יעווגעני קיסין
מײַ 6
אָפּגעשאַפֿן די רעקאָרדירונג פֿון ליסטס קאָנצערטן אין לײַפּציג. מ׳האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען.
הײַנט האָב איך געהאַט זייער אַ משונהדיקן חלום. איך האָב געמוזט פֿאָרן ערגעץ–װוּ דורך מאָסקװע, און די עטלעכע שעהען, װאָס איך האָב געדאַרפֿט אָפּזײַן דאָרטן, האָב איך פֿאַרבראַכט אין… אַהרן װערגעליסעס דירה. װערגעליס אַלײן האָט מיך אַהין געבראַכט (ס׳איז געװען אַ ריזיקע און אַ פּראַכטפֿולע װױנונג), געװיזן מיר, װאָס איך קאָן עסן און װוּ איך קאָן שלאָפֿן, און איז אַװעק. איך האָב אָנגעהױבן עסן, אָפּגעשניטן אַ ביס פֿון דעם, װאָס האָט מיר אױסגעזען װי אַ שטיק פֿלייש, — און דערנאָך האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ס׳איז אַ לעבעדיקע קאַץ און, אַז איך האָב געהאַט אָפּגעשניטן איר עק! די קאַץ האָט גענומען אַרומלױפֿן, און איך האָב אָנגעהױבן טראַכטן, װאָס צו טאָן. קײנעמס טעלעפֿאָן–נומער אין מאָסקװע האָב איך ניט געדענקט. איך האָב באַשלאָסן קלינגען אין די שכנישע דירות — און פּלוצעם איז לעבן מיר אױפֿגעװאַקסן, װי פֿון אונטער דער ערד, אַ מיטלװוּקסיקער מאַן, ייִנגער פֿון מיר. איך האָב אים אָנגעהױבן דערקלערן אױף רוסיש, אַז אַראָן אַלטעראָװיטש האָט מיך געהאַט געבראַכט אַהערצו. דער אומבאַקאַנטער האָט מיך איבערגעריסן אױף ייִדיש: „אַראָן אַלטעראָװיטש איז שױן ניטאָ.‟. דאַן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז װערגעליס איז שױן באמת געהאַט געװען געשטאָרבן, און האָב אַ טראַכט געטאָן: װער זשע האָט מיך דאַן געבראַכט אַהערצו? זײַן זון צי נאָך עמעצער? איך האָב גערעדט װײַטער, זאָגנדיק דעם מאַן אױף רוסיש, אַז דער באַלעבאָס פֿון אָט דער װױנונג האָט מיך געבראַכט אַהער, און דערקלערט, װאָס ס׳איז מיט מיר געשען. דער מענטש האָט געזאָגט: „איר קאָנט איר מאַכן אַ מאַסאַזש, אױב איר װילט.‟ (מיינענדיק די קאַץ). איך האָב געענטפֿערט: „איך קען ניט מאַכן אַ מאַסאַזש, און מע דאַרף זי אָפּפֿירן צו אַ װעטערינאַר־דאָקטער!‟. דער מענטש האָט גענומען דערװידערן — און אין יענעם מאָמענט האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט…
אַנטאָשאַ איז אַזאַ מאָלאָדיעץ: הגם ער איז ניט קײן דאָקטער, קלײַבט ער זיך גלענצנדיק פֿונאַנדער אין פֿאַרשײדענע פּרטים פֿון מעדעצין!
אָפּגעפֿירט דער מאַמען קליידער און שפּײַז. מע האָט אינעם שפּיטאָל פּלוצעם אָנגעהױבן זיך באַציִען צו איר גוט. מיר פֿאַרשטײען ניט, װאָס איז געשען, נאָר װי עס זאָל ניט זײַן, געפֿינט זי זיך הײַנט אין אַ גאָר בעסערער שטימונג.
אַנע פּאַװלאָװנע האָט געהאַט פּאַנישע אַטאַקעס בײַ נאַכט, נאָר װײניקער, װי פֿריִער. זי האָט נאָך אַלץ האַלוצינאַציעס בײַ טאָג, נײַערט איצט שרעקן זײ זי ניט. איצט פֿונקציאָנירט דער מאָגן בײַ איר נאָרמאַל. הײַנט האָט זי פּלוצעם געזאָגט טאַטיאַנאַן: „מיר דאַכט זיך, אַז איך װעל באַלד שטאַרבן.‟…
אפֿשר, װעט לפּיד זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דער נײַער רעגירונג. אינטערעסאַנט…
הײַנט איז פֿרױדס געבױרן־טאָג. כ׳געדענק, װי אין 1990 איז אין מאַסקװע פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ זאַמלבוך פֿון זײַנע װערק (צום ערשטן מאָל זינט 1920ער) און װי איך האָב עס דעמאָלט שטודירט מיט התלהבֿות. שפּעטער האָב איך איבערגעלײענט פֿרױדס העכסט אינטערעסאַנטן עסײ װעגן לעאָנאַרדאָ דאַ װינטשי, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם זעלבן יאָר װי אַ ביכעלע אין ריגע. עטלעכע יאָר נאָך דעם, שױן וווינענדיק אין אַמעריקע, האָב איך איבערגעלײענט זײער אַ פֿאַרכאַפּנדיק בוך פֿון דעם באַרימטן פּסיכיאַטער, דעם גרינדער פֿון דער רוסלענדישער פּסיכאָאַנאַליטישער אַסאָציאַציע אַהרן בעלקין, אין װעלכן ער האָט געהאַט אַנאַליזירט די סאָװעטישע געשיכטע פֿונעם פֿרױדיסטישן שטאַנדפּונקט. למשל, ער האָט געהאַלטן, אַז די באָלשעװיסטישע פֿירערס האָבן זיך געהאַט גענומען פּסעװדאָנימען, מחמת אונטער אַ פּסעװדאָנים איז געװען גרינגער צו באַגײן בלוטיקע פֿאַרברעכנס, אײדער אונטער זײערע אמתע פֿאַמיליע–נעמען; אַז ברעזשניעװ איז געװען אַ טיפּישער אײנוכאָיִד און גאָרבאַטשאָװ — אַ טיפּישער נאַרציס (דאָ באַמערקט דער מחבר, אַז דער לעגענדאַרער נאַרציס, קעגן דעם טעות פֿון אַ סך מענטשן, האָט זיך אױף אַן אמתן פֿאַרליבט ניט אין זיך אַלײן, נאָר אין זײַן אָפּשפּיגלונג, — און דװקא דאָס איז שײך צו גאָרבאַטשאָװן); אַז פֿאַרשײדענע עפּיזאָדן פֿון יעלצינס ביאָגראַפֿיע דעמאָנסטרירן, אַז ער האָט תּמיד, במשך פֿון זײַן גאַנץ לעבן, געהאַט אַ שטאַרקן טאַנאַטאָס (טױט–אינסטינקט) און אײן מעשׂה פֿון זײַנע זכרונות דערקלערט די סיבה פֿון דעם: בעת מ׳האָט אים געטױפֿט, האָט דער גלח פֿאַרגעסן װעגן אים אױף עטלעכע רגעס, און ער איז שיִער ניט דערטרונקען געװאָרן אין דער קופּעל…
היות איך בין ניט קײן מומחה אין אָט דעם געביט, האָב איך אין משך פֿון אַ סך יאָרן אױסגעפֿרעגט בײַ פֿאַרשײדענע פּסיכאָלאָגן און פּסיכיאַטערס מכּוח פֿרױדן און זײַן לערע, און אַלע האָבן זײ געענטפֿערט בערך דאָס זעלבע: אַצינד זײַנען אַ סך פֿון פֿרױדס אידעען פֿאַרעלטערט געװאָרן, נאָר בשעתּו האָט ער געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע און אַרײַנגעבראַכט זײער אַ װיכטיקן צושטײַער אין דער װיסנשאַפֿט. דעריבער ווער איך אין כּעס סײַ אויף יענע, װאָס טענהן, אַז פֿרױד איז ניט פֿאַרעלטערט (װי יענער יונגער פֿאַרערער פֿון מאַרקסן, מיט װעמען איך האָב אַ מאָל געהאַט אַ װיכּוח), סײַ אויף יענע, װאָס האַלטן פֿרױדן פֿאַר אַ נישטיקײט און אַ שאַרלאַטאַן (פֿאַרשטײט זיך, האָבן אַזעלכע מענטשן גאָר קײן שום שײַכות ניט צו פּסיכאָלאָגיע/פּסיכיאַטריע, ניט צו מעדיצין בכלל). געװען איז, למשל, אַזאַ רוסישער מחבר לעװ נאַװראָזאָװ, אַ סאָליפּסיסט–שבסאָליפּסיסט, װאָס פֿלעגט האַלטן פֿון זיך אַן עולם–ומלואו און האָט אַ מאָל אינפֿאָרמירט די לײענער פֿון דער צײַטונג „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟, אַז פֿרױד איז געװען אַ פּאָלנער גאָרנישט און, אַז אין װין אָנערקענט מען אים ניט. אַפּנים, איז נאַװראָזאָװ קײן מאָל ניט געװען אין עסטרײַך, אַניט װאָלט ער געװוּסט, אַז פֿרױדס פּאָרטרעט איז געװען אָנגעמאָלט אױף די עסטרײַכישע באַנקנאָטן…
ערגעץ–װוּ האָב איך געלײענט, אַז אַ מאָל האָט פֿרױד געהאַט געזאָגט: „אַלע מענטשן זײַנען טינוף‟. אַװדאי, װעל איך קײן מאָל ניט מסכּים זײַן מיט דעם און קײן מאָל ניט װערן אַ מיזאַנטראָפּ; איך בין אַליין אַ מענטש, און בטבֿע בין איך גענייגט ליב האָבן אַנדערע מענטשן — נאָר דעם אמת געזאָגט, בין איך לעצטנס געװאָרן שטאַרק אַנטױשט אין אַ סך פֿאָרשטײערס פֿון אונדזער ביאָלאָגישן אַרט. אַדרבה: אָפֿט פֿעלט מיר אַ בייז האַרץ אויף אײניקע פֿון זײ. פֿעלט אַ בייז האַרץ אויף די אַזױ גערופֿענע „קאָװיד–דיסידענטן‟, װאָס די מוחות בײַ זײ פֿונקציאָנירן אױף אַן אידיאָטישן אופֿן און װאָס שרײַבן, לייענען, גלייבן און שיקן איבער אײנער דעם אַנדערן כּל–המינים שטותערײַען (מסתּמא, דװקא אַזױ האָבן געװירקט די מוחות פֿון יענע, װאָס האָבן בשעתּם געגלייבט אין „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זיקני־ציון‟!).
ס׳פֿעלט מיר אַ בײז האַרץ אויף אונדזערע „רוסישע‟ רעאַקציאָנערן אין אַמעריקע און ישׂראל, װאָס האַלטן ניט פֿאַר נייטיק דורכקאָנטראָלירן די פֿאַקטן און גלײבן אין אַ יעדן שקר–וכּזבֿ, װאָס אַנטשפּרעכט זײערע אָנשױונגען: אין יעדע מיאוסקײטן און רכילות װעגן אָבאַמאַ, די קלינטאָנס, בײַדענען, סאָראָסן און אַזױ װײַטער — און אין יעדע באָבע–מעשׂיות װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ האַרצעניו–נשמהניו איז טראַמפּ (אײנער פֿון זײ האָט אים אַפֿילו אָנגערופֿן ״טראַמפּושאַ״)! בעת ס׳איז דאָ אַזױ פֿיל טינוף אױף דער װעלט — אַנטיסעמיטן, סטאַליניסטן, פּוטיניסטן און אַזױנע װי זײ — איז פֿאַר מיר געװען אַן אמתער שאָק צו געפֿינען זיך „אױף דער אַנדערער זײַט פֿון די באַריקאַדן‟ מיט יענע, װעמען איך האָב פֿריִער תּמיד געהאַלטן פֿאַר מײַנע נאַטירלעכע אַליִיִרטע: אָנהענגערס פֿון ישׂראל און דעמאָקראַטיע, פּוטינס קעגנערס. יאָ, װי עס האָט מיר בשעתּו דערקלערט מײַן שול–לערער פֿון געשיכטע, „מענטשן גלייבן אין דעם, אין װאָס זײ װילט זיך גלייבן, אין װאָס ס׳איז אָנגענעם צו גלייבן‟. אַצינד קאָן איך פֿאַרשטײן, הלמאַי אַ סך מענטשן גלייבן אין די אַנטיסעמיטישע ליגנערײַען און בילבולים: אױב יענע, װאָס האָבן פֿײַנט די אַמעריקאַנישע דעמאָקראַטן (לױט דער פּאַרטײ) קאָנען גלייבן, אַז אָבאַמאַ איז ניט געבױרן געװאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אַז הילאַרי קלינטאָן האָט דערהרגעט מענטשן וכּדומה, הגם דאָס אַלץ איז שױן לאַנג אָפּגעפֿרעגט געװאָרן, — איז פֿאַר װאָס זשע יענע, װאָס האַסן ייִדן און ישׂראל, זאָלן ניט גלייבן, אַז ישׂראל האַנדלט מיט די אָרגאַנען פֿון די פּאַלעסטינער, אַז ייִדן ניצן בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער בײַם מאַכן מצות און אַז דער חורבן איז בכלל ניט געװען?

אַװדאי, ווען איך האָב געוווינט אין אַמעריקע אין די אָנהייב 1990ער, האָב איך גוט געװוּסט, אַז אין אונטערשײד צו כּמעט אַלע מײַנע באַקאַנטע אַמעריקאַנער (איך האָב, נאַטירלעך, קאָנטאַקטירט בלױז מיט אינטעליגענטע אַמעריקאַנער), זײַנען דאָרטן ס׳רובֿ „רוסן‟ פֿאַרביסענע רעפּובליקאַנער — נאָר נאָך פֿון ע. שעװאַרדנאַדזעס [1] באַרימטער רעדע אין דעצעמבער 1990 האָב איך, דעמאָלט אַ 19–יאָריקער בחור, פֿעסט פֿאַרגעדענקט אױף מײַן גאַנץ לעבן, אַז ס׳איז דאָ אַ חילוק צװישן קאָנסערװאַטאָרן און רעאַקציאָנערן און, אַז אױב די קאָנסערװאַטאָרן פֿאַרדינען רעספּעקט, טאָר מען ניט זײַן אַ רעאַקציאָנער. וועגן דעם, אַז טראָמפּ װעט זיך באַלאָטירן אױפֿן פּאָסטן פֿון פּרעזידענט, האָב איך זיך דערוווּסט פֿונעם קאָנסערװאַטיװן פּאָליטישן קאָמענטאַטאָר טשאַרלז קראַוטהאַמער, עליו–השלום. מיר זײַנען געזעסן אינעם אַרטיסטן–צימער פֿונעם װאַשינגטאָנער קענעדי–צענטער בשעת אַ הפֿסקה צװישן מײַנע רעפּעטיציעס דאָרטן און האָבן (װי תּמיד) געשמועסט װעגן פּאָליטיק. טשאַרלז האָט קריטיקירט אָבאַמאַ — און פּלוצעם אַ זאָג געטאָן: „נאָר ס׳איז דאָ עמעצער, װאָס איז נאָך ערגער, אײדער אָבאַמאַ: דאָנאַלד טראַמפּ,‟ — און ער האָט מיר דערציילט, אַז טראַמפּ האָט בדעה זיך צו באַלאָטירן אױף די קומענדיקע פּרעזידענטן–װאַלן.
איך געדענק שױן שלעכט, אין װאָס טשאַרלז האָט באַשולדיקט טראַמפּן, נאָר כ׳געדענק גוט, אַז ער האָט אים פֿאַרגליכן מיט מוסאָלינין. װי באַװוּסט, האָט קראַוטהאַמער בכלל ניט געשטימט אױף די װאַלן פֿון 2016; זײַענדיק אַ מענטש פֿון רעכטע פּאָליטישע אָנשױונגען, האָט ער ניט געקאָנט שטימען פֿאַר קלינטאָנען, נאָר זײַענדיק אַן אינטעליגענטער, ציװיליזירטער מענטש, װעמענס מענטאַליטעט האָט זיך אױסגעפֿורעמט ניט אינעם טאָטאַליטאַרן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, נאָר אין די דעמאָקראַטישע פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, האָט ער ניט געקאָנט שטימען אױך פֿאַר אַזאַ טיפּ, װי טראַמפּ. מכּוח אַ סך אונדזערע „רוסן‟ — פֿון זײער אונטערשטיצן טראַמפּן איז געװאָרן קלאָר, װי דין קאָן זײַן אַ מאָל דאָס פּאַסיקל, װאָס צעטײלט קאָנסערװאַטיזם פֿון רעאַקציע… איך קאָן פֿאַרשטײן אַזעלכע, װי, למשל, מײַנער אַן אַלטער פֿרײַנד, װאָס האָט געשטימט פֿאַר קלינטאָנען אין 2016 און פֿאַר טראַמפּן אין 2020. ער דערקלערט מיר זײַן אױסװאַל אַזױ: „איך האַס דעם מענטשן, נאָר מיר געפֿעלן אײניקע אַספּעקטן פֿון זײַן פּאָליטיק‟ (עפּעס ענלעכס האָט געשריבן פֿאַר די לעצטע װאַלן דניאל פּײַפּס); שפּעטער האָט ער מיר אָנגעשריבן, אַז בײַדען איז אַ װױלער מענטש, נאָר פֿירט דורך אַן אומריכטיקע פֿינאַנציעלע פּאָליטיק. דאָס קאָן איך פֿאַרשטײן. נאָר פֿאַר יענע, װאָס מאַכן די דעמאָקראַטן מיט דער בלאָטע גלײַך און לױבן טראַמפּן ביזן הימל, — פֿעלט אויף זיי גלאַט אַ בײז האַרץ!
און נאָך אײן װיכטיקער מאָמענט… איבערגעװאַנדערט קײן אַמעריקע מיט אַרום 30 יאָר צוריק און דערזען, אַז אינטעליגענטע אַמעריקאַנער זײַנען דעמאָקראַטן און אונדזערע „רוסן‟ — רעפּובליקאַנער, האָב איך תּיכּף געמאַכט דעם נאַטירלעכן אױספֿיר, דהײַנו: ס׳איז מחמת דעם, װאָס דער מענטאַליטעט בײַ אונדזערע אימיגראַנטן האָט זיך אױסגעפֿורעמט אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד, — און אָריענטירן זיך דאַרף מען דװקא אױף די אינטעליגענטנע אַמעריקאַנישע תּושבֿים. דעריבער טאַקע, װען איך האָב דעמאָלט געגעבן אַן אינטערװיו דער צײַטונג „נאָװאָיע רוססקאָיע סלאָװאָ‟, האָב איך בכּיװן אַרײַנגעשטעלט אין אים אַזאַ פֿראַזע: „בכלל בין איך אַ מענטש פֿון גאָר לינקע אָנשױונגען‟ — מחמת ס׳פֿלעגט מיר װערן גלאַט ניט–גוט פֿונעם כּלערלײ רעכטן טינוף, װאָס כ׳האָב כּסדר געלײענט אין יענער צײַטונג (צום גליק, האָט מײַע פּריצקער, װעמען כ׳האָב געגעבן יענעם אינטערװיו, געהאַט די זעלבע אָנשױונגען, װי איך). אַצינד װאָלט איך זיך, אַװדאי, ניט אָנרופֿן „לינקער‟; לױט די אײראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן, בין איך אפֿשר טאַקע אַפֿילו מעסיק רעכט — װאָס איז דער עקװיװאַלענט פֿונעם צענטער אױפֿן „װילדן מערבֿ‟ (און אַגבֿ, אַפֿילו ניט אין די אַלע אַספּעקטן: װי באַװוּסט, איז אין דער ציװיליזירטער אײראָפּע טױטשטראָף שױן לאַנג לגמרי טרײף סײַ פֿאַר די לינקע, סײַ פֿאַר די רעכטע, און אין אַמעריקע זײַנען אײניקע דעמאָקראַטן — בתוכם, למשל, ביל קלינטאָנען — אָנהענגערס פֿון טויטשטראָף).

װען איך װאָלט געװען אַ בירגער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װאָלט איך ניט געהערט צו יענע אַמעריקאַנער, װאָס קײן מאָל, בײַ קײן שום אומשטאַנדן וועלן ניט שטימען פֿאַר די רעפּובליקאַנער; איך בין זיכער, אַז אין די מײאָר–װאַלן אין ניו–יאָרק אין 1993 װאָלט איך (װי ס׳רובֿ ניו–יאָרקער ייִדן) געשטימט פֿאַר דזשוליאַנין, און איך קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין די פּרעזידענטן–װאַלן אין 1980 װאָלט איך (װי כּמעט 40% אַמעריקאַנער ייִדן, בתוכם אײניקע מײַנע פֿרײַנד, װאָס אין אַלע אַנדערע װאַלן האָבן זײ געשטימט פֿאַר די דעמאָקראַטן) געשטימט פֿאַר רײגאַנען. אפֿשר, װאָלט איך אַפֿילו געשטימט פֿאַר ראָמנין אין 2012; יעדנפֿאַלס, איז מיר דעמאָלט זײער געפֿעלן געװאָרן די ריכטונג פֿון ראָמניס אױסערן–פּאָליטיק. ער האָט זי דעמאָנסטרירט בשעת זײַן װאַל–קאַמפּאַניע, װען ער האָט באַזוכט לאָנדאָן, װאַרשע און ירושלים: װי מע זאָגט אױף ענגליש, “that’s my boy” (בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט אָבאַמאַ, װאָס האָט געפּרוּװט אַ reset אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד און בכלל ניט באַזוכט ישׂראל במשך פֿון זײַן ערשטן טערמין, נאָר אָנגעהױבן זײַן טעטיקײט װי אַ פּרעזידענט פֿון באַזוכן פֿאַרשײדענע אַראַבישע לענדער! װי דער דעמאָקראַט הענרי דזשעקסאָן, בין איך תּמיד געװען אַן איבערצײַגטער שפּאַרבער אין די ענינים פֿון אױסערן–פּאָליטיק, בפֿרט בנוגע די קרעמל–באַנדיטן.
איך בין אַ סך מאָל געװען אין שװעדן, און כ׳װײס גוט ניט בלױז װעגן די מעלות, נאָר אױך מכּוח די חסרונות פֿון דער עקאָנאָמישער סיסטעם, װאָס אָלאָף פּאַלמע האָט בשעתּו באַשאַפֿן. פֿון דעסטװעגן, איז מיר תּמיד געװען לגמרי קלאָר, אַז צו פֿאַרגלײַכן די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטן אָדער די סקאַנדינאַווישע לענדער מיט דער סאָװעטן–מאַכט, װי עס טוען אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע, איז פּונקט אַזאַ אומיושר און טיפּשות, װי אָנרופֿן מאַרגאַרעט טעטשערן „פֿאַשיסטקע‟, װי בריטאַנישע לינקיסטן פֿלעגן עס טאָן. עטלעכע דורות ייִדיש–רעדנערס האָבן זײער גוט געװוּסט, אַז „װאָס איז צו איז איבעריק‟; װי באַװוּסט, פֿלעגט די חכמה פֿון אונדזער גרױסן אָבֿ שלמה המלך זיך אַנטפּלעקן דװקא אין דעם, װאָס ער פֿלעגט אױסמײַדן עקסטרעמקײטן און האָט געקענט געפֿינען פּשרהדיקע לייזונגען. גראָד אַזאַ איז די פּסיכאָלאָגיע פֿון די ציװיליזירטע מערבֿדיקע פֿעלקער, באַזונדערס פֿון יענע, װאָס געהערן צו דער פּראָטעסטאַנטישער קולטור (ניט אומזיסט פֿלעגט מען אָנרופֿן די פּראָטעסטאַנטן „ייִדישע מיטלױפֿערס‟!), און דעריבער טאַקע האָבן זײ באַשאַפֿן די סאַמע בעסטע געזעלשאַפֿטן אױף דער ערד.

מכּוח ס׳רובֿ הײַנטיקע רוסישע ייִדן, קענען זײ ניט ייִדיש; זיי זײַנען ניט דערצױגן געװאָרן אין דער ייִדישער קולטור און זײַנען אין תּוך אַ סך מער רוסן, װי ייִדן, דעריבער האָבן זײ פֿון קינדשאַפֿט אָן אײַנגעזאַפּט אין זיך ניט שלמה המלכס חכמה, נאָר די טיפּישע רוסישע (און סאָװעטישע!) נטיה צו איבערכאַפּן די מאָס, צו עקסטרעמיזם, צו זען די װעלט שװאַרץ–װײַס. טאַקע צוליב דעם האָבן זײ זיך געפֿונען „אױף די פֿאַרשײדענע זײַטן פֿון די באַריקאַדן‟ הן מיט ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, הן מיט אינטעליגענטע ישׂראלדיקע תּושבֿים.
אַװדאי, לעבנדיק אין אַ טאָטאַליטאַרן לאַנד, דאַרף דער בירגער באמת האָבן „עקסטרעמע‟ שטעלונגען לױט זײַן אידעאָלאָגיע. כ׳געגענק, װי אין 1990, אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָװס „פּערעסטרױקע‟ האָט װיטאַלי קאָראָטיטש [2] געגעבן אַן אינטערװיו אױף דער סאָװעטישער טעלעװיזיע, און מע האָט אים דעמאָלט געפֿרעגט: „נו, פֿאַר װאָס האָט אײַער זשורנאַל אַזאַ עקסטרעמען שטאַנדפּונקט?‟ — אױף װאָס װיטאַלי אַלעקסעיעװיטש האָט געענטפֿערט: „עקסטרעמען בנוגע צו װאָס? פֿון פּאָלאָזקאָװן [3] און פֿון אַלקסניסן [4] — יאָ, זײַנען מיר װײַט.‟. פֿון דעסטװעגן, נאָכן אַריבערפֿאָרן אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, מוז מען פֿאַרשטײן, אַז דאָ דאַרף מען ניט האָבן קיין עקסטרעמע שטעלונגען לױט די היגע סטאַנדאַרטן, און אױב אין דײַנע אָפּשאַצונגען פֿונעם דאָיִקן לעבן געפֿינסטו זיך װײַט פֿונעם דעמאָקראַטישן, ציװיליזירטן מיינסטרים, מיינט עס, אַז דו האָסט פּראָבלעמען. װאָס שײך דער ייִדישער מלוכה: אױב אַן עולה (אַפֿילו אױב ער לעבט שױן לאַנג אין ישׂראל) איז אין זײַנע מיינונגען װײַט פֿון ס׳רובֿ ישׂראלדיקע תּושבֿים, באַזונדערס פֿון דעם אינטעליגענטישן טייל, — מיינט עס, אַז ער האָט פּראָבלעמען לױט די ישׂראלדיקע, ייִדישע סטאַנדאַרטן, און אַזאַ עולה מוז פֿאַרשטײן זײַן װערט און װיסן זײַן אָרט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און אינעם ייִדישן פֿאָלק בכלל.

און נאָך װעגן דער רוסישער/סאָװעטישער דערציִונג און מענטאַליטעט. אין 2008, אין דער צײַט פֿון דער װאַל–קאַמפּאַניע אין אַמעריקע, האָט עמעצער פֿון אונדזערע „רוסן‟ אָנגעשריבן אַן אַרטיקל קעגן אָבאַמאַ, און, צװישן אַנדערס, געבראַכט אַזאַ אַרגומענט: אָבאַמאַ האָט זיך געלערנט אין אַ מוסולמענישער שול, און לױט די װיסנשאַפֿטלעכע אָנגאַבן, דװקא אינעם עלטער, אין װעלכן ער האָט זיך דאָרטן געלערנט, װערט אױסגעפֿורעמט דעם מענטשנס פּערזענלעכקײט. כ׳געדענק, אַז דורכגעלײענט עס, האָב איך גלײַך אַ טראַכט געטאָן: לויט די סימנים, האָט ער זיך זיכער געלערנט אין אַ סאָװעטישער שול! — איז װאָס זשע דאַן, לױט זײַן לאָגיק, שטעלט מיט זיך פֿאָר זײַן אײגענע פּערזענלעכקײט?! און ביז הײַנט הער איך זיך ניט אױף צו חידושן: נו, פֿאַר װאָס פֿאַלט אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע און ישׂראל ניט אײַן דער פּשוטער געדאַנק, אַז אױב זײערע אָנשױונגען װעגן דעם לעבן אין יענע לענדער פֿאַלן ניט צונױף מיט יענע פֿון די בעסטע, די סאַמע געבילדעטע און ציװיליזירטע פֿאָרשטײערס פֿון דער דאָרטיקער געזעלשאַפֿט, דער אַמעריקאַנישער און ישׂראלדיקער אינטעליגענץ, — מיינט עס, אַז דװקא ז י י, ד י ג ע ב ו י ר ע נ ע א ו ן ד ע ר צ ו י ג ע נ ע א י נ ע ם ר אַ ט ן – פֿ אַ ר ב אַ נ ד, פֿ אַ ר ש ט י י ע ן ע פּ ע ס נ י ט?! אַז אַפֿילו אױב זײ האַסן קאָמוניזם, איז זײער אַרט דענקען, זײער מענטאַליטעט פֿאַרדאָרבן געװאָרן פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים, דעריבער, אױב זײ װילן װערן ציװיליזירטע מענטשן, זאָלן זיי זיך צוהערן צו די אינטעליגענטע מענטשן, װעמענס מענטאַליטעט האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין דער פֿרײַער, דעמאָקראַטישער, ציװיליזירטער װעלט?! נו, אױף װעלכן סמך, מישטײנס געזאָגט, האַלטן אונדזערע „רוסן‟, אַז זײ קלײַבן זיך פֿונאַנדער אינעם אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקן לעבן בעסער, װי די אינטעליגענטנע אַמעריקאַנישע און ישׂראלדיקע תּושבֿים (בתוכם ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן)?! ס׳איז דאָך ממש אַן אומגלייבלעכע גאווה און טיפּשות!

אײנער אַ באַקאַנטער מײַנער, אַ ישׂראלי פֿון סאָװעטישן אָפּשטאַם, האָט מיט אַרום אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק אָנגעשריבן אַ בריװ זײַנעם אַ פֿרײַנד, אױך אַ געװעזענעם סאָװעטישן ייִד, װאָס לעבט אין אַמעריקע, און איבערגעשיקט אָט דעם בריװ צו פֿאַרשײדענע מענטשן, אײַנשליסנדיק מיך. אין דער דאָזיקער װענדונג האָט דער אױטאָר אָנגעשריבן מיט איראָניע: „מע דאַרף ניט טראַכטן, זאָלן די ליבעראַלן טראַכטן פֿאַר אונדז!‟ — און װײַטער: „װאָס זשע טוט מען מיט דער לאַנג־יאָריקער געװױנהײט צו טראַכטן? װאָס זשע טוט מען, אױב די ליבעראַלן טראַכטן בכלל ניט?‟. װען איך האָב עס איבערגעלײענט, איז מײַן אומגעזאַמטע נאַטירלעכע רעאַקציע געװען אַזאַ: ניין, ס׳איז גאָר אַן אומריכטיקער אופֿן פֿון שטעלן די פֿראַגע; די מעשׂה איז, אַז אײניקע מענטשן טראַכטן ר י כ ט י ק, און די אַנדערע — א ו מ ר י כ ט י ק. למשל, די אַנטיסעמיטן, סטאַליניסטן, פּוטיניסטן און אַזעלכע, װי זײ, טראַכטן אױך — נאָר זײ טראַכטן אומריכטיק. און אױב יענע, װעמענס מענטאַליטעט האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין אַ טאָטאַליטאַרן לאַנד (אַפֿילו אױב זײ האַסן עס), טראַכטן אַנדערש, װי אינטעליגענטנע מענטשן, װאָס זײער מענטאַליטעט האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, מיינט עס, אַז ד י ע ר ש ט ע ט ר אַ כ ט ן א ו מ ר י כ ט י ק. דעריבער דאַרף מען זיך לערנען צו טראַכטן ריכטיק: דאָס איז שײך צו די אַלע קעגנערס פֿון ליבעראַליזם, אי צו די פֿינצטערלינגען אין רוסלאַנד, אי צו די „רוסן‟ אין אַמעריקע און ישׂראל.
און — װי איראָניש און באַװײַזלעך: אין זײער טראַמפּיזם און אַנטיליבעראַליזם בכלל האָבן אונדזערע אַמעריקאַנישע און ישׂראלדיקע „רוסן‟ זיך באמת געפֿונען אינעם זעלבן לאַגער מיט פּוטינען און זײַנע רוסלענדישע אָנהענגערס! זײ שיקן איבער אײנער דעם אַנדערן מיאוסע אַרטיקלען װעגן שװעדן פֿון רוסלענדישע מאַס–מעדיאַ, מחמת אין אָט די אַרטיקלען מאַכט מען מיט דער בלאָטע גלײַך „פּאָליטישע קאָרעקטקײט‟! אײנער אַ רוסישער ייִד, װאָס וווינט אין אַמעריקע און װאָס איך האָב זיך געפֿונען אין דער רשימה פֿון זײַנע קאָרעספּאָנדענטן, האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק צעשיקט אַן אָפּשיק אױף סערגײ לאַװראָװס [5] קריטיק פֿון די לעצטע פּרעזידענטן–װאַלן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און האָט דערבײַ אָנגעשריבן: „כ׳װאָלט קײן מאָל ניט געגלײבט, װען מע װאָלט מיר געזאָגט, אַז איך און לאַװראָװ װעלן האָבן אַן ערך די זעלבע מיינונג װעגן אַ װאָסער–ניט–איז ענין.‟. אָט װען עס האָט זיך אַם בולטסטן אַרױסגעװיזן, אַז בעצם זײַנען זײ ניט אַזױ ייִדן, װי רוסישע רעאַקציאָנערן. און — קאָמוניסטן פֿאַרקערט. װלאַדימיר װױנאָװיטש [6], ז״ל, האָט אין אײנעם אַן אינטערװיו דערציילט אַן אױסגעצײכנטע מעשׂה װעגן דעם, װי מע האָט צעטריבן אַ קאָמוניסטישע דעמאָנסטראַציע אין װאַשינגטאָן און אײנער אַ מענטש, װאָס אַ פּאָליציאַנט האָט אים אַ שלאָג געטאָן מיט אַ שטאָק, האָט געשריגן: „װאָס טוסטו?! איך בין אַן אַנטיקאָמוניסט!‟ — אױף װאָס דער פּאָליציאַנט האָט אים געענטפֿערט: „מיר איז אַלץ אײנס, װאָס פֿאַר אַ מין קאָמוניסט דו ביסט!‟.
דאָ, אַװדאי, דאַרף מען מאַכן אײן באַװאָרעניש: מע קאָן פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס אונדזערע אימיגראַנטן פֿון די 1970ער יאָרן האַלטן זיך קליגער, װי די מערבֿדיקע אינטעליגענץ. דהײַנו: אין יענער צײַט האָבן ניט װײניק מענטשן אין די מערבֿדיקע אינטעליגענטנע קרײַזן, צום באַדױערן, געהאַט אַ טעות מכּוח דעם, װאָס סע שטעלט מיט זיך פֿאָר קאָמוניזם און װאָס פֿאַר אַ פּאָליטיק דער מערבֿ דאַרף דורכפֿירן בנוגע דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אײניקע פֿון זײ פֿלעגן אַפֿילו אידעאַליזירן דאָס לעבן אין די קאָמוניסטישע מלוכות, די אַנדערע — ניט, פֿון דעסטװעגן זײַנען זײ געװען אָנהענגערס פֿונעם „דעטאַנט‟. װעגן דעם האָט פּרטימדיק דערציילט בוקאָװסקי [7], ז״ל, אין זײַן גלענצנדיקן און זײער װיכטיקן בוך „דער מאָסקװער פּראָצעס‟. פֿאַרשטײט זיך, האָט עס אַרײַנגעבראַכט אין כּעס סײַ אַזעלכע דיסידענטן, װי בוקאָווסקי, סײַ פּשוטע אימיגראַנטן פֿון דער בייז–אימפּעריע, און האָט זײ אױפֿגערייצט קעגן דער מערבֿדיקער אינטעליגענץ בכלל. די מעשׂה איז אָבער, אַז דאָ באַגײען אונדזערע „רוסן‟ פּונקט דעם זעלבן פֿעלער, װי יענע מערבֿדיקע מענטשן, װאָס האָבן זײ ניט געגלײבט װעגן דעם ראַטן–פֿאַרבאַנד: אױב יענע האָבן זיך ניט געוואָלט צוהערן צו אונדזערע אימיגראַנטן, װען ס׳איז געגאַנגען די רײד מכּוח דער סאָוועטישער מלוכה, אין װעלכער זײ זײַנען געבױרן און אױסגעװאַקסן געװאָרן, האָבן אונדזערע אימיגראַנטן, פֿון זייער זײַט, ניט געוואָלט זיך צוהערן צו די אינטעליגענטישע תּושבֿים פֿון די לענדער, אין װעלכע זײ האָבן איבערגעװאַנדערט, װען ס׳גײט די רײד װעגן דעם דאָרטיקן לעבן. די געװעזענע סאָװעטישע בירגער האָבן זיך בעסער פֿונאַנדערגעקליבן אין די סאָװעטישע זאַכן — די אײַנגעבױרענע אינטעליגענטישע אַמעריקאַנער און ישׂראלים קלײַבן זיך פֿונאַנדער בעסער אין די אַמעריקאַנישע און ישׂראלדיקע ענינים. דעריבער פֿעלט אויף יענע, װאָס זאָגן זיך אָפּ עס צו פֿאַרשטײן, װאָס װילן זיך ניט לערנען בײַ די ציװיליזירטע מענטשן און פּטור װערן פֿון זײער רוסישן–סאָװעטישן מענטאַליטעט, — פֿעלט אַ בײז האַרץ! דער בײַשפּיל פֿון דמיטרי װאָלקאָגאָנאָװן [8] האָט ביז גאָר בולט און איבערצײַגעװדיק דעמאָנסטרירט, אַז אױב מע װיל, איז מען מסוגל זיך צו לערנען און צו בײַטן זײַנע אָנשױונגען, אַפֿילו װען מען איז שױן אַלט העכער 60 יאָר.
אין דעצעמבער 2013 בין איך געװאָרן אַ ישׂראל־בירגער. נאָך דער צערעמאָניע, אױף װעלכער נתן שטשאַראַנסקי און סאָפֿע לאַנדװער האָבן מיר איבערגעגעבן דעם ישׂראל־פּאַספּאָרט, בין איך אויף דער װעטשערע געזעסן לעבן שלמה אבינרי. מיר האָבן געשמועסט װעגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק די גאַנצע צײַט, און אײניקע אַרױסזאָגונגען זײַנע האָבן מיך פֿאַרחידושט. הגם איך האָב זיך געהאַט זײער אינטערעסירט אין און נאָכגעשפּירט נאָך דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק זינט יונגע יאָרן, האָב איך, אַװדאי, ניט געהאַט די חוצפּה זיך צו שפּאַרן מיט אים — אַ פּראָפֿעסיאָנעלן און באַרימטן פּאָליטאָלאָג, װאָס האָט געלעבט אין ישׂראל זינט ער איז אַלט געװען 6 יאָר; איך האָב פּשוט געהאַלטן אין אײן שטעלן אים פֿראַגעס, כּדי צו פֿאַרשטײן זײַנע אָנשױונגען. און װי ריכטיק האָט ער אָנגעשריבן מיט צװײ יאָר צוריק: „זינט די סוף 1980ער יאָרן איז אין לאַנד געקומען אַ מיליאָן אימיגראַנטן פֿונעם געװעזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, װאָס האָבן באַרײַכערט די ישׂראלדיקע װיסנשאַפֿט, טעכנאָלאָגיעס, מוזיק און קולטור. פֿון דעסטװעגן, האָבן זײערע פּאָליטישע אָנשױונגען זיך אױסגעפֿורעמט במשך פֿון יאָרצענדליקער לעבן אונטער דער סאָװעטן–מאַכט. אין גרונט זײַנען אָט די אָנשױונגען װעלטלעכע, נאָר דערבײַ גלייבן אַ סך פֿון זיי אין אַ שטאַרקער מלוכה מיט אַ היִעראַרכישער אַדמיניסטראַטיװער סטרוקטור און באַציִען זיך אומטאָלעראַנט צו די פֿרעמדע אָדער די שׂונאים (אין געגעבענעם פֿאַל צו די אַראַבער). װי עס האָט זיך אַ װיצל געטאָן אײנער פֿון אָט די מענטשן אין אַ שמועס מיט מיר: ׳איך װיל ניט לעבן אונטער פּוטינס מאַכט, נאָר איך װיל, אַז דער פֿירער פֿון מײַן לאַנד זאָל זײַן ענלעך אױף פּוטינען!׳‟ ס׳װאָלט געװען אַזױ גוט צו קומען קײן ישׂראל אָן קאָנצערטן, כאָטשבי אױף אַ װאָך און װידער זיך מיט אים טרעפֿן, װי אױך מיט אַנדערע אמתע ישׂראלים, װאָס מיר האָט זיך אָפּגעגליקט מיט זײ זיך באַקענען: מנחם בן-ששון, דן מרידור, יצחק הערצאָג און זײַן משפּחה, רון פּרושאור, רות חשין, גרשון לעװענטאַל (סאַראַ שאָד, װאָס מישאל חשין און רות גביזון זײַנען שױן ניטאָ). און אױב אַ מאָל װעלן מיר, מירטשעם, קאָנען לעבן כאָטש אַ טײל צײַט אין ישׂראל — „יהי ביתך בית–ועד לחכמים‟: אָט דאָס איז מײַן טרױם! אַװדאי, װאָלט זיך מיר זײער געװאָלט זיך באַקענען מיט א. ב. יהושען, מאיר שלון, דוד גראָסמאַנען… װער װײסט — אפֿשר, װעל איך אַ מאָל זײַן ביכולת צו באַהערשן העברעיִש גענוג גוט, כּדי אָנצושרײַבן עפּעס װערטפֿולס אױך בעבריתּ און דערמיט אױפֿטאָן נאָך מער פֿאַר אונדזער פֿאָלק (על–כּל–פּנים, מער, אײדער אונדזערע היימישגעבאַקענע „רעכטיסטן‟)?

עס האָט מיר באמת אָפּגעגליקט צו באַקענען זיך און פֿאַרחבֿרן זיך מיט אַזעלכע שײנע ייִדן, איבערצײַגטע אָנהענגערס פֿון מדינת–ישׂראל און דערבײַ מענטשן פֿון נאָרמאַלע, ציװיליזירטע אָנשױונגען, װי לאָרד קיסין, דזשײמס װוּלפֿענסאָן, שמואל פּיזאַר (הגם איך בין קײן מאָל ניט געװען מסכּים מיט אים װעגן דעם דעטאַנט מיטן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד), לאָרד װײַדענפֿעלד — און, אַװדאי, אלי װיזעל, װאָס איז תּמיד געװען אײנער פֿון מײַנע גרעסטע העלדן (מיר פֿלעגן רײדן ייִדיש איינער מיטן אַנדערן). װי באַװוּסט, איז װיזעל לחלוטין ניט געװען אַ לינקער (אָדער אַ רעכטער), ער איז פּשוט געװען אַ העכסט ציװיליזירטער מענטש מיט שׂכל–היושר און אַ ייִדיש–שבייִדישער נשמה — און אין זײַן הױז אױף אַ ביכער–פּאָליצע האָב איך געזען זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע מיט אָבאַמאַ (װאַס אײניקע אונדזערע „רוסן‟ האַלטן אים פֿאַר אַן אַנטיסעמיט), װוּ אין זײַן אױפֿשריפֿט דאַנקט אָבאַמאַ װיזעלן פֿאַר יענעמס חכמה און פֿרײַנדשאַפֿט. ער האָט מיר אױך אַ סך דערצײלט װעגן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט הילאַרי קלינטאָן (װאָס אונדזערע „רוסן‟ האַלטן זי אױך פֿאַר אַ שׂונא–ישׂראל), בפֿרט נאָך דעם פֿאַל, ווען אין „אונעסקאָ‟ האָט מען נאָמינירט אײנעם אַן עגיפּטער אַן אַנטיסעמיט אויפֿן פּאָסטן פֿונעם הױפּט, און װי ה. קלינטאָן האָט דעמאָלט אין מיטן דער נאַכט אָנגעקלונגען אין פּאַריז און אָנגעדריקט אױף „אונעסקאָ‟, זיי זאָלן אַראָפּנעמען זײַן קאַנדידאַטור. דערנאָך אָבער האָט זיך אַרױסגעװיזן זײער אַ טשיקאַװער פּרט: בנימין נתּניהו (װאָס אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע זײַנען צווישן זײַנע פֿאַרערער, און ס׳רובֿ ישׂראלדיקע „רוסן‟ שטימען פֿאַר אים) האָט פֿאַרזיכערט האָסני מובאַראַקן, אַז ישׂראל האָט קײן דערװידערונגען ניט קעגן דעם, אַז יענער עגיפּטער זאָל װערן דער הױפּט פֿון „אונעסקאָ‟! װעגן דער משפּחה נתּניהו האָט װיזעל מיר אױך דערציילט; דעם קינפֿטיקן פּרעמיער–מיניסטער פֿון ישׂראל האָט ער געקענט, זינט יענער איז געװען נאָך אַ דערװאַקסלינג, און דעמאָלט פֿלעגט דער יונגער ביבי באַזוכן װיזעלן יעדע װאָך אױף אַ שעה: „װאָס ער האָט געװאָלט פֿון מיר, האָב איך טאַקע ניט פֿאַרשטאַנען,‟ — האָט מיר װיזעל געזאָגט. וויזעל פֿלעגט זײער הױך אָפּשאַצן בנציון נתּניהו (װאָס האָט געהאַט, װי באַװוּסט, נאָך מער רעכטע אָנשױונגען, װי זײַן מיטלסטער זון), ער איז געװען נתפּעל פֿון יונתן נתּניהו — נאָר בנימינען האָט ער געהאַלטן פֿאַר אַ טיפּש.
נו, און די „אונדזעריקע‟… אױב פֿריִער, לעבנדיק אין מערבֿ, האָב איך זיך תּמיד געסטאַרעט צו האַלטן בײַ דער זײַט, װען כ׳האָב געהערט, אַז מע רעדט רוסיש, איצט פֿיל איך צום ערשטן מאָל אין לעבן, אַז מיר װילט זיך האַלטן זיך װאָס װײַטער ניט בלױז פֿון די רוסן, װאָס באַזוכן די פֿרײַע װעלט, נאָר אױך פֿון די „רוסישע‟ אימיגראַנטן דאָ. אַװדאי, קאָן איך ניט אַרױסװאַרפֿן אין אַ מיסטקויש מײַנע אַלטע פֿרײַנדשאַפֿטן, זיי זײַנען העכער פֿון פּאָליטישע חילוקי–דעות, נאָר מיט אַנדערע פּראָדוקטן פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, װי לאַנג זײ זאָלן שױן דאָ ניט געווען געלעבט, װיל זיך מיר ניט מיט זיי באַקענען — אַ חוץ, פֿאַרשטײט זיך, די אױפֿגעקלערטע, ציװיליזירטע מענטשן, װאָס אַזעלכע זײַנען אױך פֿאַראַן.
און װען אײניקע פֿון אונדזערע „רוסן‟ אין אַמעריקע דערגײען ביז אָנרופֿן ליבעראַליזם „ייִדישע קראַנקהײט‟… שױן זשע דאַרף מען נאָך דערקלערן, אַז די ייִדן, אַן אומה, װאָס האָט במשך פֿון יאָרטױזנטער אַזױ פֿיל איבערגעליטן פֿון אַנטיליבעראַליזם, זאָלן מער װי װער–ניט–איז אַנדערע זײַן ליבעראַלן?! װי ס׳האָט אָנגעשריבן י.–ל. פּרץ, „װײַל מיר זענען אין גלות, װײַל מיר עסן שטענדיק בײַ אַ פֿרעמדן טיש, װײַל מיר זענען אײביקע אומגליקלעכע אורחים אױף דער װעלט, דעריבער האָפֿן מיר צו דער מענטשהײט, דעריבער איז מענטשלעכקײט אונדזער הײליקסטער אידעאַל, דעריבער איז אונדזער ע ג אָ יִ ז ם (אײגן–ליבע) די רײנסטע מענטשן–ליבע! װײַל מיר פֿילן, אַז כּל–זמן די מענטשן–ליבע װעט נישט גובֿר זײַן, כּל–זמן עס װעט זײַן קינאה–שׂינאה, תּחרות און מלחמה, װעט אונדז נישט גוט זײַן. דעריבער בעטן מיר שטענדיק אױף שלום, דעריבער זענען אונדזערע הערצער װי אַ שװאָם פֿאַר אַלע נײַסטע אידעען, דעריבער האָבן מיר האַרץ, געפֿיל און מיטלײד מיט אַלע אומגליקלעכע, מיט אַלע פֿאַרטריבענע, מיט אַלע געיאָגטע. דעריבער זענען מיר ׳רחמנים בני רחמנים.׳‟.
מילא, אױב עס װילט זיך אונדזערע „רוסן‟ צו זײַן לײַטיש געלעכטער און פֿאַרבלײַבן אין געשיכטע װי באָמאָזן און אָבסקוראַנטן, זאָלן זײ רײדן װעגן דעם אױף רוסיש — און איך װעל זאָגן אױף רײנעם ייִדיש:
איז לאָמיר מעלדן הױך און איבעראַל:
אַן עכטער ייִד מוז זײַן אַ ליבעראַל!
[1] שעװאַרדנאַדזע, עדואַרד (1928־2014) — סאָוועטישער און גרוזינישער מלוכה־טוער
[2] קאָראָטיטש, וויטאַלי (1936) — רוסישער און אוקראַיִנישער סאָוועטישער שרײַבער, זשורנאַליסט, רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „אָגאָניאָק‟ (פֿײַערל)
[3] פּאָלאָזקאָוו, איוואַן (1935) — סאָוועטישער מלוכה־טוער, אַפּאָנענט צו ב. יעלצין
[4] אַלקסניס, וויקטאָר —(1950) — סאָוועטישער און רוסלענדישער פּאָליטישער טוער
[5] לאַװראָװ, סערגײ (1950) — רוסלענדישער מלוכה־טוער, דיפּלאָמאַט, מיניסטער פֿון אויסלענדישע ענינים
[6] װױנאָװיטש, װלאַדימיר (1932־2018) — רוסישער פּראָזע־שרײַבער, פּאָעט, דראַמאַטורג
[7] בוקאָװסקי, וולאַדימיר (1942־2019) — סאָוועטישער, בריטישער און געוועזענער רוסלענדישער רעכטפֿאַרטיידיקער, שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער
[8] װאָלקאָגאָנאָװ, דמיטרי (1928־1995) — סאָוועטישער און רוסלענדישער היסטאָריקער, פֿילאָסאָף, פּאָליטאָלאָג און פּאָליטיקער