לשנה־טובֿות — אַמאָל און הײַנט
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אלול האָבן די ייִדן איבער דער וועלט געיום־טובֿעט. געוויס האָט די פֿאַרשלעפּטע פּאַנדעמיע אָפּגעשלאָגן בײַ אַ סך מענטשן דעם חשק אַרומצופֿאָרן און פֿאַרברענגען די צײַט אויסער די גרענעצן פֿון דער היים. דערפֿאַר אָבער איז די ווירטועלע וועלט פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט „טוריסטן‟ און… מיט שנה־טובֿות־קאַרטלעך. כ׳האָב אין מײַן לעבן אַזוי פֿיל גוטע וווּנטשן נישט באַקומען. אמת, קיין גרויסע פֿאַנטאַזיע האָבן די מאָלערס פֿון די שנה־טובֿות־קאַרטלעך נישט אַרויסגעוויזן — פֿאַרביק, נאָר פּיסנע. קיין נשמה־וואַרעמקייט האָט זיך אין די געשמאַקלאָזע מאָלערײַען נישט געפֿילט.
האָב איך זיך אַ גריבל געטאָן אין דעם אין־סופֿיקן „גוגל־זכּרון‟ און געפֿונען דאָרט דעם באַלערנדיקן אַרטיקל פֿון רמי נוידאָרפֿער וועגן דער געשיכטע פֿון די שנה־טובֿות־קאַרטלעך. כ׳בין זיכער, אַז אויך אונדזערע לייענער וועט זײַן אינטערעסאַנט זיך מיט אָט דעם אַרטיקל באַקענען.
דאָס איבערשיקן זיך מיט שנה־טובֿות האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. במשך פֿון בערך 100 יאָר, צווישן 1880 און 1980, האָבן כּמעט אַלע ייִדן אין אייראָפּע, אַמעריקע און שפּעטער — ארץ־ישׂראל, געשיקט זייערע קרובֿים און פֿרײַנד שנה־טובֿות.
אין דער אמתן הייבט זיך די געשיכטע פֿון די קאַרטלעך אָן נאָך אַ סך פֿריִער — מסתּמא אינעם 14טן יאָרהונדערט — בײַ די דײַטשישע ייִדן. יענע באַגריסונגען האָט מען אָבער אָנגעשריבן מיט דער האַנט אויף טײַערן פּאַפּיר. די טראַדיציע איז געוואָרן אַ גאַנצע אינדוסטריע ערשט נאָך דעם ווי מע האָט געשאַפֿן דאָס פּאָסטקאַרטל אין די 1860ער יאָרן. אין 1869, האָט אַן עסטרײַכישער עקאָנאָמיע־פּראָפֿעסאָר עמאַנועל הערמאַן פֿאָרגעלייגט דעם עסטרײַכיש־אונגערישן פּאָסטאַמט דעם ביליקן אופֿן צו שיקן קורצע בריוולעך, וואָס מע האָט דעמאָלט אַ נאָמען געגעבן „קאָרעספּאָנדענץ־קאַרטע‟.
די נײַע המצאה האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם ברייטן עולם. במשך פֿון די ערשטע דרײַ חדשים האָט מען שוין פֿאַרקויפֿט 3 מיליאָן פּאָסטקאַרטלעך. אין גיכן האָט זיך עס פֿאַרשפּרייט אין פּרײַסן און פֿון דאָרט איבער גאַנץ אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין די 1890ער האָט מען צוגעגעבן בילדער אויף איין זײַט פֿונעם קאַרטל און דעמאָלט האָבן זיי זיך שוין ווילד פֿאַרקויפֿט. אין 1913 האָט מען בלויז אין אַמעריקע געשיקט כּמעט אַ ביליאָן פּאָסטאַרטלעך.

אַ סך פֿון די שנה־טובֿות האָט אילוסטרירט דער דיזײַנער חיים גאָלדבערג. חיים־ישׂראל גאָלדבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליקעווע (Łuków) אין 1888 בײַ אַ חסידישער משפּחה, פֿייגע און זלמן גאָלדבערג. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג, אָבער נאָכן אַנטדעקן זײַנע אַרטיסטישע טאַלאַנטן איז ער אַוועק קיין דײַטשלאַנד צו שטודירן קונסט.
אין 1912 האָט ער זיך באַזעצט אין וואַרשע און געעפֿנט אַ פֿאָטאָ־סטודיאָ. אין גיכן האָט דער פֿאַרלאַג „יהודיה‟, וואָס האָט געהערט צו דער ייִדישער טאָגצײַטונג „הײַנט‟, אים אָנגעשטעלט ווי אַ גראַפֿישער דיזײַנער פֿון ווינטשקאַרטלעך און פּאָסטקאַרטלעך.
גאָלדבערג האָט געניצט אַ טשיקאַוון מעטאָד: צו ערשט, האָט ער פֿאָטאָגראַפֿירט אין זײַן אַטעליע אַ סצענע מיט אַמאַטאָרישע אַקטיאָרן באַקליידט אין די געהעריקע קאָסטיומען. דערנאָך האָט ער דאָס בילד באַפּוצט מיט פֿאַרשידענע גראַפֿישע טעכניקן — אַ מאָל גאַנץ פּרימיטיווע, כּדי די בילדער זאָלן אויסזען ווי געמאָלטע. צום סוף, האָט ער צוגעגעבן קורצע גראַמענדיקע ווינטשעוואַניעס אויף ייִדיש, וואָס ער האָט אַליין געשאַפֿן.
נאָכן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין סעפּטעמבער 1939 איז גאָלדבערג אַנטלאָפֿן קיין ביאַליסטאָק, וואָס איז דעמאָלט געווען אין סאָוועטישע הענט. נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט די שטאָט אין יוני 1941 איז ער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער ביאַליסטאָקער געטאָ, וווּ מע האָט אים געהייסן מאָלן די אָפֿיציעלע פּלאַקאַטן פֿונעם יודענראַט. אין 1943 האָבן די נאַציס אים אומגעבראַכט.

לאָמיר גיבן אַ קוק אויף עטלעכע פֿון די שנה־טובֿות, וואָס גאָלדבערג האָט געשאַפֿן.
אין דעם ערשטן קאַרטל דאָ, שטייט געשריבן:
„זאָל גאָט פֿאַרשרײַבן דיר אַצינד
אין בוך פֿון לאַנגעס־לעבן
און בענטשן זאָל ער אונדזער בונד
און גליק און פֿרייד אונדז געבן!‟
אויפֿן ערשטן בליק זעט עס אויס ווי אַ טראַדיציאָנעלע סצענע. קוקט זיך אָבער צו, וועט איר זען, אַז בלויז די באָבע איז אָנגעטאָן אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן. דער טאַטע, די מאַמע און די קינדער זענען מאָדערן געקליידט. אויף דער וואַנט הענגען פּאָרטרעטן פֿון צוויי קולטורעלע העלדן. צי דערקענט איר, ווער זיי זענען?
אַ צאָל פֿון די שנה־טובֿות האָבן טאַקע געשילדערט נישט־טראַדיציאָנעלע טעמעס ווי ליבע, געשעפֿטן און נישט־רעליגיעזע פֿאַרווײַלונג. די יונגע ייִדן אין די בילדער זענען ראַזירט און טראָגן דײַטשישע קליידער.
דורך ראַדיאָ אַ ברכה/ דער מאַמען און דער שוועסטער./ זאָל זײַן פֿאַר אונדז דער יאָר/ דער רײַכסטער און דער בעסטער
אַ סך פֿון זיי שפּיגלען אויך אָפּ דעם טיפֿן אינטערעס בײַ ייִדן צו דער נײַער טעכנאָלאָגיע פֿון יענע צײַטן: אויטאָס, דער טעלעגראַף, דער טעלעפֿאָן, דער ראַדיאָ, דער עראָפּלאַן און דער ראָווער. מע האָט דעמאָלט געגלייבט, אַז די וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע קאָן דערפֿירן צו וועלט־קאָאָפּעראַציע, שלום און מזל־ברכה פֿאַר אַלעמען.
דער אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט שפּעטער דערוויזן, אַז די וויסנשאַפֿט קאָן אויך גורם זײַן אַ גרויסע צאָל הריגות און צעשטערונג, און במילא זײַן אַ גרויסער אומגליק פֿאַר די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

אָט איז אַ בײַשפּיל פֿון יענעם נאַיִוון צוגאַנג, מסתּמא אויך געשאַפֿן פֿון גאָלדבערג, לויבנדיק דעם ראַדיאָ. דאָס קאַרטל איז צעטיילט אויף דרײַ בילדער: אַ יונגערמאַן, מאָדערן און שיין געקליידט, שטייט בײַם מיקראָפֿאָן און טראַנסמיטירט שנה־טובֿה־וווּנטשן צו זײַן מאַמע און שוועסטער. מיר זעט אויס, אַז דער יונגערמאַן האָט שוין עמיגרירט קיין אַמעריקע און האָט דאָרט געפֿונען מזל־ברכה, בעת זײַן מאַמע און שוועסטער, וואָס זענען אַ ביסל מער טראַדיציאָנעל געקליידט, וווינען נאָך אַלץ אין פּוילן. אין מיטן — אַ בילד פֿון קאָשיקאָווע־גאַס, אין וואַרשע. גאָלדבערג האָט אין יענער גאַסן־סצענע צוגעגעבן עטלעכע פֿיקטיווע עלעמענטן: אַ קופּאָל, אַ מגן־דוד אויפֿן קופּאָל און אַ ראַדיאָ־אַנטענע.
אין קאַרטל שטייט געשריבן:
דורך ראַדיאָ אַ ברכה
דער מאַמען און דער שוועסטער,
זאָל זײַן פֿאַר אונדז דער יאָר
דער רײַכסטער און דער בעסטער!
די יאָרן צווישן 1880 און 1924 זענען געווען דער הויכפּונקט פֿון אימיגראַציע קיין אַמעריקע. די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דאַמפֿשיפֿן האָט דערמעגלעכט ביליגערע רײַזעס, און די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט דעמאָלט געמוטיקט אויסלענדער, בפֿרט פֿון אייראָפּע, זיך דאָרט צו באַזעצן. (די כינעזער, למשל, האָט מען נישט אַרײַנגעלאָזט.)
כּמעט 25 מיליאָן אייראָפּעער האָבן זיך דעמאָלט אונטערגענומען די לאַנגע נסיעה, ס׳רובֿ פֿון זיי — איטאַליענער, גריכן, אונגאַרן, פּאָלאַקן און אַנדערע סלאַוויש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. צווישן זיי זענען אויך געקומען 2.5 ביז 4 מיליאָן ייִדן, וואָס זענען — צום גרעסטן טייל — אַנטלאָפֿן צוליב די פּאָגראָמען, דיסקרימינאַציע און עקאָנאָמישע שוועריקייטן אינעם תּחום־המושבֿ.

דאָס ווײַטערדיקע שנה־טובֿה איז מסתּמא פּראָדוצירט געוואָרן אין דײַטשלאַנד, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, בײַ דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער „היברו פּאָבלישינג קאָמפּאַני‟. מע זעט דאָ צוויי אָדלערס אין הימל: אונטערן קיניגלעכן אָדלער מיטן רוסישן הערב שטייען אָרעמע טראַדיציאָנעל־געקליידטע רוסישע ייִדן, מיט די פּעק אין דער האַנט, אויף די ברעגן פֿון אייראָפּע, קוקנדיק מיט האָפֿענונג איבערן ים. אויף רעכטס טראָגט אַן אַמעריקער אָדלער אַ טראַנספּאַראַנט מיטן פּסוק פֿון תּהילים: „שמרני כּאישון בת־עין בצל כּנפֿיך תּסתּירני‟ [זאָלסט אונדז באַשיצן אינעם שאָטן פֿון דײַנע פֿליגל], און אונטערן טראַנספּאַראַנט וואַרטן אויף זיי זייערע אַמעריקאַניזירטע קרובֿים מיט אויסגעשטרעקטע הענט, פֿאַרבעטנדיק זיי צו קומען צו זייער נײַער היים.
אין 1924 האָט אַמעריקע אָנגענומען אַ געזעץ וואָס האָט שטאַרק באַגרענעצט די צאָל אימיגראַנטן פֿון דרום־אייראָפּע און רוסלאַנד; איז די ייִדישע מאַסן־אימיגראַציע במילא שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן. דער ראַסיזם און בולטער אַנטיסעמיטיזם האָט זיכער געשפּילט אַ ראָלע אין דער לעגיסלאַציע.
אַ זיס און גליקלעך יאָר, געזונט, פֿרייד און שלום!