אַ משוגענער (המשך)

עמיל קאַלין

קאַפּיטל דרײַ

אין דעם קליינעם לאָקאַל פֿון „אַרבעטער-רינג‟ זענען געזעסן אַן ערך צוויי מנינים גרוי-ווײַסע קעפּ און געוואַרט אומגעדולדיק אויף דער פֿאָרלעזונג.

„וווּ איז אַנקל ליִאָ‟? — האָט הויך אַרײַנגעשעפּטשעט איין אַלטיטשקע אין איר חבֿרטעס גרויסן אויער.

די פֿראַגע איז דערגאַנגען אויכעט צו די אויערן פֿון דער יונגער פֿרוי אינעם שוואַרץ קליידל, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן אָוונט. זי האָט זיך צוגעאײַלט צו באַרויִקן דעם עולם און צוגעזאָגט, אַז אָט, באַלד אין ווייניקער ווי אַ רגע וועט אַנקל ליִאָ אויפֿטרעטן, אַזוי ווי עס איז געשטאַנען אויף דער פֿאַרבעטונג. דערווײַל האָט אויף דער בינע, אַ קליינע פֿרוי, וואָס אַלע האָבן דערקענט איר פּנים, אָבער נישט געקענט איר נאָמען, געשפּילט אויף דער פּיאַנאָ אַן אומבאַקאַנטע מעלאָדיע, כּדי צו פֿאַרטרײַבן דעם לאַנגווײַל.

לייבל איז געזעסן אַ פֿאַרשוויצטער אין דעם טאַקסי. די גאַסן פֿון מאַנהעטן זענען, ווי תּמיד, געווען אָנגעפּאַקט מיט אויטאָס. דער שאָפֿער האָט זיך געקריגט אויף שפּאַניש מיט אַ פֿרוי אויפֿן טעלעפֿאָן.

„סיאָרטי טרי סטריט, יע?‟, האָט לייבל צום וויפֿלסטן מאָל געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז דער טרײַבער פֿירט אים אויף דעם ריכטיקן אַדרעס.
„שור!‟, האָט דער טרײַבער געוואָרפֿן אויף אים אַ זײַטיקן בליק.

עס איז באַוווּסט פֿון ששת-ימי-בראשית אָן, אַז לייבל קומט זעלטן צו דער צײַט, אָבער על־פּי־רובֿ פֿלעגט ער נישט פֿאַרשפּעטיקן מער ווי אויף פֿינף מינוט, אַזאַ מין חנעוודיקע, אַרטיסטישע פֿאַרשפּעטיקונג, אָבער זינט ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין מאַנהעטן זענען די פֿאַרשפּעטיקונגען לענגער געוואָרן. אין אַמעריקע איז אַ פֿאַרשפּעטיקונג ערגער ווי נישט קומען בכלל. דאָס איז ווי סם פֿאַר זײַן קאַריערע. צוריקגערעדט, האָט ער שוין נישט ממש אַ קאַריערע. זי האַלט אין איין צאַנקען צוביסלעך. איז, אפֿשר, האָט לייבל געטראַכט צו זיך בשעתן קוקן דורכן פֿענצטער אויף די אַנדערע אויטאָס, וואָס זענען געשטאַנען אין דעם „טראַפֿעק דזשאַם‟, ווי בלאָנדזשענדיקע שאָף, — זענען זײַנע פֿאַרשפּעטיקונגען נישט אַזוי געפֿערלעך, ווי ער מיינט.

דער טעלעפֿאָן האָט אומגעדולדיק וויברירט אין זײַן קעשענע. מע קלינגט אים פֿון „אַרבעטער-רינג‟. ער האָט זיך נישט מטריח געווען צו ענטפֿערן. צו וואָס? סײַ־ווי וועט ער זײַן דאָרט, נאָך זײַן חשבון נאָך, אין אַ מינוט אַרום…

„און איצט, רבותי‟, — האָט די יונגע פֿרוי אינעם שוואַרצן קליידל אַרײַנגעשריִען אינעם מיקראָפֿאָן, — „נעמט אויף אונדזער חשובֿן און באַליבטן אַקטיאָר, אַנקל ליִאָ!‟

לייבל איז געשטאַנען אויף דער בינע מיט שלום-עליכמס בוך „מנחם-מענדל‟ אין דער האַנט. הײַנט איז ער ווידער מנחם-מענדל. גוט נאָך, וואָס ער האָט נישט געדאַרפֿט מאַכן קיין רעפּעטיציעס אין דער היים. ער געדענק די ערשטע צוויי בריוו צו שיינע-שיינדל אויף אויסנווייניק. דאָס לעצטע יאָר איז ער געווען איבערהויפּט מנחם-מענדל. בלויז צוויי מאָל האָט ער געשפּילט אַן אַנדער ראָלע: „הענרי זימערמען‟, אַן עלנטער פֿעטער, וואָס האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ פֿאַרם ערגעץ אין „אַפּ-סטעיט‟ ניו-יאָרק. אַ מענטש, פֿול מיט זעלבסטהאַס. געווען איז דאָס אויף עפּעס אַן אַמאַטאָרישער פֿאָרשטעלונג וועגן ייִדישקייט, אַ כּמו-פּסיכאָלאָגישע, צעצויגענע מאַכאַרײַקע, אָנגעשריבן און רעזשיסירט פֿון עטלעכע רעכט-געשטימטע ייִדישע סטודענטן. אַבי זיי האָבן אים באַצאָלט. זײַנע קינטסלערישע פּרעטענזיעס זענען רעדוצירט געוואָרן צו אַ שטיקל פּיצע מיט האַרטן קעז פֿון אַ ביליקן רעסטאָראַן און אַ קאַווע פֿון „דאַנקען דאָונאַטס‟, זעלטענער — פֿון „סטאַרבאַקס‟.

לייבל האָט אַן עפֿן געטאָן דעם בוך אויף דער זײַט פֿון „לאָנדאָן — אָדעסער בערזע‟ און הויך אויף אַ קול אָנגעהויבן: „לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שיינע-שיידל שתחיה, ראשית‟…

אַ מאַן מיט אַ ברייטן נאַקן און אַ קופּע געדיכטע זילבערנע האָר אויפֿן קאָפּ האָט באַלד אויסגעשאָסן אַ פּראָטעסט: ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאָרלעזונג וועט זײַן אויף ענגליש. מילא אַ ייִדיש ליד קען מען נאָך דערלײַדן, אָבער אַ גאַנצע פֿאָרלעזונג?!

אַן אַלטיטשקע, וואָס איז געזעסן לעבן אים, זעט אויס, זײַן מאַמע, האָט אים איבערגעשלאָגן אויף אַ גראָבן אופֿן. ווײַטער איז די פֿאָרלעזונג אָנגעגאַנגען אומגעשטערט. האַרט פֿאַרן סוף האָט אַ דאַרער פּאַרשוין נישט געקענט זיך אײַנהאַלטן, אויפֿגעהויבן די האַנט און, נישט וואַרטנדיק אויף קיין רשות צו רעדן, האָט ער געפֿרעגט, וויפֿל מענטשן רעדט הײַנט צו טאָג ייִדיש. די אָנפֿירערין האָט אָנגערופֿן אַ צאָל און אַלע זענען געבליבן צופֿרידן.

נאָך דער פֿאָרלעזונג איז לייבל געווען אויסגעשעפּט, געבליבן אָן כּוחות. ער האָט אַרײַנגעלייגט אין דער בוזעם-קעשענע די צעקנייטשטע דאָלאַרן, דעם אָפּצאָל אין „קעש‟, ווי ער האָט בפֿירוש געבעטן, און זיך געלאָזט צו דער טיר, וואָס האָט געפֿירט אין גאַס אַרײַן. ער האָט אויסגעמיטן דעם מנין אַלטע ייִדן, וועלכע זענען געשטאַנען בײַם אַרויסגאַנג און האָבן געהאַלטן אין איין רעדן און פֿאָכען מיט די הענט. אויב ער וואָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין זייערע הענט, וואָלט ער געווען אַ פֿאַרפֿאַלענער.

די קאַלטע אָוונטיקע לופֿט האָט געצופּט זײַן פּנים. די ניו-יאָרער קאַלטע ווינטן האָבן זיך געשפּילט מיט מיס טיילאָרס אָפֿענעם מאַנטל, וואָס ער האָט אָנגעטאָן בלית-ברירה. דאָס וואָס דער מאַנטל איז רויט און מיט קונציקע ווײַסע פֿאַלצן בײַם קאָלנער, איז אים ווייניק אָנגעגאַנגען. די מאַנטלען, וואָס ער האָט געבראַכט מיט זיך אין מיס טיילאָרס אַפּאַרטמענט, האָבן נישט געטויגט פֿאַר אַזאַ קעלט. זיי זענען געווען ניצלעך ביז אָנהייב נאָוועמבער, ווײַטער וועט ער מוזן באָרגן מלבושים פֿון דעם רײַכן „גאַרדעראָב‟ פֿון הענרי און סעסיל טיילאָר.

די גאַס האָט געשמעקט מיט זויערלעך-זיסע אַזיאַטישע סאָוסן, געפּרעגלטע מאַכלים און קאַווע. לייבלס בויך האָט גענומען בורטשען. דאָס מאָל איז אים געגאַנגען היפּש שווערלעך מיט דער פֿאָרלעזונג. זײַן קול איז אַרויסגעקומען עטוואָס קינסטלעך, צומאָל איז עס געווען קינדיש הויך, צו מאָל צו טיף. אין עטלעכע זאַצן האָט די אינטאָנאַציע לחלוטין נישט געשטימט מיט די ווערטער. דעם עולם-גולם איז דאָס, ווײַזט אויס, ווינציק אָנגעגאַנגען. די אַלטע-לײַט האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט בלויז מיטן קלאַנג פֿון די ייִדישע ווערטער; זייער באַטײַט האָט נישט געשפּילט קיין שום ראָלע. ער האָט געמעגט לייענען דעם „קאָנסטיטושען‟ מיט אַ הבֿרה, וואָלט דער עולם אים אויך שטורמיש אַפּלאָדירט.

לעבן „ראָקפֿעלער סענטער‟ האָט ער אינסטינקטיוו אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ און זײַן בליק האָט זיך אָנגעשטויסן אין דעם ריזיקן באַלויכטענעם ניטל-בוים, אַרום וועלכן ס׳האָבן געזשומעט האָפֿערדיקע טוריסטן אויף שבֿעים-לשונות.

סטײַטש, האָט לייבל זיך אַ פּאַטשט געטאָן אין שטערן, עס האָלט שוין נאָך „טהענקסגיווינג‟. ווײַזט אויס, אַז די הײַיאָריקע חגא איז אים אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם קאָפּ אָן אַ „זײַ-געזונט!‟. יאָ, די טראַדיציע פֿון אַ געבראָטענעם אינדיק מיט קרעמבערי-סאָוס איז איבערגעריסן געוואָרן, ווען מײַקל, זײַן זון, איז אַוועק אין קאָלעדזש. זי האָט זיך שוין מער קיינמאָל נישט באַנײַט. אַמאָל פֿלעגט ער נאָך עסן פֿאַר דעם טעלעוויזאָר און קוקן דעם „מעיסיס‟־פּאַראַד, אָבער די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אָנגעוווירן דעם אינטערעס צו דעם. דאָס לעצטע יאָר האָט לייבל יוצא געווען מיט אַ נישט צו-לאַנגן ווידעאָ-שמועס מיט מײַקלען און זײַן חבֿרטע.

יעדעס יאָר איז די אָפּפֿרעמדונג צווישן טאַטע און זון געוואַקסן. לייבל האָט געוואָלט, אַז מײַקל זאָל אויפֿהערן, כאָטש אויף אַ ווײַלע, צו שפּילן די ראָלע פֿון דעם „שטאַרק ביזי גרופּ-לידער‟ אין מײַקראָסאָפֿט, און ווערן ווידער בלויז זײַן „מעכעלע‟, דאָס ייִנגעלע, וואָס ער האָט אים געביטן טויזנט מאָל באַפּישטע הייזלעך. ליידער, איז דאָס געווען אוממעגלעך. לילען, לייבלס גרושה, וואָס האָט זיך נישט אויסגעטוישט מיט אים מיט קיין וואָרט ניט שוין אָט צען יאָר, שיקט אים אַ „העפּי טהענקסגיווינג‟־מעיל אַיעדעס יאָר, אָבער דאָס איז, געוויס, נישט געצילט פֿאַר אים; דאָס איז אַן עלעקטראָניש מאַסן-קאַרטל, אין וועלכן זײַן אַדרעס איז אַרײַנגעשריבן על-פּי-טעות.

אין מיס טיילאָרס אַפּאַרטמענט, שטייענדיק פֿאַרן שפּיגל, איז לייבל געווויר געוואָרן צו זײַן שרעק, אַז ער האָט פֿאַרגעסן אַראָפּצונעמען מנחם-מענדלס צוגעקלעפּטע באָרד. אַזוי האָט ער שוין אַרומגעטאָפּטשעט איבער די ניו-יאָרקער גאַסן, אָנגעטאָן אין אַ געשמאַקלאָזן פֿרויען-מאַנטל. ער האָט אַרויסגעשטעקט די צונג מעשׂה־ייִנגל — אַזאַ פֿאַרזעעניש,
בנאמנות!

לייבל האָט זיך אויסגעטאָן און אַרײַנגעוואָרפֿן אַלע מלבושים אין וואַשמאַשין. מיס טיילאָר האָט אים דערקלערט באַריכות ווי מע דאַרף זיך באַגיין מיט דער מאַשין. ער האָט אַלץ דײַטלעך פֿאַרשריבן, אָבער דאָס פּאַפּירל איז ערגעץ פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. לייבל איז געשטאַנען אַ נאַקעטער פֿאַר דעם אָפֿענעם טירל און אָנגעשטרענגט די ראיה, פּרובירנדיק איבערצולייענען, וואָס עס שטייט אויף די פֿאַרשידענע קנעפּלעך אָנגעשריבן. אַ שווער שטיקל אַרבעט. לסוף האָט ער אויפֿגעגעבן. דער לאָמפּ אין צימערל איז געווען צו שוואַך פֿאַר זײַן אָפּגעשוואַכטער ראיה. ער האָט אַרײַנגעגאָסן זייף אַהין, וווּ עס האָט זיך געלאָזט, אַ דריי געטאָן צוויי קנעפּלעך און אָנגעקוועטשט אויף „סטאַרט‟ — הײַדאַ! כּל-זמן די קליידער דרייען זיך אינעווייניק איז גוט!

לייבל האָט אָנגעטאָן טיילאָרס שלאָפֿראָק. נאָכן אַרײַנציִען זיך אַהער האָט ער אַנטדעקט, אַז אַ שלאָפֿראָק איז אַ סך מער באַקוועמער, איידער די מענערישע פּיזשאַמע־הויזן; זיך אַוועקגעלייגט אין בעט, אויסגעלאָשן דאָס ליכט, האָט ער געוואַרט אויפֿן געבענטשטן שלאָף.

דער שלאָף האָט זיך, ווי אויף צולהכעיס, פֿאַרזאַמט. לייבל איז געלעגן מיט אָפֿענע אויגן אין דער פֿינצטערניש און די מחשבֿות האָבן אָנגעהויבן אַרומלויפֿן אין זײַן קאָפּ פֿון זיך אַליין:

„איך בין אַ פֿאַרפֿאַלענער. ווי פֿלעגט מײַן טאַטע, שמיל ראָזנער דער תּבֿואה־סוחר, זאָגן; איך בין אַליין ווי אַ שטיין. דאָס ׳לזוגתי היקרה׳ — זענען די איינציקע ווערטער, וואָס איך רעד אַרויס שוין אַ צוויי חדשים צײַט. צו פֿופֿציק יאָר בין איך געוואָרן, אין אַ גוטער שעה, אַ שטומע נשמה, אַ ׳נאָובאַדיז׳ — קיינער נישט. אַ מענטש דאַרף זײַן אויפֿריכטיק מיט זיך, כאָטש בײַ נאַכט: לייבלס געשטאַלט איז אַוועק מיטן ווינט. ער איז שוין נישטאָ. איך בין געווען אַ זון, אַ מאַן פֿאַר מײַן ווײַב, אַ טאַטע פֿאַר מײַן קינד, אַ חבֿר אַ קאָלעגע — אַלץ האָט זיך פֿאַרענדיקט. אַלע ראָלעס האָב איך אָפּגעשפּילט — אַ מאָל בעסער און אָ מאָל ערגער — ביז דער סאַמע לעצטער שורה, ביזן לעצטן זשעסט…

„די פּיעסעס האָבן זיך פֿאַרענדיקט. מײַן שפּילן? קיינער דאַרף נישט האָבן מײַנע אַקטיאָרישע פֿעיִקייטן. קיינער דאַרף מיך נישט האָבן. קיינער וועט זיך נישט פֿאַרבענקען נאָך ׳אַנקל ליִאָ׳. אַ גדולה אויף אַנקל ליִאָ! אַ פּורים-שפּילער, וואָס ציט זײַן שטיקל ברויט פֿון נאָכקרימענישן און חכמהלעך. ווער איז דײַן עולם, אַנקל ליִאָ? אַ כאָפּטע עם-הארצים מיט אויסגעוועפּטע מוחות, וואָס קענען נישט קיין צורת-אות. זיי הערן אַ ייִדיש וואָרט און ס׳רינט בײַ זיי די סלינע. זיי פֿאַרשטייען אַבסאָלוט גאָרנישט ניט!

„וואָס האָב איך געפּועלט? עמעצער איז דען דערגאַנגען צו העכערע השׂגות צוליב מיר? אַ קרענק. נו, און אַז מײַקל טוט מיר אַ גרויסע טובֿה און רעדט מיט מיר, האַקט ער וועגן ׳געזונט׳ און ׳עסן געזונט׳ — גיי פּאַשע זיך אויף דער לאָנקע געזונטערהייט, איך מאַך נישט קיין פּלענער צו לעבן ביז הונדערט-און-צוואַנציק. איך וועל ציִען וויפֿל עס וועט זיך לאָזן. לעבן אַזוי לאַנג איז אַן אָפּקומעניש, אַ כּף-הקלע, אַ גזר-דין… מײַקל שעמט זיך מיט מיר. יאָ, דאָס איז דער ריינער אמת. אַ צרה אַ גרויסע! זײַן טאַטע איז נישט סוקסעספֿול. ער האָט נישט קיין טײַערן אויטאָ, גייט נישט אויף ׳וואַקעישנס׳. ער איז נישט שלאַנק. אַז ער לאַכט, ווײַזט ער נישט אַ קאַסטן ווײַסע ציין — אַ צרה! קולטור איז גאָרנישט… אַלץ, וואָס האָט הײַנט ווערט, איז באַקאַנטשאַפֿט, שמייכלען, זאָגן די „ריכטיקע זאַך, ׳נעטוואָרקינג׳.שמיל דער תּבֿואה־סוחר האָט דען געהערט וועגן ׳נעטוואָרקינג׳? הייבט זיך נישט אָן! עס האָט זיך אים אַזוינס נישט געחלומט.

„דאָך איז ער געווען פֿריילעך. ער האָט נישט געדאַרפֿט עפּעס ׳דערגרייכן׳. ער האָט נישט געהאַט קיין ׳צילן׳ אָדער ׳שטרעבונגען׳. ער איז געווען בלויז שמיל דער תּבֿואה־סוחר. ער האָט זיך באַנוגנט מיט דעם, וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט. אויסגעלעבט די יאָרן, וואָס זענען אים באַשערט געווען און, אַז דער מלאך-המוות איז געקומען אים נעמען מיט זיך, איז שמיל נאָכגעגאַנגען אָן טענות. ער האָט נישט געוואָלט אויסזען ייִנגער מיט קיין איין מינוט. אַ ווײַסע באָרד איז נישט געווען קיין בושה. הײַנט זענען קנייטשן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ חרפּה. מ׳האָט געגרינדעט קאָלאָניעס פֿון פּענסיאָנערן, און וואָס טוען זיי דאָרט צו אַל די שוואַרצע יאָר? וואָס טוען זיי מיט די יאָרן? יאָגאַ? שווימען זיך אָן? טרינקען מערן-זאַפּט? טאַקע כּדאַי צו טרינקען מערן-זאַפֿט ביז הונדערט-און-צוואַנציק. איך דאַרף עס נישט האָבן…‟

עס איז געווען שוין צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט, אָבער לייבל האָט נאָך אַלץ נישט געקענט פּועלן בײַ זיך צו פֿאַרמאַכן די אויגן. אַ טעמפּער ווייטיק האָט פּולסירט אין די שלייפֿן. ער מוז שלאָפֿן! ער איז אויפֿגעשפּרונגען פֿון בעט, געוואָלט אָנצינדן דאָס ליכט, אָבער נישט געקענט זיך דערמאָנען אויף קיין שום אופֿן נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס עלעקטריע-קנעפּל. ער האָט גענומען אָנטאַפּן אין דעם פֿינצטערן צימער און זיך אָנגעשטויסן מיטן קאָפּ אין דער שאַפֿע. סטיווס שלאָף־פּילן! אין גיכן האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם שופֿלאָד מיט סטיווס סלוייִקלעך.

קודם־כּל, האָט ער אַרײַנגעוואָרפֿן אין מויל איין פּיל קעגן ווייטיק און צוויי וויטאַמינען.
דערנאָך איז אים געקומען אונטער דער האַנט אַ סלוייִקל מיט שלאָף-פּילן. ער האָט אײַנגעשלונגען איין פּיל אָן איבעריקע מחשבֿות און גלײַך אײַנגענומען נאָך איינע צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן טאַקע טוען זייערס…

קאַפּיטל פֿיר

אַז לייבל האָט סוף-כּל-סוף אויפֿגעעפֿנט די אויגן, איז שוין געווען גוט ליכטיק אין דרויסן. אויף דער קעגנאיבערדיקער וואַנט האָבן זיך פֿאַרצויגן ליכטיקע גאָלדענע פּאַסן, געצייכנט דורך די מילדע שטראַלן פֿון אַ ווינטערדיקער זון. די ווענט זענען געווען באַפֿאַרבט דורכויס ווײַס, ווי די ווענט אין אַ שפּיטאָל און מיס טיילאָרס מאָלערײַען האָבן אויסגעפֿעלט.

איינס האָט לייבל געוווּסט: ער איז זיכער נישט אַנשלאָפֿן געוואָרן אין אָט דעם צימער.
אַ רונדיקער קאָפּ מיט אַ נאַקעטן, שײַנענדיקן פּליך, וואָס האָט געהערט צו אַ פּאַרשוין, וועמען ער האָט געזען צום ערשטן מאָל אין לעבן, האָט זיך באַוויזן איבער אים און באַטראַכט לייבלען מיט נײַגעריקע, העל-בלויע אויגן. דער קאָפּ האָט גענומען רעדן:

„אַ גוט מאָרגן דיר! כ׳האָב געמיינט וועסט זיך שוין, חס-ושלום, קיינמאָל נישט אויפֿכאַפּן. ברוך-השם האָסטו געעפֿנט די אויגן. פֿון דעם מאָמענט אָן קען עס ווערן נאָר בעסער‟.
„וואָס? ווער?‟ — האָט לייבל נאָך אַ פּריטשמעליעטער זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן ראַנד פֿון בעט און אַ טרייסל געטאָן דעם קאָפּ, ווי עס וואָלט געווען אַ סגולה קעגן צעמישטקייט און פֿאַרלוירנקייט.

דער ליסע קאָפּ האָט געהאַלטן אין איין שמייכלען:

„דו מאַכסט זיך נישט, אַיאָ? געדענקסט טאַקע גאָרנישט, האַ? מ׳האָט דיך אַרײַנגעבראַכט אַהער נעכטן פֿאַר מיטאָג. האָסט געהאַט אַ מסוכּנעם טשאַד אין קאָפּ. ביסט נישט געווען מיט אַלעמען, לאָמיר זאָגן. האָסט געפּלאַפּלט אין דער וועלט אַרײַן, לאָמיר זאָגן.
האָסט געוואָלט אַהיים. אַוודאי, האָט מען דיך נישט געלאָזט, ברודערל, וואָדען? פֿון דאַנען גייט מען אַרויס נאָר מיט אַ פּאַפּיר פֿונעם דאָקטער, אַזוי צו זאָגן. די נוירס האָט דיר געמאַכט אַ קליינע אײַנשפּריצונג און אין אַ מינוט אַרום ביסטו שוין געווען אין זיבעטן חלום. די ווענט האָבן אַזש געציטערט פֿון דײַן כראָפּען‟.

אַ דיקלעכע שוואַרצע נוירס איז אַרײַנגעקומען.

„אַהרון, לאָז דעם נײַעם פּאַציענט געמאַך. תּיכּף וועט זיך אָנהייבן די אינספּעקשען פֿון אינדערפֿרי‟, — האָט זי גערעדט באַפֿעלעריש און אַהרון האָט געפֿאָלגט, ווי אַ געהאָרכזאַמער תּלמיד. ער האָט זיך אָפּגעקערט פֿון לייבלען, נישט אַרויסלאָזנדיק קיין איבעריק וואָרט, און פֿאַרלאָזט דעם צימער.

נאָך אַ פּאָר מינוט איז די נוירס געווען צוריק. דאָס מאָל איז געקומען מיט איר אַ הויכער מאַן מיט אַן ערנסטער מינע. שפּעטער וועט אים לייבל קענען ווי פּראָפֿעסאָר פּאַלי, דער הויפּט־פּסיכיאַטער. די נוירס האָט אַרויסגעלייענט פֿון אַ דינעם דאָסאַר:

„ליִאָ ראָזנער. ער איז אָנגעקומען אַהער נעכטן אין דער פֿרי. זײַן זון, מײַקל ראָזנער, האָט אָנגעקלונגען צו דער פּאָליציי נאָכדעם, וואָס מיסטער ראָזנער האָט אים אָנגעקלונגען אין אַן אומגעוויינטלעכער שעה שפּעט בײַ נאַכט. לויט דעם זונס ווערטער, האָט דער פּאַציענט געזאָגט עטלעכע אומפֿאַרשטענדלעכע זאַצן, פֿון וועלכע דער זון איז געקומען צום אויספֿיר, אַז זײַן פֿאָטער געפֿינט זיך אין אַן איידעלן פּסיכישן צושטאַנד און איז אין שטאַנד צו באַגיין זעלבסטמאָרד. די פּאָליציי האָט געמוזט זיך אַרײַנרײַסן אין דעם אַפּאַרטמענט, ווײַל דער פּאַציעט האָט זיך נישט אָפּגערופֿן און נישט געעפֿנט די טיר. עס איז געווען אוממעגלעך אים אויפֿוועקן. ער איז געשלאָפֿן אין בעט, אָנגעטאָן אין אַ פֿרוייִשן שלאָפֿראָק און אויף דעם דיל האָבן זיך געוואַלגערט עטלעכע סלוייִקלעך מיט פֿאַרשיידענע פּילן…‟.

די נוירס האָט אַלץ געלייענט אין איין אָטעם, נישט אויפֿהייבנדיק די אויגן פֿון דעם פּאַפּיר.
לייבל איז געווען דערשטוינט: שוין זשע איז מעגלעך, אַז דאָס אַלץ איז געשען מיט אים גופֿא; אָבער ער אַליין געדענקט אַבסאָלוט גאָרנישט, ווי עס וואָלט געגאַנגען די רייד וועגן עמעצן אַ פֿרעמדן.

„אָנקומענדיק אַהער, איז מיסטער ראָזנער געווען זייער אומרויִק און האָט אויסגעדרוקט זײַן פֿאַרדראָס און אומצוטרוי צו דאָקטוירים. ער האָט געפֿאָדערט מע זאָל אים באַפֿרײַען אָן אָפּלייגעניש און געשטופּט אַ נוירס. מיר האָבן אים געמוזט פֿאַרהאַלטן מיט גוואַלד און אײַנשפּריצן אַ באַרויִקונגס-שטאָף‟.

לייבל האָט זיך דערוואַרט, אַז דער דאָקטער זאָל זאָגן עפּעס באַלערנדיקס, אָבער דער פּסיכיאַטער האָט בלויז אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ: „גוט‟ — און פֿאַרלאָזט דעם צימער.

די טעג אין דער פּסיכיאַטרישער אָפּטייל זענען אַלע געווען ענלעך איין טאָג צו אַ צווייטן, ווי צוויי טראָפּנס וואַסער.

פֿרישטיק האָט מען סערווירט צווישן 7:30 און 8 אַזייגער. נאָך פֿרישטיק האָט מען געמאַכט „יאָגאַ‟, גרופּע-טעראַפּיע אָדער „שמועס־קרײַז‟ מיט אַ פּסיכאָלאָג אויף אַקטועלע טעמעס. גלײַך נאָכדעם האָט מען געגעסן מיטאָג צווישן 1:00 און 2:00 אַזייגער נאָכמיטאָג.

4:00 אַזייגער — קונסט־טעראַפּיע און פֿיזיאָטעראַפּיע. וועטשערע — צווישן 6:00 און 7:00 אַזייגער אין אָוונט און דערנאָך פֿרײַע צײַט.

מע האָט נישט געטאָרט בלײַבן אין בעט צו פֿיל. די נוירסעס פֿלעגן ס׳רובֿ קראַנקע אַרויסטרײַבן פֿון די צימערן, צו עסן פֿרישטיק. די פּאַציענטן זענען נישט געווען מחויבֿ זיך באַטייליקן אין אַלע אַקטיוויטעטן, אָבער מע האָט געהאַלטן אויף זיי אַן אויג; זיי האָבן נישט געטאָרט זיצן אַליין אין די צימערן אָדער זיך אַרומדרייען פּוסט און פּאַס. מע האָט דערלויבט אַרומשפּאַצירן אַ ביסל אין דעם קליינעם גערטנדל, העלפֿן אויסרײַסן קראָפּעווע, רוימען האַלב-פֿאַרפֿוילטע בלעטלעך, לייענען אַ בוך אָדער אַ צײַטונג;
אַבי צו זײַן וואָס מער פֿאַרנומען און טראַכטן וואָס ווייניקער. די מרה-שחורה האָט אין דעם דאָזיקן אָפּטייל נישט געגעבן קיין פֿרײַע מינוט.

אין די דרײַ וואָכן, וואָס לייבל איז געווען אין שפּיטאָל, האָט ער זיך דערוווּסט אַלץ וועגן זײַן צײַטווײַליקן מיטוווינער אַהרן. בטובֿע איז אַהרון געווען זייער אַ נודנע באַשעפֿעניש, נאָר אַ דאַנק די רפֿואות, איז ער געוואָרן לעבעדיק און באַריידעוודיק. ער האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן ווי אַ בוכהאַלטער אין אַ קליינער פֿירמע. ער איז נישט געווען שטאַרק צופֿרידן מיט דער אַרבעט, אָבער אויך נישט אומגליקלעך. געוווינט האָט ער אין אַ שטיל שטעטל אין קאָנעטיקעט. געהאַט אַ פֿײַנע שטוב, אַ פֿײַנעם אויטאָ, אַ דערטרעגלעך ווײַב, נישט איבעריק שווערע קינדער, אַלטע טאַטע-מאַמע, וואָס לײַדן פֿון אַלערליי אָנשיקענישן, געקומען מיטן עלטער. ער האָט געפֿירט אַ טיפּיש אַמעריקאַנער לעבן מיט אַלע מעלות און חסרונות. נאָר וואָס דען? אין אַ געוויסער צײַט האָט ער דערפֿילט, אַז עפּעס האָט זיך בײַ אים צעשפּאָלטן טיף אינעווייניק, און הערט נישט אויף זיך צעשפּאַלטן ווײַטער, זיך צעברעקלען, צעדריבלען, זיך פֿאַרוואַנדלען אין זאַמד אין אַ זשמעניע שטויב… ער האָט געפֿרעגט זיך אַליין, וואָס קומט מיט אים פֿאָר און האָט נישט געפֿונען קיין ענטפֿער; און אַז ער האָט אין זיך אַרײַנגעקוקט, האָט ער דערזעט אַ טאָטאַל פֿינצטערניש און אַ מוראדיקן אומעט. ער האָט געפּרוּווט זיך נעמען דאָס לעבן שוין דרײַ מאָל און איז דורכגעפֿאַלן. איין מאָל איז ער אַרײַנגעפֿאָרן מיטן לענדראָווער אין אַ בוים, אָבער ער האָט געהאַט אַ שטאַרקן אויטאָ. דער פֿאָדערשטער טייל איז אין גאַנצן צעפּלעטשט געוואָרן, נאָר ער אַליין איז אַרויס בלויז מיט אַ פּאָר נישט טיפֿע שראַמען. אַ צווייט מאָל האָט ער פּרובירט זיך אויפֿהענגען, אָבער דער שטריק האָט זיך צעריסן; און דאָס לעצטע מאָל האָט דאָס ווײַב אים אַרויסגענומען פֿון דער תּליה.

דערווײַל איז אים גוט, דאָס הייסט, נישט גאָר שלעכט. דאָס לעבן איז דערטרעגלעך, אָבער ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז ער וועט פּרוּוון זיך הרגענען אויכעט דאָס פֿערטע און פֿינפֿטע מאָל…

אַהרן, דער בוכהאַלטער מיטן צעבראָכענעם געמיט, איז נישט געווען קיין אויסנאַם. פֿאַרקערט. לייבלען האָט זיך געדאַכט, אַז פֿון די אַלע געשיכטעס, וואָס אים איז אויסגעקומען צו הערן אין דעם אָפּטייל, קען מען שעפּן דעם זעלבן עסענץ: אין אַ געוויסן פּונקט פֿון לעבן האָט עפּעס אַ קנאַק געטאָן אינעווייניק און דאָס לעבן האָט נישט געקענט, נישט געטאָרט אָנגיין ווי פֿריִער. אַ קראַך, אַ צעפֿאַל, וואָס האָט נישט תּמיד אַ פֿאַרוואָס.
אַהער, אין שפּיטאָל, האָט מען געבראַכט די פּאַציענטן, כּדי די פֿאַך-מענטשן זאָלן צוזאַמענקלעפּן די צעבראָכענע שטיקער און מאַכן פֿון דעם הײַפֿל בראָכוואַרג ווידער אַ פֿונקציאָנירדיקן פּאַרשוין.

די שמועסן צווישן די פּאַציענטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען, דער עיקר, אין עסזאַל אָדער אין אָוונט נאָך די „קלאַסן‟, זענען געווען פֿאַר לייבלען אַן אָנגענומענער סורפּריז; קיינער האָט נישט געמאַכט קיין אָנשטעל, אַז ער איז אַ גאַנצער קנאַקער, זיך נישט באַרימט, זיך נישט אָנגעבלאָזן אָדער פֿאַרריסן די נאָז. עס איז נישט געווען קיין סיבה זיך פֿאַרשטעלן אָדער זיך שעמען. דאָס וואָרט „בושה‟ האָט דאָ פֿאַרלוירן די מאַכט איבער די מענטשן. די פּאַציענטן האָבן זיך אַנטפּלעקט פֿאַר יענע, וואָס זענען נאָך נעכטן געווען גאַנץ פֿרעמדע, מיט די סאַמע אינטימע פּרטים אין זייער לעבן. עטלעכע פּאַציענטן האָבן בפֿירוש מודה געווען, אַז זיי זענען אויפֿריכטיק, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל אין לעבן. זיי האָבן פֿריִער קיינמאָל נישט גערעדט אָפֿן וועגן זיך און זייער לעבן, אַפֿילו נישט מיט די סאַמע נאָענטע. עס איז זיי פּשוט נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס איז מעגלעך. מע האָט קיינעם נישט געמוסרט, נישט געגעבן קיין עצות אָדער געהאַלטן, אַז עמעצער פֿאַרשטייט בעסער ווי די אַנדערע.

לייבל האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אפֿשר נישט אַלץ וואָס ער הערט דאָ, שטימט הונדערט פּראָצענט מיט דער ווירקלעכקייט און דאָך, האָט זיך געשאַפֿן בײַ אים אַן אײַנדרוק, אַז „וואָס איז אין דער לונג, דאָס איז אויף דער צונג‟. די באַדערפֿעניש צו שפּילן אַ געוויסע ראָלע, וואָס דיקטירט די אויפֿפֿירונג אין דער דרויסנדיקער וועלט, עקזיסטירט נישט צווישן די ווענט פֿון דעם פּסיכיאַטרישן אָפּטייל.

די ערשטע טעג איז לייבל געווען בלויז אַ צוהערער, קוים אויסגעביטן אַ וואָרט מיט אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש. נאָר אינעם פֿאַרלויף פֿון טעג האָט ער אָנגעהויבן רעדן. עס ערשטע פּאַוואָליע, שטיל, שטאַמלענדיק, אומזיכער, און נאָכדעם איז דאָס קול זײַנס געוואָרן העכער, פֿעסטער, קלאָרער. איין אָוונט איז ער אַפֿילו ווידער געוואָרן מנחם-מענדל און פֿאָרגעלייענט די צוויי ערשטע בריוו פֿאַר אַ גאָר קליינעם עולם. מע האָט אים שטורמיש אַפּלאָדירט, כאָטש קיינער האָט נישט געקענט קיין ייִדיש וואָרט. דאָס האָט נישט פֿאַרשטערט זײַן שׂימחה.

פּראָפֿעסאָר פּאַלי האָט אים פֿאַרשריבן איין פּיל קעגן דעפּרעסיע, וואָס האָט געהאַט אומגעוווּנטשענע זײַטיקע עפֿעקטן; נאָך דעם האָט מען געפּרוּווט אַן אַנדער פּיל און לסוף האָט מען געפֿונען אַ פּיל אָן זײַטיקע עפֿעקטן. עס האָט אויסגעזען, אַז לייבל ראָזנער שטעלן זיך צוביסלעך צוריק אויף די פֿיס.

דעם לעצטן טאָג אין דעם אָפּטייל האָט לייבל געזאָגט צו פּראָפֿעסאָר פּאַלי, אַז ער האָט מורא צו פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. ער וויל בעסער דאָ בלײַבן. אמת, ער פֿילט זיך טאַקע שטאַרקער, אָבער זײַן דערהויבענע שטימונג קען זייער גיך ווידער זיך צעגיסן מיט אַ מרה-שחורה, פּונקט ווי די ווינטן בײַטן די ריכטונג, אין וועלכער זיי בלאָזן. פּראָפֿעסאָר פּאַלי האָט פֿאָטערלעך געשמייכלט. ער האָט באַרויִקט דעם נערוועזן פּאַציענט און פֿאַרזיכערט, אַז אַלץ וועט זײַן אָלרײַט. ער האָט אים דערלאַנגט זײַן וויזיט-קאַרטל און געבעטן טעלעפֿאָנירן אין אַ נויטפֿאַל.

לייבל האָט זיך געזעגנט מיט די פּאַציענטן מיט טרערן אין די אויגן. אַהרון האָט אים אַ קלאַפּ געטאָן אין דער פּלייצע און אַ זאָג געטאָן מיט אַ האַלב דערשטיקטער שטים: „אויף ווידערזען, ברודערל‟ — ספֿק אַ געזעגענונג, ספֿק אַ וווּנטש.

בײַם טויער האָט געוואַרט אויף אים מײַקל. ער איז ספּעציעל געקומען צו באַגלייטן זײַן טאַטן בשעתן שטעלן די ערשטע טריט אין דער דרויסנדיקער וועלט.

„ווי איז געווען דער פֿלי פֿון קאַליפֿאָרניע?‟, — האָט לייבל געפֿרעגט, כּדי עס זאָל נישט זײַן שטיל.
„זייער פֿײַן!‟, — האָט מײַקל ברייט געשמייכלט, אַרויסווײַזנדיק אַ קאַסטן ווײַסע ציין, ווי אויף אַ „קאָמערשל‟.

פּלוצעם האָט לייבל זיך געכאַפּט, אַז עמעצער האָט באַצאָלט פֿאַר דער צײַט, וואָס ער איז געליגן אין שפּיטאָל. וויבאַלד קיינער האָט נישט געבעטן פֿון אים קיין איין דאָלער, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דעם חשבון האָט מען דערלאַנגט מײַקלען. לייבל האָט געוואָלט אים באַדאַנקען, אָבער נישט געוווּסט ווי אָנצוהייבן.

מײַקל האָט אויסגעזען העכער און מוסקולירטער וועדליק דער טאַטע האָט אים געדענקט. לייבל האָט געשוויגן די גאַנצע נסיעה צווישן דעם שפּיטאָל און מיס טיילאָרס אַפּאַרטמענט.

„איך בין צופֿרידן, וואָס דו האָסט געפֿונען אַזאַ פֿײַנעם אַפּאַרטמענט‟, — האָט מײַקל צעשטערט די שטילקייט.

לייבלס כּוחות האָבן קוים געסטײַעט צו ענטפֿערן:

„איך האָב נישט געפֿונען, דער אַפּאַרטמענט איז אַ געשאַנק פֿון דער צדקת מרת טיילאָר; ווען נישט זי, וואָלט איך זיך געוואַלגערט אויף דער גאַס‟.
„דער אַפּאַרטמענט געפֿינט זיך אין זייער אַ גוטער געגנט‟, — האָט מײַקל אונטערגעצויגן די אונטערשטע שורה.

לייבל האָט דערפֿילט אַ קינדערשן פֿאַרלאַנגט, אַז מײַקל זאָל בלײַבן מיט אים אין דעם אַפּאַרטמענט, זאָל דאָס זײַן בלויז אויף איין נאַכט, אָבער ער האָט גאָרנישט געזאָגט.
ער האָט ווויל געוווּסט, אַז עס איז נישט פּאַסיק.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s