בערל קאָטלערמאַן

דאָס ליד פֿון זאָרגלאָזע ים-גייערס
בָּרוּךְ אַתָּה ה´ אֱלֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם שֶעָשׂה אֶת הַיָּם הַגָּדוֹל
…אָט האָבן מיר זיך דערנענטערט צו יענער טיררענישער וויספּע,
וווּ ס׳האָט רעגירט דער באַליבטער פֿון געטער עאָלוס.
ס’האָט אונדז דער ווינט אָפּגעלאַכט פֿון אַרומיקע פֿעלדזן,
קיינער איז דאָרט ניט געווען אינעם פּאָרט אונדז באַגריסן.
לאַך, אָ, פֿאַרכריפּעטער אַלטער מכשף עאָלוס!
פּונקט ווי האָסט חוזק געמאַכט פֿונעם אוראַלטן העלד אָדיסעוס
און פֿון דײַן שוועל אין דער פֿרעמד מיט געוואַלד אים פֿאַרטריבן —
אויך ביסט מוכיח אַיעדן וואָס פּראַוועט זײַן אייגענעם גלות?
„צי אויף אַ שיפֿל וואָס קליין איז און שמאָל ווי אַן עמער
לאָזט מען זיך פֿאָרט אין געפֿערלעכע לאַנגע נסיעות?
צי מע צעאַקערט אַדורך און אַדורך טיפֿע ימען
גאָר אין דער צײַט פֿון כאָלערע, פֿון פּעסט און פֿון דֶבֶר?‟
ס’ווערן אין כּעס אַלע אָרטיקע מלכים פֿון געטלעכע דורות,
טעמפּע מחשבֿות דערנערן גרויסאויגיקע ריזן ציקלאָפּן,
ווידער איר מעשׂה חזירים פֿאַרטראַכט די קראַסאַוויצע צירצע,
נאָר אויפֿן שיפֿל וואָס קליין ווי אַן עמער מען האָט ניט קיין מורא.
לאָמיר זשע אויפֿהייבן כּוסות מיט דופֿטיקער אימבער-אַמבראָזיע
לאָמיר אויסטרינקען לכּבֿוד זאָרגלאָזע און דרײסטע ים-גייערס —
זאָלן זיי ברכות באַגלייטן אויף זייערע שטעגן און זייערע וועגן,
זאָלן זיי פֿריילעכע בריזן די זעגלען אויף אייביק אָנבלאָזן!
לאָמיר באַזינגען די ווײַסע ווי שניי אַלבאַטראָסן מיט מעכטיקע פֿליגלען!
לאָמיר באַוויינען די זיסע חלומות פֿון נעכטיקע מיידלעך און ייִנגלעך.

Ad Astra
לְעשֶה אוֹרִים גְּדלִים
מײַן דרומדיקע נאַכט, מײַן דופֿטיקע און זײַדענע
נעם מיך אַרום, באַדעק די פּלייצעס וואַרעם;
העט אויבן אַ פּלעיאַדע ווינקט אַ פֿרײַנדלעכע
און זאָגט מיר צו זי וועט מיך ניט אָפּנאַרן.
דער מילכוועג פֿירט אַוועק אין ווײַטקייט זילבערנער
וווּ שטראַלכלעך דינינקע דעם הימל-פּאַרמעט נייען —
פֿון צווישן אַ מיריאַד מאורות דײַניקע
צו איין-און-איינציקער נאָר חלום איך דערגיין.
דערגרייכן וועל איך זי דורך דערנער שטעכיקע,
צופֿאַלן וועל איך צו איר ברוסט צו וואַרעמער:
צעשמעלצן וועלן דעמאָלט אײַזבערג בלוילעכע,
צעגיין וועלן זיך דעמאָלט וואָלקנס כמאַרעווע.
תמוז תשפ”א
רייקיאַוויק