ אָדער אַראָפּלאָזן די דאָזע ביז פֿופֿציק.
לייבל האָט באַטראַכט דעם ענין אַ רגע און געפּסקנט, אַז עס איז בעסער צו נעמען צוויי הונדערט מיליגראַם, כּדי צו זײַן זיכער, אַז עס וועט האָבן די שטאַרקסטע השפּעה. די מומחים עצהנען נישט אײַננעמען אַ דאָזע, וואָס איז העכער ווי צוויי הונדערט מיליגראַם. נאָך דער גאָר קורצער באַטראַכטונג, האָט לייבל, אָן אַ צווייטן טראַכט, זיך אײַנגעבויגן, אַ קוש געטאָן רעיטשלס האַנט און געמורמלט: „פֿרײַלײַן רעיטשל, עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן זיך באַקענען מיט אײַך‟.
קיינער האָט זיך נישט איבערגענומען דערפֿון, אָבער לייבל האָט זיך אַ ביסל דערשראָקן פֿון דעם אייגענעם זשעסט. אַזאַ זשעסט ווי „קושהאַנדע‟, וואָס לויט דעם אַמאָליקן אייראָפּעיִשן געשמאַק, איז געווען אַ סימן-מובֿהק פֿון „ציוויליזאַציע‟, ווערט פֿאַררעכטן אין אַמעריקע ווי אָפּגעשטאַנען, אַנטי-פֿעמיניסטיש און לעכערלעך. צו זײַן גרויסן גליק, האָט עס רעיטשלען נישט געאַרט. זי האָט דאָס אָנגענומען ווי אַ וויץ אָדער אַ מין חנעוודיקן, אַקטיאָרישן משוגעת.
דער שמועס לעבן בופֿעט האָט געצאַנקט פֿון זיך אַליין און דער עולם האָט שטיל אָנגעטאָן די גרויסע מאַנטלען און זיך צעגאַנגען. לייבל האָט זיך געעקשנט מעשׂה קאַוואַליר אונטערפֿירן רעיטשלען צו איר אַפּאַרטמענט, וואָס האָט זיך געפֿונען אַ פּאָר בלאָקן ווײַטער. זי האָט גערעדט אָן אויפֿהער דעם גאַנצן וועג. וויפֿל יאָר וווינט זי שוין אין דעם דאָזיקן אַפּאַרטמענט? דאַכט זיך, אַן ערך זיבן יאָר. אוי! די צײַט פֿליט! עס איז פּשוט שרעקלעך. ערשט נעכטן האָבן זיי, זי און איר מאַן, זיך אַרײַנגעצויגן מיט די צוויי קעצעלעך. אין צווישן איז איין קאַץ געשטאָרבן פֿון קענסער. מע האָט דאָס אַנטדעקט צו שפּעט. זיי האָבן געפּרוּווט פֿאַרצוקערן די לעצטע פּאָר חדשים וואָס דער קאַץ איז באַשערט געווען. יעדנפֿאַלס, איז דער סוף געווען אַ מיאוסער. בעסער נישט צו רעדן וועגן דעם. די לוויה איז געווען זייער אַ רירנדיקע. זי האָט געוויינט, ווי אַ קליין מיידעלע. צומאָל קומט צו איר די קאַץ אין חלום. זי און דער אייגנטימער פֿון דער דירה, להבֿדיל!
זי ציטערט פֿון דעם מאָמענט, ווען דער אייגנטימער וועט פֿאַרהעכערן דעם רענט.
ער וועט דאָס טאָן! זי ווייסט, אַז ער וועט דאָס טאָן.
זי האָט אַ פֿײַנע שטעלע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, אָבער אַז זי זעט וויפֿל געלט עס גייט אַרײַן אויף איר קאָנטע דעם ערשטן טאָג פֿון יעדן חודש, ווערט איר פֿינצטער פֿאַר די אויגן. איר דאָקטאָראַט וועגן ייִדיש-טעאַטער שלעפּט זיך יאָרן, אַ מעשׂה אָן אַן עק, אַ ביין אין גאָרגל.
לייבל האָט געשמייכלט, דאָס מאָל אָן אַן אָנשטרענגונג, דעם גאַנצן וועג. ער האָט אַרײַנגעוואָרפֿן דאָ און דאָרט פּאַרעווע באַמערקונגען, ווי: „נו, אַוודאי!‟, „געוויס‟, „ריכטיק ווי גאָלד‟, „טאַקע‟. ער, אַ קאַוואַליר לויט דעם אַלטן שניט, האָט פֿאָרגעלייגט צו העלפֿן וויפֿל נאָר מעגלעך מיטן דאָקטאָראַט. ער האָט דערקלערט רעיטשלען, אַז איר קאַריערע איז אים זייער וויכטיק. רעיטשל האָט זיך גלײַך אָנגעכאַפּט אין דער מציאה, ווי ער האָט דערוואַרט. זיי האָבן אָפּגערעדט, אַז זי וועט קומען צו אים צוויי מאָל אַ וואָך ער זאָל איר אַרויסהעלפֿן מיט איר „פֿאַרשלעפּטער קרענק‟.
לייבל האָט דעם גאַנצן וועג געפּרוּווט צו קוקן גלײַך און נישט צו באַטראַכטן רעיטשלס בריסט און הינטן — אַ קלאָרער באַווײַז, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן אַלץ מיט חכמה און צוגעגעבן אַ סך חן. נישט געקוקט אויף זײַנע באַמיִונגען, האָט זײַן בליק, ווי אויף צו להכעיס, זיך געגליטשט יעדע ווײַלע אַהין, וווּ ער האָט בשום-אופֿן נישט געוואָלט קוקן. די נאַטור איז, אָן ספֿק, הונדערט מאָל שטאַרקער ווי דער מענטש, האָט ער געטראַכט צו זיך בשעת רעיטשל האָט גערעדט וועגן אַן אַנטיפּאַטישן שכן אירן. ער וועט גאָר בקרובֿ אַנטדעקן טאַקע ווי שטאַרק די נאַטור איז, אַזאַ געפֿיל האָט ער געהאַט.
קאַפּיטל זעקס
ער זיצט אויף אַ שטול, אַ פֿוס איבער אַ פֿוס ווי עס זיצן פּסיכאָלאָגן אין די פֿילמען.
זי זיצט אַנטקעגן אים אויף דער סאָפֿע. אירע פֿינגער שפּילן זיך אומאויפֿהערלעך מיט די ראַנדן פֿון איר רויטן קליידל. עס דאַרף דעם צושויער זײַן קלאָר, אַז זיי האַלטן אין מיטן אַ שמועס.
ער: עס איז אַוודאי אַ חוצפּה צו פֿרעגן, אויב דו האָסט געקענט אַ צורת-מאַן פֿאַר דער חתונה.
זי (פּינטלט נישט מיט די אויגן): אויב איך האָב קיין טעות נישט — צווישן דרײַ און זעקס.
ער: מײַן פֿראַגע שמעקט מיט נאַפֿטאַלין, איך ווייס.
זי: עס מאַכט נישט אויס, מיט דיר קען מען רעדן אָפֿן. דו זעסט אויס ווי אַ מענטש, וואָס האָט אַדורכגעמאַכט אין לעבן קאַלטס און וואַרעמס, וועסט אַלץ פֿאַרשטיין. פֿאַר וואָס זאָג איך „צווישן דרײַ און זעקס‟? דרײַ מענער האָבן געהאַט אַ געוויסן באַטײַט פֿאַר מיר. איך געדענק כאָטש זייערע פּנימער און נעמען, אָבער עס זענען געווען אויך אַנדערע, וואָס זענען געווען ווי אַ בלאָז פֿון אַ ווינט… אַ קוש פֿול מיט שפּײַעכץ, אַ הייסער קערפּער אָדער אַ פֿײַנער וויבראַטאָר אויף אַ שטיקל צײַט. אַ מאָל פֿרעג איך זיך, צי די דאָזיקע אַוואַנטורעס, וואָס טראָגן אין זיך אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקן ממשות, זענען טאַקע פֿאָרגעקומען אין דער רעאַלער וועלט אָדער זיי זענען געווען נישט מער ווי רעשטלעך זיסע חלומות.
אַ מאָל פֿאָדערט דער קערפּער זײַנס, אין חלום אָדער אויף אַ וואָר.
ער (זינקט אײַן אין שטול): נאָך דעם איז פֿראַנק געקומען?
זי: נאָך דעם איז פֿראַנק געקומען, יאָ. ער איז געווען אַ פֿײַנער בחור, מיט אַ פּאַרעווען כאַראַקטער. צומאָל אַ קאַפּעלע צו ערנסט, אַ שטילע נשמה, אַ צוריקגעצויגענער. איך האָב געוווּסט, אַז מיט אים וועלן די באַציִונגען זײַן ווי אויף שטילע וואַסערן. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז מיר וועלן אָפּלעבן די יאָרן בנעימות, אָן ערנסטע קריגערײַען, אָן האַרצרײַסנדיקע דראַמעס, ווי צוויי גוטע חבֿרים. איך האָב זיך באַקענט מיט אים, ווען ער איז געווען אַ יונגער לויער אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט.
ער (שלאָגט זי איבער): און איצט איז ער אַ מיטל-יאָריקער לויער אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט. אין דער פֿרי שווימט ער אַ האַלבע שעה אין דזשעי.טי.עס. אַכט אַזייגער זיצט ער שוין לעבן דעם טיש אין אָפֿיס. ער דאַרף אַ ביסל איבערלייענען, רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן. שפּעטער — אַ זיצונג. צוועלף אַזייגער גייט ער אַרויס אויף לאָנטש. געוויינטלעך, עסט ער מיט אַנדערע דרײַ קאָלעגעס, מיטל-יאָריקע מענער, ווי ער. זיי האָבן ליב צו דערציילן גראָבע וויצן און לאַכן הויך. ער גייט אַרויס פֿון דער אַרבעט האַלב זעקס. מיטוואָך פֿאַרלאָזט ער דעם אָפֿיס פֿינף אַזייגער, ווײַל ער אײַלט זיך צו זײַן „יאָגאַ‟־קלאַס. איין, צוויי מאָל אַ וואָך כאַפּט ער אַ „האָטדאָג‟ אויפֿן וועג אַהיים. קליינע זינדן, קליינע באַגערן.
זי (לאַכט): ביסט משוגע?! דו גייסט אים נאָך? איך בין זײַן כּשר ווײַב און דו, מעגסט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט, אַז איך הייב נישט אַן צו וויסן וואָס עס טוט זיך מיט אים, וווּהין ער גייט און וווּ ער שטייט. דו דאַרפֿסט פֿאַרשטיין: מיר זענען געוואָרן מיטן פֿאַרלויף פֿון יאָרן צוויי פּאָלנע פֿרעמדע, וואָס וווינען אונטער איין דאַך און שלאָפֿן אין איין בעט. זײַ מיר מוחל, אָבער דו ביסט אַ משוגענער אויפֿן גאַנצן קאָפּ.
ער: אַ ביסל משוגע, יאָ. ווי אַלע און אפֿשר טאַקע אַ ביסל מער. איך וויל נישט דו זאָלסט עס נעמען צום האַרצן, איך האָב נישט קיין שלעכטע כּוונות. איך וועל אין קיין שום פֿאַל נישט טשעפּען פֿראַנק. ס׳איז נאָר אַ שפּיל אַזאַ. אַ קינדער־שפּיל.
איך בין אַ נאַר, איך ווייס… איך טו דאָס גלאַט אַזוי. אַליין ווייס איך נישט פֿאַרוואָס, בנאמנות.
זי (מאַכט אַוועק מיט דער האַנט): איך בעט דיך, לאָז אים אָפּ. נישטאָ וואָס מקנא צו זײַן, ער לעקט נישט האָניק בײַ מיר.
ער (רויטלט זיך): ווי זענען אײַערע באַציִונגען? קענסט זיי באַשרײַבן, באַריכות, ביטע. מיט אַלע פּיטשעווקעס, אויב מעגלעך.
זי: איך מוז זאָגן, אַז נאָך דער חתונה זענען מיר געווען שטאַרק פֿאַרליבט. מיר האָבן געהאַט אַ סך האָפֿענונגען, פּלענער, טרוימען, צוקונפֿט, אַזוי צו זאָגן. איצט איז די צוקונפֿט שוין דאָ און… און אפֿשר… עפּעס טויג נישט, קאַליע געוואָרן. וואָס אייגנטלעך? שווער צו זאָגן, וווּ דער הונט ליגט באַגראָבן. שטעל דיר פֿאָר, מיר האָבן נישט אויסגעביטן קיין וואָרט די לעצטע וואָך. סתּם אַזוי, צוליב לאַנגווײַל. מיר קענען שוין נישט דערלײַדן דאָס קול איינער פֿונעם צווייטן.
ער (שלאָגט זי איבער): דו פֿאַרשטייסט, וואָס איך האָב געמיינט, אַיאָ?
זי: איז, זאָג קלאָר „סעקס‟, העצקען זיך. מיינסט, איך בין אַ בתולה, אַ צנועה־מרת רעיטשל, חס-ושלום? איך וועל נישט פֿאַלן חלשות צוליב אַזעלכע „גראָבע‟ ווערטער. אַז עס גייט דיר אין לעבן, וועל איך דיך נישט ציִען בײַ דער נשמה. איז אַזוי: אין אָנהייב איז געווען טאַקע גוט. גוט, ווי די וועלט. איך האָב געברענט פֿאַר תּאווה. עס איז גענוג געווען ער זאָל מיך אָנרירן מיט אַ פֿינגער און שעפּטשען אַ פּאָר זיסע ווערטער אין אויער איך זאָל זיך אָנצינדן. שפּעטער האָט זיך דער עסק אָפּגעקילט אַ ביסל — נאַטירלעך! דער סעקס איז געווען פֿײַן, אָנגענומען. ער איז געווען ווייך און איידל אין בעט. אפֿשר טאַקע צו איידל. הײַנט איז דער סעקס געוואָרן בפֿירוש אַן אָפּקומעניש; איך בין נישט מסוגל צו ווערן נאַס מיט אים. כאָטש גיי הענג זיך. ס׳איז ווי אַרײַנצושטעקן, במחילה, אַ טאַמפּאָן נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל… וואָס שייך אים: ער היפּערט איבער די קוציניו-מוצינו און באַפֿאַלט מיר ווי אַ גזלן. ער טוט זײַן חלק און אַז ער איז פֿאַרטיק, קערט ער זיך איבער און נאָך אַ פּאָר סעקונדעס ציטערט דער צימער פֿון זײַן כראָפּען. דאַכט זיך, אַז מיר נייטיקן זיך אין סעקס, דער עיקר, כּדי צו זאָגן, אַז מיר פֿירן אַ נאָרמאַל זיווג־לעבן.
ער (מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן): איך פֿאַרשטיי…
זי (פּרוּווט כאַפּן זײַן בליק): אוי! עס איז דיר שווער צו הערן, אַז אַן אַנדער מאַן רירט מיך אָן? ביסט הייפֿערזיכטיק?
ער (שעמט זיך ווי אַ ייִנגעלע): יאָ, טאַקע אַ ביסל שווער. דאָס הייסט, זייער שווער.
זי: אַ מאַן אין די יאָרן און נאָך אַלץ אַ קינד. דערצייל מיר איצט וועגן דיר און דײַן גרושה, ווי איז עס געווען בײַ אײַך? וואָס איר האָט אָפּגעטאָן?
ער: ס׳אַ לאַנגע מעשׂה. נישט כּדאַי מאַריך צו זײַן. איך וועל עס מאַכן בקיצור און דערציילן נאָר דעם סוף. מיר האָבן קוים געקענט זיך אָנקוקן, אויך נישט אין בעט. עס האָט שוין געהאַלטן בײַם גט און מיר פֿלעגן זיך קריגן, בוכשטעבלעך, די גאַנצע צײַט. מאָדנע אָבער, אַז עס איז געקומען צום בעט איז אַלץ ווי פֿאַרגעסן געוואָרן, כּמעט אַלץ איז געווען כּשר. זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרלאַנגען פֿון אַ געוויסן מאָמענט איך זאָל איר דערלאַנגען פּעטש בשעת-מעשׂה, רײַסן בײַ די האָר, שפּײַען אויף איר. דאָס האָב איך, ווי עס נישט איז, געקענט אויספֿירן, כאָטש זי פֿלעגט זיך באַקלאָגן, אַז איך בין צו איידל מיט איר; אָבער, אַז ס׳איז געקומען צום שלאָגן מיט אַ וואַלגערהאָלץ אָדער אַ שטעקן, האָב איך איר געזאָגט — סטאָפּ! מיס ראָזנער, איך וויל נישט באַרירן אײַער כּבֿוד, אָבער איר האָט איבערגעכאַפּט די מאָס. דאַן פֿלעגט זי אָנהייבן לאַכן מיר אין פּנים אַרײַן און זאָגן: „לייבעלע, מאָרגן וועט קומען אַן אַנדערער!‟
זי: און אַן אַנדערער איז טאַקע געקומען?
ער: וואָדען! מאָל דיר אויס, זי איז אַ מאָלערין, וווינט זי איצט אין אַ שטעטל פֿון קינסטלער ערגעץ אין פֿלאָרידע און אַ מאָלער אָדער אַ סקולפּטאָר, אַן איידעלע נשמה, שלאָגט, צעממיתסט זי? זי קריכט אויף די ווענט פֿאַר עקסטאַז, מאַכט אַזוינע קולות, וואָס מענטשן לויפֿן זיך צונויף.
(ביידע קײַכן פֿאַר געלעכטער)
זי: גוט, איז וואָס קען מען אָפּלערנען דערפֿון?
ער: אַז מע שמײַסט, איז בעסער צו לאַכן איידער וויינען.
זי: דאָס איז דײַן איינציקער אויספֿיר? איך האָב געמיינט, דײַן ענטפֿער וועט זײַן מער טיפֿזיניק.
ער: טיפֿזיניק? אַז דו וואָלסט געוואָלט הערן עפּעס טיפֿזיניקס, וואָלסטו נישט געדאַרפֿט רעדן מיט אַן אַלטן נאַר. אפֿשר דאַרפֿסטו זיך קריגן אַ קלוגן לובאָווניק?
זי: איך האָב טאַקע אַ טראַכט געטאָן מכּוח פֿירן אַ לינקע ליבע. דערווײַל האָב איך דאָס נישט געטאָן און נישט ווײַל עס פֿעלן אויס בעלנים. יונגערהייט האָב איך געשטרעבט צו „עפּעס העכערס‟, צו דערהויבענע מאָראַלישע פּרינציפּן נאָר, צווישן אונדז גערעדט, העכערע מאָראַלישע פּרינציפּן זענען גוט פֿאַר גליקלעכע מענטשן, נישט פֿאַר אומגליקלעכע. אַז מע איז הונגעריק, פֿרעגט מען נישט קיין שאלות. סע שטייט, „לא-תגנובֿ‟ — און דאָך לחקנט מען אַ שטיקל ברויט. נאָר איך בין אַזאַ, וואָס עס ציט מיך נישט צו מענער, מיט וועלכע איך קען נישט ריידן אַ וואָרט. יונגע מענער זענען טאַקע שיין, אָבער זיי זענען, במחילה, גרויסע נאַראָנים. די צרה מיט זיי איז, וואָס ווי נאָר זיי דערשמעקן אַ נקבֿה, הערט זייער קאָפּ אויף צו אַרבעטן. נאָר די הענט אַרבעטן מעשׂים. דאָס עקלט מיך.
ער: נו, שלא עשני…
זי: אישה
ער (רעדט מיט אַ גמרא ניגון): דעריבער האָט זיך דער אייבערשטער דערבאַרעמט אויף דיר און באַשאַפֿן די אימפּאָטענציע.
זי: דו יכולסט נישט?
ער: ניין, ער איז טויט, ברוך-השם. שלאָפֿט געשמאַק, צוליב די פּילן קעגן דעפּרעסיע.
זי: האָב בטחון! גאָט איז אַ מקיץ נרדמים.
ער: איך וועל קיינמאָל נישט אויפֿהערן אײַננעמען די פּילן. אין בעסטן פֿאַל, וועל איך פֿאַרהעכערן די דאָזע.
המשך קומט