משה לעמסטער
הייבט אָן אײַער טאָג פֿון לייענען לידער
ווען אויפֿן האַרץ עס ווערט אײַך ביטער,
ווען גרוי, אָנפֿאַרביק די אַרומען
הייבט אָן אײַער טאָג פֿון לייענען לידער,
וואָס אין די ביכער ווי איידעלע בלומען.
הייבט אָן אײַער טאָג פֿון לייענען לידער
פֿאַרזוכט נעקטאַר פֿון זייערע קלאַנגען,
ווערט אַנטציקט פֿון ווערטער—בילדער,
דערפֿילט דעם ברי פֿון די געדאַנקען.
הייבט אָן פֿון לידער, ווי פֿון תּפֿילות,
אַלע צעשטראַלטע אינדערפֿריִען
זאָלן זיך צעזינגען די געפֿילן
און ווי אַ ליד דער נײַער טאָג צעבליִען…
אָקטאָבער 7, 2021
מײַן ייִדישער טאַנץ — טאַראַנטעלע
איך געדענק בײַ אונדז אין שטעטל —
מענער טאַנצן מיט אַ פֿלאַם,
זיי אויפֿן קאָפּ אַ טעלער שטעלן
און טשירי־באָם מיט טשירי־באַם.
אין יענע טעלער פֿלעג, אויף זיכער,
עפּעס שטייען, עפּעס זײַן:
צי אַ לעקעך, צי אַ קיכל,
צי אַ פֿולער כּות מיט ווײַן…
אויף מײַן קאָפּ איז הײַנט אַ טעלער,
די מוזיק פֿאַר מיר עס שפּילט
כ’נעם זיך טאַנצן טאַראַנטעלע,
מיט אַ פֿלאַמיקן געפֿיל.
טאַראַנטעלע, טאַראַנטעלע,
טשירי־באָם מיט טשירי־באַם,
מיר דאָס טאַנצן איז געפֿעלן
פֿון מײַן שטעטל דאָך איך שטאַם.
טאַראַנטעלע, טאַראַנטעלע,
צו דעם טאַנץ אַ גוסט איך האָב —
גלײַך ווי צוגעקלעפּט דער טעלער
פֿאַלן פֿאַלט ער ניט פֿון קאָפּ.
טאַראַנטעלע, גיכער ריטעם
פֿון איטאַליע, פֿון דרום,
איך דעם טאַנץ האָב הײַנט געביטן
ער איז אַ ייִדישער געוואָרן!
וואָס גאָר ייִדישע טאַראַנטעלע,
וועגן דעם ניטאָ אין גוגל? —
אויף מײַן קאָפּ עס שטייט אַ טעלער
און אויף אים — אַ זיסער קוגל!..
טאַראַנטעלע, טאַראַנטעלע,
מיט אַן אמתן ייִדישן טעם.
מיר מײַן טאַנצן איז געפֿעלן
טשירי־באָם מיט טשירי־באַם…
אָקטאָבער 2-9, 2021
געטרײַע פֿרײַנד
איך האָב אין בלומינגטאָן אַ פֿרײַנד
אַ לוסטיקער טרינקער, אַ פֿריילעכער נאַשער,
ווען אין מײַן לאַנד די זון זיך צעשײַנט
בײַ אים די לבֿנה צווישן שטערן זיך פּאַשעט.
ווען עס גייט אויס דאָס האַרץ מײַנס פֿון פּײַן
אַ קאָשיק מיט שטערן כ’געפֿין אויפֿן שוועל,
זיי האָט פֿאַר מיר געזאַמלט מײַן פֿרײַנד
אויף זײַן בײַנאַכטיקן שטערן־פֿעלד.
ווען ער אין דעם בלומינגטאָנער אָסיען,
ווערט פּלוצעם בײַ זיך אַ ביסל געפֿאַלן,
טרעפֿט ער בײַם פֿענצטער אין פֿינצטערן אָוונט
אַ שײַנענדיק בינטל מיט זוניקע שטראַלן…
אָקטאָבער 16, 2021
מײַן הײַנט
וואָס איז נעכטן געווען האָב איך פֿאַרגעסן,
וואָס וועט מאָרגן זײַן איך ווייס ניט.
דער הײַנט איז מײַן שלאָס און מײַן פֿעסטונג,
איך בין זײַן געקרוינטער קייסער!
דער הײַנט איז מײַן פּאַלאַץ גערוימער
דאָ בין איך דער חכם שלמה־המלך
דאָ אינעם גאָרטן, וווּ זיך צײַטיקן טרויבן,
וואַרט אויף מיר שולמית די שיינע…
פֿאַר טאָג די פֿייגל זינגען, רוישן,
כ’שטיי אויף מיט אַ האַרץ אַ פֿרישן, הייסן
טו אָן אויפֿן קאָפּ ווי אַ קרוין אַ רויטע —
די זון, כ’ווער ווידער אַ מלך, אַ קייסער…
אָקטאָבער 20, 2021

די אויסגאַבע „ייִדיש בראַנזשע‟ באַגריסט האַרציק אונדזער שטענדיקן מחבר, דעם פּאָעט משה לעמסטער מיטן באַקומען דעם בכּבֿודיקן לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז פֿאַרן יאָר תּשפּ״א — 2021, צוגעטיילט פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל.
צוזאַמען מיט אים האָבן דעם פּרײַז באַקומען נאָך צוויי חשובֿע ליטעראַטור־טוערס:
ישׂראל רודניצקי, שריפֿטשטעלער, סטיליסטישער רעדאַקטאָר, איבערזעצער; און בעלאַ רובינשטיין, ליטעראַטור־פֿאָרשערין און איבערזעצערין.
מיר ווינטשן אַלע פּרײַז־געווינערס געזונט און שאַפֿערישע ענערגיע אָנצוגיין מיט זייער לעבנס־וועג ווײַטער ביז 120!
באָריס סאַנדלער, רעדאַקטאָר