כּמעט אַלע נעאָלאָגיזמען, און די סאָוועטישע נײַ־געשאַפֿענע ווערטער זײַנען נישט קיין אויסנאַם, זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער צײַט, מיט דער לעבנס־ווירקלעכקייט, וואָס האָט געפֿאָדערט זיי זאָלן זיך באַווײַזן אויף דער צונג פֿון פֿאָלק.
אויסבאַהאַלטער
ווי אַ בײַשפּיל, לאָמיר באַטראַכטן דאָס וואָרט „אויסבאַהאַלטער‟. מע דאַרף נישט דורכפֿירן קיין ספּעציעלע לינגוויסטישע אויספֿאָרשונג, כּדי קלאָר מאַכן, אַז עס שטאַמט פֿונעם ווערב „אויסבאַהאַלטן‟. דערפֿון מיינט דאָס וואָרט „אויסבאַהאַלטער‟ איינעם אַ פּערזאָן, וואָס באַלט עפּעס אָדער עמעצן אויס.
אין דער צײַט, ווען דאָס וואָרט האָט זיך באַוויזן אין די יורידישע דאָקומענטן פֿון דער סאָוועטישער פּראָקוראַטור, האָט „אויסבאַהאַלטער‟ געהאַט נאָר איין טײַטש — קאָנטעררעוואָלוציאָנער. די מענטשן, וואָס פֿלעגן בײַ זיך אויסבאַהאַלטן אַ „ווײַסן‟ אָפֿיציר, זײַנען געווען אויסבאַהאַלטערס. די פּויערים, וואָס האָבן „אויסגעבאַהאַלטן תּבֿואה־מותרות‟ אין די 1920ער און שפּעטער אין די 1930 יאָרן, באַזונדערס אין אוקראַיִנע, פֿלעגט מען אַרעסטירן און אַרויסשיקן אין סיביר צוזאַמען מיט דער משפּחה.
וואָס זשע האָט עס געמיינט, „תּבֿואה־מותרות‟? בדרך־כּלל די תּבֿואה, וואָס די פּויערים האָבן אָפּגעלייגט, כּדי זי צו פֿאַרזייען אין קומענדיקן יאָר. די מאָסקווער באָלשעוויסטישע רעגירונג פֿלעגט אָרגאַניזירן מיליטער־אָטריאַדן, וואָס זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער די דערפֿער און קאָנפֿיסקירן בײַ די פּויערים ווי אַ קערן ווייץ, קאָרן, קוקורוזע וכדומה. אַזאַ אוממענטשלעכע עקאָנאָמישע פּאָליטיק האָט געבראַכט דערצו, אַז אין אוקראַיִנע האָט אויסגעבראָכן אַ שרעקלעכער הונגער.
שפּעטער, אין דער צײַט פֿון דער נאַצישער אָקופּאַציע, האָט דאָס וואָרט „אויסבאַהאַלטער‟ באַקומען גאָר אַן אַנדער זין. די ניט־ייִדישע אויסבאַהאַלטערס, ריזיקירנדיק מיטן לעבן, פֿלעגן אויסבאַהאַלטן בײַ זיך ייִדן. נישט ווייניק פֿון זײ זײַנען טאַקע אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס, צוזאַמען מיט יענע, וועמען זיי האָבן בײַ זיך אויסגעבאַהאַלטן. אין אונדזער פֿאָלק רופֿט מען אַזעלכע אויסבאַהאַלטערס, חסידי־אומות־העולם. ווי באַוווּסט, איז אין יד־ושם, ירושלים, פֿאַראַן אַ גאַנצע אַלעע פֿון ביימער, פֿאַרפֿלאַנצן לכּבֿוד די ייִדן־רעטערס, די אויסבאַהאַלטערס.
אָפּנייגלער —
אַן אַנדער וואָרט, וואָס האָט אָנגעהויבן טראָגן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ סכּנהדיקע דעפֿיניציע. בדרך־כּלל איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט די פּאַרטיי־מיטגלידער, וועלכע האָבן זיך אָפּגענייגט פֿון דער פּאַרטיייִשער „גענעראַל־ליניע‟, נישט וויכטיק, צי דאָס זײַנען געווען „לינקע אָפּנייגלער‟ צי „רעכטע אָפּנייגלער־אָפּאָרטוניסטן‟. איך וועל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין די פּרטים פֿון „לינקע‟ און „רעכטע‟ אָפּנייגלערס, דער סוף איז פֿאַר ביידע צדדים אָפּנייגלערס געווען אַ טרויערדיקער.

טונעיאַדעץ
הגם דאָס וואָרט אַליין קומט אַרויס פֿון אַן אַלט־סלאַווישן באַגריף — עסן אומזיסט, אויסגעהאַלטן ווערן אויף עמעצנס חשבון איז דאָס וואָרט „טונעיאַדעץ‟ אַרײַן אינעם ייִדישן וואָקאַבולאַר און אין די ווערטערביכער בדרך־כּלל דורך די ווערק פֿון סאָוועטישע שרײַבערס.
בײַ ייִדן איז פֿון קדמונים פֿאַרשפּרייט געווען אַן אַנדער וואָרט, וואָס מיינט כּמעט דאָס זעלבע — קעסט, עסן קעסט, זיצן אויף קעסט. אַנדערש געזאָגט, אויסגעהאַלטן ווערן פֿון אַן אַנדערן.
נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און שפּעטער האָט די סאָוועטישע רעגירונג אײַנגעפֿירט דעם געזעץ, אַז יעדן בירגער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט דערגרייכט 18 יאָר, ווערט גאַראַנטירט דאָס רעכט זיך אײַנאָרדענען אויף אַרבעט; אַנדערש וועט ער ווערן קוואַליפֿיצירט ווי אַ טונעיאַדעץ און זײַן באַשטראָפֿט. דאָס שטעמפּל „טונעיאַדעץ‟ האָט געקאָנט אָפּשפּילן אַ געפֿערלעכע ראָלע — פֿון פֿאַרמישפּט און פֿאַרשיקט ווערן אין „גולאַג‟ ביז אַ טויט־שטראָף.
די סאָוועטישע רעגירונג האָט מיט דעם באַגריף „טונעיאַדעץ‟ נישט זעלטן מאַניפּולירט, צוטיילנדיק אים די מענטשן, וואָס האָבן קריטיקירט דעם רעזשים, אָדער זיך געפֿינען אין אָפּאָזיציע, אָדער זיך באַטייליקט אין דער דיסידענטישער באַוועגונג. אויף אַזאַ אופֿן האָבן די שטראָף־אָרגאַנען, „געזעצמעסיק‟ געקאָנט באַשולדיקן און אײַנזעצן די דאָזיקע „טונעיאַדצעס‟. אַזוי, למשל, איז באַשולדיקט געוואָרן אין טונעיאַדסטווע דער רוסישער פּאָעט יוסף בראָדסקי, שפּעטער דער נאָבעל־געווינער. ער איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר אויף פֿינעף יאָר.
נישט אומזיסט זאָגן מען בײַ ייִדן: אַ הונט טאָר קיין דיין נישט זײַן!
לאַפּסוס־קאַקטוס