נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 50

אויפֿטריט פֿון יעווגעני קיסין אין ירושלים

צוויי יובילייען

דער אָקטאָבער־נומער איז מיר באַזונדערס ניחא צוליב צוויי זאַכן: קודם־כּל, ווײַל ס׳איז אַ סימבאָלישער יוביליי פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ — נומ׳ 50, דאָס הייסט, אַז מיר גייען אַרויס 50 חדשים. אַ קײַלעכדיקע דאַטע, וואָס איך האָף, וועט זיך קײַקלען און וואַקסן ווײַטער איבער צײַט און געשעענישן.

די צווייטע זאַך איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער צאָל 50, אָבער שוין מיט יאָרן, דהײַנו דער „גאָלדענער‟ יובֿל פֿון אונדזער שטענדיקן מחבר און שטיצער יעווגעני קיסין.

מעגלעך, אַז די צוויי דאַטעס זײַנען אַ צופֿעליקער צנויפֿפֿאַל, און מעגלעך, אַז סע שטעקט אין דער צופֿעליקייט אַ געוויסע באַשערטקייט.

יעווגעני קיסין, ווי אַ וועלט־באַרימטער מוזיקער, האָט שוין זיכער געגעבן אין זײַן לעבן צענדליקער, אויב נישט הונדערטער אינטערוויוען. ער האָט אַליין אָנגעשריבן אַ בוך וועגן זיך: „דערמאָנונגען און באַטראַכטונגען‟. פֿון דעסטוועגן, וועל איך, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ און אַ פֿרײַנד זײַנער, זיך באַמיִען צו שטעלן אונדזער יובילאַר פֿראַגעס, וואָס בדרך־כּלל בלײַבן אויף די שוליים פֿון זײַן מוזיקאַלישער און ליטעראַטור־טעטיקייט, אָבער ס׳איז זיי נישט אָפּצומעקן פֿון אונדזער לעבן בכלל און טאָג־טעגלעכקייט בפֿרט.

יעווגעני קיסין האָט אָנגעהויבן זײַן שאַפֿערישן וועג ווי אַ וווּנדערקינד, אַ זשעני. לכן וועל איך אויך אָנהייב מײַן שמועס פֿון זײַנע קינדער־יאָרן:

וואָס איז געווען אײַער באַליבט עסן און וואָס האָט איר פֿײַנט געהאַט?

דעם אמת געזאָגט, געדענק איך ניט. פֿײַנט האָב איך תּמיד געהאַט פּוטער און בכלל אַלץ, װאָס איז פֿעט. נאָר די װערטער אַליין — „פּוטער‟ און „פֿעטס‟, האָבן נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן אַרױסגערופֿן בײַ מיר אַן עקל.

איך געדענק, אַז אין מײַנע קינדער־יאָרן פֿלעגט מיר דער טאַטע פֿאַרווערן נעמען אַ העמערל אין דער האַנט, שוין אָפּגערעדט, פֿון אַ זעגל, אויס מורא, כ׳זאָל זיך חלילה נישט צענהרגן אַ פֿינגער. כ׳האָב דאָך געשפּילט פֿידל. בײַ אײַך איז אויך אַזוי געווען? צי האָט איר געטרוימט עפּעס אויסמײַסטרעווען מיט אײַערע אייגענע הענט?

אַזעלכע טרוימען האָב איך, דוכט זיך, ניט געהאַט. אויף וויפֿל איך געדענקט, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָט מײַן טאַטע מיך אויסגעלערנט אַרײַנקלאַפּן אַ טשוואָק, און דער זיידע — גראָבן מיט אַ רידל און צונויפֿשאַרן גראָז מיט גראַבליעס. וואָס שייך אַ זעג — אפֿשר, בלויז מיטן טאַטן

איר דערמאָנט אין אַ ליד אײַערס, אַז די קינדער אין הויף פֿלעגן אײַך רייצן „זשיד‟. צי איז אײַך אויסגעקומען דעמאָלט זיך שלאָגן?

מיט יענע, וואָס פֿלעגן מיך רייצן — ניין; זיי זײַנען געווען אַ גאַנצע כאָפּטע, און איך — בלויז איינער אַליין. אויף וויפֿל איך געדענק, איז מיר אויסגעקומען זיך שלאָגן אין שול, נאָר דאָס איז ניט געווען ערנסט — אַלנפֿאַלס, האָט עס קיין שײַכות ניט געהאַט צו דער ייִדישער פֿראַגע.

איר האָט פֿרי אָנגעהויבן פֿאַרדינען געלט פֿאַר אײַערע אויפֿטריטן. אפֿשר אַפֿילו מער, ווי אײַערע עלטערן. איר געדענקט, וויִאַזוי איר האָט אויסגעניצט אײַערע ערשטע האָנאָראַרן?

ווי באַלד דעמאָלט בין איך נאָך געווען אַ קינד/ אַ דערוואַרסלינג, פֿלעגט מײַן מאַמע באַקומען מײַנע האָנאָראַרן פֿאַר מיר. מיך האָבן אַזעלכע זאַכן אין יענער צײַט לחלוטין ניט אינטערעסירט.

אונדזער גרויסער פּאָעט אָשר שוואַרצמאַן האָט אַ זינג געטאָן: „יוגנט, יוגנט!/ ווי אַ שפּילנדיקע וועל,/ ווי אַ טרער פֿון פֿולער פֿרייד…‟ — אײַער ערשטע ליבע, זי איז געווען מער „ווי אַ שפּילנדיקע וועל‟, אָדער „ווי אַ טרער פֿון פֿולער פֿרייד‟?

איך וואָלט געזאָגט: ווי אַ וועל פֿון פֿולער פֿרייד

עס קומט אײַך אויס עפּעס צוגרייטן עסן — פֿאַר זיך, פֿאַר אײַער פֿרוי? איר האָט אַ נטיה צו קאָכן? איר האָט קאָנקרעטע פֿליכטן אין אײַער משפּחה־לעבן, אין שטוב, ווי אַ באַלעבאָס?

פֿליכטן — ניין, נאָר איך װאַש נאָך זיך דאָס געפֿעס און צו מאָל אױך נאָך מײַן פֿרױ. גאַנץ אָפֿט טראָג איך אַרױס דאָס מיסט. עס קומט מיר אױך אױס אַרײַנדרײען אַ לעמפּעלע.

איך ווייס, איר האָט ליב אַ סך שפּאַצירן. אויף ייִדיש זאָגט מען: „בײַ לאַנגע שפּאַצירן גייען בעסער די געהירן‟. אויב ס׳איז אַזוי, וועגן וואָס קומט אײַך אויס צו טראַכטן בשעת אײַערע שפּאַצירן?

בשעת מײַנע שפּאַצירן האָב איך ליב דעקלאַמירן (איר זעט, ס׳האָט זיך אַפֿילו געגראַמט!). נו, און צו מאָל קומען מיר אױפֿן געדאַנק פֿאַרשײדענע אידעען, װאָס אױף זײער יסוד שרײַב איך שפּעטער אַרטיקלען און אַנדערע זאַכן.

איר האָט געטרוימט אין אײַער 50־יאָריקן געבוירן־טאָג געבן אַ קאָנצערט אין ירושלים. און אָט איז אײַער חלום מקוים געוואָרן. וואָס פֿילט איר אַצינד, נאָך אַלעמען?

מײַן קאָנצערט אין ירושלים איז דורכגעגאַנגען באמת זײער גוט. בײַ מײַן גאַנצער ליבע צו ישׂראל, האָב איך פֿריִער קײן מאָל ניט געקאָנט זאָגן מיט דער האַנט אױפֿן האַרצן, אַז דאָס ישׂראלדיקע פּובליקום איז זײער אַ גוטע. דאָס מאָל אָבער האָט מען סײַ געהערט, סײַ אױפֿגענומען מיך זײער גוט: standing ovations, פֿיר „ביסן‟! איצט פֿיל איך סוף–כּל–סוף, אַז כ׳בין ניט בלױז אַ ייִד, נאָר אױך אַ ייִדישער מוזיקאַנט, און ירושלים איז אויך מײַן ירושלים!

צום סוף פֿון אונדזער חבֿרישן שמועס, וויל איך אײַך, טײַערער פֿרײַנד, אין נאָמען פֿון דער גאַנצער בראַנזשע ייִדיש־לייענער ווינטשן געזונט און כּוח, אָנצוגיין ווײַטער אויף אײַערע געבענטשטע דרכים, צוזאַמען מיט אײַער ליבער משפּחה ביז 120!

ברוקלין, נ״י, אָקטאָבער 20, 2021

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s