דער ליטעראַטור־פֿאָרשער לייזער פּאָדריאַטשיק איז געבוירן געוואָרן אינעם דערפֿל קאָמעראָוו, לעבן סעקורען, בעסאַראַביע. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג, האָט ער נאָכן פֿאַרענדיקן דעם טשערנאָוויצער לערער־סעמינאַר אָנהייב 1930ער יאָרן געאַרבעט אין אַ קאָלאָניע פֿאַר שול־קינדער, געווען אַ לערער אין די שולן פֿון רומעניע. זײַנע ערשטע אַרטיקלען און פֿאָרשונגען זײַנען דערשינען אין „טשערנאָוויצער בלעטער‟. צווישן זײַנען אַרטיקלען איז כּדאַי אָנצורופֿן: „דער היסטאָריקער און פֿאָלקלאָריסט פֿון די רומענישע ייִדן‟ (וועגן משה שוואַרצפֿעלד), „שאָול גינזבורג און די היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון די ייִדן אין רוסלאַנד‟ און „ליטעראַטור און געשיכטע‟. פּאָדריאַטשיק האָט געדרוקט אויך לידער און קריטישע אָפּהאַנדלונגען.
אין די מלחמה־יאָרן געוווינט אין מיטל־אַזיע, דערנאָך געקומען קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט אין מיכאָעלסעס טעאַטער־סטודיע, ווי דער פּעדאַגאָגישער לייטער; געדרוקט אַרטיקלען אין דער צײַטונג „אייניקײַט‟. פֿון יאָר 1951 געלעבט אין ריגע, לעטלאַנד. ווען ס׳האָט אָנגעהויבן דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט פּאָדריאַטשיק געפֿירט דאָרט די רובריק „נאָטיצן אויפֿן קאַלענדאַר‟ און „נאָטיצן פֿון אַ ייִדישן בוקאָניסט וועגן שרײַבערס און זייערע ווערק. אין יענע יאָרן ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע רײַפֿסטע ליטעראַטור־פֿאָרשונגען. ער גרייט אויך צו צום דרוק דעם ניסתּרס ניט־געדרוקטן מאַנוסקריפּט „פֿון פֿינפֿטן יאָר‟ (1964).
אין יאָר 1971 פֿאַרלאָזט פּאָדריאַטשיק דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און פֿאָרט אַרויס קיין ישׂראל. דאָרט ווערט ער אַ לעקטאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, פּובליקירט גרעסערע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן די ייִדישע כּתבֿים פֿון יהודה־לייב גמוז, וועגן איציק מאַנגערן און אַנדערע.
לייזער פּאָדריאַטשיק

היסטאָרישע באַטראַכטונגען פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל (אויסצוג)
דאָס לעבעדיקע ייִדישע לשון איז עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל מיט יאָרהונדערטער איידער דער ציוניסטישער רעוואָלוציע. עס האָט דאָ אָפּגעקלונגען אין די בערג פֿון ירושלים, בײַם כּותל־מערבֿי, אין צפֿת, חבֿרון און טבֿריה. דאָס לשון האָבן געבראַכט מיט זיך די חסידים, דעם ווילנער גאָונס תּלמידים פֿון דער גרופּע „חזון צחון‟ (1781). אין ישיבֿת הגר״א, אין צפֿת, האָט מען געטײַטשט דעם ווילנער גאָונס ספֿרים אויף ייִדיש. אַ רײַך און זאַפֿטיק ייִדיש לשון איז אײַנגעקעלטערט אין די רומל־ספֿרים, וואָס זײַנען דאָ געדרוקט געוואָרן אין משך פֿון 19טן יאָרהונדערט, ספֿרים, וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט באַזונדערס אויספֿאָרשן.
בעיקר איז אָבער קענטיק דאָס ייִדישע וואָרט אין ארץ־ישׂראל פֿון לייגן די אַבֿני־היסוד פֿון אַ נײַער ייִדישער רעאַליטעט אין ארץ־ישׂראל מיט איבער הונדערט יאָר צוריק. דאָס ווערט נישט באַשטעטיקט בלויז דורך דער עקזיסטענץ פֿון אַ פּרעסע אין ייִדיש, פֿון ערשטע קנאָספּן פֿון אַ ליטעראַרישער יצירה אויף ייִדיש, נאָר אין עצם־פּראָצעס פֿון אויפֿלעבן אין ארץ־ישׂראל העברעיִש ווי אַ ריידשפּראַך פֿילט זיך דער דפֿק פֿון ייִדיש. נישט בלויז אין דעם וואָרט־אוצר, נאָר אויך אין דעם גײַסט און אין דער סטרוקטור פֿון דעם נײַעם זאַצבוי. אין אָנהייב פֿון דעם דאָזיקן פּראָצעס האָט העברעיִש פֿאַרמאָגט אַ ייִדיש באַפֿאַרבונג, ס׳איז געווען ייִדיש אָנגעוואַרעמט, ייִדיש באַהאַרצט.
צי קאָן מען הײַנט אָן ייִדיש פֿאַרשטיין אַזעלכע זאַצן ווי „איפֿה אנו אוחזין‟, „באים לי מעות‟, „לאָ הייתי עוזבֿ להכות אותו‟, „אָט־אָט אָ והיא חוטף מכות‟ — ווי מ׳האָט זיך נוהג געווען אין יענער צײַט צו רעדן און צו שרײַבן. דערצו דאַרף מען נישט פֿאַרגעסן, אַז דאָס אַלץ איז אַרויסגערעדט געוואָרן דעמאָלט אויף דער אַשכּנזישער הבֿרה, וואָס אירע אורוואָרצלען זענען, אַגבֿ, דווקא אין ארץ־ישׂראל.
מע פֿאַרנעמט זיך בײַ אונדז ווינציק מיטן פֿאָרשן דעם שפּראַכיקן לבֿוש פֿון דער העברעיִשער פּרעסע און ליטעראַטור בעת דער ערשטער און צווייטער עליה. אַ גרונטיקע אויספֿאָרשונג וואָלט געקאָנט ברענגען ממש איבערראַשנדיקע דוגמואת וועגן דער חיותדיקער ראָלע פֿון ייִדיש אין דעם היסטאָרישן נס פֿון תּחית־הלשון. וועגן דעם האָט נאָך בשעתּו ח. נ. ביאַליק מגלה־דעה געווען, אַז תּחית לשון עבֿריתּ וואָלט נישט מעגלעך געווען אָן דעם וווּנדערלעכן צוזאַמענשפּיל פֿון כּלערליי ייִדישן און בעיקר אונדזער ייִדיש, מיט זײַן אויסנעמלעכער רײַכקייט. (זע דבֿ סדן, „טויערן און טירן‟, ז׳233).
אַפֿילו אַזאַ העברעיִש־קפּדן ווי אליעזר בן־יהודה האָט זיך נישט געקאָנט באַגיין אָן ייִדישע מאָרפֿעמעס, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין דער ייִדישער שפּראַך־ספֿערע. ער האָט זיי אַפֿילו אַרײַנגענומען אין זײַן גרויסן העברעיִשן ווערטערבוך, אָנווײַזנדיק אויף זייער מקור: „שגור בפֿי העם‟.

מע קאָן אויפֿשטעלן אַ גאַנצן לעקסיקאָן מיט דוגמאות פֿון דער שפּראַך־אַטמאָספֿער, מיט וועלכער העברעיִש האָט געאָטעמט אין ארץ־ישׂראל סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווען ייִדיש איז געווען איינער פֿון די מקורים, וואָס האָט געפֿאַרבט דעם וועג פֿון העברעיִש צו אויפֿלעבונג.
כּדאַי צו פֿאַרצייכענען אַ פֿאַקט, וואָס די העברעיִשע און ייִדישע שפּראַך־פֿאָרשערס האָבן, דאַכט זיך, פֿאַרזען: אליעזר בן־יהודה איז נישט בלויז דער מחבר פֿון גרויסן העברעיִשן ווערטערבוך, נײַערט אויך פֿון אַן ערשטן מאָדערנעם העברעיִש־ייִדישן ווערטערבוך, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין ווילנע אין 1901, זיבן יאָר איידער ס׳האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן זײַן העברעיִשער ווערטערבוך. דאָס דאָזיקע ווערטערבוך פֿאַרמאָגט אַריבער צוואַנציק טויזנט ווערטער און היות איטלעכס העברעיִשע וואָרט ווערט דאָרטן אויסגעטײַטשט מיט נישט ווינציקער ווי צוויי, דרײַ און צו מאָל מער ייִדישע ווערטער, איז קלאָר, וואָס פֿאַר אַ רײַכן ייִדישן ווערטער־אוצר בן־יהודה האָט אין אָט דעם ווערק צונויפֿגעזאַמלט. איז בפֿירוש אַ חידוש, וואָס אָט דער פּרט אין אליעזר בן־יהודהס ביאָגראַפֿיע, ווי ווײַט איך ווייס, נישט גרונטיק אויסגעפֿאָרשט געוואָרן.
די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור האָט אויך פֿרי אַרויסגעוויזן „אַ טאַלאַנט צו ארץ־ישׂראל‟, ווי שלום אַש האָט אָנגערופֿן איינע פֿון זײַנע דערציילונגען (1908), בעת י. ח. ברענער האָט אין זײַן באַקאַנטן מאמר „הז׳אנר הארץ־ישׂראלי ואביזריהו‟ און אין זײַנער אַ נאָטיץ „מתּוך הפּנקס‟ („רביבים‟, ג־ד, תרע״ג) געספֿקט, צי איז שוין מעגלעך צו שאַפֿן אַ קינסטלערישע ליטעראַטור וועגן דעם לעבן אין נײַעם ייִשובֿ.
„נאָר דער, — שרײַבט ברענער, — וואָס האָט חשדיקע השׂגה אין פּאָעזיע, וואָס זי באַטײַט, און אין ליטעראַטור, ווי זי ווערט באַשאַפֿן, קאָן מאָנען שיינע שאַפֿונגען דווקא פֿונעם לעבן אין ארץ־ישׂראל. קאָן מאָנען, אַז דווקא אָט דאָס ברעקל תּוהו־ובֿוהו, אַז אָט דאָס פּיצל מיש־מאַש אײַנגעזעסענע ספֿרדים און אײַנגעוואַנדערטע אַשכּנזים זאָל אונדז געבן פּאָעטן און מחברים פֿון גרויסע, געהויבענע פּאָעמעס, דראַמעס און ראָמאַנען‟ (דאָרטן, „רביבים‟, 1913).
אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט קאָן מען שוין אָבער אָנווײַזן אויף ערנסטע קינסטלערישע שאַפֿונגען, וועגן פּראָבלעמען פֿון דעם נײַעם לעבן אין ארץ־ישׂראל: אַהרון ראובֿני: „אונטער דער וואַנט‟, י. ז. אַנוכי, „אונדזער לאַנד‟, ז. ברכות, „דער יורדן רוישט‟, איסר תּלוש, „דער ים רוישט‟, יהואָש, „פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק‟ און אַנדערע.