
משה לעמסטער
מיך באַצויבערט, באַגײַסטערט, מיך וועקט
די כּישוף־מוזיק פֿון וויוואַלדי,
ווען איך הער זי שוועב איך אַוועק
ווי ווײַטער,
ווי ווײַטער,
ווי ווײַטער.
ווען איך הער זי שוועב איך אַוועק
מײַנע פֿליגל באַשאַפֿט האָט וויוואַלדי.
די מוזיק זי פֿאַרדרייט מיך אין וועג
ווי וואַלסן,
ווי וואַלסן,
ווי וואַלסן.
די מוזיק זי פֿאַרדרייט מיך אין וועג
דעם וויכער צעבלאָזט האָט וויוואַלדי.
זי פֿאַרשיכּורט אויף עטלעכע טעג.
ווי ווײַנען,
ווי ווײַנען,
ווי ווײַנען…
מײַנע פֿיר צײַטן פֿונעם יאָר
ווינטער
ווינטער, וועסטלעך וואָלענע,
ווייכע וואָליקעס…
וויוגעס וויינען,
וואָיען, ווייען.
ווינטער, ווירבלווינטן,
וויכערס ווילדע…
וווּהין וועסט ווײַזן —
ווײַסקייט ווײַסע.
ווינטער, וואַרעמע וווינונג,
ווינטשונגען וווילע,
וווּנדערס וועלכע,
וואָר וועלן ווערן.
פֿרילינג
פֿרילינג, פֿריִיִק
פֿייגל פֿליִען.
פֿעלדער פֿאַרזייטע,
פֿריילעכע פֿידלעך, פֿלייטן.
פֿרילינג, פֿלייצן פֿלינקע,
פֿרוכטן פֿרישע.
פֿלאַטערלעך פֿלאַטערן
פֿרימאָרגנס פֿלאַקערן.
פֿרילינג, פֿײַנפֿיליקע
פֿאַרטרוימטע פֿאַרליבטע,
פֿלאַמיקע פֿאַרלאַנגען,
פֿאַרכּישופֿן, פֿאַנגען.
זומער
זומער, זריעות זאַפֿטן,
זאַלצן זאַפּן.
זאָרגעוודיק זונרויזן
זונענשטראַלן זויגן.
זומער, זוניק,
זאַבאַוועס זונטיק.
זאַטע זאַנגען,
זײַדענע זונאויפֿגאַנגען.
זומער, זונשײַן זיפּן
זומעראויבסן זיסע.
זינגפֿייגל זינגען
זייערע זילבער־זמירות…
אָסיען
אָסיען, אָקסן,
אָנגעפֿילטע אָקעס.
אָנגעפּאַקטע אָבאָרעס —
אָפּגעענדיקט, אָפּגעפּאָרעט.
אָסיען, אָפּגעקילט,
אָרקעסטרען אָפּגעשפּילט.
אָנבלעטערדיק, אָנבלומיק
אָפֿטער אָנוואַרעמדיק, אָנזוניק.
אָסיען, אָוונטקעלט,
אָפּגעגאָלדיקט, אָפּגעגעלט,
אָפּגעזינגען, אָפּגעגעשוויצט,
אָפּגעשטראַלט, אָפּגעבליצט…
19 סעפּטעמבער — 3 אָקטאָבער, 2021